Skip to main content

Full text of "Sovetish Heymland 1989 8"

See other formats


06 צס 878118016 ץ1101סטם 1806ת 1785 61121/המז פום 1 


116111896 ?1016065 1:000021100 


בעסס. 16ט100190-014ש0))ס1מו 
0015-011141116.0011סנץ//:5טן}ח 


מ20300800 21016045 116116886 6 1 60 


זסן ע/511101 סח1|חס 1060עסזט פו |ס1זס/סחז פוח1 

זס 10װז60666 ,ו10סזסמזחזסס זסי1 צוחס 156 |0װ50זסט 
סחושוס11ס1 606 84 פו 0001004 16056ט ,156 0100 ץמם 
:1 011װזס 


בעסס, 16ט100190-0014ש0))ס1מו 


6 1 6 116116286 21016645 1:000021100 


עס טרעטן ארויס די זעלבסטעטיקע קאָלעקטיוון פון קיעו, 
גאָרקי 


און באקן 


טשערנאָװויץ, 


יי 


6 לט 


אט אא שאט 


ייא 


2 


אע 


= 
יניא 


צנימשן א 


יי יס יי 


-" אי שאט 


רי,, יע 


= 
- 


: 
: 


יי ".ייו 


טע ...20 


אהא 


66 


יאנקל יאָסאדע. איציק ויטנבערג (טראגע- 
ריע אין צולי ;אלטן).-א. 4. + שי םן שי 
יאנק עוװ שטערנבערג. ניטיפּובליקירטע 
לידער .=6. ) 2:, בר .יע ,, ר 
דערינערונגען װועגן יאנקעוו שטערנבערגן. מאָ טל 
פּאַליאנסקי. מײַן גאסט אין טשערנאַוויץ 
מאניע לאנדמאןן. פיט די אױגן פון א מא- 
שימסטקב + * + * + + + + + + + + + * 
שאָלעםיאלײכעם. דער בלוטיקער שפּאס ראַ- 
מאן. פאָרזעצונג +. +  .‏ . . , 
דיסע קלטוריגטם יג. + + + + + + + + + + 6 
באָריס מאַגילנער. זענעג (לידר) .+ + . 6 
הערשל פּאָליאנקער. אין יענע שװערע אאַרן 
שאר טרא 62 יא 4 6 + 2 6 86 6 
צו אונדזער מעמאַריאל. דאָס לעבן און שאפונג פון 
די ייִדישע סאָוועטישע שריפטשטעלער-- קאָר-י 
באָנעס פונעם סטאליױטעראָר. ה. ב ריל 
(1901 -- 1937), כ אֹיִם גילדין 1884 --1944), 
זאָרעך גרינבערג (188-- )4 . . . . 
אין היסטאָרישן אספּעקט.. וועגן דעם פּערזאָנעןיקולט 
און הינב פֿאָלגן ‏ + 6 .+ }4 +.+" + + . : 
װעגינאָטיצן. אנדריי אָסטאלסקי זיבן טעג 
אין יוטראצ+ + + * + + . ו " = 
ליטערארישע געדענק:-דאטעס. זא למען ליבינ- 
זאָן א פאָרשער, א קריטיקער, א קעמפער 
ליטעראטור-געשיכטע. אוש ער ס פּ ע ק ט אַ ר. 
איסאק באבעל. עטװאָס וועגן דער געשיכטע פון 
זײַנע לעצטע װערץק . ...6 6 .6 . 2 
קורצע רעצענזיעס. מוישע מארגאָלין. שע- 
פעפרישע ו59בטפט + + + + ++ + 4 6 
שימען סאנדלער. א ווכטיקער רעכטצל-י 
טאר אש צ+יא *) 6.; א ) א א ילע 
הירש רעלעס. אַריגינעל און טאלאנטפול . . 
א בריוו פון קעשענעון. ס ערגאָ -בענג על ס- 
דאָ רף. דער אָנהײב פונעם װעג . . . . 
ײיַדישע געשיכטע. 1. מ. ניקאָ לסקי. דאָס 
אוראלטע פאָלק יִסראָעל . . 
רעזומע (רוסיש, ענגליש) . . . 


. * 4 


כ 5 3: 4 9 


5 2 


* { - : {. י. 


+ : + 5 2 3 .{ 


הויפּטירעדאקטאַר 
א. ווערגעליס 
רעדקאַלעגיע: 


כ. ביידע1 (שטעלפארטרעטער פון 
הויפּטירעדאקטאָר), 

ש. גאָרדאָן, ט. גען, 

א. טווערסקאַי, ב. מאָגילנער, 
כ. מעלאמוד, ב. סאנדלער, 
ג; עסטרין (פאראנטװאָרטלעכער 
סעקרעטאר), ה. פּאַליאנקער, 

י; שוסטער, *י. שר-במאן 


צו די געזעלשאפטן, קלובן, צענטערס און 
אסאַציאציעס פון דער ייִדישער קולטור, 
צו די געזעלשאפטלעכע פארשפּרייטער פון 
, סאָװועטיש היימלאנד", 

צו אלע ליבהאַבכער פונעם ייִדישן קינסט- 
לערישן װאָרט, 


אין קומענדיקן יאָר װעלן אין , סאַװעטיש 
היימלאנד" פארעפנטלעכט ווערן אייניקע 
אוניקאלע װערק, וועלכע זײַנען ביז איצט 
ניט באוווסט דעם ברייטן לייענער: 

די ייִַדישע אגאָדעס, װועלכע 
ס'האָט זײַנערצײַט צונויפגע- 
זאמלט און איבערגעזעצט אף 
ייִדיש דער גרוויסער יידישי 
העברעיישער דיכטער כאים' 
נאכמען ביאליק צוזאמען מיט 
זײַן פּרײַנט און מיטארבעטער 
יאַשוע-כאַנע ראװניצקי 

אינעם אָפּטײל ייִדישע גע- 
שיכטע"--די פאַרזעצונג פונעם 
כבראנאלאגיסשן קורס לויט די 
װוערק פון שימען דובנאַװן און 
אנדערע ייִדישע היסטאַריקער. 

עס װעט אײַנגעפירט ווערן א נײַער אַפּ- 
טייל--,אנטאָלאָגיע פון דער ידישער 
זינגליד" (מארק ווארשאווסקי, מאַרדכע 
געבירטיג, פּאַפּולערע פאָלקסלידער). 

,סאַוועטיש היימלאנד" וועט עפענען א 
װינקל אף צו טײלן זיך מיט דער דער' 
פארונג פון לערנען ייִדיש און א ספּעציִעלן 
אָפּטײל ,נײַס פון ייִדישער קולטור טעטי- 
ק-ט 

אין דער ביכער-בײַלאגע צו , סאַװועטיש 
היימלאנד" װעט פאַרגעזעצט וװוערן דאָס 
,זשורנאלעכל אין זשורנאל"--, יונגוואלד", 


דאָס מאמאָשעסדיקע, װאָס אין דער 
אבאָניר'קאמפאניע אפן 1990 יאָר קאָנט 
איר אַפּטאָן לעטויװעס דעם װײַטערדיקן 
קיעם פון דער ייִדישער קולטור, איז--צו' 
ציען נײַע לײענער פונעם זשורנאל ,סאָ 
וועטיש היימלאנד". 

גיט אונדז צו וויסן וועגן די דערגריי- 
כונגען אין אָט דעם פּראט, 


ווילנער געטאָ, 1943 


די רת 52 ? גע ג; 2 רג בו רג 22 
ו? * |ת ,5 אם 5 56 54 /* 80 
מי = 8 יא ס י"ה פ2 
א = 

בע * 14 = * 128 ה) 
*ז +' * הז ? כן} ם ת = = 
א; 22 2 תג = 
2 +1 2 
4 6 בע 
און | = 
רו 
י} 
| 
+, 


פּערזאָנען 


טראגעדיע אין צוויי אקטן 


איציק ויטנבערג 


: 
4 
= 


2 
א ר 


יאנקל יאָסאדע 


ערשטער אקט 


בילד 1 


א גרויסער האלב-פינצטערער קעלער אונטער א צװײישטאָקיקן מױיער אפן פאָדערפּלאן--א לאנ- 
גער טיש און עטלעכע טאבורעטקעס. איבערן טיש הענגט אף א שנור א שוואך לײַכטנדיק עלעקטריש 
לעמפּל. פון רעכטס און פון לינקס, אונטער ארקעס --נישעס, אין וועלכע עס שטייען אײַזערנע בעט- 
לעך. אין דער הינטערשטער ואנט, זייער נידעריק--עטלעכע פארגראטעוועטע פענצטערלעך. פון 

פאָרנט, בא א קליין טישל, זיצט באם ראד;אַדאפּאראט א יי זיק. 


וויטסנבערג קומט ארײַן 


װיטנב ערג. גוט-מאָרגן, אָראקול. נו, לייגט ארויס אײַערע נײַס. 

א ײַז יק. מאַסקװע ציילט נאָך אלץ אירע טראַפייען. 

װיטנבערג. בערלין? 

א ײַזיק. גיסט טרערן. 

װיטנבערג. א לאַנדאָן? 

א יַזיק. װי איר שטייגער, ווארט. דער כיטרינקער טשערטשיל זאָל דערקלערן, װער האָט 
פּאוליוסן געלייגט אף די לאָפּאטקעס -- די רויטע ארמיי, אָדער דער רוסישער וינטער? 

װיטנבערג. און װי, אָראקול, מײינט איר? 

א ײַזיק. סאיז געשען א נעס. 

װיטנבערג. ניט שוין זשע גלייבט איר נאָך אין ניסים? 

אײַזיק. קאָמענדאנט, דאָס איז דאָס איינציקע, װאָס א ייִדן איז נאָך פארבליבן. 

װיטנבערג. אױב אזי, אײַזיק, װעל איך אײַך דערציילן, װאָס איך האָב אָקאָרשט געזען 
הינטערן פענצטער. 

אײַזיק. א גרויע צעקרישלטע וואנט. 

װיטנבערג. א פארגאָסענע פון זונענשײַן! 


א ײַ ז יק. האליוצינאציעס, קאָמענדאנט. הײַנט איז א כמורנער טאָג. 

װיטנבערג. זײַט איר בלינד. 

א ײַ ז ייק. אָבער ניט טויב. 

װיטנב ערג. אב אזוי, שליסט אײַן אײַער קעסטל. 

אײַזיק (שליסט אײַן די ראדיאָ, פּרוּווט פארשיידענע סטאנציעס). א!.. 

א שטים דווכן רופּאָר: דרײַצנטער אינדזל! הערט אונדז! דאָ רעדט אײַער צענטער. 
הײַנט, אכט נולינול איז צו אײַך ארויס אונדזער פארבינדלערן. באגעגנט זי אין אָפּגערעדטן אָרט. 
מיר באגריסן אײַך מיטן גרויסן זיג. היטלערס סאָף איז נאָענט, גרייט זיך! מיט אנטיפאשיסטישע 
גרוסן און ברידערלעכע װוּנטשן... 


װיטנבערג (רופט). הי! מיריאם! מאָזעס!.. קומט אהער!.. גיכער! 


אײַליק קומען ארײַן מאָזעס, מיריאם און ק אר פל. 


יפרײַנט מײַנע, א פריידיקע יעדיע. ענדלעך איז די פארבינדלערן ארויס. 

ק אר פל. א דאנק דיר, ריבוינעשעלוילעם. 

מיריאם. קארפל, ניט אײַער גאָט דאנקט, נאָר סטאלינגראד. 

װיטנב ערג. איצט טאָרן מיר ניט פארלירן קיין איין מינוט. (רופט). װוּלף! 


וו וולף קומט ארײַן. 


די פארבינדלערן איז שוין אין וועג. נעמט צונויף די גרופּע און טיילט פאנאנדער געװער און 
קוילן. מאָזעס! גייט מיט װוּלפן. נעמט איבער די אָנפירונג. 

מאָזעס. איך? 

מיריאם. אזי װי ס'איז באשלאָסן. 


מאָז ע ס. איך האָב אײַך שוין ניט איין מאָל געזאָגט, אז אין וואלד װעל איך ניט גײן. איך 
װעל ניט קעמפן זײַט בא זײַט מיט ליטװוינער, פּאָליאקן אָדער רוסן. איך טרוי זיי ניט. זייער סינע 
צו מיר איז גרעסער וי זייער סינע צו די דײַטשן און זיי װעלן מיר שיסן אין רוקן. 

מיריאם. אָט אזוי רעדט א פּאכדן. 

װיטנבערג שטרענג). מיריאם! 

מאָזעס. רעגט זיך ניט אוף, מײַנע הערן. מײַן פּאכדאָנעס האָב איך דערשטיקט אין זיך אין 
יענער רעגע, וען איך בין צום ערשטן מאָל אריבער די שװעל פון געטאָ. דאן האָב איך פארשטאנען, 
אז איך בין פארמישפּעט צום טוט און מײַן לעבן איז ניט װערט קיין גראָשן. 

װיטנבערג. טאקע דערפאר, מאָזעס, זײַט איר דער פּאסיקסטער קאנדידאט איבערצונעמען 
די גרופּע. 

מ אָז ע ס. איך כאזער איבער: מײַן אָרט איז דאָ, אין געטאַ, צוזאמען מיט אלע יַדן. 

מיריאם. איך ליג פאָר מאָזעסן צו באזײַטיקן פון שטאב פארן ברעכן די דיסציפּלין פון 
אונדזער אָרגאניזאציע. | | ' 

וו ו לף. קאָמענדאנט, װאָס בעט איר זיך בא אים? צווינגט אים אײַך צו פאָלגן. נעמט ארויס 
אײַער שפּײַער. 

װיטנבערג. אָט דאָס איז די זאך, טײַערער װוּלף, װאָס דאָס קאָן איך ניט טאָן. דערװײַל 
געפינען מיר זיך אין געטאָ און ניט אף אונדזער פּארטיזאנער-באזע. דאָ האָב איך רעכט (וייזז אף 
מאָזעסן). אים צו איבערצײַגן, צו בעטן, צו דערװײַזן, אין לעצטן פאל, הייסן, װעט ער װעלן, װעט 
ער מיר פאָלגן, װעט ער ניט װעלן, זאָגט ער אונדז ,א גוטן" און װײַוט אונדז דעם רוקן. ליידער... 

מיריאם (שלאָגט איבער). נו, איצט האָבן מִיר קיין צײַט ניט זיך צו אמפּערן. באשטימט א 
צווייטן אף זײַן אָרט. | | 

װיט בע רע. לאָמיר באטהאכטן... איך לייג פאָר װולפן, 

ק א ר פ ל. ער פאסט. האיאדאיים יאדעי אייסעוו1, 

מיריאם. איך בין פאר. 

-מאָזעס. מאסקים.: - 

מיריאם. אָבער, באוויירים, מאָזעסעס איניען טאָרן מיך. אזוי ניט איבערלאָזן, איך לייג פאָר 
אים צו באהאנדלען... 


ווער איז געווען איציק וויטענבערג? 


דער אָרגאניזאטאָר און באגײַסטערער פון דער פּארטיזאני- 
שער אָרגאניזאציע אין געטאָ, איר קאָמאנדיר איז געווען איציק 
וויטענבערג, געבוירן אין 1907 אין ווילנע, אין אן ארבעטער- 
מישפּאָכע. ער האָט געענדיקט א ייִדישע פאָלקסישול און 
אוועק זיך לערנען שטעפּערײַ, אין די אָװנטן, װי עס דערציילן 
זײַנע כאוויירים, האָט ער א סאך געלײענט. ער האָט זיך 
אויסגעצייכנט מיט פילזײַטיקע אינטערעסן. 

גאנץ יונג האָט ער גענומען ארבעטן אין דער פּראָפּעסיאָי 
נעלער באוועגונג. ער האָט געהערט צו דער פּױלישער קאַ- 
מוניסטישער פּארטיי. ער האָט באקומען די אלגעמיינע סימפּא" 
טיע פון די ארבעטער. אין 1936 האָט מען אים אויסגעקליבן 
אלס פאָרזיצער פון פּראָפּעסיאָנעלן פאריין פון לעדעריארבע- 
טער, וועלכן עס פלעגט אָפט אויסקומען צו ארבעטן אין אומ- 
לעגאלע באדינגונגען. ער איז אויך געװען א מיטגליד פונעם 
ראט פון די פּראָפּעסיאָנעלע פאריינען אין ווילנע. 

איציק וויטענבערג סאָף אָקטיאבער 1939 האָט ער זיך, אין שײַכעס מיט דער 

נײַער פּאָליטישער סיטואציע, באזעצט אין װײַסרוסישן שטעטל 

דאָקשיץ, װוּ ער האָט זיך פארנומען מיט פּאָליטישער און קולטורעלער ארבעט. אין יאָר 1940, נאָך 

דער אויסבילדונג פון דער ליטווישער סאָװעטױירעפּובליק איז ער צוריקגעקומען קיין וילנע. ער איז 

געװאָרן דער פאָרזיצער פונעם פּראָפּעסיאָנעלן פאריין פון די לעצעריארבעטער. באם אויסברוך פון 
דער סאָװעטיש-דײַטשישער מילכאָמע האָט וויטענבערג ניט באויזן זיך צו עוואקוירן פון ווילנע. 


1 הענט -- אייסעווס הענט (בעריישיס 22:21); דאָ: ער פאסט, כאָטש ער זעט איס אנדערש, 
2 אין יאנקל יאָסאדעס פּיעסע -- וויטנבערג. 


װיטנבערג שלאָגט איבער) נאָר ניט הײַנט. מיר שיקן ארויס אונדזערע יאטן אין ואלד, 
דאָס מאָל -- אויסגעשולטע, באװאַפנטע, דארפן מיר אָפּמערקן די פריידיקע געשעעניש. זאָל זײַן 
יאָמטעו... װער פון אײַך נעמט זיך אָן צו אָרגאניזירן א פלאש מאשקע? 

א יַיַז ייק. מאשקע װעט זײַן!.. (מיט א ניגן: 


און אז דער רעבע עלימיילעך 
איז געװאָרן לוסטיק פריילעך, 
איז געװאָרן לוסטיק פריילעך ע-ליימייילעך... 


יויס עף קומט ארײַן 


יויסעף. טאטע! איך האָב דיר װאָס צו זאָגן. זייער וויכטיקס! 

װיטנבערג אָג. 

יויס עף. אױבן וארט טינאָווסקי. 

א לע (דערשטוינטע). טײנאָוויסקי?! 

װ יטנב ערג. ער איינער? 

יויס עף. אינער. 

מיריאם. עמעצער האָט ארויסגעגעבן אונדזער מאלינע! 

יויס עף. ער ויל רײידן נאָר מיט דיר. דער איניען, זאָגט ער, איז זייער אײַליק. 

מיריאם. האָסטו אים געדארפט זאָגן, אז דו קענסט ניט קיין וויטנבערגן. 

יויס עף. טאטע, ער האָט געבעטן דיר איבערגעבן, אז דײַן לעבן שטיט אין געפאר און 
ס'איז טײַער יעדע מינוט. 

די שטאביסטן שװײַגן. 


וו וו לף. קאָמענדאנט, דעדרלויבט מיר. איך װעל ארויסגיין צו אים. איך װעל זאָגן, אז איך 
בין וויטנבערג. 
װ יטנבערג. גלײַכער זאָל גיין מאָזעס. 
מאָזעס גייט. 
וו וּ לף. היי! ווארט! איר האָט מיט זיך אײַער שפּײַער? 


עס האָט זיך אָנגעהויבן פאר אים א שווערע צײַט. מע האָט אים געזוכט װי א קאַמוניסטישן טוער. 
ארבעטן אין א דײַטשישער אונטערנעמונג איזן ער ניט געגאנגען, און דאָס האָט נאָך מער געשטעלט 
זײַן לעבן אין סאקאָנע. דאָ, אין די זיבן בלוטיקע געסלעך, האָט אים פארכאפּט בלויז איין געדאנק: צו- 
גרייטן א באװאָפּנטן ווידערשטאנד קעגן דעם דײַטשישן אָקופּאנט. דער סעקרעטאר פון דער אונטערערדי- 
שער קאָמוניסטישער פּארטײ-אָרגאניזאציע אין שטאָט, איינער פון די אקטיויסטע פּפּ.אָ--קעמפער 
בערל שערעשניעווסקי, האָט מיר געואָגט וועגן וויטענבערגן: ,ער איז געװען א פּאָליטיש געשול- 
טער מענטש. אין די שװוערסטע סיטואציעס פון אונדזער קאמף אין געטאָ האָט ער געפונען אן אויס- 
וועג. ער איז געווען דרייסט און קלוג. יעדער סיטואציע פלעגט ער באטראכטן רוײיַק מיט זײַן כאראק- 
טעריסטישער קאלטקײַט?. אבע קאָוונער, וויטענבערגס פארטרעטער, גיט צו: ,ער אין געװען איינער 
פון די אופריכטיקסטע מענטשן, װאָס איך האָב וועןיניטיאיז געזען אין לעבן. דעריקער האָט מיך בא" 
גײַסטערט זײַן פּאָשעטע און אָביעקטיווע באהאנדלונג פון פּראָבלעמען?. 


וויטענבערג, און זײַן מיינונג האָט אָנגענומען דער שטאב, האָט געהאלטן: דער ציל פון דער פּאר- 
טיזאנישער אָרגאניזאציע אין געטאָ דארף זײַן פארטיידיקן די באפעלקערונג פון געטאָ אין געטאָ גופע. 
אויב די אָרגאניזאציע זאָל אוועקגיין פון געטאָ, װעט עס היסן, אז מיר לאָזן איבער אף טױט די 
אומבאװאָפנטע באפעלקערונג. 

ווען עס האָט זיך געשטעלט די פראגע ועגן פאריײניקן זיך מיט דער פּארטיזאנישער באוועגונג 
אין וואלד, האָט זיך וויטענבערג געהאלטן בא דער מינונג: ווען מיר וװעלן זיך דערויסן. אז מע 
פארמעסט זיך אומצוברענגען די געטאָ, װעלן מיר רופן די באפעלקערונג אונטער דער שוץ פון 
אונדזער געווער דורכרײַסן די טיערן און אוועקגיין אין וואלד. אגעוו, איז בא ויטענבערגן געװען 
א פּלאן: באם פארלאָזן די שטאָט אונטערצוצינדן אלע מיליטערישע אָביעקטן. דער דאָזיקער פּלאן 
וויטענבערגס האָט געגאָלטן װי א שטעלונג פון דער פּ.פּ.אָ. ביזן 716טן יול 1942, 

דעם 9-טן יול 1943 זײַנען ארעסטירט געװאָרן אייניקע מיטגלידער פונעם שטאָטישן פּארטײי 
קאָמיטעט. אף מאָרגן איז קיטעל געקומען אין געטאָ און געפאָדערט וויטענבערגן. 

וי א באװײַז, אז וויטענבערגן דארף מען בלויז אויספאָרשן, האָט קיטעל פּריִער ארעסטירט איינעם 
אן אווערבוך און נאָך דער אױספאָרשונג אים גלײַך באפרײַט. זאָל קומען אויך ויטענבערג, װעט 


7 


ק א ר פ ל. צו װאָס? דאָס איז ניט נייטיק. 

מיריא ם. װײַל דער ייִדישער דין דערלויבט ניט? 

קארפל. מיריאם, דער ייַדישער דין הײיסט אין אלע פאלן האָבן א קאָפּ אף די פּלײצעס. 

װיטנבערג. איז נעמט מיט ביידע זאכן. 

מאָזעס און יויסעף אָפּ. 

מיריא ם. כאוויירים, צװוישן אונדז געפינט זיך א פארעטער. 

ק א ר פ ל. װוּ -- צװוישן אונדז? אין שטאב? 

מיריאם. אזי זאָגט דער גראדער סייכל. 

װיטנב ערג. טשיקאװע, מיריאם, אז דאפקע איר, די פאָרשטיערן פונעם שינעם מין, 
האלט פון סייכל מער וי מיר, מענער. 

מיריאם. ענדלעך, כאווער ויטנבערג, האָט איר אנטפּלעקט, אז איך געהער צום שיינעם 
מין. א גרויסן דאנק אײַך. 

װיטנבערג. איז אנטפּלעקט אונדז דעם סאָד, וועמען זײַט איר כוישעד? 

מיריאם שװײַגט. 

װוּ לף. מיך? 

מיריאם. יעדן איינעם. 

וו ו לף. אפילע אונדזער קאָמענדאנט? 

מיריאם. אַ, ניין, כאװער װיטנבערג, אײַך טרוי איך הונדערטפּראַצענטיק און נאָך מער. 

װיטנבערג. כאיכא.. און זיך, טשיקאווע, טרויט איר? 


מאָזעס קומט צוריק. 
מאַזעס. דער פאָרזיצער פון יודנראט לאָזט זיך ניט פירן פאר דער נאָז. ער טײַנעט, אז 
ניט איך בין וויטנבערג. 
װיטנבערג (שטעלט זיך אוף). װער װיל מיך באגליטן? 
מיריאם. איך! נעמט ארויס איר רעװואַלװער און לאַדט אים אֵך. 


וויטנבערג און מיריאם גייען אוועק. 
בילד 2 


א קיךיצימערל. אין וינקל שטייט אן אײַזערן בעטל, דערבײַ--א טישל מיט א טאבורעטקע. 
דורכן פענצטער זעט זיך א גרויע צעקרישלטע וואנט. טינאָווסקי ווארט. 
וויטנבערג קומט ארײַן. 
װ יטנבערג. װײַזט זיך ארויס, אז אין געטאָ איז ניטאָ אזא מאלינע, װוּ מע זאָל קאָנען 
זיך באהאלטן פזן אײַך. 


מען אים אויך אױיספאָרשן און באפרײַען. אף קיטעלס שפיצל האָט מען זיך אָבער פארשטאנען. מע 
האָט געמאָלדן, אז וויטענבערג איז געשטאָרבן און באויזן קיטעלן א פאלשע שײַן פונעם שפּיטאָל 
אין געטאָ. קיטעל האָט זיך אָבער ניט בארוױיַקט. ער האָט ארײַנגעצױיגן אין זײַן שפּיל דעם ייַדישן 
פּאָליצײישעף פון געטאָ, דעם פארעטער דעסלער, װאָס אין געװען אין געטאָ קיטעלס א געהיימער 
אגענט. דעם 15-טן יול 1943, איינס באנאכט, איז אף א באראטונג, אין יודנראט, ווּ עס איז בײַגעװען 
וויטענבערג, געקומען פּאָליצײי, ארעסטירט ויטענבערגן און אים געשמידט אין קײטן. באם טױיער 
פון געטאָ האָט זיך אָבער וויטענבערג מיט דער הילף פון עטלעכע פּארטיזאנער אײַנגעגעבן צו אנט- 
לויפן. עס איז דערקלערט געװאָרן א מאָביליזאציע פון אלע פּארטיזאנער אין געטאָ. 

דעם 16-טן יול באגינען אין אין געטאָ אָנגעקומען אן אולטימאטום: אויב ביז זעקס אָװנט װעט 
מען ניט ארויסגעבן וויטענבערגן, װעלן פון קאָװונע קומען אעראָפּלאנען און מיט באָמבעס פארברענען 
די געטאָ. דערבײַ אָבער האָט קיטעל פארזיכערט, אז אויב ויטענבערג װעט קומען אין געסטאפאָ, 
װועט ער אים נאָך דער אויספאָרשונג באפּרײַען. 

צווישן דער ייִדישער באפעלקערונג האָט זיך אָנגעהױיבן א טראגישער געראנגל. איין טייל האָט 
געהאלטן: זיך קעגנשטעלן און פארטיידיקן וויטענבערגן, דער אנדערער טייל האָט געהעצט די בא" 
פעלקערונג, אז די געטאָ איז ניט מעכוּיעוו אומצוקומען צוליב איין מענטשן. א מיעסע ראָל האָט 
דערבײַ געשפּילט די אונטערװעלט, װאָס האָט זיך א לאָז געטאָן צו כאפּן וויטענבערגן. דער אָרגא- 
ניזירער פון אָט די פינצטערע קויכעס איז געווע דער דערמאָנטער דעסלער. 

וויטענבערג איז געזעסן אף אָשמענער געסל, נומ. 2, װוּ מע האָט אופגעשטעלט די צענומענע 
קוילנווארפערס, און האָט ארויסגעגעבן באפעלן, ויאזוי צו פירן דעם קאמף, וען די דײַטשן װעלן 
אהער ארײַנקומען. ער האָט ניט געגלייבט, אז די געטאָ װעט מען פארווארפן מיט באָמבעס. עס איז 
בלויז קיטעלס א דראָונג, כאָטש אונדן איז גוט באקאנט געװעך אז פיל געטאָס האָט מען יאָ פארי 


8 


טינאָװס קי דאָס איז נאטירלעך, הער ויטנבערג. א גוטער באלעבאָס װײיסט גוט זײַן 
באלעבאטישקײַט. 

װיטנבערג. ביזע צינגער טײַנען, אז דער עמעסער באלענאָס פון געטאָ איז ניט דער 
פאַרזיצער פון יודנראט טינאָווסקי, נאָר שטורמבאנפיורער געקע. 

טינאָװס קי. ער האָט מיך הײַנט אינדערפרי ארויסגערופן צו זיך און געהײסן.. 

װיטנבערג שלאָגט איבער). .-אין צײכן פון טרויער ארויסהענגען אין אונדזערע זיבן 
געסלעך שווארצע פאָנען? 

טינאָװ סקי. ..ברענגען איציק וויטנבערגן אין געסטאפּאָ. 

װיטנבערג. מיך?. גאָר? 

טינאָװס קי געקע דארף אײַך װעגן זייער א וויכטיקן איניען. 

װיטנבערג. איז גײט אװעק און זאָגט אים, אז א ייד מיט אזא נאָמען האָט ניט קײן 
שפּײַזדצעטל און איז אין געטאָ ניטאָ. 


מיריאם גייט ארלין. 


טינאָװ ס קי. הער ויטנבערג, איך װיל אײַך װאָרענען, אז שטורמבאנפיורער געקע שפּאסט 
ניט. דעריבער װאָלט איך אײַך ניט ראטן... (דערזעט מיריאמען מיטן רעװאַלװער אין האנט און 
ווערט אנשוויגן). 

מיריאם. װער האָט אײַך געזאָגט, װוּ ויטנבערג געפינט זיך? 

טינאָװ ס קי. געשעצטע פרײַלן, באהאלט אײַער רעװאָלװער. 

מיריאם. ענטפערט אף מײַן פראגע! (טינאַווסקי שװײַגם). קאָלזמאן איר װעט אונדז ניט 
זאָגן, פון וועמען און װיָאזוי איר האָט זיך דערװוסט װעגן װיטנבערגן, װעט איר פונדאנען ניט 
ארויס. 

טינאָװ ס קי. הער ויטנבערג, איך בעט אײַך, הייסט דער פרײַן, זי זאָל אונדז ניט 
שטערן. 

װ יטנבערג. מיר ווארטן אף אײַער ענטפער. 

טינאָװ סקי איז װי שטעלט איר זיך פאָר, מײַנע הערן, -- אז דער פאָרזיצער פון יודנ" 
ראט איז א טיפּעש און האָט זיך אנטשלאָסן גיין צו אײַך, ניט פארשטייענדיק, װאָס פאר א געפאר 


װאָרפן מיט באָמבעס. אזוי איז געשען אין גלובאָק. װאָלאָזשין און בייס דעם אופשטאנד אין 
ווארשע. 

די פּאניק בא דער באפעלקערונג איז אלץ מער געשטיגן. דער שטאב האָט באשלאָסן, אז וויטענ- 
בערג זאָל אריבערגיין אין אן אנדער אָרט, װוּ קיינער װייסט ניט. דעמלט האָט דער שטאב אין 
געטאָ אָפּגעהאלטן א זיצונג. דער גרעסטער טייל אָנטײלנעמער האָט זיך ארױסגעזאָגט, אז מע קאָן ניט 
קעמפן קעגן די אייגענע ברידער אפילע דעמלט, וען זיי זײַנען ניט גערעכט און פארשטייען ניט, 
אז דאָס פאָדערן וויטענבערגן איז נאָר א מיטל לײַכטער אומצוברענגען די געטאָ. 

וויטענבערג האָט געהאלטן, מע זאָל קיטעלן ניט נאָכגעבן, װען אפילע מע װעט אין הײַנטיקן 
קאמף ניט מיטציען די גאנצע באפעלקערונג. אוב אַבער די אָרגאניזאציע אין מיט אים ניט מאסקים, 
װעט ער באגיין זעלבסטמאָרד. נאָר דאָס באגיין זעלבסטמאָרד האָט ניט געקאָנט ראטעװוען די לאגע. 
קיטעל האָט געפאָדערט א לעבעדיקן וויטענבערגן. 

וויטענבערג האָט זיך געזעגנט מיט זײַנע כאויירים, באשטימט אף זײַן אָרט דעם שטאבימיטגליד 
אבע קאָװונער און איז אוועק צום טויער. 

דאָרט האָט שוין געווארט אף אים קיטעל. ער האָט אים ארײַנגענומען אין אװטאָ און אוועקגעפירט 
אין די קעלערן פון געסטאפּאָ. 

אין געסטאפּאָ האָט מען אים גלײַך איבערגעגעבן אין די הענט פון מאקס גראָס, דעם ספּעציעלן 
אױספאָרשער פון פּארטיזאנישע איניאַנים. 

אף מאָרגן האָט מען דעם קאָמאנדיר געפונען אין די קאָרידאָרן פון געסטאפּאָ. זײַנע האָר זײַנען 
געווען פארברענט. די אויגן -- אויסגעשטאָכן, און די פארבונדענע הענט -- צעבראָכן. 


(לויט אװראָס סוצקעװערס בוך ‏ פון וילנער געטא") 


9 


עס דראָט אים. מיט איין װאָרט, געקע װוייסט, אז אין שטאָט איז טעטיק א קאָמוניסטישער שטאב, 
אן אזויגערופענער צענטער, מיט וועמען איר האָט פארבינדונגען. 

מיריאם. פון װעמען וייסט ער עס? װער האָט אים אינפאָרמירט? סײַדן איר! 

טינאָװס קי. ניין, געשעצטע פּרײַלן. איך, פארקערט, בין פארינטערעסירט אײַך אױיסצר" 
היטן. אײַך און אײַער אָרגאניזאציע. ניט געקוקט, װאָס איך װייס, אז איר האָט גראנאטעס, און 
ביקסן, און אפילע עטלעכע קוילנווארפערס. אלץ ווייס איך װעגן אײַך, נאָר איך שװײַג. װײַל דער 
גוירל פון געטאָ איז דעם פאָרזיצער פון יודנראט אזוי טײַער, וי אײַך. 

װיטננערג. אױב אזוי... זאָגט, צו װאָס דארף מיר געקע האָבן? 

טינאָװ ס קי. ער װיל... איר זאָלט אים העלפן. 

װ יטנב ערג. איך -- אים? איר שפּאסט. 

טינאָװ ס קי. ער נייטיקט זיך אין געוויסע יעדיִעס װעגן קאָמוניסטישן צענטער אין וילנע. 
פאר אײַער מי, זאָגט ער צו, װעט ער אָפּצאָלן דער געטאָ. 

מיריאם. און איר האָט זיך אָנגענומען צו קומען צו אונדז מיט אזא געמיינעם פאַרשלאָג... 
פארעטער! 

טינ אָ װ ס ק י. איך... איך ווייס, אז אף יעדן גאסווינקל טײַטלט מען אף מיר: אָט גײט 
ער, דער פארעטער. און איך װוייס, אז אלע, גרויס און קלין, פארורטיילן מיך, האסן מיך און 
מײַדן מיך אויס. װי א קרעציקן... פון מיר קערן זיך אַָפּ אפילע די, װעלכע איך ראטעװוע פון 
טויט... איז זאָלן זיי. איך האָב ניט קיין אנדער בריירע, װי וידער גײן צו געקען מיט א נײַער 
רעשימע. אים געבן הונדערט ייִדן, קעדיי צו ראטעווען טױיזנט. ניין! אים געבן טױזנט, קעדיי צו 
ראטעווען נאָר הונדערט. דאָס איז שענדלעך, און געמיין, איך פארשטיי עס. דעריבער עקלט מיך 
פון זיך. איז זאָל עקלען, אבי נאָר א טייל ייִדן זאָלן בלײַבן לעבן. זאָלן בלײַבן הונדערט! צואנ- 
ציק! צען ייַדן! און זאָלן זיי דערנאָך דערציילן זייערע קינדער און קינדס'-קינדער, אז אין געטאַָ 
האָט געװעלטיקט א פארעטער טינאָווסקי. טאקע צוליב דעם, זיי זאָלן דערלעבן עס צו דערציילן, 
בין איך גרייט צו געבן געקען נאָך רעשימעס און... פארשאָלטן װוערן לעדאָר-דוירעס. 

מיריאם. און כוץ דעם, פארשטייט זיך, ראטעווען די אייגענע פעל, | 

טינאָװ ס קי. דאָס יל איך ראטעווען מײַן פעל? (צו װיטנבערגן). איך, אָדער איר? זאָגט, 
ווער שטעלט איצט אין סאקאָנע דאָס לעבן פון צוואנציק טויזנט ייִדן? און דאפקע נאָך היטלערס 
מאפּאַלע בא סטאלינגראד, װען געקע װעט זיך נאָך מער נייטיקן אין ייַדישע ארבעטס:הענט.. אָ, 
וי איך האָב געווארט אפן דאָזיקן טאָג, וען איך װעל קאַנען פארוואנדלען אונדזערע אומגליקי 
לעכע זיבן געסעלעך אין א רויַקן ארבעטס-לאגער... װוּ מיר װעלן זיך נאָר דארפן סטארען. דער" 
װײַזן מיט אונדזער פּראצע און שווייס, אז... אדעראבע, הער ויטנבערג, זאָגט, װאָס לױנט בע- 
סער -- צאָלן געקען מיט שווייס, אָדער מיט בלוט? 

וו יטנב ערג. מיר דארפן אים ניט צאָלן. מיר זײַנען אים קיין זאך ניט שולדיק. 

ט י נ אַ וו ס ק י. ניין?.. איז גייט אוועק און זאָגט עס אים... דערקלערט אים, אז די נירנבערגער 
געזעצן זײַנען פאר ווילנער ייִדן ניט כאל. 

װיטנבערג. זײ זײַנען געשריבן נאָר פאר די יעניקע, וועלכע אנערקענען זי און ווארפן 
זיך זיי אונטער. 

טינ אָ װו ס ק י. און פאר די יעניקע, הער וויטנכערג, וועלכע אנערקענען זיי ניט, אָבער זײַנען 
געצװוננגען זיי זיך אונטערצוווארפן. געקע האָט געװאָרנט, אז ער װעט ווארטן נאָר צװיי מעסלעס. 
אויב איר װעט ניט קומען צו דער צײַט, װעט ער אָפּמעקן אונדזערע זיבן געסלעך, אז קיין זייכער 
װעט ניט בלײַבן פון זיי. 

מיריאם. גייט און זאָגט אים דאָס, װאָס מיר הייסן. 

טינאָװסקי (אַך א קורצן שװײַגן. און פונדעסטװועגן, הער ויטנבערג, בין איך פאָרט 
זיכער, אז אין אײַך קלאפּט א ייִדיש הארץ. בעשום-אויפן קען עס ניט געמאָלט זײַן, אז עטלעכע 
פּארשוינען פון א קאָמוניסטישן צענטער זײַנען אײַך טײַערער, װי דאָס לעבן פון צואנציק טױיזנט 
ייִדן. 

מיריאם. גײיט! 

טינ אָװ ס קי. הער וויטנבערג, איך זע, איר האָט זיך פארטראכט, איך פארשטיי, בא אײַך 
האָבן זיך דערװעקט ספייקעס. איר האָט מוירע, אז געקע װעט אײַך נאָך אײַער שמועס ניט אָפּלאָזן 
אהיים? ריכטיק, איר האָט א גרונט אים ניט צו טרויען. דעריבער האָב איך צוגעגרײיט.. (נעמט 
ארויס פון קעשענע א זעקעלע). דאָ איז פאראן... 

מיריאם. טפילן! 

טינ אָװ ס קי. גאָלד! 

מיריאם. נו, זײַט איר דאָך אן עכטער שײלאָק! 


10 


טינ אָװס ק י. שײלאָק איז געקע, ניט איך, געשעצטע פרײַלן. ער וייסט גוט די װערט פר 
נעם געלן מעטאל! קורץ און קונציק, אויב עס וװעט זײַן נייטיק, װעל איך אײַך אויסקויפן. 
װיטנבערג (בײַסיק) איר װעט מיך ניט אָפּנארן? 
טינאָװ סקי. איך זע, אז איר גלייבט מיר ניט. לאָז איך אײַך איבער דאָס זעקעלע א מאשקן. 
מיריאם. גיט אהער! 
טינאָווסקי דערלאנגט מיריאמען דאָס זעקעלע. 


װיטנב ערג. נין, גין! גיט אים אָפּ צוריק! (מיריאם גיט אֶפּ צוריק דאָס זעקעלע). איז 
אָט װאָס, פאָרזיצער פון יודנראט. פון הײַנט זײַט איר פאראנטװאַרטלעך פאר מײַן לעבן. אוב מיט 
מיר װעט װאָס-עס-איז פּאסירן, באצאָלט איר מיט אײַער קאָפּ. 

טינ אָ װ ס ק י. געקע האָט געזאָגט... 

װיטנבערג (באפעלעריש) גײט! 


טינאָווסקי גייט אוועק. 


װיטנבערג נאָך א שװײַגן) נו, מיריאם, װי געפעלט עס אײַך? 
מיריאם. קלאָר: א פּראָװאָקאציע. קוידעמקאָל מוזן מיר טיקעף אינפאָרמירן דעם צענטער. 
װיטנבערג. דאָס װעלן מיר בעמיילע טאָן. 
מיריאם. צוייטנס... נעמט זיך ניט צום הארצן, איך בעט אײַך, קאָמענדאנט. איך פאר" 
זיכער אײַך, קיין בייז װעט מיט אײַך ניט געשען. 
בייגט זיך צו צו וויטנבערגן און, אומגעלומפּערט, גיט זי אים א קוש אין באק. 


װיטנכבערג איבעראשט) נו, מיריאם!. אף דעם האָב איך זיך ניט געריכט. 

מיריא ם. מיר װעלן אײַך קיינעם ניט אָפּגעבן, כאווער וויטנבערג! 

װיטנבערג. גײט, גײט, מיריאם. איך װיל נאָך עפּעס זאָגן יויסעפן. (רופט). ייסעף! 
(מיריאס גייט אװעק, יויסעף קומט ארײַן). הער זיך צו, זון מײַנער. באלד דארף צו אונדז קומען 
א פארבינדלערן פון צענטער, זי װעט טראָגן אפן קאָפּ א גרין טיכל, גיי אװעק צו אונדזער טירל 
און באגעגן זי. אהא, און נאָך עפּעס. װי נאָר דו װעסט זי ברענגען צו פירן אהער, װעסטו זאָגן 
װולפן, ער זאָל דיך באזאָרגן מיט אלץ, װאָס איז נייטיק. באנאכט װעסטו ארויס מיט דער גרופּע 
אין וואלד. 

יויסעף. טאטע, װאָס האָט מיטאמאָל פּאסירט? נעכטן, ויפל איך האָב זיך בא דיר געבעטן, 
האָסטו אפילע הערן ניט געװאָלט וועגן דעם. 

װיטנבערג. הײַנט דערליב איך דיר. 

יויסעף. װאָס האָט דער אױיסװורף געװאָלט? 

װיטנבערג. ייסעף, דאָס, װאָס דו ביסט מײַן זון, גיט דיר נאָך ניט קיין רעכט צו ויסן 
אלץ, װאָס עס טוט זיך אין שטאב. 

יויסעף. זאָג מיר, װאָס האָט דער אױיסװוּרף געװאָלט פון דיר? 

װיטנבערג. ניט פון מיר, פון שטאב... נו, איך אײַל זיך. 

יויסעף. איך האָב געהערט אײַער געשפּרעך. 

װיטנבערג. הינטערן װענטל? (יויסעף שוייגט). נו בעעמעס, איך װייס ניט, װיָאזוי דיך צו 
באשטראָפן... (באפעלעריע)). גיי און זאָג װוּלפן... 

יויסעף (שלאָגט איבער). שיק מיך ניט אװעק פון זיך! איך בעט דיך, טאטע, איך װיל 
זײַן מיט דיר. 

װיטנבערג. דערווידער מיר ניט! 

יויסעף איך פארשטײי.. אלצדינג, טאטע, פארשטיי איך. דו צוייפלסט, צי א פופצניאַריק 
ייִנגל... פארזיכער איך דיר... איך שװוער דיר, טאטע, אז.. איך בין אזוי שטארק, װי דוי 

װיטנבערג נאָך א קורצן זיך שלאָגן מיט דער דיע) גוט, פארבלײַב. (אײַליק אַף). 


בילד 2 


אין קעלער. וויטנבערג, מיריאם, מאָזעס, קארפל און װוּלף זעצן פאָר זייער באראטונג. באם ראדיאָ- 
אפּאראט -- אײַזיק. 

װיטנבערג (צו קארפלען. איצט איז אײַער ריי. ביטע! 

ק א רפ ל. אין אונדזערע הייליקע ספאָרים איז פארשריבן: װען די אנדערשגלױביקע װעלן 
אײַך זאָגן: גיט אונדז אָפּ איינעם פון אײַך, אויב איר װעט עס ניט טאָן. הארגענען מיר אײַך 
אלעמען -- איז זאָל מען הארגענען אלעמען, אָבער ניט ארויסגעבן איין נעפעש פן יַסראָעל. 

װיטנכערג (אָך א קורצן שװײַגן. דאָס איז אלץ, װאָס איר האָט אונדז צו זאָגן? 


11 


ק א ר פ ל. איך בין א פּאַשעטער ייָד, קאָן איך ניט אָפּנעמען אָדער צוגעבן אפילע איין אָס 
צו דעם, װאָס אונדזערע כאכאָמים האָבן געזאָגט. 

װיטנבערג. הער מאַזעס, אײַער װאָרט, ביטע. 

מאָזעס. אין אָנבליק פון דער נײַגעשאפענער סיטואציע, לייג איך פאָר דערװײַל ניט שיקן 
אונדזער גרופּע אין וואלד. 

מיריאם. ניין, מאַזעס, ועגן דעם קאָן אפילע קיין רייד ניט זײַן. 

. מאָזעס. איצט טאָרן מיר ניט אָפּשוואכן אונדזער קויעך. אין קעגנטײל, מיר מון אים 

פארפעסטיקן: מאָביליזירן אונדזער גאנצע אָרגאניזאציע. 

װיטנבערג. דאָס איז א ריזיקאלישער שריט. װי נאָר די געטאַ װעט זיך דערװיסן װעגן 
דעם, װעט אויסברעכן אן אומגעהײַערע פּאניק. 

מ אָ זע ס. און װי אויב געקע װעט זיך פון זײַן פאָדערונג ניט אָפּזאָגן? 

מיריאם. כאויירים, ס'האָט נאָך ניט געטראָפן -- אין ערגעץ און קײנמאָל ניט -- אז קעמ" 
פער זאָלן ארויסגעבן זייער עלטסטן דעם סוינע. 

מאָזעס. איר מיינט מיט דעם צו זאָגן, אז דער צענטער װעט נעמען ויטנבערגן אונטער 
זײַן אלמעכטיקער שוץ? 

מיריאם. געװיסו 

מ אָ ז ע ס. איך צווייפל אין דעם. מיט ייַדן שלאָגט מען שטענדיק קאפּאָרעס. 

װיטנבערג. אױב אזי, לייג איך פאָר צו שיקן אין צענטער א שאַליעך. זאָל ער אונדו 
קאָנקרעט אָנװײַזן, װאָס מיר האָבן צו טאָן. 

מיריא ם. און דערװײַל אָפּהאלטן די גרופּע? 

װיטננערג. דאָס װעט דױערן מערסטנס איין מעסלעס. 

מיריאם. איך בין קעגן. 

מ אָ ז ע ס. איך בין פאר. גלײַכצײַטיק װעלן מיר בעטן מענטשן און געווער. 

מיריאם. צו װאָס? 

מאָועס. בײס א געפאר העלפט דער שטארקער דעם שואכערן, אזוי פירט זיך פון 
אײביק אַן. 

װיטנבערג. מאָזעס, בס א געפאר לײגט מען אָפּ אלע כעזשבוינעס אין א זײַט, און 
אלע, פּלײיצע דו פּלײצע, הייבן זיך אוף אין קאמף קעגן געמינזאמען סױנע. װאָס מײנט איר, 
פּרײַנט מײַנע, אז דער צענטער זיצט איצט מיט פארליגטע הענט און וארט? געװיס גרייט ער 
עפּעס אזוינס, װאָס... 

יויסעף קומט ארײַן. 


יויסעף. טאטע, איך האָב געבראכט צו פירן די פארבינדלערן. זי װארט אױבן 
װיטנב ערג. פיר זי אראָפּ אהער. (יויסעף אָפּ). װער פארבלײַבט מיט מיר? (צו מיריאמען). 
איר! (מאָזעס, קארסל און װוּלף אָפּ), איר װייסט, װאָס פאר א געדאנק מיר איז אָקאָרשט געקומען 
אין קאָפּ? אויסצוניצן די פארבינדלערן. מיר װועלן זי שיקן אין צענטער. 
מיריאם. לאָגיש. 


יויסעף און די פארבינדלערן קומען ארײַן. 


װיטנבערג (קוקט זי אָן דערשטוינט). דו?. ניט שוין זשע דו?. 

ט ער עס ע. בארעמהארציקער יעזוס! (לויפט צו צו ויטנבערגן און פאלט אף זײַנע אקס- 
לען). א לעבעדיקער!.. עס לעבט, עס לעבט מײַן שווארצברעמיקער!.. 

װיטנב ערג. טערעסע.. די זעלביקע. פונוואנען? װיָאזוי?.. גאָר א קעמפערן? 

ט ע ר ע ס ע. ניט א הונדערטפּראָצענטיקע, נאָר... דו װוּנדערסט זיך? 

װיטנבערג. הם.. איך װאָלט זיך קינמאָל ניט פאָרגעשטעלט, אז פּאפּאס צעפּעסטעט 
טעכטערל... 

טע ר ע ס ע. ענדלעך!.. ענדלעך האָב איך דיך געפונען!.. 


יויסעף אָפּ. 


מיריאם (קאלט) ניט שוין זשע האָט איר אים ספּעציעל געזוכט? 
ט ער ע ס ע. פונעם ערשטן טאָג װי די מילכאָמע איז אױיסגעבראָכן. 
מיריאם. איז װער האָט אײַך געזאָגט, װוּ אײַער געזוכטער געפינט זיך? 


טערעסע װײַזט אף איר הארצן. 
מיריאם. איך פרעג אײַך ערנסט. 


12 


טערעסע צו ויטנבערגן). אף יעדן ראָג, װוּ נאָר איך פלעג גיין, האָט זיך מיר קעסידער 
געדוכט, אז דו גייסט מיר אנטקעגן. 

וו ייטנב ער ג. טערעסע, געוויס ביסטו הונגעריק... (צו מיריאמען). באמיט זיך, געפינט עפ- 
שער פאר אונדזער גאסט עפּעס-װאָס אָנבײַסן. 


מיריאם אָפַּ. 


טץ ר ע ס ע. פריַער פאר אלץ, איציק, װויל איך וויסן... 

װ ייטנ בע רג. ניין, פריער פאר אלץ דארפסטו שטילן דײַן הונגער, זיך אָפּרוען. נאַכדעם 
וועסטו זיך אלצדינג דערוויסן. 

ט ער ע ס ע. איך האָב װײיניק צײַט. 

װיטנבערג. דאָס זאָל דיך ניט קימערן. בא אונדז גײט די צײַט אנדערש װי בא אײַך. 
לויט גאָר אן אנדער כעזשבן. 

ט ע ר ע ס ע. אײַער גרופּע מוז איך ארויספירן ניט שפּעטער װי אין צויי שאָ ארום. 

װיטנבערג. לידער װעסטו הײַנט דאָס ניט קאָנען טאָן 

טע ר ע ס ע. ניין? איך האָב א באפעל, 

װיטנבערג. צוליב ניט קיין פאָרויסגעזעענע סיבעס. 

ט ע ר ע ס ע. איציק, איך האָב א שטרענגן באפעל. 

װיטנבערג (האלב אין שפאס, האלב ערנסט). אין געטאַ בין איך דײַן באפעלער.. 

טערעסע א דערפרייטע לױיפט זי צו צו ויטנבערג). עך, װי לאנג איך האָב געווארט אפן 
דאָזיקן טאָג! 


מיריאם קומט ארײַן. 


בילד 4 


אין קיך. טערעסע ליגט אפן בעטל. מע קלאפּט אין טיר. 
טע ר ע ס ע. איציק, דו? 


וויטנבערג קומט ארײַן 


װיטנבערג (קוקט אפן זייגער). נו, טערעסע, איך מין, אז דו האָסט זיך שין אָפּנערוט. 
דײַן אופגאבע איז דיר קלאָר... דו ביסט גרייט? 

טערעסע. זעץ זך. (װיטנבערג זעצט זיך אפן בענק?) נין, געענטער. (װײַזט אפן 
בעטל). דאָ. 

װיטנבערג (מאכט זיך ניט הערנדיק). אונדז איז זײיער װיכטיק, דו זאָלסט ארויס װאָס 
פריִער, קעדיי װאָס שנעלער צו קומען צוריק. 

טערעסע. אן איך בעט דיך זיך זעצן נעענטער. דאָ.. נוו.. אָדער עפשער שעמט זיך 
פאר מיר מײַן שווארצברעמיקער? 

װיטנבערג (רעאגירט ניט). איך מין, אז איך דארף ניט דערקלערן אף ויפל דײַן שלי- 
כעס איז װויכטיק און זייער אײַליק. 

ט ע ר ע ס ע. און איך האָב באשלאָסן ניט צו גיין. שיקט אן אנדערן. 

װיטנבערג. טערעסע, איך האָב דיר שין, דוכט זיך, דערקלערט, פארװאָס דער שטאב 
האָט באשלאָסן צֵו שיקן האפקע דיך. 

ט ער ע ס ע. אײַער שטאב איז אף מיר קיין באלעבאָס ניט. 

װיטגבערג. אָבער פארשטײ: אין ווילנע קומען פאָר ארעסטן. דו ביסט א שטאָטישע. אין 
פאל פון א געפאר װעט א ליטווינקע זיך גיכער אָריִענטירן, איידער א ייָד פון געטאָ. 

טערעסע הייבט זיך אוף פון בעטל און נעמט צונױיפקלײַבן אירע זאכן. 

װיטנבערג. כוץ אלעמען, װעסטו זאָגן דעם צענטער, אז... 

טערעסע פלוצעם היסטעריש). נייןף איכ'ל ניט גײן!' בעשוםאויפן ניט! קוים האָבן מיר 
זיך שוֹין יאָ געטראָפן און האָבן א מעגלעכקײַט זײַן צוזאמען א טאָג אָדער צוויי... איציק, פארװאָס 
ביסטו אזוי שלעכט צו מיר? און צו זיך? 


װ יטנבערג. נו װאָס קאָן איך דיר ענטפערן אף דעם?. נאָר דאָס, או סאיז מילכאָמע. 
ט ער ע ס ע. דאפקע װײַל עס איז מילכאָמע.. האָב איך דיך אומעטום געזוכט.. ביז איך 


13 


האָב דיך געפונען... און אז איך האָב דיך שוין יאָ געפונען.. אייגנטלעך, זאָג מיר, װוּ איז דײַן 
פרוי? פארװאָס באקענסטו מיך ניט מיט איר? דוכט זיך, ראָכל הייסט זי? 
װיטנבערג. מײַן פרוי האָט מען דערשאָסן. 


ביידע שװײַגן, 


ט ע ר ע ס ע. נו, װאָס קאָן איך דיר זאָגן, איציק? דאָס זעלביקע: ס'איז מילכאָמע. 

+ װויטנב ער ג. ראָכל האָט מיט קיינעם ניט מילכאַמע געהאלטןן. זי איז געוען נאָר א װײַב 
און נאָר א מאמע. שטורמבאנפיורער געקע האָט זי דערשאָסן נאָר דערפאר, װײַל זי איז געװען 
א ייִדישקע. 

ט ערע ס ע. מיט צוויי טעג צוריק האָבן עסעסאַװוצעס צונויפגעטריבן אף דער ברייטער גאס 
עטלעכע צענדליק פארבײַגייער, זיי ארײַנגעשלעפּט אין לאסט-אווטאָס און... 

װ יטנב ער ג. אָן קיין שום סיבע? 

ט ערע סע. אין א דערבײַיִקן הויף האָט מען געפונען א דערהארגעטן דײַטשישן סאָלדאט. 

וויטנבערג. הײיסט עס, אז א סיבע איז געוען. 

טע ר ע ס ע. מיר איז געלונגען צו אנטלויפן נאָר צופעליק. 

וו יטנב ערג. מיט ראָכלען האָט ניט געקאַנט זײַן קיינע צופעליקײַטן. 

טערעס ע. איך האָב זיך געראטעװועט נאָר דערפאר, װײַל איך האָנ זיך שנעל אָריִענטירט. 

װיטננכערג. ראַכלען האָט ניט געקאַנט העלפן די בעסטע אָריִענטאציע. 

ט ער ע ס ע. יאָ, יאָ, איך פארשטיי... 

וװיטנ בער ג. איך צווייפל, צי דו פארשטייסט. 

ט ע ר ע ס ע. פארװאָס מיינסטו, אז איך קאַן דאָס ניט פארשטיין? 

װיטנבערג (שארף) װײַל דאָס איז ביכלאל אומפארשטענדלעך. 

טע ר ע ס ע. איציק, װאָס איז אומפארשטענדלעך? 

װיטנבערג אופגערעגט). נין, צוערשט זאָג מיר דו, װאָס דו פארשטײסט? 

ט ער ע ס ע. איך פארשטיי, אז... ס'איז גוט, װאָס איך האָב דיך סאָפקאַלסאָף געטראָפן. 

ויטנבערג. דערקלער מיר.. אָט װאָס, דערקלער מיר, טערעסע. װאָס באטײַטן דײַנע 
אָנצוהערענישן? און דײַן מאָדנע אופירונג? איך געדענק, אז דײַן ליבע צו מיר איז פארשװונדן אין 
זעלבן טאָג, ווען איך האָב דיר פאָרגעלייגט כאסענע צו האָבן. 

טערעסע. דאָס איז דער פּאפֹּא שולדיק. בא דיר איז ניט קיין ליבע, האָט ער צו מיר 
געטײַנעט, נאָר מיטלײַד צו אן אַרעמען סטודענט. 

װיטננבערג. איך בין געווען זײַן פעייקסטער סטודענט. 

ט ערע סע. אָבער פון ייִדישער אָפּשטאמונג... פלעגט זאָגן דער פּאפּא. און װי נאָר ער האָט 
זיך דערװוסט וועגן דײַנע אָנשױונגען און ער האָט מיר פארבאָטן... 

וו יטנב ערג. מיך צו ליבן? 

ט ע ר ע ס ע. איציק, זײַ ניט שטרענג צו מײַן פאָטער. דאָס לעבן האָט אים שוין אזוי אויך 
שווער באשטראַפט. איצט זיצט ער א פארלירענער פארשפּארט אין זײַן קאבינעט און גייט אין 
ערגעץ ניט ארויס. 

װיטנבערג. פן דעמלט זײַנען פארלאָפן א סאך יאָרן. 

ט ע ר ע ס ע. אָבער וי נאָר ס'איז אױיסגעבראַכן די מילכאַמע און ס'האָבן זיך אָנגעהויבן די 
מאסן-דערשיסונגען, האָב איך דיך גענומען זוכן. 

װיטנבערג. בא דיר האָט זיך דערװועקט מיטלײַד צו איין ייָדן? 

ט ער ע ס ע. בא מיר האָט זיך דערוועקט... אזוינס, װאָס איז קיינמאָל ניט געװוען פארלאָשן. 
(קוקט וויטנבערגן אין די אויג). 

װויטנבערג. דאָס איז געװען אן איליוזיע. 

ט ערע ס ע. ניט איך האָב זי צעבראָכן -- דער פּאפֹּא... (מילד). נו, שווארצברעמיקער, זײַ 
ניט בייז אף מיר, אויב איך האָב דיר פארשאפט ליידן. 

װיטנבערג (פלוצעם אן איבערגעביטענער). טערעסע! דו הערסט? דאָס ליפט די צײַט!. 
אפילע אין געטאַ, װוּ זי איז פארגליווערט, לויפט זי... מיר יאָגן זי. 

ט ער ע ס ע. ווער -- מיר? 

װיטנבערג. יַדן. (טערעסע, א דערשטױנטע, קוקט אף װיטנבערגן און שװײַגט). דער" 
בער בעט איך דיר -- גיי! טערעסע נעמט ארויס פון איר ואליזע א פלאש בראנפן). נייןניין, ניט 
נייטיק. דאָס איז אינגאנצן איבעריק. מיר װעלן ניט טרינקען. בעשוםאויפן ניט! 

טע ר ע ס ע. לאָמיר זיך איבערבעטןן... שווארצברעמיקער, דו געדענקסט וי מיר פלעגן זיך 


14 *ן 


שפּילן? זינגט): לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן, זײַ זשע ניט קין נאר... (עפנט די פלאש 
און גיסט אָן צוויי קווערטלעך). פאר אונדזער באגעגעניש. 

װיטנבערג הײבט אוף זײַן קװערט?). פאר אין טאָג לעבן, גוט, טערעסע? לאָמיר אס" 
טרינקען נאָר פארן הײַנטיקן טאָג. 

ט ער ע ס ע. איך וויל מערער. דו ווייסט וויפל? אלע טעג און אלע נעכט, װאָס מיר קומט. 

װיטנבערג. פארװאָס מיינסטו, אז דיר קומט מערער װי מיר? 

ט.ע ר ע ס ע. איך זאָג ניט, אז מיר קומט מערער. 

װיטנבערג. טערעסע, אַקאָרשט האָסטו געזאָגט.. איך בעט דיר, גיי, עס װערט שפּעט.. 
אָט גיב א קוק דורכן פענצטער. (טערעסע קוקט). װאָס זעסטו? 

טערעס ע. א גרויע וואנט. 

װיטנבערג. הינטער איר שטייט.. דו ווייסט װער? 

ט ע ר ע ס ע. ווער? 

וויטנב ערג. אן עקלדיקע בריִע. 

ט ער ע ס ע. איך זע קיינעם ניט. 

וו ייטנב ערע. ער ווארט!.. אָט!.. דו הערסט -- טריט? זיי דערנעענטערן זיך! ער קומט! 

ט ע ר ע ס ע. ווער? 

װיטנבערג. שא! הער זיך צו! 

ט ערע סע. דיר דוכט זיך עס. 

װיטנבערג פּלוצעם שרײַט). באהאלט מיך! (לױיפט צן צו טערעסען און באהאלט זיך 
הינטער איר פלייצע. היסטעריש). ראיטע-ווע מיך!!! 

טערעסע ככאפט אים אין די אָרעמס) טײַערער מײַנער, בארויַק זיך.. 

װויטנבערג. ראָכל האָט געשריִען ניט מיט איר קאָל פאר װאָס? איך יל וויסן פאר װאָס? 

טערעסע (קקושט אים) אָ, מײַן שווארצברעמיקער... 


בילד 5 


נאָך האלבער נאכט. טערעסע שלײַכט זיך ארויס פון טויער, שטויסט זיך אָן אף יויסעפן 
ט ער ע ס ע. הם... װעסט מיך באגלייטן? 

יויס עף. דו. צויג! איך װאָרן דיך! 

טערעסע זײַ ניט אין קאס אף מיר, 

יויס עף. אױב דו װעסט זיך דאָ באװײַזן נאָך איין מאָל... 

טע ר ע ס ע. און זײַ ניט אין קאס אף דײַן פאָטער. | 

יויסעף דו הער, װאָס איך זאָג דיר: דײַן פוס זאָל דאָ מער אין געטאָ נִיט זײַן 
ט ערע ס ע. אַ, ניין, יויסעף, איך מוז קומען צוריק. 

יויסעף. צו באשמוצן דעם אָנדענק פון מײַן געשאָסענער מאמען? 

טער עס ע. קעדיי צו ראטעווען דיך און דײַן פאָטער. 

יויסעף. גאַיִם ראטעווען ניט קיין ייִדן -- הארגענען זיי! 

ט ערע סע. איך ליב אים. 

יויסעף. װי א הור! 

ט ע ר ע ס ע. ניין, יויסעף, וי א פרוי... װי א מאמע... וי דו! 

יויס עף. אױב דו װעסט זיך ניט אָפּטראָגן אף שטענדיק... 

ט ער עס ע. איך מוז קומען צוריק! איך װעל דיר זײַן א מאמע. 

יויסעף גיפטיק). מיך עקלט פון דיר. 

טער ע ס ע. און דו װעסט מיר זײַן א זון! 


יויסעף אומגעריכט מיט א געבראַכענער שטים). טערעסע, איך בעט אײַך, לאָזט אונדז 
צורו, גייט אוועק... גייט אוועק און קומט קיינמאָל ניט צוריק. 


ביידע פארשווינדן אין דער פינצטערניש. 
בילד 6 


אין קעלער. אײַזיק הערט ראדיאָ. וויטנבערג, מיריאם, מאָזעס און קארפל ווארטן אף יעדיעס. 
יויסעף גייט ארײַן. 
װ יטנב ערג. ייסעף! גי נאָכאמאָל אװעק צו אונדזער טירל. פּונקט צװעלף װעט זיך 


דאָרטן באװײַזן איינער מיט א דײַטשישער צײַטונג אין דער לינקער האנט. ברענג אים צו פירן 
אהער. 


15 


יויסעף אָפֿ. 


נו, אָראקול, װאָס זאָגט הײַנט לאָנדאָן? 

א ײַ ז יק. היטלער באקומט קלעפּ, אָבער די מיסע-מעשונע האָט ער נאָך פאָרט ניט אײַנ" 
גענומען. 

װיטנכערג. און װאָס גיבן זי איבער וועגן אופשטאנד אין װײַסרוסלאנד? 

א ײַז יק זי דערמאָנען ניט. אפילע מיט קײבֿ איין װאָרט ניט. 

מ אָזע ס. מיסטאמע ווידער א קאטשקע. 

װיטנבערג. גיכער פון אלץ אין נאָך די יעדיִע צו לאַנדאָן ניט דערגאנגען. און די 
דײַטשן, פארשטייט זיך, מעלדן ניט, װײַל זי זײַנען פארינטערעסירט אזא אינפאָרמאציע צו פאר- 
שװײַגן. נישקאָשע, סײַװיסײַ ברענט שוין די ערד אונטער זייערע פיס. 


װוּלף קומט ארײַן. 


וו ו לף. קאַמענדאנט, דערלויבט מיר צו מעלדן! 

װיטנבערג. וארט אוף.. (צן אײַזיקן). און װי אין די לאגע אף די פראָנטן? 

א ײַ ז יק. די רויטע ארמיי שפּאנט פאָרויס. 

װ יטנבערג. איר הערט, שפּאנט נאָך אלץ פאָרויס!.. פרײַנט מײַנע, עס קומען פאָר גראנ' 
דיעזע געשעענישן, איז פארװאָס זײַנען אײַערע פּענעמער אזוי פארזויערט? 

וו ו לף. קאָמענדאנט, איך האָב אײַך געבראכט אן אײַליקע יעדיִע. 

װיטנבערג. אן איך האָב אײַך געבעטן וארטן.. װעגן װאָס האָבן מיר גערעדט?. נו 
מיילע. (צו װוּלפן). װאָס האָט איר מיר צו זאָגן? 

װו ו לף. אין געטאָ איז א בעהאָלע. מעשונעדיקע קלאנגען. אף באנאכט גרייט זיך אן אקציע. 
טינאָווסקי האָט צונויפגערופן אלע ייִדן אף אן אסיפע. קינד און קייט ציִען צום שולהויף. 

װיטנבערג. אזי גאָר?.. אויב אזוי... מאָזעס! נעמט א צענדליק יאטן און הײַדא צום 
שול-הויף! זאָגט אלעמען װעגן די ניצכוינעס פון דער רויטער ארמיי, װעגן געקעס פּראָװאָקאציע, 
וועגן דעם, אז אין װײַסרוסלאנד האָט זיך אָנגעהױיבן... אָדער הייבט זיך אָן אן אופשטאנד. דער" 
קלערט אלעמען, אז... ס'נעענטערט זיך היטלערס סאָף. 

מאָזע ס. אָבער... קאָמענדאנט, דאָס אלץ איז ניט קאָנקרעט. איך מיין, אז איצט איז דער 
פּאסיקסטער מאָמענט אָנצוהייבן אן אופשטאנד. 

װיטנב ער ג. ניין, צו דעם זײַנען מיר ליידער ניט גרייט. דערװײַל קענען מיר נאָר.. אָדער 
עפשער... נו, גוט, מאָזעס, איר װעט זיך אָריִענטירן אפן אָרט. לויפט! (מאָזעס אָפּ) אײַזיק! איר 
האָט מיר געזאָגט, אז באנאכט האָט מען דײַטלעך איבערגעגעבן װעגן אן אופשטאנד אין װײַס 
רוסלאנד... װער האָט מיטגעטײלט און פונוואנען? כאזערט איבער, װאָס האָט איר געהערט? 

א ײז יק. ליידער האָט דער אפּאראט שטארק גערוישט. 

מיריאם. אף װאָס פאר א שפּראך האָט מען גערעדט? 

א יַז יק. דוכט זיך, אף ענגליש. 

װיטנכערג דוכט זיך? 

מיריאם. וועמען דוכט זיך? 

װיטננכערג. קעסײדער דוכט זיך אײַך. (אײַזיק שװײַגט). אָראקול! איך װאָרן אײַך! נאָכ"י 
אמאָל װאָרן איך אײַך! 

יק א ר פל. איציק, פארװאָס שרײַסטו אף אים? 

װיטנבערג. שוין ניט צום ערשטן מאָל... אײַזיק, זײַט מיר מויכל, 


יויסעף פירט ארײַן מילענא סן און גייט ארויס. 
מילענאס (שטעלט זיך פאָר). מילענאס. מיטגליד פון פּאטריאָטישן ראט. 
מיריאם. ביטע, זעצט זיך. 
אלע זעצן זיך ארום טיש. 
ק א ר פ ל. מיר דאנקען אײַך זייער, װאָס איר האָט זיך אוי גיך אָפּגערופן אף אונדזער 
בריוו. 
מילענאס. מיר דאנקען אײַך פארן ארויסגעוויזענעם צוטרוי. 
ק א ר פ ל. מיר צווייפלען ניט, אז איר פארשטייט גוט, אף ויפל דער איניען איז ערנסט. 


1--48 16 


מילענאס. איידער מיר הייבן אָן אונדזער געשפּרעך, װאָלט איך געװאָלט װיסן, װער פון 
אײַך איז דאָ הער וויטנבערג? 


די פראגע איז אן אומגעריכטע, די שטאביסטן שװײַגן. 


מײַנע הערן, איך בעט אײַך, פארשטייט מיך ניט פאלש. קוים װעט דאָ זײַן די רייד װעגן 
זײַן פּערזאָן, מיין איך, אז זײַן בײַזײַן קאָן אונדז נאָר שטערן.. אויב, פארשטייט זיך, מיר וילן, 
באהאנדלען זיץן איניען זאכלעך און קומען צו א פּראקטישן באשלוס. 

מיריאם נאָך א קורצן שװײַגן צו װוּלפן). קאָלעגא! װי איר זעט, װעט אײַך לײידער אס" 
קומען אף א געוויסער צײַט אונדז צו פארלאָזן. ביטע! 

וװויטנבערג צו װוּלפן). מיר בעטן בא אײַך אנטשולדיקונג. 


װוּלף אָפּ, 
מילענאס א דאנק. 


ק א ר פ ל. מיר זײַנען גרייט אײַך אויסצוהערן, הער מילענאס. 

מילענאס דאָס בעסטע, מיין איך, איז אַנהײבן פון דעם, װאָס.. אײַער בריוו האָט אונדז 
איבעראשט. איר האָט אונדז איבערצײַגט, אז, אויך אָפּגעזונדערטע פון דער דרויסנדיקער װעלט, 
קלײַבט איר זיך גוט פאנאנדער אין דער נײַ געשאפענער סיטואציע און פארשטייט דעם איקער: 
אז וויבאלד סטאלינגראד איז פאר היטלערן א טױט-קלאפּ און ס'איז קלאָר געװאָרן, אז דײַטש- 
לאנד פארשפּילט די מילכאַמע, װעט אונדזער ראט בײַטן זײַן פּאַליטישע ליניע. 

װיטנבבערג. ריכטיק. דערפאר האָבן מיר זיך צו אײַך געווענדט. 

מילענאס. נעכטן האָבן מיר אף א ספּעציִעלער זיצונג באשלאָסן אָנהײבן צו שטיצן אלע 
פּאָליטישע אקציעס קעגן די דײַטשן. 

מיריאם. דאָס איז פאר אונדז זייער א פריידיקע נײַס. 

װיטנב ער ג. מיר באגריסן אײַער באשלוס. 

קארפל. פון טיפן הארצן. אין נאָמען פון אלע ייִַדן פון געטאָ. גיט עס איבער אײַער 
כאַשעװן ראט. 

װיטנבערג. מיר זײַנען זיכער, הער מילענאס, אז די גאנצע באפעלקערונג פון לאנד, אָן 
נאציאָנאלן אונטערשייד, װעלן אופנעמען אײַער באשלוס מיט גרויס צופרידנקײַט און אײַך שטיצן. 

מילענאס. מיר האָפן אויך אף דעם. 

ק א ר פ ל. נו, און פון דעם בעט זיך אן אויספיר, אז איר האָט אויך געביטן אײַער שטעלונג 
לעגאבע ייִדן? 

מילענאס די מילכאַבע האָט אונדז א סאך געלערנט. איך מין, אז אויך פאר אײַך איז 
זי געווען זייער אן ערנסטער אוראַק. 

װיטנבבערג. א בלוטיקער אוראָק. 

מילענאס. אף דער זעלביקער זיצונג האָבן מיר באהאנדלט אײַער ביטע.. מיר איז װײ- 
טיקדיק אײַך מיטצוטיילן... אָבער... צום באדויערן, האָבן מיר זי אָפּגעװאָרפן. 

די שטאביסטן שװײַגן. 

ק א ר פל. דאָס באטײַט... װי דארפן מיר עס פארשטיין? אז איר האָט ניט קיין פארבינדונג 
מיט קיין איינעם פון די דײַטשישע אנשטאלטן, װאָס פירן אָן מיט די איניאָנים פון געטאָ? 

מילענא ס. מײַנע הערן, דאָ איז ניט קיין פראגע פון פארבינדונג. 

װיטנב ערג. איז, אנטשולדיקט, פון װאָס? 

מילענאס. פן פּרינציפּ. 

מיריאם. פּאַשעטער געזאָגט: איר װילט זיך פאר ויטנכערגן ניט אײַנשטעל? 

מילענאס אַ, ניין פּערזענלעך צו ויטנבערגן האָבן מיר קיין זאך ניט. אדעראבע, מיר 
װאָלטן אים זייער געװאָלט העלפן... 

קאר פל. איז װאָס איז דער אָפַּהאלט? 

װיטנבערג. דאָס, װאָס ער איז א יָד? 

מילענאס ניין. 

מיריאם אי װאָס דען? דער גראדער סייכל זאָגט, אז אײַער נײַע פּאָזיציע לעגאבע די 
דײַטשן דיקטירט דאפקע אים צו העלפן. 

װיטנבערג. ביפראט, אז וויטנבערג איז ניט אבי-ווער, נאָר... 

מילענאס שלאַגט איבער). מיר ווייסן גוט, װער וויטנבערג איז. 

מיריאם. פונוואנען? טשיקאווע, װאָס ווייסט איר וועגן אים? 

מילענאס. אז ער איז דער אָנפירער פון דער פּארטײ-אָרגאניזאציע אין געטאָ. 


17 


די שטאביסטן, איבעראשטע, שװײַגן. 


מיריאם. הער מילענאס, עפשער קאָנט איר אונדז זאָגן.. אונדז איז זיער ויכטיק צו 
וויסן, װוער... פון וועמען האָט איר באקומען אזא אינפאָרמאציץ? 


מילענאס שװײַגט. 
פון געקען? 
מילענאס שװײַגט. 


װיטנבערג. הער מילענאס, מיר בעטן אײַך זײער, דערקלערט אונדז: אב ויטנבערג 
קאָן ברענגען גרויסע נוצן דעם קאמף קעגן אונדזער געמיינזאמען סוינע, איז פארװאָס װילט איר 
זיך ניט אײַנשטעלן פאר אים? 

מילענאס. מײַנע הערן, אונדזער ראט אין איבערצײַגט, אז ויטנבערג קאָן נאַר ברענגען 
שאָדן. 

מיריאם. שאָדן גאָר? 

מילענאס. אודז און אײַך. דעריבער לײגן מיר אײַך פאָר... מאכן אזי, ער זאָל אװעקי 
גיין אין געסטאפּאָ. 


מיריאם שפּרינגט אוף פון אָרט. 


װיטנב ערג. רױַק, פרײַלן, זעצט זיך. 

מילענאס. מײַנע הערן, גלייבט מיר, אז מיר איז זיער שװער צו קומען צו אײַך מיט 
אזא פאָרשלאָג. איך האָב פון פאָרויס געװוסט, ויָאזוי איר װעט רעאגירן.. אז אונדזער פאַרשלאָג 
װעט אײַך אויסזען מעשונעדיק, ניט אָנעמבאר און װעט אײַך אפילע באליידיקן.. צום אָנהייב. אזי 
איז טאקע געשען. איר זײַט באלײידיקט. בעט איך בא אײַך אנטשולדיקונג.. אָבער גלײַכצײַטיק 
מוז איך צוגעבן, אז דאפקע אײַער דאָזיקע רעאקציע באװײַזט, אז אונדזער פאָרשלאָג איז א ריכ- 
טיקער. 

מירי אם. ניין! נישט נאָר ניט קיין ריכטיקער, נאָר... 

מילענאס. א ריכטיקער, געשעצטע פרײַלן! 

ק א ר פ ל. אָ, איצט איז צו מיר דערגאנגען: איר ליגט פאָר ארויסצוגעבן וויטנבערגן דער 
געסטאפּאָ, װײַל איר האָט א מעגלעכקײַט אים פון דאָרטן צו באפרײַען? 

מילענאס. מײַן הער, איר זײַט זיכער, אז דאָס איז נייטיק? 

מיריאם. אים באפרײַען? 

מילענאס. ניט נייטיק. 

מיריאם (שפרינגט װידער אוף פון אָרט) ויְאזוי ניט נײיטיק? פארװאָס ניט ניטיק? 

װיטנבערג. אדעראבע, דערקלערט אונדז. 

מילענאס. אז איר לאָזט מיך ניט ריידן. 

װיטנב ערג. פרײַנט מײַנע, זעצט זיך. 

מיר י א ם. ניין! זאָל ער צוערשט זאָגן, צו װאָס ער איז אהער געקומען? אָפּשפּעטן פון 
אונדז? (צו מילענאסן. נאָך ניט גענוג, װאָס אײַער שאָװיניסטישער ראט איז אײַנגעטונקט אין 
אונדזער בלוט און... 

װיטנבערג באפעלעריש, שלאָגט איבער). מױיד! װערט פארשטומט! 


אלע שװײַגן. 


מילענאס. מײַנע הערן! מיינט ניט, אז מיר גיבן זיך ניט אַָפּ קיין די-וועכעזשבן אין דעם, 
װאָס איז געשען. איך רייד וועגן די שיסונגען... און מיינט ניט, אז מיר נעמען אראָפּ פון זיך די 
פאראנטװאַרטלעכקײַט. ניין, מײַנע הערן, מיר לייקענען ניט, אז די מאסןמאָרדן זײַנען פאָרגעקומען 
מיטן װויסן פונעם ראט. טײלװײַז אפילע לוט זײַן איניציאטיוו. איך שטרײַך אונטער, טײלװײַז.. 
זײַנען מיר שולדיק אין די שוידערלעכע פארברעכנס. צו אונדזער גרויסער כארפּע. אין מיר גיבן 
זיך אָפּ א כעזשבן, אז דער שאנדפלעק װעט קײנמאָל פון אונדז ניט אָפּגעװישט װערן אָבער 
צום באדויערן, איז אלץ קלאַר געװאָרן צו שפּעט -- נאָך דעם, װי דער אומגליק איז געשען. ערשט 
דעמלט האָבן מיר פארשטאנען, צו װאָס עס קאַן דערפירן... אידעאָלאָגישער עקסטרעמיזם! צו דעם, 
אז דער פינצטערער האמוין זאָל ארויסכלינען אף דער גאס און... איז אָט: איך בין געקומען אײַך 
זאָגן, אז מיר האָבן זיך פון אונדזער עקסטרעמיזם אָפּגעזאָגט. 

ק א ר פ ל. איר האָט ריכטיק געטאָן. 

מילענאס. אן איר -- דערלויבט צו פרעגן? 


18 


װיטנבערג. װאָס -- מיר? 

מילענאס. אונדזער ראט האָט געמאכט דעם געהעריקן אויספיר פון דעם, װאָס אין גע" 
שען, ווילן מיר וויסן, צי איר האָט אזא אויספיר אויך געמאכט? 

מיריאם. הער מילענאס, אונדז איז שוין לאנג באװוסט, אז שאָוויניזם, אונטער װאָס פאר 
א דעקמאנטל ער זאָל זיך ניט מאסקירן, שפּרייט סינע און טיט װוּ נאָר ער באקומט די מאכט. 

מילעגנאס. אן קאָמניזם? דאָס זעלביקע, געשעצטע פרײַלן, טוט אױיך קאָמוניזם. ביידע 
גײען צו זייערע צילן, אַנװענדנדיק עקסטרעמיסטישע מיטלען. 

װיטנבערג. הער מילענאס, לאָמיר עפשער איבערלאָזן אלע טעאָרעטישע פראגעס אף א 
גינסטיקערער צײַט און דערװײַל... 

מילענאס די פראגע איז ניט נאָר א טעאָרעטישע. ייִדן זײַנען די פארשפּרייטער פון קאָ 
מוניזם איבער דער גאָרער ועלט. דאָס איז אן אלגעמין באװוסטער פאקט. איז נאטירלעך, װאָס 
אונדזער ראט זאָרגט זיך װעגן דעם, װי ליטווינער און ייִדן װעלן הױזן אונטער אײין דאך נאָך 
היטלערס מאפּאָלע. 

װיטנב ערג. איך קאָן אײַך בארויקן, הער מילענאס: ויטנבערג איז ניט קיין קאָמוניסט. 

מ לענא ס. ניין?.. ניין, זאָגט איר? הם... דערלויבט מיר אײַך ניט צו גליבן, מײַן הער: 
ביז איצט האָבן געפירט דעם קאמף קעגן די אָקופּאנטן דעריקער קאָמוניסטן. 

װיטנבערג. הער מילענאס, איך בין ניט קיין קאָמוניסט. 

מילענאס (דערשטוינט) איר?! 

װיטנכערג אאָ, איך. 

מילענאס. הײסט עס, אז איר האָט מיך אָפּנענארט.. עך, פארשאַלטענע!. אײביק נארט 
איר אונדז און באשוינדלט. אנדערש קענט איר ניט, דאָס ליגט אין אײַער בלוט.. און װען מע 
באשטראָפט אײַך דערפאר, הייבט איר אוף א גואלד. איר װילט כעשום:אויפן ניט פארשטיין, אז 
מיט אײַערע ליגנס און שװינדלערײַען ברענגט איר שאָדן ניט נאָר אנדערע, נאָר אויך זיך. זיך נאָך 
מער װי אנדערע. (שטעלט זיך אוף) אָט האָט איר איצט צוגענומען פון זיך די מעגלעכקײַט צו 
אונטערהאנדלען מיט מיר װעגן ראטעווען אײַער געטאָ. 

ק א ר פל. וויטנבערגס בײַזײַן שטערט אונדז ניט. 

מילענאס. וידער זאָגט איר דאָך ליגן.. װעמען-- מיר אָדער זיך? אָט דאָס אין די 
זאך, װאָס מיר אין זיך. (װײַזט אף ויטנבערגן. אב דער דאָזיקער פּארשוין איזן אף אן עמעס 
וויטנבערג -- אין װאָס איך צווייפל נאָך! -- און ער איז אײַער עלטסטער, און איר -- זײַנע אונ- 
טערטעניקע, -- קענט איר אָביעקטיוו ניט באהאנדלען אין זײַן אָנװעזנהײַט די פראגע װעגן זײַן 
לעבן און טויט, 

ק א ר פל. הער מילענאס, אין אונדזער היליקער טוירע איז געשריבן.. (דערזעט מילענאסעס 
סארקאסטישן שמייכל און דערזאָגט נים). 

מילענאס. װער װעט מיך ארויספירן פון געטאַ? 

װיטנב ערג. נײן, הער מילענאס, פארבלײַבט. ביטע!. פרײַנט מײַנע, איך גײי ארױס. 
(עוטעלט זיך אוף). 

מיריאם. נין! איר בלײַבט דאַ! 

ק א ר פ ל. בלײַב, איציק, מיר ווילן פון דיר קיין זאך ניט באהאלטן. מיר טאָרן פון דיר 
קיין זאך ניט באהאלטן. 


וויסנבערג זעצט זיך. 


מילענאס (צו מיריאמען און קארפלען. אָט איבערצײַגט איר זיך איצט װידער, װי פעסט 
ער האלט אײַך פארקוועטשט אין זײַן פויסט! (צו וויטנבערגן). און אַקאַרשט האָט איר מיר נאָך 
געװאָלט אײַנרעדן, אז איר זײַט ניט קיין קאַמוניסט. 

װיטנבערג. הער מילענאס, לאָמיר בעסער רײדן צו דער זאך.. מיר וילן אײַך אויס. 
הערן ביזן סאָף. 

מילענאס. מײַנע הערןף די היסטאָרישע דערפארונג האָט באויזן, אז ייִדן האָבן אונדז 
שטענדיק אַנגעשטעקט מיט זייער גײַסט פון אומרו און אומצופרידנקײַט. איר זײַט עס שטענדיק גע 
ווען די יעניקע, וועלכע האָבן אײַנגעװאָרצלט אין אונדז געשמאקן און געװױינהײַטן, װאָס זײַנען קעגן 
אונדזער נאציאַנאלן כאראקטער. נאָך מער, איר זײַט געװען די יעניקע, וועלכע האָבן אקשאַנעס 
דיק זיך פארמאָסטן איבערצואנדערשן אונדזער לעב"סיידער און קעגן אונדזער װילן ארײַנטראָגן 
אין אונדזער קולטור פרעמדע עלעמענטן. פארשטייט מיך ניט פאלש, כאַשעװע הערן מיר זײַנען 
ניט קעגן אײַערע געשמאקן און געװױינהײַטן. אָכער פאר אונדז טויגן זיי ניט. מיר ווילן ניט קוקן 
אף דער װעלט דורך אײַערע ברילן און לעבן לוט איער סייכל. און װען אפילע מיר װאַלטן עס 


19 


געװאָלט, װאָלטן מיר ניט געקענט. גייט ארײַן אין אונדזעד לאגע און פארשטײיט אונדז. טאקע 
צוליב דעם בין איך געקומען צו אײַך... אײַך זאָגן: באקלערט אײַער באגאנגענעם פעלער און גיט ארויס 
אײיַער קאָמוניסטישן פירער דער געסטאפּאַ.. װעט איר אונדז מיט דעם ענדלעך איבערצײַגן, אז 
מער װעט איר זיך ניט שטעקן אין אונדזערע איניאָנים... אוואדע, ער איז אײַערער א כאװער און 
איז אײַך זייער טײַער, מיר פארשטייען עס... װעט עס פאר אונדז זײַן נאָךר א מער בױלעטער בא 
װײַז, אה.. ניין... מיר פאָדערן ניט פון אײַך, גאָט באהיט, מיר בעטן נאָר... טוט עס פאר אײַערט. 
וועגן, דערװײַזט ניט נאָר אונדז, נאָר זיך, אז איר האָט געענדיקט מיט אײַער עקסטרעמיזם. גיט 
אונדז א מעגלעכקײַט צו האָפן, אז אין דער צוקונפט װעט איר זײַן לאָיאל צו אונדז, און איר 
װעט אכטן אונדזערע נאציַאָנאלע געפילן. 


די שטאביסטן שװײַגן. 


איר שװײַגט, כאַשעװע הערן? איך פארשטיי אײַך, איצט דארפט איר זיך באראטן. 

װיטנבערג אָ. 

מילענאס גײט צו דער טיר, שטעלט זיך אַפ) הער ויטנבערג, דערלױבט מיר זיך 
ווענדן דירעקט צו אײַך. איך האָב דעם אײַנדרוק, אז איר פארשטייט בעסער פון זיי דעם זין פון 
אונדזער פאַרשלאָג, איז דערקלערט זיי װי נויטװענדיק ער איז. נעמט זיך אָן מיט מוט, הער 
וויטנבערג... און איך, פון מײַן זײַט, פארזיכער אײַך נאָכאמאָל אין נאָמען פון אונדזער ראט, אז 
צו אײַך פּערזענלעך האָכן מיר קיין זאך ניט.. איך װינטש אײַך אלדאָס גוטס. (אָף) 


מיריאם באגלייט אים, אלע שװײַגן ביז זי קומט ארײַן צוריק. 
מיריאם. יויסעף װעט דעם אױסװוּרף אוועקפירן צום טירל, 
אלע שװײַגן. 


כאוויירים, איך צווייפל ניט, אז איצט איז אײַך אינגאנצן קלאָר: ער איז צו אונדז געקומען 
מיט געקעס ויסן. 

ק א ר פל. ניט שוין זשע? 

װיטנבערג. איך סאָפעק אין דעם. 

קאר פל. ראבױיסײַ, װי עס זאָל ניט זײַן, איז אין זײַנע ריד פאראן א טײלװײַזער עמעס. 

מיריאם. ניט עמעס, נאָר װילדע סינע. און פאראכטונג. ער האָט אינדן געשפּיגן אין 
פּאנעם, און איר, הער קארפל... שעמט זיך! צי דען פארשטייט איר ניט, אז אלץ, װאָס ער האָט 
דאָ געזאָגט, איז הוילע דעמאגאָגיע? 

װיטנבערג. א איך האָב דעם אײַנדרוק.. אז צו אונדז האָט אים געבראכט פארצוייפ- 
לונג. אֹין ס'קאָן אפילע זײַן, געוויסנביסן, כאראָטע. די אומשולדיק אומגעבראכטע קאַרבאַנעס 
לאָזן זיי ניט צורו, פארפאָלגן זיי, װילן זיי איצט אויסקויפן זייער זינד און כאָטש עטװאָס זיך 
ריינוואשן אין די אויגן פון זייער פאָלק. 

מיריאם. נו, כאווער ויטנבערג, איך װונדער זיך מאמעש, מיט װאָס פאר א מיטגעפיל 
איר רעדט וועגן מערדער. 

װיטנבערג. פרײַנט מײַנע, איר װײיסט, װאָס איך האָכ געטראכט, װען ער האָט ארויס- 
געלייגט זײַנע טײַנעס צו אונדז? אז מיר לעבן אין א צײַט, װען עס האָט זיך געענדיקט אין 
היסטאָרישע עפּאַכע און עס היינט זיך אָן א נײַע. דאָס איז געשען בא סטאלינגראד. דאָרט האָט 
עס געפּלאצט דער נאציאָנאליסטישער געשוויר אפן קערפּער פון דער מענטשהײַט. פון איצט װעט 
שוין איינער מער ניט לײַדן פון דער פּעסט, װאָס האָט אין מעשעך פון טױזנטער יאָרן געסאמט 
מענטשנס מויכעס און נעשאָמעס. 


ס'וועט די מאָרגן-זון באגילדן אונדזער הײַנט, 
און דער נעכטן װועט פארשוינדן מיטן פײַנט.. 


איך האָב געהערט, װי מילענאס האָט זיך בא אונדז געבעטן האָט אף מיר ראכמאָנעס, איך 
בין אָנגעשטעקט פון א געפערלעכער קרענק. ניט נאָר איך, אויך איר. אלע לײַדן אף איר, איז 
לאָמיר ארויסהעלפן איינער דעם צוייטן. מויכל זײַן איינער דעם צוייטן אודזערע זינד און שאַלעם 
מאכן, 

אײַזיק (מיט ניט באהאלטענער איראָניע). אזוי װי ס'איז געשריבן: א װאָלף װעט הוזן מיט 
א שעפּס, און א זויגקינד װעט זיך שפּילן מיט א שלאנג... 

ק א ר פ ל. ניין, אײַזיק. די שאָ פון יעכעזקל האנאָװויס זעונג האָט נאָך ניט געשלאָגן 


20 


מיריאם. קאָל האמינים פאשיסטן און ראסיסטן פארשטייען נאָר אָט די דאָזיקע שפּראך! 
נבאווייזט איר פויסט). 

װיטנבערג. איז װאָס וארט איר? אָראקול, שליסט אײַן דאָס קעסטעלע! 

אײַזיק (שליסט אײַן. שטיל װי אין א קייװער... א'בעראששט) אַו.. 

א שטים דורכן רופּאַר: דרײַצנטער אינדזל! דרײַצנטער אינדזל! פארװאָס ענטפערט 
איר אונדז ניט? עס רעדט דער צענטער! איר הערט אונדז, אָדער ניט? װו אין אײַער גרופע? פאר- 
װאָס איז זי ניט ארויס? זײַט װיסן; די פאראנטװאַרטלעכקײַט פאלט אינגאנצן אף אײַך!. 

מיריא ם. איך האָב דאָס אלץ פאַרויסגעזען. 

װיטנבערג. ניט עמעס! קינער האָט ניט פאָרויסגעזען געקעס פּראָװאָקאציע. 

מיריאם. אָבער איך האָב געװאָרנט, אז װאָס עס זאָל ניט פּאסירן, מוזן אונדזערע יאטן 
ארויס אין וואלד. 

װיטנב ערג. מיריאם, דעם באשלוס זי צו פארהאלטן האָבן מיר אָנגענומען איינשטימיק. 

מירי א ם. וי דען אנדערש? אזוי אין שוין בא אונדז אין שטאב אײַנגעפירט: מיר שטימען 
אײַן מיט אלץ, װאָס אונדזער קאָמענדאנט לייגט פאָר. 

װיטנבערג. נו, מיריאם.. איך האָב קינמאָל קיינעם ניט געצװונגען. װעמעךװועמען, נאָר 
מיר האָט איר ניט קיין גרונט פירצוווארפן דיקטאט. 

מיריא סם. כאווער וויטנבערג, איך מאך אײַך ניט קיין פאָרװוּרף. פארקערט, איך בין איבער' 
צײַגט, אז דאָס איז אײַערער ניט קיין כיסאָרן, נאָר א מײַלע. 

װיטנב ערג. װאָס איז א מײַלע? 


מיריאם שװײַגט. 


איך פרעג אײַך, װאָס נאָך פאר א מײַלע האָט איר געפונען אין מיר?.. איז אָט װאָס, מיריאם, איך 
בעט אײַך, הערט אוף צו זוכן און געפינען אין מיר אלץ נײַע מײַלעס. 

מיריאם. זײַט מיר מויכל, קאָמענדאנט. שולדיק זײַנען מײַנע נערוון. 

װויטנבערג. אָט דאָס טאקע איז איצט דאָס װיכטיקסטע: האמעוען די נערון. ניט פארלירן 
דעם קאָפּ. מעסטן און װעגן יעדן טריט, און יעדעס װאָרט. מיר שײַנט, אז דערװײַל האָבן מיר נאָך 
קיין פעלערן ניט געמאכט. 

אלע שװײַגן. 

הא? געמאכט? 

מירי א ם. אייךאיינציקן... דאָס, װאָס אונדזער שאָליִעך איזן צו שפּעט ארויס אין צענטער. 

װיטננכערג. פארװאָס צו שפּעט?. פונוואנען װוייסט איר, אז צו שפּעט? עך, דיי 

ק א ר פ ל. איציק, באליידיק זי ניט. 

װיטננ ערג. זי דערליבט זיך צופיל! קיינער האָט ניט קיין רעכט זיך צו שטעקן אין 
מײַן פּערזענלעכן לעבן. 

ק א ר פ *ל. דו ביסט ניט גערעכט, איציק. א שאָליִעך ציבור געהערט ניט נאָר צו זיך. 


מאָזעס קומט ארײַן. קענטיק - אין א געהויבענער שטימונג. 


מ אַז ע ס. הײַנט האָב איך דערזען דאָס עמעסע פּאָנעם פון מײַן פאָלק. 

מיריאם (סארקאסטיש). אפן שול-הויף? 

מאָזעס שטאַלצע ייִדן מיט גלײַכגעשטעלטע רוקנס. װי נאָר טינאָווסקי האָט זיך געװענדט 
צום אוילעם... 

טינאָװסקיס שטים דורכן רופּאָר: - ייִדן ברידער! טײַערע ברידער! וידער 
האָט אונדז געטראָפן אן אומגליק! הײַנט אינדערפרי האָט מיר ארויסגערופן געקע און געמאַלדן: 
אין געטאָ געפינט זיך איינער אן איציק וויטנבערג, ער פירט אָן מיט די פּארטיזאנער אין געטאָ. 
ברענג אים אין געסטאפּאַ. אויב דו װעסט אים ניט ברענגען ביז... ייַדן, איר הערט?!.. 

קוילעס דורכן רופּאָר (פארהילכן טינאָוסקיס שטים): ויטנבערג איז אונדזער בא 
שיצער! ניט ארויסגעבן! גענוג אונדז צו שעכטן װי שאָף! זיך ניט לאָזן! גײ און זאָג עס דעם רע 
צייעך! אויכער ייִסראָעל! קעמפן! זיך קעגנשטעלן די מערדער! אלע צו וויטנבערגן! 

װיטנבב ערג. איז פארװאָס שװײַגט איר, פרײַנט מײַנע? װאָס שטייט איר פארלירענע װי 
אוויילים? ניט שיין זשע פארשטייט איר ניט, אז ס'האָט געשלאָגן אונדזער שאָ? 

מיריאם. כאווער וויטנבערג, קױדעמקאָל דארפן מיר זיך באראטן. 


װוולף קומט ארײַן. 


21 


װוּ לף. קאָמענדאנט! דער הויף איז פול מיט ייַדף זײ װארטף אלע װילן ריידן נאָר מיט 
אײַך! 

װיטנבערג. מאָזעס, קומט מיט מיר! 

נבי-ד 7 

. אין קעלער, וויטנבערג, מיריאם, מאָזעס, קארפל און װוולף. בא דער ראדיאַ -- אײַזיק. 

װיטננערג. מריאם בלײַנט אין שטאב מיט מיר. (צו קארפלען. אײַך איז קלאָר אײַער 
אופגאבע? 

קארפל. איך בין פאראנטװאַרטלעך פאר גראָבן בונקערס אין די הויפן אין צוגרייטן מא- 

לינעס פאר פרויען און קינדער. 

װיטנכערג (צו װוּלפ). כאזערט איבער אײַער אופגאבע! 

װולף. מײַנע יאטן באפאלן דעם ידנראט, אנטװאָפענען זײַנע פּאַליציאנטן און פארכאפן 
די טעלעפאַנישע פארבינדונג מיט דער שטאָט. 

װיטנבערג צו מאַזעסן). און װאָס דארפט איר טאָן? 

מאָזעס. אָרגאניזירן פארטײידיקונגס:גרופּעס, פאנאנדערשטעלן אױסשפּירער אף די גאס. 
ווינקלען און פארפעסטיקן א קוילנווארפער קעגן דעם געטאָיטױער. 

װיטנבערג. גײט! אין א מאזלדיקער שאָ! 

מיריאם. איצט? נאָך אײידער אונדזער שאַליִעך האָט זיך צוריקגעקערט פון צענטער? 

װיטנבערג. מיר טאָרן ניט פארלירן קיין איין מינוט! 

מאַזעס (צו די איבעריקע). איר האָט דעם קאָמענדאנטס באפעל -- איז קומט! 

מיריאם (פארליפט דעם װעג) ניט פון אָרט! ניט דער קאָמענדאנט קאָן אײַך באפילן, 
נאָר דער צענטער. דאָס דארף זײַן זײַן איניציאטיוו. ערשט דאן, ווען סע װעט זיך אומקערן אונד" 
זער שאָליִעך... 

װוּלף. (שלאָגט איבער) נו, ס'קלעקט! רוק זיך אָפּו (פרוװט זי אװעקשטיפן) 

מיריאם. מיט קויעך? און איר, קאַמענדאנט, דערלויבט עס? 

װיטנבערג (שטרענג) װוּלף!.. נו, איך בעט אײַך, מיריאם, פארשטייט, מער טאָרן מיר 
נִיט און קענען ניט ווארטן. היטלער פארשפּילט די מילכאַמע. די כאפעלקערונג האָט זיך באפרײַט 
פון זײַן אפּאטיע און איז באהערשט פון א וילן צו קעמפן. װאָלט מאמעש געוען א זינד עס ניט 
אויסצוניצן. דער צענטער װעט אונדז נאָר דאנקען פאר אונדזער איניציאטיוו. 

מיריאם. כאװער ויטנבערג, זײַט ערלעך מיטן שטאב.. װאָס מיינט איר, אז איך בין א 
בעהיימעלע און פארשטיי ניט, פארװאָס איר אײַלט אונדז? (װייזז אף די איבעריקע) און זי זײַנען 
אויך ניט קיין טיפּשים, זיי פארשטייען אלץ! איר טרויט אונדז ניט -- אָט װאָס איז די סיבע פון 
אײַער אײַלעניש! איר זײַט כוישעד, אז מיר, אײַערע כאוויירים, װעלן אײַך... 

ק ארפ *ל. פארמאך דײַן שמוציק מויל! , 

װיטנבערג. בעעמעס, מיריאם, מיר איז װײטיקדיק צו הערן אײַער פּלױדערײַ. 

מיריאם. פּלידערײַ?.. נו, פארװאָס באלידיקט איר מיך?.. כאװער ויטנבערג, װען איר 
װאָלט געװוסט, וי מיר איז שווער... אויב אזוי... קאָן איך מער ניט! איך זאָג זיך אָפּו מער בין 
איך אין שטאב ניטאָ!.. (גיים). 

װיטנבערג. וארט אוף!.. װוּהין? 

מיריאם. אין צענטער. און פון דאָרטן, אין וואלד. אָדער װוּ מע װעט מיך שיקן. (גיים). 

װיטנבערג. איך דערלויב ניט! 

מאָז עס. לאָזט איר. זאָל זי גיין צו אלדי שווארצע יאָר! 

װיטנבערג שאפעלעריש) איך דערלױב ניט! 


מיריאם קערט זיך אום אף איר אָרט. 
אָט אזוי... און איצט לאָמיר ווארטן אפן שאָליִעך. 


די שטאביסטן גייען זיך פאנאנדער אין באזונדערע וינקלען. 
א לענגער שװײַגן ביז אײַזיק הייבט אָן זינגען 


זאָגט ניט קיינמאָל, אז דו גייסט דעם לעצטן וועג... 
און די איבעריקע האלטן אים אונטער: 
הימלען בלײַענע פארשטעלן בלויע טעג. 


קומען װעט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שאָ, -- 
ס'וועט א פּױק טאָן אונדזער טראָט, מיר זײַנען דאָ. 


22 


פון גרינעם פּאלמעןילאנד ביז װײַטן לאנד פון שׁבַיי, 
מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער ויי, 
און וװווּ געפאלן איז א שפּריץ פון אונדזער בלוט, 
שפּראָצן װועט דאָרט אונדזער גװוּרע, אונדזער מוט. 


: ס'וועט די מאָרגןיזון באגילדן אונדזער הײַנט, 
און דער נעכטן װועט פארשװוינדן מיטן פּײַנט. 
און אויב פארזאמען װעט די זון און דער קאיאָר, 
וי א פּאראָל זאָל גיין די ליד פון דאָר צו דאָר. 


די ליד געשריבן איז מיט בלוט און אויך מיט בלײ, 
ס'איז ניט קיין לידל פון א פויגל אף דער פרײַ. 
עס האָט א פאָלק צװישן פאלנדיקע וענט 

די ליד געזונגען מיט נאגאנען אין די הענט, 

טאָ זאָג ניט קיינמאָל... 


די שטאביסטן זינגען אלץ שטילער. אין קעלער װערט טינקעלער, ביז אלץ װערט פארהילט אין א 
שטאָק-פינצטערניש. נאָר פון אויבן שײַנט שוואך דאָס עלעקטריש לעמפּל, 
און װוידער ווערט ליכטיק. אלע זיצן אף זייערע פריערדיקע ערטער. 


וו ו לף. צו אלדי שווארצע יאָר! וויפל איז דער שיר צו ווארטן? 

װיטנב ער ג. שוין פיר שאָ.. 

מאָזעס (בײַסיק). אײביק ווארטן מִיר. 

א יַזיק. אף א נעס. 

ק א ר פ ל. ייִדן ווארטן אף מאָשיעכן. 

מ אָ ז ע ס. ניין, הער קארפל, ער װעט ניט קומען, ביז מיר װעלן אים ניט ברענגען צו שלעפן 
איבער געוואלט. 

ק א ר פ ל. ער װעט קומען דעמלט, וען עס װעט רײַף וװערן די שאָ. האָט געדולד, ראבויסײַ. 

מאַזעס. און װידער אייצעט איר יַדן האָבן געדולד! א װעלט האָט זיך אָנגעזעצט אף 
אונדז און ענדיקט אונדז אויקער מין האשוירעש זײַן; און איר זאָגט אונדז רויִק: האָט געדולד. האָט 
נאָך אלץ געדולד! עך, ברידער מײַנע, װי איך האָב אײַך פײַנט פאר אײַער אקשאָנעסדיקן געדולד.. 
וועלכן איר האָט פארוואנדלט אין א גלױבן.. פון דערנידעריקטע און באשפּיגענע גאָלעסייַדן!. 

װיטנבערג. ניט ריכטיק, מאָזעס. מיר זײַנען דאָס אומגעדולדיקסטע פאָלק פון אלע פעל- 
קער. און דאפקע פאר אונדזער אומגעדולד, באװײַזט די געשיכטע, האָבן מיר באצאָלט מיט טײַכן 
בלוט. 

מאָזעס. בלט האָבן מיר געצאָלט פאר אונדזער הינטישן שרעק. שוין צװיי טױיזנט יאָר 
וי מיר שרעקן און בוקן זיך פאר דער גאנצער װעלט. װעמען נאָר עס גלוסט זיך, שלאָגט אונדז 
און דערנידעריקט. 

מיריאם. סאיז פאראן אן אנדער װעג - זיך קעגנשטעל. זיך אײַנגלידערן אין אלגעמי- 
נעם קאמף. 

װיטנב ערג. אן פון איצט, מאָזעס, איך פארזיכער אײַך, װעט אזי זײַן 

א ײַ ז ייק. װיאזוי? ס'וועט געשען א נעס? 

מיריאם. אפן פראָנט איז ער שין געשען. (צו מאָזעסן). און אף ויפל מיר און אײַך און 
אלעמען איז באװוסט -- מיטן אקטיוון אָנטײל פון ייָדן. פון אײַערע אזויגערופענע פּאכדאָנישע ייַדן. 
מיר האָנבן שוין דערוויזן -- און ניט איין מאָל -- אז פאר א גערעכטער זאך זײַנען מיר מעסוגל צו 
קעמפן דרייסט און העלדיש. ס'איז ניטאָ א רעװאָליוציע, אין װעלכער יַדן זאָלן ניט האָבן אַָנטײל- 
גענומען. 

װיטנבערג. ריכטיק, מיריאם. און איצט האָט געשלאָגן די שאָ צו פארוירקלעכן דעם 
נעס אין ווילנער געטאָ! דאפקע דאָ! איר װוילט וויסן פארװאָס?.. 


יויסעף פירט ארײַן טערעסען. 


טערעסע!.. אָ, װי גוט! מיר ווארטן דאָך אף דיר אזוי אומגעדולדיק! 

טערע סע (צו אלעמען). איך דארף ריידן מיט וויטנבערגן אויג אף אויג. 

װיטנבערג. ניין, טערעסע, אלץ, װאָס דו האָסט מיר צו זאָגן, זאָג אלעמען. איך בא- 
האלט פון מײַן שטאב קיין זאך ניט. 

ט ער עסע. אין שטאָט קומען פאָר ארעסטן. עס זײַנען דורכגעפאלן כאװער פּעטואס און 


23 


אנדערע. דער צענטער האָט געמוזט בײַטן זײַן װױנאָרט. זײי האָבן מיר געבעטן איבערגעבן, אז 
אלע אײַערע יאטן, וועלכע האָבן געווער, זאָלן ארויסגיין אין וואלד. 
מיריאם. װען? 
טערעס ע. הײַנט. פיר און צואנציק נולנול מוזן מיר זײַן אף דער פּארטיזאנער-באזע. 
מ יר יא ם. נו, סאָפּקאָלסאָף איז אלץ קלאָר געװאָרן. 
װיטנ כערג. װאָס האָבן זי נאַך איבערגעגעבן? 


טערעסע שװײַגט. 


וועגן מיר? 
טערעס ע. דו זאָלסט אויך ארויס אין וואלד. 


די שטאביסטן, דערשטוינטע, שװײַגן. 


מאָזעס סארקאסטיש). װאָס פארשטײט איר דאָ ניט? אלץ איז לױט מארקסן. כאוויירים 
אינטערנאציאַנאליסטן,. לאָמיר זיך פארייניקן, -- אייצעט אונדז דער ברייטהארציקער צענטער. -- 
און װאָס אָנבאלאנגט אײַערע צוואנציק טױזנט פארשטונקענע ידן, אין לאָזט זײי אין געטאָ אף 
העפקער! 

מיריאם. מאָזעס, רעדט ניט קין דעמאגאָגישע רײד! זאָגט: דער רויטארמיער, װען ער 
גייט אוועק אפן פראַנט, לאָזט אויך איבער זײַן טאטע-מאמע און פרוי און קינדער אף העפקער? 
ניין, ער גייט זיי שיצן און ראטעווען פון טױט! 

װיטנבערג קאַן ניט באהאלטן זײַן אנטוישונג) נו, פרײַנט מײַנע, אף אלץ האָב איך 
זיך געריכט, נאָר ניט אף דעם... 

טערעסע. זײ האָבן מיר געהיסן אײַך זאָגן, אז איר זאָלְט קיין זאך ניט טאָן אָן זייער 
וויסן און צושטימונג. 

װיטנבערג. איך לג פאַר זיך צו באראטן. 


טערעסע און יויסעף אָפּ. 


מאַזע ס. איך וויל א װאָרט. 

ק א ר פ ל. אנטשולדיקט, צוערשט לאָזט מיך זאָגן... לאָמיר גאָר שיקן א שאַליִעך צום װיל- 
דער ביסקופּ, ס'קאַן זײַן, אז זיי האָכן דאַרטן פארבינדונגען אין די הויכע פענצטער, עפשער קאָנען 
זי עפּעס טאָן פאר אונדז? 

מאָ ז עס. און מיר דאָ װעלן װײַטער זיצן מיט פארלייגטע הענט און ווארטן? 

װיטננ ערג. נײן, פרײַנט מײַנע, מער וארטן טאָרן מיר ניט. און צװײטנס.. איך נעם 
ביכלאל צווייפלען, צי דער צענטער אַָריִענטירט זיך װי געהעריק אין דער נײַגעשאפענער סיטוא" 
ציע. אין דײַטשישן רײַך זײַנען אויסגעהאנגען שווארצע פאָנען, די רויטע ארמיי דערלאנגט טוט 
קלעפּ, אין היטלערס שטאב הערשט פּאניק... איז וען, אויב ניט איצט, איז דער פּאסיקסטער מאַ- 
מענט צו שלאָגן דעם סוינע אין רוקן? אָבער מאָדנע, מיר הערן ניט, אז ערגעץיװוּ זאָל מען אָרגא- 
ניזירן אן אופשטאנד, איז פרעגט זיך, מיט װאָס פארנעמט זיך דער צענטער? ניט שוין זשע זיצן 
זי דאָרטן מיט פארלייגטע הענט און ווארטן? איז אף װאָס ווארטן זיי? 

מיריאם. איך בעט א װאָרט. 

װיטנבערג (הערט זי ניט) אָט פארװאָס, פרײַנט מײַנע, בא מיר דערװעקט זיך א כשאד, 
אז מיר דאָ שאצן אָפּ די לאגע ריכטיקער וי זיי דאָרטן. 

מיריא ם. הינטערן צוים? אָפּגעזנדערטע פון דער דרויסנדיקער װעלט און אָפּגעריסענע פון 
אלע אינפאָרמאציע-קוואלן? 

װיטנבערג. דאפקע דערפאר! מיר געפינען זיך אין סוינעס לאפּעס, פּאַנעם-עלפּאַנעם מיט 
אים -- קאָן ער פון אונדז ניט באהאלטן זײַן כײַיישן מעהוס. מיר וויסן שוין דעם גאנצן עמעס, 
װײַ? נאָר קעגן אונדז איז זײַן אױסראָטונגס-מאשין אװעקגעלאָזט אין פולן גאנג. אוב פאר אלע 
פעלקער איז גענאַציד א דראַענדיקע געפאר, איז עס פאר יידן -- בלוטיקע װירקלעכקײַט. 

מיריאם. אַבער פֿון דעם, כאװער ויטנבערג, איז נאָך ניט געדרונגען, אז מיר מעגן איגי 
נאָרירן אונדזער צענטער און ניט קאַאָרדינירן אונדזערע מײַסים מיט אים. 

װיטנבערג. מיריאם, ויבאלד מיר זעען בעסער װי דער צענטער די געפאר, װאָס דראָט 
אלעמען, דארף ער קאָאָרדינירן זײַנע מײַסים מיט אונדז. 

וו ו לף. ריכטיק, קאָמענדאנט! 

וו'יטנב ערג. און ויבאלד ער טוט עס ניט, מוזן מיר איבערנעמען די איניציאטיוו. 

וו וּ לף. איז אף װאָס ווארטן מיר, צו אלדי שווארצע יאָר? 


24 


װויטנבערג. איך האָב א פּלאן? ער װעט אײַך עפשער איסזען.. אָבער ער אין דער אין- 
ציקער! דער איינציק מעגלעכער. מיר האָבן ניט קיין אנדער אויסועג, װי צונויפנעמען באנאכט 
אונדזער גאנצע באפעלקערונג, אלטווארג און קינדער, באם טויער, פּלוצעם אים אויסברעכן, ארויס' 
כלינען אף יענער זײַט און זיך אװעקטראָגן װי א לאווינע צו דער גרינער בריק! 

מאָזעס. טשיקאווע, און פון דאָרטן װוּהין? 

װיטנבערג. די מענער -- אין וואלד, און די פרויען מיט די קינדער -- אין די ארומיקע 
דערפער. 

מ אָזע ס. קעדיי די פּױערים זאָלן זיי אויסכאפּן װי מײַז און צונויפטרײַבן אפן מארק"פּלאץ? 

װויטנבערג. ניין, מאָזעס. אזוי װעט עס שוין איצט ניט געשען. 

מ א ז ע ס. װײַל איר ווילט ניט? 

וו ייטנ ב ער ג. װײַל אונדזער אנטלויפן פון געטאָ װעט זײַן אן אָנהיײיב. מיר װעלן אָנצינדן 
דעם ערשטן פונק. ער וװעט זיך אױגנבליקלעך פאנאנדערטראָגן איבער דער גאנצער געגנט און 
זיך צעפלאקערן אין א פלאם-פײַער. דאן װעט דער צענטער שין זײַן געצװוּנגען איבערצונעמען די 
איניציאטיוו. 

מאָזעס. אָבער נאָך איידער דאָס װעט געשען, װעלן פארכאסמעטע עשעלאָנען שוין פירן 
אונדזערע טאטעס, מאמעס און קינדער קיין אָשװענטשים. 

ק א ר פ ל. און דו ווייסט שוין אפילע װוּהין? װער האָט עס דיר געזאָגט? װײַזט זיך ארויס, 
אז דו נגיסט דער איינציקער, װאָס וייסט עס. אפילע דער אלועלטלעכער גרויטער קרייץ' וייסט 
וועגן דעם ניט. ניין, מאָזעס, איך גלייב ניט די וילדע קלאנגען, אז מע פארברענט הוננדערטער 
טויזנטער מעטשן אין גאדאויווס. אויב אזעלכע גרוילטאטן װאָלטן פאָרגעקומען, װאָלט מען עס 
ניט געקענט אויסבאהאלטן פון דער וועלט. זי װאָלט געװוּסט פון דעם. 

מיריאם. זי ווייסט. 

מ אָז ע ס. און שװײַגט! 

ק א ר פ ל. ניין, זי װאָלט ניט געשויגן. זי װאָלט ניט געבליבן גלײַכגילטיק. אזוי נידעריק 
איז נאָך דער מענטש ניט געפאלן.. דעריבער האלט איך, אז וויטנבערגס פּלאן איז א ריכטיקער. 
די פּויערים װעלן זיך דערבארעמען אף אונדזערע פרויען און קינדער און זײי געבן א דאך איבערן 
קאָפּ און א ביסן ברויט. אנדערש קאָן עס ניט זײַן. ראבוסײַ, אלע מענטשן, סײַ אנדערשגלױיביקע, 
סײַ ייִדן, האָט גאָט באשאפן אין זײַן געשטאלט. 

װיטנב ערג. איז לאָמיר צוגיין צום איניען.. װולף! איר װעט אָנפירן מיטן אופברעכן 
דעם טויער. איר, מאָזעס... ניין, פריִער איר, קארפל. איר װעט גיין פון שטוב צו שטוב און דער" 
קלערן, אז מיט זיך דארף מען מיטנעמען נאָר דאָס נייטיקסטע. מיריאם, אײַער אופגאבע װעט 
די 

א שטים דורכן רופּאָר: באקאנטמאכונג! אכטונג, יַדן די געטאָ א"ז באלאגערט 
פון דער דײַטשישער ווערמאכט! דער טיער איז געשלאָסן! ארײַנגײן און ארויסגיין איז שטרענג 
פארבאָטן! מע טאָר ניט ארײַנפירן שפּײַז און אנדערע זאכן. דער פארקער אף די גאסן איז דער 
לויבט פון אכט אינדערפרי בין פינף פארנאכט. פאר יעדן פּרווו ניט צו פאָלגן מײַן באפעל - 
שיסן אפן אָרט. שטורמבאנפיורער געקע. 

װיטנבערג (פארצוייפלט, כאפט זיך פארן קאָפ) מיר האָבן פארשפעטיקט! אוי, װי שרעק- 
לעך, פרײַנט מײַנע, מיר האָבן פאר-שפּע-טיקט! 

ק א ר פ ל. שמא יַסראָעל, אדוינוי עלויהיינו, אדוינוי עכאָד... אונדזער גאָט איז דער איינציקער 
מעכטיקער גאָט! 

א ײַ ז יק. ס'ברענט, ברידערלעך, אונדזער הײימשטאָט ווילנע ברענט... 


פאָרהאנג 
צווייטער אקט 
בילד 1 


אין קעלער. אלע זיצן אף זייערע פריערדיקע ערטער. 


די שטים דורכן רופּאָר: דער טױיער איז געשלאָסן! ארײַנגײן און ארויסגיין איז 
שטרענג פארבאָטן! מע טאָר ניט ארײַנפירן קיין שפּײַז! דער פארקער איז דערלױיבט פון אכט פרי 
ביז פינף פארנאכט. פאר ניט פאָלגן מײַן באפעל -- שיסן אפן אָרט! 


29 


מיריאם. דאָס באטײַט, אז זי האָבן אונדז גענומען אין קלעם. 

ק א ר פל. גאָטעניו טײַערער, צי דען װילסטו אונדז פארטיליקן ביזן לעצטן, קיין סאָריד אופּאָד 
ליט זאָל פון אונדז ניט פארבלײַ בן? זאָג מיר, ריבוינעשעלוילעם, פאר װאָס שטראָפסטו אינדז? 

וו י טינ ב ע ר ג. איך פרעג אויך פאר װאָס? זאָגט מיר, מענטשן, פאר װאָס.. האָט ראָכל 
געשריַען ניט מיט איר קאָל. 


די שטאביסטן, אין פארלעגנהײַט, קוקן זיך איבער. 


ק א ר פ ל. אל כעט שעכאטאָנו לעפאַנעכאָ... 

מאָזעס (היסטעריש)). װאָס זיצט איר פארלירענע מיט אראָפּגעלאָזטע הענט? איציק, בא- 
פעלט! זאָל זײַן מאסאדע! קוים זײַנען מיר שוין יאָ פארורטיילט, איז לאָמיר שטארבן מיט אופגץ- 
הויבענע קעפּ, העלדיש, װי עס זײַנען אומגעקומען אונדזערע מאקאבייער. 


אלע שװײַגן. 


קארפל. אן גאָט האָט געהייסן אװראָם אָװינו נעמען זײַן איײנציקן, װעמען ער האָט ליב 
געהאט, ייִצכאָקן, און אים ברענגען צו דער אקיידע... 

מ אָז ע ס. איך בין ניט ייִצכאָק! איך װעל זיך ניט לײיגן װי א קאלב אונטערן כאלעף. אזוי 
האָט געקאָנט זײַן מיט טויזנטער איאָרן צוריק. נאָך דעם זײַנען ייִַדן דורכגעגאנגען א לײַדנספולן 
דערנער-וועג און געגעבן דער וװעלט אומציילבארע גײַסטיקע װערטן.. מעגן מיר זיך דערללויבן צו 
שטארבן וירדיק, מיטן באװוּסטזײַן, אז מיר האָבן דערפילט אונדזער היסטאָרישע מיסיע. 

וו וו לף. איז װאָס, צו אלדי שווארצע יאָר, מאָלסטו מיט דער צונג? זאָג סאָפקאָלסאָף, װאָס 
מיר דארפן טאַן? 

מ אָ ז ע ס. זיך ראנגלען! מיט האק און מעסער, מיט ויטריאל און אײַזן, מיט ציין און נעגל. 
זאָל אונדזער דאם-סוינע באצאָלן פאר אונדזערע לעבנס די פולע פּרײַז! 

וו ו לף. מאָזעס, איך בין מיט דיר! 

מירי אם. מאָזעס, אונדזער גאנצע אָרגאניזאציעץ איזן מיט אײַך. און צו אונדז, קאָן זײַן 
וװעלן זיך אָנשליסן נאָך הונדערט ייִדן פון געטאָ. פינף הונדערט. אָבער וי באווירקט מען די איבע- 
ריקע? וי קאָנען מיר איבערצײַגן טױיזנטער מענטשן מיט װײַבער און קינדער, זיי זאָלן װעלן אומ- 
קומען אין אן אומזיניקן קאמף? 

וו וו לף. זיי דארף מען קיין זאך ניט זאָגן. 

מיריאם. באהאלטן דעם עמעס? כאװער ויטנבערג, איר מיינט אויך אזוי? אז מיר האָבן 
רעכט אין געהיים צו באשליסן פאר צוואנציק טויזנט מענטשן: קומט אום? 

א ייז ייק. געקע האָט עס שוין בעמיילע באשלאָסן. 

קאר פל (קוקט אפן זייגער). נאָך ניט. 

וו ייטנב ער ג. וויפל איז נאָך פארבליבן... צײַט? פרײַנט מײַנע, איין מאָל פאר אלע מאָל 
לאָמיר זיך פאנאנדערקלײַבן... אין איקער: װוּהין לויפט זי, די מעשונעדיק פארגליווערטע צײַט? 


די שטאביסטן, אין פארלעגנהײַט, קוקן זיך איבער. 


מיריא ם. כאוויירים, ס'איז ניטאָ אזא סיטואציע, פון וועלכער עס זאָל ניט זײַן קיין אויסוועג. 

װיטנב ערג. װײַזט אויס, אז מיר זײַנען באגאנגען א פעלער. וען? װוּ? 

קארפל. הערט מיך אויס, ראבויסײַ!.. איך... האָב אן אויסװעג! איך װעל אװעק אָנשטאָט 
איציקן צום רעצייעך. 

װיטנבערג (דערשטױנט). קארפל! װאָס רעדט איר?! 

ק א ר פ ל. לאָז מיך, איציק! דו ביסט יונג, געבילדעט, אלע האָבן צוטרוי צו דיר, ביסטו 
נייטיק דאָ... (צו די אנדערע) לאָזט מיך האָבן דעם זכוס פון מעקײַעם זײַן די מיצווע פון גיין אף 
קידעש האשעם. 


אלע שװײַגן. 


מיריאם. כאװער ויטנבערג, לאָמיר זיך באראטן. ויבאלד כאװער קארפל נאָט זיך אַן 
פרײַװיליק... 

ק א ר פל. ראבויסײַ, ניט קיין אנדערער -- איך דארף גיין. איך! 

װיטנבערג. פארװאָס עפּעס איר? 

ק א ר פל. װײַל איך... איך... בין א זינדיקער און מוז אויסקויפן מײַן גרויסן כעט. 

װיטנבערג. איך פארזיכער אײַך, קארפל, אז דאָ צװישן אונדז איז ניטאָ קיין אינער, 
וועלכער זאָל זײַן ריין פון זינד. 


26 


ק א ר פ *. אָבער מײַן כעט איז דער שווערסטער. 

װיטנב ערג. ניט שוין זשע האָט איר געהארגעט א מענטשן? 

ק א ר פל. אין מיר האָט זיך פארגאנװועט א סאָפעק... 

מירי א'ם. אין אײַער גאָט? 

ק אר פ ל. צוליב זײַן גרויזאמען מישפּעט איבער זײַן פאָלק ייַסראָעל. מיך הערט ניט אוף 
צו עגבערן דער געדאנק, אז אוב ס'איז פאראן א גאָט אין הימל... ניין, ניין, װידער זינדיק איר! 
ער איז פאראן! ער איז פאראן און איז גערעכטיק און איביק... דעריבער, טײַערע, מוז איך גײן.. 
איך װעל אוועק און איר װעט מאמשעך זײַן דעם קאמף קעגן סוינע. 

װיטנבערג. טײַערער קארפל, זאָגט מיר... 

קאר פל שלאַגט איבער). איז װי, ראבויסײַ -- איר לאָזט מיך? 

װיטנבב ער ג. אייגנטלעך, װער זײַט איר? 

ק א ר פ ל. א ייָד. א פּאַשעטער ייָד. 

װיטנב ערג. פונוואנען? 

ק א ר פ ל. א ווילנער. 

װיטנבערג. נײן, איר האָט ניט פארשטאנען מײַן פראגע. איך פרעג, פונוואנען נעמט זיך 
בא אײַך אזא קויעך? 

ק א ר פל. פון גלויבן אין גערעכטיקײַט. 


וויטנבערג נעמט ארום קארפלען און קושט אים. 


איצט, קינדערלעך, זאָגט מיר, װי איך דארף זיך אופירן.. דאַרטן.. װען איך װעל ארײַן צַו 
אים? װאָס דארף איך דעם רעצייעך זאָגן? 

װיטנבערג. דעם עמעס, טײַערער קארפל. געקען װעט איר ניט אָפּנארן. װי נאַר איר װעט 
אריבערטרעטן זײַן שװועל, װעט ער פארשטיין, אז איר זײַט ניט וויטנבערג. 

ק א ר פל, איציק, פארלאָז זיך אף מיר. 

וו יטנ בע ר ג. איר זײַט ניט ענלעך אף מיר. דאָס הײיסט, פארקערט: איך בין ניט ענלעך 
אף אײַך, טײַערער קארפל. ליידער... 


יויסעף קומט אײַליק ארײַן. 


יויסעף. טאטע! אף די גאסן וילדעװועט א צעיושעטער האמון. אונטערװעלטניקעס ניש- 
טערן אין אלע הויפן! אלע זוכן... 

קוילעס דורכן וופּאָר (פארהילכן יויסעפס שטים; װוּ באהאלט זיך ויטנבערג? 
שלעוט אים ארויס אף דער ליכטיקער שײַן! קאָהאָל טאָר ניט אומקומען צוליב איין קאָמוניסט! 
וויטנבערג -- אין געסטאפּאַ! געפינט דעם אויסװורף! 


די קוילעס דערנעענטערן זיך. 
מיריאם. שלעכט. כאויירים, די מאסן זײַנען קעגן אונדז. 


די קוילעס דערנעענטערן זיך נאָך מער, דרינגען דורך די וװענט און פילן אָן דעם קעלער. עס 
דערטראָגט זיך א טראסקערײַ פון געשלײַדערטע שטינער. די שטאביסטן, דערשיטערטע, זיצן 


אײַנגעקאָרטשעטע אין א געדריקטן שװײַגן. 
יויסעף כאפּט ארויס זײַן רעװאָלװער. שנעל אֶפּ. 


ק אר פל. שמא יַסראָעל... היט אונדז, גאָטעניו, פונעם זינדיקן האמוין, איבער װעמען די 
סיטרע ארכע האָט גענומען די אויבערהאנט. 

װוּ לף. קאָמענדאנט, דערלויבט מיר ארויסשטעלן א וואך. 

װיטנבערג. צו װאָס? װוּ? ועמען װעט זי היטן? 

וו וּ לף. אונדז. 

װיטנבערג. פרײַנט מײַנע, איך בעט אײַך, לאָמיר זײַן אופריכטיק און זאָגן איינער דעם 
צווייטן דעם גאנצן עמעס: קיינעמס לעבן שטייט ניט אין געפאר -- נאָר מײַנס. 

קארפל דו האָסט א טאָעס. אין געפאר שטייט דאָס לעבן פון אלע ייִדן אין געטאָ. 

װיטנבערג. עס האנדלט זיך נאָר װעגן מיר.. פארשטי איך ניט, װעמען װעט די װאך 
היטן? קעגן װעמען װילט איר ארויסשטעלן א ואך -- קעגן אײַערע לײַבלעכע ברידער?.. סאָפקאָל 
סאָף מוזן מיר זיך דאָך פאנאנדערקלײַבן... איז פארװאָס העלפט איר מיר ניט? ניט איר העלפט 
מיר, נאָר פארקערט, איר טוט אלצדינג... 


27 


דער געטומל דערװײַטערט זיך. יויסעף קומט ארײַן. 


יויסעף. טאטע, וידער איז דאָ טינאָווסקי. 

װוּלף (כאפּט ארױס זײַן רעװאַלװער). קאָמענדאנט, דאָס מאָל לאָזט שוין מיר! 

מיריאם. עפשער לאָזט אים טאקע. זאָל ער... 

ק א ר פ ל. אָן א מישפּעט? 

מירי א ם. ער האָט ארויסגעגעבן אונדזער עלטסטן. 

מאַָזעס (ויטנבערג). גיכער פון אלץ האָט אײַך ארויסגעגעבן ניט טינאָווסקי, נאָר עמעצער 
פון אײַערע גוטע כאוויירים אין צענטער. 


װוּלף לאָדט אָן זײַן רעװאָלװער און גייט. 


װיטנבערג. וארט אוף!. לאָמיר זיך צוערשט מעיאשעו זײַן. אָדער פּאַשעטער, לאָמיר 
אָפּשטימען: װער איז פאר דעם, מיר זאָלן אים?.. 


װוּלף, מיריאם און מאָזעס הייבן אוף די הענט. 


ווער איז קעגן? 
קארפל הייבט אוף די האנט. 


מיריאם (דערשטונט). אין איר, כאוער ויטנבערג? פארװאָס שטימט איר ניט? 

װויטנבערג. איך װעל זאָגן מײַן װאָרט נאָך דעם, װי איך װעל אים אויסהערן... יויסעף, 
קום!.. 

וו ו לף. קאָמענדאנט, דערלויבט מיר אײַך צו באגלייטן. 

ויטנב ערג. אָ, ניין, פארבלײַבט דאָ. 


ביכד'2 


אין קיך. טינאָווסקי זיצט אף א טאבורעטקע. 


א שטים דורכן רופּאָר: מעלדונג! אכטונג, ייַדן פון װילנער געטאָו אײַך איז פאר- 
בליבן נאָר זעקס שאָ! איך װאָרן אײַך צום לעצטן מאָל! אויב איר וילט זיך ראטעוען פון טויט, 
גיט ארויס דעם קאָמוניסט איציק וויטנבערג! אײַך איז פארבליבן נאָר זעקס שאָ! 


וויטנבערג קומט ארײַן אין דער באגלייטונג פון יויסעפן, װעלכער בלײַבט שטיין בא דער טיר. 


טינאַָװסקי. איר האָט געהערט, װאָס זי גיבן איבער דורך זײיערע הילכערס? 

װיטנבערג. װאָס פאר א טײַװל האָט אײַך װידער געבראכט אהער? זאָגט, צו װאָס זײַט 
איר געקומען? 

טינאָװ סקי. זיך דערויסן, װאָס איר האָט באשלאָסן? שטורמבאנפיורער געקע האָט מיך 
נאַכאמאָל ארויסגערופן און געװאָרנט, אז אויב איר װעט זֹיך ניט יאװען צו דער צײַט, מעקט ער 
אָפּ אונדזערע זיבן געסעלעך, אז א שטיין אף א שטיין װעט ניט בלײַבן. 

װיטנבערג. װאָס האָט איר אים געענטפערט? 

טינאַװ סקי. הער ויטנבערג, מיר דוכט, אז איר באגרײַפט נאָך אלץ ניט, װאָס פאר א 
טראגישע שאָ אונדזער געטאָ לעבט איבער. אין קאַן שטייט דאָס לעבן פון צוואנציק טױיזנט ייַדן.. 
איז טוט זיך אָן און קומט, איך װעל אײַך באגלייטן. 

װיטנבערג. ירדאו 

טינאָװ ס קי. קענער פון היסטאָריע זאָגן, אז נאָר אדאנק יודאס מעסירע איז יעזוס 
קריסטוס געװאָרן דאָס, װאָס ער איז געװאָרן. ניט קיין אנדערער װי יודא האָט געשאָנקען דער 
וועלט זייער אויסגעטראכטן גאָט. 

װיטנכערג. איך זע, אז אײַך געפעלט זײַן ראָל. מיר אָבער, יעזוסעס, געפעלט ניט. 

טיג אַװ ס קי. אוואדע. אים איז ניט לײַכט געװען צו שלעפּן זײַן קרייץ צו דער טליע, אָבער 
וי נאָר ער האָט פארשטאנען, אז מיט זײַן טוט װעט ער ראטעװען די מענטשהײַט, האָט ער 
שאַלעם געמאכט מיט זײַן גוירל. 

װיטנבערג. ער איז געװען פארכאפּט פון אן אידיי. איך... ליידער... 

טינאָװסקי װױיזט אף װיטנבערגס הארץ) דאָרט איז פּוסט? א װיסטעניש? זײַט זיך 
מױדע! װי בא מיר, כאיכא!ו.. איז פארװאָס, אויב אזוי, קימערט אײַך אזוי שטארק דאָס לעבן פון 
עטלעכע גאָיִם און איר ווילט זי ניט ארויסגעבן געסטאפּאַ? 

װיטנב ערג. הער טנאָווסקי, איך בין קײנמאַל ניט געװען קײן מאָסער. 


28 


טינאָװס קי. איך ראט אײַך ניט אָפּצולײגן ביז דער לעצטער רעגט. אין געטאָ קאָכט װי 
אין א קעסל, אלע זײַנען פארכאפּט פון א שרעקלעכער פּאניק. 
װיטנבערג. זעקס שאָ.. דאָס איז זיער װייניק. אָבער עס קאָן דאָך טרעפן, אז אין דער 
דאָזיקער קורצער צײַט זאָל זיך עמעצער פארמעסטן אף היטלערס לעבן. אָדער ס'וועט זיך אָנהײיבן 
אן אופשטאנד אין הינטערלאנד. אָדער די דײַטשישע ארמיי װעט באקומען א טיטקלאפּ.. 
טינ אָװ ס קי. ריכטיק, דאָס אלץ קאָן געשען, אָבער אונדזערע זיבן געסעלעך װעט עס 
שוין ליידער ניט העלפן. 
װיטנב ערג. מער האָט איר מיר גאָרניט װאָס צו זאָגן? 
טינאָװ סקי. װי איך פארשטיי װעט איר צו געקען ניט גיין? 
װיטנב ערג. איך האָב נאָך ניט באשלאָסן. 
טינ אָװ ס ק י. הער וויטנבערג, אײַער באשלוס וייס איך שוין פון פאָרויס. 
װיטנבערג. טשיקאװוע? 
טינאָװס קי איר װעט זיכער ניט גיין. 
װו יטנב ערג. װײַל איר אף מײַן אָרט װאָלט אויך ניט געגאנגען? 
טינאָװס קי. ביידע זײַנען מיר געקנאָטן פונעם זעלבן טייג. מיר געהערן צו די שטארקע, 
איך זע, אז בא אײַך, װי בא מיר, קאַכט די זעלבע יויך. 
ויטנב ערג. איר שפּירט, הא? װי עס רוישט אין די אָדערן? 
טינאָװ סקי. האָב איך פאר אײַך א פאָרשלאָנ. (נעמט ארויס פון קעשענע דאָס זעקעלע) 
װיטנבערג. װידער?.. דאָס מאָל שוין באשטימט טפילן! 
טינ אָװס קי אף דער װעלט הערשט גאָלד און פויסט. נאָך פון אוראלטע צײַטן. און אזוי 
ועט אײיביק זײַן. איך האָב גאָלד, איר האָט פויסט... פארשטאנען? 
װיטנבערג. נאָך ניט. 
טינ אָװ ס קי. נעמט אײַערע א פינף באװאָפנטע יאטן און... הײַדא! 
װיטנכ ערג. װוהין? 
טינ אָװ ס קי. איך האָב א זיכערע באהעלטעניש. 
װיטנבערג. איך פרעג -- װוּהין? 
טינאָװ סקי. צוערשט זאָגט מיר, צי איר נעמט אָן מײַן פאָרשלאָג? 
װיטנבערג. ער איז ניט רעאל. קים איז די געטאָ באלאגערט, קאַנען מיר זיך סײַװיסײַ 
ניט ארויסבאקומען אף יענער זײַט. 
טינ אָװ ס קי. הער ויטנבערג, מירן ארויסגיין דורך אײַער געהיימניספול טירל. 
װיטנבערג(דערשטױינט) וװעגן אונדזער טירל װייסט איר שוין אויך? 
טינ אָװ ס ק י. איך האָב אײַך שוין, דוכט זיך, איינמאָל געזאָגט, אז א גוטער באלעבאָס.. 
וו יטנג ערג. איר וייסט צופיל, פאָרזיצער פון יודנראט. (טינאָװוסק' שמייכלט). טינאָווסקי, 
איר ווייסט צופיל און דאָס איז ניט גוט! (פון טינאָווסקיס פּאָנעם פארשװינדט דער שמייכל). יויסעף! 
זײַ אזוי גוט און רוף ארײַן װוּלפן. (יויסעף גייט)). וארט, יויסעף, מע דארף ניט!.. פאָרזיצער פון 
יודנראט, איך נעם אָן אײַער פאָרשלאָג. 
יויסעף (דערשיטערט). טאטע! 
װיטנבערג. דו שטעק זיך ניט, װען דײַן טאטע רעדט מיט א מענטשן. גײי ארויס! (י|- 
סעף אָפּ). אלזאָ, איך שטים אײַן... אויב איר װעט מיר אױסזאָגן, װער עס האָט מיך געמאסערט? 
טינ אָװ ס קי. אײַערער א כאווער פון צענטער. איינער א פּעטראס. 
וו יטנב ערג. א ליגן! איך האָב ניט קיינע כאויירים אין קיינע צענטערס. 
טינאָװ ס קי. ליידער איז עס אזי. 
װיטנבערג. װי קאָנט איר מיר דערװײַזן, אז איר נארט מיך ניט? 
טינ אָװ ס קי. דאָס קאָן אײַך דערװײַזן נאָר געקע. 
װיטנבערג. געקע? װיאזוי? 
טינאָװס קי. װען ער װעט אײַך שטעלן אױיג אף איג מיט דעם, װעלכער האָט אײַך 
ארויסגעגעבן. 
װיטנבערג עעבראַכן). גײט.. גייט!.. גייט צו אלדי שווארצע יאָר! 


שינאָווסקי אָפּ. באלד הילכט אָפּ ‏ הינטער דער טיר א שאָס. וויטנבערג לויפט צו צו דער טיר און 
פּראלט זי אוף. 


(אין שרעקלעכער פארצווייפלונג). יויסעף! װאָס האָסטו געטאָן? 


29 


בילד 3 
א האלביפינצטערער בוידעם. אין די וינקלען - צעבראַכענע כפפייצים און אלטווארג. דורכן צעלעי 
כערטן דאך זעט זיך א קאלטער בלײַענער הימל. עס קומען ארײַן קארפל, וויטנבערג, מיריאם, מאָזעס 
און װוּלף. נאָך דעם וי אײַזיק און יויסעף טראָגן ארײַן דעם ראדיאַדאפּאראט, גייט ייסעף ארויס. 
װויטנבכערג. פארװאָס געשעט מיט יִדן ניט אזוי וי מיט אלעמען? מיט װאָס זײַנען מיר 
אנדערש? װער זײַנען מיר? פארװאָס זײַנען מיר אזוינע, װי מיר זײַנען, הא? 
וו ו ל ף. קאָמענדאנט, נעמט ניט פאר אומגוט, װאָס איך װעל אײַך זאָגן, נאָר,.. איר פארנעמט 
זיך מיט פילאָסאָפיע, אין דער צײַט, ווען איצט דארפן מיר גאָר... 
װיטנבערג (שלאַגט איבער). װאָס דארפן מיר? 
אלע שװײַגן. 


זאָגט מיר, װאָס װוילט איר -- איך זאָל אװעק צו געקען, ניט װיסנדיק פארװאָס און פארווען? 
מיריאם. כאװער ויטנבערג, קיינער זאָגט אײַך ניט, איר זאָלט גײן צו געקעןן. 
װיטנבערג. איז װאָס אנדערש זאָגט איר מיר? אָט דאָס איז דאָס ערגסטע, װאָס איר זאָגט 

מיר קיין זאך ניט. איר שװײַגט, 
מאַזעס. נעמט. פארייכערט. 
װיטנ בער ג. איר וילט מיך צעשטרייען?.. איך פרעג אײַך, מיט װאָס בין איך אנדערש 

פון א ליטווינער אָדער א פּאַליאק?.. איך אונטערשייד זיך מיט קיין זאך ניט. איך בין א פּאַשעטער 

מענטש... א געוויינלעכער, צי ניט קיין געוויינלעכער, איך פרעג אײַך. איז אויב א פּאַשעטער, איז 
װי קומט עס, װאָס זיי לעבן אף זייער ערד און איך לעב נאָר אין צײַט? יאָ, יאָ, ייַדן האָבן ניט 
קיין שעטעך, דעריבער שװעבן זיי אין צײַט.. אף פליגלען פון האָפענונג, כא-כא! קעסיידער האָפן 

מיר. שוין דוירעסלאנג, װי מיר שווימען אין א ברויזנדיקן יאם פון האָפענונגען.. װאָס װערן קע" 

סיידער צערונען. מיר זײַנען קראנק און צעפרעסן פון היפּערטראָפירטער האָפענונג. מיר האָבן ניט 

אופגעהערט צו האָפן אפילע דאן, װען א ביז די ציין באװאָפּנטער רעצייעך האָט בעפארהעסיע גע 
מאָלדן דער װעלט, אז ער שטעלט זיך פאר א ציל אונדז אױסצוראָטן וי מײַז. װי האָבן מיר אף 

דעם געענטפערט? מיר האָבן זיך געטרייסט, אז דאָס שרעקט ער אונדז נאָר... און װײַטער געהאָפט. 

און ווען ער האָט אויסגעבויט גאזיקאמערן און גענומען פארברענען אין זיי הונדערטער טױזנטער 

ייִדן, האָבן מיר זיך נאָך אלץ גענארט און געהאָפט.. אפילע איצט, דאָ, װען דער שטריק איז 
שוין פארצויגן אף די העלדזער פון די לעצטע צואנציק טױיזנט וילנער ייַדן, זיצט איר נאָך אלץ 
און האָפט. אף װאָס? אז עפשער װעט אין דער לעצטער מינוט דער רעציעך ראכמאַנעס האָבן אף 
אונדז און ניט פארווירקלעכן זײַן טײַװלאָנישן פּלאן... יאָ, יאָ, פרײַנט מײַנע, איך לײען ארויס 

פון אײַערע אויגן -- עס טליעט נאָך אין אײַך א כיטרע האָפענינג, אז... אז װאָס? אָראקול, נו, זאָגט! 
א ײַזיק. אז ס'וועט געשען א נעס. 
װיטנבערג. סװועט געשען, אָדער ניט געשען, הא? נו, זײַט זיך מידע, איר זיצט דאַ 

און ווארט אף א נעס? 


די שטאביסטן שװײַגן. 


איז אדעראבע, דערקלערט מיר... מיר זײַנען דאָך הויל, און נאקעט, און שוצלאָז, איז אף װאָס פאר 
א סמאך האָפט איר? 

ק א ר פ ל. איציק, אין אונדזער הײיליקער טוירע איז געשריבן.. 

מיריאם. כא! 

ק א ר פ ל. מיר פארמאָגן גײַסט! 

װיטנב ערג. גײַסט?.. אהא, איצט פארשטיי איך. איר מיינט, אן ידישער גײַסט איז 
שטארקער פונעם גאזלענס פויסט?.. שטארקער, יאָ? שװײַגט ניט! ענטפערט!. אָראקול! פארװאָס 
שװײַגט די ראדיַאָ? וויפל מאָל האָב איך אײַך געהיסן.. (היסטעריש). שליסט אײַן? שליסט אײַן! 

א יַז יק. ס'איז ניטאָ קיינע נײַס. 

װיטנבערג. עס קאָן אָבער זײַן. יעדע רעגע קאָן געשען עפּעס אזוינס, װאָס.. 


אײַזיק שליסט אײַן די ראדיאָ. 


א ײַ ז יק. דער צענטער שװײַגט. 

װיטנבערג. ניין, ער שװײַגט ניט! איר הערט ניט! איר זײַט טויב! לאָזט מיך!. שנעלער! 
(שטפּט אָפּ אײַזיקן, זעצט זיך אף זײַן אָרט, פּרוּווט פארשיידענע סטאנציעס, אַבער פון אומעטום 
דערטראָגט זיך א טראסקענדיקער גערויש; פארצווייפלט). צענטער?.. דו הערסט מיך?.. דאָס רעדט 


25 30 


וויטנבערג! דער אַנפירער פון די פּארטיזאנער אין געטאָ! שיקט ארויס צום געטאָיטױער אײַערע א 
פופציק יונגען און זאָלן זיי עפענען א פּײַער! פּלוצעם! רופט ארויס א בעהאָלע און מיר װעלן אין 
דער צײַט אופברעכן דעם טויער, הא?.. נו, גוט, שטעלט ארויס דרײַסיק יונגען! צואנציק! איך פרעג 
אײַך, איר קאָנט ריזיקירן מיט צוואנציק לעבנס, קעדיי צו ראטעװען טױזנט?.. נו, גוט, קעד צו 
ראטעווען הונדערט! אלאָ, שטומט ניט!.. דו ביסט צענטער אָדער ניט צענטער. זאָג! (מיט א 
צעבראַכענער שטים). שװײַג ניט, איך בעט זיך בא דיר. דו הערסט מיך, צענטער, איך וייס עס! 
איז ענטפער מיר... (אופגעקאַכט). צו אלדי שווארצע יאָר, ענטפער!.. פלוצעם מיט א געביטענער 
אייַזדזקאלטער שטים). פּאטריאָטישער ראט? דאָס רעדט וויטנבערג. איך בין מאסקים. איך װעל אװעק 
אין געסטאפּאָ, נאָר מיט א באדינג -- שטעלט זיך אײַן פאר דער געטאָ. זאָגט מיר צו.. האָט 
ראכמאָנעס אפן רעשטל ווילנער ייִדן... הא? אלאָ! הערט מיך! אלאָ! 

װיטנבערגס שטים דורכן פפּאַר): הערט, מענטשן! גוטע מענטשן צו אײַך װענדט 
זיך א ייד פון ווילנער געטאַ! אן אומגליקלעכער מענטש! דער דײַטש װיל אונדז פארטיליק! אלע" 
מען!.. וועלט, דו הערסט אונדז?.. גוטע װעלט! זינדיקע װעלט! מעשוגענע װעלט! ראטעווע אונדו! 


פון אפּאראט טראָגט זיך א טראסקענדיקער גערויש. 


(מיט א טרױעריקער שטים). און איר שטײט און קוקט אזי זיך, מיט פארליגטע הענט, און 
איר שטייט און קוקט אזוי זיך, װי אונדזער היײימשטאָט זילנע ברענט. 


דער אפּאראט רוישט נאָך שטארקער, פארטויבט וויטנכערגס שטים. 


א ײַ ז יק. װײַזט אויס, אז עפּעס איז דאָרטן קאליע געװאָרן. 

װיטנבערג היסטעריש). דו! האָסט אים בעקיון קאליע געמאכט! דער אפּאראט האָט 
געארבעט! 

א ײַ ז י ק. ניין, קאָמענדאנט.. 

ויטנכערג. או איך זאָג דיר, אז יאַ! איר זײַט אלע אידעס, װי אינדערפרי האָט דער 
אפּאראט אויסגעצייכנט געארבעט! (כאפט ארויס זייַן רעואַלװער). 

ק א ר פל. איציק, דו ביסט פון זינען אראָפּ? (לויפט צו װימנבערג). װאָס טוט זיך מיט דיר? 

ויטנבערג. ער װיל אונדז ניט זאָגן דעם עמעס! צי דען פארשטײט איר ניט? פרײַנט 
מײַנע, איך בין שוין לאנג כוישעד, אז דער אָראקול באהאלט פון אונדזן דעם עמעס. 

אײַזיק. ריכטיק! איך באהאלטו.. אין שיסט מיך! פארװאָס שיסט איר ניט? שיסט! איך האָב 
אלצדינג געװווסט און אײַך ניט געזאָגט.. דעם עמעס!.. אז טױיזנטער ייִדן װערן געטריבן צו גריי 
בער און פארשלעפּט אין גאזדאױיוונס, איז װאָס? האָב איך אײַך געדארפט דערצילן װעגן דעם? 

מיריאם. אומבאדינגט! 

א ײַָזיק. אז אלע מעלוכע-פירער פון דער װעלט און דער פּױפּסט אין רוים בעסויכעם וייסן 
וועגן שענדלעכסטן פארברעכן אין דער געשיכטע און שטומען? 

װיטנבערג. װען מיר װאַלטן געװוּסט דעם עמעס... 

אײַזיק. .װאָלט איר ארײַנגעפאלן אין נאָך א גרעסערן יִעשׁ.. האָב איך זיך אלין גע 
װאָרגן מיט וועלטס פארברעכן און מיט זײַן גלײַכגילט, און אײַך ניט דערציילט... (פלוצעם עזליי- 
דערט ער אראַפּ דעם ראדיָאַזאפאראט פון מיש?) אָט אזי! װער פארשאָלטן.. איך האָב עס שוין 
לאנג געװאָלט טאָן! פּאָטער װערן... זיך מער ניט פּײַניק! זאָל נעמען א סאָף!.. (לויפט ארים) 


א לאנגער שװײַגן. 


װיטנבערג. איז אָט, טײַערע פרײַנט מײַנע.. איצט האָט איר זיך נאָכאמאָל איבערצײַגט... 
װאָס קוקט איר אף מיר מיט אזא צאר אין די אויגן? דערטרינקט מיך ניט אין אײַער צאר. 
ק א ר פל. איציק, דאָס איז ניט קיין צאר, 


װיטנבערג. איז װאָס אין עס? אדעראבע, זאָגט מיר.. אָדער עפשער זײַט איר כוישעד, 
אז איך האָב מוירע? פארזיכער איך אײַך, אז.. װען איך האָב געזען װי ראָכל האָט זיך א װאָרף 
געטאָן אפן שניי, צוגעפּױזעט צו געקען און גענומען לעקן זײַנע שטיוול, האָב איך זיך געשווירן, 
אז מיט מיר װעט אזוינס ניט געשען. קײנמאָל ניט! איך װעל קיין קאַרבן ניט זײַן. בעשום-אויפן 
ניט! נאָר ניט קיין קאָרבן!.. װײַל זאָגט מיר, מיט װאָס בין איך זיכער, אז װען איך װעל אװעק 
צי אים, װעט ער די געטאָ ניט אָפּנארן און אומברענגען אלעמען מיז איינעם? װעט זיך דעמלט 
ארויסװײַזן, אז אומזיסט בין איך... אז איך בין גאָר ניט קיין קאָרבן, נאָר א פארעטער! 

ק א ר פל. איציק, האָב גאָט אין הארצן, װי קומט דיר גאָר אין קאָפּ אזא געדאנק? 


1 


װיטנבערג. וי? אדעראבע, זאָגט מיר, װי קען מען עס אנדערש אָנרופן? דער אַָנפירער 
פון די פּארטיזאנער אין געטאָ גיט זיך פרײַװיליק אָפּ דעם דאםיסוינע אין די הענט ארײַן -- 
װאָס איז עס, אוב ניט פאראט? 

ק א ר פל. ראבויסײַ, איז לאָמיר סאָפקאָלסאָף זיך אװעקזעצן און זיך פאנאנדערקלײַבן אין 
אלץ מיט א טאָלק. 

װיטנבערג. ניטאָ אין װאָס זיך פאנאנדערצוקלײַבן! איך װיל ניט און װעל ניט זײַן קין 
פארעטער, איר הערט? בא קיינע אומשטאנדן ניט. איך װיל קעמפן מיט געװער אין האנט! אָדער... 
זאָל מען מיך דערשיסן בא א גרוב, פארברענען אין א גאזיקאמער... נאָר ניט זײַן קיין פארעטער! 

ק א ר פל. זאָל דיר גאָט ניט שטראָפן פאר דײַנע רײיד, איציק, נאָר ס'איז א זינד צו ריידן 
אזוי װי דו רעדסט. 

װיטנבערג. פארװאָס א זינד? 

ק א ר פ *ל. איך בעט דיר, בארויק זיך. 

מיריאם. נעמט וואסער. 

װיטנבערג. איך פרעג אײַך, פארװאָס א זינד? דערקלערט מיר אױב אזי, װאָס איז 
זינד? 

מ אָז ע ס. פארייכערט. 

װיטנבערג. גיב.. ניין! צוערשט זאָגט מיר.. װער בין איך -- א קעמפער, א קאָרבן, 
אָדער א פארעטער? 

מאַזע ס. הערט אוףן 

װיטנבערג. פויסט אָדער גײַסט? 

ק א ר פל. איציק, טײַערער, נעם זיך אין די הענט.. קום! (נעמט װיטנבערגן אונטערן אָרעם). 

װ יטננ ערע. ווארט!.. װוּהין?.. װוּהין פירט איר מיך? 

ק א ר פ ל. קום מיט מיר. (פירט אים ארויס). 


בילד 4 


אן אָפּגעצאמט ווינקל אפן בוידעם. אף א שטרויענעם זאק זיצט טערעסע. 
וויטנבערג קומט ארלַן. 


ט ער ע ס ע. איציק, טײַערער מײַנער, װוּ ביסטו אהינגעקומען אזוי לאנג? 

װיטנבערג. טיקעף טו זיך אָן און אנטליף פונדאנען. קאַלזמאן סאיז נאָך ניט צו 
שפּעט. יויסעף װעט דיך ארויספירן דורכן טירל, 

ט ע ר ע ס ע. דערצייל, װאָס איר האָט באשלאָסן? 

װיטנבערג. געקע װעט װארטן נאָך זעקס שאָ. טערעסע, איך בעט דיך, גײ פון געטאָ 
אוועק. 

טעֶר ע סע. גוט. אַבער צוזאמען מיט דיר. צוערשט װעל איך דיר באהאלטן אין שטאָט, 
און נאָכדעם װעלן מיר צוזאמען אוועק אין וואלד צו די פּארטיזאנער. 

װיטנבערג. האָב ניט קין פאריבל, װאָס איך װעל דיר זאָגן, טערעסע, נאָר דו רעדסט 
נארישקײַטן. 

טע ר ע ס ע. הער מיך אויס... איך װוּנדער זיך װי דו פארשטייסט ניט אזא פּאַשעטע זאך.. 
אז דאָ װעלן אלע אומקומען. 

װיטנבערג אופגעקאַכט). און װי האָט זיך דיר גאַר געשפּאָלטן ס'מויל אזוינס צו זאָגן? 
װער האָט אונדז געמישפּעט און פארמישפּעט? פאר װאַסערע פארברעכנס? 

טערעס ע. איציק, ניט פון מיר און ניט פון דיר איז אָפּהענגיק, אז דאָס זאָל ניט גע- 
שען. ליידער װעט אזוי זײַן. 

װיטנבערג. אָט דאָס איז דער אונטערשייד פון מיר און דיר: איך ווארף אָפּ דעם אורטיל; 
,אזוי װעט זײַן". איך אנערקען אים ניט און פארשטיי אים ניט -- און דו נעמסט אים אָן אפריער. 
נאָך איידער דער פארברעכן איז געשען, שטימסטו אײַן מיט אים. 

ט ער ע ס ע. ניין, איציק, איך שטים ניט אײַן מיט אים. 

װיטנבערג. -אין געדאנק! און געדאנק איז אן אָנהײב פון װאָרט, און אן אַנהײב פון 
טאט. דעריבער בעט איך דיר, טערעסע, גי אוועק. 

ט ע ר ע ס ע. ניין, איציק, איך בלײַב אין געטאָ. 

װיטנבערג (שטרענג). טערעסע! 


2--8 32 


טער עסע.. איך האָב פעסט באשלאָסן: מײַן היים איז דאָ. (בעטעריש. נו, איציק.. (אין 
פארצווייפלונג זינגט): 


לאָמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן... 
װיטנבערג (שרײַט) הער אוף! 
טערעסע. 
...זײַ זשע ניט קיין נאר. 


װיטנבערג שרײַט) און פּלוצעם האָט זי זיך א װאָרף געטאָן אפן שניי, צוגעפּױזעט צו 

געקען, גענומען קושן זײַנע שטיוול און... 

טער ע ס ע. אַ, יעזוס מאריע, װידער דאָס זעלבע! 

װויטנבערג...ווילד זיך צעשריען... 

ראַכלס שטים דורכן רופּאָר: איך װײס ניט פאר װאָס? זאָגט מיר, מענטשן, 
פאר װאָס?!.. איציק, איך וויל וויסן פאר װאָס?!.. 

װיטנבערג. איך קאָן עס בעשוםאויפן ניט ארױסרײַסן פון מײַן זיקאָרן!.. װי זי האָט זיך 
אין איין רעגע פארוואנדלט אין א כײַע. און װי זי איז פארשטומט געװאָרן און גענומען קוקן אף 
מיר מיט גלעזערנע אויגן. און איך בין געשטאנען הינטערן פּלױט, א פארלירענער, און זיך 
געשאָלטן, װאָס איך טו קיין זאך ניט, קעדיי זי צו ראטעװוען.. און פאָרט זיך ניט גערירט פון 
אָרט. אָנשטאָט עפּעס צו טאָן, האָב איך גאָר גענומען ציטערן פאר מײַן אייגן לעבן.. ניט ראָבל, 
ניין, נאַר איך האָב פארלוירן דאָס מענטשלעכע פּאַנעם. 

ט ע ר ע ס ע. ניין, איציק, דײַן פארשטאנד האָט אָפּגעװױגן אלע ,פארן" און ,קעגנס" און 
געמאכט א ריכטיקן אויספיר. 

װיטנבערג. אָט דאָס אין דאָס שרעקלעכסטע, װאָס איך האָב נאָכדעם באנומען: אז פאר- 
שטאנד איז ניט אלץ, אז מענטשן שאצן איבער זײַן װאָג, און זײַנע מעגלעכקײַטן, אז דאָס גאנצע 
וויסן, װאָס איך האָב געשעפּט פון ביכער, האָט מיר ניט געמאכט אזוי שטארק, איך זאָל קענען 
זיך קעגנשטעלן שלעכטס. 

טערעסע. איציק.. זאָג מיר צו, אז דו װעסט זיך ניט באלידיקן, װעל איך דיר זאָגן, 
ווער ס'איז שולדיק אין ראָכלס טױיט. 

װיטנבערג היסטעריש). ניט איך! ניט איך!. 

ט ער ע ס ע. ווען דו װאָלסט זי אף אן עמעס ליב געהאט... 

װיטנבערג. איך פארבאָט דיר אזוי צו ריידן! 

טערעסע. ..װאָלסטו דאן ניט געשטאנען מיט אראָפּגעלאָזטע הענט. דו װאָלסט עפּעס געטאָן, 
קעדיי זי צו ראטעווען. עס קאָן זײַן, אז דאָס װאָלט געווען א זינלאָזער, א מעשוגענער טאט, אָבער... 

װיטנבערג. אזויפיל יאָרן האָבן מיר צוזאמען געלעבט אונטער איין דאך און זיך געטײילט 
מיט יעדן ביסן. 

טע ר ע סע. ליבע איז עפּעס אנדערש. 

װיטנבערג. איז װאָס, לױט דײַן מיינונג, איז ליבע? יאָרנלאנג אװעקוארפן א געליבטן 
און אים פארגעסן? 

טער עס ע. איציק, איך האָב דיך קיינמאָל ניט פארגעסן. נאָר צוליב דיר בין איך אװעק 
פון דער היים... דיך אופצוזוכן און ראטעווען. 

װיטנבערג. אואדע. קעדיי אויסצוקויפן דײַן שולד לעגאבע מיר און מיר באװײַן, אז 
ניט אלע ליטווינער... אז ס'קאַן זיך אײַנגעפינען איינער אָדער א צווייטער... 

טערעסע (שלאַגט איבער). יעזוס מאריִע, װי דו ביסט שלעכט צו מיר! און ניט גערעכטיקו.. 
יאָ, דיר איז זייער שװער, דו ביסט פארביטערט, איך פארשטיי עס. 

װיטנבערג. און איך ויל ניט קיין מיטגעפיל. איך װיל ניט קיין צוגעװאַרפענע נעדאַװע. 

טערע סע. טײַערער מײַנער, ניט קיין נעדאָװע גיב איך דיר, נאָר א הײליקן צװאָג, אן 
פון הײַנט און װײַטער טייל איך מײַן גוירל צוזאמען מיט דיר. דו ביסט א ייד און איך בין א 
ייִדישקע. 

װיטנכערג. ניין, טערעסע, דו ביסט א ליטווישע. 

טער ע ס ע. א ייִדישקע! 

װיטנב ערג. א נײגעװאָרענע! 

ט ע ר ע ס ע. ריכטיק! דיך האָט געמאכט פאר א ייד דער בלינדער גוירל, מיך הײסט זײַן 
א ייִדישקע מײַן הארץ און מײַן סייכל. איך װויל, דו פארשטייסט, איך מוז זײַן א ייִדישקע! 


33 


װיטנב ערג. זײַן א ייִדישקע איז ניט אָפּהענגיק ניט פון גוירל, ניט פון װילן און ניט פון 
סייכל. 

טע ר ע ס ע. איז פון װאָס? איך בין גרייט אף אלץ! זאָג מיר פון װאָס? 

װיטנבערג. הער, טערעסע, װען איך בין נאָך געװען א קינד, האָט מיר מײַן זיידע דער 
ציילט א מײַסע װעגן אײביקן ייִדן. װי ער שפּאנט איבער דער װעלט מיט א ואנדערישטעקן אין 
האנט און מיט א טאַרבע אף דער פּלײצע. װוּהין גייט דער גרײַדגרױער אלטיטשקער און װאָס 
טראָגט ער אין זײַן טאָרבע? -- האָב איך דעם זיידן געפרעגט. -- דאָס װייסט קיין איין לעבעדיקער 
נעפעש ניט, -- האָט ער מיר געענטפערט. -- און דער אלטיטשקער וייסט? -- האָב איך װידער גע 
פרעגט. -- ניין, -- האָט ער מיר געענטפערט. -- און איר? -- האָב איך װײַטער געפרעגט. -- אויך 
ניט. -- איז װער װייסט יאָ? -- האָב איך ניט אופגעהערט צו פרעגן. -- קיינער ניט, דאָס איז 
אן אײביקע רעטעניש, -- האָט מיר מײַן זיידע געזאָגט. -- עפשער דו, אייניקל, ווען דו װעסט אוים- 
וואקסן, װעסטו דערגיין דעם סאָד. 

ט ער ע סע. און... דו ביסט דערגאנגען? 

װיטנבערג. נאַר דאָס, אז די טאָרבע איז מײַנע, און דער ואנדער-שטעקן איז מײַנער. 

ט ערע ס ע. איז צו װאָס באדארפסטו זיי? ווארף און... (פארכאפט זיך). א!. 


א שווערער שװײַגן. 


װיטנבערג. נו, טערעסע, איצט זײַ א גוטע און גיי. 

טערעסע װײַזז אפן גלאטן רינג, װאַס אף װיטנבערגס האנט). נעם אים אראָפּ. (ויטן' 
בערג קװענקלט זיך א װײַלע, נאַכדעם נעמט ער אראָפּ זײַן רינג). גיב מיר. (ויטנבערג גיט. זִי 
טוט צוריק אַן דעם רינג אף װיטנבערגס פינגער). איך שװער בא אלץ, װאָס מיר איז טײַער און 
הייליק, דיר צו זײַן א טרײַ װײַב און א גוטע מאמע פאר יויסעפן. (וויטנבערגס פּאַנעם שײַנט אוף) 
איצט, שווארצברעמיקער, שווער מיר דו... 


וויטנבערג, א פארגאפטער, קוקט אֹף טערעסען. 


בילד'פ 


אפן בוידעם מיריאם און מאָזעס. וויטנבערג קומט ארײַן. 

מיריאם. זאָגט מיר, איציק... איר האָט עפּעס איבערגעביסן? 

וו יטנ בע ר ג. װאָס האָט איר באשלאָסן? 

מאָזע ס. מיר ווארטן אף אײַך, קאָמענדאנט. 

מיריאם. באשליסן קענען מיר נאָר אלע צוזאמען. 

װיטנכבערג. איגנטלעך האָט שין די געטאָ באשלאָסן.. װוּ זײַנען קארפל און װולף? 

מאָזע ס. נעמט א פּאפּיראָס. פארייכערט. 

װיטנבערג. איך פרעג, װוּ זײַנען זיי מיטאמאָל אהינגעקומען? 

מ אָז ע ס. נערווירט זיך ניט, קאָמענדאנט. זיי װעלן באלד זײַן דאָ. 

װיטנבערג. װען - באלד? װאָס הײיסט -- באלד? קוים האָבן זײי אונדז פאריאָגט, װי 
מײַז אין א טעמפּן ווינקל, איז שוין ניטאָ קיין באלד... איז װאָס פאר א שײַכעס האָט דאָ קארפל 
און װוּלף? מיט זיי אָדער אַן זי האָבן מיר שוין סײַװיסײַ ניט װאָס צו באשליסן. 

מיריאם. איך לײג פאָר אַנהײכן מיט געקען אונטערהאנדלונגען, קעדיי צו געוינען צײַט. 

װיטנבערג. װידער צײַט! נאראָנים! צי דען פארשטייט איר נאָך ביז איצט ניט, אז צײַט.. 
איז שוין ניט אין אונדז, נאָר אויסער אונדז, פון יענער זײַט טויער, אזויארום קענען מיר זי ניט 
פארלירן און ניט געווינען! 

מאָזעס. טאקע דערפאר, איציק... 

װיטנכבערג שלאַגט איבער) -איז געקען ניט קעדײַ צו אונטערהאנדלען מיט אונדז! 

מיריאם. אים איז ניט קעדײַ, אָבער אונדז... 

װיטנכערג. איז קעדײַ?. נו, פרײַנט מײַנע, פארשטייט איר נאָך אלץ ניט מײַן לאגע.. 
אָדער איר מאכט זיך ניט פארשטייענדיק. שטענדיק האָט דער זיגער געפאַדערט פונעם באזיגטן 
איינס פון דעם ביידן: װער מײַן שקלאף, אָדער שטארב; גלייב אין מײַן גאָט, אָדער שטארב; קויף 
זיך אויס מיט גאָלד, אָדער שטארב. א זעלנער האָט געקענט אפן שלאכטפעלד זיך איבערגעבן אין 
געפאנגענשאפט, אָדער אנטלויפן. פון מיר זײַנען צוגענומען אלע מעגלעכקײַטן. איך האָב ניט 
קיין פרײַהײַט פון אויסוואל... איך מוז שטארבן שוין דערפאר אליין, װײַל היטלער פארבאָט מיר צו 


44 


אָטעמען. צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע איז פון א פאָלק צוגענומען די מעגלעכקײַט צו 
באשליסן יאָ אָדער ניין. זיך קעגנשטעלן אָדער זיך אונטערגעבן. פאָדערן אָדער גיין אף קאָמפּראָמיסן. 
דער סוינע נעמט אונדז ביכלאל ניט אין באטראכט. מיר זײַנען פאר אים מיסט. 


עס קומט ארײַן קארפל, וועלכער פירט ארײַן דעם גײַסטלעכן. 


ק א ר פ ל. איך האָב געבראכט צו אײַך א שאָליִעך. פונעם ווילנער ביסקופּ. ער וויל ריידן מיט 
אײַך. 

מיריאם איבעראשט) פון װילנער ביסקופּ גאָר? 

קאר פל צו װיטנבערגן) זײַט ניט אין קאס אף מיר. דאָס איז מײַן איניציאטיו. 

װיטנבערג. מאָדנעו.. באהערשט זיך). ביטע, זעצט זיך. 

גײַסטלעכער מעצט זיך) זײַן עמינענץ דער ביסקופּ האָט מיר געבעטן אײַך זאָגן אז 
וי נאָר ער האָט באקומען אײַער וענדונג, האָט ער פאראָרדנט אָפּצוריכטן א ספּעציַעלע טפילע פאר 
אײַך. 

מיריאם (אראַניש). אזש א טפילע!. 

גײַסטלעכער. ער האָט געבעטן אײַך זאָגן, אז די קאטוילישע קירך איז זייער באזאַרגט 
צוליב די שװוערע גזיירעס אף ייִדן. זי גיט זיך אָפּ א פולן כעזשבן, אז דער קיעם פון אײַער 
פאָלק איז אין גרויס געפאר. אין דער דאָזיקער שווערער שאָ, פארשטייט זי, איז א הייליקער כויוו 
צו ראטעווען ייִדן. װי און װעמען נאָר עס לאָזט זיך. יעזוס קריסטוס לערנט ליב צו האָבן אלע 
מענטשן אָן אונטערשייד. זיך דערבארעמען אפילע אף די, װעלכע האָבן אים געקרײיציקט. דעריבער 
האָט מיר זײַן עמינענץ געבעטן אײַך מיטיילן, אז ער איז גרייט אויסצושטרעקן א האנט יעדן, װאָס 
װעט קומען צו אים מיט אן אָפן הארץ. 

קאר פ ל. פארשטייט זיך, כאַשעװער גײַסטלעכער, מיר דאנקען אײַער ביסקופּ פאר זײַן טיפן 
מיטלײַד צו אונדז. גיט אים איבער אונדזערע הארציקע װונטשן... װונטשן פון אומגליקלעכע, גע- 
רוידעפטע, וועלכע זײַנען דערפירט צום ראנד פון.. זײַן שטים ציטערט אוף און ער װערט אנ 
שויג). 

מיריאם מאכלעך) איר האָט אונדז געבראכט דעם ביסקופּס ענטפער? 

גײַסטלעכער. זײַן עמינענץ האָט געבעטן אײַך זאָגן, אז מיר האָבן ניט קיינע פאר 
בינדונגען מיט פאָרשטייער פון דײַטשישן מיליטער אָדער מיט געסטאפּאָ. 

קאר פל. איז עפשער מיט געװיסע באאמטע פון זיערע אָנפירנדיקע אנשטאלטן? 

גײַסטלעכער. מיר האָבן ניט צו טאַן מיט קײנעם, װעמענס הענט עס זײַנען אײַנגע- 
טונקט אין מענטשלעך בלוט. (אלע שװײַג). מיר שטעקן זיך ניט אין פּאָליטיק. 

מיריאם. שוין לאנג? 

גײַסטלעכער. הם.. פון דעמלט, װען מעלוכע:הערשער האָבן פון פַּאַלִיטיק ארויסגע- 
שיילט און באזײַטיקט זײַן עטישן יאָדער. 

ק א ר פל. כאַשעװער גײַסטלעכער, דערלויבט מיר צו באמערקן, אז מיר האָבן זיך געװענדט 
צו אײַך ניט מיט קיין פּאַליטישן איניען. מיר בעטן נאָר, אויב, פארשטייט זיך, איר האָט אוועלכע- 
ס'איז מעגלעכקײַט, אונדז העלפן ראטעווען אן אומשולדיקן מענטשן. 

װיטנבבערג. עס רעדט זיך װעגן מיר. 

גײַסטלעכ ער. איך האָב עס פארשטאנען װי נאַר איך בין ארײַנגעקומען. (אלע שװײַג) 
זײַן עמינענץ דער ביסקופּ האָט מיר געשיקט צו אײַך.. פאַָרלייגן, איר זאָלט גיין מיט מיר. 

ויטנב ערג. ווהין? 

גײַסטלעכער. ער בעט אײַר װערן אונדזער ברודער. דאן װעט ער אײַך בענטשן און 
שיצן. 

װיטנבערג. אנדערש געזאָגט, ער נעמט זיך אָן מיך צו ראטעװען, אוב איך װעל אײַן- 
שטימען אָנצונעמען אײַער גלויבו? 

גײַסטלעכער. דעם ריכטיקן גלויבן. 

מיריאם. דעם גלויבן -- אין װאָס? 

גײַסטלעכער (אגנאַרירט מיריאמס פראגע. צו ויטנבערג). איך פארשטײ, איר קענט 
זיך מיטאמאָל ניט אנטשליסן... איז זײַט זיך גױיװער, איך בעט אײַך. דערצאָרנט ניט נאָך מער 
אונדזער אלעמענס האר אין הימל, 

מיריא ם. אויב, פארשטייט זיך, ער איז דאָרטן פאראן... 

קאר פל (שטרענג). מיריאם, נו איך בעט אײַך זייער... 


9 


גײַסטלעכער צו װיטנבערג). ער שטראָפט אײַער פאָלק שטרענג און גרויזאם. אָבער 
דאָס איז נעגייע נאָר אײַערע גופים. יעדן פון אײַך גיט ער די מענלעכקײַט צו ראטעוען זײַן נע- 
שאָמע. איז באניצט זיך מיט זײַן גנאָד, גוטער מענטש, און קומט מיט מיר. 

װיטנבערג. גוט, לאָמיר אַנעמען, אז איך שטים אײַן. איז װאָס װעט דעמלט זײַן מיט 
די איבעריקע ייִדן פון געטאָ? 

גײַסטלעכער. גאָט אין הימל איז א גערעכטער שויפעט. 

ק א ר פ ל. וועלכער גאָט? עס איז פאראן אײַערער -- דער גאָט פון די שטראָפער, און אונדי 
זערער -- פון די געשטראַפטע. איינער בענטשט די הערשער, ועלכע באגייען שענדלעכסטע טאטן, 
און דער צווייטער פאָדערט פון די הערשער גערעכטיקײַט. 

גײַסטלעכער. סאיז פאראן נאָר איין גערעכטער גאָט אין הימל, װעמענס טיפזניקע 
מײַסים מיר, זינדיקע מענטשן, קאָנען ניט באגרײַפן. דעריבער טאָרן מיר ניט אורטיילן װעגן זײ. 

װיטנבערג. כאַשעװער גײַסטלעכער, סקאָן זײַן, אז צען יַדן, אַדער צװאנציק, אָדער 
עפשער הונדערט וװעלן אײַנשטימען אװועקגיין צו אײַך און אָנעמען אײַער גלויבן, אָבער איך פרעג, 
װאָס װעט זײַן מיט די איבעריקע? 

גײַסטלעכער. דער גרויסער האר אין הימל װעט זיי לדער שטראָפן פאר זייער הארט. 
נעקיקײַט און פאר זייער אקשאָנעסדיקן ניט-װעלן אנערקענען זײַן געשיקטן זון אף דער ערך. צִי 
דען פארשטייט איר ניט, אז אײַער פאלק האלט איצט דעם גרעסטן און שװערסטן עקזאמען, גאָט 
פּרוװוט אײַך צום לעצטן מאָל. 

װיטנבערג. אן איך מין, אז אונדזער עקזאמען איז אין טאָך, אוב ניט נאַך מער, 
אײַער עקזאמען. די טראגעדיע פון ייִדישן פּאָלק איז ניט װײניקער אײַער טראגעדיע, און קאָלזמאן 
איר, איך וויל זאָגן, אלע אומעס האַױלאָס װעלן עס ניט פארשטיין... 

גײַסטלעכער (שלאָגט איבער) מײַנע הערן זײַן עמינענץ דער ביסקופּ האָט מיר.. 

װיטנבערג אופגערעגט, שלאַגט איבער). .יאָ געזאָגט, װאָס עס װעט זײַן מיט די 
איבעריקע, אָדער ניט געזאָגט? 

גײַסטלעכער. ער האָט מיר באפולמעכטיקט אײַך צו בענטשן. 

װיטנב ערג. מיך? 

ג ײַסטלעכער. אויב, פארשטייט זיך, איר װעט דערלויבן. 

װיטנבערג צו די איבעריקע, האלב אין שפאס) װאָס ראט איר מיר -- דערלױיבן? 

מיריאם (סארקאסטיש) אומבאדינגט! 

גײַסטלעכער װאָגט גיך, אָבער דײַטלעך) זון מײַנער, גוטער מענטש, זאָק דער בארעמ- 
הארציקער גאָט אין הימל דיר געבן קויעך און דרײיסטקײַט אויסצוקויפן דײַנע שווערע זינד, אָמין. 
(ציילעמט איבער וויטנבערגן און גייט שנעל ארויס). 


קארפל באגלייט אים, 


מיריאם. װאָס זאָגט איר אף דער קאָמעדיע? טפו! (צעלאכט זיך נערװעז, אַבער רײַסט 
פלוצלינג איבער). איר האָט אים געדארפט אָנשפּײַען אין פּאָנעם און ארױיסיאָגן װי א הונט! 


אלע שװײַגן. קארפל קומט ארײַן צורי 


קאר פל.. זײַט מיר מויבל,. איציק.,.. (װענדט זיך צום הימ?). נאָר קױידעמקאַל, זײַ מיר מויב? 
דו, ריבוינעשעלוילעם, װאָס איך האָב זיך געװענדט נאָך הילקף צו א פאלשן גאָט, װעלכער פּרײ 
דיקט, אז גלייבן אין זײַנע קאנאָנען איז װאָגיקער וי דאָס הײליקסטע און פולקומסטע פון דײַן 
באשאף -- מענטשלעך לעבן! 


װוּלף און יויסעף קומען ארײַן. ביידע -- מיט אויסגעשטרעקטע ועװאָלװערן אין די הענט. 


וו ו לף. קאָמענדאנט, לאָזט מעלדן, אלע ארײַנגענג און ארויסגענג זײַנען פארמאכט! אפן דאר 
שטייט אונדזערער א קוילנווארפער. מײַנע יאטן באיואכן דעם הויף! 

מיריאם. אָבער... דערקלער אונדז װאָס האָט פּאסירט? 

מאָזעס (כאפט ארויס זיין רעװאָלװער און לױיפט צו װוּלפן און יויסעף). הער ויטנבערג, פון 
איצט נעמען מיר אײַך אונטער אונדזער שוץ! מיר װעלן קיינעם ניט לאָזן אײַך ארויסגעבן דער 
געסטאפּאָ! 

מיריאם. טשיקאווע, ער עס קלײַבט זיך עמעצן ארויסגעבן? 

מאָזעס. איר! און צו קארפלען) און איר!.. שטויסט אים אין געקעס מערדערישע לאפּעס!.. פאר"י 
שטייט זיך, האָפּנדיק, אז די יעשוע װעט פאר אים קומען פון הימל. (צו מיריאמען. און איר -- 
אז אים װעט ראטעווען אײַער רויטער קאָמינטערן. ביידע פירט איר א כעזשבן מיט אײַערע געטער 


20 


און שטעלט אף דער קאָרט דאָס לעבן פון אונדזער עלטסטן.. נו, קאָמענדאנט, באפוילט זי אָמַי 
צוגעבן זייערע רעװאַלװערן! 

װיטנבערג. זי דראַען אונדז ניט, אָבער איר דראָט אונדז יאָ -- װאָלט געװען א יוישער, 
איר זאָלט אָפּגעבן אײַערע. 

וו ו ף. קאַמענדאנט, צוזאמען מיט אײַך זיינען מיר פיר, און זײי (װײַזז אף קארפלען און 
מיריאמען) נאָר צוויי. הייסט עס, אז מיר זײַנען די מערהײַט. 

װיטנבערג איראַניש) און ניט קין געװײנלעכע מערהײַט - מיט אױסגעשטרעקטע 
שפּײַערס! 

מאָזעס איז עפשער האָט איר א הומאנישן אויפן, ויָאזוי צוינגען אײַך ניט צו פאראטן? 

מיריאם. שעמט זיך אזוי צו ריידן! 

מאָזעס (צו װיטנבערגן). קורץ און שארף: ס'האָט געשלאָגן אײַער שאָ. מיר לײגן אײַך 
פאָר צו ווערן באר-קאָכבא פונעם רעשטל ווילנער ייִדנטום! 

װיטנבערג א 

מ אָז ע ס. קלײַבט אויס: באר-קאָככא אָדער פארעטער? 

ויטנבערג. בארקאַכבא אַדער.. לאָזט מיר באטראכט.. שוין א סאך אאָרן װי מיך 
פּלאָגט דער געדאנק, אז דאפקע דער אופשטענדלער באר-קאַכבא אין שולדיק אין דעם, װאָס די 
רוימער האָבן פארטריבן די ייִדן פון זייער לאנד... 

מאָזעסס. עך, דו.. אומגליקלעכער!.. אפילע שטארבן װילסטו ניט װ עס פּאסט פאר א 
שטאָלצן ייִדן... איז פּיינער װי א הונט! (צילט אין ויטנבערגן, אַבער זײַן האנט טרייסלט זיך און 
קען ניט אָנדריקן דאָס צינגל: מיט קאס שלײַדערט ער אװעק דעם רעװאַלװער און ברעכט איס 
אין א היסטערישן געויין). 

וו יטנ ב ע ר ג. וויין ניט, ייִדישער גאזלען... איך בין אויך אזא. װען איך פאל ארײַן אין 
גרימצאָרן, כאפּ איך ניט קיין האק און ניט קיין פלאָקן, נאָר הייב אָן דערװײַזן מײַן גערעכטיקײַט 
מיט דער הילף פון סייכל. 

וו ו לף. דערפאר טאקע מאַרדעװוען אונדז אלערליי געקעס. 

ק א ר פל. אזא איז אונדזער גוירל. 

װיטנב ערג. אזא?. אָדער ניט אזא?.. גײַסט אָדער פויסט? 

ק א ר פ ל. גײַסט. 

מ אָז ע ס. פויסט. 

װיטנבערג. אָט דאָס איז די זאך, װאָס אף דער שײַלע איז קיין ענטפער ניטאָ.. נאָך 
ניטאָ. (קוקט אפן זייגער). איך װאָרן אײַך: צײַט שטייט ניט אף אן אָרט. זי איז נאָר פארגליווערט... 
אין מיר. אָבער א פארגליווערטע גייט זי פאָרט. זי שלאָגט מיר דאָ אין די שלייפן װי מיט הא 
מערס... פארװאָס שװײַגט איר? שטומט ניט! זאָגט מיר װאָס איר טראכט? העלפט מיר זיך פאנאנ- 
דערקלײַבן אין דעם, װאָס געשעט מיט אײַך... און מיט מיר! איין מאָל פאר אלע מאָל זאָגט מיר, 
װאָס איך האָב צו טאַן -- גיין צו געקען אָדער ניט גיין? 


די שטאביסטן שװײַגן. 


גיין!.. אומבאדינגט!.. באהאלט ניט אײַערע פּענעמער, נעמט זיך אָן מיט מוט און קוקט מיר גלײַך 
אין די אויגן. איך בין געצווונגען צו גיין! איר ווייסט פארװאָס? 


אלע שװײַגן. 


װײַל הינטער די דאָזיקע װענט לויפן ארום פארלוירענע 20.000 מענטשן. זײי נישטערן און זוכן 
אין אלע הויפן און שטיבער -- װוּ איז וויטנבערג? איך זע זיי, די אומגליקלעך-פארפירטע פון טי" 
נאָווסקין און פון זײַן יודנראט, װילד געװאָרענע, מיט כײַישן שרעק אין די איגן.. איז אָט: װעל 
איך אוועק צו אים און ווידער זיי מאכן פאר מענטשן, און אָנצינדן אין זיי כאָטש א קליינע האָפענונג 
צוֹ בלײַבן לעבן. מאָרגן, און איבערמאָרגן, און נאָך א װאָך, ביז... פרײַנט מײַנע, ניט װיכטיק ביז 
ווען, וויכטיק איז, זייער האָפענונג װעט דאָך זײַן א באגלינדעטע װײַל נאָך סטאלינגראד דינט 
דאָך די צײַט ניט היטלערן, נאָר אונדז! 


די שטאביסטן שװײַגן. 
ברידער מײַנע, איך בעט אײַך... איך בעט זיך בא אײַך - רעדט מיט מיר!.. לאָזט מיך ניט איבער 
אליין! איך וויל ניט אליין! איך האָב מוירע אליין!.. 


97 


די שטאביסטן שװײַגן. וויטנבערג, געבראָכן, לאָזט אראָפּ דעם קאָפּ און פארטראכט זיך. מיריאם 

װײַזט מיט זשעסטן, אז די שטאביסטן זאָלן זי איבערלאָזן מיט אים אויג אף אויג. קארפל, מאַזעס 

און װוּלף גייען ארויס. מיריאם גייט שטיל צו צו וויטנבערגן, לאָזט זיך אראָפּ אף די קני און גיט 
אים א קוש אין האנט. 


ראָכל? נו, צו װאָס טוסטו עס?.. ווידער... ווידער אף די קני, די מינוט שטיי אוף... 
מיריאם קושט זײַנע ביידע הענט. 


ראַכל, אזוי איז ניט גוט... נו איך בעט דיך, מען דארף ניט אזוי. 

מיריאם. לאָז מיך, ליבער... 

װיטנבערג (צאפלט אוף, עפנט די אויגן). דו?!. 

מיריאם. שװײַג. איצט לאָז מיך... דיך װעט עס װוּנדערן, געוויס... אָדער גאַר באלידיקן, 
נאָר איך מוז... 

װיטנבערג קוקט זיך ארום) װוּ זײַנען אלע איבעריקע? 

מיריאם. .דיר זאָגן, אז איך ליב דיך.. מיט מײַן גוף און מיט מײַן נעשאַמע.. אזי 
לײַדנשאפטלעך... און אזוי צארט, איציק... װי עס קען קיינער ניט. 

וו יטנבער ג. ווארט, װאָס רעדסטו?.. מיריאם, דו פּלױדערסטו.. א, איך פארשטיי, דו װילסט 
מיר פארלײַכטערן מײַן לעצטע שאַ? 

מיריאם. גלייב מיר, ליבער, איך זאָג דיר דעם ריינעם עמעס. 

װיטנכערג. איז פארװאָס, אױב אזי?.. פארװאָס, מיריאם, האָסטו מיר פריער קײנמאָל 
ניט געזאַגט... װעגן דעם? 

מיריאם. איך האָב ניט געטאָרט, איציק. 

װיטנכערג. דיך האָט ניט געלאָזט דײַן מיידלשער שטאַלץ? 

מיריאם. איך האָב ניט קיין מיידלשן שטאַלץ. 

װיטנכערג יאָ, יאָ, איך ווייס, דו ביסט ראק פארנומען מיט דײַן אידיי. 

מיריאם. זײַ מיר מױכל, טײַערער.. װאָס איך האָב דיר אָפטמאָל דערװידערט און זיך 
געקריגט מיט דיר. 

װיטנבערג. איך פארשטײ: אף אזא אויפן האָסטו באהאלטן דײַן עמעסן געפיל צו מיר. 

מיריאם. פארקערט, יעדן פרימאַרגן פלעג איך אופשטיין מיטן געדאנק דיר צו אנטפּלעקן 
מײַן ליבע... און ניט געקענט. 

װיטנבערג. דו האָסט זיך געשעמט? 

מיריאם. ניט זיך געשעמט -- זיך געפּלאָגט, איציק. און אין די נעכט פארגאָסן ביטערע 
טרערן. 

װיטנכערג. אַ, און איך האָכ זיך קיינמאָל ניט אַנגעשטױסן... 

מיריאם. ליכער מײַנער, איך האָב באהאלטן פון דיר... מײַן גרויסן יאָמטעו. 

װיטנ ביר ג. עס קאַן זײַן, דאָס װאָלט געווען אונדזער ביידנס יאָמטעו. 

מיריאם. עס קאָן זײַן. 

װיטנבערג עאַך א שװײַגן. דו האָסט ניט גוט געטאָן. 

מי ר י א ם. ניט איך בין שולדיק. 

װיטנבערג. ניט דו? איז װער? (מיריאס שװײַגט). דײַן אידיי? 

מיריאם א 

װיטנב ערג. און זי האָט דיר געייצעט צו באהאלטן פון מיר דײַן יאָמטעװ? 

מיריאם. געהייסן! 

װיטנבערג. אזש געהייסן? 

מיריאם. זי האָט געפאָדערט: זײַ מיט אים פונדערװײַטן, גיב ניט נאָך דײַנע געפילן -- 
און איך האָב געפאָלגט. 

װיטנבערג. זי האָט, װײַזט זיך ארויס, דיך אװי שטארק פארהארטעװעט, אז.. (װערט 
אנשוויגן). 

מיריאם. אז װאָס? 

װיטנבערג. אַבער איצט פארדריסט עס דיך, פארשטייסט שוין, אז דו האָסט ניט ריכטיק 
געטאָן? 

מיריאם. מײַן אידיי איזן שטענדיק גערעכט. זי, די איינציקע, ווייסט דעם עמעס. ניט נאַר 
דעם הײַנטיקן און טײלװײַזן -- דעם גאנצן, דעם אבסאַליוטן. אויב אונדזער שטאב װאַלט געטאַן 
אלץ, װאָס מײַן אידיי האָט געחייסן, װאָלטן מיר אויסגעמיטן דײַן אומגליק. 


38 


װיטנ בערג. ניין, מיריאם, איך בין שולדיק אין דעם, װאָס עס איז געשען. שולדיק איז 
מײַן שטענדיקער זיך גריבלען און צווייפלען... און שולדיק איז מײַן טאטע, וועלכער האָט מיר גע" 
לערנט זײַן טאָלעראנט... שטענדיק און מיט אלעמען.. זיך מעיאשעוו זײַן... עך, מיריאם... מײַן 
שטארקע מיריאם... 

מירי א ם. מײַן ליבער שוואכער איציק... זײַ מיר מויכל, אוב דו קענסט, 

װיטנבערג (מיט טרערן אין די אױגן. יאָ, יאָ, אלץ איז פארגעבן, אלץ איז פארגעסן. 

מירי א ם. וויין ניט, שוואכינקער... 

װיטנבערג. דו ביסט די איינציקע, וועלכע ווייסט עס. 

מיריאם עעמט ארויס א פארװיקלט פאפּיר?). איז נעם. 

װיטנבערג װאָס? 

מיריאם. דאָס װעט דיך פארהיטן.. 

װיטנבער ג. פון װאָס? װאָס האָסטו דאָ? 

מיריאם מיט א געװינלעכן, אַבער אייזקאלטן קאַל). ציאזדקאלי. (ויטנבערג, אן אופגע- 
צאפּלטער, ציט זיך צוריק. פּלוצעם באפעלעריש). נעם! 

װיטנבערג דערשראַקן קוקט אף איר). דו מיינסט, זיי װעלן מיך פּײַניקן? 


מיריאם קוקט וויטנבערגן גלײַך אין די אויגן און שװײַגט. 


(לייענט אין אירע אויגן איר ענטפער, יאַָמערט) א"א א... 

מיריאם. איז נעם! 

װיטנבערג װי א פאריאָגטע כײַע) דו טרויסט מיר ניט? 

מיריאם. װײַל דו ביסט ניט גענוג באװאָפנט... 

װיטנבערג. ניט באװאָפנט? 

מיריאם. ..מיט אונדזער אידײ. 

װויטנבערג. אַ, ניין, מיריאם, דו האַסט מיך ניט ליב! 

מיריאם. טײַערער, איך ליב דיר אזוי מעשונע און לײַדנשאפטלעך, אזש.. 

װיטננערג שלאָגט איבער). װאָס איז עס פאר א ליבע, אויב זי אין צעפרעסן פון אומ" 
צוטרוי צו מיר? 

מיריאם. איך האָב דיר שוין געזאָגט, אז דאָס איז ניט מײַן אומצוטרו. 

װיטנבערג. איז נעם עס צן... באהאלט. איך באדארף עס ניט. 

מיריאם. דו ביסט זיכער, אז ניט? 

װיטנב ערג. איך האָב געלעבט ערלעך, װעל איך... 

מיריאם. אאָ, יאָ... זײַ מיר מויכל. (באהאלט דעם ציא-קאל'. 

װיטנבערג. א דאנק דיר. 

מיריאם. (קושט אים). גוט, איציק, דערװײַז מיר... דערװײַז מיר טאקע, או ערלעכקײַט.. 
אז פּאָשעטע מענטשלעכע ערלעכקײַט איז שטארקער פון אידיי. 


בילד 6 


אפן בוידעם. אין אָפּגעצאמטן ווינקל. טערעסע, א האלב-אָנגעטאַנענע, ליגט אפן שטרוי-זאק. יויסעף 
קומט אײַליק ארײַן. 


טערעסע איבערגעשראַקן, וארפט ארוף אף זיך א פאטשילע). א, ייסעף גאָר?.. (בא. 
הערשט זיך). גוט-מאַרגן. 

יויסעף שטי אוף! 

ט ער ע ס ע. יויסעף, דערקלער מיר... פארװאָס שטרענגסטו זיך אָן צו זײַן שלעכטער וי דו 
ביסט אפאנעמעסן! 

יויסעף ננ, פּלױדער ניט. שלעפּ ארוף אף זיך דײַנע זײַדענע שמאטעס און קום. 

ט ער עס ע. הער, יויסעף... אויב דו װעסט ניט אופהערן מיך צו באלײידיקן און זידלען, 
װעל איך דערציילן דעם טאטן, 

יויסעף. כא!. דאָרטן, פון יענער זײַט צוים, װאָלט איך מוירע געהאט פאר דיר. דאָ, פון 
דער זײַט... קאָן איך דיך אפילע דערהארגענען. 

טע ר ע ס ע. און פונוואנען נעמט זיך בא אזא גוטן יאט אוויפיל רוגזע און סינע -- פארשטי 
איך בעשום-אויפן ניט. 

יויסעף דאָס איז דײַן רוגזע און דײַן סינע. 


39 


טער עסע. אָ, ניין! 

יויסעף. אלע גאָיִם. איר האָט עס אין מיר אײַנגעפלאנצט. (װײַזז אפן האלד). אָט ביד 
וואנען ס'איז שוין דערגאנגען!.. פארפלייצט מײַן מארך און מײַנע אָדערן. נאָך א שאָ, נאָך א טאָג 
שפּיו איך, װעט עס מיך אינגאנצן אָפּסאמען. מוז איך עס איסכראקען. אויסמייקען פון זיך.. 

טער עס ע. אָ, װי אומגליקלעך דו ביסט! 

יויסעֶף. נו, איז װאָס ווארטסטו?.. גיך טו זיך אָן, דער טאטע האָט מיר געהייסן דיך בא 
גלייטן צום טירל, 

טערעס ע. ניין, יויסעף, איך װעל אין ערגעץ ניט גיין. 

יויסעף (מיט פארבײַלטע פויסטן). ארויס פונדאנען! ארויס! 

טערעסע. זאָג דײַן טאטן.. זאָג מײַן מאן, אז איך װעל בעשום:אויפן ניט... 

יויסעף (שלאָגט איבער). דײַן מאן? (שפּרינגט צו צו טערעסען, שלײַדערט זי אום און 
נעמט זי ווארגן). ניווזיקע צױיג! 


אין טערעסעס האנט בלאנקט אוף א קינזשאל. יויסעף רײַסט אים ארויס פון איר האנט און פאר- 
מעסט זיך קעגן איר. אָבער אומגעריכט בלײַבט זײַן האנט פארשטארט אינדערלופטן: אונטער דער 
פאנאנדערגעקאשערטער פאטשיילע דערזעט ער א צוגענייטע געלע לאטע. 


(דערששטוינט). װאָראָראָס?! (שפרינגט אָפּ פון טערעסע). 


טערעסע הייבט זיך אוף. 

דו ביסט א ייִדישעץ? 

ט ער ע ס ע. יאָ. 

יויס עף. נײן! 

ט ער ע ס ע. פרעג דײַן טאטן, 

יויס עף. דו ביסט א יִדישע, אָדער ניט? זאָג מיר דעם עמעס! אין מאָל פאר אלע מאָל 
קענסטו מיר אופדעקן דעם סאָד, װער דו ביסט? 

ט ערע סע. א מענטש. 

יויס עף איצט זײַנען ניטאָ קיין מענטשן. ס'זײַנען פאראן גאָיִם און ייִדן. 

ט ער ע ס ע. בין איך א ייִדישע. 

יויסעף. א ליגן! די מינוט רײַס אראָפּ אונדזער הייליקן צייכן! 

ט ער ע ס ע. ניין! (װיקלט זיך פעסטער ארום מיט דער פאטעיילע). 

יויס עף אָט א כיטרע צויג!.. א ייד בין איך! 

ט ער ע ס ע. מיט א מעסער אין האנט. 

יויס עף דאָס איז דײַן מעסער. א גאָיִשער! מיך עקלט פון אים! (וארפט אים אװעק) נוו 
איצט זאָג מיר װער דו ביסט? 

ט ער ע ס ע. פון איצט -- דײַן מאמע. 

יויסעף. נײן. מיך האָט געבוירן א ייִדישע פרוי. 

ט ע ר ע ס ע. און דו ביסט מײַן זון. 

יויס עף. ליגף ליגן! 

ט ער ע ס ע. ניין, יויסעפל, איך װעל דיך ניט איבערלאָזן אף קיינעמס באראָט. 

יויסעף נעמט ארױס זיַן רעװאַלװער). דו גײסט אװעק פונדאנען, צי ניט? דײַן טרייפענער 
געביין זאָל דאָ מער ניט זײַן!.. די מינוט גיי אוועק פון אונדז!.. נו! ארויס! 

טערעצעסע נאַך א שװײַג, געבראַכן). איך גײ... (מיט ציטערדיקע הענט נעמט צונויפקלײַבן 
אירע זאכן). 


בי לד? 


אפן בוידעם. וויטנבערג, מיריאם, מאָזעס, קארפל און װוּלף. 
װיטנבערג (שעפּטשעט נערװע). זאָג ניט קײנמאָל.. זאָג ניט, אז דו גײסט.. דעם לעצטן 
וועג דו גייסט... קיינמאָל זאָג ניט... לעצטן זאָג ניט... 
ק א ר פל. איציק, רייד מיט אונדז. זאָג, וועמען דו באשטימסט אף דײַן אָרט? 
װיטנבערג. קלײַבט אויס.. עמעצן. 
וו ו לף. קאָמענדאנט, מיר ווילן, איר זאָלט באשטימען. 
װיטנבערג איך??.. (צו מיריאמען און מאַזעסן). דו אָדער דו? 


ביידע שװײַגן. 


10 


נצו די איבעריקע). וי מיינט איר -- מיריאם אָדער מאָזעס? 
אלע שװײַגן. 


װײַזט זיך ארויס, אז ס'איז יאַ פאראן א לעצטער װעג (היסטעריע). ס'איז פאראן! פאראן!! מאָזעס 
אָדער מיריאם? זאָגט, איר װייסט, װוּ עס פירט דער לעצטער וועג? 

ק א ר פל. צום טאָג פון די ביינער. 

װיטנבערג צו מיריאמען. דו! דיך באשטים איך!. מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, 
מיט אונדזער וויי... הא, ניסט מאסקים? 

מיריאם אָ. 

װיטנבערג. איך האָב געװוּסט, אז דו װעסט מאסקים זײַן. 

מיריאם. אָבער מיט א טנײַ, אב דער שטאב װעט מיר צװאָגן אופהערן אלע דיסקוסיעס 
און זײַן געהאָרכזאם... 

ק א ר פל. איך זאָג צו. 

װיטנבערג עאָך א קורצן באקלערן). ניין, מיריאם! דו טױגסט ניט צו דעם. 

ק א ר פ ל. פארװאָס? 

װיטנכערג צו מיריאמען). װײַל דו האלטסט, אז סאיז ניטאָ קין ייִדישער פּײַן און 
קיין ייִדישער וויי. ס'איז פאראן אַדער ניט פאראן? ענטפער! (מיריאם שװײַגט). איז זאָל מײַן אָרט 
פארנעמען מאָזעס. 

מ אָ ז ע ס. איך בין מאסקים. 

װיטנכערג. קארפל, װוהין האָט איר געזאָגט פירט דער לעצטער װעג? 

ק אר פל. צום טאָל פון די טרוקענע ביינער. 

װיטנבערג. נין, מאָזעס, דו ביסט אויך ניט פּאסיק צו דעם. עמעס, דו אנערקענסט אאָ 
אונדזער פּײַן און אונדזער װיי, אָכער דו װוילסט פון זי פּאַטער װערן, הא? 

מ אָ ז ע ס. איך וויל, מיר זאָלן זײַן א פאָלק װי אלע פעלקער. 

װיטנבערג. און שטעלן אונדזער קיִעם ניט אף גײַסט, נאָר אף פויסט? 

מאָזע ס. אף דײַן שװוערד זאָלסטו לעבן. 

װיטנבערג. און דעמלט, ביסטו זיכער, װעלן מיר מיט אונדזער פויסט דערװײַזן די שיינ" 
קײַט פון אונדזער גײַסט? 

מ אָז ע ס. ניטאָ קיין אנדער ועג. 

װיטנבערג. ויבאלד איך באשטים דיך אף מײַן אָרט, װיל איך ויסן.. פארװאָס און 
פארווען? 


די שטאביסטן, אין פארלעגנהײַט, שװײַגן. 


װאָס קוקט איר אף מיר מיט צעגלאָצטע אױיגן?.. װי ראָכל? זי האָט זיך ניט פאנאנדערגעקליבן פאר" 
װאָס און פארווען? זי איז געווען נאָר א װײַב און נאָר א מאמע. 

ק א ר פ ל. איציק, װײַב און א מאמע איז זייער א סאך. 

װויטנבערג. איך װײס עס, טײַערער קארפל, און באשולדיק זי ניט. כאסװעכאָלילע. אָבער 
איך... קען ניט װי זי. איך וויל פארשטיין! איך מוז פארשטיין! (די שטאביסטן שוייגן. צו קארפלען). 
איז פארנעמט איר מײַן אָרט! 

ק א ר פ ל. אָ, איציק, איך נעם זיך ניט אָן. 

װיטנב ער ג. ניין? פארװאָס? 

ק א ר פל. מײַן װעט קומען דעמלט, וען אין טאָל װעלן אופלעבן די פארבלוטיקטע ביינער. 

װיטנבערג. ניט די פארבלוטיקטע -- די קלאָר-װײַסע.. קיקט! (װײיזז זײַנע הענט). זײ 
האָבן קיינמאָל קיין בלוט ניט פארגאָסן. צום באדויערן.. אָדער צום גליק? מיליאָנען מאַרדעװען 
איינע די אנדערע, נאָר מײַנע הענט זײַנען געבליבן ניט פארפלעקט. אומשולדיקע הענט. ניט אײַן 
געטונקטע אין בלוט. נאָך נעכטן האָב איך זיך צוליב דעם געפּלאָגט, אָבער הײַנט.. גיג טײַנעט 
צו מאָגױיגן: דו ווילסט פארכאפּן מײַן ערד! ענטפערט מאָגויג גויגן: ניין, דאָס װילסטו גאָר פארכאפּן 
מײַן ערד!.. נאָר איך, איציק, וויל קיינעמס ניט פארכאפּן. מיר האָבן ניט קיין ערד און ניט קיין 
מעלוכע, איז פאר וװועמענס זינד צילן אין אונדז אלעמענס ביקסן? פארװאָס פאר א פארברעכנס 
פארברענט מען אונדז און מע באגראָבט לעבעדיקערהייט? זאָגט מיר, פארװאָס און פארװען ליגן 
צעכראשטשעטע און פארבלוטיקטע מוישעלעס און שלוימעלעס ביינער? 


די שטאביסטן שװײַגן. 


(אומגעריכט רויַק). מאָזעס, גיב מיר פארייכערן... נאומגעדולדיק). גיכער! 


11 


מאָזעס. נעם. 
װיטנבערג הערט ניט. צו מיריאמען) נו גיב שוין! 
מ אָזע ס. נעם. 
װיטנבערג צו מיריאמען, היסטעריש) איז פארװאָס גיסטו ניט? 
מיריאם (פארשטיימ ניט). װאָס אזוינס? 
מיריאם קוקט אף אים א דערשטוינטע. 
װ יטננ ער ג. דײַן סאם. 


מיריאם קוקט אף אים א דערשטוינטע. 


נמיט א געבראַכענער שטים). העלף מיר, מיריאם... אָ, וי פארמאטערט איך בין... 
מיריאם. נעם. 


בילד 8 


אפן בוידעם. אין אָפּגעצאמטן ווינקל זיצט וויטנבערג. יויסעף קומט ארײַן, לױיפט צו צום פאָטער 
און פאלט אים אין די אָרעמס. 


יויסעף (פארצוייפלט). טאטע! 
װיטנב ערג. זון מײַנער! 


א לענגערע װײַלע שטייען ביידע ארומגעפלאָכטענע, װי פארגליווערטע. 


נו, יויסעפל, זעץ זיך... אָט דאָ. (װיטנבערג נעמט ארױס זיַן רעװאַלװער). נעם. גיב עס 
אָפּ מיריאמען. מיר איז ער שוין ניט נייטיק. (יויסעף נעמט ניט דעם רעװאַלװער). מיר איזן א 
כארפּע זיך מוידע צו זײַן, נאָר איך האָב אפילע ניט אױסגעשאָסן פון אים. קיין איין מאָל ניט. 
דו פארורטייל מיך ניט, יויסעף, װאָס אזוי האָט געטראָפן, ניט איך בין שולדיק. שולדיק איז... װער? 
וי מיינסטו?.. אָ, ניין, איך וויל זיך ניט פארענטפערן פאר דיר... הער, יויסעף... איצט טראכט איך 
גאָר, אז אנדערש האָט ניט געקענט געשען... איז געשען אזוי. 

יויס עף. הער, טאטע, מיט דײַן נאגאן לייג אָפּ געקען. 

װיטנבערג (שמײכלט טרױעריק). דוכט זיך, א דערואקסענער באָכער, נאָר, װײַזט זיך 
ארויס, נאָך פאָרט א קינד... 

יויס עף. מיט א מעסער אין הארצן. 

װיטנבערג. הא!. (צארט) זון מײַנער, זעץ זיך בא מיר אפן שויס. 

יויסעף (מאכט זיך ניט הערנדיק). איז װי, טאטע.. דו װעסט אים אף קאלט מאכן? 

װיטנבערג. נארעלע, איידער מע װעט מיך ארײנפירן צו אים, װעט מען מיך אונטערזוכן 
און צונעמען פון מיר אלץ, ביזן לעצטן פאָדעם. 

יויסעף. װעסטו קאלט מאכן דעם, װאָס װעט דיך אונטערזוכן. נאָכדעם געקען.. איבער- 
בײַסן דעם גאָרגל, 

װיטנבערג (שמײכלט טרױעריק). יאָ, ער האָט עס קאָשער פארדינט. 

יויסעף. אן דו װעסט אזויארום נעקאַמע נעמען. 

װיטנבערג. אזי װאָלט טאקע געװען וישערדיק, אָבער איך צװייפל.. צי מיר װעט 
קלעקן קויעך עס צו טאָן. 

יויסעף. טאטע, דאָס איז זייער פּאָשעט. 

װ יטנבערג. דו מיינסט?.. לאָמיר באטראכטן... 

יויסעף. דאָס איז אונדזער אומגליק, װאָס מיר טראכטן.. צופיל.. מיר טראכטן, און זי 
הארגענען אונדז. ניט טראכטן דארפן מיר, נאָר שפּאלטן קעפּ, מיימעסן, בײַסן, שטעכן - ניט 
טראכטנדיק. װי נאָר מע הייבט אָן צו טראכטן-- איך האָב זיך שוין איבערצײַגט אין דעם -- 
פּענטעט עס הענט און פיס. 

װיטנבערג. און איך, זון מײַנער, מוז טראכטן, אנדערש קען איך ניט. 

יויסעף װײַזץ אפן הארצן). טאטע, קוק! אָט דאָ שטעקט א מעסער. 

װיטנבערג. בא מיר אױך.. ער שנײַדט זיך אלץ טיפער און טיפער אין מײַן לײַב און 
אין מײַן מויעך, און בויערט, און בריט, און פארוואנדלט מיך אין א צערייצטער כײַע.. און פאָרט 
איז ער ניט בעקויעך אָפּצושטעלן מײַן געדאנק. 

יויס עף. אפילע ניט איצט, ווען.- 

װיטנבערג. מײַן געדאנק איז שטארקער פון מיר. 


42 


יויסעף. און שטארקער פון דײַן סינע צום דײַטש? 

װיטנבערג. טױזנטער מאָל. 

יויסעף. א פאר דײַן װוילן נעקאַמע צו נעמען? 

װיטנבערג. מײַן געדאנק איזן דאָס שטארקסטע, װאָס איך פארמאָג.. ניט געקוקט, װאָס 
איך ווייס, אז ער איז נאָך שוואך, אָפּטמאָל מאכט ער טאַעסן, און פאָרט האָט עס פון מיר אויס. 
געקנאָטן דאָס, װאָס איך בין -- א מענטש. 

יויס עף. טאטע, דײַן געדאנק האָט דיך געמאכט פאר א שוואכלינג. 

װ יטנב ערג. ער האָט זיך שטענדיק געװערט קעגן דער בייזער כײַע אין מיר. ער, װי א 
טרײַער באל-יויעץ, האָט מיר קעסיידער געשעפּטשעט: זײַ גוט, זײַ גערעכטיק, טו ניט קיין שלעכטס, 
קיינעם ניט... דו הערסט, יויסעף, קיינעם ניט! 

יויסעף. איצט פארשטיי איך, פארװאָס דו האָסט קיינמאָל ניט אױיסגעשאָסן פון דײַן נאגאן. 

װיטנבערג. יאָדיאָ, מײַנע הענט האָבן ניט פארגאָסן קיין בלוט. 

יויס עף איז נעם אים איצט מיט זיך, טאטע. ניץ אויס די געלעגנהײַט. 

װיטנב ערג. ניין, יויסעף. װען איך טו עס, װאָלט איך פארליקנט מײַן לעבן, אויסגע- 
מעקט זיך גופע, מײַן גאנג אף דער וועלט., 

יויסעף. טאטע, דו האָסט דאָך שוין ניט װאָס אָנצוּװערן! 

װיטנב ער ג. איך האָב, יויסעף... ביז מײַן לעצטן אָטעם טאָר איך ניט אָנװערן דאָס, װאָס 
אין מיר איז דער איקער... װאָס האָט מיר געגעבן די מעגלעכקײַט צו קוקן אף דיר און פארשטיין, 
אז איך זע דיך; צו ריידן מיט דיר און וויסן, אז איך רייד מיט דיר... און עפענען אין דיר כאָטש 
א קליין פענצטערל... דאָס קאָן נאָר א מענטש. איך וויל ניט זײַן קיין כײַע, אפילע קיין איין רעגע 
ניט. איך וויל ניט! איך -- וויל -- ניט!.. 

יויסעף באגײַסטערט.. און דערשראַקן). טאיטע!. טײַערינקער טאטעלע מײַנער!. 

װיטנבערג. הער, יויסעף, װאָס איך מוז דיר נאָך זאָגן.. 

יויס עף. זאָג. 


וויטנבערג קוקט אף יויסעפּן און שװײַגט. 
נו, זאָג, טאטע. 
וויטנבערג קוקט אף יויסעפן מיש פּארשטארטע אויגן און שװײַגט. 
נו, רייד! פארװאָס שװײַגסטו! װאָס קוקסטו אף מיר און זאָגסט מיר גאָרניט? איך הער דיך! 
וויטנבערג קוקט אף ייסעפן מיט פּארשטארטע אױגן און שװײַגט. 
(שרײַט). טאטע! טאטע! טא-טע! 


פאָרהאנג. 


יאנקעוו שטערנבערג 


44 


ניט-פובליקירטע לידער 


כ'האַב געזען לייב קװיטקאָן 


כ'האָב געזען לייב קװיטקאָן 
טיף פארװאָרצלט אין זײַן באָדן 
און מיט לידער און מיט רום באלאָדן, 
פּראװוען שטאָט בא זיך. אין מאָסקװער היים. 
איצט איך זע אים פירן זיך גאָר מאָדנע און געהיים -- 
וי זײַן , טאטע דער האמוין', מיט שטריק אף לענד, 
מיט שווערער באָרד, 
נאָר אף ליפּן דאָס באלשעמסקע װוּנדער-װאָרט -- 
וי א פויגל אומגעקערט זיך אין זײַן אָרט. 


כ'האָב געזען לייב קװיטקאָן 
בא זײַן שיינעם טיש אין מאָסקװער היים. 
איצט איך זע אים פירן גאָר א טאטשקע ליים 
אין די שטעטלעך פון פּאָדאָליעץ, אין זײַן אומאן, 
װוּ ער איז, וי א פארשטעלטער לאמעדװאָווניק, 
צוריקגעקומען -- 
מיט א גרויסער שײַן פון זײַנע אויגן אף זײַן שווערער באָרד. 
וי ארומגעגאנגען איז אמאָל זײַן , טאטע דער האמוין" אָט דאָרט. 


פּערעץ מארקיש 


איך האָב געהערט. 

װי מארקיש הילכיק האָט געלאכט, 

און איצטער הער איך אין דער נאכט -- 

דעם שטורעם שרײַט ער איבער מיט זײַן ביטערן געשריי, 


װי לִיר אין וואלד, וען ר'האָט פארשאָלטן שוין זײַן מאלכעסדיקע מאכט. 


איך האָב געהערט, 

וי מארקיש האָט געצאָרנט און פארשטיינט, 

און איצטער הער איך אין דער נאכט, 

ס'איז אָפּגעטאָן פון אים זײַן מאמע-לאָשן"פּראכט 
און דערפאר ער כליפּעט, ביטער וויינט, 

װײַל ער איז אליין געשטיינט. 


איך האָב געהערט, 

װי מארקיש האָט געזידלט און געכראַמעט, 

און איצטער הער איך אין דער נאכט, 

אז מיט זיך ער טײַנעט, רעדט, װי פאר אן אָמעד, 

שטיקט זיך מיט די טרערן, װי עס טוקט זיך דער נייר-טאָמיד, 
װײַל ער פירט ניט מער קיין שלאכט... 


איך האָב געהערט, 

אויך מארקישעס קאָל דאָמאָ דאקא 

פון א פיר זײַן הויכן זונעןדפלאקער, 

און איצטער הער איך אין דער נאכט -- 

ס'איז אָפּגעטאָן פון אים זײַן צארטע זינגער-שפּראך, 

און דערפאר ער כליפּעט, מיט זײַן גאנצער קראפט ער ויינט! 
עפשער צערנט ער, פארשטיינט... 

עפשער ער אזוי פון לעבן זיך אנטוויינט, 

עפשער אופשטיין טכיִעס האמייסים ער אזוי גאָר מיינט! 


דאָװויד האַפשטיין 


...נאָר טרייסט איז פאר קיינעם 

אף ערד ניט פארבאָטן! 

פאר פיקסל אזוינעם, 

װאָס האָט ניט געװאָלט 

און האָט פאָרט זיי צעשאָטן, 

צי בלוטיקע טראָפּנס, 

אף זויבער פון שנייען, 

איז אויך נאָך א טרייסט דאָ פאראנען... 
אזוי, דאָװיד האָפשטײן. 


אזוי אין דער שטאָט, װאָס הייסט קיעוו, 
געזעסן דו ביסט און געמורמלט 
בעשאס דו געבלעטערט האָסט איִעוו. 
נאָר איך, װאָס איך בין, װי מיט ניסים, 
אין מאָסקװע דער שטאָט נאָך פארבליבן. 
איך וויל דיר גאנץ אָפן הײַנט זאָגן, 

וי ס'שטייט אויך בא דיר דאָרט געשריבן: 
..אָ, קלוגער עליפאָז -- 

עליפאָז פון טײַמען, 

דײַן קלאָרע כאריפעס 

ניט ווארעמט שוין קיינעם... 

װײַל װי איך פארמאך נאָר די אויגן, 
איך זע אי דאָס צילנדע ביקסל 

פון פעלדישן יעגער פון דײַנעם, 

אי דיך אין פארבלוטיקטן פיקסל 

מיט שפּיזלעך פון שרעק אין די אויגן 
זיך טוליען, זיך בויגן 

צו װײַסקײַט פון פלאכן 

מיט פעלעכל װײַסן, 

און קרײַזן נאָך קרײַזץ -- 

אלץ שמעלער און שמעלער, 


49 


46 


דאָס קלאַרע ליכט-געלער, 
און װאָלסטו שוין װועלן 

פון שניי פונעם װײַסן, 

פון פעלד זיך אָפּרײַסן, 

און לויפן, און לויפן. 

איז איצטער שוין שפּעט דאָ 
װאָס עפּעס באװײַזן... 


.-יאָ, איצט איז שוין שפּעט דאָ 
װאָס עפּעס באװײַזן... 

דײַן נעװײַשע סװאַרע 

איז שטארקער פון אײַזן! 

הײַנט קלער איך, אז האָסט זיך אליין 

שוין דעמלט אין פיקסל געמאָלן, 

נאָר ס'האָט נאָך דײַן איידל:װאָרט-שטײין 
מיט פונקען אזויפיל הויל פלאטער און כיין 
געשפּילט אף די גאָלדענע, פילבארע, וואקלדע שאָלן 
פון זעלטזאמער דיכטונג פון דײַנער... 

װײַל װאָס איז א דיכטער -- גאָט מײַנער!.. 


וי דיר, איז צו טאָן דען געבליבן? 

מיט פוקסישן עק אי פארווישט, אי פארשריבן 
דײַן ייַדישן צאר און זיגזאגן-געדאנקען 

אף ווינטערדיקירוסישע פעלדישע טאָלן 

פון אונטער שניי ראכוועסדיק בלאנקען, 

און דאָ מיט די זעלביקע הין-און-הער-שפּאנען 
גענומען דערװײַזן, גענומען דערמאָנען, 

אז טרייסט איז פאראנען... 


דו גלייבסט ניט? טאָ הער זשע דײַן לוין 
פאר בלוט דעם פארגאָסענעם און שטוין! 


אָט ווידער פאר דיר איך דײַן ,טריסטיא" אופעפן: 
...עס קאָן זיך דאָך טרעפן, 

עס קאָן זיך דאָך טרעפן, 

אז מענטשלעכער בליק זאָל דערהייבן, 

זאָל אײינציקװײַז קלײַבן 

פון זויבער פון שנייען 

די טראָפּנס די רויטע -- 

די בלוטיקע ווייען... 

צי איז דאָס קיין טרייסט ניט? 


--- קיין טרייסט ניט! קיין טרייסט ניט! 
װײַל װאָס זשע, דו ווייסט ניט? 

קיין טרייסט ניט, קיין טרייסט ניט 
פאר דיר און פאר פיקסל געמיינזאם! 


אליין האָסט געזאָגט דאָך מיט װוערטער די בעסטע: 
...אָ, אָפּגרונט! 

אויב דאָס איז דאָס גרעסטע, 

װאָס קאָן שוין דאָ קליין זײַן?!.. 


נאָר באלד זיך דערשראָקן און שטיל צוגעגעבן 
מיט אָרװע מיט טיפער, װאָס דיר איז געווען ברייט געגעבן: 


-.אָ, אָפּגרונט! 
איך מאָן ניט, איך פרעג נאָר -- 

איך ווייס שוין פון לאנג, פון לאנגאָנען, 
װאָס הייסט בא דיר טײַנען, 

װאָס הייסט בא דיר מאָנען... 


אזוי אין דער שטאָט, װאָס הייסט קיעוו, 
געזעסן דו ביסט און געמורמלט 

בייס דו געבלעטערט האָסט איִעוו. 

נאָר איך, װאָס איך בין, װי מיט ניסים, 
אין מאָסקװע דער שטאָט נאָך פארבליבן, 
איך װיל דיר גאנץ אָפּן הײַנט זאָגן, 

וי ס'שטייט אויך בא דיר דאָרט געשריבן: 
..אָ, קלוגער עליפאָז -- 

עליפאַז פון טײַמען, 

דײַן קלאָרע כאריפעס 

ניט ווארעמט שוין קיינעם... 

װײַל װי איך פארמאך נאָר די אױגן, 

איך זע אי דאָס צילנדע ביקסל 

פון פעלדישן יעגער פון דײַנעם, 

אי דיך אין פארבלוטיקטן פיקסל... 


דרײַ לעצטע לידער 
ערשט איצט.. 


ניט איינמאָל, ניט איינמאָל מיך װוּנדערט: 

מײַן גוירל אזוי האָט געפירט מיט מיר אף דער ערד, 
אז מיר איז א זעלנער צו זײַן געווען באשערט 

אין ביידע וועלט-קריגן פון אונדזער יאָרהונדערט. 


ניט אף די גרויזאמע שלאכטפעלדער פון ערשטן, 

און אויך ניט אף די נאָך מער שוידערלעכע פונעם צווייטן קריג, -- 

מײַן פוס איז ניט געווען. 

עס האָט איבער זיי בלויז געשוועבט מײַן מאכשאָויע און בלויז מײַן דימיען-בליק. 


דאָס מענטשלעכע, עלעהיי וואסער, פארגאַסענע בלוט 

האָט אָבער געשטראָמט און גערוישט בא מיר אין די אָדערן 
איניינעם מיט מײַן אייגן בלוט, -- 

גערוישט און ניט אופגעהערט ליארעמען, שרײַען און פּאָדערן 
אן אנדערן סיידער האָוילעם 

אין נאָמען פון מענטש -- דעם האלב כאָכעם, האלב גוילעם. 


נאָר, װוי געזאָגט (צי שלימאזל, צי מאזל איך טו עס רופן), -- 
אף קיין שום שלאכטפעלדער גופע, 
איך מיין: מיטן אייגענעם גוף אפן פראָנט -- 
כ'בין קיינמאָל ניט געווען. 
ערשט איצט, אף דער עלטער, איז מיר אויסגעפאלן 
מאָמענטנװײַז מאמעש אים פילן און זען 
פון זינט אין שפּיטאָל פּאלאטעס 
און אין זייערע קאָרידאָרן -- 
איך בין, װי א כוילע, אזא אָפטער אוירעך געװאָרן. 


17 


18 


דער אונטערשייד גרויס איז, געווייס, װי פון נאכט ביז צו טאָג, 

דאָך האָב איך אויך רעכט, וען איך זאָג: 

שפּיטאָל, װאָס מיר בענטשן און רימען, איז אויך א מין שלאכטפעלד, 

איז אויך א מין קריגס-פראָנט מיט ביטער-באזיגטע און גליקלעכע זיגער, -- 
װוּ יעדער שווער-יקראנקער -- 

א הייליקער שלאכטמאן, ביז זײַן מינדסטן פינגער א קריגער... 


איך ליג און פאריכט 


עס ליגן 

צעװאָרפן, מיר דוכט, אף מײַן בעט, אף דער ברוסט, 
קימאט אלע מײַנע גאָר לעצטע קסאוויאדן 

מיט שורעס געמעקטע א סאך... אזוי מוזן נאָך אויסזען 
די אָקאָרשט פון מיר אָנגעשריבענע לידער-באלאדן. 


די אָקאָרשט געשריבענע? פאר װעמען? (איך פּלוצעם 
זיך פרעג אין גרויס קאס) 
פאר אים? פאר דעם הײיליקן שויכעט -- דעם מאלעכהאמאָװעס, -- 
װאָס כ'זע אים שוין קומען גרייט מאכן די בראָכע, 
נאָך וועלכער ער טוט אָפּ זײַן שליכעס -- ניט טרײַבט קיין קאטאָוועס? 


און ס'ענטפערט מיר עמעץ באדאכט, אָן דעם מינדסטן שפּאס, 

װי ס'טרעפט אין די מיינסטע באלאדן: 

,פאר וועמען? פאר דיר און אקעגן דעם ווילן פון קוילער, מײַן ליבער! 
איז אײַל זיך, און שנעלער, װאָס גיכער מאך איבער 

די ערטער די אלע די שוואכע, װאָס זײַנען געדיכט 

פאראן נאָך אין דײַנע גאָר לעצטע קסאוויאדן. 


איך פאָלג און -- 
בא אלע יעסורים, יעסורי מאָװעס! -- איך ליג און פאריכט... 


אוי, מײַנע נאכט-קאַשמארן 


1 


דערציילן מײַנע נאכט-קאָשמארן -- 

איז גלײַך װי א קורגאן באנאנד מיט זײַנע מוראשקעס, 

אין אים פארנעסטעטע, גאנץ פלאך צעשארן, 

צעשטערן זייערע קעמערלעך און זיי אליין פארניכטן -- 
צעאקערן -- אָ, גאָט! -- צוזאמען אי די צארטע גופימלעך, 
אי דעם קורגאנס ערד-שיכטן. 


אוי, מײַנע נאכט-קאָשמארן! 
איך רוף זיי: אנטימעמוארן, 
װײַל שטעלן מיט די פיס ארוף און מיטן קאָפּ אראָפּ 
אלץ, װאָס אדורכגעלעבט פון פריסטער קינדהײַט אָן איך האָב. 
וויי, מײַנע נאכט-קאָשמארן! 
זי זײַנען אי דער טעקסט און אי צו אים די שארפע קאָמענטארן, 
די קלאַרע טײַטשער און באגלײַך מיט סאזשע די פארשמירער 
פון אלץ, װאָס פאר מײַן רײַע איז געווען בעפּױעל-מאמעש, 
צי טאמיש 
אזוי בלויז האָט זיך אויסגעוויזן אין זײַן שוועבן. 
8 -5 


זיי זײַנען -- מײַנע נאכט-קאָשמארן -- 

די קאלטע, שטרענגע, ראכמימלאָזע רעװוידירער, 
צו ביטערסטע סאכאקלען די דערפירער, 

פונוואן זשע שעפּט מען קויכעס אף צוויי לעבנס?.. 


און װאָס אין ביידע זיי איז װאָרהאפטער, גערעכטער? 
דער בלאנקער מאלעך-שמייכל, 
צי דער שווארצער שעדישער געלעכטער? 
און עפשער װועגן דעם גראָד דארף אצינד איך פירן מײַנע רייד -- 
גראָד וועגן דעם בעיקער? 
א גאנצן טאָג כ'בין קלאָר און ניכטער 
און באנאכט אין שלאָף -- לאָט שיקער... 


אוי, מײַנע נאכט-קאָשמארן! 
אוואדע זיי פון מיר ארויס שוין מעכטיק שפּארן 
און נאָר היסגאלעס, גלײַך וי נאָך א טיקן, גארן. 
צי װעלן אָבער טרעפן מײַנע ווערטער 
פּונקט אין אלע קארבן? 
צי ברענען שוין אף מײַן פּאליטרע 
אלע נייטיקע מיר גענעם-פארבן! 


איך ווייס נאַר זיכער, אז עס װערט געהיים אין מיר 
אנטוויקלט דער בא אונדז פארשפּרייטער ראק-געשוויר, 
װאָס ס'איז ניטאָ פאר אים נאָך קיין רעפוע אף צו היילן: 
ניט אלע דאָך פון מײַנע, מיך פארצאָרנדיקע גרויל-קאָשמארן 
כ'װעל מעגן זיך דערלויבן צו דערציילן. 
ניט אף פּאפּיר, ניט אף א בינע זיי ארויסצופירן, 
געשטאלטיקן, פארקערפּערן און פּאַרטרעטירן, -- 
לעמאנעשעם צו אנטפּלעקן, אופצודעקן, דעמאסקירן 
כאָטש עפּעס פון דער בייזער װירקלעכקײַט, װאָס ליגט אין זייער יעסאָד, 
װײַל דאָס װעט טייקעף הייסן: לאַשנהאָרע טרײַבן און ניט לויבן, 
װאָס איז געװאָרן דאָך דער הױיפּט-געבאָט 
פון אָט דער זעלבער װירקלעכקײַט, װאָס אים באשאפן האָט. 


ווען ניט מײַן שרײַען, װי אן אָפּגעװאָרגענער, צעביסענער, 
ניט גאנץ דערקוילעטער 
(האגאם ס'איז ניט קיין מענטשס געשריי קיין בוילעטער) 
איעדע נאכט קימאט פון טיפן שלאָף, 
װאָלט סאָפקאָלסאָף 
מײַן פרוי מײַן אייגענע אויך ניט געװוּסט, 
װאָס בעריש דריקט, באשווערט אזוי מײַן מויעך, מײַן הארץ, מײַן ברוסט. 


וויי, מײַנע נאכט-קאָשמארן, 

װאָס האָבן ניט געכאָלעמט זיך אפילע אויך דעם ראַָשע -- מיילעך פּארען -- 
אין יענע זײַנע שווארצע טעג מיט די בארימטע עסער מאקעס... 

נאָר דאָ דאָס סאמע בעסטע אָרט, מיר דאכט זיך, טאקע איז 

אף דרײַ מאָל אױסצושפּײַען: טפו! טפו! טפו! 

צי עפשער טאָן, װי ליוטער, ווען געװאָרפן האָט זײַן טינטער 

אין מיִעסן שעד, װאָס אים געזען ער האָט אי פאר די אויגן, אי אהינטער 

זײַן רוקן, און אזוי ער קוים דעראָבערט האָט פאר זיך א ביסל רן... 


דערינערונגען װעט יאנקעוו שטערנבערגן 


מאָטל פּאַליאנסקי 


מײַן גאסט אין טשערנאָוויץ 


מײַן נאָענטע באקאנטשאפט און דערנאָך מײַן פרײַנטשאפט מיט יאנקעיו שטערנבערגן האָט 
זיך אָנגעהויבן אין בוקארעשט אין די דרײַסיקער יאָרן. איך האָב דעמלט געשריבן די מוזיק צו 
זײַן אופירונג פון ,יאשע קאלב', און שפּעטער, שוין אין סאָװועטישן פּעריאָד, די מוזיק צו זײַן 
רעוויו ,רויטע פּאָמעראנצן" און צו זײַן שטעלונג , ברויט און זאלץ". װען ער האָט דערנאָך געװווינט 
אין מאָסקװע און איז אָפט אראָפּגעקומען קיין טשערנאָװיץ, איז ער אלעמאָל געװען מײַן היךד 
גאסט. צו מיר אין שטוב פלעגן קומען זיך זען מיט אים די טשערנאָוויצער ייִדישע שרײַבער, און 
דער ערשטער -- מוישע אלטמאן, דער אײַביקער ‏ כאוועררויגעזיכאווער" זײַנער, װי זי בײדע 
פלעגן רופן זייער פרײַנטשאפט פון קינדװײַז אָן, האָבנדיק אין זינען די אָפטע מאכליקעסן 
צווישן זיי. 

שטערנבערג האָט יעדעס מאָל דערציילט װעגן מאָסקװער קולטור-לעבן און אויך פאָרגעלײיענט 
זײַנע נײַע, נאָך ניט פארעפנטלעכטע שאפונגען. ס'פלעגן אװעק וארעמע שמועסן און דיסקוסיעס 
ועגן ליטעראטור און שרײַבער. װעגן שאָלעם-אלייכעמען האָט שטערנבערג אמאָל, געדענק איך, 
געזאָגט: ער אין א גליקלעכער טאלאנט! -- און האָט דערמאָנט, אז אין זײַנעם א יביליי:ארטיקל 
האָט ער אָנגערופן שאַלעם-אלייכעמען ,דער פארקישעפטער שרײַבער' -- פארקישעפט פונעם פאָלק, 
פון דער פאָלקס-שפּראך, פון דער פאָלקס-כאָכמע. נעמט נאָר אוועק פון אים דאָס פאָלקישע, -- האָט 
שטערנבערג צוגעגעבן, -- בלײַנט ער נאקעט. א סימען -- די גרויסע ראָמאנען זײַנע, די שוואכע. 
און איליוסטרירט האָט ער זײַן געדאנק מיט דער מײַסע וװעגן כויני האמייגל, װאָס האָט זיך גע" 
שיצט אין אן ארומגעצייכנטן קרײַז, קעדיי די ניט-גוטע זאָלן אף אים קיין שליטע ניט האָבן. זאָל 
ער נאָר געווען פּרוּוון ארויסגיין פונעם קרײַז, װאָלטן אים די ניט-גיטע באלד געכאפּט און ס'װאַלט 
געווען אויס מיט אים. אזא קרײַז איז פאר שאָלעם-אלייכעמען געווען דאָס פאַלקישע אין זײַן שאפן. 

איינמאָל האָט שטערנבערג דערציילט, אז ער האָט זיך ערגעץ געטראָפן מיט א סאָװעטישן 
אדמיראל?, אן אָפּשטאמיקן פון עליעזער שטיינבארגס מישפּאָכע. דער דאָזיקער פאקט איז אין מײַן 
שטוב קיינעם פונעם אוילעם ניט געװען באװוסט, און ער האָט ארויסגערופן אינטערעס. דערװײַל 
האָט זיך פארפירט א שמועס װעגן עליִעזער שטיינבארגן, דעם גרויסן מעשאֵלים שרײַבער, אלט. 
מאנס און שטערנבערגס בעךאיר, זייער בידנס עלטערער פּעךדכאװער און לערער. מוישע אלט. 
מאן האָט דערציילט: ער איז אמאָל געקומען פון בוקארעשט קיין טשערנאָוויץ צו שטיינבארגן און 
געטראַפן אים פארזאָרגט, וי איבערגעטראָגן אין אן אנדער װעלט, אזוי אז ער, שטיינבארג, האָט 
אפילע ניט באמערקט, װער ס'איז ארײַנגעקומען. װען ער האָט זיך לעסאָף אופגעכאפּט פין די 
מאכשאַװועס, האָט ער דערזען" דעם גאסט, אים ארומגעכאפּט און טרױיעריק אויסגערופן: מוישע, 
כ'האָב מוירע, אז כ'וועל ניט דערלעבן צו זען מײַן בוך מעשאָלים! (פּינקט דעמלט איז דער נוך 
ארײַן אין זאץ). -- װאָס רעדט איר, שטייננארג? -- האָט אים אלטמאן בארויקט. -- איר זײַט דאָך 
נאָך יונג און בא אלע קיכעס. װאָס פּלוצעם איז אײַך געקומען אפן געדאנק? און בעשאסמײַסע 
איז אים אליין, -- דערציילט אלטמאן, -- אופגעקומען אן אסאַציאציע מיט יעהודע שטיינבארגן, דעם 
העברעיַשן שרײַבער, טאקע עליעזער שטיינבארגס א שװעסטערקינד. יענער האָט זיך אמאָל עפּעס 
ניט גוט געפילט מיטן געזונט און דערפאר א סאך געארבעט, מער װי שטענדיק געשריבן. האָבן 
אים די נאַענטע זײַנע געמוסערט: לייג אװועק די ארבעט, רו זיך אויס, דו ביסט דאָך ניט געזונט! 
און ער האָט געענטפערט: איך מוז ארבעטן! איך פיל, אז ביז איצט האָב איך זיך געניצט מיט 
די געלטער פון די קליינע זשילעט-קעשענקעלעך, און די גרויסע קעשענעס זײַנען נאָך דערװײַל 
געבליבן פול, ניט גערירט. מע מוז ארבעטן, מע מוז.. און קורץ נאָך דעם איז ער טאקע גע 
שטאָרבן. 

דערציילנדיק דאָס, האָט אלטמאן באמערקט, אז דעמלט האָט ער זיך געכידעשט אף זיך 
אליין, פארװאָס דאָס דאָזיקע איז אים געקומען אפן געדאנק פּונקט אין יענער מינוט, ווען עליַעזער 
שטיינבארג האָט זיך געקלאָגט, אז ער װעט ניט דערלעבן דאָס דערשײַנען פון זײַן בוך, און אזוי 
איז טאקע געווען. אין א װאָך ארום נאָך אלטמאנס אװעקפאָרן פון טשערנאָוויץ האָט ער באקומען 
א טעלעגראמע: ,קום שנעל קיין טשערנאָװיץ צו דער לעװײַע פון שטיינבארגן". 

פון עליִעזער שטיינבארגן איז מען איבערגעגאן צו דער טעמע איציק מאנגער. יאנקעוו שטערן- 
בערג האָט אים גערופן דער מאמזעריש-קלוגער איציק און האָט גענומען איבערדערציילן דעם שוין 


0 


4 


באװוּסטן עפּיזאָד. ויָאזוי ער האָט אמאָל געפּרוּװוט אײַנרײדן דעם נאָך גאָר יונגן מאנגערן, ער זאָל 
אויסבעסערן א ליד, מאַטיװירנדיק, אז דער גראם אין דער ליד הינקט אונטער. מאנגער האָט אים 
אַנגעכאפּט בא דער האנט און געזאָגט: איר האָט רעכט, כאװער שטערנכערג, מײַן גראם הינקט 
טאקע, נאַר כ'בעט אײַך, , לאָזט מיך הינקען!'. אין דער רעגע האָט זיך מאנגער פאר מיר אנט- 
פּלעקט, -- דערציילט װײַטער שטערנבערג, -- אלס זייער א גרויסער פּאָעט! 

עליִעזער שטיינבארג און איציק מאנגער! מיר אלע האָבן זײ נאָך גוט געדענקט, און דער 
שמועס װעגן זיי איז געווען װי װעגן נאַענטע, אייגענע, היימישע. מיר האָבן געװוּסט, אז מיט 
זייער שאפינג זײַנען זיי שוין לאנג ארוף אפן אָלימפּ פון דער ייִדישער ליטעראטור -- דער קינדערש- 
איידעלער שטיינבארג -- מיט זײַן סאַציאל-פילאָסאָפישער פארטיפטקײַט פון א פאַלקסיכאַכעם און 
מיטן אױסגעלײַטערטן ייִדישן װאָרט, דער באָהעמיש:פארשײַטער מאנגער -- מיט די צעשפּרײטע 
אָדלער-פליגל פין זײַן וויזייע און מיט דער פארליבטקײַט אינעם פאָלקסטימלעכן לאָשן. שטערנבערג, 
טראכטנדיק וועגן זײַן אייגענעם שאפן, פלעג מאכן פארגלײַכן מיט זיי, ציִען פּאראלעלן, און ניט 
איין מאָל האָט ער זיך באקלאַגט, אז בייס ער איז געװען טיף ארײַנגעטאָן אין לאָקאל-געזעלשאפט- 
לעכער קולטוריארבעט אין דער ענגער סויווע, האָט זייער רום א פלי געטאָן װײַט אריבער די 
גרענעצן פונעם אָפּגעצױמטן רומענישן טכום. 

אין איינעם א זומער האָט יאנקעוו שטערנבערג מיט זײַן פרױ, דער קאָמפּאַזיטאָרן אָטיליע 
ליכטענשטיין, פארבראכט אן אָפּרױכױדעש אין יארעמטשע צװישן די בערג. אפן װעג צוריק קין 
מאָסקװע האָבן זיי זיך פארהאלטן אף עטלעכע טעג בא מיר אין טשערנאַװיץ. װידער האָבן זיך אין 
שטוב פארזאמלט נאַענטע פּעךכאוויירים, און שטערנבערג האָט אונדז דאָס מאָל באקאנט מיט זײַן 
גאָרװאָס אָנגעשריבענעם , יארעמטשער לידער-ציקל". דורכגעדרונגען מיט שטערנבערגישער דיכטערי" 
שער מײַסטערשאפט, מיט זײַן שפּראך-נאַוואטאָרישקײַט און אַריגינעלער מעטאפאָריסטיק, האָבן די 
לידער אונדז פארכאפּט און אנציקט. אין זיקאָרן האָבן זיך באלד פארקריצט אזעלכע אויסדרוקן, וי, 
לעמאַשל, , די שפּיץ-בערג-יארמעלקעס", ,אז עס לעבט די ליד -- לעבט אויך דער ייַד', צי אזעלכע 
באזינטע גראמען וי , יארעמטשע-אוורעמטשע". נאַר מער פון אלץ האָט געמאכט א שטארקן רוישעם 
די פילאָסאָפיש-פארטיפטע נאַסטאלגיע אין די לידער װעגן אומקום פון די גאליציאנישע ייִַדן בימיי 
היטלער, ס'האָט זיך מיר געדוכט, אז יעדעס װינקל אין מײַן שטוב האָט אָנגעהױבן אָטעמען מיט 
יארעמטשער לופט. ס'איז געווען א מינוט, װען אלע פארזאמלטע זײַנען געװען באהערשט פון א 
פאָרכטיקן שטילשװײַגן. און האָבנדיק אין זינען די נאטירלעכע פאָרזעצונג פון אָט דער אטמאָספער, 
האָב איך, װי א רעפּליק אף דעם נאַרװאָס געהערטן, גענומען אויסזינגען, אונטער דער פיאנע- 
באגלייטונג פון מײַן טאַכטער ראָסיע, מײַן מוזיק צו יאָסל לערנערס דראמאטישער ליד ,הער שוין 
אוף צו וויינען", וועלכע איז געװען אָפּגעדרוקט אין , סאָװעטיש היימלאנד". מוישע אלטמאן האָט 
צוליב זײַן שוואכן געהער צוגערוקט זיך מיטן בענקל נאָענט צו דער פּיאנע און געשלונגען יעדן 
קלאנג. בא די װערטער ,קװאָרים אף די װעגן -- היימען אין רויַנען" האָבן פון זײַנע אויגן זיך 
געגאָסן טרערן. אגעוו, איז די דאַזיקע ליד געװען אײַנגעשלאָסן אין רעפּערטואר פון די בעסטע 
דעמלטיקע זינגער. 

בייס די שמועסן, װאָס כ'האָב אין יענע טעג געהאט מיט שטערנבערגן, האָט ער מיך געבעטן 
אים דערציילן נאָכאמאַל און נאַכאמאָל װעגן מײַנע מילכאָמע:איבערלעבונגען, וועגן די װאָגלענישן 
אין די געטריבענע קאַלאַנעס, װעגן די אָפּקומענישן דערנאָך אין שארגאָראָדער געטאָ, װוּ צוישן 
מײַנע גאָלעס-שוטפים זײַנען אויך געווען זײַן ברודער מייער און זײַן שװועסטער דינע. װען איך 
האָב דאָס אלץ דערציילט, איז ער געווען פארזונקען און פארכוישעכט. 

שטערנבערג איז שוין דעמלט געװוען אריבער די זיבעציק. זײַן הויכע אימפּאָזאנטע פיגור, שוין 
עטװאָס געבויגן, האָט נאָך פארהיט די שפּורן פון א געװעזענעם ,קראסאועץ" מיט א לײבןקאָפּ 
און מיט קלאסיש-געטאַקטע אריסטאָקראטישע געזיכט-שטריכן. אין זײַן אויסערלעכער אופירונג זײַנען 
נאָר געווען די זעלבע פּײַנע עטיקעטימאנירן, װאָס אין די יונגע יאָרן, דער זעלבער היציק פּאַלעמײ 
שער טעמפּעראמענט און די ניט-אויסגעשעפּטע שעפערישע ענערגיע און ארבעטזאמקײַט. כהאָב 
גוט געדענקט זײַן ביקארעשטער בלײצײַט, זײַנע באדײַטנדיקע דיכטערישע און רעזשיסערישע רעא- 
ליזירונגען, זײַן אומדערמידלעכע קולטור-געזעלשאפטלעכע טעטיקײַט אלס איינער פון די הױפּט 
זײַלן פון דער מאַדערנער ייִדישער קולטור אין רומעניע. ער איז געװען פּאַפּולער צװישן די 
ברייטע שיכטן, געהאט פארערער פון זײַן טאלאנט צװישן קולטור-ליבהאַבער-מעצענאטן און געוען 
אורומגערינגלט מיט א גאנצער פּלעיאדע יונגע דיכטער, װעלכע האָבן אים געהאלטן פאר זייער 
שעפערישן מאנהיג און נאַכגעמאכט זײַן שרײַבעריש-נאָוואטאָרישן סטיל. כ'האָב געװוּסט, אז אויך 
איצט, אין מאַסקװע, פארנעמט ער אן אָנגעזעען אָרט אין דער יִדישער סאַװועטישער שרײַבער. 
מישפּאַכע. 

וי מע קאַן דאָס זען אין אייניקע פון זײַנע װערק, איז אין אים פאָרגעקומען א פּלאָגנדיקער 
קאמף צווישן צוויי קעגנזעצלעכע פּאַליוסן. פון איין זײַט, ראפינירטער אינטעלעקטואליזם, אולטרא- 
מאָדערניסטישע און נאַוואטאָרישע סטילזוכונגען, אקראָבאטישע שפּראך-עקספּערימענטירונגען, װאָס 
דאָס טאקע איז, אייגנטלעך, געװאָרן זײַן קינסטלערישער , איך"; פון דער אנדערער זײַט, האָט אים 
אָבער אויך געצויגן צום פּאַשעטן, פארשטענדלעכן און לירישן װאָרט, צו פאַלקסטימלעכן נוסעך. 

מאכנדיק אַפט, װי שוין געזאָגט, פארגלײַכן צוישן זיך און זײַנע צוויי פּעזכאוויירים, שטינ" 


1 


4 


בארגן און מאנגערן, ציִענדיק פּאראלעלן צו זיער שעפערישן מעטאָד פון טרײַ זײַן דעם ניט- 
געקינצלטן פאָלקס-לאָשן, -- צי האָט ער ניט אף דער עלטער געפּרוט איבערקוקן זײַן שעפערישן 
וועג, זײַן אויסגעװיילטן קינסטלערישן סטיל? צי האָט ער ניט א טראכט געטאָן װעגן דעם, װאָס 
פאר אן אָרט ס'איז באשערט זײַן דיכטונג צו פארנעמען אין דער יַדישער ליטעראטור? 

דאָס אלץ איז, פארשטייט זיך, געקומען מיר אפן געדאנק איצט, בייסן שרײַבן. דעמלט אָבער, 
אין אונדזערע שמועסן, האָט מיך שטערנבערג אוי גערירט מיט זײַן אָפנהארציקײַט, אז איך האָב 
דערפילט א שטארקע נױטװענדיקײַט אים צו פארטרויען מײַן געמיט:צושטאנד, דעם קוק אף מײַן 
אייגענעם דורכגעמאכטן לעבן. א צושטאנד, אין וועלכן כ'האָב מיך דערזען װי מיט אונטערגעהאק- 
טע פליגל אינמיטן פלי, מיט צעשטערטע, ניט-פארווירקלעכטע טרוימען. 

סהאָט זיך בא מיר ארויסגעכאפּט אזא זאָג: 

-- איך האָב פארטראכט, כאווער שטערנבערג, אָנשרײַבן מײַן , ביָאָגראפיע פון א ניט.- 
געװאָרענעם.... 

ער האָט קורץ געענטפערט: 

-- שרײַבט עס אָן, װעט עס שוין זײַן , פון א געװאָרענעם". 


מאניע לאנדמאן 


מיט די אױגן פון א מאשיניסטקע 


איך האָב שוין אמאָל געשריבן, אז אין מעשעך פון א טאָג פלעגן אין ייַדישן אנטיפאשיסטישן 
קאָמיטעט ארײַנקומען א סאך מענטשן -- שרײַבער, זשורנאליסטן, לייענער פון דער צײַטונג ‏ אייני" 
קײַט' (די רעדאקציע פון דער צײַטונג האָט זיך געפונען אפן צװייטן שטאָק, אין דער זעלבער גע- 
בײַדע, װוּ דער קאָמיטעט). 

איינמאָל האָב איך צװישן די באזוכער דערזען זייער א שינעם, װי מיר האָט זיך דעמלט 
אויסגעוויזן, שוין ניט קיין גאָר יונגן מענטש, כאָטש ער איז דעמלט געװען עטװאָס מער פון פופ- 
ציק יאָר, אַָנגעטאַן ‏ אויסלענדיש". אין זײַנע מאנירן איז געװען עפּעס א באזונדערע שטאַלצקײַט. 
דער קאָפּ -- הויך אופגעהויבן, דאָס פּאָנעם -- שײַנט. גערעדט האָט ער שטיל, אָבער יעדעס װאָרט 
אף אזויפיל דײַטלעך, פּונקט װי ער געפינט זיך אף א סצענע. איין זאך האָט מיך זייער פארװונ" 
דערט, דער מאנטל איט אף אים געװען עפּעס צו לאנג, לענגער, װי מע האָט דעמלט געטראָגן 
לויט דער מאָדע, א ביסעלע לעפּיש אין אף אים געלעגן דאָס גאנצע אָנטאָן. און אליין פארמאָגט 
ער אזא שיין געשטאלט -- ,א מאנצבל מיט ביינער".. קאָן זײַן דערפאר, װאָס איך האָב זיך צו 
אים אזוי צוגעקוקט, װעלנדיק זיך דערוויסן, װער ער איז און צוליב װאָס איז ער געקומען אין 
קאָמיטעט, איז ער צוגעגאן צו מיר און געזאָגט: ,מײַן פאמיליע איזן שטערנבערג, יאנקעיו שטערנ- 
בערג, איך בעט אײַך: פּלאַנטערט מיך ניט איבער מיט שטינבארגן. עליעזער שטיינבארג, אַלעװ- 
האשאַלעם, האָט געשריבן מעשאָלים, איר װוייסט װאָס דאָס איז? אף רוסיש הײסט עס באסני-- 
מעשאָלים..." 

איך האָב ניט געװוסט װעגן שטיינבארגן, און װען דער ארײַנגעקומענער האָט מיר נאַך 
אָנגערופן דעם נאָמען עליִעזער, האָב איך שוין אינגאנצן גאַרניט פארשטאנען, װעגן װעמען עס 
גייט א רייד. איך האָב א טראכט געטאַן, אז ער איז, װײַזט אויס, פון אויסלאנד, און דער כאווער, 
וועגן װעלכן ער רעדט, איז אואדע אויך א דאָרטיקער. שטערנבערג האָט מיך בארויקט: ,מע 
האָט אײַך װינציק געלערנט ליטעראטור, איר זײַט ניט שולדיק.. פונדעסטװועגן װעל איך אײַך 
זייער בעטן -- פארגעדענקט, אז מיך רופט מען יאנקעוו שטערנבערג". 

אָט אזוי איז פאַרגעקומען אונדזער ערשטע באקאנטשאפט. אָפט פלעג ער מיר געבן, כ'זאַל 
איבערדרוקן זײַנע לידער, וועלכע איך האָב ניט טאָמיד פארשטאנען, װײַזט אויס, װײַל ער האָט 
טאקע ניט געשטאמט פון רוסלאנד, געקומען צו אונדז פון רומעניע, און אין דער שול האָבן מיר 
ניט געלערנט ניט שטיינבארגן, ניט שטערנבערגן. 

פון די פארשטענדלעכע לידער איז מיר שטארק געפעלן געװאָרן איינע, וועלכע איך געדענק 
ביז הײַנטיקן טאָג: 


דער ערשטער שטערן זיך צעשטראלט דער שטערן, װאָס איז אופגעגאן 
אין אַװנט-בל. /, אין אַװױנט-בלױי, 
ער ציט זיך צו א מענטש-געשטאלט: 


א יונגע פרוי און זעט פון דאָרט אויך דעם מאָנבלאן, -- 
א באָרװעסע גייט בא די ווענט, פאר אים איז אָט די פרוי, 

און צו דער הויך יט 

פון אלע כורוועס איז געווענדט ריעק א ר שא קע = 
איר שוואנגער-בויך. די העכסטע הויך... 


92 


ווען שטערנבערג האָט מיך געפרעגט, װאָס פאר אן אײַנדרוק זײַנע לידער האָבן אף מיר 
געמאכט, האָב איך געענטפערט: , קעדיי אײַך פארשטיין, דארף מען עטלעכע מאָל גוט איבער: 
לייענען דאָס אָנגעשריבענע, זיך ארײַנטראכטן, צעברעכן די ציין, און ערשט דעמלט ואקסט אס 
פאר אונדזערע אויגן א גרויסע פּאַעזיע.." איך האָב דורכגעלײיענט אױיסװייניק די ליד, װעלכע 
האָט זיך מיר פארגעדענקט. 

ס'איז מיר זייער שווער איבערצוגעבן דעם אויסדרוק פון יאנקעוו שטערנבערגס פּאַנעם. בא 
אים איז טאָמיד געווען זייער א פרישע פארב אפן פּאַנעם, ניט קיין בלאסע, עפּעס אן אידעלע, 
באשטראלטע פארב. אָבער דאן, וען איך האָב געלײיענט אף א קאָל די ליד, האָט זײַן פּאַנעם אָנ" 
געהויבן אזש שײַנען, און איך האָב ניט פארשטאנען, צי ער פרײט זיך אזוי, צי ס'איזן בא אים 
טאקע אזא פּאַנעם, װי עס מאכט זיך אמאָל אף א בינע בא אן ארטיסט. נאָר אף דער בינע אין 
מען דאָך מיט גרים, און די גרימיאָרן ווייסן, װוּ צו , לייגן" פארב, און דאַ שטייט פאר מיר אָט 
אזא מין מענטש מיט אן ארטיסטיש פּאַנעם. 

געקוקט האָט ער, וי מיר האָט זיך פארגעדענקט, נאַר אף דעם פּעקעלע שוין איבערגעדרוקטע 
לידעו. האלטנדיק עס מיט בידע הענט, האָט ער א ביסעלע געקניטשט מיט די פינגער די 
זײַטלער שטיל, זייער שטיל ארויסגערעדט: ,אוב אזי, זײַט איר דאָך ניט קיין פּאַשעטע מא- 
שיניסטקע, אויב איר געדענקט אף אױסװײיניק מײַן ליד... װען האָט איר זי אויסגעלערנט און צו 
ליב װאָס? איר װילט זי עפשער לײענען אח דער סצענע פאר אן אוילעם, איז ביטע. איך װעל 
בעטז אײַערע אָנפירער, זיי זאַלן צונויפנעמען די לייענער, און איר װעט זי דורכלייענען, די ליד..." 
כ'האָב אים געענטפערט, אז איך בין ניט קיין ארטיסטקע, לײיענען פאר אן אוילעם קאַן איך ניט, 
כ'פארליר זיך. דאָ האָט ער װידער א גלאנץ געטאָן מיט די אייגן, גענומען מיך אײַנרײדן , איך 
וועל אײַר אויסלערנען, האָט קיין מוירע ניט. איך האָב אָנגעפירט מיט א טעאטער, און איך פלעג 
לערנען אזעלכע מיידלעך. װי איר. איך בין געווען א רעזשיסער פונעם טעאטער אין בוקארעשט.." 

מיט יאָרן שפּעטער, וען איך האָב שוין געארבעט אין זשורנאל , סאַװעטיש היימלאנד", איז 
יאנקעו' שטערנבערג געוען גאָר-גאַר אן אָפטער גאסט אין דער רעדאקציע, קימאט אלע טאָג 
געקומען, זיך אופגעפירט זייער אקטיוו. אָפּט פלעג ער דרוקן אין זשורנאל לידער, קריטישע ארטיק- 
לען, און איך האָב זיי פריער איבערגעדרוקט אף דער מאשינקע. ער פלעג צוגיין צו מיר שוין וי 
צו א היימישן מענטשן, פריִער דערציילן, װאָס ער שרײַבט איצט, און װען ער װעט קומען מיר 
ברענגען די ארבעט, ניט דערויסנדיק זיך קיינמאָל, צי איך האָב צײַט, פּאַשעט צוגיין און פרעגן: 
,מאָרגן װעט איר זײַן אין רעדאקציע, צי איך זאָל אײַך ברענגען די ארבעט אהיים?" אינדערפרי 
פלעג זײַן פרוי מיר געבן א קלונג אין טעלעפאָן: ,װוהין זאָל יאנקעוו ארױיספאָרן -- אהיים, צִי 
אף דער ארבעט?" זי פלעג ניט זאָגן די צײַט, עס הייסט, אז װען ער װעט ניט קומען, װעט ער 
זײַן אן אָנגעלײגטער גאסט, און קיין שום רייד וועגן עפּעס אנדערס קאָן ניט זײַן. און אזוי איז טאקע 
געווען, געבראכט די ארבעט, זיך ניט צונויפגערעדט, װען זי װעט פארטיק זײַן, װען ער דארף 
קומען נאָך איר, מיט איין װאָרט, אף אזויפיל היימיש, וויפל ס'איז נאָר מעגלעך. 

ס'געדענקט זיך אזא פאל. ער האָט געבראכט לידער און געבעטן, איך זאָל יי שין, די 
מיניט, איבערדרוקן, ,װײַל דער שעף האָט געהייסן זיי אוועקלייגן מאָרגן אפן טיש". דאָס איז גע 
ווען מאמעש מיט צוויי טעג פארן אָפּגעבן דעם זשורנאל-נומער אין דער דרוקערײַ. עס איז געװוען 
נאָר מער דרינגענדיקע ארבעטן, װעלכע זײַנען ארײַנגעשטעלט אין דעם נומער, און שטערנבערגס 
לידער האָט קיינער נאָך ניט געזען, מע דארף א קוק טאַן, באשליסן... 

פארשטייט זיך, איך האָב די לידער איבערגעדרוקט און, ניט צונויפרעדנדיק זיך מיט שטערן 
בערגן, אליין אוועקגעלייגט זיי אפן טיש דעם הױפּט-רעדאקטאָר. אף מאָרגן קומט אָן יאנקעו 
שטערנבערג און פרעגט מיך: ,װוּ איז די ארבעט?" איך ענטפער, אז זי אין שוין באם שעף. ער 
האָט מיר גאָרנישט ניט געזאָגט און איז ארײַנגעלאַפן אין צימער צום רעדאקטאָר. 

ווען ער איז ארויסגעגאן, האָט ער מיר געזאָגט: ,מע דארף שוין ניט די לידער צום נומער, 
ס'איז דאָ בילכערס.." איך האָב געמיינט, אז אונדזער הױפּט-רעדאקטאַר האָט אים אָפּגעזאָגט צו 
דרוקן אין דעם נומער, װײַל עס איז שוין טאקע פּאַשעט שפּעט, ערשט האָט זיך ארויסגעוויזן, אז 
שטערנבערג איז געקומען דערמאַנען דעם הױיפּט-רעדאקטאָר, אז עס איז אין דעם כוידעש די גע 
בורטס-דאטע פון עליִעזער שטיינבארגן, איז ער געקומען בעטן, אז ניט זײַנע לידער זאָל מען געבן, 
נאָר עליִעזער שטיינבארגס. 

מיר איז עס געווען זייער טשיקאווע. געויינלעך, װען א שרײַבער גיט אָפּ זײַן װערק אין 
זשורנאל, ווארט ער מיט אומגעדולד, מע זאָל גיכער אָפּדרוקן. און דאָ הייסט ער אראָפּנעמען זײַנע 
לידער און דרוקן אן אנדערן. שטערנבערג האָט געזען, אז איך בין זייער פארװונדערט, האָט ער 
גענומען נאַכאמאָל מיר דערציילן, װער עליעזער שטיינבארג איז געװען, און צו דעם האָט ער 
צוגעגעבן: , איך געדענק, איר האָט געקענט אף אױסװײיניק מײַנע א ליד, װעט אײַך ניט שאטן, 
אויב איר װעט קענען א פּאַר מעשאָלים עליעזער שטיינבארגס..." 

..ניט לאנג פאר זײַן טויט איז ער אינמאָל צו מיר געקומען און דערצײילט, אז עס איז 
פאראן בא אים א ייִדישע מאשינקע, אף װעלכער ער ארבעט ניט, און ער ויל זיער, אז אף דער 
מאשינקע זאָל איך דרוקן װערק פון ייִדישע שרײַבער. פארשטייט זיך, כ'האָב זיך ניט אָפּגעזאָגט 
פון דער מאשינקע, און ס'איז מיר טײַער דער אָנדענק פון יאנקעוו שטערנבערגן. 


ס 


0.-יונצק 


ר 2 
4 )יי 


066 


עו אױיפיראװיע:צכטל ראאיין 


דאָס זעקס-און-אכציקסטע קאפּיטל 


,אכינו אטאַ? 


װאָס נעענטער רעב מוישע ראבינאָוויטש און זײַן עלטערער זון אװראָם-לייב זײַנען געװען צו 
דער גרויסער שטאָט, האָבן זי אלץ אָפטער געהערט, װי ייִדן רעדן פונעם , פּעקל", פונעם אומגליק- 
לעכן קאָרבן, פונעם דאנטיסט דעם שלימאזל, װאָס זיצט איינער אליין און מע לאָזט ניט צו צו אים 
קיין לעבעדיקן מענטשן. 

דער פאָטער מיטן זון, װאָס האָבן די גאנצע צײַט פון דער נעסיַע זיך געהאלטן אין א זײַט, 
פארשלאָגן אין א ווינקעלע און געשוויגן שטיל, דערהערט די דאָזיקע דיבורים, האָבן זי אָנגעשטעלט 
די אויערן, טאָמער װעלן זיי כאפּן עפּעס א װאָרט, װאָס זאָל זיי עפּעס זאָגן... זי האָבן אָכער פון די 
שמועסן ניט געקאַנט ארויסבאקומען קיין זאך. זיי האָבן נאָר געהערט די װערטער ,שלימאזלדיקער 
דאנטיסט"... .אומגליקלעכער קאָרבן"... אוכעדוימע אזעלכע עפּיטעטן און עס האָט זיך זיי אויסגעוויזן, 
אז דער אוילעם מאכט כיזעק -- און דאָס האָט זיי פארדראָסן, ניט פארשטאנען, װאָס איז דאַ צו 
לאכן? 


פאָ רזע צונג. אָנהייב זע ,סאָװעטיש היימלאנד" נומ. 7--12, 1988 און נומ. 1 --7, 1989, 


4 


מער װי אף אלע האָט זי געברענט אף א געלן יָדן, א קלײַענדיקן, מיט גראָבע ליפּן, װאָס 
רעדט שעפּעליאווע און װאָס האָט געהאלטן אין איין לאכן, די אויגן האָבן אים אזש געטרערט פאר 
געלעכטער. ער האָט געטײַנעט זײַן טײַנע, אזוי צו זאָגן: 

-- ניין. איך זאָג נאָר איינס. נעכײַבי װאָלטן זי געפּאקט כאָטש א נאש בראט, וי זאָגט איר, 
א ייִדן מיט א טאלעסקאַטן. צום סאָף נאט אײַך גאַר א דאנטיסטל, א פּוסטער באָכער, א גוי גאָמור, 
װאָס װוייסט ניט א װאָרט ייִדיש, װי זאָגט איר, קיין ציילעם פאר קיין אלעף, שוין ניטאָ קיין זײַטן 
לאכנדיק! 

דער פאָטער מיטן זין קוקן זיך איבער: , פון זייער הערשל רעדט מען דאָס אזוי? װי איז דאָס 
מעגלעך? זייער הערשל קען עס ניט א װאָרט ייָדיש, קיין ציילעם פאר קיין אלעף?.' א גליק, װאָס 
דער פאַטער זיצט אויך דערבײַ, װען אװראָם ליב אליין, לעמאָשל, זאָל דאָ זײַן, װאָלט געקאַנט 
ארויס א מיִעסער סקאנדאל. אװראָם-לײב איז א יונגערמאן מיט טעמפּעראמענט. ער האָט זיך אזי 
אויך געריסן אלע מינוט צו אָט דעם געלן ייִדן מיט די גראַבע ליפּן מיט דער שעפּעליאװער צונג, 
האָט אים דער פאָטער אלעמאָל מיט א צי פארן ארבל אָפּגעהאלטן: ,זיץ!" און ער האָט נעבעך גע- 
מוזט זיצן אין געהאקטע װונדן און אויסהערן אלע שטיסערייען, שעקער װעקעזאָװים. װאָס האָט ער 
געקאַנט טאַן? , קאַװעד אָװ!." 

נאָר אָט איז מען, דאנקען גאָט, באלד װי געקומען. אלע פּאסאזשירן האָבן זיך געגעבן א נעם 
צו די פּעקלעך און ייִדן האָבן אָנגעהױבן עפּעס וי ציִען זיך, מאָדנע אָטעמען און פיבערן, װי עס 
פיבערט זיך, לעמאַשל, פאר אן עקזאמען, פאר א פּריזיוו אָדער פאר א מישפּעט.. אנדערע האָבן 
זיך געטאפּט בא די קעשענעס, צו די ,פּעסער". אנדערע האָנן זיך צורעכט געמאכט די מאנישקעס 
אין די קאפּעליושלעך, רעכט פארשארט די פּייעס אף יענער זײַט איערן, געטאַן אלצדינג, װאָס נאָר 
מעגלעך איז, עס זאָל זיך אזוי ניט ווארפן דער ,ייד" אין די אויגן... 

נאָר אונדזערע ראבינאָוויטשעס האָבן פון דעם פיבער נאָך ניט געװוסט. ס'איז זײ נאָך ניט 
רעכט באקאנט געווען דער עמעסער טאם פון גאָלעס.. דאָס הייסט, געהערט האָבן זיי, אז פון דער 
דאָזיקער גרויסער שטאָט טרײַבט מען ייִדן, און אז מע מאכט אָבלאוװעס', און אז מע שיקט אַמּ 
אהיים מיטן עטאפּ אין 24 שאָ און נאָך אזעלכע גוטע זאכן. נאָר פון הערן ביז אליין פילן איז נאָך 
װײַט. און װײַל זיי פאָרן אהער דאָס ערשטע מאָל, דעריבער האָבן זיי זיך גאנץ ברייטלעך, קימאט 
די ערשטע, געכאפּט פון ואגאָן און ארײַן מיט הענט און פיס אין דעם גרויסן שטראָם פון דער 
גרויסער שטאָט, שיר ניט פארטייבט געװאָרן פונעם גרויסן טומל, פונעם ראש און פונעם יאריד און 
פונעם לויפן הין און צוריק מעשוגענערװײַז, װאָס האָט אויסגעזען בא זיי אין די אויגן װי א טהאָם, 
וי א געהענעם. 

-- װוּהין גייען מיר צום אלעם ערשטן? -- האָט דער פאָטער א פרעג געגעבן באם זון, כאפּנדיק 
א שטויס אין זײַט ארײַן ניט איין מאָל, נאָר א פּאָר מאָל. 

-- װוּהין גייען מיר? -- האָט אים דער זון געענטפערט מיט די אייגענע װערטער און באגעגנט 
זיך מיט א מאָרדע פון א פערד פּאָנעם-עלפּאַנעם און שיר ניט פארלוירן געגאנגען. -- ווייסטו װאָס, 
טאטע, כאפּט זיי דער וואטנמאכער, לאָמיר נעמען אן איזװאָזטשיק און לאָמִיר פאַרן. 

-- װווּהין? 

-- לאָמיר זיך אָקאָרשט פריִער אװועקזעצן און דערנאָך װעלן מיר שוין זען װוהין. 

-- טא! עפשער ביסטו גערעכט, -- איז דער פאָטער מאסקים צום פּלאן פון נעמען אן איז- 
װאָזטשיק. 

עס רעדט זיך אָבער נאָר אזוי ,נעמען אן איזװאָזטשיק'. מאכמעס זי זײַנען דאָך שוין לאנג 
ארויס פין דער ריי און אָפּגעשטיפּט געװאָרן מיטן שטראָם אלעמאָל װײַטער און װײַטער, זײַנען 
אונדזערע קליינשטעטלדיקע פּאסאזשירן נעבעך געבליבן קימאט די לעצטע און דאָס האָבן זי זיך 
קימאט אײַנגעבעטן, מע זאָל זיי נעמען, אזוי אז נאָך א לאנגער שורע פון פאיעטאָנעס, אָמניבוסן, 
קארעטן און דראָזשקעס האָט מען געקאָנט זען צװײ ייִדן, איינער אן עלטערער, א באוואקסענער, 
דער אנדערער א ייַנגערער מיט א סימען פון א היפּש בערדל, זיצן אײַנגעבױגן אינדרײַען און העצקען 
זיך, שאָקלענדיק זיך הין און הער אף אן אלטער, א ביסל אן אױסגעביגענער דראַָזשקע מיט אן 
אויסגעדארט װײַס מאָשיִעכס פערדל, װאָס װען סזאָל ניט זײַן אין דער דאַזיקער גרויסער גלאנצן- 
דיקער שטאָט, װוּ א ייד באדארף האָבן , פּראװאָזשיטעלסטװע", װאָלטן זי זיכער געקאַנט מיינען, 
אז זיי זיצן אף א ייִדישן באלעגאַלע, און װער שמיעסט, זיי זאָלן נאָך געווען א קוק טאָן אפן באלע- 
לאָגע פין פאָרנט, ניט פון הינטן, װאַלטן זיי שוין דעמלט אינגאנצן געווען זיכער, אז זיי פאָרן מיט 
א ייִדן, ניט מיט קיין גאָי, און רעכ מוישע ראבינאָוויטש װאָלט ניט באדארפט זיך ברעכן די צונג 
רעדן מיט אים אף א שפּראך, אף וועלכער ער איז שוואכלעך, און זײַן זון אװראָם:לײיב װאָלט ניט 
באדארפט ארױיסװײַזן פאר אים, װי װײַט ער איז קלאָר אין קירפּיטשניקאָװס גראמאטיקע, װאָרעם, 
אז דער איזװאָזטשיק האָט נאָך א האלבע שאָ העצלען זיך א פרעג געגעבן זײַנע פּארשוינדלעך 


ספ 


אף רוסיש, װוּהין זיי װעלן זיך הייסן פירן, און אװראָם-לײב האָט אים א זאָג געגעבן אף רוסיש, 
ער זאָל פאָרן גלײַך אין דער ,זובאָוראטשעבנע שקאָלע", האָט דער איזװאַזטשיק געגעבן א האלבן 
דריי אויס דעם קאָפּ צו אים: ,יעסט דווא זובאַוראטשעכניַע שקאַלי", -- האָט אים אװראָם:לײב באלד 
אָפּנעהאקט, אז מע באדארף זאָגן ,דויע", ניט ,דווא", װײַל ,שקאַלע' איז א לאָשן נעקיװע - 
;זשענסקאָװאָ ראַדא". 

פאר דער גאנצער צײַט, װאָס זיי פאָרן, האָט דער איזװאָזטשיק דאָס ערשטע מאָל אויסגעדרייט 
דאָס גאנצע פּאַנעם צו זײַנע פּארשוינען און זי האָבן דערזען פאר זיך -- גוואלד, ריבוינעשעלוילעם! -- 
א ייִדן מיט ייִדישע אויגן, מיט א ייִדישער אויסגעבויגענער נאָז אין מיט א ייִדיש געקרײַזלט בערדל, 
ניט מער, װאָס ער גייט אין דער גאנצער אוניפאָרם, אין א רוסישן ארמיאק מיט א ברייטן גארטל 
אין מיט א שווארץ גלאט סיראטענע לאָקשנטעפּל אפן קאָפּ. װען ניט דאָס, װאָלט אים כ'לעבן א 
סאך בעסער אַנגעשטאנען צו זײַן א שאמעס בא זיי אינעם קליינעם שטעטל, איידער אן איזװאָזטשיק 
אין דער דאָזיקער גרויסער טימלדיקער רוסישער שטאָט. 

-- איך װאָלט געמעגט שוערן, -- האָט דער פאַטער אין א מינוט ארום א זאָג געגעבן צום 
זון, -- אז אונדזער איזװאָזטשיק איז ניט קיין אָרל, נאָר א ,יעהידי". 

-- אָט װעל איך מיט אים עפּעס דאבערן, װעלן מיר באלד ויסן, צי איז ער א יעהודי, צי אן 
אָרל, -- האָט דער זון אים אָפּגעענטפערט און האָט זיך געקליבן א פרעג געבן באם איזװאָזטשיק 
גופע. ער איז נאָך ניט פארטיק געװען מיט דער שפּראך, וװיָאזוי ער זאָל עס אים אויסדריקן. א פרעג 
טאָן בא אים גלײַך: ,טשי װי איז נאשיך?" -- װעט זײַן צו גראַבלעך. זאָגן אים איידל: , פּאַזװאָלטי 
אוזנאט וואשו נאציאַנאלנאָסט" -- װעט זײַן צו איידל פאר אן איזװאָזטשיק. האָט אים אָבער דער 
איזװאַזטשיק פארשפּאַרט אן ארבעט. ער האָט װידעראמאָל אויסגעדרייט דאָס גאנצע פּאָנעם צי זײַנע 
פּאסאזשירן און האָט זיך אָפּגערופן צו זיי שיין גלײַך אף ייִדיש: 

-- איר פאָרט אין דער זובאָווראטשעבנע? בא אונדז איז פאראז צוויי זובאַווראטשעבנעס, דרי 
זובאַווראטשעבנעס. איר רופט מיר אָן א נאָמען, אָדער א גאס, איך זאָל וויסן, װוהין צו פארקערעווען, 
פארשטייט איר מיך? 

-- געזונט זאָלט איר זײַן! -- רופט זיך אָן רעב מוישע ראבינאָוויטש צופרידן, װאָס דער איזד 
װואַזטשיק איז א ייָד. -- זענט איר, הייסט עס, אן אונדזעריקער? װאָס זשע האָט איר ביז אהער 
געשוויגן? נאט אײַך אָפּעט שאָלעם-אלייכעם. 

ער קוועטשט דעם ייַדישן איזװאָזטשיקס קאָרענע, פארשמאַלצעװעטע האנט, װאָס שמעקט מיט 
פערד אין מיט סמאָלע. אװראָם-לײב, פון זײַן זײַט טוט נאָך דער פאָטער אין ציט אים אויך אויס 
א האנט: 

-- אכינו אטאַ? שאָלעם-אלייכעם. 

-- אלייכעם וועאל בנייכעם! -- ענטפערט אים דער איזװאָזטשיק, װעלכער זיצט שין מיט א 
האלכן פּאַנעם צו די פּארשוינען, דאָס שווארצע סיראטענע לאַקשנטעפּל פארקאטשעט ארוף און 
שווארצע געקרײַזלטע הערלעך זעען זיך אפן פארשוויצטן געקנייטשטן שטערן. און די פּארשוינען 
פרעגן אייס באם איזװואָזטשיק, װער ער איז און פונוואנען ער אין און צי אין ער שיין לאנג אין 
דעם ברויט? און דער איזװאַזטשיק בא זיי פרעגט אייס, װער זי זײַנען און פונוואנען און װאָס טיען 
זיי דאָ. 

ווער זיי זײַנען און פונוואנען -- דאָס האָבן זי אים ניט געזשאלעװועט. נאָר װאָס זי טיען דאָ -- 
האָבן זי ניט געפונען פאר נייטיק אים מױידיע צו זײַן. אָפּגעגעבן א ייִדן שאַלעם-אלייכעם -- מאכע- 
טייסע, פארװאָס ניט? נאָר ארײַנלאָזן זיך מיט א באלעגאַלע אין טיפע דראָכים -- דאָס איז אזעסו! 

-- מיסטאמע א געשעפטל? -- מאכט צו זײי דער אזװאָזטשיק, ניט אויסצופרעגן זיך, נאָר 
גלאט אזוי זיך. 

-- מיסטאמע א געשעפטל, -- גיבן זיי אים נאָך. 

-- און עפשער צום דאָקטער? -- פּרוּװוט זיך דער איזװאָזטשיק מיט א טאפּ אין װאָגן נאָכאמאָל. 

-- עפשער צום דאָקטער, -- ענטפערן זיי אים ביידע, מיינענדיק, אז זיי זײַנען שוין פארטיק 
מיט אים. לעסאָף װויל ער נאָך װיסן, צו וועלכן דאָקטער און אף װאָסער שלאפקײַט? 

די פּארשוינען זעען, אז ס'איז פון אים ניט אזוי גיך פּאָטער צו װערן, בלײַבט בא זיי צו זאָגן 
אים בעסער דעם גאנצן עמעס. צו װאָס טויגן די כאָכמעס? ער איז דאָך א ייָד, גלײַך װי זיי, װאָס 
האָבן זיי פאר אים מוירע צו האָבן? און, אגעוו, טאָמער װעלן זיי בא אים עפּעס אויסטאפּן? זיי ווייסן 
דאָך אפילע ניט, אין װאָס פאר א זובאָווראטשעבנע זייער הערשל האָט זיך געלערנט און אף װאָס 
פאר א גאס ער האָט געװוינט. און גי ריכט זיך, אז אָט דער איזװאָזטשיק (א ייַד איז ניט קיין גאַי) 
ניט נאָר ער ווייסט די גאנצע געשיכטע מיטן ,פּעקל", א סװאַרע, אז ער קען זייער הערשלען, װי ער 
קען זיך, און זײַן באלענאָס מיט דער באלעבאָסטע, װוּ ער האָט געװױינט, קען ער אױסגעבונדן. 
װאָרעם ער האָט ניט אזויפיל האָר אין באָרד, וויפל מאָל ער איז מיט זי געפאָרן.. אָט, אשטייגער, 


50 


ערעוו פּייסעך אין פּאָדריאד ארײַן צו די מאצעס, און צוריק פון פּאָדריאד מיט די מאצעס אהיים 
ער האָט זיי געבראכט צו פירן, אז ניט ער מיט אָט דעם דאָזיקן פערדל? 

-- א באָכער א פּאניטש, אף מיר אזא יאָר! איז דאָס טאקע אײַערער אן איגענער קאָרעװ 
נעבעך? װיאָ! 

-- געזונט זאָלט איר זײַן! -- רופט זיך אָן צו אים דער עלטערער. -- וויבאלד אזוי, צו װאָס 
זאָלן מיר זיך שלעפּן אומזיסט אין דער זובאָווראטשעבנע זיך נאָכפרעגן? איר קאָנט דאָך אונדז פירן 
גלייַך אהין, װוּ ער האָט געװוינט. 

-- אוואדע קאָן איך אײַך פירן גלײַך אהין, פארװאָס זאָל איך ניט קאָנען? װיאָ! װילט איר, 
הייסט עס, מיט אים זיך זען? איך האָב מוירע ס'איז אומזיסט אײַער טירכע. איך האָב געהערט זאָגן, 
אז מע לאָזט ניט צו צו אים קיין בעךאָדאָם, מע האָט מוירע, מע זאָל ניט אונטערקויפן די שאָמרים 
און אים ארויסלאָזן פרײַ, װאָרעם ער איז זייער רײַך! 

ביידע פּארשוינען קוקן זיך איבער, און דער עלטערער רופט זיך אָן צום באלעגאָלע: 

-- געזונט זאָלט איר זײַן! װער, זאָגט איר, איז זייער רײַך? 

-- ער טאקע, אָט דער דאָזיקער, װאָס זיצט אין טורמע, אײַערס א פרײַנטל איז ער, זאָגט איר? 
ער איז זייער רײַך, זאָגט מען. װיאָ! דאָס הייסט, ניט ער איז רײַך, נאָר קרויווים, זאָגט מען, האָט 
ער זייער רײַכע, מיליאָנערן -- װיאָ! מיר זײַנען שוין באלד געקומען. זעט איר אָן דאָרט א הױכן 
מויער? איז דער צווייטער הויף אָדער דער דריטער, זיצט דאָרט יענער ייָד, שאפּיראָ רופט מען אים, 
א גאנץ ווילער ייָד, און ניט נאָךר אזוי ער, װי זײַן װײַב, א קאַשערע ייִדענע, און א טעכטערל בא 
זיי א צאצקע, זיצט אף א דאטשע, די טאָכטער, הייסט עס, -- װיאָ! נאָר מאכט מיר קלאָר, איך בעט 
אײַך, איר ווייסט בעסער, איך בין א יִד א פּראָסטער, א באלעגאָלע, איז אף מײַן באלעגאָלישן 
מויער לייגט זיך עפּעס ניט די גאנצע מײַסע: א באַכער א דאנטיסט, א גאנצער פּאניטש, קאַן א 
װאָרט ייִדיש ניט רעדן... 

ביידע פּאסאזשירן קוקן זיך איבער ווידעראמאָל און דער עלטערער טיט א פרעג: 

-- וער, זאָגט איר, קאָן א װאָרט ייִדיש ניט רעדן? 

-- אָט אָט דער קאָרעװו אײַערער. װאָס געהער ער זיך אײַך אָן? א פּלימעניק, א שוועסטערקינד? 
א שניי שעבעשלישי? טפּריריר-רו -- מיר זײַנען שוין אָטיאָ געקומען צו פאָרן. זעט איר אָטאָ א 
גלעקל? טיט א צי, װעט מען אײַך עפענען. איר וייסט ניט ויָאזוי? לאָזט מיך.. וויפל מיר קומט? 
מיר לקימט פין װאָקזאל אהער אזוי גרויס אזוי קליין -- מער קיין באגאזש האָט איר ניט? װען רעכנט 
איר, אימירצעהאשעם, פאָרן צוריק? איר ווייסט נאָך אליין ניט? נו, פארשטייט זיך, פונוואנען זאַלט 
איר וויסן? אז איר װעט דארפן פאָרן, זאָלט איר זיך מאטריעך זײַן זאָגן איר, אָט דער מאדאם שא' 
פּיראָ, זי קען מיך, וויפל מאָל געפאָרן מיט מיר אין באָלניצע צו דער טאָכטער. אָט דאָ טאקע געפין 
איך מיך מיינסטנס, אף דער ייַדישער גאס. א ייִדישער איזװאָזטשיק באדארף זײַן אף דער ייִדישער 
גאס, װי זאָגט איר, אכינו אטאָ, און אָנגעהױיבן האָט איר צו מיר רעדן אף ,רישוס", נאָר װאָס האָט 
איר געמיינט, בין איך? א פאָני? כא-כא! שולדיק איז די פאָרמע מישטיינס-געזאָגט, און א ביסל דארף 
טאקע נאש בראט פארשטעלן דעם ייִדן, מע זאָל אים, כאַלילע, ניט דערקענען -- װאָס זאָלן מיר טאַן? 
מיר זײַנען בא זיי, ניט זיי בא אונדז... ווילט איר, הייסט עס, איך זאָל אײַך טאקע געבן , סדאטשץ" 
אויך, צי דאָס זאָל שוין זײַן אף א ,װאָדקע"? לאנג לעבן זאָלט איר. לאָז אײַך גאָט העלפן, איר 
זאָלט מאצליִעך זײַן בעקאָל אשער עפנע -- איר כידעשט זיך, װאָס איך קען? איך בין דאָך, װי איר 
אליין זאָגט: , אכינו אטאָ..." א גיטן! 


דאָס זיבן-און-אכציקסטע קאפיטל 


אָרכים 


טאַמער איז געװען קארג דאָס פּעקל צאָרעס, װאָס די אָרעמע מוטער נעבעך, סאַרע שאפּיראַ, 
האָט געטראָגן אף אירע כרופּקע פּלײצעס, האָט איר גאָט צוגעשיקט אָרכים -- דעם קווארטיראנטס 
פאָטער מיטן ברודער, רעב מוישע ראבינאָוויטש מיט זײַן עלטערן זון אװראָם לייב, אָדער װי זײַן 
װײַבל רופט אים אװראָם-לײיבוש (מיר טוען איר צוליב און רופן אים שוין פון איצט אָן אװראַם: 
לייביש). 


97 


דער פאָטער, רעב מוישע ראבינאָוויטש, איז א הויכער ייד און א דארער, מיר פארזאַרגטע 
אויגן, װאָס האָבן זיך באזעצט טיף אין דעם װײַס געקנייטשטן שטערן; זעט אויס, א ייַד א כאלעש. 
יעדער זיפץ, װאָס ער טוט, רײַסט איס א שטיק הארץ; רעדט שטיל, בענימעסדיק: ‏ געזונט זאַלט 
איר זײַן". און דער זון, אװראָם-לײיבוש, א באלעבעסל מיט סימאָנים פון א פײַן בערדל, דאפקע א 
געזונטער יונג און א שיינער, נאָר א גרויסער באלמאָרעשכוירע און ניט קיין קליינער אזעספּאָנעם; 
זײַן טאטע האָט פאר אים מער מוירע װי ער פארן טאטן, אָדער בעסער געזאָגט זיי ביידע, דער טאטע 
מיטן זון, האָבן איינס פארן אנדערן דערעכערעץ. די נאָז שנײַצט ער ניט אין א פאטשיילע װי די 
גאנצע וועלט, נאָר מיט איין פינגער אף א זײַט, א סימען פון א זשוואון יונגנמאנטשיק. 

אָנגעקומען זײַנען די געסט צו די שאפּיראָס אין שטוב ארײַן פּונקט האלבן טאָג אין דער צײַט, 
ווען דאָװיד שאפּיראָ כאפּט זיך אראָפּ אהיים איבערכאפּן דעם אָנבײַסן, װי זײַן שטייגער איז, אף איין 
פוס און אנטלויפן צוריק אין געשעפט ארײַן, װאָרעם ער איז דאָך א , פארקויפטער מענטש". 

דאָװיד שאפּיראָ איז די לעצטע צײַט געװוינט געװאָרן, אז פרעמדע מענטשן, קאָרעספּאַנדענטן 
פון צײַטונגען און גלאט זײַטיקע פּארשוינען, זאָלן אים קומען דולן א ספּאָדעק ועגן זײַן קווארטי" 
ראנט, דעם אומגליקלעכן דאנטיסט, נעבעך, װאָס האָט זיך אזוי מיעס ארײַנגעכאפּט. די ערשטע 
צײַט איז דאָװיד געווען צופרידן, װאָס מענטשן אינטערעסירן זיך מיט זײַן קווארטיראנט, ווילן הערן 
פון אים, פון דאָװיד שאפּיראָן אליין, זײַן מיינונג, װאָס זאָגט ער אף דעם אומגליק. נאָר שפּעטער- 
שפּעטער האָט זיך עס אים צוגעגעסן און ער האָט קימאט געטריבן מענטשן פון שטוב: װען סאָרע 
זאָל אים ניט אָפּהאלטן, װאָלטן געווען סקאנדאלן. 

אויך איצט, אז די צוויי פרעמדע ייַדן זײַנען ארײַנגעקומען, האָט זיי דאָװיד נאָכן ערשטן שאָי 
לעם-אלייכעם שיר ניט געגעבן דעם וועג. 

-- אלייכעם-שאָלעם, -- האָט זיי דאָװיד קורץ געענטפערט. -- װאָס װעט איר זאָגן גוטס? 

-- דאָ, בא אײַך, האָט געװוינט אף קווארטיר... -- האָבן די ארײַנגעקומענע אַנגעהױבן, האָט 
זיי דער באלעבאָס אָפּגעהאקט און אליין געענדיקט פאר זײ: 

-- דער דאנטיסט ראבינאַוויטש? בא מיר, בא מיר. נאָר װאָס גייט אײַך אָן? אקעגן װאָס דארפט 
איר עס וויסן? און װאָס װעט אײַך שוין זײַן אזוי גוט, אז איר װעט ויסן? און װעמען קאָן דערפון 
ארויס א טױיװע? ייִדן קריכן -- טאָמער ווייסט איר װאָס? 

נאָך אזא שיינעם באָרעך-האנאָ זײַנען ביידע אָרכים, דער פאָטער מיטן זון, געבליבן שטיין אָן 
ווערטער, ניט געװוּסט װאָס זיי זאָלן טאָן. דער זון האָט, װי עס װײַזט אויס, שטארק כיישעק געהאט 
דערלאנגען דעם דאָזיקן ייִדן צוריק נאָך א שענערן באָרעך-האנאָ, װי ער, אװראָם-לײבוש, קען. 
האָט אים אָבער דער פאָטער מיט א צי פארן ארבל אָפּגעהאלטן, אזוי אז דער גײַציקער און זשווא- 
װער אװראָם-לײיבוש האָט זיך אויסגעדרייט אף א זײַט און געגעבן א שטארקן שנײַץ אויס די נאָז 
מיט איין פינגער, װי זײַן שטייגער איז, און דער פאָטער, רעב מוישע ראבינאָוויטש, האָט זיך אָנגע- 
רופן צום באלעבאָס בענימעסדיק מיט א ביטערן שמייכל: 

-- זאָלט איר געזונט זײַן! פארװאָס זאָלט איר אונדז בעסער ניט פרעגן מא שמייכעם און ויסן, 
װער מיר זײַנען און װאָס מיר טוען דאָ, װאָלט איר פארשפּאָרן זיך אָפּעסן דאָס הארץ אומזיסט. 
אומנישט. 

-- זייער גערעכט, -- מישט זיך ארײַן סאָרע, װאָס איז געשטאנען די גאנצע צײַט מיט א 
טעלער צעהאקטן הערינג און אָנגעבראָקטע ציבלקעס מיט עסיק און מיט געװירצן פארפּראוועט. 
דער געשמאקער רייעך פונעם הערינג און דער שארפער אראָמאט פון די געװירצן האָבן זיך מיט 
סאקאַנעסינעפאַשעס צעטראָגן איבער דער גאנצער שטוב און פארגאנװועט זיך אין נאָז ארײַן צו די 
אָרכים און אזוי שטארק געקיצלט זיי דעם אפּעטיט, אז אװראָם-לײבוש האָט אזש א הױכן שלונג 
געגעבן -- דער ייד איז דאָך, כ'לעבן, גערעכט, זייער, זייער גערעכט! װער געװויר פריַער װער, 
װאָס און ווען, דערנאָך װעסטו ארױיסװײַזן דעם קויהען... 

אן אנדער צײַט װאָלט זיך סאָרע ניט גענארט פון איר מאן, דעם עמעסן שאפּיראָ, פאר ארײַן- 
מישן זיך אינעם מאנס רייד. איצט אָבער האָט ער זיך געפילט בעעמעס א ביסל שולדיק, װאָס ער 
האָט זיך געכאפּט זידלען פרעמדע מענטשן ניט צו װויסן אפילע זייער נאָמען. און ער האָט זיך אָנ- 
גערופן צו זיי מיט א טאָן נידעריקער: 

-- װער זענט איר דען, װאָס איר פרעגט זיך אזוי נאָך אפן דאנטיסט ראבינאָוויטש, און פינ- 
וואנען קומט איר? 

דער אלטער האָט א ביסל אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ און אויך שטיל א זאָג געגעבן: 

-- דער דאנטיסט ראבינאָוויטש -- דאָס איז טאקע מײַנער א זון, איך בין זײַנער א טאטע, און 
אָט דער דאָזיקער -- דאָס איז אויך מײַנער א זון -- אן עלטערער, און געהער זיך אָן, הייסט עס. 
אײַער קווארטיראנט א ברודער, אן עלטערער ברודער, הייסט עס. 


98 


איצט זײַנען שוין די שאפּיראָס געבליבן אָן לאָשן. פון זינט דער קווארטיראנט איז בא זי 
געווען, האָבן זיי נאָך פון אים קיינמאָל ניט געהערט, ער זאָל דערמאָנען אפילע, אז ער האָט ערגעץ 
א פאָטער אָדער א ברודער. זיי ווייסן נאָר פון א מומע א רײַכע, א מיליאַנערשע, אָן קינדער, און 
פון א שװועסטער, װאָס מע רופט זי ,װערא', װײַטער וייסן זיי ניט פון קיין שום נאַענטע אָדער 
װײַטע קרויווים -- און פּלוצעם גאַר וואקסט אויס א פאָטער און א ברודער; פאר גרויס אימפּעט 
האָט סאָרע גאָרניט געװוסט, װאָס צו טאָן מיטן צעהאקטן הערינג, צי זי זאָל אים אוועקשטעלן אפן 
טיש, צי זי זאָל אים אָפּטראָגן צוריק, פונוואנען ער איז געקומען, און דאַװיד האָט פארגעסן, אז עֶר 
איז א פארקויפטער מענטש און רופט זיך אַן צום פאָטער פונעם קווארטיראנט און די אויגן כא אים 
פּינטלען: 

-- זײַט זשע מױכל, װאָס זשע האָב איך אײַך געװאָלט זאָגן? יאָ. איז אײַער זין, זאָגט 
איר, אָט דער ראבינאָוויטש, הייסט עס, אײַערער א דאנטיסט, מיין איך, א זון אײַערער? אין מיר 
האָבן גאָרניט געװוּסט, אפילע ניט אָנגעהױיבן צו ויסן, אז אײַער זון, דער דאנטיסט הײסט עס, 
האָט א טאטן... 

-- זאָלט איר געזונט זײַן, -- מאכט צו אים דער אלטער מיט זײַן ביטערן שמיכל, -- יעדער 
זון האָט א טאטן... 

-- נו, יאָ, פארשטייט זיך, -- דאָװיד שאפּיראָ פילט, אז ער װערט רויט. -- אוואדע אזי, װי 
דען? ניט דאָס האָב איך געמיינט. איך האָב געמיינט, פארשטייט איר מיך... 

-- שאט, װאָס טויגן לאנגע שמועסן! -- מישט זיך ארײַן װידעראמאָל סאָרע, װאָס האָט זיך 
קוים געכאפּט אװעקשטעלן דעם הערינג אף זײַן געהעריקן אַרט, אפן טיש. -- איר זאָגט בעסער, 
מײַן ליבער ייָד, װיָאזוי רופט מען אײַך באם נאָמען? 

-- מיך ויאזוי מע רופט באם נאָמען? -- זאָגט דער אלטער און קוקט אפן זון. -- מײַן נאָמען 
איז מוישע... מיישע ראבינאָוויטש, הייסט עס. 

-- רעב מוישע ראבינאָוויטש, -- פאריכט אים דער זון און שנײַצט אויס די נאָז מיט אין 
פינגער. 

-- נו, יאַ! -- רופט זיך אָן סאָרע צום מאן. -- איצט איז שוין רעכט: ער האָט דאָר טאקע 
געהייסן גריגאָרי מאָיסייעװיטש... 

דער אלטער לאָזט װידער אראָפּ די אויגן און רעדט שטיל: 

-- ויאזוי זאָגט איר -- גריגאָרי מאָיסיעװיטש? אינדערהיים רופט מען אים הערשל, און דאַ 
הייסט ער שוין, דער ייִמאכשמיניק, גריגאָרי... איך הייס, אינדערהיים הייס איך, מוישע, אין פַּאס 
שטיי איך פארשריבן ,מאָוושא", און דאָ בין איך שוין א מאָיסייעוויטש.. הײַנטיקע קינדער יִַמאכ- 
שמוי... 

סאָרען איז איר קווארטיראנטס פאָטער געפעלן געװאָרן, דער פאָטער מער פונעם זין. זי האָט 
זיך א װאָרף געגעבן, צוגערוקט אים א שטול, און דעם זון שוין אויך א שטול. און געבעטן זיצן. 
אף איר קוקנדיק, האָט שוין דאָװיד אויך א קער געגעבן זיך צו די אָרכים, גלײַד װי ער האָט זײ 
שוין דרײַ מאָל געבעטן זיצן און זיי װוילן ניט. 

-- זיצט, פארװאָס זיצט איר ניט?.. 

און ביידע אָרכים האָבן זיך אוועקגעזעצט, גענומען אויספרעגן זיך קוידעם אף זײיער הערשלען 
וויאזוי איז דאָס געשען, פונוואנען האָט זיך גענומען אזא גאָטס שטראָף אף זיי, אין איינװועגס דער" 
ציילט, װאָס זיי זײַנען אויסגעשטאנען, ויָאזוי זיי האָבן א צײַט קיין בריוו ניט געהאט, געמינט, 
זיי װעלן מעשוגע װערן, און דערנאָך, ויאזוי מע האָט זי גענומען, אײַנגעזעצט אין כאד:גאדיאַ 
ארײַן, אויסגעפרענט און אויסגעטרייסלט זיי, אָפּגעהאלטן צוויי טעג, און ערשט דערנאָך, אז מע 
האָט זיי ארויסגעלאָזט, זײַנען זיי פון די צײַטונגען געװויר געװאָרן פונעם אומגליק, אז דער דאנ 
טיסט, װאָס מע האָט אים אײַנגעזעצט, דאָס איז טאקע ניט קיין אנדערער, נאָר זייער הערשל! זײַנען 
זי געקומען אָט דאַ אהערצו צו פאָרן ראטעווען זייער הערשלען -- א גרויסע שטאָט, רײַכע יִדן, 
מיליאָנערן, װי װעלן זיי דאָס שװײַגן, לאָזן א יִדן זיצן אומזיסט-אומנישט איבער אזא נארישקײַט, 
א בילבל? האייַטאָכן? 

-- היאמן כי יספּר? -- לייגט צו אװראָם-ליינוש אף העברעיִש. הײַנטיקע צײַטן פין פּראָגרעס 
און ציוויליזאציע זאָל זיך טרעפן אזא רעציכע!.. 

-- און איך זאָג אײַך, הערט איר, ס'איז בלאָטע! -- אָט האָט מען מיר אליין, װי איר זעט מיך, 
אויך אײַנגעזעצט און אויך גענומען צום צימבל -- און בלאָטע, בלאָטע שעבעבלאָטע! נאָר א גע 
לעכטער!.. -- דאָװיד שאפּיראָ האָט דערװײַל א געלעגנהײַט צו דערציילן פון זיך, ויאזי ער האָט 
זיך געהאלטן די גאנצע צײַט פונעם אָנהײב, פונעם ערשטן ארעסט אָן, ביז הײַנטיקן טאָג. ער האָט 
ניט פארגעסן איבערצוגעבן אלע געשיכטעס מיט די אָביסקן, מיט די ארעסטן, און דערנאָך וויפל 
מאָל מע האָט אים, דאַװידן, שוין געשלעפּט צום סלעדאָוואטעל, און װאָס מע האָט אים געפרעגט, 


99 


און װאָס ער האָט זיי דאָרט אלעמען אוועקגעגעבן -- װאָס האָט ער מוירע? ,אז מע עסט ניט קין 
קנאָבל, שמעקט ניט פון מויל..." און אױסגעלאָזט האָט ער װי אלעמאָל, ,אז דער גאנצער אייסעק 
איז ניט װערט, איר זאָלט זאָגן, אָטראָ דאָס-אָ (א װײַז אפן שפּיץ פינגער). מע װעט אים נאָר אָפַי 
האלטן א ביסל און מע װעט אים ארױיסלאָזן בעשעם עלאָהיי ייַסראָעל אף אלע פיר זײַטן. 

-- אָמײין האלעװײַ! -- שטעלט ארײַן סאָרע אויך א װאָרט. -- פון דײַן מויל אין גאָטס אױערן! 
דערװײַל נעבעך זיצט ער, אן איידל קינד, אף זײַד געצויגן, מע לאָזט ניט צו צו אים קיין לעבעדיקן 
מענטשן... ניט קיין עסן צו טראָגן, ניט קיין בריוול שרײַבן, ניט קיין פּאפּיראָס אף רייכערן -- טאָמער 
ווייסט איר פארװאָס? פארווען? באשערט געװען, נעבעך, א מענטשן אָפּקומען דעם געהענעם אף 
דער-וועלט... 

סאָרע װישט אויס א טרער, און דער פאָטער, נעבעך, ויינט אף איין זײַט, און דער זון אף 
דער אנדערער זײַט. זיי װישן זיך די אויגן און פרעגן זיך אויס נאָכאמאָל, װיאזוי איז דאָס געשען? 
פונוואנען האָט זיך עס גענומען? ביידע שאפּיראָס, איינס איבער דאָס אנדערע, גיבן איבער אפדער- 
גיך, נאָכאמאָל און נאָכאמאָל, די גאנצע געשיכטע מיט זייער שאָכנס שטיפזונדל, װאָס איז א כאווער 
געווען מיט זייער סיאָמקען, לעהאוודל, א קינד א גאָלד, ער איז איצט אין גימנאזיע, אָט באלד 
דארף ער קומען עסן; און פון דעם, ויאזוי זייער ראבינאָװויטש, װאָס האָט געלערנט מיט זייער סיאָמ- 
קען, האָט געלערנט אויך מיט זייער שאָכנס שטיפזונדל, לעהאוודל, ניט צוליב געלט, כאָלילע, -- 
צו װאָס דארף ער געלט? -- נאָר צוליב זייער סיאָמקען און צוליב זייער בעטי -- דאָס איז זייער 
טאָכטער, בעטי רופט מען זי, װוינט איצטער אף א האטשע -- אן אוויירע, װאָס זיי קאָנען זי ניט 
זען, ס'איז שוין איין מאָל א בעטי!.. 

-- זאָלט איר געזונט! זײַן! -- רײַסט איבער דער עלטערער אוירעך. -- איר זאָגט, אז מײַן 
זון דארף ניט קיין געלט און לערנט נאַר לעשעם מיצוע, און װוּ זײַנען יענע צויי רײַכע הײַזער, 
װאָס ער האָט דאָרטן געהאט די בעסטע אוראַקױ 

-- װאָסערע הײַזער? װאַסערע אוראָקן? -- זאָגט דאָװיד שאפּיראָ און קערט זיך אום צוריק 
צו זײַנע מײַסעס. 

און די אָרכים קוקן זיך איבער און שטוינען: ,װאָס טוט זיך עס מיט זי? פאָרנדיק אין װאגאָן, 
האָבן זי געהערט ווילדע רייד װעגן זייער הערשלען, אז ער ווייסט ניט קיין ציילעם פאר קיין אלעף... 
איצט אָט דאָ הערן זיי, אז ער האָט דאָ ניט געהאט קיין שום רײַכע אוראָקן אין דער דאָזיקער 
שטאָט -- טאקע נאָר מעשוגע צו װערן!.." און דער באלענאָס, שאפּיראָ, וויבאלד ער איז ארײַן אין 
זײַן ראָל און האלט אין דערציילן, איז אים שוין ניט אזוי גרינג אָפּצורײַסן. 

-- טאָמער װאָלט געװוען גענוג! -- רײַסט איבער דאָװיד שאפּיראָ זיך אליין. -- איך דארף 
גיין אין געשעפט ארײַן, איך בין, פארשטייט איר מיך, א פארקויפטער מענטש, א סלוזשעשטשע, -- 
מאכט ער צו די געסט, און צום װײַב טוט ער א זאָג: -- טאָמער װאָלסטו, סאָרע, געבעטן די געסט 
צום טיש, די אָרכים קערן אוואדע זײַן הונגעריק, א טאנץ, זאָגט מען, גייט ניט פארן עסן און די 
נעשאַמע אױסשפּײַען קאַן מען אויך ניט, װאָס? ניט אזוי? 

-- אוואדע אזוי. קאַלזמאן א מענטש לעבט. נאָר װאָס דען? בא אײַך איז דאָך ניט קיין אכסא- 
ניע, זאָלט איר געזינט זײַן! -- זאָגט דער פאָטער און קוקט אפן זון, צי זאָל ער אָנעמען די אײַנ- 
לאדונג, אָדער ניין. 

-- מיר זײַנען דאָך געקומען אהערצו עפּעס מיקויעך אן אייסעק, -- מאכט דער זון ניט צו 
רירן פון אָרט, -- א סימען, אז ער איז מאסקים, מע זאָל בלייבן אף ווארמעס. 

-- איר האָט ניט װאָס מוירע צו האָבן, -- טוט זיך סאָרע א דריי אויס און שטעלט נאָך טע- 
לער, -- איר װעט אונדז, כאַלילע, ניט קאליע מאכן גאָרנישט, א הערינג איז גרייט, ווארמעס קאַכט 
זיך, װוּ צװויי עסן, דאָרט קאָנען פיר... גײי, דאַװיד, וואש זיך און רוף די געסט אויך. 

-- זײַט זשע מויכל, -- מאכט צו זיי דאָװיד, באװײַזט אף דער קװאָרט און װאשט זיך אוף 
צופריִער, װי דער מינהעג איז פון א באלעבאָס א מאכניס אוירעך, -- זײַט זשע מויכל, אָן א שום 
דאָס... 

-- זאָלט איר געזונט זײַן! -- ברעקלט זיך נאָך דער פאָטער, שטייט אוף און קוקט נאָך אלץ 
אפן זון. -- מיר קענען דאָך אפילע נאָך גאָרניט איינס דאָס אנדערע װי עס געהער צו זײַן. מיר 
ווייסן דאָך אפילע ניט, װער איר זענט און װיָאזױי מע רופט אײַך? 

-- בלאָטע! -- זאָגט דער באלענאָס און כאפּט אַפּ דעם , שאריאדייכעם" אפדערגיך, װי זײַן 
שטייגער איז, װינקט צום װײַב, זי זאָל זיך ניט באניצן מיט זײַן ניט קאָנען רעדן און, כאָלילע, ניט 
אויסכאפּן בא אים פונעם מויל, װאָס ער װיל זאָגן, און מאכט א האמויצע אפדערגיך און איז צַן 
פרידן, װאָס ער קאָן שוין רעדן. -- בלאַטע! איצט קענען מיר אײַך שוין װער איר זענט זייער גוט. 
אײַער זון איז בא אונדז ניט נאָר א קווארטיראנט געווען, ער איז אונדזערער א פּרײַנט, נאָך נעענטער 
פון א פּרײַנט, מע קאָן זאָגן א יעדיד ניעמען, װאָס איז אונדז אלעמען אײַנגעבאקן אין הארצן, 


00 


שײַעך צו זאָגן, אָהאָװאָס נעפעש!.. און װער מיר זײַנען -- װעט איר אויך באלד ויסן, איך װעל 
אײַך נאָר זאָגן איין װאָרט: , סלאוויטע". האָט איר געהערט אמאָל סקאוויטע? -- און דאָװיד פאר- 
קוקט די אָרכים אין די אויגן ארײַן. 

-- זאָלט איר געזונט זײַן! -- זאָגט דער פאָטער א געואשענער, קײַענדיק די האמויצע מיט 
זאלץ, -- וועלכער ייד ווייסט דאָס ניט סלאװווטע?.. -- און דער זון, װאָס װישט נאָך די הענט און 
טאָר נאָך ניט רעדן, מאכט נאָר מיטן װוּנק: 

-- פּס'נו... הם... אָ... נו... נידפאָס בעסלאוויטא! 

און איידער אװראָם:ליינוש זעצט זיך אװעק צום טיש, טוט ער נאָכאמאָל א שנײַץ אויס די 
נאָז מיט איין פינגער, און דער באלעבאָס מיט די אָרכים נעמען זיך גלײַך צום געהאקטן הערינג, 
װאָס איז מיט ציבלקעס פארבראָקט און מיט געוירצן פארפּראװעט, און דער רײעך צעגײט זיך 
איבערן גאנצן שטוב -- מעכײַע געפאָשעס. 


דאָס אכטאון-אכציקסטע קאפיטל 


וװווּנדער איבער ווּנדער! 


די אָרכים האָבן ניט פארגעסן, אז דער באלעבאָס האָט זי אָנגעהױבן דערציילן פון זײַן ייָבעס, 
ער ער איז און פונוואנען ער שטאמט. און כאָטש זייער הארץ איז איצטער געװען ניט צו האָרכן 
פרעמדע מײַסעס, זייער נעשאָמע איז געװען גאַר װײס איך װוּ, ערגעץ בא זיער אומגליקלעכן 
הערשלען, דאָך איז ניט קיין דערעכערעץ, אז מע זיצט בא א פרעמדן טיש און א באלעבאָס רעדט, 
באדארף מען אים אויסהערן ביזן סאָף. 

-- זענט איר אליין טאקע א סלאוויטער פון סלאװוּטע, הייסט עס? -- אזוי מאכט צו אים רעב 
מוישע ראבינאָוויטש, און ביידע, דער פאָטער מיטן זון, קוקן אף שאפּיראָן, גלײַך װי דאָס האָט א 
וואזשנע שײַכעס מיט זייער אייסעק, װאָס זיי זײַנען צוליב אים אהער געקומען. 

דאָװיד שאפּיראָ צעלאכט זיך, װי א מענטש, װאָס האלט ערשט באם אופדעקן, װער ער איז 
און בא איבערדרעשן דערמיט די װעלט, נאָר ער װײיסט ניט, פון װאָסער זײַט ער זאָל אָנהײבן. 

-- האָט איר געהערט אמאָל דעם נאָמען שאפּיראָ? איך מיין, אז איר האָט געהערט.. -- און 
ער שלינגט אראָפּ דעם ביסן װאָס גיכער, טרייסלט אָפּ די ברעקלעך פון דער באָרד און שיסט אויס 
בעסער מיטאמאָל, װי איינער רעדט: ,צו װאָס מוטשען מענטשן?" 

-- בעקיצער -- איך בין פון די עמעסע, פון די סלאוויטער שאפּיראָס, -- און דאָװיד שאפּיראַ 
שטעלט אוועק די אויגן אף די אָרכים, װאָס פאר א רוישעם האָט אף זיי געמאכט דער נאָמען שאפּיראָ? 

דער דאָזיקער נאָמען װאָלט געמעגט מאכן אף די אָרכים א גרעסערן רישעם װי עס האָט 
געמאכט, אין עס קאָן זייער מעגלעך זײַן, אז עס װאָלט טאקע געמאכט דעם רוישעם, װאָס שאפּיראָ 
האָט געװאָלט, ווען עס זאָל זיך ניט געװען ארײַנמישן אינמיטן סאָרע -- א ייִדענע בלײַבט א ידע 
נע! -- און ארײַנפאָרן מיט איר װײַבערשער טשיקאװעקײַט. סאָרע, װאָס האָט דערװײַל אופגעגעבן 
דאָס עסן צום טיש, האָט געװאָלט װיסן נאָר איין זאך: װאָס אין די מײַסע, װאָס די גאנצע צײַט, 
זינט עס האָט זיך געטראָפן דער אומגליק, הערט מען ניט פון דער מומע און מע זעט ניט פון איר, 
אז ס'זאָל זי אָנהײבן ארן, װאָס דער פּלימעניק זיצט און װעט נאָך, כאָלילע, זיצן און זיצן?.. 

-- איך פארשטיי גאָרניט, -- לאָזט זי אויס, -- װאָס איז דאָס פאר א מין מומע אף דער 
וועלט? האָט קיין פאריבל ניט, װאָס איך רעד אזוי אָפן, -- זי באדארף זײַן ניט פון פלייש און בלוט, 
נאָר פון שטיין אָדער פון אײַזן... 

אין דער גאנצער צײַט, װאָס סאָרע רעדט, קוקט דער פאָטער אפן זון און דער זון אפן פאָטער. 
און אז יענע האָט געענדיקט, מאכט צו איר רעב מוישע ראבינאָוויטש און הערט אוף קײַען: 


1 


-- זאָלט איר געזונט זײַן! פון וועלכער מומע רעדט איר דאָס? 

-- װאָס הייסט פון װעלכער מומע? - זאָגט סאָרע. -- פון װעלכער מומע זאָל איך רעדן? 
פארשטייט זיך, פין דער רײַכער מומע די מיליאָנערשע די אלמאַנע.. 

-- וועלכע רײַכע מומע? װאָס פאר א מיליאַנערשע? װאָסער אלמאָנע? -- זאָגט דער פאַטער 
און קוקט אפן זון, אין דער זון העלפט אים אונטער: 

-- װאָסערע לאָקשן? װאָסערע פלוימען? -- און ער בייגט זיך אָן און שנײַצט אס די נאָז 
מיט איין פינגער. 

אָט דאָס האָט דאפקע יאָ געמאכט א רוישעם. אזא רוישעם, אז דאָװיד שאפּיראָ האָט אזש פאר. 
געסן אין זײַן ייִכעס און א קוק געגעבן אפן װײַב. 

-- װאָס הייסט? - זאָגט סאָרע נאָכאמאָל צו די געסט שוין מיט א טאָן העכער. -- װאָס 
הייסט? אײַער ראבינאַװויטש האָט ניט קיין מומע א מיליאָנערשע אָן קינדער, װאָס ער אין בא איר 
דער איינציקער ייירעש איבער הונדערט און צוואנציק יאָר? 

דער פאַטער מיטן זין האָבן אזש אװעקגעלייגט די גאָפּלען. 

-- עס הייבט זיך גאַרניט אָן! -- זאָגט דער פאָטער, און דער זין ליגט צַו: 

-- לוי האָיאָ װועלוי ניװראָ, ניט געשטויגן, ניט געפלויגן! 

-- און גאָרניט געהאט אויך? -- פרעגט סאָרע און שעמט זיך צו קוקן דעם מאן אין די אױגן 
ארײַן. 

-- זאָלט איר געזונט זײַן! װאָס הייסט ניט געהאט? ער האָט הײַנט אויך א מומע, צוויי מומעס, 
דרײַ מומעס, א סאך מומעס, נאָר אלע קאפּצנטעס, עװיענטעס, און ניט איינע א מילאַנערשע. 

-- װער האָט דאָס אײַך אויסגעטראכט אזא פּיזמען, א נעכטיקער טאָג, אפן הימל א יאריך? - 
לייגט צו דער זון. 

-- ער אליין, טאקע אײַער ברודער, -- מאכט צו אים סאָרע, שטארק צעקאָכט פון דער מײַסע. 

-- אָט אזוי טאקע מיט דעם לאָשן ,א מומע א מיליאָנערשע" האָט ער אײַך געזאָגט? -- פרעגט 
איבער בא איר נאָכאמאָל אװראָם-לײבוש. דאָ װערט שוין סאָרע אף אים רעכט ביז: 

-- װאָס פרעגט איר בא מיר איבער װי א סלעדאָוואטעל, ויאזוי, מיט װאָסער א לאָשן ער 
האָט מיר געזאָגט? איר ווייסט אליין גאנץ גוט, אז ניט מיט דעם לאָשן װי איר רעדט, װאָרעם אײַער 
ברודער רעדט דאָד ניט אונדזער לאַשן... 

-- אף װאָס פאר א דען לאָשן רעדט מײַן ברודער? -- מאכט צי איר אװראָם:לײיבוש און קוקט 
אפן פאָטער. 

-- װאָס באדארף מען זיך האָ שעמען? -- מישט זיך ארײַן דער באלעבאָס. -- ס'איז הײַנט דאָ, 
באָרעכהאשעם, גענוג אזעלכע יונגע לײַט בא אונדז. נישקאָשע, אײַער זון איז ניט דער איינציקער, 
װאָס פארשטייט ניט א װאָרט ייִדיש. 

-- מײַן הערשל, זאָגט איר, פארשטייט ניט א װאָרט ייִדיש? -- מאכט דער פאָטער און לאָזט 
ניט אראָפּ קיין אויג פונעם זון. 

-- װער האָט דאָס אײַך געזאָגט אזא שארפן ליגן? -- לייגט צו אװראָם-לייבוש. 

-- אזא שארפן ליגן? טאקע ער אליין, אײַער ברודער האָט דאָס אונדז געזאָגט, הײַנט װײסט 
איר שוין? -- ענטפערט אָפּ סאָרע פאר איר מאן מיט קאס און איז גרייט צערײַסן אָט דעם יונגער- 
מאן פון דער ציג", וועלכן זי האָט פײַנט געקריגן פון דער ערשטער מינוט אָן. -- צי עכשער מיינט 
איר, אז מע טראכט אײַך אויס? זאָלט איר װיסן, אז מיר זײַנען ניט קיין ליגנערס. מע קען אונדזו 

דערוף האָט איר אװראָם לײיבוש גאָרניט געענטפערט אין נאָר אײסגעשנײַצט די נאָז מיט אין 
פינגער. געענטפערט האָט איר דער אלטער ראבינאָוויטש. 

-- זאַלט איד געזונט זײַן! -- האָט ער איר געזאָגט און א נעם געגעבן זיך צו דער בוועם- 
קעשענע און ארויסגעצויגן פון דאָרטן א גראָבן טײַסטער. -- א באָכער, װאָס פארשטייט ניט א װאַרט 
ייִדיש, שרײַבט ניט אזעלכע בריוולעך אף מאמעלאָשן... אן אוויירע, װאָס איך קאָן אײַך ניט װײַזן 
װי ער שרײַבט לאָש-קױדעש. געװען בא אונדז א טרײסלעניש, אן ;אַביסקע", האָט מען מיר 
אױיסגעלײידיקט דעם דאָזיקן טײַסטער, צוגענומען בא מיר זײַנע בעסטע לאַשױקױדעשדיקע קסאַװים, 
אלע מעליצע-בריוו... 

דאָװיד און סאָרע האָבן געגאפט, ניט געגלייבט זייערע אױערן: װאָס אין דאָס? א כאָלעם? א 
קישעף?.. נאָר ס'איז ניט קיין דערעכערעץ: אָרכים -- מע באדארף זי בעטן עסן. 

-- פארװאָס עסט איר ניט? -- מאכט צו זײ דער באלעבאָס מיט א זױערער מינע, און די 
באלעבאָסטע גיט צו: 

-- עסט, עסט. דאָס מיט דעם געהער זיך גאָרניט אָן. 

-- זאָלט איר מיר געזונט זײַן! -- מאכט דער אלטער ראבינאָוויטש, װאָס איז ארײַן אין אמ- 
ביציע, װאָס מע איז כוישעד זײַן הערשלען, אז ער פארשטייט ניט קיין ייִדיש. -- א שיינע מײַסע, 


5 62 


נאָר א קורצע! ער װאָלט א באלן געווען, אז שאפּיראָ און שאפּירעכע זאָלן זיך פארגינען האָרכן װי 
זײַן הערשל זאָגט קאדיש נאָך דער מאמע. אָדער וי זײַן הערשל קלינגט אָפּ א מאפטיר, אז ער 
יקומט אהיים אף יאָמטעו. אָדער װי זײַן הערשל זאָגט די האגאָדע פּייסעך באם סיידער.. 

-- די האגאָדע פּייסעך באם סיידער? -- מאכט דאַָװיד שאפּיראָ און װוערט שיר ניט דערװאָרגן 
מיטן ביסן. ער קוקט מיט איין אויג א לאכנדיקס אף סאָרען און פילט, אז דאָס עסן גייט אים ניט אײַן. 

סאָרע -- זי האָט זיך אפילע ניט צוגערירט צום ווארמעס. איר קריכט ניט ארויס פון קאָפּ די 
מומע די מיליאָנערשע. קומט דאָך אויס, הייסט דאָס, אז דער קווארטיראנט, פון וועלכן זי האָט 
געהאלטן אוילעם אומלאָע, איז א פּראָסטער ליגנער?.. ריבוינעשעלוילעם! צו װאָס האָט ער איר בא 
דארפט אויסטראכטן אזא מאָדנעם ליגן!.. שא, אָט װעלן מיר באלד װיסן אקוראט! -- מאכט זי צו 
זיך אליין און ווענדט זיך צום פאָטער (דעם זון האָט זי פײַנט, װיל מיט אים ניט רעדן: 

-- האָט איר ניט געהאט א שװאָגער, װאָס האָט געהייסן אװראָם און זײַן טאטע אויך אװראָם? 
אבראם אבראמאָוויטש? 

-- זאָלט איר געזונט זײַן! -- ענטפערט איר דער אלטער. -- װי איז דאָס מעגלעך בא יָדן, 
אז דער זון מיטן טאטן זאָלן הייסן איין נאָמען? 

-- דאָס איז בא גאָיִם, -- גיט צו דער זון, -- בא זיי איז מעגלעך, אז דער טאטע זאָל הייסן 
איוואן און דער זון אויך איוואן. 

-- דאָס ווייסט מען אָן אײַך אויך, -- זאָגט סאָרע און װיל גאָר אף אים קיין קוק ניט טאָן. 
זי רעדט בעסער צום פאָטער: -- זאָגט זשע מיר, װאָס איך װעל אײַך פרעגן נאָך א זאך: ויפל קין- 
ידער האָט איר? 


-- װאָס גייט עס דיך אָן? -- פאלט אָן אף איר דאָװיד א צעקאָכטער. -- ביסט א סודעבנע 
יסלעדאָוואטעל, צי װאָס? 

-- לאָז דיך ניט ארן, מיסטאמע וייס איך, װאָס איך פרעג! -- האקט אים אַפּ סאָרע, װאָס 
האָט זיך אירס אין זינען און װענדט זיך װידער צום עלטערן אוירעך: -- איך האָב נאָר געװאָלט 
װויסן, אויב איר האָט א טאַכטער ,ווערא"? 

-- איך? א טאָכטער ווערא? הם... איך האָב צוויי טעכטער, זאַלן געזונט זײַן, הייסן זיי ביידע 
מיט ייִדישע, ניט גאָיַשע נעמען... איינע הייסט שיפרע, איז זי דאנקען גאָט א גרויסע עוויענטע, און 
די אנדערע סאָרע-לייע, איז זי אויך ניט קיין קליינע קאפּצנטע און איז נאָך, ניט פאר אײַך געדאכט, 
גיט קיין געזונטע אויך, באדארף א רעפּעראציע, װי מע דארף לעבן.. 

סאָרע בלײַבט שוין גאָר אָפּהענטיק: ,קומט דאָך אויס, הייסט עס, אז ער איז ניט נאָר א לֵינ- 
נער, נאָר טאקע א שוינדלער אויך, װאָרעם וויבאלד אז קיין שװעסטער ,װערא' האָט ער ניט, 
בלײַבט דאָך װוידער די קאשע: װער זשע איז געווען די , ווערא פּ."?.. אָדער עפשער האָט ער געהאט 
אמאָל א שוועסטער, נאָר זי איז געשטאָרבן?.. עס טליעט נאָך בא איר א פונק פון האָפענונג און 
זי ווענדט זיך װוידעראמאָל צום אלטן: 

-- א סװאָרע, אז איר האָט גאָר קיינמאָל ניט געהאט קיין טאָכטער, װאָס האָט געהייסן ,ווערא", 
אָדער דוווירע, אָדער?.. 

-- סאָרע! עס װעט אמאָל האָבן אן עק, צי װער-װאָס? -- איז אף איר אָנגעפאלן דאָװיד מיט 
א געשריי. -- האָסטו געזען א ביסל א ייַדענע האָט זיך ארײַנגענומען אין קאָפּ? א גרויסע נאפקע- 
מינע מיר, צי ווערא, צי דווירע, צי סאָסי, צִי דװאָסי! גיב שוין בעסער אהער מאיִם אכרוינים, 
וועלן מיר בענטשן מעזומען. דו ווייסט אליין, אז איך בין א פארקויפטער מענטש, איך דארף גין... 

מיט א טיפן זיפץ שטייט אוף סאָרע פונעם טיש, דערלאנגט אין א קעלישעקל א ביסל וואסער 
אף א טעלער און טראכט זיך: ,א שטיקל גליק כאָטש, װאָס בעטי איז דאַ נישטאָ.." און דאָװיד 
גיסט אָפּ די שפּיץ פינגער פונעם קעלישעקל און טוט א רוף צו דעם טעלער-צו די אָרכים: 

-- ראבױיסײַ, מיר װעלן בענטשן! 

ביידע אָרכים צעשאָקלען זיך און כאפּן אונטער. 

-- יהי שם ה' מבורך מעתה ועד עולם. 

-- ברשות מרנן ורבנן ורבותי נברך שאכלנו משלו. 

-- ברוך שאכלנו משלו ובטובו חיינו, -- לאָזן אויס ביידע אָרכים שוין מיט א ניגן, און מיט 
דעם זעלבן ניגן נעמען אלע דרײַ בענטשן, שאַקלען זיך, און יעדער פון זיי בענטשט אף אן אנדער 
אויפן: דער באלעבאָס כאפּט אזוי גיך, אז מיט דרײַ לאָקאָמאָטיוון אים ניט צו דעריאָגן. ראבינאָוויטש 
דער פאָטער, פארקערט, זאָגט פּאװאָליע איטלעכס װאָרט באזונדער, װי מע ציילט ארבעס אָדער װי 
;מע ניזשעט פּערל. און זײַן זון, אװראָם-לײנוש, -- דער מורקעט עפּעס אונטער דער נאָז אף א 
בײַקעלכל, מע ווייסט ניט װאָס, צי ער בענטשט, צי ער זינגט זיך גלאט א ניגנדל. נאָר אלע דרײַ 


קוקן איינס אף דאָס אנדערע, קאלופּען זיך בײיסמײַסע די ציין און יעדער האָט זיך אף יעדן זײַנע 
מאכשאַװועס. 


08 


דאָס נײַךאו-אכציקסטע קאפּיטל 


שאָווע-קעסעף 


דער, װאָס װעט מיינען, אז רעב מוישע ראבינאָוויטש איז געקומען צו פאָרן אין דער גרויסער 
שטאָט ראטעווען זײַן זון מיט ליידיקע הענט, דער װעט האָבן א גרויסן טאָעס. עמעס, קיין גרויסע 
קאפיטאלן האָט ער מיט זיך ניט מיטגעבראכט. ער איז געווען גליקלעך, װאָס ער האָט כאָטש געקריגן 
אף הויצאָעס. א ביסל גוטע-פרײַנט און א ביסל האָט ער זיך אליין אן אייצע געגעבן פארזעצט זײַן 
אייגענעם זייגער און דעם זייגער פון זײַן עלטערן זון (א גאָלדענער זייגער, א , רעמאַנטירער" מיט 
צוויי קאָפּערטעס 56 פּראָבע). אװראָם-ליינוש האָט זיך אפילע זייער געהאט געברעקלט, קײן בא" 
זונדער כיישעק ניט געהאט זיך צעשיידן מיט דער מאטאָנע, װאָס ער האָט באקומען פון זײַן קאלע 
כאָסנװײַז. נאָר דערזען, װאָס פאר אן אָנטײל די גאנצע שטאָט נעמט אין זייער אומגליק -- פּידיען 
שװויַם, א קלייניקייט? -- האָט ער אליין אױסגעטאָן פון זיך דעם זייגער מיטן קייטל (דאָס קייטל 
שוין ניט פון ריין גאָלד, נאָר פון זילבער, שטארק פארגאָלדעט). 

דערפאר האָבן זיי אָבער מיטגעבראכט מיט זיך שאָווע-קעסעף, װאָס ניט יעדערער װאָלט עס 
געקאָנט אויספירן, סײַדן אזא אָנגעזעענער באלעבאָס און אזא כאָשעװער ייד װי בא רעב מישע 
ראבינאָוויטש, װאָס איז ניטאָ איינער אין שטאָט זאָל זאָגן א שלעכט װאָרט אף אים, דאָס איז געווען 
זייער א ווארעמער בריוו, װאָס דער ראָװו פון שטעטל האָט אָנגעשריבן צום ראָװו פון דער גרויסער 
שטאָט אין זייער א שיינער מעליצע-שפּראך, מיט א זעלטענער האנטשריפט און דערצו אין א רין 
לאָשן-קוידעש, װאָס איז גאָר שווער צו גלייבן, אז א ראָװ פון א קליין שטעטל זאָל אזוי קאַנען 
שרײַבן. 

צום אלעם ערשטן שיקט ער אים הונדערט בראָכעס מיט טױיזנט װינטשעואניעס אף זײַן קאָפּ 
און אף די קעפּ פון קאַלײיַסראָעל, סײַ די, װאָס אין דער דאָזיקער שטאָט, סײַ די, װאָס אין אלץ 
שטעט אף דער גאנצער װעלט, װוּ נאַר די קינדער פון ייַסראָעל טוען רוען דאָרטן. 

דערנאָך גיסט ער אויס א ביסל היסגאצלעס, װאָס אזא קליין װערעמל, װי ער, האָט א האָוץ 
צוצוטרעטן צו אזא וויזלטיר, צו איינעם פון די הויכע בערג, פון די װאָלקױזײַלן, װאָס דאָס גאנצע 
הויז פון ייִסראָעל איז אָנגעשפּאַרט אף זיי; נאָר װײַל דאָ אין א זאך, װאָס איז נעגייע דעם קלאל 
ייַסראָעל, האָט דאָס אים געגעבן שטארקײַט און דרײיסטקײַט און אזוי װײַטער... און ערשט דעמלט 
גייט ער אריבער צום גוף האיניען און מאָלט אים ארום מיט אלערליי פארבן די צאָרעס און רעדיפעס, 
װאָס ייִדן טראָגן איבער אף זיך פון זינט זיי זײַנען געװאָרן א פאָלק, ביז צום הײַנטיקן טאָג. ניין, 
דאָס איז ניט געווען קיין בריוו, נאָר א יאם מיט פײַערדיקער מעליצע, אן עמעסער שעדעװוער אף 
דרײַ בויגנס פּאפּיר, װאָס קאַן רירן א שטיין; און שענער פון אלץ איז דער סאָף ,מיט װעלכן ער 
לאָזט אויס גאָר קונציק: ,קלאפּט אין די טירן פון אונדזערע גרויסע און מעכטיקע! װעקט ראכמאָי 
נעס אין זייערע לײַבער! ייִסראָעל איז ניט קיין אלמען אין רײַכע מענטשן מיט גוטע הערצער! באפרײַט 
די געפאנגענע, און צו די געבונדענע זאָגט: גייט ארויס! און נעמט אראָפּ די כארפּע פון אונדזער 
פאָלק און פארשטאָפּט לאָזן װערן די מײַלער פון אונדזערע סאָנים און אָנרײיצער -- אַמיין". 

האקלאל -- דאָס איז שוין געווען אײינמאָל א בריוו. נאָר איידער עפּעס:װאָס, איידער אונדזערע 
ראבינאָוויטשעס האָבן זיך גענומען צו זייער ארבעט, איידער זיי האָבן זיך געזען מיט װעמעךס'ניט-איו 
אין דער דאָזיקער טומלדיקער שטאָט, האָבן זי א טראכט געגעבן מיקויעך א קווארטיר און טאקע 
באלד זיך אװעקגעלאָזט איניינעם מיט דאָװיד שאפּיראָן זוכן א סטאנציע -- דאָס איז דאָס ערשטע. 
ס'איז זיי אָבער ניט אזוי גרינג אָנגעקומען, װי זי האָבן געמיינט. אין די אלע סטאנציעס, װאָס 
דאָװיד שאפּיראָ האָט זיי אָנגעװיזן, האָט מען בא זיי געפאָדערט דאָקוימענטן נאָך איידער זיי האָבן 
אריבערגעטראָטן די שװעל. און זיי האָבן, װי אפצולאָכעס, ניט געהאט קיין שום דאָקומענטן. ניט 
נאָר דאָס, װאָס איז באשאפן געװאָרן פון ייִדנס װעגן און װערט אָנגערופן מיטן נאָמען ,פּראװאָזשי 
טעלסטװאָ", נאָר אפילע א געויינלעכן פּאס, ,שווארץ אף װײַס', דאָס, װאָס יעדער לעבעדיקער 
מענטש באדארף האָבן מיט זיך, אז ער פאָרט ארויס פון דער היים, האָבן זיי אויך פאר גרויס אימ- 
פּעט גאָר פארגעסן מיטנעמען. שלעכט, װאָס טוט מען? עס איז זיי אויסגעקומען אָדער נעכטיקן אין 
דרויסן אונטער גאָטס הימל, אָדער פארקערעווען די האַלאָבליעס און אװעקפאָרן מיטן בײַטשל צו- 
ריק אהיים! 


4--8 64 


צווישן ייִדן אָבער װערט מען ניט פארפאלן. עס האָט זיך געפונען א גוטער מענטש, און דאפקע 
א ייד אן אָרעמאן (אָרעמעלײַט האָבן אין זיך אומעטום מער יוישער), װאָס האָט זיי פאָרגעלייגט 
זײַן שטוב, מיט זײַן בעט, מיט זײַן טיש, מיט זײַן אלצדינג און דאפקע אומזיסט, איר זאָלט זאָגן 
א גראַשן געלט. ס'איז בא אים ניט קיין אכסאניע, האָט ער געזאָגט, ער לעבט ניט, כאָלילע, פון 
דעם, זײַן געשעפט איז, זאָגט ער, גאָר אן אנדער געשעפט, רעב דאָװיד שאפּיראָ קען אים, ער דרייט 
זיך ארום דער בירזשע, דרייט ער זיך, אמאָל איז אזוי, און אמאָל איז אזוי, מע קומט דורך... 

דאָס איז געווען אונדזער אלטער באקאנטער, מיר האָבן זיך באגעגנט מיט אים אף דער בירזשע 
אין קאפע; זײַן נאָמען איז קאץ און רופן רופט מען אים ,קעצעלע", װײַל ער איז א קלייניטשקער, 
מיט קורצינקע פיסעלעך. 

געפּאקט האָט קעצעלע די אָרכים, בייס זיי זײַנען געשטאנען מיט שאפּיראָן אין גאס און געטיי" 
נעט. דאָװיד שאפּיראָ, װאָס האָט זיך אליין מאטריִעך געווען און איז געגאנגען מיט זי זוכן א סטאנ- 
ציע, כאָטש ער איז א פארקויפטער מענטש, האָט ניט געזשאלעװעט נאָך עטלעכע מינוט צײַט און 
איז געשטאנען מיט די אָרכים אינמיטן גאס און האָט ניט אופגעהערט צו זאָגן מוסער, אז ער פאר- 
שטייט ניט, אז ער הייבט עס ניט אָן צו פארשטיין, כאָטש נעמט אים אראָפּ דעם קאָפּ, ויאזוי זעצן 
זיך דאָס אוף מענטשן באיאָרטע, ייִדן מיט בערד, און פאָרן ארויס אָן א שטיקל פּאפּיר, אַן אן אײַנ- 
געטונקטער פּען, און נאָך װוּהין? אין אזא שטאָט ארײַן, װוּ א יד אין סאקאַנעסיגעפאַשעס!. 

ביידע ראבינאָוויטשעס האָבן אפילע אליין אויך פארשטאנען, אז פון זייער זײַט איז דאָס עפשער 
א נארישקײַט, װאָס זיי האָבן זיך אװעקגעלאָזט אין װעג אָן אן אײַנגעטונקטער פּען; נאָר זיי האָבן 
געפּרוּװוט פארענטפערן זיך דערמיט, װאָס דער קאָפּ איז זיי געווען לוי אלייכעם אזוי װײַט אין דער 
ערד, אז ניט נאָר א פּאס, סאיז א מאראָכע, װאָס זיי האָבן זיך אליין ניט פארגעסן אינדערהיים. 
,א ווערטעלע, װאָס האָט זיך אָפּגעטאַן בא זייער אװעקפאָרן? די גאנצע שטאָט איז דאָך געװען אוף! 
עס איז געווען הימל עפן זיך!" 

זייער שיין. דאָװיד שאפּיראָ האָט אָבער ניט געװאָלט הערן פון קיין טערוצים. 


שא 
58 8 


יע : : 


ט 
. 
= י 
. יי 2 
: 
9 : 
7 
לא 
2 
2 2 
5 ק 
: - 4 7 יש 
22 
: 22 ט 
: 5 
/' 
: 
.47 : 6 
: ה, הע 
+ ,א 
-=,4 : 
אק יי 
5 : 
22 ש ' 
שּ בר 0 
א י 
({ 2 
יצ 
4 פי 
7 
. 
יע, 
: 2 
23 
4 
0 


2 9אטוטן 
א 


-- זיבעצן מאָל דער קאָפּ אין דער ערד און אכצן מיסע מעשונעס אפילע, באדארף א יַך 
געדענקען, אז ס'איז דאַ א זאקאָן און ס'איז דאָ , פּראװועס".. 

פּונקט אין דער מינוט וואקסט אויס פון אונטער דער ערד קעצעלע. 

-- װאָס איז? אין װאָס גייט דאָ כא אײַך? אין וועלכן קאַן מען זיך ניט אױסגלײַכן? און װער 
זײַנען דאָס די ייִדן? ניט קיין היגע? פונוואנען? שאָלעם-אלייכעם אײַך. 

אן אנדערש מאָל װאָלט זיך קעצעלע ניט גענארט פון דאָװיד שאפּיראָ: א ייד גייט פארבײ, 
זאָל ער זיך גיין געזונטערהייט און ניט האָבן קיין טעווע ארײַנשטעקן א נאָז װוּ מע דארף ניט. נאָר 
איצטיקס מאָל, אָנגעשטױסן אף די אָרכים נאָך פון פריִער, איז ער דאפקע געװען צופרידן, װאָס עס 
האָט זיך ארײַנגעמישט א דריטער. לאָז נאָך א ייד װיסן, װאָס פאר א וילדע מענטשן סאיז נאַך 
דאָ אף דער װעלט, װאָס װייסן ניט פון קיין זאקאַן און פון קיין , פּראוועס" און פון קיין זאך און 
מיינען, אז די גאנצע װעלט -- דאָס זײַנען זיי, און אז מע האָט אָנגעגרײט פון זייערטוועגן מיסטאמע 
אלצדינג. סטאנציעס, מיט פּראװאַזשיטעלסטװעס, מיט... מיט... מיט... 

דאָװיד שאפּיראָ האָט אזוי שטארק געמאכט מיט די הענט, אז ער האָט אזש געטראַפן קעצע- 
לען גלײַך אין נאָז ארײַן, אומגערן, פארשטייט זיך, װאָרעם װער איז אים שולדיק, אז ער האָט אזעל 
כע קורצינקע פיסעלעך, אז זײַן נאָז קומט אויס אקוראט יענעם צו דער האנט? האָט זיך קעצעלע 
אָפּגערוקט א ביסל אף א זײַט און אָנגערופן זיך צו שאפּיראַן: 

-- שוין? האָט איר שיין געענדיקט, צי נאָך ניט? און אוב יאָ, קאָן איך אויך רעדן א װאָרט, 
צי װער-װאָס? 

-- ווער זאָגט דען, אז ניין? אפילע אכצן טױזנט װערטער. נאָר דעריקער ניט מאאריך זײַן 
קיין סאך, װאָרעם איך האָב קיין צײַט ניט, איך בין א פארקויפטער מענטש. 

דאָװיד שאפּיראָ האָט זיך גאָר אליין ניט געריכט, אז ער װעט פּאָטער װערן פון די אומאַנגע- 
נעמע אַרכים אף אזא גרינגן דערעך. גײט זײַט א נאָװי, אז קעצעלע, א יד אני װעעויען, װאָס 
לויפט ארום זוכן א דרײַערל, װעט װערן גאָר א מאכניס-אוירעך פּלוצעם. 

-- מאכעטייסע, -- רופט זיך אַן שאפּיראָ, -- זייער שיין, װאָס הערט זיך אָבער מיט יענער 
מײַסע, װאָס בײַסט זיך?.. 

-- מיט װאָסער מײַסע? -- פרעגט קעצעלע ביטמימעס, -- מיט די וואנצן, מיינט איר? 

-- װאַסערע וואנצן? -- מאכט דאָװיד מיט ביידע הענט. -- נאט אײַך גאָר וואנצן! װער האָט 
זי אין זינען? איך רעד פון פּאָליציע רעד איך. טאָמער, כאָלילע, אן אָבלאװע? די ייִדן האָבן דאָך 
ניט, איר זאַלט זאָגן, אן אײַנגעטינקטע פּען... 

קעצעלע האָט זיך צעלאכט: כעיכעיכע! פון װאָס א יד רעדט? נאט אײַך גאָר פּאַליציע! 
אָבלאװעס! פּסיע! ער זיצט שוין אכט יאָר מיט א װײַב מיט קינדער, קיין אײַנהאָרע, מיט א שוויגער 
אף סאמע ניסים, אָן א פּיצל פּראװאָזשיטעלסטװע -- און גאָרנישט! מע זאָל װעלן קעסיידער מוירע 
האָבן פאר אזעלכע זאכן, װאָס זשע װאָלט עס געוען, איך בעט אײַך, פאר א לעבן אף דער װעלט? 
ווייס איך װאָס, נאט אײַך גאָר אָבלאװעס, פּאָליציע, לאָקש, בוידעם, ציבעלעס -- קומט! 

-- טא! -- מאכט שאפּיראָ צו קעצעלען. -- אויך די אייגענע מײַסע, אז אײַך אין ליב, איז 
מיר ניכע... -- און צו די אָרכים זאָגט ער: -- פארגעסט זשע נאָר ניט דעם זײַגעזונט אין לאָזט 
זיך נאַך זען. מיר האָבן נאָך, װי זאָגט איר, צו רעדן און צו רעדן! ס'איז בא אײַך, האָט קיין פאריבל 
ניט, עפּעס ניט אינגאנצן גלאטיק, עפּעס צו שטארק פארדרייט בא אײַך, זאָלט איר מיר מויכל זײַן, 
און פארפּלאַנטערט... 

שאפּיראָ באװײַזט מיט די הענט, ויאזוי ס'איז בא זיי פארדרייט אין פארפּלאַנטערט. 

-- זאָלט איר געזונט זײַן! -- ענטפערט אים רעב מוישע ראכינאַװויטש גאנץ בענימעס אין 
פּאַשעט. -- בא אונדז איז עס, דאכט זיך, גלאט, װאָס גלאטער קאָן שוין גאַרניט זײַן. -- און עֶר 
באװײַזט מיט די הענט, װי גלאט ס'איז בא זיי. 

-- עפשער איז בא אײַך פארדרייט און פארפּלאָנטערט, דאָס יאָ, -- לייגט צו אװראָט:לײיבוש, 
וי אן אזעספּאַנעם און קערעװועט זיך אָפּ און שנײַצט אויס די נאָז מיט איין פינגער. 

,אן אזעס מעכוצעף פּאָנעם! -- טראכט זיך א װײַלע שפּעטער שאפּיראָ, בס די אָרכים 
זײַנען מיט קעצעלען שוין װײַט. -- גאָרניט פּאָכאָזשע אפן ברודער... און דער פאָטער? אין לעבנסטאָג 
װאָלט איך ניט געזאָגט, אז דאָס זאָל זײַן אונדזער קווארטיראנטס א פאָטער! און פונוואנען האָט זיך 
צו אים גאָר אינגאנצן גענומען א פאָטער? צי שטעקט דאָ ניט קיין שווינדל, אשטייגער?." 

איר מיינט, ס'איז אים נאָרװאָס געקומען אף דער מאכשאַָװע? ער האָט דאָס נאָך אינדערהיים 
געטראכט, נאָר דאָס װײַב האָט אים דעם קאָפּ פארשלאָגן. א ייִדענע, אז זי מישט זיך ארײַן!.. און 
ער װויל זיך אומקערן צוריק, אַניאָגן קעצעלען מיט די אָרכים און א רעד געבן מיט זי ריינע די" 
בורים: , זאָנט נאָר, יעהודים, צי קערט איר מיר ניט אָן קיין גאנאָװים, װאָס פאָרן ארום איבער דער 
וועלט, װי יענע ניסראָפים קלוימערשט, אויסנארן געלט אף ,פּידיען שװויִם? מע האָט שוין געזען 


06 


אזעלכע זאכן!.." ער באטראכט זיך אָבער באלד: ,לאָמיר שמועסן דאָס אייגענע טאקע נאָכאמאָל 
ווידער צוריק, װאָס האָט ער קיין צײַט ניט? דער טײַך ברענט? ער װעט זיך נאָך אָנרעדן. זיי װעלן 
דאָר ניט אנטלויפן ביז מאָרגן..." 

און דאַװיד שאפּיראָ לאָזט זיך זײַן װעג מיט גיכע טריט, מאכנדיק שטארק מיט די פּלײצעס 
און מיט די הענט און דרייענדיק מיטן שטעקן אינדערלופטן װי א מילכל. 


דאָס נײַנציקסטע קאפּיטל 


קעצעלע--א מאכניס-אוירעךר 


עס מאכט ניט אויס, טאָמער האָט קעצעלע פאר זײַנע אָרכים א ביסל מעגאזעם געװען, זי 
דערציילט גליקן, װאָס פאר א ראכוועס א קווארטיר ער האָט, װאָס פאר א פײַן פירעכץ בא אים איז. 
,דאָס הייסט אייגנטלעך, לעמײַ זאָל ער זיך בארימען? ער פארלאנגט דען, כאַלילע, בא זי געלט 
צי װאָס? ער זעט יִדן, נעבעך, דרייען זיך ארום, האָבן ניט װוּ א נאכט איבערצונעכטיקן, פארװאָס 
זאָל ער זיי ניט אופנעמען? צי ער איז קיין ייד ניט? ביפראט אז זיי האָט געטראָפן אזא אומגליק, 
װאָס אז מע ויל, אין דאָס ניט נאָר זייער אומגליק, ס'איז אונדזער אלעמענס אומגליק.." 

אזוי שמועסט זיך אויס קעצעלע און פירט צו זיך אהיים די אָרכים, װאָס גאָט האָט אים צוגע- 
שיקט. 

,עמעס, עֶר איז ניט קיין גוויר, אפילע ניט קיין נאַגיד -- לעמײַ זאָל ער זאָגן א ליגן? -- בא 
די גווירים פירט מען זיך אוואדע א סאך שענער װי בא אים אין א סאך ברייטער. װאָס זאָלט איר 
דאָ קלערן? קיין קוראַפּאטקעס בא אים עסט מען ניט און קיין שאמפּאניער-װײַן, כי-כי, װערט בא זײַן 
טיש ניט געטרונקען, נאָר דאָס שטיקל ברויט -- ניט צו פארזינדיקן, און א שטיקל פלייש, אז סאיז 
דאָ, איז דאָר אוואדע גוט, װאָס נאָך דארף מען?." 

קעצעלע שטעלט זיך אָפּ, כאפּט דעם אָטעם און גייט װײַטער און די אָרכים נאָך אים. 

,דער איקער, -- זאָגט װײַטער קעצעלע, -- דער איקער, װאָס א שטוב אין בא אים, דאנק 
גאָט, א רויַקע, קינדער בעקאַװעדיקע, און א װײַב האָט ער אויך, האנק גאָט, ניט קיין נארישע 
ייִדענע, מע קען זאָגן א ייַדענע א באר-דאאס, ס'איז דאָ, מיט װעמען א װאָרט אויסצוריידן, געראָטן 
אין דער מאמע, זי זיצט טאקע בא אים, די שוויגער הײיסט עס, א דימענט פון א יַדענע, געװען 
אמאָל א פּארשוין, און רײַך אויך געװען, גאנץ רײַך געווען, מע קאָן זאָגן א גװירנטע, א שטיב 
געהאט אן אייגענע, מיט זילבער, מיט אלדאָס גוטס, פון צירונג שמועסט מען ניט, פּערל -- אָט אזא 
האלדז, און פערד אייגענע, דרײַ מיטאמאָל, מיט א קארעטע, א קוטשער פון פאַרנט, א קוטשער פון 
הינטן, גרויסארטיל!" 

אזוי קלאפּט אָפּ אין איין אָטעם קעצעלע און דערפילט אָבער אליין, אז ער האָט שוין א ביסל 
אריבערגעכאפּט די מאָס. צו װאָס האָט ער עס באדארפט, -- דאָס װייסט נאָר איין גאָט. מיר קאָנען 
אָבער פארזיכערן, אז ער האָט ניט געהאט קיין שום זײַטיקע מאכשאַװע, אויסער װאָס בארימען זיך 
פאר א פרעמדן האָט יעדער מענטש ניט פײַנט. אין עפשער אין דאַ די פּראָפעסיע זײַנע א ביסל 
שולדיק; א מענטש, װאָס רײַבט זיך בא דער בירזשע, א יײַד א מעקלער... אָדער עפשער האָט ער 
דאָ געהאט א שטיקל מיין אויך, -- װער קאָן עס װיסן? -- ער האָט זיך גערעכנט: ייִדן זײַנען געקן- 
מען װעגן אזא מין אייסעק, װאָס קלינגט מיט אים די װעלט, און כאָטש זיי אליין װײַזץ עפּעס ניט 
אויס פון אזעלכע רײַכע לײַט, װייסט ער אָבער, אז זייער דאנטיסט, װאָס זיצט, האָט עפּעס א רײַכע 
מימע, א מיליאַנערשע זאָגט מען, מיסטאמע דארף זי דאָך אויך די טעג קומען צו פאָרן. טאָמער, 
א קאשע אף א מײַסע, פּיקט זיך אויס דורך דעם א געשעפטל. װיאזוי? --- דאָס זאָלט איר ניט פרעגן. 
מע האָט שוין געזען אזעלכע זאכן: א ייד קומט צו פאָרן פון אלדי גוטע יאָר האנדלען רויכווארג, 
גייט ארויס אף דער בירזשע, צערעדט זיך מיט דעם, מיט יענעם, לאָקש, בוידעם, ציבעלע, קומט 
ארוף אף הײַזער און ווערט א קוינע אף א שטוב -- און מעקלערס פארדינען דערװײַל געלט... ס'איז 
נאָר א שאָד, װאָס ער האָט א ביסל צופיל מעגאזעם געװען זײַן שטיב מיט זײַן פירעכץ. זיי װעלן 


07 


דאָך אָט באלד דערזען. צו װאָס האָט אים געטיגט נאָך אויסטראכטן זאכן, װאָס ניט געשטויגן, ניט 
געפלויגן? א צונג איז אָט װי א פערדל -- לאָזט עס נאָר אַפּ פרײַ, װעט דאָס אײַך פארטראָגן צו 
אלדי שווארצע יאָר!.. 

קעצעלע װישט זיך מיט דער קאפּאַטע דעם פארשויצטן שטערן און פארקיקט צו די אָרכים 
אין די אויגן ארײַן, נאָר אין זייערע אויגן זעט מען ניט, אז זיי זאָלן עפּעס, כאַלילע, איבערקלערן 
אף אים. אדעראבע, מע זעט, אז אלצדינג, װאָס ער זאָגט זיי, איז בא זיי טוירע. ,קליינשטעטלדיקע 
ייִדן, -- טראכט ער זיך, -- װי קומט צו זיי, לעמאַשל, אזא פײַפער, װי אָט דער דאנטיסט?.. אפּאַנעם, 
ער איז ניט בא זי געוואקסן, נאָר בא זײַן מומע די מיליאָנשטשיצע?.. מע באדארף זיך בא זײ 
צעפרעגן..." 

קעצעלע איז אויסער זיך פון זײַן האמצאָע, װאָס ער האָט געטראָפן, װאָרעם זי אליין זאָגן, 
אז זייער הערשל איז אויסגעוואקסן אין דער פרעמד, ניט בא זיי, קעצעלע איז שוין װידער צופרידן 
מיט זיך און פון צופרידנקײַט װערט ער נאָך מער באריידעװדיק, טוט אף א מינוט א טאפּ אין װאָגן, 
װאָס הערט זיך מיקויעכן שידעך? לאָזט זיך אויס, אז די ייִדן װײסן גאָר ניט פין װאָס צו זאָגן 

-- װאָסער שידעך? -- פרעגן ביידע מיטאמאָל, דער פאָטער מיטן זו. 

פארשטייט דערפון קעצעלע, אז די שאפּיראָס האָבן פארלייקנט פאר זיי, אז זי געהערן זיך אַן 
מעכוטאָנים... וויבאלד אזוי, איז דאָך עס אן אװלע! סטײַטש, פריער האָבן זיך די שאפּיראָס פאר 
אלעמען בארימט, אז זייער טאָכטער מיט דעם דאנטיסט זײַנען כאָסן-קאלע; איצט, אז מע האָט אים 
ארײַנגעזעצט אין כאד-גאדיע ארײַן, מאכן זיי שוין א שװײַג. פע, ניט שיין, כ'לעבן. זייער ניט שֵייןן 
טאקע א גרויסע אוולע, אויב איר װילט ויסן! וויבאלד אזוי, איז דאָך א מיצוע מאזיקן א יַדן. לאָז 
א ייָד ניט זײַן קיין צװײיפּענעמדיקער! 

און קעצעלע גיט איבער זײַנע אָרכים א גאנצע געשיכטע, ויָאזוי אָט די שאפּיראָס (זיי זײַנען 
טאקע זייער פײַנע מענטשן, ער רעדט, כאָלילע, אף זיי קיין שלעכטס -- װאָס האָט ער צו זיי? נאָר 
אז ס'איז געקומען צו רייד, רעדט זיך...) -- האקלאל, ער דערציילט זיי א געשיכטע, ויאזוי די ייָדן, 
די שאפּיראָס הייסט עס, האָבן זיך נאָכגעיאָגט די גאנצע צײַט נאָך זייער קווארטיראנט, װי מע יאָגט 
זיך נאָך, אשטייגער, נאָך א גוטן העכט, געװאָלט פארשלייערן פאר דער טאָכטער... ,אפילע א ביסל 
צו א געבילדעטע -- און װאָס צו, איז איבעריק..." 

קעצעלע ווארפט א קוק אף די צויי ייִדן און האקט װײַטער: 

-- א סװאָרע גאָר, אז אף דער קווארטיר צו זיי האָבן אויך זיי אליין, דער פאָטער און די מוטער 
הייסט דאָס, מיט דער טאָכטער טאקע איניינעם אים ארײַנגענארט מיט קאָל האכיטראָסטן.. נאָר 
אפּאָנעם ס'איז ניט אָפּגעראָטן דער אייסעק. דער באָכער האָט זיך אפּאָנעם באצײַטנס ארומגעקוקט -- 
װײַזט אויס, גאָר קיין נאר ניט -- אז א שיין מיידל איז זי טאקע, כי"כי, נאָר א שיין פּאָנעם אליין 
איז נאָך ניט אינגאנצן... און לאָמיר זיך נאָר ניט נארן -- װאָס האָט ער קיין צײַט ניט? אזעלכער, 
וי ער, װעט ניט אָנװערן שפּעטער אויך די מעציַע. אי טאָמער האָט ער געמאכט א מױיצע אומגע- 
וואשן, כי-כי, איך מיין, כאָלילע, קיין זאך, איך מיין, טאָמער אפילע א קוש אין דער פינצטער, 
פאָרט א שיין מיידל, כי-כי... פּאװאָלינקע נאָר, װי איר גייט אָט דאָ, -- מאכט צו זיי קעצעלע, אראָפּ 
לאָזנדיק זיך מיט זײַנע אָרכים גאנץ טיף אין א קעלער ארײַן אף מעסוקענע הילצערנע טרעפּלעך, -- 
ס'איז דאָ שטאָק פינצטער און נאָך גליטשיק אויך צו אלדי רוכעס! קינמאָל װעלן זיי אײַך, הערט 
איר, ניט אָנצינדן קיין לעמפּל! זיי האָבן מוירע קלוימערשט פאר א סרייפע, נאָר שפּײַט זי אָן אין 
פּאַנעם -- זי זשאלעווען פּאַשעט קעראָסין פאר דרײַ גראָשן, דרײַ כאָליערעס אף זי! אז מע זיצט 
עטלעכע שכיינים אין איין לאָך, קאַן עפּעס זײַן גוט? מע פארלאָזט זיך דער אף דעם און יענער אף 
יענעם און מע װערט אויסגעריסן. שא! שא! שא! װאָס פאר א געשרײי אינמיטנדערינען? לאָז זײַן 
שטיל! שטילער א ביסל! לאָזט איבער אײַערע װײַבערשע אײיסאָקים אף אן אנדערש מאָל! איר זעט 
דאָך עפּעס מענטשן!.. 

דאָס איז געזאָגט געװאָרן שוין ניט צו די אָרכים, נאָר צו דרײַ װײַבער, פון װועלכע איינע איז 
געווען טאקע קעצעלעס װײַב, א ייִדענע א פארכוישעכטע. די צווייטע, איר מאמע, אן אלטע מאכע- 
שייפע מיט א שווארצער פאטשיילע, פונוואנען עס קוקן ארויס צעלאַזטע גראָװע האָר, און נאָך עפּעס 
א װײַבל מיט א פויגלשן פּאָנעם און מיט קאליע ציין, נאָר א גרויסע קײַסנטע, װײַזט אויס, און אן 
אָנכאפּערן. 

װועדליק די ווארעמקײַט פונעם שמועס און װעדליק די קוילעס, װאָס האָבן דערגרייכט צו דער 
העכסטער אַקטאװע, האָט מען געקאַנט זײַן זיכער, אז עס האלט בא די דאָזיקע װײַבער קאָרעװו צו 
פּעטש, כאָטש געגאנגען איז דאָ בא זיי ניט מער װי אין א געבראָטן פּופּיקל פון אן אָף, װאָס עס 
קאָן זײַן, אז די קאץ האָט עס פארשלעפּט, נאָר דאָס װײַבל מיטן פויגלשן פּאַנעם, קעצעלעס א 
שכיינע, האָט געטײַנעט, אז דאָס האָט געטאָן ניט קיין קאץ, נאָר א קעצעלע, און ניט איין קעצעלע, 
נאָר דרײַ קעצעלעך, און געמיינט האָט זי טאקע קעצעלעס דרײַ קלינע האלבנאקעטע קינדערלעך, 


08 


װאָס האָבן װי די מײַזלעך ארויסגעקוקט פון יענער זײַט אױװן, געהאלטן די הענטלעך פארלייגט פון 
הינטן און אָנגעקװאָלן פונעם ספּעקטאקל, װאָס גאָט האָט זײי צוגעשיקט. מער פון אלץ איז זײ 
געפעלן, װאָס די באָבע זייערע, די מאכעשייפע, װאָס שעלט זי און קאָרעניעט זי, װאָס הארגעט 
זי און מיימעסט זי צען מאָל א טאָג, האָט זיך פּלוצעם אָנגענומען זיער קריודע און זאָגט, אז 
,אזעלכע גאַלדענע קינדער, װי אירע אייניקלעך, פארמאָגט ניט דער מאלכעס. ס'איז דען קינדער? 
ס'איז דאָך מעלאָכים! הײַנט װי האָט עס א װײַבל פּאטעפאלנאָסט אזעלכעס אפילע איבערצוטראכטן 
גאָר און ברענגען עס פארן מויל?" 

אז קעצעלע איז ארײַנגעקומען מיט די געסט, האָט די אלטע אָנגעקוקט די שווארצע פאטשיילע, 
קעצעלעס װײַב האָט אָפּגעװישט די פארשמאכטע ליפּן, און די שכיינע מיטן פויגלשן פּאָנעם איז אין 
איין רעגע אנטרינען געװאָרן, מע האָט אפילע ניט באמערקט ויאזוי. 

-- קומט אהער, מאמזיירים, -- האָט קעצעלע א קאָמאנדעװװע געגעבן צו די קינדער, -- גיט 
אָפּ די אָרכים שאָלעם-אלייכעם, װעט מען אײַך שענקען צו קאָפּיקעס. -- נאָר די מאמזיירים האָבן 
מויכל געװוען די קאָפּיקעס און האָבן ניט געװאָלט צוגיין אָפּגעבן די אָרכים שאָלעם-אלייכעם. זי 
האָבן זיך געשעמט, אפּאָנעם דערפאר, װאָס זיי גייען ניט אָנגעטאָן װי עס געהער צו זײַן. האָבן 
זי זיך איבערגעקוקט איינס מיט דאָס אנדערע און אלע דרײַ אױסגעשאָסן א געלעכטער. 

-- קיין קאפּל דערעכערעץ פאר פרעמדע מענטשן, ניט געדאכט זאָלט איר װערן! ווארט-ווארט, 
איך װעל אײַך שוין באצאָלן נאָכדעם, -- האָט זיי דער פאָטער מאװטיִעך געווען און האָט אָפּגערופן 
אף א זײַט דאָס װײַב מיט דער שויגער און האָט זי אײַנגערױמט א סאָד. דערנאָך האָט ער זיך 
געווענדט צו די געסט: 

-- װאָס רעכנט איר צו טאַן קױדעמקאָל? מיסטאמע אָפּרוען זיך? איסגעמידט פון װעג?. 
עפשער װעט איר אײַך צולייגן א ביסל אָט דאָ אף דער סאָפע? אָדער -- שא -- גאר אין בעט? 
עסטער, איך װעל זיי באלייגן דערװײַל בא דיר אין בעט, באנאכט װעלן מיר שוין מאכן אן אנדער 
פּאָראדאַק... 

וויאזוי פארבעט דאָס צו זיך א ייד פון א װײַב מיט א שוויגער מיט דרײַ קינדער צויי אָרכים 
מיטאמאָל אין דער צײַט, װען ער פארמאָגט בעסאכאקל איין בעט מיט איין שטיקל סאָפע? -- דאָס 
האָבן די אָרכים אפילע ניט אין זינען געהאט איבערצוטראכטן. ערשטנס דערפאר, װײַל זי זײַנען 
געווען צופרידן, װאָס זיי האָבן כאָטש געפונען אין דער דאָזיקער מעסוקענער שטאָט א וינקעלע, 
װוּ דעם קאָפּ אַנצושפּארן. און צווייטנס, זײַנען זי גלאט ניט פון די גרויסע מעפונאָקים. און כוץ 
לעוע, איז מען דאָך עפּעס געקומען אהער צו פאָרן ניט צוליב פארגעניגן, אז אָך און אז װיי. 

צעקאָכטע, זײַנען די אָרכים ארײַנגעטראָטן צו קעצעלען אין שטוב ארײַן. צעקאַכט פון אָטאָ 
יענעם ייִדן פון סלאוווטע, װאָס האָט זיי דערציילט אף זייער הערשלען אזעלכע װילדע זאכן, װאָס 
איז נאָר מעשוגע צי װערן: אז ער האָט יאקאָבי א מומע א מיליאַנערשע, און א שװעסטער, װאָס מע 
רופט זי ווערא, און אז ער קען ניט יאקאָבי קיין װאָרט ייַדיש רעדן -- כא-כא! -- סזאָל זײַן גוט אפן 
הארצן, װאָלט געווען פון װאָס צו לאכן! און ועאל קולאם איז זי ארײַן אין נאָז ארײַן אָט דאָס, 
װאָס דער קלייניטשקער האָט זיי דערציילט װעגן שידעך. װאָס אין דאָס פאר א מין שידעך?.. פאר- 
נארט זייער הערשלען אין א בלאָטע ארײַן... זיך געקושט אין דער פינצטער... פע, כאלאָשי כאלאָ- 
שעס!.. אצינד איז שוין רעכט. אצינד איז זיי שוין פארענטפערט אלצדינג: ,א רעכטער פויגל אָט 
דער שאפּיראַ, כאָטש ער בארימט זיך, אז ער קומט ארויס פון די סלאװיטער! און זײַן װײַב -- אויך 
א גיטע צאָרע! אין די טאָכטער זייערע, מיסטאמע אויך א גוטע שטוקע -- א שיינע מישפּאַכטערע..." 

א סאך לײַטישער האָט שוין אויסגעזען בא זיי אין די אויגן אָט דאָס דאָזיקע קליינע ייִדעלע 
(קעצעלע). דאכט זיך, א יד ניט קיין נאָגיד, מע קאָן זאָגן אן אָרעמאן א ייָד, װאָס קען זי ניט 
און ווייסט זיי ניט, האָט ער אָפּגעטראָטן פונדעסטוועגן פון זייערטוועגן קימאט די גאנצע שטוב און 
מאפקיר געווען אינגאנצן דעם טאָג צוליב זיי, כאָטש ער איז א מענטש, װי ער אליין זאָגט, א פארי 
נומענער, טויזנטער געשעפטלעך, זאָגט עֹר, ווארטן אף אים אף דער בירזשע. איר מינט עפּעס 
וויכטיקע זאכן?" כאלוימעס, זאָגט ער, נעכטיקע טעג, טעלעגראמעס פון פּעטערבורג, קורסן, לאָקש, 
ביידעם, ציבעלע -- ס'וועט ניט אנטלויפן. ער װעט בעסער, זאָגט ער, פארברענגען איצט מִיט זײ א 
פּאָר שאָ, איבערעדן פון זייער אייסעק, װאָס זיי האָבן צו טאָן אין דער דאָזיקער שטאָט. און װער קען 
נאָך אזוי די שטאָט, װי ער? 

-- איר האָט דען א ,בעגריפיע", װי איך קען די שטאָט? איך בין אײַך קלאַר אין דער שטאָט 
מיט די מענטשן מיט זייערע כאראקטיירים יעדן איינציקן אויסגעבונדן! איבערהױפּט בין איך באקענט 
מיט די , גדוילים" -- זיי באדארף מען, הערט איר, קענען. אוי, באדארף מען זיי קענען.. 

און קעצעלע טרעט ניט אָפּ פון די אָרכים דעם גאנצן טאָג און זיצט אװעק מיט זי א שטיק 
אין דער נאכט ארײַן, און מאָלט זיי אויס די גרױיסקײַט פון זײַן שטאָט מיט אירע , גדוילים', שאצט 
איבער זייערע פארמעגנס דרײַ מאָל אזויפיל און פיר מאָל אזויפיל, זשאלעװעט זיי ניט קיין מיליאָ 


09 


נען, און דערציילט זיך אָן פון זיי מײַסעס און גװוּרעס און טויװעס, װאָס זיי האָבן שוין אָפּגעטאָן 
און טוען אָפּ און ווילן, קלײַבן זיך ערשט צו טאָן פאר ייִדן -- נו, הײַנט גייט האָט טײַנעס צו אונדי 
זערע גווירים און זאָגט, אז זיי זײַנען ניט יויצע פאר די אָרעמע לײַט... 

אופגעעפנט מויל און אויערן זיצן די אָרכים, הערן אויס קעצעלעס מײַסעס און לאָזן ניט אראָפּ 
קיין אויג פון אים. זייערע הערצער וואקסן און זיי זיפצן אַפּ שטילערהייט, װאָרעם וויבאלד אזי, 
איז דאָך טאקע פאראן א האָפענונג... דער מענטש רעדט אזוי ערנסט און אזוי געשמאק און אלצדינג 
איז בא אים אזוי קײַלעכדיק און אזוי געטאָקט, אז עס קאָן גאָרניט אײַנפאלן קיין מאכשאַװע אין 
קאָפּ איבערצוקלערן, טאָמער איז דאָ דער ייד שוין צופיל מעגאזעם? מע דארף ניט האָבן קין 
גרעסערן פּעסימיסט װי אװוראָם:לײבוש איז, װאָס האָט זיך פארגונען אמאָל אויסדרילן אין א בריןו 
צו זײַן ברודער הערשל אפן גרויסן לעוו טאָלסטאָי, אז ער, דער גרויסער לעוו טאַלסטאַי, איז אויך 
ניט מער װי א באָסער-:װעדאַם... פונדעסטוועגן האָט דער אװראָם-לייבוש זיך געטראכט, שוין באנאכט 
ליגנדיק אין געהאקטע װוּנדן אף דער צעפאָרענער סאָפע און מילכאָמע האלטנדיק מיט די, װאָס 
האָבן ניט קיין ציין און בײַסן זיך; 

-- מימאַנעפשעך, װאָס קאַן דאָ זײַן? לאָמיר זאָגן, אז א העלפט, װאָס דער ייָד האָט דאַ 
דערציילט, װעלן מיר ארײַנווארפן אין יאם ארײַן, און פון דער אנדערער העלפט לאָמיר האלב אװעק- 
שענקען דער וואנט, איז, דאכט זיך, אויך גאנץ גענוג?.. נאָר גוואלד, ריבוינעשעלוילעם, װי דער 
לעבט מען שוין טאָג און מע כאפּט זיך ארויס א לעבעדיקער פון דעם דאָזיקן װיסטן געלעגער 
און מע טוט זיך שוין עפּעס א נעם צו דער רעכטער ארבעט!. 


דאָס איין-אונײַנציקסטע קאפּיטל 


אװוראָם-לײיכוש באװײַזט, װאָס ער קען 


וועמען װאָלט דאָס געקאָנט אײַנפאלן, אשטייגער, אז גראָד אין יענער נאכט, װאָס די ראבי" 
נאָװיטשעס נעכטיקן בא קעצעלען, װעט זיך דער אדמיניסטראציע פארגלוסטן מאכן א רעויזיע אף 
יענער גאס און טרעפן אקוראט אין יענעם קעלער, װאָס מענטשן האָבן א נאָמען געגעבן דירע, און 
קעצעלע האָט זיך דאָרטן באזעצט מיט זײַן געזינדל און נאָך פארבעטן אָרכים אויך צו זיך אף נאכט. 
לעגער? 

די אָרכים האָבן נעבעך געהאלטן אין סאמע רעכטן שלאָף, און עס האָבן זיך געכאָלעמט זײ 
סאמע די רעכטע ,,מאכערס" פון דער דאָזיקער שטאָט, ויאזוי די , גדוילים" אליין האָבן זיך פארין- 
טערעסירט מיט זייער הערשלען, ארבעטן פאר אים, לייגן אײַן די װעלט און שװערן זיך מיט קאָל 
האשווועס, װאָס מע מעג גלייבן א הולטײַ, אז אָט-אָט, אָקאָרשט װי מע זעט ניט, לאָזט מען זייער 
הערשלען ארויס פרײַ געזונטערהייט בעשעם אלקי ייִַסראַָעל -- און פּלוצעם גאָר װעקט מען זי אוף 
אין מע הייסט זיי װײַזן פּאפּירן... 

עמעס, בא קעצעלען איז אן אָבלאװע געװוען אזא נײַס, װי בא א סאָלדאט א טרונק בראנפן. 
וויפל מאָל איז שוין אף זײַן פּאס געווען אָנגעשטעמפּלט מיט ריטן אף ארויסצופאָרן אין 24 שאָ, 
און וויפל מאָל אין ער טאקע ארויסגעפאָרן פונדאנען און געקומען אפן אנדערן טאָג צוריק? און 
אז מע זאָגט אים צו, אז מע װעט אים שוין נאָכאמאָל שיקן מיטן עטאפּ, מיינט איר. אז ער שרעקט 
זיך אזוי איבער? װאָס הערט ער, אז בעסאכאקל אין ער א ואסילעווקער ניכטעװו, און פון דאָרטן 
אהער קאָן מען זיך אין איין טאָג אויסדרייען דרײַ מאָל הין און צוריק.. 

קעצעלע האָט זיך שוין אזוי צוגעגעסן דער אדמיניסטראציע, אז מע האָט אים אמאָל א פרעג 
געגעבן: ,װאָס טוט מען מיט דיר, מע זאָל דײַנער פּאָטער װערן?" דערוף האָט זיי קעצעלע געענטפערט 
גאנץ ערנסט, אז דערצו איז פאראן נאָר איין אייצע -- מע זאָל אים ארויסגעבן שווארץ אף װײַס, 
אז ער מעג דאָ זיצן, װעט דאָס האָבן אן עק. 

אן אנדערש מאָל האָט מען אים געפּאקט אין גאס און צעשריגן זיך אף אים: ,װידעראמאָל 
ביסטו דאָ? װאָס טוט מען, מע זאָל ניט זען מער דעם פּאָנעם דײַנעם?" -- פארשטעלן זיך די אויגן, -- 
האָט זיי קעצעלע געענטפערט גאנץ קאלטבלוטיק. 


0 


און נאָך אן אנעקדאָט דערציילט מען פון אים אף דער בירזשע (די בירזשע האָט ליב אזעלכע 
אנעקדאָטן), אז קעצעלע האָט געבראכט צו טראָגן דעם פּאָליצמײסטער א פֹּאפּיר, אז ער אין א 
באלמעלאַכע, און וויבאלד א באלמעלאַכע, האָט ער א פּראװאָזשיטעלסטװע אין שטאָט. ,װאָס פאר 
א מעלאָכע קענסטו?" -- איך ווייס, זאָגט ער, ווזאזוי מע מאכט טינט. ,ויָאזוי מע מאכט טינט, זאָגט 
אים דער פּאָליצמײסטער, וייס איך אויך". -- נו, האָט איר טאקע א פּראװאָזשיטעלסטװע, וואשע 
פּרעװאָסכאָדיטעלסטװע... 

מיר מיינען אָבער, אז דאָס אין לויטער אנעקדאָטן. װאָרעם װי שטעלט איר זיך פאָר -- די 
אדמיניסטראציע האָט טאקע מער ניט װאָס צו טאָן נאָר ארײַנלאָזן זיר אין שמועסן מיט יעדן ייַדן 
און טרײַבן מיט אים קאטאָװעסלעך? און אויב איר וילט, איז דאָס א באליידיקונג פאר די, וועלכע 
פארנעמען זיך דערמיט, װאָס זיי גיבן אכטונג, אז מענטשן זאָלן, כאָלִילֶע, ניט אריבערטרעטן די 
געזעצן פון גערעכטיקײַט און רעכטפארטיקײַט, און מע זאָל ניט מיינען, אז אלע שטעט זײַנען גלײַך, 
און אז יעדער קאָן זיך קומען ווען עֶר וויל און באזעצן זיך װוּ ער וויל און ארומדרייען זיך אף גאָטס 
ערד פראנק און פרײַ, העפקער פּעטרעשקע! א מענטש איז ניט קין פיגל, װאָס קאָן זאָג? ,דער 
הימל איז מײַנער...' א מענטש איז ניט קיין הונט, װאָס קיינער װעט אים ניט אָפּשטעלן און א פרעג 
טאָן: , זאָג נאָר, רעב קעלעוו, װער ביסטו?." 

בעקיצער -- ס'איז געווען יענע נאכט אן אָבלאװע אף יַדן און מע האָט פארנומען קעצעלען 
מיט זײַן געזינדל און מיט זײַנע צוויי אָרכים, און מע האָט די אָרכים געבראכט צו פירן אהין, װוּ 
מע דארף, און א נעם געגעבן צום סמיטשעק. 

-- ווער זענט איר? 

-- מיר זײַנען יָדן. 
פונוואנען זײַנען ייִדן? 

-- פון דאָרט און פון דאָרט. 

-- האָט איר שווארץ אף װײַס? 

-- ניין, פארגעסן מיטצונעמען... 

און װאָלטן זיי כאָטש זײַן צוגעשריבן דאָרטן, פונוואנען זיי זײַנען געקומען, -- איז ניין. עס 
לאָזט זיך אויס, אז צוגעשריבן זײַנען זי גאָר ווייס איך װוּ, אזש אין שקלאָוו, שקלאָװער מעשטשאנעס. 
לעכיין מוזן זיי זיך מאטריַעך זײַן גיין מיטן עטאפּ ניט אהיים, נאָר קיין שקלאָווֹ -- א פאָלג מיך א 
גאנג! 

װאָלט דאָס אָבער אויך נאָך ניט געווען אזא אומגליק, װען מע טרייסלט ניט אויס באם יונגן 
ראבינאָוויטשן, בא אװראָם-לײיבושן, א פּאקעט (דאָס איז געווען דער , שאָװע קעסעף", װאָס ער האָט 
מיטגעבראכט פונדערהיים פון זייער ראָװו צום ראָװ פון דער דאַָזיקער גרויסער שטאָט). 

-- װאָס איז דאָס, ברודער, פאר א פּאקעט בא דיר? 

-- דאָס איז א בריוו. 

-- א בריוו? הם... ועמענס איז דאָס אזא גרויסער בריוו בא דיר, קיין אײַנהאָרע, אזא קאָפּלי 
שמוינעדיקער? א , דאַנאָסל" מיסטאמע? א מעסירעלע? אָדער עפשער אן אָנװײַזונג אף געלט? 

יענער, װאָס האָט דאָס געזאָגט, איז אפּאָנעם געווען א רעכטער לעץ. ער האָט באטראכט דעם 
פּאקעט פון אלע זײַטן, געשאָקלט אים אף דער האנט, גלײַך װי ער װאָלט װעלן ויסן זײַן געוויכט. 
און עס קאָן זייער זײַן, אז װען אװראָם:ליינוש טראכט אויס מעכילע א ליגן און זאָגט, אז דאָס איז 
א געשעפטסיבריוו, װאָלט עס עפשער אױיסגעלאָזט זיך מיט א לעצאַנעס און אָפּגעלאָפן גלאט: 
,כאפּט זיי דער וואטנמאכער! האָבן צו טאָן מיט ייִדישע שריפטן, טאַמער אין קארג ייַדן אליין!." 
איז אָבער אװראָם-לײבוש ניט אזא מענטש. אים איז געווען שלעכט: זאָגן? אָדער ניט זאָגן? יאַ זאָגן -- 
װעלן זיי זיך טשעפּען, װאָס שטייט אין בריוו. ניט זאָגן -- װעלן זיי איבערטראכטן מייעדייע װאָס: 
פאלשע אסיגנאציעס, קאַנטראבאנדע, גנייווישע פערד... צו װאָס טויג עס אים? און סאיז געבליבן 
בא אים: דאפקע יאָ זאָגן, און דאפקע דעם עמעס, דעם גאנצן עמעס. ,אײַ עמעס, עמעס! ניטאָ קיין 
בעסערע זאך אף דער װעלט, װי עמעס, מיט עמעס קאָן מען דורכגיין די גאנצע װעלט אין דער 
לענג און אין דער ברייט, מיט עמעס אין געגעבן געװאָרן די טוירע צו מוישע ראביינו אפן בארג 
סינײַ". איך בעט אײַך זייער, װאָס האָט, אשטייגער, אזא יונגערמאן װי אװראָס-לײב ראבינאָוויטש 
מוירע צו האָבן אױסזאָגן דעם גאנצן עמעס, װער זיי זײַנען, און װאָס זיי זײַנען, און צוליב װאָס זי 
זײַנען אהערצו געקומען? סאיז דען אין א פּושקעלע די געשיכטע מיט זיער הערשלען, װאָס מע 
האָט אים אופגעכאפּט פאר עפּעס א בילבל, װאָס ניט געשטױגן, ניט געפלויגן, און ארײַנגעזעצט 
אין כאד-גאדיע ארײַן. און מע האלט אים, א גאָט די נעשאַמע שולדיקן, מיט אלע גאנאָװוים, גאזלאַ- 
נים און כוליגאנעס, א באָכערל א ניונקעלע, א זײַדן קינד, װאָס האָט מוירע פאר א הונט איימעס- 
מאַװעס, װאָס האָט אף זײַן לעבן נאָך קיין פליג אף דער וואנט ניט זאטשעפּעט, װאָס װעט אײַך ניט 
שלאָפן אין איין שטוב מיט א באר-מיניען -- איר זאָלט אים אָפּגילטן! 


11 


אָט אזוי טאקע מיט דעם לאָשן האָט ער זיי אויסגעלומערט; אװראָם:לייבוש האָט זיי. אנידער- 
-געלייגט נישקאַשע פון א מײַנע-לאָשן; ער האָט באוויזן, װאָס ער קען. װאָס מיינט אירּ דאָס -- אומ- 
זיסט האָט ער אויסגעלערנט גאנץ קירפּיטשניקאָװ מיט גאלאכאָוון אף אױיסװייניק און דורכגעלייענט 
פּושקינען מיט טורגעניעוון מיט גאנץ טאָלסטאַי פון טאָװל ביז טאָװל? 

עס איז שער צו זאָגן אקוהאט -- צי װײַל ער האָט זיי געװאָלט אופקלערן דעם סייכל פונעם 
בריוו, װאָס מע האָט בא אים אויסגעטרייסלט, צי ער האָט גלאט געװאָלט ארויסבאװײַזן פארבײַגייען- 
דיק, אז ער איז באקאנט אויך מיט טאָלסטאָיען, נאָר אווראָם:לײבוש האָט זיך אזוי צעקאַכט, אז ער 
האָט צום לעצט אױסגעשאָסן מיט אזא מין טײַנע: 

-- װאָס זאָלן מיר טאָן? זאָלן מיר ווארטן אף קאָװעד, ביז עמעצער װעט זיך אף אונדז דער 
בארעמען און זאָגן פאר אונדז א גוט װאָרט? געבענטשט זײַנען די הענט, װאָס העלפן זיך אליין. 
א סאך האָבן אונדז געהאָלפן אײַערע גדוילים? א סאך האָט עפּעס אײַער גרויסער לעװ טאָלסטאֵי 
זיך אָנגענומען אונדזער קריוודע? האָט ער כאָטש איין מאָל געפּרוּװוט ארויסטרעטן מיט א גוט װאָרט 
פאר ייִדן?.. 

-- גוט. אלצדינג גוט. ביסט גערעכט, װי גאָט אליין. װאָס זשע איז דאָס פאר א בריו אָט 
דאָס-אָ? פון וועמען און צו װועמען? 

אװוראָם לייבוש װוישט זיך דעם שווייס פונעם פּאָנעט. 

-- אָט דער בריוו פון װועמען איז? פון אונדזער ראָװו צו אײַער ראָו, דאָס הייסט דער ראָװ 
פון אונדזער שטאָט שרײַבט צום ראָװ פון אײַער שטאָט. 

-- אהא. װעגן װאָס זשע, צום בײַשפּיל, שרײַבט עס אײַער ראָוו צו אונדזער ראָו? 

-- װאָס ער שרײַבט? ער שרײַבט שוין חאפקע נישקאָשעדיק. ס'איז שוין דאָ װאָס צו לייענען. 
אָט װעל איך אײַך איבערזעצן דעם בריוו, אויב איר ווילט. 

און אװראָס:לײיבוש ראנינאָוויטש פוילט זיך ניט און זעצט זיי איבער דעם ראָװס בריו. ניט 
װאָרט אין װאָרט, שײַעך צו זאָגן! דאָס אין ניט מעגלעך, װאָרעם װי קאָן מען איבערזעצן אזא 
שיינע מעליצע-שפּראך אף רוסיש? נאָר דעם טאָך, דעם איקער פונעם בריוו, קאָן ער זיי זאָגן. װאָס 
האָט ער מוירע? ניט קיין פּאָליטיקע, ניט קיין סוידעס... און ער לאָזט אויס מיט די דאָזיקע װערטער: 

,ס'איז אן אָפענער איין און דרײַסיק, בא אונדז אין טאלמוד שטײט געשריבן, אז איבער א 
-פלעקל פון א װאָגן איז כאָרעװ געװאָרן אזא גרויסע שטאָט װי בייטאר. איבער א בילבל, װאָס ניט 
געשטויגן, ניט געפלויגן, האָט מען פארשמירט א גאנץ פאָלק, געמאכט מיט דער בלאָטע גלײַך, 
דערמיט, װאָס מע האָט גענומען א מענטשן, װאָס איז גאָט די נעשאַמע שולדיק און מע וארפט 
ארוף אף אים אזא בילבל, אזא װילדן פארברעכן, װאָס איז גאָר א ביזאָיען צו דערמאָנען אצינד, 
אינעם אָנהײיב פון צוואנציקסטן יאָרהונדערט, אצינד, אין דער רעכטער עפּאַכע פון פּראָגרעס און 
ציוויליזאציע, אצינד, װען מע שמועסט שוין גאָר װעגן שאָלעם אף דער גאנצער װעלט, װי דער 
נאָװי זאָגט: ,און זיי װעלן צעשטויסן זייערע שװערדן אף גראַבײַזנס און זייערע שפּיזץ אף שנײַד' 
מעסערט"... 

װער ווייסט, װוּהין אװוראָם לייבושעס צונג װאָלט אים פארטראָגן, װען מע האקט אים ניט 
איבער אינמיטן און מע בעט אים מיט א לעצאָנעסדיק שמייכעלע, ער זאָל זיך מאטריעך זײַן דערװײַל 
אין כיידער ארײַן און פון דאָרט װעט מען אים שוין עקספּעדירן איניינעם מיטן פאָטער אהין, װוּ זי 
זײַנען געבוירן, ,אזש אין סאמע שקלאָוו"... 


פונדעסטוועגן איז אװראָם-לײבוש קיין ברעקל ניט אראָפּגעפאלן בא זיך. ער איז געװוען גאנץ 
צופרידן, װאָס ער האָט זיך כאָטש א ביסל אויסגערעדט און געזאָגט דאָס, װאָס יעדער יִד דענקט, 
דאָס, װאָס אפן הארצן טוט זיך. עס איז אים אפילע אף די געדאנקען ניט געקומען איבערצוטראכטן, 
װאָס פאר א קאשע אייגנטלעך ער האָט דאָ פארקאַכט און װאָס פאר א כאסענע עס האָט זיך אָנגע 
הויבן ערשט נאָכדעם, אז מע האָט איבערגעזעצט דעם ראָװס מעליצע-בריוו װי עס געהער צו זײַן 
אף ריין רוסיש פון אָנהײב ביזן סאָף, װאָרט אין װאָרט, און געקומען צו די װערטער: ,קלאפּט אין 
די טירן פון די גרויסע און מעכטיקע! באפרײַט די געפאנגענע, און צו די געבונדענע זאָגט: גייט 
ארויס..." דארף מען נאָך האָבן פּיירושים? עס איז, דאכט זיך, גאנץ גענוג קלאָר, װעגן װעלכע 
געפאנגענע און װעגן װאָס פאר א געבונדענע דאַ רעדט זיך... 


פ' 6 6 


נאָר אכוץ, װאָס דער בארעדעודיקער אװראָם-ליינוש האָט ארײַנגעצױגן זיך און זײַן פאָטער 
אין א מיִעסן אייסעק פון װעלן באפרײַען דעם געפאנגענעם, האָט ער נאָך ארײַנגעשלעפּט נעבעך 
|דעט מעכאבער פונעם שיינעם מעליצע-בריוו, דעם ראָו פון זייער שטעטל, אין אן אומגליק, װאָרעם 
ס'איז אָנגעקומען א באפעל, מע זאָל דעם דאָזיקן ייָדן אויך א נעם טאָן צום צימבל, ער זאָל אָפּגעבן 


72! 


דיךוועכעזשבן, װועמען מיינט ער עס ,די גרויסע און די מעכטיקע", װאָס ער הײיסט ,קלאפּן אין 
זייערע טירן"?.. און װאָס האָט ער געװאָלט זאָגן מיט די װערטער: ,ייַסראַעל איז ניט קיין אלמען 
אין רײַכע מענטשן מיט גוטע הערצער"?.. אויב דאָס איז אן אָנצוהערעניש אף אן אַרגאניזאציע 
אזעלכער, טאָ װוּ געפינען זיך אירע װאָרצלען? װער גיט די נייטיקע סומעס געלט? און ויאזוי הייסן 
די מענטשן, װאָס שטייען אין דער שפּיץ?.. און נאָך זאכן האָט מען אויסגעפרעגט בא יענעם ראָו, 
װאָס שרײַבט אזא שיין לאָש-קוידעש, װאָס איז שװער צו גלייבן, אז א ראָ פון א קליין שטעטל 
זאָל אזוי קאָנען שרײַבן... 

פארשטייט זיך, אז טכילעס האָט דער קלינשטעטלדיקער ראָו, װאָס איז געװען איבערגע- 
שראָקן קימאט אף טויט, ניט געקאָנט אפילע א װאָרט ארויסרעדן. ער איז א בריַע מער ניט אף 
פּאפִּיר, א מאזיק אף שרײַבן שיינע בריוולעך, אָבער ניט אֹף רעדן, און נאָך אף גאַיִש דערצו. נאָר 
שפּעטער א ביסל, אז ער איז געקומען צוזיך, איז ער געגאנגען אפן אייגענעם דערעך, װאָס או" 
ראָם:לײבוש -- מיטן עמעס. ,ניטאָ קיין בעסערע זאך אף דער װעלט, װי עמעס. מיט עמעס קאָן 
מען אויסגיין די גאנצע װעלט אין דער לענג און אין דער ברייט. מיט עמעס איז געגעבן געװאָרן 
די טוירע האקדאָשע צו מוישע ראביינו אפן בארג סיצײ". 

און כאָטש דער ראָוו איז ניט אזא באלדאברען װי אװראָם:לײיבוש (ער האָט קירפּיטשניקאָװן 
מיט גאלאכאָװון קיינמאָל ניט געשטודירט און לעוו טאָלסטאָיס ביכער ניט געלייענט), האָט ער אָבער 
אין זיך אנדערע מײַלעס -- א כאלוקעס האלאָשן מיט א טמימעסדיק פּאָנעם, מיט אזעלכע נאיווע 
אויגן, װאָס ס'איז שװוער, מע זאָל דעם מענטשן כוישעד זײַן, אז ס'איז בא אים אכאס בעפּע װעא 
כאס באלייוו. װי פאר גאָט אליין האָט ער אופגעדעקט דאָס גאנצע הארץ און געזאָגט דעם גאנצן 
עמעס: , העיויס װי אונדז האָט געטראָפן אזא אומגליק, א בילבל פון אלילאס דאם, װאָס רירט אָן 
דעם קלאל ייִסראָעל; און העיויס װי אָט דער מוישע ראבינאָוויטש איז א ייד א שטילער, אן ער" 
לעכער, װאָס האָט ניט קיין סאָנים אין שטאָט, און קינדער האָט ער ערלעכע, װאָס זאטשעפּען קיין 
פליג אף דער ואנט; און העיויס וי אין דער גרויסער שטאָט, װוּ זײַן זון זיצט אין טפיסע, געפינען 
זיך גרויסע לײַט, גווירים אדירים, װאָס זײַנען כאָשעװו בא נאטשאלסטװע; און העיויס וי אין יענער 
שטאָט איז פאראן, זאָגט מען, א ראָוו א צאצקע, א גרויסער קאָפּמענטש, װאָס האָט א שעם אף דער 
גאנצער װעלט; און העיויס װי די גאנצע װעלט ווייסט, אז דער בילבל פון אלילאס דאם איז אָפּגע- 


4 


שאט 


4 
מי פיז ו{גן, 
= = יש ו 7 :;6-'ט 
, 8 : 120 
המ-- 455 6 , 


ט 8 
/ וו שִׁ 
4 : 
2 יי יי יפ 
: : : 2 
= יי 1 א 
דצב צג + 4" = 


א 
6 


א 


4 


א 
אה 
צי ן 


טאוו 


: 
א 


1 


א 
טן 


ו 


א 
1 


א 
א 
די יא 


6 


= 
0 
ט א 
: 
אט אן 
יוו ?ייא 


ר 
יא 


1 . 
} : : יי 


65 ר 

אע יט ) 3, = 
אי צ וט = 

6 עַ ב. בדר 

: ט מוף ר אע 


א 

5 , - 6" 
אי ו וא צ 

א י א צֹ 

ג 6 ; יא . 
: ושי 0 

+ א : א 
: יש אַו : 0 | : וֹ : 
0 


( 


א 
א 


הו 


ושיא 


א 
אי 
, וי וא 
פ וי 


לייקנט געװאָרן וויפל מאָל, הען פון מעלאָכים װעסאָרים װעהען פון די פּױפּסטן אין רױם; און 


העיויס װוי.,* 


-- סטאָפּ מאשין! זײַט זשע מויכל, הער ראבינער, ס'איז בא אײַך א מײַסע אָן אן עק. עפשער 
װאָלט געווען א סװאָרע, אז ביז די זאך װעט דאָרטן אויסגעפאַרשט וװערן אקוראט און ביז די רא" 
בינאָוויטשעס װעלן קומען אהער מיטן עטאפּ, און מע װעט אײַך אװעקשטעלן אלע דרײַ פּאַנעם על 
פּאָנעם אף אן ,אָטשנע סטאווקע", זאָלט איר דערװײַל זיך מאטריעך זײַן א ביסל אָפּזיצן אונטער די 


אײַזערנע גראטעס?.. א 


מע קאָן זיך גרינג פאָרשטעלן, װאָס אינעם קליינעם שטעטל האָט זיך אָפּגעטאָן, אז אפן אָרט 
פון די ,אָטקריטקעס מיט די דעפּעשן', װאָס מע האָט דאָ ארויסגעקוקט צו באקומען פון דער גרויסער 
שטאָט, האָט זיך געלאָזט הערן א , סלוך", אז די ראבינאָוויטשעס גייען מיטן עטאפּ און, אלס פאר- 
בײַסעכץ, האָט מען אופגעכאפּט זייער ראָװ און אײַנגעזעצט אין טפיסע -- מע װוייסט ניט פארװאָס... 


(פאָרזעצונג קומט) 


צייכענונגען- ה. אינגער 


יידישע קולטורינײַם 


אין לענינס שטאָט 


אין זאל פונעם לענינגראדער קולטור-פּאלאץ 
אף ס. מ. קיראָווס נאָמען האָבן זיך פארזאמלט 500 
מענטשן אף דער גרינדונגסיקאָנפערענץ פון דער 
ייִדישער קולטוריגעזעלשאפט. 

,די געזעלשאפט שטעלט פאר זיך אן אופ- 
גאבע -- אומקערן די לענינגראדער יִדן די מעג- 
לעכקײַט צו אנטויקלען זייער נאציאָנאלע קול- 
טור", -- האָט געזאָגט אין זײַן ארויסטרעטונג דער 
מיטגליד פונעם אָרגאניזאציאָנעלן קאָמיטעט, דאַק- 
טאָר פון היסטאָרישע וויסנשאפטן, מיטארבעטער 
פונעם לענינגראדער אינסטיטוט פון מיזרעךיקענ- 
טענישן אי. ש. שיפמאן. 

איינער פון די קאָלעקטיוװוע איניציאטאָרן פון 
דער געזעלשאפט איז דער מעלוכישער מזיי פאר 
עטנאָגראפיע פון די פעלקער פון פססר. דער 


שטעלפארטרעטער פונעם דירעקטאָר פון דעם מוױ" 
זיי ב. וו. איוואנאָוו האָט דערציילט, אן אין די 
פאָנדן פונעם מוזיי געפינט זיך א היפּשע צאָל מא- 
טעריאלן איבער דער געשיכטע און עטנאָגראפיע 
פונעם ייִדישן פאָלק. ,,מיר, רוסן, זײַנען זיכער, אז 
ארויסטרעטנדיק קעגן דעם אנטיסעמיטיזם, קעמפן 
מיר פארן קאָװעד און וױרדע פון אונדזער 


פאָלק", -- האָט אונטערגעשטראָכן דער דאָקטאָר פון 
היסטאָרישע וויסנשאפטן 1. װו. יוכניאָווא, א פירןנ- 
דיקע וויסנשאפטלעכע מיטארבעטערן פונעם אינ- 
סטיטוט פון עטנאָגראפיע. 


מ. קאַטליארטקי 
(,וועטשערני לענינגראד") 


א נײַער ייִדישער קולטוריצענטער 


וועגן דער נױטװענדיקײַט אופצולעבן די ייִדי- 
שע קלטוריטעטיקײַט אין דער אוראלטער שטאָט 
טשערניגאָוו האָבן גערעדט די פילצאָליקע פאָר- 
שטייער פון דער אָרטיקער געזעלשאפּטלעכקײַט, 
וועלכע האָבן זיך פארזאמלט אין לאָקאל פון דעם 
מעמאָריאלן מוזיי פונעם קלאסיקער פון דער או- 
קראינישער ליטעראטור מיכײַלאָ קאַציובינסקי. 

אף דער פארזאמלונג איז באשלאָסן געװאָרן צו 


שאפן אין דער שטאָט א ייִדישן קולטוריצענטער. 
די בײַװועזנדע האָבן באהאנדלט די ריכטונגען פון 
דער ארבעט, װאָס די נײַע געזעלשאפטלעכע אָרגא- 
ניזאציע דארף פירן, קעדיי בײַקומען די איצטיקע 
אָפּגעפרעמדטקײַט פון דער ייִדישער קולטור און 
שפּראך. 


אװראָם פראדין 


א ייִדישער קלוב אין ביראַבידזשאן 


עטלעכע באגעגענישן האָט דורכגעפירט דער 
קלוב פון פרײַנט פון דער ייִדישער קולטור, וועלי 
כער איז אָרגאניזירט געװאָרן אין ביראָבידזשאן בא 
דער געגנטלעכער אָפּטײלונג פונעם סאָװעטישן 
קולטור-פאָנד. 


24 


די מיטגלידער פונעם קלוב האָבן אָפּגעמערקט 
דעם 55יטן געבורטסטאָג פון דער ייִדישער אװטאַ- 
נאָמער געגנט מיט אן אָװנט, געווידמעט דער יַדי- 
שער פּאָעזיע, װוי אויך מיט אנדערע אונטערנע- 
מונגען. 


באַריס מאגילנער 


וויפל מאָל איך פלעג זיך שטרויכלען 
אין וועג צום אויסגעטרוימטן צוועק, 
און זיך און קיינעם כ'בין ניט מויכל 
סײַ פאר דעם אומגעריכטן שרעק, 
סײַ פאר דעם צוייפלהאפטן קאַװעד 
אין שאָטן זײַן באם מאַגנדאָװיד, 
סײַ פאר דעם װיסטן כארפע-פלעק 
אף מיר, דעם טרויעריקן ,זעק", 

סײַ פארן מאנגל אויך פון מוט, 
בייס כ'האָב געטײַנעט: 

אלץ איז גוט 

בא אונדז, אזויווי אין גאניידן, 

מיט פארגעניגנס און מיט פריידן. 


גענוג מיט זיך אליין זיך שפּארן -- 
צעקלאפּ די פאלשע אַקוליארן, 

מע טאָר זיך מער ניט לאָזן נארן. 
אויב שווארץ -- איז שווארץ, 

אויב װײַס -- איז װײַס, 

כאָטש די נעשאָמע זיך צערײַס. 


יעדערער קאָן האָבן מוירע 

און ציטערן פאר יענעם בוירע, 

װאָס איז ניטאָ, נאָר קומט אפגיך, 
ווען פּלײַסיק רופסט צו אים אין זיך. 
עס גייט ניט דורך א לעבן סטאם, 
דעם אָוואר װעסטו פארגעדענקען -- 
זײַן האָניק זיסן און זײַן סאם. 


איך הייב ניט אָן נאָך אים צו בענקעף 


געווארגט איך האָב זיך מיט זײַן ביסן 
אין פּײַער-האָגלען בייסן קריג, 

אין לאגער גרויזאם מיך געשמיסן 
ער האָט אפילע נאָכן זיג. 


זעונג 


און טאָמער... טאָמער סײַװיסײַ 
קאָן אָנצינדן זיך אלץ אפסני... 


װער שולדיק איז, ניט אלע ווייסן, 

האנאם עס איז ניט קלאָר, פארװאָס 
ס'באקומט דער מענטש די ,העכסטע מאָס"? 
נאָר ס'מאכט ניט אויס, 

אבי -- געהייסן... 

א װוּנק -- 

א פונק. 

און ניט פארגעסן: 

אף קוילען דארף מען ניט קיין מעסער. 
ס'ווערט קאליע דער מאַטאָר. 

און גאָר... 


די לערער מײַנע... 
װיל איך וויסן, 
ווען ס'האָט געדארפט דער זאלפּ א שאל טאַן 
(די געניאלע, זיי -- צעשיסן!) -- 
װי האָבן זיי זיך דאן געהאלטן? 
צי מארקיש האָט געװאָרפן קלאָלעס, 
צי ס'האָט געזאָגט עפּעס האָפשטין, 
צי אין דער שרעקלעכער יעלאַלע 
האָט דאָװיד בערגעלסאָן געוויינט... 


...ס'נעמט סטאלין אין דער װײַטער װאָר 
א פּאק ,גערצעגאָװוינא פליאָר", 
צעברעכט איין סיגארעטל פעסט, 

אין פּיפּקע דעם טוטין פארפּרעסט -- 
צעשיט אפילע ניט קיין האָר... 


די ווערטער גרויזאמע איך שפּאַר, 
ווען איך דערצייל ועגן מײַן דאָר... 


הערשל פּאָליאנקער 


אין יעגע שווערע יאָרן 


קענסטו זיך דען פאָרשטעלן, אז די ליטעראטור-קענער מיזשיריצקי און װעלעדניצקי, אָט די 

צוויי שוואכינקע, קראנקע, נעבעכדיקע, גאָט די נעשאָמע שולדיק, װעלכע האָבן דאָס גאנצע לעבן 
געקנעלט און געקנעלט איבער די ספאָרים, ניט אַנגערירט קיין פליג אף דער ואנט, אז זיי זאָלן זײַן 
אַנטײלנעמער פון א שפּיָאַנישן צענטער", , טעראָריסטן", ‏ ,פארעטער"?! איז עס דען ניט וילד, קאַ- 
מיש, לעכערלעך? און דער אלטיטשקער ספּיוואק, דער אקאדעמיקער, װאָס איז אײיביק געווען פארטאָן 
אין דער וויסנשאפט און האָט די ליכטיקע שײַן פאר זיך ניט געזען, פאר זײַנע זעכציק יאָר ניט 
געקענט, ניט געהאט קיין צײַט אפילע כאסענע האָבן, זיך אײַנליבן, װעלכער איז טעג און נעכט 
געזעסן און האָט געשריבן זײַן בוך ,דער סטיל פון יאָסיף סטאלינס װערק", ויָאזוי האָט ער, אָט 
דער קלוגער מענטש, זיך ניט אָנגעשטײסן, אז דער ,גרויסער סטיליסט" װעט אים, דעם געלערנטן, 
אינגיכן צעשיסן? 

דאָװיד האַפשטײן... מײַן הארציקער פרײַנט, מײַן לערער! א גרויסארטיקער ליריקער. ער פלעג 
דאָס הארץ מיט דער נעשאָמע אװעקגעבן, קעדיי קומען צו הילף א מענטשן אונטער א נױיט. ער 
האָט, דאכט זיך, קיינמאָל קיין סאָנים ניט געהאט. אלע -- קליין און גרויס -- זײַנען געווען פארליבט 
אין אים און אין זײַנע לידער. ער איז טאַָמיד ארומגעגאנגען א פארכאַלעמטער, באטראכט און בא" 
װוּנדערט די וועלט און איר שײנקײַט, די מענטשן. אויב עֶר איז ניט געזעסן באם שרײַבטיש איבער 
זײַנע מאנוסקריפּטן, איז ער געשטאנען און געארבעט אין זײַן געראמען קאַרידאָר באם סטאַליער- 
ווארשטאט, א פארוואלגערטן מיט פארשײידענערלי אינסטרומענטן, העמערלעך, סטאמעסקעס, א 
היבל, א האק, א זעג, פלאכצווענגלעך, א שוסטער-בענקעלע, און טאָמיד האָט ער עפּעס צוגעקלעפּט, 
געשניצט, געמײַסטרעװעט. צו אים פלעגן ארײַנקומען צענדליקער מענטשן און שטערן ארבעטן, 
נאָר ער האָט זיך אף קיינעם ניט געבייזערט, אלעמען האָט ער אויסגעהערט, געגעבן אייצעס, אוועק- 
געגעבן פין דער שטוב דאָס לעצטע. ער איז געװען צעשטרײט, שטענדיק פארטראכט, געכאפּט א 
בלײַער און װו עס האָט זיך געמאכט, ארײַנגעשריבן א נײַע שורע, װאָס איז געקומען אין קאָפּ, 
פארצייכנט א גראם, װאָס ער װעט אמאָל אויסניצן. ער האָט זיך געקאַנט אָפּשטעלן מיט אינדזער 
דװאָרניק, אין שאַענװײַז באטראכטן פארשיידענע פּראַבלעמען, אשטייגער, װוּ קריגט מען א קישקע, 
קעדיי באגיסן דאָס גראָז, עס זאָל ניט אויסגעברענט װערן פין דער זון. ער פלעג פאנאנדערקלײַבן 
מיט די הייף-יינגלעך פארשיידענע קאַנפליקטן און קריגערײַען. א מענטש-- די גוטסקײַט אלין! 

האָט מען אים פארשפּארט אין טורמע און אָנגעוואלגערט אף אים דער רועך וייסט װאָס! 
א נאיווער, הארציקער מענטש, האָט ער זיך ניט געקאָנט פארטידיקן, זיר קעגנשטעלן אָט די אָנגע- 
בלאָזענע טורמע-מײַסערס װאָס האָבן אים געדארפט באװײַזן, אז ער איז דאפקע יאָ א.. ,שפּיאַן, 
א , סוינע פין פאָלק", װאָס איז געווען אין עפּעס א מיפישן ‏ צענטער", אין געדינט דעם טערקיש- 
עפיאָפּישן אימפּעריאליזם און דער גאַנאַלולער אויסשפּירונגינעץ... 

סארא ווילדע געשיכטע! מע האָט בעפיירעש געדארפט פארמאָגן א פּסיכיש-קראנקע פאנטאזיע, 
קעדיי דערגיין צי אזא מעשוגאס! 


פאָרזע צונג. אָנהײב זע , סאָוועטיש היימלאנד" נומ. 4, 6, 1989. 


76 


,סאָנים פון פאָלק"... אוב זיי זײַנען סאָנים, װער זשע זײַנען די פרײַנט? אָט די אָנגעדראָלענע, 
קאלטע טורעמשטשיקעס? די טורמע-אופזעער? 

יאָ, עמעס, ניט װײניק מענטשן, װאָס ארבעטן אין דעם אנשטאלט, קוקן אף אונדז מיט מיט- 
געפיל, פארשטייען, אז דאָס, װאָס מע װיל אונדז , צונייען", איז אַנגעטראכט. די גאנצע געשיכטע 
גייט ניט פון אוקראינע, נאָר פון דאָרטן, פון מאָסקװע, פון סאמע-סאמע. איינער פון די אײיספאָרשער 
האָט זיך אפילע צופעליק ארויסגעכאפּט מיט א װאָרט, געזאָגט, אז װען מע באקומט דאָ ניט קין 
צעטל פון , דאָרטן" מיט אן אָנװײַזונג, װעמען מע זאָל ארעסטירן, װאָלט דאָ קיינער ניט געטראכט 
אונדז באומרויקן. נאָר אויב עס איז געקומען אזא אָנװײַזונג, איז דאָך ניט שײַעך. 

פארגיט מען אונדז װילדע פראגעס, אין ועלכע זײי, די אױספאָרשער, גליבן אליין ניט. זי 
זײַנען געצװוונגען אָנטײלנעמען אין דער גרויסער שפּיל. כוץ דעם, באקומט מען דערפאר געהאלט, 
העכערע טשינעס, אנדערע פּריװילעגיעס. 

און אָט זיצט פאר דעם אױספאָרשער א , באשולדיקטער". דער אױספאָרשער װייסט װעגן דעם 
קאָרבן אלץ -- אין װאָס יענער איז שולדיק און אין װאָס ניט. ער הערט אופמערקזאם, װאָס יענער 
ענטפערט, דערציילט וועגן זיך, וועגן זײַנע באקאנטע. אָפט הערט זיך דער אױיספאָרשער אײַן און פאר- 
שטייט גאנץ גוט -- ניט געשטױיגן, ניט געפלויגן. אך, װי עס אנטבלויזט זיך צומאָל דער כאראקטער 
פון די באשולדיקטע. איינער איז גרייט פארקויפן פאר א גראָשן זײַן באקאנטן, זײַן פרײַנט, אלץ 
צושרײַבן יענעם. דער צווייטער סטארעט זיך געפעלן װוערן דעם אױספאָרשער, אויסנעמען אין יענעמס 
אויגן, אלץ איז ער גרייט אונטערשרײַבן, נעמען אף זיך, ער פארשטייט ניט, אז דאָס, װאָס ער װיל 
ארופווארפן אף יענעם, פאלט אויך אף אים אליין און עפשער נאָך אין א גרעסערער מאָס. עקל רופן 
ארויס בא עכטע אױספאָרשער ליגונים, פּליאָטקעס, פּלאפּלערײַ, קריוודע, כיטרעקײַט -- דאָ װײַזט 
זיך באזונדערס ארויס פּרינציפּלאָזיקײַט, פאלשקײַט... 

יענער פּארשוין, דער בעלעטריסט ק., װעלכן מע האָט פאר מיר ארויסגעשטעלט ביס דער 
;אָטשנע סטאווקע", -- זײַן פאלשקײַט, ליגן, רעכילעס -- האָט צעשטערט דעם גאנצן איניען, זײַנע 
;באװײַזז" האָבן מיך ניט געקאָנט קאָמפּראָמעטירן, פארקערט! אָבער אָט דעם איידעס" האָט מען 
ארויסגעשטעלט פאר א גאנצער ריי אונדזערע מענטשן, און די אױספאָרשער האָבן געזען זײַן פאלש- 
קײַט און עקלדיקײַט און אים פײַנט באקומען. און װאָס האָט יענער טײַװל דעראָבערט זיך? אונדז 
האָט מען, עמעס, געהאָדעװעט מיט קוליש, פארזשאווערטע טיולקעס, און אים האָט מען אונטערגע- 
װאַרפן א ביינדל, א שטיקל פלייש, א קאָטלעט, נאַר דעם נאָמען זײַנעם האָט ער פארמיעסט אף 
דאָר-דױרעס... 


וען דו וארטסט אף דעם אורטייל 


די צײַט האָט זיך געצויגן מעשוגענערהייט פּאמעלעך. און עפשער האָט זי זיך אינגאנצן אָפּגע 
שטעלט און זיך אופגעהערט באוועגן? 

נאָך דעם, װי איך האָב זיך באגעגנט מיט מוזיקען, האָב איך א טראכט געטאָן, אז די איינצל- 
קאמער איז א גאניידן... 


כאָטש מע קאָן ניט זאָגן, אז איך בין דאָרטן געווען אייגער אליין, מיך האָבן אָפטלעך, דעריקער 
די ערשטע צײַט, באזוכט עטלעכע זשוואווע, ספּריטנע װאָראָביײיטשיקלעך, זיך געשטעלט אף די פאר- 
זשאווערטע גראטעס פון מײַן פענצטערל, געצוויטשערט, ווארטנדיק, איך זאָל זיי אויסשיטן עפּעס 
עסן, אָבער נאָך דעם, װי איך האָב שוין א פּאָר מאָל ארײַנגעכאפּט א בייזן פּסאק פון מײַן שטרענגן 
אופזעער, נאָך זײַנע דראָונגען, אז מע װעט מיך פארשפּארן פאר אזעלכע זאכן אין קארצער, האָב 
איך אופגעהערט מעכאבעד זײַן מײַנע געסט מיט ברעקלעך, און די פייגעלעך, מיינענדיק, אז איז בין 
א קארגער און זשאלעווע זיי ברעקלעך פיטער, זײַנען בארויגעז געװאָרן אף מיר, אופגעהערט מיך 
באזוכן -- פארװײַלן אין דעם לעבעדיקן קייווער. 

אין איינעם א שיינעם פרימאָרגן האָט א וינטל, דירכרײַסנדיק זיך דורך די גראטעס, פאר- 
טראָגן צו מיר אין קאמער א פארזשאווערט בלעטל, דערמאָנט, אז עס לאָזט זיך שוין אויס דער 
הארבסט און עס דערגעענטערט זיך דער וינטער. איך האָב זיך מיטן געשאנק פונעם וינטל שטארק 


77 


דערפרייט, פאַרזיכטיק אופגעהויבן פונעם דיל, א בלאָז געטאָן -- און דאָס בלעטל האָט גענומען 
קרײַזן איבער דער קאמער, פארשאפנדיק מיר א ביסל פארגעניגן. דער וואכנדיקער אופזעער האָט 
דאָס אָבער באמערקט, אָנגעקלאפּט בייז און דראָענדיק מיטן פויסט אין טיר, געװאָרנט, איך זאָל זיך 
ניט באלעווען אין קאמער. מיט דעם זיך ניט באנוגנט. ארויסגערופן דעם דעזשורנעם נאטשאלניק, 
א פּעמפּיקעוואטן פּאָדפּאַלקאַװניק. יענער איז ארײַן צו מיר אין קאמער, גענומען אין די פעטע הענט 
דאָס בלעטל, טיפזיניק עס באטראכט, דערנאָך איבערגעפירט דעם בליק אפן פענצטערל, לאנג מיט 
כשאד געקוקט ארום, צי גיב איך ניט מיטן בלעטל עמעצן אף דער פרײַ קיין ציכן? דער פּעמפּיקץ 
וואטער האָט באהאלטן אין קעשענע דאָס בלעטל, באפוילן דעם נאדזיראטעל, װאָס איז געשטאנען 
הינטער דער טיר, ער זאָל ארײַנטראָגן דעם גרויסן עלעקטרישן לאָמפּ אהער, אין קאמער, דערנאָך 
אופמערקזאם באלויכטן און דורכגעקוקט יעדער ווינקעלע, דעריקער הינטערן אײַזערן בעטל. ער האָט 
זיך איבערצײַגט, אז קיין זײַטיקע זאכן, קיין געװוער, קיין טינטער, קיין בלײַער, קיין פּאפּיר האָב 
איך ניט באהאלטן, מיט רעציכע א קוק געטאַן אף מיר און געװאָרנט, אז אויב איך װעל זיך אזי 
אופירן אין קאמער, װעט מען מיך שטרענג באשטראָפן. דורכגעפירט די אָפּעראציע", האָט ער רויק 
פארלאָזט מײַן קאמער. 

אזויארום האָב איך אָנגעוווירן די איינציקע פארװײַלונג, דאָס בלעטל, און װידער געמאָסטן א 
גאנצן טאָג די קאמער, שוין וויפל טויזנט מאָל פאר דער צײַט, װאָס איך געפין זיך דאָ, איבערגץ 
ציילט די עטלעכע אויטגעריבענע ברעטלעך פונעם דיל. 

א פארשאָלטענע טורמע, א פארשאַלטענע קאמער! 

ווען ניט דער פארזשאווערטער קאָלפּעק, דער דאשעק", װאָס איז געהאנגען אף דעם קליינינקן 
טורמע-פענצטערל, װאָלט איך כאָטש געקאַנט זען פאר זיך א פּאסיקל הימל, װוּ עס פליט דורך 
צומאָל א טויב, װוּ עס שנײַדט דורך דעם הימל אן אעראָפּלאן... 

נאָר דער , דאשעק' אפן פענצטערל האָט זיך בלויז צעשאַקלט, ווען דער װינט פון יענער זײַט 
איז געװאָרן שטארקער, כאָטש איך האָב געטרוימט, א שטורעמוינט זאָל אראָפּרײַסן דאָס פארזשא- 
ווערטע שטיקל בלעך. אך, װאָלט זיך געװאַלט דערזען דעם קיַעװער הימל, אין וועלכן איך בין אזוי 
פארליבט! 

נאָר וי אפצולאָכעס איז אזוינס ניט געשען, און איך האָב אין הארצן פארשאָלטן מיט די לעצטע 
קלאַלעס דאָס פענצטערל, װאָס האָט געקוקט אף מיר פון אונטער דער סאמע סטעליע און נישט 
ארײַנגעבראכט ניט קיין לופט, ניט קיין פּאסיקל לעבעדיקע שײַן 

אָבער, װי זאָגט מען עס, גאָט אין א פאָטער! כאָטש קיין סאך פרייד און אויסלייזונג קאָן ער 
ניט ברענגען דעם ארעסטאנט אין אזא װיסטן אנשטאלט, אָבער ראכמאַנעס װײַזט ער אמאַל ארויס 
אויך דאָ. אין איינעם א פרימאָרגן, שפּאנענדיק אזוי איבער מײַן קאמער, האָב איך הינטערן סאמע 
פענצטערל, אין א וינקל, דערזען א קוואדראט שטיקל פּאװעטיניע, איבער איר האָט מיט גאדלעס 
ארומגעשפּאנט א שפּין און אקוראט, אויסגערעכנט, מיט קענטעניש און געניט געארבעט. פאר מײינע 
אויגן האָט זיך צוביסלעך פארברייטערט דאָס שפּינװעבס. | 

פון מאָל צו מאָל האָב איך זיך אָפּנעשטעלט, עטלעכע װײַלעס געשפּירט נאָך דער אײידעלער 
טירכע פון דער פילפיסלדיקער װעבערן. כ'בין געװען אנציקט פון איר מײַסטערשאפט. זי האָט זיך 
אויך פון מאָל צו מאָל אָפּגעשטעלט אפן , לײַװנט', זעט אויס, איבערגעכאפּט דעם אָטעם, באטראכט, 
צי גייט די מײַסע ראיעל, לויטן פארטראכט, און פאָרגעזעצט דאָס װעבן. 

מײַן נײַע פארװײַלונג -- שפּירן, װי דאָס שפּינעלע ארבעט, האָט מיך געפרייט, אָפּגעװענדט א 
ביסל פון די שווערע געדאנקען. פאָרט א ביסל גרינגער! 

די צײַט איז אװעק, דאכט זיך, שנעלער נאָךר דעם, װי מע האָט מיך איבערגעפירט אין א 
גרעסערער קאמער, װוּ עס איז געזעסן נאָך איינער א גאָר ,געפערלעכער. פּאַליטישער פארברעכער. 
דאָס איז געװען א דארינקער, אײַנגעשרומפּענער רױטקעפּיקער קאַלװירטיק פון דער שכינישער 
פּאָלעסיע, א גוטמוטיקער אלטיטשקער מיט א פּאָר ליכטיקע, פארדײַגעטע אויגן און העלע װאָנצעס. 
ער איז געווען אָנגעטאַן אין א פּאַר אױיסגעטאַפּטשעטע לעדערנע לאפּטיעס, אין א לאנג העמד פון 
לײַן איבער די קני. ווען איך האָב זיך באוויזן אף דער שװעל פין דער נײַער קאמער, איז דער פּױער 
אופגעשטאנען, לאנג מיט אינטערעס און עטװאָס מיט פּאכעד געקוקט אף מיר, ער האָט זיך פאר 
מיר נידעריק פארנייגט, געװאָלט עפּעס זאָגן, נאָר דערזען, װי דער נאדזיראטעל פון יענער זײַט טיר 
קוקט אופמערקזאם אין , גלאזאָק", האָט ער זיך אָפּגעקערט פון מיר, זיך אראָפּגעלאָזט אף זײַן בעטל 
און געשוויגן. 

נאָר אָט האָט זיך דערהערט אין קאָרידאָר א גערודער, דער געקלאנג פון עמערס, שיסעלעך, 
און דער שאָכן מײַנער איז אופגעשטאנען פון אָרט, גענומען אין װוינקעלע, אף דער טומבאָטשקע א 
שיסעלע פון אליומיני, דעם לעפל און צו מיר א װוּנק געטאָן, איך זאָל אייך נעמען א שיסעלע, װײַל 
דאַס טראָגט מען אונדז דאָס ביסל קאָנדיאָר. 


8 78 


אין א פּאַר מינוט ארום האָט זיך צעעפנט אונדזער ,קאָרמושקע" און דער קעכער האָט אונדז 
מיטן גרויסן טשערפּאק-לעפל אָנגעגאָסן א ביסל געקעכטס, געגעבן שטיקלעך ברויט. מיר האָבן זיך 
אוועקגעזעצט אף די ראנדן פון אונדזערע בעטלעך און גענומען שטילן דעם הונגער. לוקא קוזמיטש -- 
מײַן שאַכן -- האָט געגעסן מיט געשמאק. ער האָט זיך פארענטפערט, אז זײַן חיים געפינט זיך 
װײַטלעך פון דער שטאָט, אין פּאַלעסיע, אין דאָרף רודיווקע. ער געפינט זיך שוין דאָ א האלב יאָר 
און זײַן מאלאנקע איז נאָך קיין איין מאָל ניט געקומען אהער, ניט איבערגעגעבן קיין סוכארעס, קיין 
שטיקל סאלע, קיין אָנטאָן. און װי קאַן זי קומען אהער, אז זי זיצט אין שטוב מיט פינף קלינע 
קינדער און דאָס לעצטע איז נאָך קיין יאָר ניט אלט. זי האָט עס נאָך אפילע ניט אנטװיינט. װי זשע 
קאַן זי ווארפן די שטוב, די בעהיימע און קומען אהער, עפּעס איבערגעבן, זיך דערוויסן װאָס און 
ווען? כאָטש אפילע ווען זי דערשלעפּט זיך אהער, װאָלט זי זיך אויך גאָרניט ניט דערװוסט. א דאָר- 
פישע באבע, א מעלקערן אין קאָלװירט, א בעזגראמאַטנע, װער פון די נאטשאלניקעס װעט מיט 
איר װעלן ריידן?!.. 

לוקא קוזמיטש האָט פון מאָל צו מאָל אוועקגעלייגט דעם לעפל, געװישט מיטן ארבל די נאסע 
װאָנצעס, װידער גענומען ריידן: 

-- יאָ, פונדאנען, האָב איך געהערט זאָגן, איז שווער ארויס אף דער פרײַ. דאָ זיצן אויסשליס: 
לעך גראמאָטנע מענטשן, פּאָליטיטשעסקע, , סאָנים פון פאָלק". כאָטש איך בין שוין פאר דער צײַט 
אויסגעווען דאָ אין א סאך קאמערן, מיט א סאך ארעסטאנטן און זע, אז דאָ זיצן זייער אינטעליגענטנע 
מענטשן... איך האָב אין קאמער באגעגנט צוויי פּראָפּעסאָרן, עמעס, ניט פון דאַקטערײַ. איך האָב זי 
געפרעגט, װאָס דארף איך טאַן, די פיס זאָלן בא מיר ניט אזוי שטארק דרייען, איך מאטער זיך מיט 
א רעמאטיז... בא אונדז אין פּאָלעסיע זײַנען אומעטום בלאָטעס און דער רעמאטיז מוטשעט מיך, 
ניט אויסצוהאלטן! האָבן די פּראַפּעסאָרן מיר געזאָגט, אז אין די זאכן פארשטייען זי פּונקט אזוי, 
װי איך. לאָזט זיר אויס, דאָס זיינען אזעלכע פּראָפּעסאָרן, װאָס פארשטייען אין גראמאטיק אָדער 
מאטעמאטיק -- ער ווייסט... נאָר זיי זײַנען, זעט אויס, גרויסע קעפּ. ביידע אין ברילן... 

ער האָט איבערגעכאפּט דעם אָטעם, נאָך אלץ באטראכטנדיק מיך מיט אינטערעס, און פאָר- 
געזעצט: 

-- איך זע, אז איר דארפט אויך זײַן ניט פון די פּראָסטע מענטשן.. 

-- א געוויינלעכער מענטש... אזא מין ארעסטאנט, באטיא, װי איר... 

-- ניין, ניין! דאָס זאָלט איר ניט זאָגן! -- האָט מײַן שאַכן זיך געכאפּט, -- װאָס זשע, מע זעט 
גלײַך ניט, אז איר זײַט פון די גראמאָטנע?.. אוי, ווען די נאטשאלניקעס גיבן אונדז א ביסל פֹּאפַּיר 
מיט א בלײַער, װאָלט איך אײַך געבעטן, איר זאָלט מיר אָנשרײַבן צום כאווער קאלינין אָדער צום 
כאווער סטאלין א זשאלאָבע... -- ער האָט אָפּגערוקט פון זיך דאָס אויסגעלײידיקטע שיסעלע און זיך 
צוגעזעצט נעענטער צו מיר. -- נו, זאָגט אליין, איז דאָס גערעכטיקײַט, אז מיר האָט מען געגעבן 
א סטאטיא 8 -- 58, און איר װײסט, סארא ביטערע זאך? טעראָר... איך, לוקא קוזמיטש, בין א 
טעראָריסט... איר הערט? מע נייט מיר 25 יאָר, אויב ניט ערגער. און פארװאָס? איך איזוויניאיע זיך, 
נאָר הערט, װעל איך אײַך דערציילן. מײַן עלטסטע טאַכטער לעסיע -- צען יאָר אלט -- האָט ארויס' 
געטריבן מאשקען, אונדזער בעהיימע, זיך פּאשען ניט װײַט פון אונדזער כאטע. א קינד, א שוואכס. 
ארויסגעטריבן די בעהיימע זיך פּאשען, זיך אויסגעצויגן אפן גראָז און איז אנשלאָפן געװאָרן... א 
קינד... װאָס װוילט איר פון דעם? מאשקע אונדזערע, א פּאָהיבעל אף איר, האָט זיך דערפילט פרײַ, 
ארײַן אין האָבער און א שטשיפּע געטאָן... דארף דער ניט-גוטער אָנטראָגן אונדזער פאָרזיצער פון 
קאָלכאָז. דערזען מאשקען, האָט ער זי גענומען פארן ליגאטש, אוועקגעפירט צו דער קאָנטאָר און 
זי פארשלאָסן אין א פּוסטער קלוניע אנטקעגן זײַן קאבינעט... א כאַליערע אף אים, װאָלט ער איר 
כאָטש אונטערגעװאָרפן א ביסל היי, שטרוי, גראָז -- הייבט זיך ניט אָן! זאָל זי, זאָגט ער, פּייגערן! 
וער האָט איר דערלויבט זיך פּאשען אין קאַלװירטישן האָבער?!.. 

זיך דערװוסט, װאָס איז געשען מיט מײַן מאשקען, לויף איך אװעק אָן א נעשאָמע צו אונדזער 
פאָרזיצער און בעט זיך בא אים, ער זאָל ארױיסלאָזן מײַן בעהיימע אף דער פרײַ. איך װעל באצאָלן 
שטראף, כאָטש איך האָב בלויז איין דרײַערל אין שטיב. נאָר אונדזער פאָרזיצער, א מאקע זאָל אים 
טרעפן, זיצט א שיקערער און יל פון גאָרנישט ניט הערן. ,ניע פּישטשו!" -- שרײַט עֶר. עס גײיט 
דורך א האלבער טאָג, א טאָג -- ער לאָזט ניט ארויס מאשקען! װאָס װעסטו זאָג! א כאַליערע. 
מאשקע רעװעט, קומט שיר ניט אום, זי יל עסן, א טרונק, מע דארף זי מעלקן. נאָר יענער לאָזט 
זי ניט ארויס, און גיי זאָג אים עפּעס! 

צוויי טעג האָט ער די בעהיימע געהאלטן אין קלוניע, אָן עסן, אָן טרינקען, ניט געמעלקט. 
און גאָרניט! רעד צום לאָמפּ. דאָס גאנצע דאַרף בעט אים, דעם סאטאנא, ער זאָל ארױיסלאָזן די 
בעהיימע. עס העלפט ניט! מאשקע װעט אָטיאָט אָפּווארפן די קאָפּיטעס, אומקומען. און יענער װיל 
גאָרנישט ניט הערן. דעם דריטן טאָג בין איך געקומען צו אים צו לויפן מיט א געװיין, פאל פאר 


9 


זײַנע פיס, מײַן מאלאנקע בעט אים, שטעקט אים דאָס דרײַערל, װאָס אין געװען אין שטוב. די 
קינדער מײַנע וויינען, נישטאָ קיין ביסל מילך זיי אָנהאָדעװען, כאָטש לייג זיך אװעק און שטארב. 
און דאָ האָב איך ניט אויסגעהאלטן. די נערון האָבן בא מיר געפּלאצט -- אזוי בין איר א שטילער 
מענטש, דאָס גאנצע דאָרף װייסט, אף קיינעם ניט אופגעהויבן די האנט, נאָר דאָ האָב איך ניט 
אויסגעהאלטן און זאָג דעם פאָרציצער, ברענען זאָל ער אפן העלן פּײַער: -- פּעטראָ איװואנאַוויטש, 
דערלאָז ניט צו קיין זינד. אויב דו לאָזט ניט ארויס מאשקען... -- און איך האָב א הייב געטאָן דעם 
נאליגאטש... ניט געשלאָגן, כאָלילע, נאָר געדראָט... און װאָס מיינט איר, דאָ איז דורכגעפאָרן דער 
נאטשאלניק פון אונדזער ראיאָנישער טשעקא, דער פאַרזיצער האָט אים ארײַנגערפן און געזאָגט, 
אז איך בין א טעראָריסט, קלוימערשט, געװאָלט הארגענען אים, דעם פאָרזיצער פון קאָלװירט.. 
און װאָס מיינט איר, יענער האָט ארײַנגעשריבן אין פּראָטאָקאָל דער רועך ווייסט װאָס, און באנאכט 
זײַנען אהער געקומען צווייען פון ראיאָן און מע האָט מיך אוועקגעפירט. פריער געהאלטן אין ראיאָן, 
און שפּעטער אוועקגעפירט אהער, קיין קיִעוו... און אָט זיץ איך שוין העכער א האלב יאָר... א טעראָ 
ריסט בין איך געװאָרן... אזוי... און דאָרטן מאטערט זיך מיט פינף קינדער מײַן מאלאנקע און איך 
ווייס ניט, צי מאשקע לעבט, צי איז כאָטש דאָ אין שטוב דאָס ביסל מילך.. 

מער וי צוויי װאָכן בין איך געווען אין איין קאמער מיטן , געפערלעכן טעראָריסט", מיטן , גרויסן 
מעלוכישן פארברעכער", און ער האָט אלץ געכאָלעמט, מע זאָל אים געבן א בלײַער מיט א פּאָר 
בלעטלעך פּאפּיר, איך זאָל אים אָנשרײַבן אן אָנקלאָגע צו קאלינינען אָדער סטאלינען.. זאָל מען 
אים געבן פינף און צוואנציק, צוואנציק יאָר, נאָר ניט שׂיסן. עס וארטן דאָך אף אים דאָרטן, אין 
פּאָלעסיע, א װײַב מיט פינף אומבאהאָלפענע אייפעלעך. איר פארשטייט, װאָס דאָס הייסט? 

איך בין לאנג געזעסן אין אן איינצליקאמער און ניט געזען פאר זיך קיין לעבעדיקע באשע' 
פעניש, קיין מענטשן, ניט געהאט, מיט וװעמען זיך איבערווארפן מיט א װאָרט. און האָב מִיט אין- 
טערעס אויסגעהערט די געשיכטע פון מײַן שאָכן. אָבער אין דער צײַט האָבן אונדזערע אופזעער 
אלץ אָפטער ארײַנגעקוקט אין , גלאזאָק". דאָס, װאָס מיר האָבן די גאנצע צײַט גערעדט, האָט ארויס- 
גערופן כשאד בא די היטער און מע האָט װעגן דעם איבערגעגעבן דער נאטשאלסטוע - עפּעס צו 
א סאך ריידן צװישן זיך דער , טעראָריסט" פון פּאָלעסיע און דער ,אגענט פונעם װעלטאימפּעריא 
ליזם", צי גרייטן זיי ניט קיין נײַע פארשוערונג קעגן דעם ראטנפארבאנד.. 

דעם צווייטן טאָג האָט מען אונדז צעשיידט, און איך בין ארײַנגעפאלן אין א נײַער קאמער, 
װוּ עס זײַנען געזעסן צוויי , מעלוכישע פארברעכער". א שלאנק שוארצכינעװװודיק ייַנגל פון א יאָר 
פופצן מיט א שמאָל לענגלעך פּאָנעם, א באשאָטנס מיט קלייען. א שילער פון א מיטלשול. דער 
פאָטער איז אומגעקומען אפן פראָנט, די מוטער איז געװוען א נייטערן אף א ניי-פאבריק. וויטאליק. 
ער האָט אָנגעטראָפן אין דעם אנשטאלט אויך װי א שטיקל טעראָריסט. און ניט קיין געוויינלעכער. 
ער איז געזעסן אין קלאס און עס איז אים געװען גאנץ אומעטיק, װײַל דעם לימעד האָט געפירט 
זייער א נודנער לערער פון מאטעמאטיק. 

שלאָפן האָט זיך שטארק געװאָלט, און קעדיי אָפּפירן פון זיך דעם שלאָף, האָט וויטאליק ארויס- 
גענומען פין פּאָרטפעל א לערנבוך פון דער נײַער געשיכטע און אָנגעהױבן באטראכט די בילדלעך. 

באטראכטנדיק דאָס פּאָרטרעטל פון דעם הױפּט פון אונדזערע פּראָפארײנען שװערניקן, האָט 
זיך וויטאליקן אויסגעוויזן, אז אים, שװערניקן, װאָלט געפּאסט א בערדל. ניט לאנג געטהאכט, האָט 
דער באָכערעץ געקראָגן א רויטן בלײַער און אָנגעמאָלט שװערניקן א באָרד, ער האָט אויך עטװאָס 
צוגעגלײַכט די געדיכטע ברעמען... 

דער לערער איז ארײַן אין גרימצאָרן, דערזעענדיק ויטאליקס אופטו. ער האָט אים ארויסגע" 
טריבן פון קלאס, געהייסן שיקן די מאמע צום דירעקטאָר און דעם בוך ארײַנגעלײגט צו זיך אין 
פּאָרטפעל, 

אין עטלעכע טעג ארום האָט מען וויטאליקן אײַנגעזעצט אין טורמע, װי א פּאַליטישן פארברע" 
כער. זײַן גליק, װאָס ער אין נאָך געווען יונג און מע האָט אים ניט געקאַנט געבן די אקאטושקץ" 
פאר איזדיעקעווען זיך איבער איינעם פון דער אָנפירונג פון דער מעלוכע.. נאָר צען יאָר האָט מען 
אים צוגעזאָגט. 

דער צווייטער שאַכן מײַנער איז געוװוען א געװעזענער אַָנטײלנעמער פון דער מילכאָמע. בײס 
די שלאכטן אפן קורסקער בויגן איז ער, לאָגינאָו, געפלויגן אף א באָמבארדירער. איינמאָל באקומט 
עֶר א באפעל צעבאָמבירן אן אײַזנטאן-קנופּ, װוּהין עס זײַנען אָנגעקומען דײַטשישע טאנקען און אר" 
טילערישע באטארייעס. ער האָט דורכגעפירט די אָפּעראציע גאנץ געלונגען, נאָר אף צוריקועגס, 
האָבן די דײַטשישע זעניטלער אונטערגעצונדן דעם באָמבארדיראָװשטשיק און די פליער זײַנען אראָפּ 
געשפּרונגען אף פּאראשוטן. לאָגינאָוו איז ארײַנגעפאלן אין די הענט צו די דײַטשן, ער האָט אפילץ 
ניט באוויזן זיך ארױספּלאַנטערן פון די סטראָפּעס פונעם פּאראשוט. מע האָט אים ארײַנגעזעצט אין 
א קעלער. גאנצפרי רופט מען אים ארויס אין שטאב, און א דײַטשישער נאטשאלניק לייגט אים פאָר 


5--8 0 


שענקען דאָס לעבן, נאָר מיט א טנײַ: מע װעט אים געבן א ראדיַאַסטאנציע, און װוען עס װעט נאכט 
ווערן, װעט מען אים איבערפּעקלען אף יענער זײַט וואלד, ער זאָל דורך דער ראציע איבערגעבן 
יעדיִעס פון דער סאָוועטישער פאַדערשטער ליניע... 

לאָגינאָוון איז ניט געפעלן געװאָרן פּראָסט און לעפּיש אָפּגעבן דאָס לעבן, און די צווייטע נאכט, 
ווען זײַן פּאראשוט מיט דער גאנצער באלעבאטישקײַט, װאָס די דײַטשן האָבן אים געגעבן, האָט 
זיך אראָפּגעלאָזט אף אונדזער זײַט, האָט ער זיך דערקליבן צו זײַן אװיאדדיוויזיע, דערציילט, װאָס 
מיט אים איז געשען, און מע האָט אים גלײַך אָפּגעשיקט אין זײַן עסקאדריליע. ביזן סאָף מילכאָמע 
איז ער געפלויגן אף באָמבארדירער, און פאר זײַן העלדישקײַט באקומען עטלעכע שלאכטאָרדענס. 

ער האָט שוין געארבעט אף א מאשינבוי"זאװאָד בא זיך אין דאָנבאס, איז געווען א בעקאַװע- 
דיקער בריגאדיר, א דעפּוטאט, א קאָמוניסט, נאָר אין עטלעכע יאָר ארום נאָך דער מילכאַמע האָט מען 
זיר געכאפּט, אז דער מענטש איז געװען עטלעכע שא בא די דײַטשן.. און מע האָט עס אים דער 
מאָנט. מע האָט דעם ,פארעטער" אײַנגעזעצט אין טורמע. 

און ער איז געזעסן מיט אונדז אין קאמער. מעגלעך, אז קיין פינף און צוואנציק יאָר װעט מען 
אים ניט געבן: פאָרט זיך געשלאָגן אפן פראַנט, נאָר פופצן פאר , פאראטן" דאָס היימלאנד װעט ער 
געוויס באקומען, און פונדאנען אָפּנעשיקט װערן אין איינעם פון די ספּעציִעלע רעזשים-לאגערן פון 
בעריאס פּאראפיע... 

ניט איין קאמער איז מיר אויסגעקומען בײַטן פאר דער צײַט, כהאָב זיך אָנגעהערט גענוג 
געשיכטעס פון די , סאַנים פון פאָלק', , טעראָריסטן", , שעדיקער", , אגענטן פונעם װעלט-אימפּעריא- 
ליזם", נאָר קיין ווירקלעכן ,פארעטער" ניט באגעגנט. און געטראכט, אויב מיט אומשולדיקע מענטשן 
זײַנען איבערגעפילט די קאמער, קאָנען געװיס די וירקלעכע סאָנים, שפּיאַנען, אגענטן ארומשפּאז 
צירן אף דער פרײ... 


איך געועגן זיר מיט מײַן גאניירן" 


איך האָב געווארט אף מײַן פּסאק-דין, אף מײַן אורטייל. די צײַט האָט זיך געצויגן. מע האָט 
מיר געזאָגט, אז עס װעט זײַן א פּראָצעס און מע װעט מיך צוזאמען מיט מײַן ,נאציאָנאליסטיש-אנ- 
טיסאָװעטיש-שפּיאַנישער אַרגאניזאציע", דעם , צענטער", מישפּעטן, און איך װעל באקומען לױטן 
געזעץ, װאָס עס קומט מיר. די אָרגאנען האָבן אנטדעקט און אנטשעדיקט א , שרעקלעכע אַרגאני- 
זאציע", װאָס האָט געװאָלט זיך פארקויפן דעם װעלטאימפּעריאליזם און איצט אין שין געבליבן 
ניט קיין סאך צײַט, מע זאָל זיך מיט אונדז אלעמען צערעכענען.. 

דערװײַל איז געקומען דער װינטער מיט זײַנע פרעסט און ויוגעס. װעגן ,פּראָצעס" האָבן מיר 
גאָרניט געהערט. אָנשטאָט דעם האָבן די אױיספאָרשער געזאָגט, אז ויבאלד איך האָב גאָרנישט ניט 
אנערקענט" פון מײַנע , פארברעכנס", װעלן זיי איבערגעבן מײַנע װערק אף אן ,עקספערטיזע" 
,קאַמפּעטענטע" ליטעראטן, און זיי װעלן מיר דערװײַזן, אז אלץ, װאָס איך האָב אָנגעשריבן פאר 
די יאָרן פון שאפונג, איז אױסגעשפּראַכענע קאַנטר-רעװאַליוציע און נאציאָנאליזם, און פאר דעם 
קומט צען יאָר לאגער... 

דאָ איז מיר געװאָרן עטװאָס גרינגער, װײַל װאָסיװאָס, נאָר דאָס איז בא מיר נישטאָ. אין 
אזעלכע כאטאָיִם האָט מיך קיינער פון מײַנע קריטיקער און רעצענזענטן קײנמאָל ניט באשולדיקט. 

עטלעכע כאדאָשים האָבן אנאַנימע ,ווייסער" פון ליטעראטור מיך ,, רעצענזירט". צװוישן זיי זײַנען 
געווען אויך אייניקע מײַנע באקאנטע, וועלכע האָבן געדרוקט מײַנע װערק און אפילע פּאַזיטיוו זי 
רעצענזירט. נאָר עס האָט זיך ארויסגעוויזן, אז איצט האָבן זי געגעבן שלוס-אויספירן אזעלכע, ועלכע 
די אויספאָרשער האָבן בא זיי באשטעלט... 

עמעס, די , עקספּערט-קאָמיסיע" האָט באקומען אין דעם אנשטאלט זייער א סאָלידן האָנאָראר 
פאר איר , טירבע"... 

פארשטענדלעך, וען א נאָרמאלער מענטש לייענט איבער עטלעכע שורעס פון דער ,עקספַּער: 
טיזע", װאָלט ער גלײַך פארשטאנען, װאָס זי איז ווערט. 


81 


נאָר קיין , פּראַצעס", קיין , מישפּעט" איז ניט געווען. געווען איז אין יענער צײַט אן אזיגע- 
רופענע , טראָיקע", צו איר האָב איך ניט געהאט די זכיע דערגיין. איך װאָלט גערן א קוק געטאָן 
אף די לײַט, אף די קאלטבלוטיקע הענקער, ועלכע שיקן אף טױט און אין די שרעקלעכע לאגערן 
צענדליקער טויזנטער אומשולדיקע מענטשן, בארימטע, בעקאָװעדיקע, מיט גרויסע פארדינסטן פארן 
פאָלק. כוץ אָט דעם אָרגאן", איז געווען נאָך א מער געהויבענער. מיט אים האָט אָנגעפירט פּער- 
זענלעך דער אויבער-טאליען לאוורענטי... דאָס אין געװען די , באזונדערע באראטונג", װאָס האָט 
אַנגעװאַרפן א גרויל אפן גאנצן פאלק -- דאַ האָט מען ניט געדארפט אפילע קיין אָנדײַט אף געזעצ. 
לעכקײַט, אָדער יוישער. מע האָט צונויפגעשטעלט צעטלען פון טױיזנטער מענטשן און דאָס איז 
געווען גענוג, קעדיי ארויסשיקן אין די לאגערן אין פארשפּארן אין טורמעס. וועמען אף צען, װעמען 
אף צוואנציק, פינף און צואנציק יאָר... דאָס האָט פאקטיש באטײַט -- אף אײביק. עס האָט זיך 
געענדיקט איין טערמין -- האָט מען אים פארלענגערט, געגעבן א נײַעם.. 

דאָרטן, װי עס איז געשטאנען בעריאס אונטערשריפט, האָט דער ארעסטאנט געװוּסט, או דאָס 
איז אף אײביק, אף קיין באגנעדיקונג איז ניט געווען װאָס ארויסקוקן... 

און װײַטער איז אלץ געגאן, װוי א מיזמער. 

דער שרעקלעכער עטאפּ אין אױסרײַסעניש, אין דער טונדרע, אין דער טײַגע, אין די וועלדער 
און מידבאָריעס, װוּ עס זײַנען געװען שטאָכים, ארומגעצאמטע מיט שטעכלדראָטן, א וואלד פון 
וואכטע-טורעמס, באראקן, װאָס זײַנען געווען א קאָפּיע פון די טויט-לאגערן פון אַָשװענטשים, טרעב- 
לינקע, מײַדאנעק, סאָביבאָר... 

עמעס, דאַָ האָט מען נאָך ניט אײַנגעפירט די גאזדקאמערן, די קרעמאטאָריעס מיט הויכע, פאר- 
שווארצטע פון סאזשע, קוימענס. וי דאָרטן, האָט מען נאָך די פעלדער מיט מענטשיש אש ניט 
באגיטיקט. דער שוידערלעכער גערוך פון געבראָטן מענטשיש פליש אין אהער ניט דערקראָכן. 

נאָר װען װעט זײַן דער סאָף? וויפל קאָנסטו אזוי ארומגיין אף די פיס, ניט װיסנדיל דײַן 
גוירל, װאָס װעט מען מיט דיר טאָן אין א שאָ ארום, אין א מינוט ארום? וויפל װעט מען דיך מא- 
טערן, שטיקן אין די דאָזיקע ענגע װענט, ווען װעט שוין װוערן קלאָר, אף וועלכער װעלט דו געפינסט 
זיך? וויפל מאָל האָסטו געטרוימט זיך אױיסציַען אף אָט דעם טורמעיבעטל, פארמאכן די אױיגן, אײַן 
שלאָפן אף אײביק? אָבער א פּאכעד כאפּט דיך ארום און שפּרינגסט אוף פונעם בעטל, פארבײַסט 
די ליפּן ביז בלוט, דער האס און פארדראָס זידט אין דיר, פילסט דײַן אומבאהאָלפּנקײַט, דײַן אָנמאכט. 
עטלעכע קווארטאלן פון אָט דעם שרעקלעכן קאזעמאט געפינט זיך דײַן היים, דאָרטן ווארטן אף 
דיר ליבע מענטשן, שלאָפן ניט די נעכט, מיטשען זיך דערפון, װאָס זי קאָנען דיר מיט גאַרניט 
העלפן. דאָרטן איז פארװאָרלאָזט דײַן שרײַבטיש, אין די שאפעס שטייען ניט גערירטע דײַנע ביכער, 
אין די טישקעסטלעך ווארטן אף דיר דײַנע רײַזעינאָטיצן, די אפגיך פארנאַטירטע פארצייכענונגען -- 
מאטעריאלן פאר א נײַעם בוך... נאָר צו אידיליש מאָלט זיך דיר, ברודערקע, דײַן שרײַבער-קאבינעט. 
דו װוייסט דאָך ניט, װאָס דאָרטן טיט זיך איצט. נאָך דעם, װי מע האָט דיך פאראיאָרן אין הארבסט 
אף דער גאס, ניט װײַט פון דײַן שטיב, אינמיטן העלן טאָג אָפּגעשטעלט -- צוויי געזונטע, טעמפּע 
לײַט -- פון רעכטס און פון לינקס האָנן אין איינקלאנג א באָמקע געטאָן, אן דו דארפסט זיך מיט 
זי דורכפאָרן דאָ ניט װײַט אף עטלעכע מינוט און דיך ארײַנגעשטױסן אין א שוארצער מאשין, 
איז א כאליאסטרע , שעצער פון ליטעראטור" אװעקגעפאָרן צו דיר אין שטוב און איבערגעקערט בא 
דיר אין דירע אלץ מיטן קאָפּ אראָפּ אין מיט די פיס ארוף, צעשלײַדערט איבערן דיל דײַנע מאנוס- 
קריפּטן, דײַנע ביכער, געמאכט בא דיר אין צימער א גאנצן פּאָגראָם. די כאליאסטרע האָט דעם 
הארמידער אזוי איבערגעלאָזט, בלויז ארויסגעפירט עטלעכע פּעק ביכער, מאניסקריפּטן, נאָטיץ-ביכ- 
לעך, פאָטאָגראפיעס -- מע האָט דאָך געדארפט האָבן באװײַזן , פון דײַן שפּיָאָניש-פארברעכערישער" 
טעטיקײַט. איבערגעלאָזט האָט די כאליאסטרע אף דער טיר פון מײַן קאבינעט א סורגוטש שטעמפּל, 
װאָס האָט אָנגעװאָרפן א פּאכעד אף מײַניקע און אף מײַנע פרײַנט, װעלכע האָבן זיך דערװעגט 
איבערטרעטן די שװעל פונעם , סוינע פון פאַלק". 

א שיין פּאַנעם האָט, מיסטאם, מײַן קאבינעט, פײַן זעען אויס, א סװאָרע, מײַנע ביכער נאָך דעם, 
וי דאָרטן האָבן אן ארבעט געטאָן די , היטער" פין דער ראטנמאכט.. 

די כאליאסטרע האָט געװוּסט, אז דער באלענאָס פון קאבינעט װעט זיך שוין קײנמאָל אהער 
ניט אומקערן. און זי האָט זיך געסטארעט -- עמעס, אין דער אָנװעזנהײַט פונעם איידעס פון אלע 
ארעסטן אין אונדזער שרײַבער-הויז, דעם באשטענדיקן ‏ פּאָניאטאַי", דעם דװאָרניק מוסטאפא, דעם 
איינציקן טרײַען און באגלייבטן מענטש פון די אָרגאנען.. 


איז וויפל נאָך װעט מיר אויסקומען דאָ זיך מאטערן? שוין קימאט א יאָר צײַט, װי מע האָט 
מיך דאַ פארשפּארט, און װי מע ,סטארעט" זיך ניט, קאָן מען מיר ניט דערװײַון, אז איך האָב זיך 


82 


פארקויפט דעם װעלט-אימפּעריַאליזם, אז איך בין געווען אין א , באנדע פארעטער" אין א צענטער, 
װאָס איז געשאפן געװאָרן אין מאָסקװע דורך א גרופּע ייִדישע שרײַבער-נאציאַנאליסטן און אגענט.." 

די ווילדע באשילדיקונג האָט בא מיר יעדעס מאָל ארויסגערופן געלעכטער. דאָס האָט באזונדערס 
אופגעבראכט מײַנע אױיספאָרשער. איך האָב אפילע אמאָל געשטעלט זיי אין א קאָמישער לאגע, וען 
איך האָב זיך געװוענדט צו זיי מיט א פראגע: 

-- ני, גוט, איך האָב זיך, זאָגט איר, פארקויפט עפּעס אן אגענטור... זייער שיין. טאָ דערקלערט 
מיר, וויפל האָבן זיי מיר געצאָלט און וויאזוי? 

לעכאטכילע איז מײַן אױיספאָרשער געװאָרן פון רעציכע גרין און בלאָו, װײַל מײַן פראגע 
האָט אים געשטעלטן אין פארלעגנהײַט, און ער האָט ניט געװוסט, װאָס מיר ענטפערף 

בלויז נאָר א גאנץ לאנגער פּאוזע, האָט ער זיך דערמאַנט: 

-- בייס מע האָט אײַך ארעסטירט, איז בא אײַך אין שטוב געווען אן אונטערזוכונג, און צװישן 
די , דערװײַזז" װענן אײַער , טעטיקײַט", זײַנען געווען עטלעכע ביכער, ארויסגעגעבענע אין אמעריקע.. 
דאָס זײַנען געווען שאַלעם-אלייכעמס ווערק... 

-- הייסט עס, מיט שאָלעם-אלייכעמס ביכער האָט דער אימפּעריִאליזם מיר געצאָלט?. 

דער אױיספאָרשער האָט מיך בייז איבערגעשלאָגן און איז אריבער צו א צווייטער פראגע. 

פארטאָן אין מײַנע ערעוו-פארנאכטיקע מאכשאָוועס, האָב איך פּלוצעם דערהערט א טומל אין 
קאַרידאָר לעבן מײַן קאמער. 

מײַנע קאמער-שכיינים האָבן זיך איפגעהויבן, אָנגעשטרענגט געקוקט אף דער טיר. נאָך וועמען 
איז מען געקומען? װעמען װעט מען ארויסרופן? , מיט די זאכן", צי אזוי, , אַן די זאכן"? צום אויס. 
פאָרשער, אָדער אין טריבונאל, אין געריכט, אין קארצער?.. 

דאָס מאָל האָט מען ארויסגערופן מיך. ,אָן די זאכן". און מײַנע שכיינים, די , פילאָסאָפן', האָבן 
אָנגעהויבן אף א קאָל באהאנדלען, װוּהין און צו װעמען? 

מע האָט מיך ארײַנגעפירט אין קאבינעט פונעם אויספאָרשער. יענער איז, וי געויינלעך, גע 
זעסן פארטאָן אין די פּאפּירן און לאנג ניט אופגעהויבן אף מיר דעם בליק. איך האָב שוין ניט גע" 
ווארט, יענער זאָל מיר באפוילן זיך זעצן. איך בין שוין אליין געווען צוגעװוינט צו דער טאבורעטקע, 
װאָס איז געווען צוגעקאַװעט אין ווינקל צום דיל. 

די טיר האָט זיך צעעפנט, און אין קאבינעט איז ארײַן א יאַדערדיקער באיאָרטער פּאָלקאַװניק 
אין פּאָגאָנעס פין א געװיינלעכן ארמי-אָפיצער, װאָס האָט זיך אונטערגעשיידט פון יענע, ועלכע 
עס טראָגן די , היטער פון געזעץ'. א לענגלעך, ריין געגאָלט פּאַנעם, דער קאָפּ געדיכט באשאַטן 
מיט זילבער. די גרויסע ליכטיקע אויגן האָבן זיך אף מיר פארהאלטן, און איך האָב באמערקט, וי 
זי האָבן זיך גלײַך געענדערט. פארוונדערונג, שרעק האָט אין זי א גלאנץ געטאָן. זײַן מויל האָט 
זיך עטװאָס צעעפנט. אונדזערע בליקן האָבן זיך באגעגנט, און ער האָט אָפּגעפירט פון מיר זײַנעם. 

דאָס הארץ האָט בא מיר אומגעוויינלעך א טיאָכקע געטאָן. איך בין שוין דאָ געװוינט געװען 
זען מיליטערישע נאטשאלניקעס פין פארשיידענע ראנגען, אַנהײבנדיק פון יעפרייטערס ביז גענעראלן. 
איך בין שוין צוגעװוינט געווען זען די פּאָגאָנעס פון טונקל-בלאָוון קאָליר. נאָר א געוויינלעכן ארמיי" 
פּאָלקאָװניק, מיט א געוויינלעכן פּאָרטפעל אונטער דער האנט, האָב איך דאָ דערזען צום ערשטן מאַל. 

דער מאיאָר, דער איספאָרשער מײַנער, איז מיטאמאָל זשוואווער געװאָרן, ער האָט זיך אויס- 
געצויגן אין פרונט, באגריסט דעם הויכן טשין און געוויזן אפן בענקל באם טיש. 

דער פּאַלקאָװניק האָט זיך צוגעזעצט, אװעקלייגנדיק דעם פּאָרטפעל אפן טיש און וידער אף 
א רעגע אופגעהייבן דעם בליק אף מיר. 

דער מויעך האָט געארבעט אָנגעשטרענגט. עפּעס זייער א קענטלעך פּאָנעם! װו האָב איך דעם 
מענטשן געזען? 

נאָר יענער האָט שוין מער ניט געקוקט אין מײַן זײַט. ער האָט זיך איבערגעװאָרפן מיט עט- 
לעכע טרוקענע װערטער מיטן אױיספאָרשער, װאָס האָט אים אונטערגערוקט פּאפּירן. און, ענדלעך, 
האָט ער זיך צו מיר אַנגערופן: 

-- אײַער פארברעכן זײַט איר באגאן ניט אליין, נאָר אין א ,צענטער", א קאָנטר-רעװאָליציאָ 
נערע, פארברעכערישע אָרגאניזאציע... וויבאלד אזוי, דארף װעגן דעם אויך ויסן דער מיליטער- 
פּראָקוראַר פון קיעווער מיליטער-קרײַז... דאָס איז דער פּאַלקאָװניק רעטאָו... אויב איר האָט צו 
אים פראגן?.. 

דערהערט די פאמיליע, בין איך געבליבן געפּלעפט. איך האָב זיך דערמאַנט. יאָ, דאָס איז עֶר -- 
רעטאָוו. מײַן אלטער באקאנטער. ער איז דעמלט נאָך ניט געװוען אין אזא הויכן טשין. מיר זײַנען 
מיט אים געווען בעשאס דער מילכאַמע אין איין ארמיי, רעטאָװוו האָט געארבעט אין דער פּראָקוראטור, 
ניט איין מאָל האָבן מיר זיך באגעגנט אף די שווערע פראָנט-וועגן, אפן קורסקער בויגן, אין די פּינס 
קער בלאַטעס, אין פּױלן באם באפּרײַען ווארשע, אפן אָדער-טײַך... 


88 


און איצט האָבן מיר זיך דאָ באגעגנט צום ערשטן מאָל נאָך דער מילכאַמע. ער איז, הײיסט 
עס, אין מיליטער-קרײַז, א פּראַקוראָר, און איך?.. 

מיט װאָס פאר אן אומרו און מיטלייד האָט ער אף מיר געקוקט! איך האָב דערזען אין זײַנע 
אויגן א פײַערל פון וייטיק, מיטגעפיל און אומבאהאַלפּנקײַט. ער האָט געשויגן, און איך האָב 
פארשטאנען, אז איך טאָר ניט ארוױיסװײַזן, אז מיר זײַנען מיט אים באקאנט, צוזאמען געװען אפן 
פראָנט... 

;עפשער האָב איך פראגעס צו דעם מענטשן?" - האָט געפרעגט דער אױיספאָרשער. געװיס! 
נאָר ויָאזוי זאָל איך זיך צו אים װענדן? ער איז, זעט אויס, דערשיטערט פון דעם, װאָס ער האָט 
מיך אזוי אימדערווארט דערזען דאַ. ער וייסט גוט, סארא , פארברעכער" איך בין. ער איז ניט קין 
פאַרשטייער פון דעם אנשטאלט, נאָר פון דער ארמיי, װאָס האָט געקעמפט קעגן דעם עמעסן סוינע, 
דעם פאשיסטישן טײַװל. פאר דער מילכאָמע, װי אויך איצט, עטלעכע יאָר נאָך דער מילכאָמע, האָבן 
די מענטשן פון דעם דאָזיקן אנשטאלט, וי מיר געפינען זיך איצט, אומגעבראכט, פארשיקט אין די 
טורמעס און לאגערן צענדליקער טויזנטער העלדן, וועלכע האָבן זיך געשלאָגן אף די פראַנטן. איצט 
האָבן זיי גערופן אהער דעם פּראָקוראָר פון דעם מיליטערישן קרײַז, קעדיי מע זאָל קאָנען זאָגן, אז 
אלע פאָרמאליטעטן זײַנען אויסגעפילט, מע קאָן מיך פארמישפּעטן. דער פּאָלקאָװניק איז ניט בע 
קויעך עפּעס ענדערן, העלפן מיר, כאָטש ער וייסט, סארא , פארברעכער" עס זיצט פאר אים.. 

רעטאָװ האָט געבלעטערט די פּאפּירן פון מײַן פאבריקירטער דיעלאַ', אף דעם טעװעלע פון 
וועלכער עס איז געװען אװעקגעשטעלט דער שטאמפּ ,כראניט װעטשנאַ'-- ,אָפּהיטן אייביק'. און 
איך האָב באמערקט, אז דאָס פּאָנעם זײַנס האָט זיך פון מאָל צו מאָל געמינעט, געענדערט, איז גע 
װאָרן װײַס און גרין... 

צי האָב איך צו אים פראגעס? געוויס! נאָר װי קאַן איך פרעגן, ארױיסװײַזן, אז מיר זײַנען מיט 
אים באקאנט, אז בייס דער מילכאָמע זײַנען מיר צוזאמען געווען אין פײַער, אף די פראָנטן, געקעמפט 
פאר אינדזער היימלאנד? מיט װאָס פאר א סימפּאטיע האָט ער זיך דעמלט צו מיר באצויגן, און ניט 
ער איינער. אלע טאָג האָט ער געלייענט די ארמיי-צײַטונג, װוּ איך בין געווען א מיליטערישער קאַי 
רעספּאַנדענט און האָב געדרוקט בילדער, פארצייכענונגען, נאָטיצן װעגן די העלדישע טאטן פון 
אינדזערע שלאכטלײַט. דעריקער די צאפּלדיקע יעדיִעס אין דער רובריק ,נעכטן אפן שלאכטפעלד", 
װוּ איך האָב פארשריבן דאָס, װאָס איך האָב מיט מײַנע אויגן געזען אף די פאָדערשטע פּאָזיציעס. 
מײַנע אויספאָרשער האָבן אווינס ניט געקאַנט זען, רעטאָוו האָט יאָ געקאָנט, ער האָט געזען! ער 
איז, װײַזט אויס, איצט, בלעטערנדיק די פּאפּירן, װוּ עס איז פאבריקירט מײַן ,פארברעכן', דער 
,צענטער", געווען גרייט אנטלויפן פונדאנען אין דער װעלט ארײַן פון בושע, שרײַען אף א קאָל 
פון זײַן אופגעטרײיסלטקײַט, נאָר ער האָט זיך געהאלטן אין די הענט, האגאם די אומבאהאַלפנקייט 
זײַנע האָט אים אָנגענייגט דעם קאָפּ. איך האָב געווארט, עפשער װעט ער מיך עפּעס פרעגן, נאָר 
ער האָט מער ניט געוואגט אופהייבן אף מיר דעם בליק. 

מיט אן אויסגעווייטיקט, אָפט קלאפּנדיק הארץ האָב איך זיך אופגעהויבן פונעם טאבירעט, וען 
עס איז ארײַנגעקומען דער נאדזיראטעל, קעדיי מיך אָפּפירן אין מײַן קאמער. איך בין די נאכט ניט 
געשלאָפן, ניט צוגעמאכט מיט קיין אויג. די באגעגעניש מיט מײַן פראָנט-כאווער האָט מיך דערש" 
טערט. נאָך איין מענטש אף דער ערד האָט זיך איבערצײַגט, סארא אומגערעכטיקײַט. פאלשקײַט 
וװערט דאַָ פאבריקירט, און װער זײַנען די עמעסע פארברעכער.. 

אינדערפרי, װען דער טורמע-אופזעער, דער דעזשירנע אָפיצער, איז ארײַנגעקומען און װי 
געוויינלעך, ארײַנקוקנדיק אין אלע וינקלעך, צִי האָט דער ארעסטאנט עפּעס ניט אָנגעקריצט אף 
דער וואנט, ניט געפּרווט צונויפדרייען פון דער קאָלדרע א שטריק, קעדי זיך נעמען דאָס לעבן, 
א פרעג געטאַן מיך, עפשער זײַנען פאראן בא מִיר פראגעס, האָב איך זיך אָנגענומען מיט מוט און 
געזאָגט, אז יאָ, א פראגע איז בא מיר פאראן: איך מוז מאכן א דרינגענדיקע, זייער וויכטיקע מעל 
דונג דעם פּראַקוראָר רעטאָװן, וועלכער איז נעכטן דאָ געוען. 

דער טורמע-אופזעער האָט עס פארשריבן אין זײַן בלאַקנאָט, און א קוק געטאָן אף מיר מיט 
קאס, א באָמקע געטאָן, אז ער װעט עס איבערגעבן, און איז ארויסגעגאן פון מײַן קאמער. 

די צײַט איז געלאָפן, נאָר קיינער האָט מיך ניט ארויסגערופן, קיין שום פּראָקיראָר איז ניט 
געקומען. 

דער טאָג איז שוין באלד דורך. מאָרגן איז אן ארויסגאנג-טאָג אין נאטשאלסטיוע האָט שוין, 
זעט אויס, זיך געײַלט פארלאָזן דעם אנשטאלט, גיין אָפּרוען נאָר דער שװערער טירכע. און וװעמען 
איז געקראָכן אין קאָפּ אויסהערן אן ארעסטאנט, װער װעט מיר שיקן צו מײַן באקאנטן פּאָלקאַָװניק? 
אין דעם אנשטאלט, זעט אויס, כאפּט אים אליין אָן א ציטער. איין אימגעלונגענער טראָט זײַנער, 
און ער קאָן פארלירן דעם מונדיר און זיך ארומזען באנאנד מיט מיר אָט דאָ.. 


84 


דער קורצער הארבסטיקער טאָג האָט זיך אויסגעלאַשן. איבער דעם בלעכענעם ,דאשעק' פון 
מײַן קאמער-פענצטערל האָט געפּײַקלט דער רעגן. א פּריקרער רעגן, װאָס האָט געגאָסן א גאנצן 
טאָג פון אינדערפרי אַן. איך בין נאָך אלץ ארומגעגאנגען איבער מײַן שטײַג, ניט געשמועסט מיט 
מײַנע צוויי שכיינים, מיט װעמען מיר האָבן שוין אלץ לאנג ארומגערעדט און זײַנען געװען איינער 
דעם אנדערן נימעס. 

עמעס, פון מאָל צו מאָל האָבן מײַנע שכיינים געשפּאסט: דער טאָג ענדיקט זיך, עפשער װעט 
מען שוין אין ערגעץ ניט ארויסרופן. אָבער פּלוצעם האָב איך דערהערט, וי עמעצער איז צוגעגאן 
און זיך אָפּגעשטעלט בא אונדזער טיר. דאָס ,אייגל' האָט א בלימל געטאָן, דערנאָר האָט זיך די 
טיר מיט אן אײַזערנעם סקריפּ צעעפנט; דער נאדזיראטעל האָט מיך גערופן גיין מיט אים. 

איך האָב אפגיך גענומען דאָס רעקל אף זיך און כ'בין ארויס אין קאָרידאָר. 

דער זעלבער ועג מיט די שמאַלע קאָרידאָרן, און אָט בין איך אין באקאנטן קאבינעט. 

רעטאָיו איז געשטאנען באם הארבסטיקן פענצער א צעטראַגענער, נערוועזער און גערייכערט. 
א װוּנק געטאָן דעם נאדזיראטעל, אז ער איז פרײַ, ער זאָל ווארטן אין קאָרידאָר. דערנאָך האָט ער, 
ארומקוקנדיק זיך אין אלע זײַטן, מיטן בליק געוויזן אפן בענקל באם הוילן טיש. ער האָט נאָכאמאָל 
געװאָרפן א בליק אף דער טיר און, איבערצײַגנדיק זיך, אז קיינער שטייט דאָרטן ניט, שטיל א זאָג 
געטאָן, אז אין אונדזער רעשוס זײַנען דאָ א פּאָר מינוט, עס דארף באלד ארײַנקומען עמעצער פון 
די היגע נאטשאלניקעס, און איך זאָל גיכער זאָגן, װאָס איך יל מעלדן 

-- אויב איר װעט קאָנען, גיט איבער מײַניקע א גרוס פון מיר, -- האָב איך שטילערהיט 
ארויסגעזאָגט מײַן באקאָשע, -- זאָלן זיי ניט מיינען, אז איך בין א פארעטער... אין עפּעס שולדיק... 

ער האָט ווייטיקלעך א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ. און איך האָב צוגעגעב: 

-- צי קענט איר מיר זאָגן, װאָס עס קומט בא אונדז פאָר? צי װעט זיך דער קאָשמאר אמאָל 
ענדיקן? 

ער האָט געמאכט א טראָט צו מיר און א שעפּטשע געטאָן: 

-- צװישן אונדז... ניט פאר דער קאמער... א שװערע צײַט.. נאָר מע טאָר ניט אָנװערן די 
האָפענונג. שטארקט זיך... עס מוז זיך ענדערן... דערװײַל בין איך ניט אימשטאנד קומען צו הילף.. 
דײַן גרוס װעל איך איבערגעבן... 

ער האָט נאָך עפּעס געװאָלט זאָגן, נאָר די טיר האָט זיך געעפנט אין עס איז ארײַנגעקומען 
עפּעס א הויכער טשין. ער האָט א קוק געטאָן אף מיר מיט ביטל, אף דעם פּאָלקאָװניק מיט א 
געמאכט שמייכעלע, זיך אָנגערופן: 

-- איך האָב אײַך ניט געשטערט?.. 

רעטאָוו האָט א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ: ניין, קיינער שטערט אים ניט. פארקערט, ער האָט 
שוין געענדיקט. אויסגעהערט די אָנקלאָגע פון דעם ארעסטאנט און אין שוין פרײַ. עס האָט זיך 
טייקעף געיאװועט דער נאדזיראטעל און א װוּנק געטאָן צו מיר: , פּאַשל", קומט, הייסט עס. 

און איך בין שנעל ארויסגעגאן פון קאבינעט. 

כאָטש דער הויכער טשין האָט געשטערט, נאָר דאַך בין איך געווען צופרידן פון מײַן ויזיט, 
רעטאָווס װערטער האָבן אין מיר פארזייט האָפענונג, גלויבן. אין די אויערן האָבן מיר געקלוננען 
זײַנע װערטער: ,עס מוז זיך ענדערן.. ניט אָנװערן די האָפענונג.." 

צום ערשטן מאָל פאר דעם אאָר, װאָס מע מאטערט מיך אין דעם קאזעמאט, האָב איך געהערט 
מענטשלעכע עטלעכע וװערטער, און דאָס האָט מיר צוגעגעבן מוט און גלויבן 


די קיעװוער קאשטאנעס האָבן שוין, זעט אויס, לאנג אראָפּגעװאָרפן פון זיך זייערע בלעטער, 
די לעצטע קאשטאנעס. דער דניעפּער האָט, מיסטאם, גענומען ענדערן זײַן קאָליר. א נײַער אָסיען 
האָט זיך אראָפּגעלאָזט אף דער שטאָט, װאָס איך האָב קימאט א גאנץ יאָר ניט געזען פאר מײַנע 
אויגן. 

איך האָב נאָך אלץ ניט געװוּסט, װוּ איך האלט אין דער װעלט און ויפל װעט מען מיך דאָ 
נאָך מאטערן, ווען װעל איך זיך שוין דערוויסן מײַן , אורטייל"? 

אלפּי סייכל, האָט מען שוין דאַ ניט געהאט װאָס צו טאָן מיט מיר, נאָר װאָס האָט מען אזי 
געצויגן? 

אין איינעם א קאלטן, רעגנדיקן פרימאָרגן האָב איך זיך אָפּגעזעגנט מיט מײַנע שכיינים און 
מיט דער אלטער קאמער. 

אין הויף האָט געווארט א ,װאָראָנאָק" -- א שווארצע, מיט פארהאקטע טירן, בויד אף א לאסט-ר 
מאשין. דאָרטן זײַנען שוין געזעסן, װי איך האָב געהערט לוט זייער הוסט, עטלעכע ארעסטאנטן. 
די מאשין איז געווען אזוי אויסגעבויט, אז איינער דעם צוייטן זאָל ניט זען און זיך ניט קענען 


89 


דורכריידן. דער קוזאָוו איז געווען צעטײילט אף עטלעכע אײַזערנע שטײַגעלעך אין אין יעדן האָט 
געקאַנט זיצן אײַנגעקאָרטשעט -בלויז איין נעפעש. אזוי זײַנען מיר, פארשפּארטע אין אונדזערע פינצ- 
טערע ,, קעליעס", געפאָרן, נאַר די שטאָט ניט געזען. 

און אָט זײַנען מיר אין דער בארימטער לוקיאנאָווער טורמע. א גאנצע קיניגרײַר מיט פארשיי- 
דענע קאָרפּוסן, געבײַדעס, ארומגעצאמטע מיט א הויכער, ריזיקער שטיינערנער וואנט, א געקרוינטע 
מיט איבערגעפלאַכטענע שטעכלדראָטן. דאָ װעט אויסקומען װידער ווארטן. זעט אויס, מײַנע באצווינ" 
גער װעלן ניט אײַנגײן, מע זאָל דורכפירן א פּראָצעס, װײַל דאָס, װאָס זיי האָבן צונייפנעשטיקעוועט 
אף מיר און אף מײַנע קאָלעגן, קאָן בלויז ארויסרופן א כידעש און א פארדראָס בא מענטשן, אפילע 
בא די ריכטער. נאָר צוליב װאָס דארפן זיי זיך מאטריעך זײַן, אז עס אין דאָ אן אזויגערופענע 
,טראָיקע", װאָס קיינער האָט זי אין די אויגן ניט געזען, און זי טוט, װאָס זי װיל? פאר קיינעם 
רעכנט זי זיך ניט אָפּ, קיינעם גיט זי ניט אָפּ קיין דידוועכעזשבן, כוץ, מעגלעך, דעם ‏ געניאלן פאַי 
טער פון פעלקער". און נאָך א בעסערער אינסטרומענט איז בא זיי פאראן די , באזונדערע באראטונג", 
װאָס טראָגט ארויס איר , אורטייל" מיטאמאָל טױזנטער, טױיזנטער אומשולדיקע מענטשן לױט די 
פארפריִער צונויפגעשטעלטע צעטלען, און אין שפּיץ פון דעם ,אנשטאלטל" שטייט דער הױפּט-טא- 
ליען לאוורענטי בעריא, סטאלינס רעכטע האנט, גרויסער מיטקעמפער אין פרײַנט. 

אין עטלעכע טעג ארום האָט מען מיר דאָ, אין לוקיאנאַווקע, געגעבן איבערלייענען א קוויטל, 
אז לוט דער באשטימונג פון ,אָסאָ', דער גרויסארטיקער , באזונדערער באראטינג", האָט מען מיך 
,פארמישפּעט" אף צען יאָר שטרענגן רעזשים אין א ספּעציַעלן לאגער. איך דארף ווארטן אף דעם 
עטאפּ. דער טורמע-נאטשאלניק האָט מיר געהייסן אונטערשרײַבן דאָס פּאפּירל, נאָר איך האָב זיך 
אנטשיידן אָפּגעזאָגט אונטערשרײַבן, װי איך האָב זיך די גאנצע צײַט אָפּגעזאָגט אינטערשרײַבן 
אנדערע מיִעסקײַטן. ער האָט מיט רעציכע אף מיר א קוק געטאָן און אויסגעזידלט: װאָס הייסט איך 
בין ניט צופרידן מיט אזא ,אורטייל"? איך װאָלט געדארפט זײַן צופרידן, װאָס מע האָט מיר געגעבן 
צען יאַר און ניט קיין פינף און צוואנציק, װי מע גיט א סאך אנדערע, מײַן גלײַכן... װען ער איז א 
מיטגליד פון ,אָסאַ' --- פון דער , באזונדערער באראטונג", זאָגט ער, װאָלט ער פאר מײַן אקשאַנעם 
געגעבן די קאטושקע", די העכסטע שטראָף: יעדערער איז מעכויעוו אכטן דעם ,געזעץ' און די 
אָנפירונג פון אזא בעקאַװעדיקן אָרגאן פון דער מאכט, װי ,אָסאָ'. נאָר נישקאַשע, פאר מײַן אקשאַ- 
נעס װעט מען מיר נאַך אָפּצאַלן באזונדערס, דאָס איז בא זיי אין די הענט. מע װעט מיך דערפאר 
פארשיקן אין אזא אָרט, װאָס װעט מיר קיין נאכעס ניט פארשאפן און מע װעט נאָך צושרײַבן, אז 
פאר דעם יאָר, װאָס מע האָט מיך געהאלטן אין טורמע, האָב איך זיך לאכליטן ניט געענדערט און 
געבליבן דער זעלבער ,קאַנטריק", װאָס כ'בין געוען... 


אין עטלעכע טעג ארום, בייס מע האָט א גאנצע כאָפּטע געפירט אין דעם שטיינערנעם ,זאגאָן" 
אף א שפּאציר, האָט מען מיך פארקערעװועט צו דער טורמע-קאנצעליאריע. מיך ארײַנגעפירט אין א 
האלב-טונקעלן קויטיקן צימער מיט אַפּגעריבענע װענט. דער צימער איז געװען איבערגעצאמט מיט 
א דראָטינעץ, װי אין א זאָאָלאָגישן גאָרטן. אין װוינקל איז געזעסן אן אָנגעדראָלענער באיאָרטער 
טורמע-נאדזיראטעל און געקוקט אף מיר מיט ביטל און האס. ער האָט מיך געלערנט, װיָאזוי איך 
זאָל זיך אופירן בייס עס װעט זיך אָנהײבן די טרעפונג, די ראנדעװוּ מיט מײַן פרוי. איך טאָר ניט 
צוגיין נאַענט צום דראָט, טאָר גאַרניט ניט איר איבערגעבן און ניט נעמען בא איר, טאַר גאָרניט ניט 
זאָגן, ניט געבן קיין צייכנס, ריידן מיט איר אף פארשטענדלעכן לאַשן, אף רוסיש, ער, מײַן היטער, 
זאָל אלץ פארשטיין... אוב איך װעל פּרווון ניט אויספילן עפּעס פון די קלאָלים,. װעט ער גלײַך 
איבערײַסן די טרעפונג, און מיך אוועקפירן אין קאמער, שטרענג מיך באשטראָפן... 

איך האָב שוין ניט געהערט, װאָס ער רעדט צו מיר. דאָס הארץ האָט גענומען שטארקער קלאפּן. 
איך האָב זיך ניט פאַרגעשטעלט די באגעגעניש, ניט געװוסט, װאָס איך זאָל זאָגן מײַן פרוי פאר 
עטלעכע געציילטע מינוט אין דער אָנװעזנהײַט פון אן אָנגעדראַלענעם עקלדיקן טירמע-אופזעער. 

און אָט האָט זיך געעפנט די טיר און פון יענער זײַט דראָטן האָבן איך דערזען מײַן פרוי אין 
א טרויער-קלייד, א פארוויינטע, מיט געשװאָלענע פון טרערן אויגן. זי האָט אף מיר געקוקט און 
ניט געקאָנט קיין װאָרט ארױיסזאָגן. 

דער היטער האָט פון אונדז ניט אראָפּגענומען דעם שטרענגן בליק, געווארט בלייז, איך זאָל 
אויווער זײַן אף זײַן באפעל, זאָגן עפּעס ניט אזוי, ער זאָל מיך אוועקפירן אין קאמער. 

עסטער האָט זיך אָנגענומען מיט מוט, זיך געפּרוװווט שטארקן, געזאָגט, אז זי האָט געהאט פון 
מיר א גרוס, זעט אויס, מײַן פראָנט-כאווער האָט אויסגעפילט זײַן צוזאָג, געהאלטן װאָרט. נאָך האָט 
זי באוויזן איבערגעבן, אז אלע וייסן, אז איך בין אין גאָרנישט ניט שולדיק, אז איך זאָל בא זיך 
ניט אראָפּפאלן, אלציינס װעט זיך ענדיקן דער קאָשמאר, און איך װעל זיך אינגיכן אימקערן אהיים... 


6 


זי האָט בלויז ניט געזאָגט, אז מע האָט זי ארויסגעטריבן פון דער ארבעט. דער זן ענדיקט 
די שול, נאָר אין ערגעץ װעט ער ניט קענען אָנקומען, אז זיי לײַדן שטארק און מאטערן זיך אָן שום 
מיטלען צום לעבן... נאָר ביכלאל איז אין שטוב אלץ גוט, איך זאָל זיך ניט זאָרגן פאר זיי. מע האָט 
זי איבערגעלאָזט אין איין קליין צימערל, צוויי זײַנען פארשטעמפּלט... 

נאָך האָט זי געפּרוװוט געבן צו פארשטיין, אז מײַנע פרײַנט אף דער פרײַ האָבן זיך געװענדט 
ועגן מיר אין די העכערע אינסטאנצן, געשריבן, דערויזן... 

איך האָב ניט באוויזן עפענען דאָס מויל, עפּעס אָטגעהויבן ריידן, נאָר דער וואכזאמער טורמע- 
וועכטער האָט א קוק געטאָן אפן האנטזייגער און דערמאָנט, אז די צײַט גייט אויס. דערצו נאָך פיל 
איך ניט אויס די קלאָלים, װעגן װעלכע ער האָט פריִער געװאָרנט און אזויארום פארבאָט ער מיר 
פאָרזעצן ריידן, דערמיט איז די באגעגעניש געענדיקט. דאָס, װאָס איך האָב צו זאָגן, האָט ער בא- 
מערקט, װעל איך שוין קאָנען אָנשרײַבן אין א בריוו, װען מע װעט מיך ברענגען אפן אָרט, אין 
לאגער... פון דאָרטן קאָן דער ארעסטאנט אָנשרײַבן און אָפּשיקן איין, מערסטנס, צוויי בריוו א יאָר... 

און איך האָב ווידער דערזען פאר זיך די פארוויינטע אויגן פון מײַן פרוי. 

אף דער באגעגעניש האָב איך געווארט קימאט א יאָר צײַט. און אָט.. 

איצט װעט מיר דאָרטן, אין לאגער, אויסקומען ווארטן נאָך איין יאָר, עפשער װעל איך קאָנען 
אָנשרײַבן און אָפּשיקן א בריון... 


אין איינער א שפּעטער נאכט, וװען אלץ איז געװען אײַנגעהילט אין טיפן שלאָף, האָט זיך אין 
אונדזער קאָרידאָר דערהערט א גערודער. 

מע האָט ארויסגערופן מענטשן אפן עטאפּ. עס האָט געגאַסן אין דרויסן א קאלטער רעגףן 
לאנג איז אונדז אויסגעקומען זיך וייקן אונטערן מאבל, ביז מע האָט צונויפגעטריבן דעם גאנצן 
אוילעם. 

אין אזא מיִעסער, עקלדיקער נאכט, װי באװוסט, טוען זיך אָפּ אלע פארברעכנס. און אין דער 
נאכט איז אָפּגעטאָן געװאָרן נאָך איין גרויסער פארברעכן: מע האָט אונדז, װער װייסט אף ויפל, 
צעשיידט מיט אונדזער לײַבלעכער שטאָט. 

מע האָט אונדז פארטריבן אין א פארװאָרפן ווינקל לעבן דער אײַזנבאן. א געדיכטע קייט סאָל- 
דאטקאָנװאָיַרן מיט ביקסן, אװטאָמאטן האָבן ארומגערינגלט עטלעכע סטאָליפּיןװאגאָנען. נאסע, 
פארפרוירענע, האָט מען אונדז ארײַנגעשטױסן אין די קליינע שטײַגלעך, ניט געווען, װוּ זיך אהינטאָן, 
א קער געבן, ניט געווען, װוּ צושפּארן דעם קאָפּ. מע איז געשטאנען צוגעשפּארט איינער צום צווייטן, 
לענגויס די ,קופּעען", וועלכע זײַנען געווען אָפּגעטײלט מיט דראָט און בא וועלכע עס זײַנען געשטאנען 
אונדזערע היטער, איז ארומגעגאן א ביזער אָפיצער און צום וויפלטן מאָל דורכגעקוקט, צי זײַנען 
אלע אפן אָרט, צי האָט עמעצער ניט דורכגעבראָכן דעם דיל פונעם װאגאָן און איז ניט אנטלאָפן, 
כאָלילע. 

באגינען האָט זיך פון יענער זײַט וואגאָן דערהערט א גערודער, א לױפּערײַ. עס האָט זיך דער" 
טראָגן צו אונדז אן אויסדריקלעך קאָל: 

-- כאווער קאפּיטאן, דער קאָנװאַי אף באגלייטן דעם עשעלאָן מיט ,סאָנים פון פאָלק", איז 
געקומען! נאטשאלניק פון קאָנװאָי סטארשינא בולאווקין!.. 

,דעם עשעלאָן פון סאָנים פון פאלק" -- האָט זיך אָפּגערופן אין אונדזערע הערצער. א ביטערער 
קנויל האָט גענומען שטיקן דעם האלדז. 

דער עשעלאָן האָט גערירט פון אָרט. די קאָנװאָיַרן האָבן אראָפּגעלאָזט די פאָרהענגלעך אף 
די גראטע-פענצטער, מיר זאָלן ניט זען, װי דער צוג גייט אָפּ פון אונדזער שטאָט. זעט אויס, מע 
האָט געװאָלט, קיין זײַטיק אויג זאָל ניט זען, װער עס האָט פארפולט דעם שרעקלעכן עשעלאָן, װאָס 
איז איבערגעפולט געווען מיט מענטשלעכע גױראָלעס, װייטיקן, יעסורים... 

כאָטש עס איז נאָך געווען בלוי דער הימל און אלץ ארום, האָט זיך געדאכט, איז נאָך אײַן- 
געהילט אין שלאָף, אין דרעמל, נאָר דאָס האָט זיך בלויז געקאָנט דאכטן. צו דעם טעמפּן װוינקל, 
צום אײַזנבאן-טופּיק, האָבן זיך דורכגעריסן אָן א שיר פרויען, קינדער. דער רועך וייסט, ויאזי 
מע האָט זיך דערװוסט, אז דער עטאפּ גייט אָפּ פון אָט דעם טופּיק, נאָר הונדערטער אומגליקלעכע 
פרויען, מאמעס, קינדער, פרײַנט זײַנען זיך אהער צונויפגעלאָפן מיט קלומעקעס סוכארעס, ווארעם 
אָנטאָן -- עפשער װעט זיך עמעצן אײַנגעבן זען אייגענע, עפּעס איבערגעבן אין װײַטן װעג. פון 
יענער זײַט וואגאָן האָבן זיך דערטראָגן צו אונדז קוילעס, געשרייען, א געוויין, א געיאָמער. מע האָט 
אויסגעשריגן פון דאָרטן נעמען, פאמיליעס, זיך געפּרוװוט דורכרײַסן צו די װאגאָנען, נאָר די קאָני 
װאָירן האָבן זיך עקלדיק געזידלט, אָפּגעשלאָגן די אטאקעס, געדראָט שיסן. נאָר דאָס האָט װייניק- 
װאָס געהאָלפן. עס האָבן זיך דערהערט עטלעכע זאלפּן לעבן די ואגאָנען, נאָר די געשרייען און דאָס 


87 


געוויין פין װײַבער, מאמעס, קינדער האָבן זיך ניט אופגעהערט, און בלויז װען דער צוג האָט גענו' 
מען לויפן שנעלער, טראכקען איבער די רעלסן, האָט דאָס געשרײי גענומען אָפּגעשװאכט װערן. 
און אָט איז עס אינגאנצן נעלעם געװאָרן. 

דער ציג האָט זיך געטראָגן אף צאָפן, אהין, װוּ עס האָבן שיין געבושעװעט די ויוגעס, װוּ דער 
ווינטער איז שוין לאנג ארײַן אין זײַנע רעכט. 


דער צוג איז מער געשטאנען אין די אײַזנבאױטופּיקן, װי געגאן, און עס האָט זיך געדאכט, 
אז מירן קיינמאָל ניט קומען אף אן אָרט. אזוי װעלן מיר זיך טראָגן אײיביק. מע האָט אים, דעם 
עשעלאָן, געװאָלט אויסבאהאלטן פון א זײַטיק אויג. נאָר װי אפצולאַכעס, װוּ ער האָט זיך ניט אָפ 
געשטעלט, פלעג זיך צונויפלויפן אן אוילעם, דעריקער װײַבער, באָבעס, קינדער מיט קלומעקלעך, 
אויסגעשריגן נעמען, גערופן, זיך אָפּגעשלאָגן פון די קאָנװאַיַרן, וועלכע האָבן זיי געטריבן. 

גוואלדן, געוויין פון די װײַבער, קינדער האָבן זיך דערטראָגן צו אונדז, און מיר האָבן זיך 
אָנגעשטרענגט אײַנגעהערט, עפשער װעט עמעצער דערקענען א באקאנט קאָל.. 

דורך די שמאַלע שפּארונעס האָבן מיר קוים באמערקט, װאָס עס טוט זיך אף די פּעראַנען 
וויָאזוי מאמעס, װײַבער פּרוּװון זיך ארײַנקוקן אין די סטאַליפּינישע וואגאַנען, װילן עפּעס איבערגעבן 
די אייגענע, נאַענטע, ליבע, ארײַנווארפן אין די טאמבורן פּאַשעט פאר די אומגעליקלעכע, וועלכע מע 
פירט דער רועך וייסט װוּהין, און דאָ האָבן זיך ארײַנגעמישט די קאָנװאָיָרן. 

עמעצער פון אונדזערע האָט געװאַלט אײַנרעדן די סאַלדאטן, אז דאָס איז ניט קיין פארברעכןן, 
אויב מע װעט לאָזן די פרויען איבערגעבן עפּעס עסן, װײַל דער אוילעם קומט אום פין הונגער און 
דאָרשט, נאָר די קאַנװאַיַרן האָבן אונדז בארויִקט. 

-- פאשיסטן, קאָנטריקעס! שטיל זאָל זײַן! -- האָבן זיך צו אונדז געטראָגן דראָונגען פון אלע 
זײַטן. -- אלע װעט איר באשטראָפט װערן! מיר װעלן אײַך װײַזן, װיָאזוי בונטעװוען!. 

פאשיסטן"... מיר, הייסט עס, זײַנען פאשיסטן?! אונדז װעט מען באשטראָפן? מיר זײַנען װײניק 
באשטראָפט? מיר, וועלכע האָבן אָנטײלגענומען אין דער מילכאָמע -- נעכטיקע מאאָרן, פּאָלקאָװני 
קעס, אלטע קאָמיניסטן, אינזשעניערן, שרײַבער, א בארימטער זינגער פון דער כארקאָװער אָפּערע, 
א דירעקטאָר פון א זאװאָד, א קאָנטר:אדמיראל פון אָדעס, אין זײַן קיטעל, נאָר אָן די גאָלדענע 
קנעפּ -- אן איקאָנאָסטאס פון אָרדענס און מעדאלן.. , פאשיסטן"?!.. די סטאַליפּיואגאַנען זײַנען 
אַנגעשטאָפּט, וי הערינג אין פעסלעך, מיט רוסן און אוקראינער, לעטן און ייִדן, מאָלדאוואנער אין 
עסטאָנער, ליטווינער און אוזבעקן, גרוזינער און ארמענער.. -- א גאנצער אינטערנאציאַנאל. דער 
, פאָטער פון פעלקער" און זײַן טרײַער פרײַנט, זײַן רעכטע געליימטע האנט בעריא האָבן ניט איבער' 
געקליבן -- אלעמען פארשאפט דעם קאָװעד, אלעמען געמאָלדן פאר , סאָנים פון פאָלק", , פאשיסטן"... 

אין די איבערגעפולטע , סטאָליפּינס", אין דער מוירעדיקער ענגשאפט זײַנען מיר שיר ניט 
אומגעקומען פין הונגער און דאָרשט. ניט געווען, מיט װאָס צו אָטעמען. און כאָטש מע האָט ניט 
געהייצט, געשפּאָרט קוילן, נאָר די קעלט האָט זיך דאָ ניט געפילט. מיט זיער אָטעם האָבן די 
מענטשן געווארעמט די וואגאַנען. 

אף אייניקע גרעסערע סטאנציעס האָט מען אין די עקלדיקע , סטאָליפּינס" ארײַנגעװאָרפן נאָך 
ארעסטאנטן. , פרישע" פארמישפּעטע, אלץ נײַע און נײַע קאָרבאָנעס. צװישן זיי זײַנען געװען אלטע, 
געניטע ארעסטאנטן, אזעלכע, װאָס זײַנען שוין צו עטלעכע מאָל געזעסן אין די טירמעס און לאגערן. 
זייערע טערמינען זײַנען זיי שוין אָפּגעזעסן , פון גלעקל ביז גלעקל", זיי האָבן זיך שוין ערגעץ אײַנ- 
געאָרדנט אף ארבעט און זיך געלעבט שטיל, געהאט פאמיליעס, זיך אין ערגעץ ניט ארײַנגעמישט, 
זיך ניט פארנומען מער מיט ,פּאַליטיק". נאָר מע האָט פון זיי ניט אראָפּגענימען דאָס אױיג און 
אפסניי, אַן שום געריכט, ווידער פארשטיקט אין די לאגערן. דער , פאָטער פון אלע פעלקער' האָט 
באפוילן: , פארשטארקן די רעפּרעסיעס"... 

אָט האָט מען אין אונדזער , קופּע" אף איינער א סטאנציע ארײַנגעשטפּט א מיטליאָריקן אויס.- 
געטריקנטן, דארן פּארשוין פון א יאָר פופציק מיט א מיטװאָך. מע האָט אף זײַן אָפּגעצױגענעם פאר- 
וואקסענעם פּאַנעם ניט געזען קיין סימען פון טרויער, יעסורים. אף זײַן שווארצן בושלאט איז גע" 
האנגען א לאנער-נומער. ער איז שוין אָפּגעזעסן, דערציילט ער, צען יאָר אין לאגער. ער האָט פריִער 
געדינט אפן יאם-פלאָט אין אָדעס, געווען א קאפּיטאן פון א שיף. איז ער אמאָל געזעסן אין קאיוטע 
מיט עטלעכע כאוויירים-אָפיצערן. דער רועך האָט אים א צי געטאָן בא דער צונג, און ער האָט 
געזאָגט א שלעכט װאָרט װועגן טשאן קײַשי, וועלכער איז נאָך געוװוען א בעקאָװעדיקער ,רויטער". 
דעם פּארשוין האָט די , באזונדערע באראטונג" געגעבן פאר די װערטער צען יאָר. צוריק מיט א 
כוידעש האָט זיך דער טערמין געענדיקט און דער מענטש האָט זיך געגרייט אף דער פרײַ, זיך 
אימקערן צו זײַן מישפּאַכע קיין אָדעס. ער איז שוין געװען אפן זיבעטן הימל, זיך געפרייט, און 


88 


הונדערטער זײַנע כאוויירים -- קאגערניקעס האָבן אים באגריסט מיט דער באפרײַונג, געװען אים 
מעקאנע. עס האָט זיך אָבער אױסגעלאָזט, אז די פרייד פונעם קאפּיטאן איז געװען א פריצײַטיקע. 
מע האָט אים ארויסגערופן אף דער וואכטע פון לאגער. אים געגעבן א פּאפּיר? איבערלייענען און 
זיך צעשרײַבן. אינעם פּאפּירל האָט אים די , באזונדערע באראטונג" מיטגעטיילט, ער זאָל זיך ניט 
כאפּן. מע האָט אים געגעבן נאָך צען יאָר.. 

און דאָס האָט מען אים איבערגעשיקט אין א שפּאָגלנײַעם לאגער. אלץ פאר די ריד װעגן 
טשאן קײַשי, װאָס איז שוין געווען א פירער פון א מעלוכע, נאָר אויך א קעגנער פון דעם ראט" 
פארבאנד, פון קאָמוניזם... 

די דערציילונג פון דעם מענטשן האָט אונדז דערשיטערט. איז אָט װאָס עס הייסט דער ,אור- 
טייל" פון דער , באזונדערער באראטונג"! אזויארום קאָן יענער, װעמען די , באראטונג" האָט געגעבן 
א טערמין, אָפּזיצן דאָס גאנצע לעבן אין די לאגערן... 

אין וואגאָן איז די מערהײַט געווען , פארמישפּעט" דורך דער שרעקלעכער ,באזונדערער בא" 
ראטונג"... 

אפן הארצן איז געװאָרן שווערער. זעט אויס, אָט דאָס פירט מען אונדז אין אױסרײַסעניש און 
מיר װעלן זיך שוין פון דאָרטן ניט אומקערן אהיים. 

די ,באפעלקערונג" בא אונדז אין סטאַליפּידוואגאָן האָט זיך אלץ פארגרעסערט. דאָ האָבן מיר 
זיך דערװוּסט א סאך נײַס. דאָ זײַנען געווען מענטשן פון פארשיידענע נאציאָנאליטעטן, פון פארשיי' 
דענע לאגערן, שטעט, ראיאָנען. דאָ האָט מען שוין ניט געהאט װאָס אָנצוּװערן, װײַל װײַטער פונעם 
לאגער װעט מען ניט שיקן און מער װי א פינף-און:צוואנציקער אָדער טױט-שטראָף װעסטו ניט קריגן... 

און מע האָט גערעדט, זיך אויסגערעדט דאָס הארץ. אויסדערציילט דאָס, װאָס מע װאָלט, דאכט 
זיך, דעם אייגענעם טאטן אין אן אנדער פאל ניט דערציילט. 

ווער, אשטייגער, האָט געװוּסט, אז דער , פאָטער פון פעלקער" האָט איבערגעגעבן זײַן רעכטער 
האנט, לאוורענטי בעריָאן, ער זאָל ,פארשטארקן די רעפּרעסיעס", װײַל װאָס מער מירן זיך דערנעענ- 
טערן צום זיג פון סאָציאליזם, אלץ מער ,סאָנים פון פאָלק" װעלן מיר האָבן? און אויב דער סױינע 
גיט זיך ניט אונטער, דארף מען אים פארניכטן... 


גערעדט און געטאָן! 

אין א פּאַר יאָר ארום נאָך דער מילכאָמע האָט דער ,געני" שטרענג באפוילן ניט בלויז פאר. 
ניכטן צענדליקער טויזנטער , סאָנים פון פאָלק" -- ,אגענטן". מיליטערישע, ציווילע, העלדן, לאר 
רעאטן -- װײיניקער איבערקלײַבן! ליקווידירן -- און גאָר! ער האָט אויך באפוילן אלעמען, װער עס 
איז שוין אמאָל געזעסן אין די טורמעס און לאגערן און זיך נאָכן טערמין אומגעקערט אהיים, ווידער 
אײַנזעצן, געבן א נײַעם טערמין, פארשטארקן די רעפּרעסיעס... | 

און די מאשין האָט אפסנײַ גענומען ארבעטן. 

און װער האָט עס געװוסט בעסער, װי מיר, וועלכע האָבן זיך געשלעפּט מיט די עטאפּן אף 
צוגן, שיפן, בארזשעס אין אױסרײַסעניש, אין די לאגערן, און אף אלע סטאנציעס האָט מען אין 
אונדזערע שטײַגן, איבערגעפולטע מיט מענטשךארעסטאנטן, ארײַנגעשלײַדערט אלץ נײַע און נײַץ 
קאָרבאַנעס. זיי האָבן דערציילט אלץ. פאר די טעג, װאָס מיר זײַנען געווען אין וועג, איז מען, דאכט 
זיך, דורכגעגאן א גאנצע אקאדעמיע... 

שוין קימאט סאָף װועג האָט מען צו אונדז אין סטאַליפּי"װאגאָן ארײַנגעקװעטשט א הױכן, 
באיאָרטן פּארשוין מיט א זעקל אף די פּלײיצעס. דאָס איז געווען א מענטש פון קנאפּע אכציק יאָר, 
מיט א ראכוועסדיקער װײַסער באָרד און לאנגע װײַסע װאָנצעס, מיט א ברייטלעך אָפן פּאָנעם און 
צוויי לעבעדיקע ליכטיקע אויגן. 

אראָפּגעלאָזט צו די פיס דאָס זעקל, האָט ער זיך צוגעמאָסטעט ווי-ניט-איז אין אונדזער ,קופּע", 
מיט זײַנע גוטמוטיקע אויגן אונדז באטראכט און זיך אָנגערופן: 

-- געזונט זײַט! זדאָראָװאָ, סלאוויאנער! װאָס האָט איר זיך אזוי פארדײַגעט, יונגעלײַט? -- 
און ער האָט זיך הילכיק פאנאנדערגעלאכט. 

דער אופזעער איז צוגעלאָפן צו אונדזער דראָט-פארצוימונג און א דראָע געטאָן מיטן פויסט 
צום אלטן; 

-- װאָס פאר א געלעכטער, פאשיסט! שטיל זאָל זײַן.. 

דער אלטער האָט זיך א קרים געטאָן, איבערגעפירט דעם ליכטיקן בליק אפן סאָלדאט און זיך 
פארווונדערט: 

-- װאָס זאָגסטו, נאטשאלניק, איך בין א פאשיסט? איך האָב קיין פאשיסט אין די אויגן ניט 
געזען. פונעם דרײַסיקסטן יאָר פירט מען מיך פון איין לאגער אין צװײטן מיט קורצע, עמעס, 


89 


איבערײַסן... אפילע בייס דער מילכאָמע אפן פּראָנט ניט געווען, װײַל מע האָט מיך געהאלטן אין 
לאגער... 

-- זעט אויס, באטיא, ביסט א געפערלעכער קאָנטריק, װאָס מע לאָזט דיך ניט אף דער 
פרײַ? -- האָט דער סאָלדאט שטילערהייט זיך אָנגערופן, קוקנדיק אין עק װאגאָן, צי הערט ניט זײַן 
נאטשאלניק. 


-- יאָ, איך בין זייער א ,סאקאַנעסדיקער פארברעכער"! -- האָט דער אלטער אלץ גע- 
שמייכלט. -- דער קאַנטריק, װאָס דו זעסט, איז א פּוטילאָװער ארבעטער. געהערט אזא שטאָט-- 
פּיטער? אדא, געהערט... נו און אז מע האָט דאָרט אין 17-טן יאָר געמאכט די רעװאָלײציע, האָסטו 
אויך געהערט? געהערט... אין אָט דער , פאשיסט", װאָס דו זעסט, דעמלט געװען אין דער רויטער 
גווארדיע און אָנטײלגענומען אינעם שטורעם פונעם װינטער-פּאלאץ... עפשער האָסטו געהערט װעגן 
אזא פּאלאץ? כ'בין געװוען א דעפּוטאט בין איך געווען, לענינען געזען און געהערט אָט פּונקט אזוי, 
װי איך זע דיך, נאטשאלניק. ביזן זיבעצנטן בין איך געזעסן צוויי יאָר אין שליסלכירגער פעסטונג... 
געהערט? נו, עמעצער פון די קלאָװים האָט אף מיר אין נײַןהאן-צואנציקסטן יאָר אָנגעבלאַזץ א מע 
סירע, אז איך, קלוימערשט, האָב אף אן ארבעטער-פארזאמלונג אין זאװאָד אופגעהייבז די האנט פאר 
די רעכטע, צי עפשער פאר די לינקע, מיט אין װאָרט -- פאר עפּעס געשטימט. אין ס'האָט זיך 
געלאָזט שרײַבן די גובערניע, דאנילאָוו סערגיי פּאָטאפּאַװיטש, איך, הײיסט עס, האָט פאר עפַּעס 
געשטימט. און מע האָט מיך פארשפּארט, לעכאטכילע אין טורמע, דערנאָך איבערגעפּעקלט אין 
,סאַלאָװעצקער לאגער", דערנאָך קיין מאגאדאן... אָן א געריכט, אָן א טריבונאל, אף גאָטס באראָט. 
מיט א פּאַר יאָר צוריק האָט מען מיך פאָרט באפּרײַט. װוהין לאָזט מען זיך? צו ועמען? אין פּיטער 
זײַנען מײַניקע אלע אױסגעשטאָרבן פון הונגער בייס דער בלאָקאדע. בין איך פארפאָרן קיין קאזאן. 
אן אלטיטשקע גוטהארציקע טאַטערקע האָט מיך ארײַנגענומען צו זיך אין שטוב, אונטער איר דאך. 
מײַן מאן, האָט זי געזאָגט, איז אומגעקומען אפן פראָנט און איך װוין, זאָגט זי, איינע אליין אין א 
געראמער דירע. און וויפל דארף איך? איך זע, אלטער, אז דו דארפסט זײַן א גיטער מענטש מיט 
געוויסן און האָסט ניט װוּהין זיך אהינטאָן, טאָ פארבלײַב בא מיר דאָ. איך װעל דיר עפּעס אָפּקאָכן, 
אויסוואשן, אליין לעבן אין שטוב קאָן מען מעשוגע װערן. א טײַערע נעשאָמע. א גוטע. א געטרײַע. 
בין איך דאָרט געבליבן. און געמיינט, אז דאָ װעל איך שוין פארטרײַבן די צײַט ביזן גאניידן, אָפּי 
שטופּן דאָס לעצטע ביסל יאָרן, װאָס גאָט האָט מיר פאראָרדנט. זײַנען געקומען די ,אלטע פרײַנט" 
פון קאגעבע אינמיטן דער נאכט, מיך אופגעטאָרעט פונעם שלאָף און זיך אָנגערופן: ,נו, קאָנטריק, 
גענוג שלאָפן, מע דארף דעם קישן. ביסט געווען א ביסל אף דער פרײ, און האָדיע. װאָס צו, דאָס 
איז איבעריק. די קאמער ווארט װוידער אף דיר". 


מע האָט מיך אוועקגעפירט דערשלאָפן די נאכט אין טורמע. ,פּאָטאפּיטש, -- האָט דערקלערט 
דער נאטשאלניק, -- האָסט געזאָגט, אז צופיל רוסישע סאָלדאטן זײַנען אומגעקומען אף דער מיל 
כאָמע? הייסט עס, דער ,געניאלער פּאָלקנפירער", דער כאװוער סטאלין, האָט שלעכט געפירט די 
מילכאָמע?.. אזויפיל יאָרן האָבן מיר דיך געכאַװעט אין די לאגערן, און דו ביסט סײַװיסײַ געבליבן 
א קאָנטריק? וויבאלד אזוי, באקומסטו בא אונדז א צוגאָב -- 25 יאָר... שרײַב זיר אונטער!." 

אויסגעהערט, װאָס פאר א קנייטל מע האָט מיר צוגעלײגט, האָב איך זיך מעסוקן דערפרייט. 
און טאקע, א גרויסן דאנק אײַך, טײַערע געזעצגעבער! איך האָב געמיינט, אז איך װעל נאָך אָפּלעבן 
א יאָר:צװײ, מערסטנס דרײַ... כ'פארמאָג הונדערט קרענק. האָט איר מיר צו מײַנע אכציק יאָר דאַ- 
באוועט א פינף-און-צוואנציקער. זאָג איך אײַך א גרויסן דאנקו.. 

דער אלטער האָט זיך געװערטלט, לאכנדיק, און דער סאָלדאט איז אָפּגעגאן פונעם דראָט: 

-- גענוג, באטיא, פּלאפּל ניט! װײניק האָסטו באקומען? דארפסט נאָך?.. 

-- מיר איז שוין אלציינס. זאָל מען געבן נאָך... 

װי עס איז ניט געווען ענג, האָבן מיר זיך צערוקט און געגעבן אונדזער אומגעויינלעך פריי" 
לעכן שאָכן א שטיקל אָרט. 

אין א טויבן טופּיק, אף א פארװאָרפענעם װאָקזאל האָט זיך אונדזער צוג אָפּגעשטעלט. לאָזט 
זיך אויס, אז מיר זײַנען אין וויאטקע. װאָס זשע, אָט דאָס איז אונדזער לעצטע סטאנציע און מיר 
זײַנען שוין אף אן אָרט?.. 

א נעכטיקער טאָג! אזעלכע פארברעכער, װי מיר, זײַנען ניט קראנק דעראָבערן א טיפערע העק, 
א ביסעלע נעענטער צו דער אױסרײַסעניש. 

א שטיקל צײַט װעט אונדז אויסקומען זײַן אף דער ,פּערעסילקע", אין דער אלטער הילצערנער 
טורמע, װאָס מע האָט דאָ אויסגעבויט נאָך פאר יעקאטערינען. די וויאטקער טירמע האָט א גרויסן 
שעם. בארימט איז זי מיט דער בייזער וואך, מיט אירע טורעמשטשיקעס, און, באזונדערס, מיט אירע 
וואנצן. 


0 


זי לאָזן מאמעש קיינעם ניט אָטעמען! זיי זײַנען, װי די װוילדע כײַעס. 

און אַט האָט מען אונדז פארטריבן אינעם לאנגן, קויטיקן האלבפינצטערן באראק, װו מיר האָבן 
זיך אָפּגעוואלגערט אפן בלאַטיקן דיל דעם גאנצן טאָג אָן עסן, אָן טרינקען, ביז מע האָט אונדז 
איבערגעציילט, װי די פי אין שטאל, אױיסגעסאָרטריט און פאנאנדערגעפירט אין די באראק-קאמערן. 
זי זײַנען אזוי אויך, אָן אונדז, דאָ געווען איבערגעפולט קאָפּ אף קאָפּ, נאָר איצט, אז מע האָט אינדז, 
די ,נײַע", ארײַנגעשטױסן אהער, איז געװאָרן גאָר פריילעך. 

די דורכויסיקע צװײיגאָרנדיקע נארעס זײַנען געווען אזוי באפעלקערט, אז מע האָט זיך געקענט 
אויסלייגן בלויז אף איין זײַט. לויט א קאָמאנדע האָבן זיך אלע אויסגעדרייט אף דער צװייטער זײַט. 

א סאך האָבן זיך אװעקגעלײיגט פּאַשעט אונטער די נארעס, אפן נאסן, פארשפּיגענעם דיל, 
ארום דער פּאראשע, צוגעשפּארט זיך װוייניט-איז צו די ווענט. 

אָטעמען איז ניט געווען מיט װאָס און מע איז שיר ניט דערשטיקט געװאָרן. 

די וואנצן, די פּאַטאָמסטװענע -- דאָר-דױרעסדיקע, װאָס האָבן זיך דאָ אײַנגעפונדעװעט און 
זיך געפילט װי אין א גאניידן נאַך פון יעקאטערינעס צײַטן, האָבן זיך גלײַך גענומען צו דער ארבעט, 
דעריקער אױספאָרשן, װאָס פאר א טאם עס האָבן די ,נײַע". א װעלט ,רויטע ייִַדעלעך' האָט זיך 
ארופגעװאָרפן אף די ערשט אָנגעקומענע. די אלטע האָבן, דוכט זיך, גלײַכגילטיק אויסגעהערט 
זיײיערע זידלערײַען און קלאָלעס. אליין זײַנען זיי שוין געוען צוגעװוינט צו די אטאקעס פון די 
שטינקענדיקע באשעפענישלעך און געריסן מיט די נעגל די הויט אף זיך שטילערהייט. 

די לופט איז געװען דורכגעזאפּט מיט מענטשישן שווייס, מיט בלוט, קארבאָללקע, קאלך או 
איבערגעמישט מיטן רייעך פון דער פּאראשע, װאָס האָט פארנומען א גאנץ װינקל לעבן דער טיר.. 

אף די נארעס איז קימאט קיינער ניט געשלאָפן -- אלעמאַל האָט מען זיך לט א קאַמאנדע 
געדארפט איבערדרייען אף דער אנדערער זײַט, דערצו נאָך איז אויסגעקומען פירן א בלוטיקן קאמף 
מיט די יעקאטערינינער געהויבענע וואנצן. 

דער אוילעם האָט מיט אומגעדולד געווארט, די נאכט זאָל אריבער און מע זאָל אָנהײיבן ארויס- 
פירן די ארעסטאנטן אין הויף אף דעם שפּאציר, נאָר װי אפצולאָכעס האָט די נאכט זיך געצויגן מע- 
שוגענערהייט, ניט געװאָלט אָפּטרעטן, װי זי, די נאכט, װאָלט געקליבן נאכעס, װאָס מענטשן קאַנען 
ניט שלאַפן, װאָס זיי מאטערן זיך אזוי. מײַן שאָכן, א פּראָפעסאָר פון קאזאנער איניווערסיטעט, גנאט 
סאוועליעוויטש, װאָס איז געלעגן באנאנד מיט מיר אף דער איבערשטער נארע, האָט אלעמאָל אף 
מיר אופגעהויבן זײַנע עטװאָס אויסגעסטארטשעטע בלאָװולעכע אױגן, געשאַקלט מיטן קאָפּ, טיף 
געזיפצט. 

-- אָט דאָס הייסט לעבף.. אָט דאָס הײסט ,א מענטש -- קלינגט שטאָלץו." 


מיר האָבן זיך אופגעכאפּט גאנצפרי, נאָך איידער דער נאדזיראטעל האָט אויסגעצויגן: , פּאַדיאָם!" 

די דעזשורנע האָבן זיך גלײַך גענומען צו זייערע פליכטן -- װער אויסקערן, װער ארױיסטראָגן 
די פּאראשע. אין דעם ענגן איבערבאפעלקערטן קאמער-באראק איז געװאָרן טימלדיק. אין דעם הויהא 
האָבן זיך דערהערט אויסגעשרייען, א זידלערײַ פון די קעכער אין קאָרידאָר, װאָס האָבן געבראכט 
אין א דייזשע די , בורדא" -- די לייזע יויך, מיט די פּײַקעס ברויט, װאָס האָבן זיך גלײַר אף די הענט 
צעשאָטן אף ברעקלעך. 

בא דער טיר האָט זיך אויסגעצויגן א ריי. יעדער איינער האָט באקומען דאָס אליומיניישיסעלע 
מיטן גרויסארטיקן געקעכטס, װאָס האָט געשלאָגן צו דער גאל. מע האָט זיך ווייניטאיז אויסגעזעצט, 
ווער אף די נארעס, װער פּאַשעט אפן דיל, לעבן דער ,פּאראשע", אין די װינקלען. דער קאזאנער 
פּראָפּעסאַר האָט זיך געסטארעט די גאנצע צײַט האלטן זיך נעענטער צו מיר, לאָזט זיך אויס, אז 
ער איז דאָ שוין אן אלטער טוישעוו. א שיינע פּאַר װאָכן, אז ער געפינט זיך דאָ. אלע טאָג ווארט 
ער, מע זאָל אים ארויסרופן אפן עטאפּ, און מע רופט אים ניט אויס. ער שטעלט זיך ניט פאָר, װוהין 
װעט מען אים פארשיקן און בא װאָס װעט ער קאָנען ארבעטן? מע זאָגט, אז די מערהײַט ארעסטאנטן 
שיקט מען איצט אף די שאכטעס. ער האָט פארן ארעסט איבערגעטראָגן א שװערן אינפארקט און 
שטעלט זיך ניט פאָר, װיאזוי איז ער געבליבן לעבן. און דאָ נאָך איז די ריִע בא אים א שרעקלעכע, 
ער זעט קוים. נאָר װאָס זשע, מענטשן זעט ער גוט אין קאמער. פאר די טעג האָט ער זיד מיט א 
סאך דאָ באקאנט. אָט זיצט אין װינקל דער קאָנטר-אדמיראל לאפּושקין, קוזנעצאָװס, דעם אמאָליקן 
יאם-מיניסטערס גוטער"פרײַנט. מע האָט זיך צוזאמען געלערנט אין אקאדעמיע. אן אינטערעסאנטע 
,דיעלאַ' בא אים. דורכגעגאן די גאנצע מילכאָמע אפן פלאָט, באלוינט מיט א פילן איקאַנאָסטאס 
אָרדענס און מעדאלן. מע האָט אים געשיקט אין מיניסטעריום, אין קארטאָגראפישן אָפּטײל. פון 
הונדערטער יאָרן פירט זיך צװישן די מעלוכעס, װאָס האָבן יאמען, -- מע בײַט זיך מיט די מא- 
פּעס -- װוּ עס געפינען זיך אין די יאמען ריפן, פעלדזן.. נאָך בייס פּיאָטער דער גרויסער האָט 


1 


געהערשט, האָבן מעלוכעס זיך געטוישט מיט מאפּעס. און דאָ האָט מען אײַנגעזעצט לאפּושקינען. 
עפּעס האָט ער דערציילט אייניקע אָפיצערן אן אנעקדאָט. און מע האָט עס גלײַך אָפּגעטראָגן, װוה'ן 
מע דארף. העכער א יאָר האָט מען דעם קאָנטר-אדמיראל געהאלטן אין טורמע אף דער אױספאָר- 
שונג, נאָר ער האָט גאָרניט אונטערגעשריבן. האָט מען אים פארמישפּעט דערפאר, װאָס ער האָט, 
קלוימערשט, ארויסגעגעבן אייניקע ,מיליטערישע סידעס" די ענגלענדער -- עטלעכע מאפעס.. 

ער האָט גאָרנישט ניט געקאַנט דערװײַזן, פארענטפערן זיך. מע האָט אים געגעבן פינף און 
צוואנציק יאָר. און דאָ, װוּ איר שלאָפט, האָט יענער געזאָגט, איז נעכטן געשלאָפן דער גענעראל- 
לייטענאנט טעלעגין... געהערט װער טעלעגין איז? זשוקאָװוס רעכטע האנט, דער מיטגליד פון מיליי 
טער-ראט פונעם ערשטן װײַסרוסישן פראַנט... נעכטן האָט מען אים גענומען אפן עטאפֿ... 

איך בין דערשטוינט געװאָרן, דערהערנדיק די פאמיליע טעלעגין. זײַן פאמיליע שטייט אף 
עטלעכע מײַנע דאָקימענטן, וועלכע איך האָב באקומען פון דער קאָמאנדשאפט פאר אָנטײילנעמען אין 
דער באפּרײַונג פון א גאנצער ריי שטעט בייס דער מילכאָמע.. 

דער פּראַפּעסאַר האָט מיר אָנגעװיזן אף א שלאנקן מיטליאָריקן פּארשוין אין א קאפּעליוש, 
און שטילערהייט אײַנגערױמט אפן אױער: ;אָט דער באָכער איז דער בארימטער טענאָר פון דער 
לענינגראדער אָפּערע -- פּענקאָווסקי... ער באהערשט א גאַלדענע שטים. איך האָב זײַן געזאנג ניט 
איין מאַל געהערט". שפּעטער א ביסל האָט דער פּראָפּעסאָר מיר אָנגעװיזן אף א ריי הייכע מיליטער- 
נאטשאלניקעס, פּארטיי-אָנפירער... 

און איך האָב געקוקט אף די מענטשן און געדאכט האָט זיך, אז איך זע א שרעקלעכן כאָלעם. 

װאָס טוט זיך עס? װאָס קומט פאָר אין דער מעדינע? װער האָט זיך גערירט פון די געדאנקען? 
וויפל קאַן זיך אזוינס ציען? 

דער נאדזיראטעל האָט געעפנט די טיר פון אונדזער באראק-קאמער און געפרעגט, װער װויל אף 
דער פרישער לופט? דאָס הייסט, ארויסגיין אין הויף. עפּעס בויט מען דאָרט אין װײַטן הויף-ווינקל. 
װער עס װיל באקומען אן איבעריקע פּײַקע ברויט, קאָן גיין נעמען א זאסטעפּ, א קירקע... 

איידער זיצן אין דעם איפּעש, װאָלט טאקע עפשער געווען א פּלאן ארויסגיין אף דער פרישער 
לופט ארבעטן? 

און א פּאָר צענדליק ארעסטאנטן זײַנען ארויס אין קאָרידאָר, װוּ עס האָבן שין געווארט 
מענטשן, וועלכע האָבן געלעכצט א ביסל פרישע לופט. 

אין עטלעכע מינוט ארום האָט זיך אין פינצטערן, נאסן קאָרידאָר אויסגעצויגן א היפּשע 
קאָלאָנע. מע האָט אונדז ארויסגעפירט אין הויף, געהייסן נעמען זאסטעפּעס, קירקעס און מע האָט 
אונדז ארויסגעפירט אין עק הויף, געויזן, װוּ גראָבן, איבערווארפן ערד, טראָגן ציגל צו די דיקע 
ווענט. און דאָ האָט זיך דער קאַנטרזאדמיראל אָנגערופן: 

-- כעוורע, זעט נאָר, װוּהין מע האָט אונדז געבראכט? דאָס בויט מען דאָך א נײַע טורמע.. 
צי דען װעלן מיר פאר אונדזערע מענטשן בויען טורמעס? מע װעט דאָך אונדז פארשעלטז די ביינער! 

דער אוילעם איז שטיל געװאָרן, זיך אײַנגעקוקט אינעם איפגערעגטן פּאָנעם פונעם געװעזענעם 
מיליטערמאן. 

-- זעט נאָר, סארא דיקע וענטו.. און דאָרטן ליגן אונטערן שניי גראטעס... איר זעט, מענטשן? 

-- יאָ, גראטעס... א טורמע בויט מען דאָ... 

עטלעכע װײַלעס האָבן מיר זיך איבערגעקוקט און אָנגעהױבן ווארפן די לאָפּעטעס אין א זײַט. 
עס איז אויסגעוואקסן א גרויסע קופּע זאסטעפּעס, קירקעס, טאטשקעס... 

-- היי, נאטשאלניק! פיר צוריק אין קאמער! 

-- פיר אָפּ אין קאמער! קיין טורמעס װעלן מיר ניט בױיען! 

-- זאָלן די נאטשאלניקעס בויען טורמעס... זי האָבן מוירע, זיי זאָלן ניט בלײַבן ארבעטלאָז... 
פירט אָפּ צוריק אין קאמער! 

עס איז געקומען צו לויפן דער טורמע-נאטשאלניק, אָנגעהױבן שרײַען, דראָען, פאָדערן, מע 
זאָל גלײַך צוטרעטן צו דער ארבעט. נאָר קיינער האָט אים ניט געהערט. א גאנצע שאָ האָט מען 
אונדז מיט גוטן און שלעכטן איינגערעדט, נאָר קיינער האָט זיך ניט גערירט פון אָרט. 

מע האָט אונדז אָפּגעהאלטן עטלעכע שֹאָ אפן פראָסט און דאָך אָפּגעפירט די איפגעברױיזטע 
קאַלאָנע צוריק אין די באראקן-קאמערן... 

-- גענוג טירמעס... אף אונדזער דאר װעט סטײַען!.. 


דאָס װאָס מיר האָבן דורכגעפירט א שטרײַק, האָט ארויסגערופן גרימצאָרן מיצאד דער אדמי- 
ניסטראציע פון דער טורמע. מע האָט אונדז פארװוערט דרײַ טעג ארויסגיין אף דער פרישער לופט, 
אף אונדזער געזעצלעכן שפּאציר. די פּאָכליאָבקע, די שיטערע יושקע, װאָס מע פלעג אונדז געבן, 


92 


איז געווען ערגער, װי אלע טאָג - דאָ האָט מען לאנג געדארפט אָרודעװען, מישנדיק מיטן לעפל, 
ביז מיר האָבן געכאפּט א שטיקל בלעטל פון קרויט. מע האָט אויך ניט ארויסגעגעבן דאָס פּיצל 
צוקער און עס איז אויסגעקומען טרינקען דאָס ביסעלע אַקרעפּ מיט זאלץ. נאָר ערגער פון אלץ איז 
געווען דאָס, װאָס עטלעכע טעג האָט די נאדזיראטעלשע ניט געביטן די ביכלעך פון דער , ביבליאָי 
טעק" און עס איז ניט געווען װאָס צו לייענען -- די איינציקע פרייד אין אונדזער פיללײַדנדיק לעבן. 

דעם פערטן טאָג האָט מען אראָפּגענומען פון אונדז די ביטערע שטראָף, און אָט האָט זיך 
באוויזן בא דער , קאָרמושקע" פון יענער זײַט טיר די אלטיטשקע ביבליַאָטעקערן מיט דער טאטשקע 
ביכער -- פארלייענטע, פארשמאָלצעװעטע, נאָר דאָך ליבע און טײַערע. 

עס האָט זיך אויסגעצויגן א לאנגע ריי. די ביבליאָטעקערן האָט שנעל דערלאנגט יעדן א ביכל 
און אונטערגעײַלט, מע זאָל גיכער נעמען, ניט פארהאלטן. אײניקע האָבן געבעטן געבן אנדערע 
ביכלעך, װײַל דאָס האָט מען שוין געלײענט, נאָר זי האָט זיך געבײזערט, זי האָט ניט קין צײַט 
איבערקלײַבן. מע זאָל נעמען, װאָס מע גיט, און זאָגן א דאנק. קיין אנדער בריירע איז ניט געוען, 
מע האָט געמיזט װידער נעמען דאָס ביכל, װאָס מע האָט שוין פריַער איבערגעלייענט. 

און אָט איז געקומען מײַן ריי. די ביבליאָטעקערן האָט אף מיר אופגעהויבן דעם בליק און דער- 
לאנגט צוויי ביכער, איך האָב פון אומדערווארטקײַט צעעפנט דאָס מויל און שיר ניט אויסגעשריגן. 
צווישן די צוויי ביכער האָב איך דערזען א זאמלונג מײַנע דערציילונגען, װאָס איז דערשינען ערעוו 
דעם, װי מע האָט מיר ארײַנגעװאָרפן אין טורמע. איך האָב אפילע ניט באוויזן זיך צו זעט אָנשפּיגלען 
אין דעם. מיט הארץ-צאפּל האָב איך גענומען אין ביידע דלאָניעס מײַן סייפער, אָפּגעטראָטן צו מײַן 
ווינקל, זיך פארגראָבן אינעם בוך און גענומען שלינגען די שורעס. איך האָב זיך ניט פאָרגעשטעלט, 
וויאזוי איז מײַן בוך דערציילונגען דערגאן אהער, אין אָט דער שוידערלעכער הילצערנער יעקאטע- 
רינינער טורמע? זעט אויס, אז די טורעמשטשיקעס האָבן דאָס נאָך ניט באויזן פארברענען? און 
עפשער איז אין דעם װיסטן קאנט נאָך ניט דערגאן דער באפעל, מע זאָל אזעלכע ביכער דרינגענד 
פארניכטן באגלײַך מיט אלע ביכער פון די ,סאָנים פון פאָלק"? װי קאָן מען דאָ האלטן אזא קרא- 
מאָלע צוזאמען מיט זײַן אװטאָר? 

דער פּראָפּעסאָר פונעם קאזאנער אוניווערסיטעט האָט זיך צוגעזעצט לעבן מיר און דערזען, 
אז איך בין פארטיפט אינעם בוך, האָט ער אים אף א װײַלע גענומען אין די הענט, געװאָרפן דעם 
בליק אף דער פאָטאָגראפיע, זיך טיף אײַנגעקוקט, איבערגעלייענט די פאמיליע און דאָס פּאָנעם האָט 
זיך אויסגעצויגן: 

-- עפּעס זייער ענלעך אף אײַך, , סוינע פין פאָלק'. צי האָב איך ניט קיין טאָעס?. אײַער 
פאמיליע איז, דאכט מיר, פּונקט אזא... 

דאָס הארץ איז פארקלעמט געװאָרן און איך האָב דערפילט, אז עס װערט מיר פינצטער אין 
די אויגן. 

נאָך א קורצער פּאוזע, האָב איך א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ אף ניין: 

-- ניט איך... איך האָב צו דעם נוך קיין שים שײַכעס ניט.. 

און דאָך האָב איך דערפילט עפּעס א מאָדנעם צופלוס פון ווארעמקײַט אין הארצן: ער ווייסט, 
צי װעל איך אויסהאלטן די צען יאָר אין די פארװאָרפענע קאנטן, װוּ צוועלף כאדאָשים אין יאָר איז 
ווינטער, דאָס איבעריקע -- זומער? עפשער װעט כאָטש בלײַבן לעבן דאָס, װאָס איך האָב באװין 
אָנשרײַבן פאר די לעצטע מײַנע יאָרן?.. מײַן סייפער, װאָס געפינט זיך צוזאמען מיט מיר אין דעם 
װיסטן העקדעש... 


אוים דאָס הייסט לעבן, װאָס הייסט טױט? 


אין קוימען פון דער גרויסער אײַזערנער הרובע, װאָס איז געשטאנען אינמיטן אונדזער באראק- 
קאמער, האָט געװאָיעט דער װינט, װי טויזנט וילדע כײַעס װאָלטן זיך צעבושעװועט. אף דעם שפּא' 
צִיר איז קיינער ניט ארויסגעגאן -- די וויוגע, די זאווערוכע האָט געשלײַדערט פון די פיס. און דאָס 
איז נאָך װײַט ניט דער קאנט, װוּהין מע װעט אונדז אין עטלעכע טעג ארום אוועקפירן. דאָרטן איז 
שוין לאנג ארײַנגעפאָרן דער װינטער מיט זײַנע שרעקלעכע פרעסט. 


3 


מיר זיצן דאָ און זײַנען אָפּגעריסן פון דער גאנצער װעלט. װאָס הערט זיך פון יענער זײַט 
שטעכלדראַטן? װאָס איז דאָרטן בא אונדז אינדערהיים? װי לעבן איבער די צײַט אונדזערע ליבע 
און נאָענטע? שיין א יאָר, אז עס איז נישטאָ קיין יעדיִע פון זיי. װאָלט זיך שוין גיכער אױסגעלאָזט 
אָט דער שרעקלעכער װעג, מע זאָל שוין קאַנען אָנשרײַבן אהיים א בריול, געבן צו װיסן װעגן 
זיר! די באגעגעניש מיט עסטערן דאַרטן, אין דער לוקיאנאָװער טורמע, אין דער אָנװעזנהײַט פון 
א מאניאק, װאָס האָט קיין װאָרט ניט געלאָזט זאָגן, עפּעס אויספרעגן, האָט געדויערט עטלעכע 
געציילטע מיניט. מיר זײַנען געשטאנען, אָפּגעזונדערטע מיט דער דראָט-פארצוימונג, אין ניט געקאָנט 
זיך קאַנצענטרירן, עפּעס ארויסברענגען. מיר האָבן ניט באוויזן זיך ארומקוקן, װי דער פּארשוין האָט 
א בורטשע געטאָן, אז דער ,געשפּרעך איז געענדיקט.. פּאָשלי!". זעט אױיס, ביזוואנען איך װעל 
לעבן, װעט פאר מײַנע אויגן שטיין א פארוויינטע עסטער, און איך װעל הערן איר קאָל: ,האלט זיך, 
ליבער, אזוינס קאָן לאנג ניט דויערן!" 

נאָר אין קוויטל, װאָס מע האָט מיר אונטערגערוקט ערשט ניט לאנג און איך האָב ויך אָפּגץ 
זאָגט אונטערשרײַבן, איז געשטאנען , צען יאָר"! דערצו נאָך, האָט מיך קיינער ניט געמישפּעט. מײַן 
נאָמען האַבן די הענקער ארײַנגעשטעלט אין א לאנג צעטל, װוּ עס זײַנען געווען עטלעכע הונדערט 
נעמען. אלע קימאט אזעלכע ,סאָנים', װי איך. דאָס װיסטע צעטל האָט צונויפנעשטעלט ,די באװן- 
דערע באראטונג" און עס שטייט דאַרטן די כסימע פונעם אויבער-טאליען פון לאנד לאוורענטי בע 
ריא -- סטאלינס רעכטע האנט, זײַן שלאכט-פרײַנט. געניטע לאגערניקעס, װעלכע איך האָב בא 
געגנט אין װעג, האָבן געזאָגט, אז עס ענדיקן זיך די צען יאָר, רוקט מען דיר אונטער א נײַ פא 
פּירל -- נאָך צען... און שפּעטער רוקט מען דיר אונטער א ,נאסעדקע". ער פארפירט מיט דיר א 
שטיקל געשפּרעך און שרײַבט אף דיר אָן, אז דו האָסט מיט אים געפירט ,אנטיסאָװעטישע גע 
שפּרעכן', און מע טיילט דיר צו נאָך 25 יאָר, אָט פּונקט װי דעם אלטן פּוטילאָװער ארבעטער, װאָס 
זיצט דאָס גאנצע לעבן אין די טורמעס און לאגערן פאר דעם, װאָס ער האָט אמאָל, אין די װײַטע 
צוואנציקער יאָרן, אופגעהויבן די האנט, קעדיי אָפּטרײַבן פון דער נאָז אן אײַנגעאקשנטע פליג. 

א מעשוגאס, װאָס אין איבערגעוואקסן געװאָרן אין א מעלוכע-מעשוגאס, און הונדערטער 
טויזנטער ערלעכע, טרײַע סאָוועטישע מענטשן שמאכטן אין די טורמעס און לאגערן. און דאָס דארף 
מען איבערקייפלען פינף, צען מאָל, װײַל די פאמיליעס, נאָענטע און ליבע, װאָס זײַנען איבערגע- 
בליבן אינדערהיים, מוטשען זיך דאָרטן װי אפן טױט. פאריאַגטע, פארהאסטע. מע קאָן זיך ניט 
אײַנאָרדענען אף ארבעט, אָנקומען זיך לערנען, זאָגן א װאָרט, װײַל מע איז דאָך מישפּאַכעס פון 
,סאָנים פון פאָלק', פון , שפּיָאָנען', ,נאציאָנאליסטן", ,אגענטן פון ראזװועדקעס". מע שלאָפט ניט 
דורך די נעכט. יעדע מינוט, װען עס דערהערט זיך א קלאפ אין טיר, װערט מען דערציטערט פון 
פּאכעד: ,זעט אייס, דער ,װאָראָנאָק" -- די , שווארצע קארעטע" -- דער מאלכאמאָװעס איז שוין 
געקומען. 

איך האָב אף עטלעכע מינוט זיך אָפּגעװענדט פון מײַנע שװערע מאכשאָװעס, זיך אופגעהויבן, 
דערהערט א גערודער בא דער טיר. דאָס האָט מען, זעט אויס, געבראכט א נײַעם עטאפּ, און עט" 
לעכע אומגליקלעכע װעט מען באלד ארײַנשטײסן אין אונדזער באראק-קאמער. עס װעלן באלד קו 
מען נײַינקע, צאפּלדיקע , שפּיַאָנען", ,,אגענטן", , סאַנים". װאָס װעלן זיי דערציילן? עפשער װעלן זי 
ברענגען א ביסל נײַס פון דער גרויסער װעלט? 

מע האָט ארײַנגעשטופּט צו אונדז א צענדליק ארעסטאנטן, מענטשן פון פארשיידענעם עלטער, 
פארשיידענע נאציאָנאליטעטן. , דער פאָטער פון פעלקער" סטאלין אין א גרויסער אינטערנאציאָנאליסט 
און ניט קיין גרויסער איבערקלײַבער, ער פארטרײַבט אהער מענטשן פון פארשיידענע נאציאָנאליטעטן, 
מע זאָל, כאַלילע, אף אים ניט זאָגן, אז ער שאנעװעט זײַנע לאנדסלײַט, גרוזינער. אָט האָט איר 
טאקע צװישן די אָקאָרשט געקומענע דרײַ גרוזינער צוויי ארמענער, צוויי ייִדן, אן אוקראינער, א לעט, 
א ליטווינער, א דײַטש און א רוס... דער לעצטער איז א מענטש פון א יאָר פופציק מיט א פולבלעך 
אָפן פּאָנעם און קורצע טונקעלע װאָנצעס, מיט א הויכן שטערן, װי בא סאָקראטן. ער איז אָנגעטאָן 
אין א בלאָװלעכן האלבמיליטערישן קיטעל, פּונקט אזעלכע טראָגט סטאלין, אפן קאָפּ, פארוקט ארוף, 
א האלבמיליטעריש היטל, דער גאנצער אויסזען זײַנער איז פון א פּארטײ-טשינאַװניק, װאָס האָט 
נאָרװאָס געענדיקט אף א גרויסער פארזאמלונג א ספּיטש. 

די אויגן זײַנע, ליכטיקע, בלוילעכע, זײַנען מאָדנע ארומגעלאָפן איבער דער קאמער. ער האָט 
מיט מוירע און פּאכעד באטראכט די מענטשן, װעלכע האָבן אף אים געקוקט מיט אינטערעס. ער 
האָט אראָפּגענומען דאָס היטל, אוועקגעלייגט זײַן ארעסטאנטיש טאָרבעלע, צעשפּיליעט דעם קאָלנער, 
צוגעגאנגען צום ראנד פון דעם שווערן גרויסן טיש, װאָס איז געשטאנען אינמיטן דער באראק-קאי 
מער, זיך אָנגעשפּארט מיט ביידע הענט אין ראנד טיש, אין אָנגעהױבן ריידן, פּונקט װי דאָ זאָל גיין 
א מיטינג: 


04 יס 


-- בירגער ריכטער! -- האָט ער זיך אָנגערופן מיט א הייזעריקלעכער שטים, -- בירגער ריכטער! 
װאָס קאַן איך זאָגן אין מײַן לעצטן װאָרט? איך בעט בליז מיר גלייבן, אז איך זאָג דעם ריינעם 
באַלשעװיסטישן עמעס... 

מיר זײַנען אײַנגעשטילט געװאָרן, באטראכטנדיק דעם פּארשוין: ניט אנדערש, ער האָט זיך 
גערירט פון די געדאנקען, מיינט נאָך אלץ, אז ער געפינט זיך אין טריבונאל, אָדער אין געריכט. 

אלע האָבן געשוויגן, אראָפּגעלאָזט די קעפּ. 

-- איך בין זעקס יאָר געװען סעקרעטאר פונעם קורסקער פּארטײי-קאָמיטעט.. נאָכן פראָנט 
האָט מען מיך אהין געשיקט. מע רופט מיך איוואן וואסיליעוויטש. איך אנערקען דאָס, װאָס די אויס- 
פאָרשער פון קאָמיטעט פון מעלוכישער געפארלאַזיקײַט אף לוביאנקע, אין מאַסקװע, האָבן מיר 
געהייסן אנערקענען... איך האָב זיך פארקויפט דעם אימפּעריאליזם... געארבעט אף דער טערקישער 
שפּיאָנישער נעץ, געװען בא זיי אן אגענט.. איך אנערקען, אז איך בין געװען א טראַצקיסט, אין 
רעכטן אָפּנײג, אין לינקן אָפּנײג, און ביכקאל א קאַנטר-רעװאַליציַאָנער, זיך פארנומען מיט אנטיסאָ 
וועטישער אגיטאציע... זײַענדיק אפן פראָנט, האָב איך איבערגעגעבן היטלערן יעדיִעס ועגן די סאַ 
וועטישע קויכעס... בירגער און כאוויירים ריכטער! איך אנערקען, אז איך בין אלע יאָרן געװען א 
סוינע פון פאָלק... זיך פארקויפט די יאפּאָנישע סאמורײַען. נאָר װי א טרײַער סטאלינעץ, בעט איך 
אײַך מיך באשטראָפן ניט שטרענג, װײַל איך האָב אלץ, װאָס איר האָט געפאָדערט פון מיר, אן 
ערלעכן באָלשעװיק, אונטערגעשריבן... זאָל לעבן דער גרויסער, געניאלער סטאלין, װאָס פירט אונדז 
צום סאָציָאליזם! הורא, כאוויירים! 

עמעצער פין דער צווייטער נארע האָט ניט אויסגעהאלטן און א שלײַדער געטאָן אין דעם רעד" 
נערס זײַט א שטיוול: 

-- היי, סלאוויאנער! װער עס זיצט געענטער צום ,אגענט", פארמאכט אים דאָס מױל! גענוגי 
מיר זײַנען שיין זאט מיט אזעלכע , שפּיאַנען! ביזן גאָרגל, 

-- א ראכמאַנעס אף א מענטשן! -- האָט עמעצער פון צווייטן װוינקל איבערגעשלאָגן. -- װאָס 
זשע, איר זעט ניט, צו װאָס פאר א צושטאנד מע האָט אים דערפירט?.. 

-- באפּרײַט אים א ווינקל, און זאָל ער זיך צושפּארן! עפשער װעט ער זיך אויסשלאָפן, װעט 
אים װערן גרינגער, און ער װעט אָנהײבן ריידן, װי א מענטש... 

מע האָט ניט באוויזן זיך בארויקן, װי די ,קאָרמושקע" האָט זיך צעעפנט און דער נאדזיראטעל 
האָט אויסגעשריגן: 

-- נאלימאָו! זעק נאלימאָו! מיט די זאכן! שנעלער! 

דער , טריבון" האָט זיך ארומגעקוקט, פארשפּיליעט זײַן , סטאלינקע" אף אלע קנעפּ, פאריכט 
דאָס היטל אפן קאָפּ און, געכאפּט זײַן קלומעקל, זיך געלאָזט צו דער טיר. און די טיר האָט זיך 
געעפנט. עס האָט זיך דערהערט דאָס בייזע קאָל פונעם נאדזיראטעל: 

-- סוקין סין! װוּהין ביסטו פארקראָכן? מע פירט דיך קיין קאזאן, אין דער פּסיכושקע, און 
דו?.. פּאָשלי! 

דער אוילעם איז אײַנגעשטילט געװאָרן. װער עס האָט זיך איבערגענייגט איבער א בוך, װער 
עס האָט פארנייט די הױזן, א העמדל, אַפּגעשארט די ואנצן, זײ זאָלן כאָטש באטאָג לאָזן צורן. 

אין קאמער איז געװאָרן שטיל. די ,רעדע" פונעם סעקרעטאר האָט א סאך פון אונדז אופגע- 
רודערט און דערמאַנט אין יענע שיינע טעג און װאָכן, װען די אױספאָרשער האַבן אונדז געװאָלט 
צווינגען אונטערשרײַבן דער רועך װייסט װאָס, און אונדז אויך שיר ניט דערפירט צו נאלימאָוס 
צושטאנד... 

דער פּראַפעסאָר האָט זיך צוגערוקט צו מיר, לאנג פארדײַגעט געשאַקלט מיטן קאָפּ און זיך 
אָנגערופן: 

-- נו, געפעלט אײַך, װאָס עס טוט זיך? און דאָס הייסט לעבן.. 

און דאָ האָב איך זיך דערמאָנט אין אונדזער בארימטער פּאָלקסליד: 

-- אוב דאָס הייסט לעבן, װאָס הייסט טויט?.. 


װאָס זאָגט עס דאָרט, דאָס אלטע שפּריכװערטל: זאָלסט ניט בעטן אף קיין בעסערן קייסער.. 

די שרעקלעכע, קויטיקע אלטע טורמע איז אונדז פאר די טעג מױירעדיק נימעס געװאָרן, און 
מיר האָבן שוין מיט אומגעדולד ארויסגעקוקט, געווארט, מע זאָל אינדז אוועקפירן װײַטער. װאָס 
ווארט אף אונדז דאָרט, האָט קיינער ניט געקאָנט װיסן, נאָר דאָ װעלן מיר אלע אומקומען פון דער 
קויט, פונעם געשטאנק, פון די הילצערנע נארעס און כאליאסטרעס ואנצן.. 

די צײַט איז געגאן, און די קעלט איז געװאָרן אלץ שטארקער. עס האָבן מאמעש געברענט די 


99 


פרעסט. אין קאָפּ זײַנען געקראַכן שווערע געדאנקען: אויב אין דער צײַט אין דאָ אזוי קאלט, טאָ 
װאָס ווארט אף אונדז דאָרט, ערגעץ ניט װײַט פון װאָרקיטא?.. 

און צי װעלן מיר ניט אומקומען אין װעג? מיר זײַנען אָנגעטאָן לײַכט, אָן ווארעמע זאכן, 
און װער פון אונדז איז דען צוגעװוינט צו גרויסע פרעסט? 

דער פּראָפעסאָר, װאָס איז באַקי אין א סאך זאכן, האָט דערציילט, אז נאָך װײַט פאר דער 
רעװאָליוציע האָט זיך אן עקספּעדיציע געלערנטע לײַט אװעקגעלאָזט אין יענעם קאנט. דערנאָך זיך 
אימגעקערט קיין פּעטערבורג און דערצײילט דעם קײסער ניקאָלקען, אז זײי האָבן אנטפּלעקט א 
גרויסן נײַעם ראיאָן, װוּ עס איז פאראן א סאך קוילן און נאפט, און מע דארף אהין שיקן מענטשן, 
זי זאַלן אָט דאָס גוטס ארויסבאקומען פון די ערדטיפענישן, װעט די אימפּעריע זיך בארײַכערן. 

דער קייסער האָט פארמאכט די מאפּע, װאָס די עקספּעדיציע האָט אים באוויזן, באטראכט דאָס 
אָרט און זיך צעבייזערט: 

-- איר זײַט בא די געדאנקען? װי זשע קאַנען לעבן מענטשן אין יענעם פארשאָלטענעם קאנט?! 
די ערד איז דאָרט אײביק פארפרוירן. װי גראניט... 

און אוועקגעלייגט זײַן רעזאַליוציע אף דער קארטע: 

-- כאָטש קוילן און נאפט זײַנען דאַרט פאראן אין די ערדטיפענישן, נאָר קיין מענטשן קאַנען 
דאָרט ניט לעבן! אפילע קאטאַרזשאנעס פארווער איך אהין שיקן... 

לאוורענטי בעריֵא, סטאלינס גרעסטער פּרײַנט, האָט באשטימט אנדערש. וויבאלד קיין מענטשן 
קאַנען אין יענעם קאנט ניט אויסהאלטן, װעט ער שיקן אהין , די סאָנים פון פאָלק"! זאָלן זי דאָרטן 
אומקומען, נאָר קוילן ארויסבאקומען... דאָרטן איז פאראן גענוג אָרט פאר בעסוילעמס, און ער 
װעט ניט זשאלעווען די מענטשן קיין דרײַ מעטער... 


אן יא פראָסטיקן באגינען, בייס די זאווערוכע האָט געדרייט מעשוגענערהייט און געוואלגערט 
מענטשן פון די פיס, האָט מען אונדז ארויסגעטריבן אין הויף, איבערגעציילט, װי די שאָף, און אוועק- 
געפירט צו דער באן-סטאנציע, װוּ עס האָט אף אונדז געווארט אן עשעלאָן פון טעפּלושקעס. 

זי זײַנען ניט געװוען ענלעך אף די אמאָליקע פראַנט-טעפּלושקעס, מיט װעלכע מיר פלעגן 
פאָרן אפן פּראָנט -- מיט נארעס, אייוועלעך, בא וועלכע מע האָט געקאַנט דערווארעמען די נעשאָמע. 
אין אָט די וואגאַנען האָט מען נאָך ערשט ניט לאנג געפירט פי אין די בוינעס, און דאָס האָט זיך 
געלאָזט פילן. 

דאָ און דאָרט זײַנען געװען אָפּגעריסן ברעטער, די פענצטערלעך זײַנען געװוען צוגעשלאָגן 
מיט פארזשאװוערטן בלעך און קיין סימען פון קיין בורזשויקע, קיין אײַזערן פעסל, מע זאָל קאָנען 
צעלייגן א פײַער. 

איין גליק, װאָס אין די וואגאָנען האָט מען ארײַנגעשטױסן א סאך ארעסטאנטן, מע האָט זיך 
געטוליעט איינער צום אנדערן און מיטן אָטעם זיך דערווארעמט. 

יאָ, דער לאָקאָמאָטיוו האָט געקוקט אין יענער ריכטונג, װוּ עס דארף זיך געפינען די פאר. 
שאַלטענע װאָרקיטא, װוּ די ערד איז שטענדיק פארגליווערט, שטארק, װי גראניט, און װוּ עס בושע- 
ווען שוין מוירעדיקע זאווייען, זאווערוכעס, פייגלען װערן פארפרוירן אין פלוג און פאלן טויטע אף 
דער ערד. 

נאָר מיר האָבן געמוזט אויסהאלטן. קיין אנדער בריירע איז ניט געװען דאַ זיך פארקילן, 
קראנק װערן הייסט טויט, אומקום. און וויפל מאָל איז אין קאָפּ געקומען דער געדאנק: אויב דאָס 
הייסט לעבן, װאָס הייסט טויט? 

העכער פינף מעסלעס האָט זיך אונדזער פארווייעטער, פארקאַוועטער צוג געשלעפּט איבער דער 
פארשנייטער טונדרע, דער גאנצער ארום האָט אויסגעזען, װי א װײַסער מידבער, װוּ עס האָבן 
אכזאָריעסדיק געװאַיעט די ווינטן, געריסן שטיקער פלייש. און מיר האָבן געטרוימט, זיך גיכער 
דערקלײַבן אף אן אָרט, צו די באראקן דערווארעמען װייניט:איז די נעשאָמע. 

קיינער פון אונדז האָט זיך ניט פאָרגעשטעלט, ויפל קילאָמעטער זײַנען מיר שוין אָפּגעפאָרן 
פון דער , פּערעסילקע" און וויפל װעט אונדז נאָך אויסקומען לײַדן אין עקלדיקן, דורכגעלעכערטן 
וואגאָן. 

דער הונגער און די קעלט האָבן שרעקלעך געמאטערט, און מיר האָבן געפילט, אז די קויכעס 
גײיען אויס. 

עס האָט שוין אָנגעהױבן טונקל װערן. דער פראָסט האָט געברענט. דער װינט האָט געבושע- 
וועט. פאָרויס האָבן זיך געװײַסט הורבעס שניי. דער װעג איז געװען פארװאָרפן מיט שנייוואלן. 
זעט אויס, אז װײַטער װעט שוין ניט אויסקומען פאָרן... 


0--18 96 


די טירן פון די טעפּלושקעס האַבן זיך צערוקט און מע האָט אונדז באפוילן זיך אויסשטעלן 
צו פיר אין א ריי. װײַטער, צום לאגער, װעלן מיר גיין צופוס. עס איז שוין דאַ נאָענט. 

אין דער טונדרע, דאָ און דאָרט, האָבן זיך באוויזן שווארצע היכע טעריקאָנען. זעט אױס, 
אז מיר זײַנען שוין טאקע נאַענט צום ציל, 

אינמיטן דער טונדרע, דער פארשנייטער און פארקאַװועטער, איז געבליבן א גרויסע מאכנע 
איבערגעפרוירענע, אײַנגענורעטע, אָנגעטאַנענע װער אין װאָס מענטשן. א גאנצע כאָפּטע סאַלדאטן 
אין שווארצע פּעלצן, פּוישטן, פוטערנע היטלען האָט אונדז ארומגערינגלט. אייניקע סאַלדאטן האָבן 
געהאלטן אף לאנגע רימענס דײַטשישע אַװטשארקעס, ביזע און מעכטיקע, װי די לײבן, גרײיטע 
זיך ווארפן אף אונדז און צערײַסן אף שטיקער. 

דער צוג האָט זיך אװעקגעשלעפּט װײַטער, אין דער טונדרע, און אונדז האָט מען אויסגעשטעלט 
אין א לאנגער קאַלאַנע. עפּעס א בייזער נאטשאלניק מיט אן אװטאָמאט אפן אקסל איז צוגעגאן צו 
דער קאַלאַנע און מיט א היזעריק-שיקערן קאָל געמאָלדן, אז קינער זאָל אין װעג ניט אָפּשטײן. 
א שפּאן רעכטס, א שפּאן לינקס רעכנט ער פאר א פַּרווו צו אנטלויפן און דער קאָנװאָי ווענדט אָן 
געוער, שיסט גלײַך אפן אָרט... 

פארשטאנען? געוויס פארשטאנען! װער זשע קאָן ניט פארשטיין אזעלכע טיף פילאָסאָפישע 
באפעלן? 

און די קאָלאַנע פארמישפּעטע, אומגליקלעכע, האָט זיך געלאָזט איבער דער פארקאַװעטער 
טונדרע. עס איז מוירעדיק שװער געווען שפּאנען, נאָך דעם װי מע איז עטלעכע מעסלעס אָפּגעזעסן 
אין די קאלטע וואגאַנען, מע איז געווען טוט הינגעריק און דאָרשטיק, נאָר מע האָט זיך געמווט 
צונויפנעמען מיט אלע קויכעס און גיין, ניט אָפּשטײן, זיך ניט אָפּקערן ניט רעכטס און ניט לינקס 
אפילע אף קיין טראָט, װײַל דער קאַנװאָי װעט ניט שפּאסן -- ער װעט גלײַך שיסן! 

איבער דער טונדרע האָט געװאָיעט די זאווערוכע. איבערן טיפן שניי איז געװוען שווער איבער- 
שטעלן די פיס, שפּאנען. צװישן אונדז זײַנען געווען יונגע כעוורע און אלטע, באיאָרטע מענטשן, 
קראנקע, אויסגעמאטערטע, פארצווייפלטע. וויפל קויכעס, נערוון האָבן צוגענומען די כאדאָשים מא- 
טערנישן אין די טורמעס בייס די ,אויספרעגן"! וויפל קארצערס, קעלערס איז מען דורכגעגאנגען! 
וויפל האָט מען זיך איזדיעקעוועט איבער די מענטשן, געשלאָגן, געמיימעסט, געדראָט, באליידיקט, 
דערנידעריקט די מענטשישע װירדע, װאָס איז אָפט געװען שװערער איבערטראָגן, װי די פיזישע 
מיטלען, װאָס מע האָט בענעגייע א סאך, א סאך אָנגעװענדט! 

און וויפל האָט מען זיך אָנגעמוטשעט אין דעם שוידערלעכן װעג, גײענדיק מיטן עטאפּ, פאָרן- 
דיק אין די קאלטע, צעבראַכענע טעפּלושקעס, געפרירט, געהונגערט! 

און אָט איז מען שוין, דאכט זיך, באם ציל. האָבן די פיס אָפּגעזאָגט, און עס איז אזוי מוירע- 
דיק שווער געווען שפּאנען איבער די שנייען. 

ניט װײַט פון מיר איז געגאנגען דער פּראָפּעסאַר פונעם קאזאנער אוניווערסיטעט. ער איז גע" 
ווען אָנגעטאַן אין א זומערדיק בלייך מאנטעלע, אין א צעקנייטשן ליכטיקן קאפּעלייש. עס האָט בא 
אים געקלונגען א צאָן אָן א צאָן, ער האָט געציטערט פון קעלט. עמעצער האָט אים דערלאנגט א 
שטיקל האנטעך, און ער האָט איבערגעבונדן דעם קאפּעליוש אזוי, אז די אויערן זאָלן זײַן צוגעדעקט 
כאָטש ווייניט-איז. אין די זומערדיקע סאנדאלן, איבערגעבונדן מיט שמאטעס, האָט ער געהאט א 
שרעקלעכן אויסזען. מיר האָבן אים אונטערגעהאלטן אונטער די הענט, געשלעפּט אף זיך, נאָר ער 
האָט שוין ניט געהאט קיין קויכעס זיך שלעפּן. דאָס הארץ האָט בא אים אלעמאָל א כאפ געטאַן, 
און ער האָט געשריגן, געבעטן, מע זאָל אים דערלויבן זיך אָפּשטעלן. נאָר דער קאַנװאַיַר האָט אים 
געזידלט מיט די לעצטע װערטער: ,אנו, קאַנטריק, פאשיסט, פאָרויס!" און אונטערגעמונטערט אים 
מיטן פּריקלאד פונעם אװטאָמאט. דער פּראַפּעסאַר האָט געקרעכצט, זיך געמאטערט, װי אפן טויט, 
געוויזן אפן הארצן, ער איז אָפּגעגאן נאָך א ביסל און א פאל געטאָן אפן שניי, װי אן אונטערגעקאַ- 
סעטער. 

די קאַלאָנע האָט זיך אָפּגעשטעלט. עס איז געװאָרן א טומל. דער קאראול-נאטשאלניק האָט 
איפגעהויבן א געשריי, זיך געלאָזט לויפן לענגויס דער קאַלאַנע, לעמײַ האָט מען זיך אָפּגעשטעלט? 
ער האָט געגעבן אזא קאַמאנדע? ער װעט באפילן שיסן!. 

דערזען אן ארעסטאנט ליגן אפן שניי, האָט ער צעשטויסן די ארומיקע, צוגערופן א יונגן סאָל- 
דאט, א קאָנװאַיָר, און באפוילן זיך פארהאלטן מיט דעם כוילע, זאָל יענער א ביסל קומען צױזיך... 

מיר האָבן אַבער באמערקט, װי דער נאטשאלניק האָט א װונק געטאָן צו דעם סאָלדאט, שטיי 
לערהייט געזאָגט, אז אויב דער ,זעק" װעט ניט קומען צויזיך, זאָל ער אים דאָ ליקווידירן אין דער- 
יאָגן דעם קאַנװאָי.. 

מיר זײַנען דערציטערט געװאָרן. א ראכמאָנעס געוועז אפן פּראָפּעסאָר. נאָר עס האָט זיך צע- 


97 


טראָגן די קאָמאנדע שנעלער זיך באוועגן פאָרויס, און די קאָלאָנע האָט זיך אװעקגעצויגן װײַטער 
אין דער ריכטונג פונעם לאגער, איבערלאָזנדיק אין דער טונדרע דעם קראנקן מיטן יונגן סאַלדאט. 

מיר זײַנען שווער געגאן איבער דער פארקאָוועטער און פארשנייטער טונדרע, און איך האָב 
זיך דערמאַנט דעם פּראָפּעסאָרס װערטער: ,און דאָס הייסט לעבן".. 

מיר זײַנען דערשטוינטע געגאן, טראכטנדיק װעגן דעם גוירל פון א גוטן מענטשן. אָט דאָ, 
אין אױסרײַסעניש, אין עק וועלט, איז געבליבן ליגן אפן שניי אן אומשולדיקער מענטש אָן הילף, 
װײַט פון זײַן מישפּאָכע, פון זײַן ארבעט, פון זײַן װײַב און קינדער. און אוב ער װעט דאָ אויסגיין 
אינמיטן דער טונדרע, צי דעם קאָנװאיר װועט נימעס װערן זיך דאָ װאָזגען מיט אים, װעט ער אים 
דערשיסן און מע װעט דערנאָך צונויפשטעלן אן אקט, אז באם פּרוּוו צו אנטלויפן האָט דער קאָנ- 
װאָיַר געמוזט אָנװענדן קויעך, דאָס הייסט, געווער, און ניט יענעמס פרוי, ניט די קינדער, די סטו" 
דענטן זײַנע, די קאָלעגן וועגן זיך קײנמאָל ניט דערוויסן, װוּ זײַן געביין איז אהינגעקומען. 

מיר האָבן זיך געשלעפּט איבער דער טונדרע, דערשיטערטע, אומבאהאַלפענע, אומגליקלעכע, 
און דאָס הארץ איז שיר ניט צעריסן געװאָרן פון וייטיק. מיר האָבן מיט גאָרנישט ניט געקאָנט 
העלפן דעם מענטשן... 

דער בייזער געװאָי פון דער זאווערוכע האָט אונדז באגלייט. מיר האָבן זיך נאָך לאנג געשלעפּט, 
ארומגערינגלטע. די קאַנװאַיָרן און בייזע דײַטשישע אָװטשארקעס, האָבן געשפּירט, קיינער זאָל, 
כאָלילע, זיך ניט אָפּנײגן פון דער קאַלאַנע. די קלאָװים האָבן געשטשירעט די מױירעדיקע ציינער, 
געבילט. 

מיר האָבן ניט באמערקט, װי די זאווערוכע האָט צוביסלעך גענומען גויסעסן, שטילער װערן. 
דער הימל האָט אָנגעהױיבן זיך אויסשיילן פון די כמארעס. אָט האָט זיך באוויזן איבער אונדז א 
שטיקל לעװאַנע און באשײַנט מיט א זילבערנעם גלאנץ דעם װעג, עס איז שוין געבליבן ניט קיין 
סאך צו אונדזער לאגער, אָט האָט ער זיך באויזן דאָרט פאָרויס אפן בארג. גרויסע עלעקטרישע 
לאמטערנס. א מוירעדיקער שעטעך און שטעכלדראָטן, דראָטן. אקוראט זײַנען געוען צעשטעלט 
די וואכטע-טורעמס, אף וועלכע עס זײַנען געשטאנען סאָלדאטן מיט אװטאָמאטן, קוילנווארפערס און 
געהיט אָט די שרעקלעכע ,שטאָט", װוּ אָנשטאָט גאסן האָבן זיך אויסגעצויגן פארשנייטע באראקן. 

אָט זעט מען שוין דעם ברייטן טויער, װאָס װעט אונדז באלד אײַנשלינגען.. 

עס איז שוין געװען נאכט, װען מיר האָבן זיך אהין דערשלעפּט. כאָטש די זאווערוכע האָט 
אופגעהערט דרייען און דער װינט איז געװאָרן שוואכער, נאָר דערפאר איז דער פראָסט געװאָרן 
ברענענדיקער, און מיר האָבן געטרוימט, דער טויער זאָל זיך גיכער צעעפענען און מיר זאָלן ארײַן 
אין הויף, אין די באראקן, מע זאָל קאָנען אָנווארעמען די נעשאָמע, עפּעס נעמען אין מוי? ארײַן, 
אויסטרינקען א גלעזל וואסער, אָדער אָקרעפּ, װײַל מיט שלינגען שניי האָבן מיר ניט געקאָנט שטילן 
דעם דאָרשט. 

אָבער מע האָט עפּעס ניט געזען, דער טויער זאָל זיך ‏ פאר אונדז צעעפענען. קיינער האָט ניט 
געײַלט. און מיר האָבן זיך צונויפגעשטויסן פארפרוירענע, פארקאַלייעטע, הונגעריקע און דאַרשטיקע 
אפן בערגל, װאָס האָט געפירט אין לאגער ארײַן. 

דאָס אָרט האָבן באלויכטן גרויסע לאמטערנס. מיר זײַנען געשטאנען אין געהאקטע װונדן און 
ארויסגעקוקט, אונטערגעטאנצט, קעדיי די פיס זאָלן זיך דערווארעמען, זיך געטוליעט איינער צום 
אנדערן, זיך געבייזערט, זיך געזידלט מיט די לעצטע וװערטער, לעמײַ מע לאָזט אונדז ניט ארײַן 
אין אונדזער נײַעם גענעם. 

די צײַט איז געגאן. דאכט זיך, צװויי שאָ זײַנען מיר דאָ פארן טױער געשטאנען, שיר ניט 
פארפרוירן געװאָרן, און מיט אומגעדולד געװאָרט, דער טויער זאָל זיך עפענען, עס זאָל עמעצער 
ארויסגיין, דערקלערן, וויפל מיר דארפן דאָ נאָך ווארטן, װאָס קלײַבט מען זיך מיט אונדז טאָן? 

מיר זײַנען געשטאנען פארן טויער, געווארט. װיאזוי עס זאָל ניט זײַן, װעט מען אונדז דאַך 
ארײַנטרײַבן אין דער זאָנע און מירן זיך קאַנען דערווארעמען אין די באראקן. נאָר װאָס איז מיט 
יענעם מענטשן, דעם קאזאנער פּראָפּעסאָר, וועלכער איז געבליבן ליגן אין דער טונדרע? און לעבן 
אים -- דער קאָנװאָיַר מיטן אוטאָמאט װעט אים געוויס דערשיסן. ער װעט ניט װעלן פרירן צוזאמען 
מיטן ,זעק". און דער װײיטיק אונדזערער האָט זיך געשטארקט. 

עס איז אדורך נאָך א שאָ, און עפשער מער. דער טויער האָט זיך צעסקריפּעט, און עס האָט 
זיך באוויזן א געפעש אין א שווארצן פּעלץ, אין א גרויס פוטערן היטל און גרויסע פוטערנע הענטש- 
קעס, עפּעס א נאטשאלניק מיט א רויט, פעט פּאָנעם און בייזע אויגן. ער האָט באטראכט דעם אוילעם 
מיט א געניטן גלײַכגילטיקן בליק, אראַפּגענומען ניט געײַלט די הענטשקעס, פארייכערט א ציגאר, 
זיך טיף פארבויגן מיטן געשמאקן, טערפּקן רויך און זיך אָנגערופן: 

-- יאָ, א נישקאָשעדיקע פּאָפּאָלניעניע האָט מען אונדז צוגעשיקט! פארשטארקונגס-קויכעס, 
מישטיינס-געזאָגט. און װוּהין אײַך דאָ ארײַנשטופּן, אויב עס איז שוין אלץ, אָן אײַך,. איבערגעפולט?.. 


98 


מיר באװײַזן ניט בויען קיין באראקן... נאָר נישקאַשע, מיר זײַנען גאסטפרײַנטלעכע מענטשן. מירן 
אלעמען ארײַנלאָזן אהער... אָרט װעלן מיר יאקאָס געפינען. א סאך יאָר האָט מען אײַך געגעבן, 
קאַנטריקעס?.. 

-- פארשיידן... -- האָט עמעצער פון דער געדיכטעניש א זאָג געטאָ. 

-- פארשיידן? -- האָט ער געשאָקלט מיטן קאָפּ, און זײַן פעט, אָנגעפרעסן פּאָנעם האָט זיך א 
קרים געטאָן פון א שמייכעלע. ער האָט זיך וידער פארצויגן מיטן ציגאר, באטראכטנדיק דעם 
איבערגעפרוירענעם אוילעם מיט אויגן פון זעלבסטצופרידנקײַט און אויבערהאנט איבער דער מאסע. 
ער האָט געמאכט א פּאָר טריט נעענטער צו דער כאליאסטרע , סאָנים", און פּלוצעם א טיטשע גע" 
טאַן די האנט אף מיר; 

-- וויפל יאָר האָט מען דיר געשענקט?.. 

איך האָב אים אָפּגעמאָסטן מיט אן אָנגעשטרענגטן בליק. דאָס עקלדיקע פעטע, זעלבסטצר" 
פרידענע פּאַנעם האָט בא מיר ארויסגערופן האס, און איך האָב זיך אָפּגעקערט מיט פאראכטונג 
פון אים. 

-- איך האָב געפרעגט, וויפל יאָר האָט מען דיר געגעבן? -- האָט ער בייז אויסגעשריגן און 
זײַן פּאָנעם האָט זיך אָנגעגאָסן מיט רעציכע. 

עמעצער פון מײַנע שכיינים האָט פאר מיר א זאָג געטאָן: 

-- א צענערל, נאטשאלניק... צען יאָר... אָסאָ... , באזונדערע באראטונג"... 

-- א צענערל? -- האָט יענער סקעפּטיש ארויסגעבראכט און א טיטשע געטאָן די האנט אף 
א הויכן פּלײציקן לעט: 

-- און דיר וויפל האָט מען ניט געזשאלעװועט?.. 

יענער האָט זיך א קווענקל געטאָן און ניט מיטאמאָל מיט א שטארקן אקצענט ארויסגעבראכט: 

-- מיר? פינף און צוואנציק יאָר, נאטשאלניק... 

-- לוט װאָס פאר א סטאטיא? פארװאָס? 

-- פאר גאָרניט, נאטשאלניק. פאר גאָרניט!.. 

-- נו, נו, פּלאפּלסט צופיל! -- האָט מיט קאס איבערגעשלאָגן דער אָנגעפּעלצטער נאטשאל 
ניק, -- פאר גאָרניט, זאָגסטו? לײַגסטו.. פאר גאָרניט גיט מען א צענערל.. -- האָט ער א װונק 
געטאָן אף מיר. 

די ארומיקע האָבן זיך צעלאכט. 

דער פּארשוין האָט זיך געכאפּט, פארשטייענדיק, אז דאָס האָט זיך בא אים ארויסגעכאפּט א 
נארישקײַט. און ער האָט גלײַך צוגעביסן די צונג... 

ניט לאנג איז אונדז נאָך אויסגעקומען פרירן באם טויער. אָט האָט ער זיך צעעפנט, און וי 
א טאנון האָבן מיר זיך א לאָז געטאָן אין דער זאָנע, פילנדיק, אז אונדזערע צאָרעס ענדיקן זיך. 

און פּלוצעם האָט עמעצער, אומקוקנדיק זיך צוריק, אויסגעשריגן: 

-- זעט נאָר, דער פּראָפעסאָר!.. 

אלע האָבן זיך אָפּגעשטעלט און זיך אומגעקוקט. דער סאָלדאט האָט אף זײַנע פּלייצעס געטראָגן 
אהער דעם האלב-לעבעדיקן פּראָפעסאָר. און אונדז איז גרינגער געװאָרן אפן הארצן. יאָ, פאראן 
מענטשן אף דער װעלט.. 


אין דער גרויפארטיקער שטיי;האקעריַ 


דאָ, אין דעם גאניידן, עסט מען ניט אומזיסט דאָס שטיקל ברויט.. 

ביז נאָך האלבער נאכט זײַנען מיר געשטאנען אין דער ריי און באקומען שווארצע, װי דער 
טויט, פופּיַקעס, בושלאטן, װוּ אף די פּלייצעס זײַנען געווען צוגענייט גרויסע נומערן. דאָ, אין דעם 
באזונדערן, שטרענגן מינלאג, איבער װעלכן דער באלענאָס אין געװען סטאלינס רעכטע האנט, 
לאוורענטי בעריֵא, איז א מענטש קיין גראַשן ניט װערט, מע האָט אים, דעם מענטשן, געדארפט 
האָבן, ביזוואנען ער האָט געקאָנט זײַן א קנעכט -- האָרעװען. מע האָט אים באם נאָמען ניט אויס- 
גערופן, נאָר לויטן נומער, װאָס איז געווען צוגענייט צום בושלאט. פאר דער וואך איז דאָס געוען 
באקוועמער, װי אָנרופן בא די נעמען, פאמיליעס. 


99 


איך, לעמאָשל, בין געװאָרן ,זעק" נומער -- ,ב.127.2." אין װען זי באלעבאטים פיז דעם גאניידן 
פוילן זיך ניט, װאָלטן זיי אף דער האנט נאָך אויסגעברענט דעם נומער. און ס'ואָלט אינגאנצן גע- 
ווען פּונקט װוי אין טרעבלינקע אָדער אַשװענטשים... 

נאָר גוט, װאָס קיינער פון אונדזערע נײַע באלעבאטים האָבן זיך נאָך דערצי ניט דערטראכט. 
און עפשער האָט מען עס ניט געטאַן, װײַל מע האָט מוירע געהאט פאר דער ועלט! 

שפּעט באנאכט האָט מען אונדז פאנאנדערגעפירט איבער די קויטיקע, נאסע באראקן. װי די 
טויטע, זײַנען דאָרט געלעגו די ארעסטאנטן אף צװײגאַרנדיקע נאירעס, אף דעם דיל., און אפילע 
אונטער די נארעס. אף די נארעס האָבן געהאט די זכיע שלאָפן די ,גליקלעכע", װעמען עס דאָט 
זיך אײַנגעגעבן נאָך דעם קאַנטראָל-איבערוף -- נאָך דער ,פּערעקליטשקע" אין נאָכן אָפּקלינגען, 
נאָכן ענד-סיגנאל -- דעם ,אַטבאָי", פארכאפּן מיט שטירעם, מיט גוואלד א שטיקל פּלאץ. און דאָ 
איז געווען אזא ענגשאפט, װי אין טורמע אף דער פּערעסילקע: ליגן -- בלויזן אף א זײַט א קער 
טאָן זיך -- לויט א קאָמאנדע, אלע מיטאמאָל, 

איך האָב זיך ניט באוויזן אָנווארעמען, קומען א ביסל צויזיך, װי עס האָט זיך דערהערט דער 
געשריי פונעם נאדזיראטעל: ,פּאָדיאָם!". דער לאנגער, געזעצטער האלבפינצטערער באראק איז פאר- 
וואנדלט געװאָרן אין אן אופגערודערט מוראשקע-בערגל. עס האָט זיך אופגעהויבן א געשרײי, א 
זידלערײַ. איינער האָט ניט געטראָפן אפן אָרט זײַנע שקראבעס, דער אנדערער - די אַנעטשעס, 
דאָס רעקל, דאָס טאַרבעלע האָב-און-גוטס... 

דער פארקאָוועטער מיט פראָסט אינדרויסן איז נאָך געװװוען שטאָקיפינצטער, נאָר דאָ, אין עק 
וועלט, האָט עס שוין געהייסן באגינען. און וויבאלד באגינען, איז סאמע צײַט גיין אף ארבעט, דער 
אוילעם איז אװעקגעלאָפן אין קיך:באראק, באקומען די פּײַקע ברויט, װאָס מע האָט אופגעגעסן אין 
וועג, ביז די ריי איז דערגאן צום פענצטערל, װוּ מע האָט ארויסגעגעבן דאָס ביסל בורדא"". 

און שנעל אין סטראָי, מע זאָל, כאָלילע, ניט פארשפּעטיקן אף קיין מינוט. און אָט ציט זיך 
שוין א לאנגע קאַלאָנע צו דער וואכטע, צום טיער, װוּ די נאדזיראטעלעס ליפן ארום און ציילן 
די ארעסטאנטן. און אזויווי קיין גרויסע מאטעמאטיקער זײַנען יענע ניט, שלאָגט מען זיך אלעמאָל 
אראָפּ פונעם כעזשבן און מע נעמט זיך ציילן אפסנײַ. און דער פראָסט ברענט, ער סקריפּעט אונטער 
די פיס. דער אוילעם זידלט זיך: ווען װעט זיך ענדיקן דאָס ציילן? מע װערט פארפריירן! וויפל װעט 
מען זיך איזדיעקעווען איבער לעבעדיקע מענטשן? אפילע אף פי האָט מען אויך ראכמאַנעס! און די 
נאדזיראטעלעס זידלען זיך מיט די לעצטע װערטער, מע דראָט מיטן קארצער, מיט עקזעקוציעס. 
װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן, ,סאָנים פון פאָלק", , שפּיאָנען", ,, פאשיסטן" זאָלן דיקטירן די היטער 
פון דער ראטנמאכט?.. 

דער פרימאָרגן װערט עטװאָס לױיטערער. מע האָט שוין די ,קנעכט" באזוכט -- דעם , שמאָן" 
פארענדיקט, און מע קאָן שוין די , מוזשיקעס" פירן צו דער ארבעט. די טויערן צעעפענען זיך. די 
קאַלאַנע שווארצע בושלאטן מיט גרויסע נומערן אף די פּלײצעס פארלאָזט דעם זאהאַן -- די זאָנע. 

און װידער באװעגט זיך א מעכטיקער טאבון שוװארצע בושלאטן, פּלײצעס, אײַנגעניורעטע 
פונעם פראָסט. 

װוּהין טרײַבט מען דעם אוילעם? װאָס הייסט װוּהין? ,שטיל זאָל זײַן, קאָנטריקעס! װוּהין מע 
דארף, אהין פירט מען! פארמאכט די מײַלער, אנדערש װעלן מיר זיי אײַך פארמאכן מיט בלײַ. װאָס 
זשע מיינט איר, טײַװלאַנים,. פאשיסטן, מיר פירן אײַך צו דער שויגער אף וארעניקעס? שנעלער 
געגאז!" 

װײַט פון דער זאָנע, אין דער טונדרע, ציט זיך א טיפע באלקע. מע פירט אונדז אהין צו דער 
שטיינהאקערײַ. פון אונטערן שניי שטעקן ארויס גרויסע הליבעס גראניט. װוּ האָט זיך אהער גענר 
מען שטיין? 

-- ניט געזאָרגט, קאָנטריקעס! -- צעשרײַט זיך דער נאטשאלניק פון קאָנװאַי, -- דאָס האָט גאָט 
אליין פאר אײַך דאָ פארזייט גראניטנע בערג. עס זאָל פאר אײַך זײַן ארבעט אפן גאנצן לעבן 
פאר אײַך און פאר אײַערע קינדער און אייניקלעך... 

מיר שטעלן זיך אָפּ באם יאר. דאָ און דאָרט וואלגערן זיך הליבעס גראניט, װאָס מע האָט 
ערשט ניט לאנג אופגעריסן. אינדז װעט אויסקומען באלד זיך אײַנשפּאנען, נעמען די שווערע קווואל- 
דעס אין די הענט און צעקלאפּן די הליבעס אף קלענערע שטיקער, דערנאָך זי אונטערכאפּן און 
אקוראט אין גלײַכע קוואדראטן זיי אויסלייגן בא דעם ראנד וועג, און דערנאַך, ווען עס װעלן קומען 
די ועגענער, מאשינען, זיי אָנלאָדן מיט שטיינער. דערװײַל דארפן מיר שטיין אונטערן ברענענדילן 
פראָסט. די ועכטער צוימען אָפּ א שטיק פּלאץ מיט א שטריק -- דאָס װעט, הײיסט עס, זײַן די 
גרענעץ. אין אָט דער ,זאָנע", וועלכע עס באוואכן סאָלדאטן-אװטאָמאטלער, װעלן מיר באלד אָנהייבן 
ארבעטן. װאָס איז שײַעך דער אָרדענונג, טאָרן די ארעסטאנטן ניט איבערטרעטן דעם שטריק, דער 


100 


קלערט מען אינדז, װײַל װער עס װעט זיך דערװועגן מאכן א טראָט רעכטס אָדער ליגקס, װעלן די 
סאַלדאטן שיכז אַן שום װאָרענינגען... ארבעטן דארף מען שנעל, נעמסטו א שטיין אפן אקסל, זאָלסטו 
זיך ניט שלעפּן, װי א טשערעפּאכע, נאָר לייפן מיט אים! און װער עס װעט די נאָרמע ניט אויספילן, 
יענער װעט קיין פּײַקע ברויט ניט באקומען. װײַל אלע דארפן װיסן דעם געזעץ פון דעם גרויסן 
סטאלין -- ,װער עס ארבעט ניט, דער עסט ניט!" 

און מיר לאַזן זיר אין אונדזער ,נײַער זאָנע" צום פּלאץ, װאָס איז ארומגעצוימט מיטן שטריק. 
דערבײַ צעלייגן מיר אין יענע װינקעלעך, װו עס שטייען די אָנגעפּעלצטע און אַנגעפּױשטעטע קאָנ- 
װאָירן שײַטערלעך, יענע זאָלן זיך, כאָלילע, ניט צוקילן, ניט פארפרוירן װערן, זי זאָלן האָבן, װוּ 
זיך ווארעמען. אין װאָס שײַעך די ,זעקן", מיר, הייסט עס, װעט אונדז דער רועך ניט נעמען אַן 
שײַטערס -- באם האקן און טראָגן אף זיך די הליבעס גראניט װעלן מיר זיך יאקאָס דערווארעמען... 

און די פארשנייטע טונדרע פארפולט זיך מיט קלעפּ פון די שװערע קווואלדעס.. 

די איפזעער שרײַען, זידלען מיט וילדע קלאָלעס און בענטש-װערטער יעניקע, װאָס שטעלן 
זיך אָפּ מיט די שטיינער אף די אקסלען איבערכאפּן דעם אָטעם. שנעלער! שנעלער! זאָלן די קאָנטרי 
קעס, פאשיסטן ניט מיינען, אז זי זײַנען אהער געקומען אף א קוראָרט!.. 


מיסטאם אפצילאַכעס ציט זיר דער לאנגער טאָג, װי די אײביקײַט. מיר זײַנען אָפּגעגאָסן מיט 
שווייס. מע האלט זיך קוים אף די פיס. נאָך אזא שרעקלעכן עטאפּ, אזא װעג, האָט מען ניט דער 
לייבט קיין איין שאָ זיך אָפּרוען. װען מיר האָבן דערמאַנט דער נאטשאלסטווע װעגן דעם, האָבן 
יענע, די מער , שארפזיניקע", מיט גאדלעס געענטפערט, אז נישקאַשע, , איר װעט זיך שוין אָפּרוען 
אף יענער:וועלט', , דאָס לאנד דארף איצט שטיינער אף בויען דאָס נײַע לעבן." ,בליז די ערשטע 
פינף און עוואנציק יאַר װעט דאַ זײַן שווערלעך, נאַר שפּעטער װעט אלץ ארײַן אין זײַן קאַלײש, " 

עס פאלט דאָ גיך צו די נאכט. די נאטשאלסטווע האָט ראכמאַנעס אף די... קאָנװאַיָרן. א ראכ- 
מאָנעס, נעבער, אף זיי. וויפל איז דער שיר, זיי זאָלן זיך ווארעמען בא די שײַטערס? 

אין די לאנגע קאַלאַנע אױסגעהאַרעװעטע, טויט-פארמאטערטע זעקן", קוים פּלאַנטערנדיק מיט 
די פיס, אײַנגעהױקערטע, אומגליקלעכע, שלעפּן זיך צו די שווארצע טויערן, קעדיי באגינען װידער 
געטריבן װערן אהער אין דער קאטאָרזשנער שטיינהאקערײ... 

אף כאָרגן אין אונדזער קאַלאַנע ,שטיינהעקער" געװאָרן שיטערער. א סאך פון אונדז זײַנען 
געבליבן ליגן אפן דיל אין באראק מיט הייכער היץ, אייניקע האָבן מוירעדיק געפיבערט, זײַנען גע- 
לעגן אָן קייכעס, זיך ניט געקאַנט איפהייבן, דערקריכן צום באראק, װוּ מע גיט ארויס די פּײַקעס 
ברויט און דאָס אליומינענע שיסעלע , קאַנדיאָר". עטלעכע זײַנען דאָרט געבליבן ליגן מיט אָפֹּנץ 
פריירענע הענט אין פיס... זי האָבן שיין גאָרנישט ניט געװאָלט: זי האָבן געבעטן אף זיך באם 
הימל א גיכן טויט אין ניט מער... 

ארום -- א שטאָט מיט לאנגע הילצערנע באראקעס מיט קליינע פארשאָטענע מיט שניי טורמע- 
פענצטערלער, א שטאָט פון שטעכלדראָטן. איין באראק פונעם אנדערן איז אָפּגעטײלט מיט א הױכן 
פּארקן שטעכלדראָטן. 

אין עק פון דער אומגעוויינלעכער שטאָט פון יעסורים און וייטיקן שטייט אן אײַנגעהויקערטער 
באראק, האלב אײַנגעזונקען אין דער ערד, און אף זײַן שטענדיק פארשלאָסענעם טיער זעט מען 
ארייס א שילדל מיט א רויטן קרייץ. 

דאַ איז דער ,שכּיטאָל'. דער לאגערישפּיטאָל. א פּאַר אָנגעדראָלענע מאנצבלען אין מונדירן 
פין טשעקיסטן. עפּעס גאָרנישט ניט ענלעך אף קין מעדיקער. זי קומען אהער גאנץ זעלטן. די 
הייפּט:ארבעט פילן דאָ אויס פאר זיי אָנגעפרעסענע, זאטע, זעלבסטצופרידענע ציניקער -- די אומ- 
גליקלעכע דאַקטוירים און סאניטארן. פּינקט אזעלכע ,זעקן", װי מיר אלע. דער כילעק אָבער איז 
אין דעם, װאָס אונדזערע זײַנען הייך קוואליפיצירטע דאָקטױײרים, פּראָפּעסאַרן, װעלכע מע האָט, 
פּונקט װי אונדז, פארשפּארט הינטער די שטעכלדראָטן און געמאָלדן פאר , סאָנים פון פאָלק". 

זונטיל, וען עס טרעפט זיך א פּאַר פרײַע שאָ, לאָזן מיר זיך צו דעם באראק, װוּ עס ליגן 
קראנקע, און מע קאַן זיך מיט זיי דורכשמועסן, עפּעס ברענגען. 

מיט א צאפּלדיק הארץ בין איך געגאן צום שפּיטאָל-באראק, װוּ עס איז געלעגן מײַן ליבער 
פרײַנט, דער װונדערלעכער דיכטער-ליריקער שמועל האלקין. 

איך האָב זִיך מיט אים באגעגנט עטלעכע כאדאָשים פאר דעם, װי מע האָט אים פארשפּארט 
אין לעפאָרטאָװער טורמע, צי אף דער לוביאנקע. 

אָבער דער , געניאלער פאָטער פון אלע פעלקער" האָט באשטימט פארניכטן די ייִדישע קולטור, 
דעם ייִדישן אנטיפאשיסטישן קאָמיטעט. און אָנגעהױבן פון די ייִדישע שרײַבער. װי זשע האָט ער 


101 


געקאַנט לאַזץ אף דער פרײַ אזא גרויסן דיכטער, װי שמועל האלקינען?! סארא אידעלע נאטור! 
סארא הארציקער מענטש, א װונדערשיינער, אן אויסערגעוויינלעך באשיידענער, א גרויסער טאלאנט! 

ער האָט לאנג זיך געקלאָגט אפן הארצן. און איך האָב זיך ניט פאָרגעשטעלט, װען כהאָב 
זיך דערװוסט, אז מע האָט אים אײַנגעזעצט, ויאזוי האלט ער דאָרט אויס די טורמעס, , פּערעסילקעס", 
די שרעקלעכע ,אױספאָרשונגען" פון די מאָסקװער ,געזעצגעבער", וועלכע האָבן געשינדן די הוט 
בייס די באנאכטיקע , אױספאַרשונגען". און דאָס, װאָס דער מענטש האָט מיט שטאַלץ אלץ אויסגע- 
האלטן און זיך דערשלעפּט אין אָט דעם גרויסארטיקן גאניידן, איז געװען עפּעס א נעס פון גאָט, 
און איך בין געווען אפן זיבעטן הימל, דערוויסנדיק זיך, אז איך װעל זיך באגעגענען מיט שמועל 
האלקינען. כאָטש אף א קורצער צײַט. 

אָבער ניט אזוי גרינג איז זיך דורכשמוגלען אין דעם העקדעש. עס שטײט באם טױער א 
בייזער נאדזיראטעל, א לייב און לאָזט נאָענט קיינעם ניט צו. 

איך האָב לאנג געווארט, כ'בין געווען אין פארצווייפלונג, װײַל אין דעם גענעם האָט מען 
לאנג ניט געהאלטן. אָפּגעװען עטלעכע טעג, און לאָז אן אָרט א צװײטן, מע װעט דעם קראנקן 
אוועקשיקן נאָך װײַטער, אין א לאגער פון אינוואלידן... 

לאנג געווארט, ביז איך האָב דערזען א סימפּאטישן קליינוווקסיקן מענטשן אין א װײַסן כאלאט 
און אף דעם כאלאט ארופגעװאָרפן א שווארצער בושלאט מיט א נומער אף דער פּלײצע. ער איז 
געגאן אין דער ריכטונג פונעם טױיער מיטן רױיטן קרייץ און איך האָב אים איידל אָפּגעשטעלט: 

-- צי װעט איר מיר ניט אונטערזאָגן, װיאזוי איך קאָן זיך זען מיט מײַנעם אן אלטן פרײַנט, 
א ,זעק", װאָס געפינט זיך, װי מע האָט מיר איבערגעגעבן, אין שפּיטאָל?.. 

דער מענטש האָט ברייט צעעפנט די אויגן, מיך אָנגעקוקט מיט פארװוּנדערונג און אינטערעס. 
זײַנע ליכטיקע אויגן האָבן געשײַנט, װען איך האָב אָנגערופן דעם נאָמען פונעם פּאַעט. לאָזט זיך 
אויס, אז דאָס אין א בארימטער דאָקטער פון לענינגראד, אזא ארעסטאנט, װי מיר אלע. שמועל 
האלקין געפינט זיך אין דער טעראפּעװטישער אָפּטײלונג, װוּ דער דאָקטער ארבעט. דאָס טאקע היילט 
ער אים, נאָר ניט אזוי ער היילט, װי ער קאָן שאַענװײַז אָפּזיצן לעבן קראנקן דיכטער און הערן מיט 
פארגעניגן, װי יענער לייענט. און שמועל האלקין האָט פון אלע צײַטן ליב געהאט פאַרלייענען פאר 
מענטשן זײַנע לידער און אויסהערן א מיינונג וועגן זיי. 

יאָ, ריידנדיק וועגן האלקינען האָט דער דאָקטער געשמיכלט. זײַן פּאַנעם האָט גוטמיטיק און 
כיינעװודיק געשײַנט, װי דער מאָרגנשטערן. ער האָט מיך פארזיכערט, אז דער דיכטער איז ארומ 
גערינגלט מיט ליבשאפט. די דאַקטױירים און סאניטארן, אלע באמיען זיך אים העלפן נאָר עס איז 
זייער שװער -- די ,מעדיקער" אין די מונדירן זאָרגן װײיניק װעגן געזונט פון די ,סאָנים פין פאַלְק" 
און זײַנען אין קאס אף די דאָקטױירים -- , זעקן", וועלכע סטארען זיך שטעלן אף די פיס זיערע 
כאוויירים... 

מיר איז געווען אָנגענעם זיך דורכשמועסן מיט דעם הארציקן לענינגראדער דאַקטער. נאָר מיך 
האָט געמאטערט דער אומגעדולד -- איך האָב װאָס גיכער זיך געװאָלט באגעגענען מיט מײַן ליבן 
פרײַנט, 

דער דאָקטער האָט זיך פארטראכט, א קוק געטאַן אפן אַנגעדראַלענעם נאדזיראטעל, װאָס איז 
געשטאנען בא דעם טויער, און א װוּנק געטאַן צו מיר, איך זאָל ווארטן עטװאָס װײַטער פינעם שפַי 
טאָל-באראק, דאָרטן אפן ראָג. 

אין עטלעכע מינוט ארום האָט זיך באוויזן דער דאַקטער. ער האָט געפירט אונטער דער האנט 
א כוילע אין א לאנגן בושלאט מיט א גרויסן נומער אף דער פּלײצע, אין אן אָנגערוקטן איבערן 
שטערן טורמע-הוט, און איך האָב קוים דערקענט שמועל האלקינען. דאָס פּאָנעם איז בא אים געווען 
עטװאָס פארשװאָלן, באוואקסן און בלויז לוט די גרויסע, שטענדיק פארוונדערטע, שיינע אייגן האָב 
איך פארשטאנען: יאָ, דאָס איז ער! 

-- הערשל?.. -- האָט האלקין קוים ארויסגעזאָגט און מיט דער האנט זיך געכאפּט פארן הארצן. 
אין זײַן שטים איז געווען אומרו, פארווונדערונג, פרייד... 

איך האָב דערזען טרערן אין זײַנע אויגן און קיין װאָרט ניט געקאָנט ארויסברענגען, אָפּגעפירט 
אין א זײַט דעם בליק. אָט סארא באגעגעניש! 

איז דען פאראן א גרעסערער פארברעכן אף דער ערד, װי האלטן אזא װוּנדער הינטער די 
גראטעס, אין אזא װיסטן שפּיטאָל? אונטער שטעכלדראַטן? 

ניט שעמענדיק זיך פארן דאַקטער, האָבן מיר זיך ארומגענומען, צוגעדריקט זיך איינער צום 
אנדערן און לאנג ניט געקאַנט ארויסברענגען א װאָרט. 

דער גוטמוטיקער, הארציקער דאַקטער האָט פארשטאנען, אז ער שטערט אונדז, אין געזאָגט, 
אז אין א האלבער שאַ ארום װעט ער קומען אהער נאָך זײַן פּאציִענט, מיט אן אײַלעװדיק גענגל 
זיך געלאָזט צום שפּיטאָל-באראק. 


102 


-- אָט אזוי, ברודערקע... -- האָט האלקין געשאַקלט מיטן קאָפּ, קומענדיק צוזיך. -- וועמען 
האָט זיך געקאַנט כאָלעמען, אז מיר װעלן זיך דאָ באגעגענען?.. סארא טאכלעס מע האָט געמאכט 
פון אונדזער ליטעראטור. אלץ אױסגעגלײַכט מיט דער ערד.. פארניכטעט דעם פארלאג ,עמעס", 
דעם אנטיפאשיסטישן קאָמיטעט, די צײַטינג , אײניקײַט', דײַן זשורנאל אין קיעו... גאָרנישט ניט 
געבליבן. טויהו װאָװוויהו. דו ביסט דעמלט ניט געווען אין מאָסקװע און האָסט ניט געזען, װאָס פאר 
א פּאַגראָס מע האָט איבער אונדז און אונדזער קולטור אײַנגעאָרדנט.. אף דער פרײַ, אפּאַנעם, איז 
שוין פון אונדזערע קיינער ניט פארבליבן?.. 
-- קימאט װי קיינער... 
-- איך האָב זיך ניט פאָרגעשטעלט, אז מע װעט אויך אײַנזעצן דײַן דאָר.. איר האָט זיך 
דאָך געשלאָגן קעגן פײַנט אף די פראָנטן, בלוט פארגאָסן... 
ער האָט זיך א רעגע פארטראכט און צוגעגעבן: 
-- איך דערמאָן זיך דעם זומער גלײַך נאָך דער מילכאָמע, אין פינף:אן-פערציקסטן יאָר.. 
דו ביסט צו מיר געקומען נאָכן פאראד פון ניצאָכן אין דײַן פּאראד:מונדיר... גלײַך פונעם פּאראד 
ביסטו צו מיר געקומען, און מיר זײַנען געזעסן באם טיש, געמאכט א לעכאיִם.. אזא גרויסער 
יאַמטעװ געווען... און װער האָט זיך געקאַנט פאָרשטעלן, אז מירן הײַנט זיך זען אין אָט אִידי מונ- 
דירן מיט נומערן אף די פּלײצעס, וי אין אַשװענטשים? 
ער האָט געוישט מיט דער גרויסער הענטשקע די טרערן, װאָס זײַנען געפלאָסן איבער זײַנע 
פארוואקסענע באקן... 
איך האָב געקוקט אף דעם קראנקן, צעבראָכענעם מענטשן, געפּרװוט אים בארויקן, געזאָגט, 
אז דער קאַשמאר װעט לאנג ניט דויערן, נאָר ער האָט סקעפטיש געשאָקלט מיטן קאָפֿ: 
-- איך ווייס, דו ביסט אן אלטער אָפּטימיסט... עס װילט זיך גלייבן, נאָר די יאָרן גײיען אװעק 
אזוי ווילד, אומנוצלעך אכזאָריעסדיק, און דאָס געזונט טרעט אָפּ פון אונדז.. מיר זײַנען דאָ אין 
העקדעש, אין עק וװעלט. עפשער װעט גאָט געבן און מִיר װעלן נאָך אמאָל געניסן פון דער פרײַהײַט? 
און װאָס איז מיט אונדזערע גדוילים? דו שטעלסט זיך פאָר? דאָװיד האָפשטײן אין טורמע, פּערעץ 
מארקיש, קװיטקאָ, פעפער... דאָװיד בערגעלסאַן, דער ניסטער... גאַטעניו ליבער, פאר װאָס? מיט 
װאָס האָבן מיר געזינדיקט? צי װעלן זיי דאָס איבערלעבן? מיילע, מיר קאַנען כאָטשׂ ארויסגין אף 
דער פרישער לופט, און זיי קומען אום אין די קעלערן פון לוביאנלע צי לעפאָרטאָװאָ.. איד וייס 
ניט, װי בא אײַך, אין קיִעוו, בא אונדז האָט מען געשינדן די הויט, געריסן פון אונדז שטיקער פלייש, 
געטאַן אין טויט ארײַן. צי װעלן אונדזערע גדוילים דאָס אויסהאלטן??.. איך גלייב ניט, מיר זאָלן 
זיך מיט זיי אמאָל טרעפן... ס'איז ניט צו באגרײַפן, װאָס מע האָט אף זי אויסגעטראכט! די האָר 
שטעלן זיך קאפּויר. דאָװיד בערגעלסאַנען און איציק פעפערן האָט מען צוגעשריבן, אז זי זײַנען 
געפאָרן קיין ביראָבידזשאן פאר דער מילכאָמע, קעדיי דאָרטן ארײַנדרינגען אין דער אָנפירונג פון 
קאנט, און דערנאָך פארקויפן די געגנט די יאפּאנישע אימפּעריאליסטן.. דאָס דארף מען האָבן א 
מעשונעדיקע פאנטאזיע אזוינס צוטראכטן!.. און נאָךר שענערס, װען פעפער און מיכאָעלס זײַנען גֹש 
קומען פון זייער טריומפאלער רײַזע קיין אמעריקע, נאָך דעם, װי זיי האָבן דאָרטן צונויפגעזאמלט 
װאָגיקע מיליאַנען לעטויוועס דער רויטער ארמיי, האָבן זיי בייס א באגעגעניש מיט מאַלאָטאָװן 
געבעטן, מע זאָל שאפן אין קרים א ייִדישן נאציאָנאלן ראיאָן אָנשטאָט יענע ייִדישע קאַלװירטן און 
ייִשוװים, װאָס די דײַטשישע הענקער האָבן פארניכטעט... צוליב װאָס האָבן זיי געװאָלט שאפן אין 
קרים אזא ראיאָן? צוליב דעם, קעדיי פארקויפן קרים די טערקן.. געהערט אזינס? סארא וילדע 
זאכן!.. און דער אנטיפאשיסטישער קאָמיטעט איז געמאָלדן, װי א , שפּיאָנישער צענטער"... דער קאָפּ 
ווערט צעשפּאָלטן -- אזעלכס אויסטראכטן! אזא וװויסטן בילבל אף אונדזער פאָלק! סארא שוידערלעכע 
פּראָװאָקאציץ! 
שמועל האלקין איז נאָך, דאכט זיך, קיינמאָל ניט געווען אזוי אופגערעגט וי אין דער מינוט. 
איך האָב געװאָלט און ניט געקאַנט אים בארויקן. 
איך האָב זיך אײַנגעהערט אין זײַנע ווערטער, און אין זיקאָרן האָט זיך פּלוצעם א ריר געטאָן 
א שורע פון זײַנער א ליד , כ'האָב אמאָל געהאט א היים".. לאָזט זיך אויס, אז איך האָב זי פאר- 
געדענקט אפן גאנצן לעבן. איין פערז נאָך א צוייטער האָבן זיך, װי כוואליעס אפן ברעג יאם, אָן- 
געקײַקלט אף מיר און איך האָב אליין ניט פארשטאנען, ויָאזוי דער ראש פון די װעלן האָט זיך 
איבערגעשטאלטיקט אין ווערטער. איך שעפּטשע זײי, קיינער הערט ניט, נאָר איך הער בילעט אין 
קלאָר אלץ; 
טיפע גריבער, רויטע ליים -- 
כ'האָב אמאָל געהאט א היים. 
פרילינג -- פלעגן סעדער בליען, 
הארבסטצײַט -- פלעגן פייגלען ציען, 


108 


ווינטער -- פלעג דאַרט פאלן שניי, 
איצטער בליט דאָרט װינד און וויי. 
ס'האָט מײַן היים א בראָך געטראָפן -- 
טיר און טויער זײַנען אָפן 
פאר די ראַצכים, פאר די שינדער, 
די, װאָס קוילען קליינע קינדער, 
די, װאָס הענגען אוף די זקיינים, 
די, װאָס שאנעווען ניט קיינעם. 
טיפע גריבער, רויטע ליים -- 
כ'האָב אמאָל געהאט א היים. 


יאָר נאָך יאָר זײַנען אריבער, 

פולע זײַנען יענע גריבער, 

און נאָך רויטער איז די ליים, 

יענע ליים איז איצט מײַן היים: 

דאָרטן ליגן מײַנע ברידער, 

די צעריסענע אף גלידער, 

די געשאָכטענע אין שטוב, 

די געשאָסענע באם גרוב. 
טיפע גריבער, רויטע ליים -- 
כ'האָב אמאָל געהאט א היים. 


קומען װעלן גוטע צײַטן -- 

װעט דאָס מאזל אויך זיך בײַטן, 

ועלן ווייען ווערן לינדער, 

ועלן װײַטער וואקסן קינדער, 

װעלן קינדער שפילן, רוישן, 

בא די קװאָרים פון די קדוישים -- 

בא די טיפע פולע גריבער, -- 

אז דער וויי זאָל נישט אריבער. 
טיפע גריבער, רויטע ליים -- 
כ'האָב אמאָל געהאט א היים. 


װײַזט אויס אָבער, אז שמועל האלקין האָט מײַן שעפּטשערײַ דערהערט, ער האָט דערלענט 

זײַן ליד, איך האָב באמערקט, װי זײַן פּאַנעם האָט זיך צעשײַנט, זיך אינגאנצן געענדערט. ער איז 
אף א װײַלע געדאכטלעך אװעק אין די הימלען. נאָר באלד איז װידער זײַן פּאַנעם פארכמארעט 
געװאָרן. נאָך א לאנגער װײַלע האָט ער זיך אַנגערופן: 

-- א שאָד.. ס'איז שווער פארפאסן איצטער לידער... זעט אויס, ניט אומזיסט הערן אוף 
זינגען די פייגלען, װען מע פארשליסט זיי אין שטײַג... העכער א יאָר צײַט בין איך געזעסן אין 
טורמע און ניט געהאלטן אין די הענט קיין שטיקל בלײַער, קיין בייגעלע פֹּאפּיר. שרײַבן -- דאָס 
איז געווען דער שװוערסטער פארברעכן. אז מע האָט געפונען בא עמעצן אן אָפּשניצל -- אן אָגריזאָק 
פון א בלײַער אָדער א זײַטעלע פּאפּיר, פלעג מען יענעם פארשפּארן אין קעלער, אין קארצער.. 
די קאטן האָבן געטרוימט מיך אָפּגעװױנען שרײַבן, אנטויינען פון מײַנע לידער. נאָר דאָס איז 
אומעגלעך, אלע נעכט כאַלעמען זיך מיר לידער. איך פארפאס זיי פּערמאנענט. כ'פארגעדענק זײ. 
און כ'גליינ, אז די צײַט װעט קומען און איך װעל זיי פארשרײַבן, די לידער פון יי און צאָרן, פון 
מענטשלעכע יעסורים און טראגעדיעס. אך, װי עס גלוסט זיך שאפן א רײַפע זאך וועגן דעם טאליען... 
איצט ווייס איך שוין אף געוויס ;אונדזער בראָך -- דאָס איז זײַן ארבעט. נאַר זײַנע. איך בין א 
שטיקל באָקי אין די קליינע אויסיעס. איך קען די ביבל קימאט אף אױיטװייניק, איך קען אונדזער 
געשיכטע. אזעלכס האָט ניט קיין אנאלאָגן, אז א גאנץ פאָלק זאָל װוערן גערוידעפט און זײַנע בעסטע 
זין זאָל מען אומברענגען, ווארגן אין די טורמעס און לאגערן. נישט געווען אזא פאל! 

ער האָט זיך צוגעשפּארט צו א סטױפּ, אָפּגעאָטעמט. אף זײַן פּאָנעם האָט זיך אױסגעפּיקט א 
גוטער שמייכל: 


104 


-- איך זוך א פּאסיקע ריפמע. דערװײַל שטעל איך זיך אָפּ אף ,סטאלין -- טאליען.... פּרי 
מיטיוו, אָבער פּינקטלעך. דאָס פאָלק װעט עס פארשטין... 

ער האָט מיך פאר די פּאָלעס פונעם רעקל צוגעצויגן נעענטער צו זיך, אזוי שטיל, אז איך 
האָב קוים געהערט, אײַנגערױמט מיר: 

-- דערװײַל צװוישן פיר אויגן, הער. און שװײַג. די באלעבאטים זאָלן מיך און דיך ניט צעי 
טאָפּטשעט מיט די פיס. 

איך האַב שמיעל האלקינען דערזען גאָר א נײַעם, װען ער האָט זיך צעזונגען װעגן דעם, אז 
,דער טאליען האָט מײַן פאָלק געװאָלט פארצוקן, פארניכטן, אָפּמעקן עס פון דער ערד, נאָר װען 
ער האָט די האק געפּרוװוט פארהייבן, איז א נעס געשען -- געליימט געװאָרן איז דער טײַװל -- 
ארויסגעפאלן פונעם טאליענס האנט עס איז די האק..." 

איך האָב ניט דערקענט האלקינען. דער הארציקער, ליבלעכער מענטש, װאָס איז געװען בא" 
שאָנקען מיט אזויפיל מענטשלעכער גוטסקײַט, װאָס האָט שטענדיק געלײענט זײַנע לידער מיט א 
יאם צארטקײַט, איז איצט געווען אייסערגעוויינלעך אופגערעגט, פול מיט קאס, װיט צאָרן. איך האָב 
געזען פאר זיך גאָר אן אנדער מענטשן. 

די קויכעס האָבן בא אים געטײַעט. עטלעכע רעגעס האָבן מיר געשוויגן. דערנאָר האָט ער גע" 
זאָגט, אז די ליד איז נאָך רוי, נאָר ער גלייבט, אז ער װעט זי נאָך קאָנען לייענען פאר מענטשן, 
אפן גאנצן קאָל, זיך פאר קיינעם ניט דארפן באהאלטן. 

מיר זײַנען פּאמעלעך געגאן איבער דעם שמאָלן לאגער"געסל. עס איז געוען אזויפיל צו ריידן, 
נאָר די צײַט האָט זיך אױסגעלאָזט, דער דאָקטער האָט זיך שוין באויזן -- צונעמען זײַן כוילע, 
אײַנמאַסטען אים אף דעם בעטל, געבן א רעפוע... 

שמועל האלקין, די צירונג פון אונדזער דיכטונג, דארף ארומגין א טױיט-קראנקער צװישן 
די שרעקלעכע, פארזשאווערטע דראָטן! װאָס פאר אן אױיסװוּרף האָט אזינס געקאָנט צוטראכטן? 
עס װעט אוועקגיין א שטיק צײַט, מע װעט דעם ,פאָטער פון אלע פעלקער' פארשעלטן די אאָרן, 
מע װעט זײַן געביין ארויסווארפן פונעם קייווער. וויפל הונדערטער טויזנטער מענטשן האָט ער פארי 
ניכטעט, פארשפּארט הינטער די דראָטן, דערשטיקט אין זײַנע קאזעמאטן, צעשאָסן, פארמוטשעט, 
דערנידעריקט! וויפל טײַכן אומשולדיק בלוט האָט ער פארגאָסן! 

שמועל האָט זיך ניט געקאָנט בארויַקן. אים האָט מען פארשפּארט אין טורמע אף א גאנץ יאָר 
פריֶער פון מיר, און ער האָט מער פון מיר געװוּסט. אין דעם גענעם בין איך די ערשטע פּאַר טעג, 
און ער איז שוין דאָ אן אלטער טוישעוו. ער האָט זיך שוין צוביסלעך צוגעװוינט צו זײַן גוירל, צו 
זײַנע צאָרעס, געווען באָקי אין א סאך זאכן און מיר געגעבן אייצעס, װי איך דארף זיך דאָ אופ' 
האלטן, אף װאָס ווענדן מײַן אופמערקזאמקײַט. 

ער האָט מיר דערציילט וועגן דעם, ויָאזוי מע האָט אים געפּײַניקט אין די מאָסקװער טורמעס, 
װי מע האָט זיך איזדיעקעװעט איבער דאַװיד האָפשטײנען, איציק פעפערן, פּערעץ מארקישן, ליב 
קװיטקאָן, דאָװיד בערגעלסאָנען. זי האלט מען נאָך אלץ אין יענע שרעקלעכע קעלערס, און קיינעם 
איז ניט באװוּסט, װאָס פאר א גוירל עס דערווארט זיי. 

-- דו שטעלסט זיך ניט פּאָר, װאָס די טאליאָנים האָבן אף זײי אויסגעטראכט, װאָס מע האָט 
זי צוגעשריבן? דער קאָפּ הייבט זיך, -- האָט ניט געײַלט דערציילט האלקין, -- אזא פּראָװאָקאציע 
איז נאָך ניט געהערט געװאָרן. דרייפוסעס פּראָצעס, בייליסעס פּראַצעס בא אײַך אין קיִעװ -- דאָס 
אי! א שפּילכל אין פארגלײַך דערמיט, װאָס די נײַע קאניבאלן טראכטן אויס אף אונדזערע ברידער. 
דאָס איז יאָסיפס פּרעליודיע אף דורכפירן א שוידערלעכן פּאַגראָס אף אונדזער פאָלק. אין מיר זיצן 
דאָ הינטער די שטעכלדראָטן, מע האָט אינדז פארמאכט דאָס מויל. און װאָס קאָנען מיר טאָן? מיר 
זײַנען אומבאהאָלפן... 

ער האָט איבערגעכאפּט דעם אָטעם, זיך פארטראכט און שווער פאָרגעזעצט: 

-- די װוייסט, װאָס איך װעל דיר זאָגן, מיר האָבן נאָך, זעט אויס, א שטיקל מאזל, מיר זײַנען 
שיין דאָ, אין לאגער. עמעס, דאָס לעבן הענגט דאָ אויך אף א האָר, נאַר װאָס האָט מען פארטראכט 
טאָן מיט אונדזערע גדוילים? דער טאליען קאָן זיי אומברענגען. אזעלכע דיכטער, אזעלכע מענטשן, 
אזא אויצער... ניט מיט אלע פון זיי בין איך באפּרײַנדעט. מיט אייניקע אפילע געװען א ביסל 
צעקריגט, נאָר דאָס איז נארישקײַטן. דאָ איז געשטעלט געװאָרן אין קאָן דער גוירל פון דער צוקונפט 
פון אינדזער ליטעראטור. פארשאָלטן זאָלן װערן די, װאָס האָבן בא אונדז געמאכט אזא שרעקלעכן 
כורבן. נישטאָ קיין גאָט אף דער װעלט, אויב מע איז זיך מיט אונדז אזוי באגאנגען! 

מיר האָבן געשפּאנט פּאמעלעך לענגויס די דראָט-פארצוימונגען, די טורעמלעך, װוּ עס זײַנען 
געשטאנען אונדזערע היטער, די סאָלדאטן מיט קוילנווארפערס און אװטאָמאטן. זי האָבן געשפּירט נאָר 
אונדז. פון יענער זײַט דראָטן האָט זיך אין אלע זײַטן געצויגן די פארשנייטע פארגליווערטע טונדרע. 


105 


-- אזעלכע לאגערן זײַנען דאָ, אין דעם פארקאָוועטן אין װײַסן ייַעש קאנט, פאראן א סאך. 
װוּהין דו װעסט דאָ ניט ווארפן מיט אן אױג, װעסטו אַנטרעפן אף א לאגער, א שאכטע. אין א 
לאגעראָפּטײלונג ניט װײַט פונדאנען געפינען זיך א סאך אונדזערע באקאנטע, שרײַבער, דיכטער. 
און יעדן טאָג קומען אָן אלץ נײַע און נײַע, -- האָט שמועל צוגעגעבן, -- פארשטייט זיך, בעסער 
װאָלט איך דיך אין דעם גאניידן ניט באגעגנט, נאָר אוב עס אין שוין געשען, װאָס דו ביסט אויך 
,א סוינע פון פאָלק', װי מיר אלע, װיל איך דיר זאָגן, אז איך בין גליקלעך, װאָס מיר האָבן זיך 
געזען, געקאָנט אויסגיסן דאָס ביטער הארץ. דאָ װעסטו באגעגענען א סאך אונדזערע ,סאָנים"... 
דאָ ניט װײַט געפינט זיך דער װונדערלעכער רוסישער דיכטער יאראָסלאװ סמעליאקאָו. ער איז אויך 
אזא ,,סוינע", װי איך מיט דיר. אָט אין יענע באראקן מאטערט זיך דער לענינגראדער פּאָעט סערגיי 
ספּאסקי, אן אלטער דיכטער, מאיאקאָווסקיס און יעסענינס פרײַנט.. דו װעסט דאָ באגעגענען דעם 
בארימטן קינאָיסצענאריסט אלעקסיי קאפּלער, דעם מעכאבער פון ,לענין אין אַקטיאבער", , לענין אין 
8טן יאָר". זײַנע קינאַפילמען גײיען אומעטום אין לאנד, און דער אװטאָר איז אין לאגער... אויך 
א סוינע פון פאָלק". א לעכערלעך-קאָמישע געשיכטע מיט אים! ער איז געװען באקאנט מיט סטא- 
לינס טעכטערל. דעם טאטן איז דער ייַכעס ניט געפעלן געװאָרן, האָט ער א צי געטאָן מיט די 
װאָנצעס. אין גרימצאָרן, אָדער אָן, נאָר פארשיקט אהער דעם מענטשן... ניט װײַט פונדאנען, אין 
אבעז, לעבן סאמע װאָרקוטא, איז צוריק מיט עטלעכע כאדאָשים געשטאָרבן אין שפּיטאָל דער ניסטער. 
מע האָט אים אָפּערירט". שטעלסט זיך פאָר די אַפּעראציע אין לאגער?.. מע האָט אים פּאַשעט 
פארשניטן, אונדזער ניסטערן... אזא גאָלדענע נעשאָמע, א לעבעדיקער קלאסיקער... דאָרטן שמאכט 
אויך דער קראנקער כאציע דאָברושין... גאָט מײַן לאָט! אזא מענטשן האלטן איז לאגער! אויס װעלטו 
דאָרטן געפינט זיך הערשל זשיץ, דער רעדאקטאָר פון אונדזער צײַטונג בייס דער מילכאָמע ,אייני- 
קײַט'. דאָרטן מאטערט זיך שמועל גאַרדאַן... עס איז דען מעגלעך אויסרעכענעןו 

דער פראַסט האָט זיך געשטארקט, און מיר האָבן ניט געפילט די קעלט -- א קלײניקײַט אויס- 
צוריידן -- אזא באגעגעניש נאָך א לאנגער צײַט צעשיידונג! געווען אזויפיל צו ריידן, נאָר עס איז 
שוין געלאָפן אנטקעגן דער דאָקטער. ער האָט פארשטאנען, אז מיר װאָלטן א גאנצע נאכט געקאַנט 
ארומגיין און ריידן, זיך דערמאָנען, איבערלעבן. נאָר פאר דעם כוילע װעט עס זײַן שווער. און איך 
האָב שוין געמוזט צוײַלן זיך מיטן אומקער צו זיך אינעם װיסטן, קױטיקן באראק, װײַל מע װעט 
אונדז שוין גיך אָנהײבן איבערציילן, קעדיי פארשפּארן אף א שלאָס אין באראק ביזן באגינען, װען 
דער הימל װעט עטװאָס נעמען זיך בלאָװן. דעמלט װעט מען אװעקטרײַבן אין דער גרויסארטיקער 
קאמענאָלאָמניע, אין דער שטיינהאקערײַ, װוּ עס ווארט אף מיר א שװערער האמער -- די קווואלדע... 
,דער פאָטער פון אלע פעלקער" דארף א סאך שטיינער, קעדיי נײַע לאגערן בויען אין דער װיסטער 
טונדרע. 


דאָס מאול האָט א שמייכל געמאָן 


גאָר אָפט האָבן די שרעקלעכע לאגער-טויערן אײַנגעשלונגען נײַע פארמישפּעטע. אָנגעטאָן אף 
זיך אלטע, געניצטע בושלאטן, ואטאָװע היטלעךךאושאנקעס אף די קעפּ, צעטאָפּטשעטע פּױשטן, 
װאָס מאכן די מענטשן אומגעלומפּערטע, צעפלאָסענע, שרעקלעכע, זײַנען די מארטירער זיך פאנאן- 
דערגעגאנגען איבער די געזעצטע האלבפינצטערע, קויטיקע באראקן, זוכנדיק פאר זיך א שטיקל 
פּלאץ אין דער ענגשאפט, קעדיי זיך ערגעץ צושפּארן, איבערשלאָפן די נאכט. 

אויסשלאָפן זיך איז געווען ניט שײַעֹך. הערינג אין א פעסל האָבן זיך, מיסטאם, געפילט בעסער, 
איידער די , זעקן" -- די פארמישפּעטע -- אין די באראקן. זײַנען די מענטשן מער געזעסן, װי געלעגן, 
אפן פארפרוירענעם דיל, אָדער װוּ עס האָט זיך געמאכט. 

וועמען נאָר האָט איר דאָ ניט געקאַנט באגעגענען! דער צװיט פון דער סאָוועטישער אינטע- 
ליגענץ: פּראַפּעסאָרן און אקאדעמיקער, באװוּסטע פּארטייי און מעלוכע-טוער, מיניסטאָרן און טרעסט- 
דירעקטאָרן, אינזשעניערן, לערער, שרײַבער, זשורנאליסטן, קינאָיטוער, גאלאָכים, סעקטאנטן, ראבאַ- 
נים, רעליגיַעזע טוער, ארבעטער, קאַלװירטלער, סטודענטן... און אלץ -- ,שפּיַאַנען", ,פארווערבירטע 
מיצאד דעם װעלט-אימפּעריאליזם". 

אַן א שיר ארבעט האָבן דאָ געהאט די בריגאדעס באגרעבער. װײַל דער סאמע קרעפטיקסטער 
מענטש, וועלכער האָט איבערגעטראָגן אויספרעגן", טורמעס, קארצערס, נאסע קעלערס, קאַנװייערס 
פון שלאָפלאָזיקײַט, קלעפּ, קומענדיק אין די מעקוימעס פון אײביקער פארפרױירנקײַט, פלעג גלײַך 
דערפילן, װי דער בלוטדרוק האָט זיך קאטאסטראָפאל א הייב געטאָן. גי האלט אויס אזא מין אטאקע. 


106 


יעדן גאנצפרי פלעג מען פון די באראקן ארױיסטראָגן, צוזאמען מיט די טיופיאקעס אף דורכליפטערן, 
מייסים... 

איך האָב דאָ ניט איין מאָל באגעגנט דעם קאזאנער פּראַפּעסאָר, װאָס האָט שוין אָנגעהױבן 
צוביסלעך קומען צו"זיך נאָך דעם, װי דער יונגער סאָלדאט האָט אים געראטעװעט, -- געטראָגן אף 
די פּלײצעס עטלעכע קילאָמעטער, אָנשטאָט דערשיסן, װי עס האָט אים אָנגעזאָגט דער קאראול 
נאטשאלניק. דער פּראַפּעסאָר האָט, װי פריִער, אלץ געשאַקלט מיטן קאָפּ: 

-- און אָט דאָס הייסט לעבן... 

אים האָט אָפּגעגליקט. און יענע, וועלכע מע האָט אלע טאָג געטריבן אין דער שטיינהאקערײַ, 
זײַנען אים עמעס מעקאנע געוען -- ער האָט מיט א לאָפּעטע גערייניקט דעם שניי בא די באראקן. 

אָפּגעגליקט... איז דאָס דען ניט קיין הילעל-קוידעש דערמאָנען אין אזא גענעם דאָס װאָרט?! 

נאָר אפילע אין די דאָזיקע באדינגונגען פלעג ארױיסשײַנען צומאָל א שטיקל גליק: אין דער 
,בירדא" איז געשווומען א פארפרוירענע קארטאַפל, א בלעטל פון קרויט, עמעצער האָט באקומען 
א בריוול פון דער , פרײַ', א גרוס פון דער היים, עמעס, א האלבער בריוו איז געװען אויסגעמעקט 
מיט שווארצן טינט -- דאָס האָט שוין די צענזור אן ארבעט געטאָן... 

אף א בריוו האַב איך געקאַנט ארויסקוקן דער רועך װײיסט װען. ביז מע װעט מיר פון דעם 
העקדעש דערלויבן אַנשרײַבן א בריוול אהיים -- און צי האָט מען נאָך מײַן פאמיליע ניט ארויסגע- 
שיקט ערגעץ, װײַל דאָס איז דאָך א פאמיליע פון א , סוינע פון פאָלק", -- װעט אװעקגיין א יאָר 
צײַט. פונדאנען האָב איך געהאט רעכט אָפּשיקן צװײי בריוולעך א יאָר. און די היגע פּאַטשט, די 
צענזור װעט זיך באמיען, מײַנע בריוו זאָלן ניט דערגיין צום אדרעסאט... 

יאָ, װאָס איז שײַעך גליק. דאכט זיך, װי קומט עס אין אונדזערע באדינגונגען. פונדעסטועגן 
טרעפט אמאָל. 

פאר מיר איז דאָ געװוען מײַן מאגעגעניש מיט שמועל האלקינען. 

אלעמאָל, װי נאָר דער קאָנװאָי האָט אונדז געבראכט פון דער שטינהאקערײַ פארקאַליעטע, 
דערפרוירענע, הונגעריקע, װי די הינט, אין לאגער און עס איז נאָך פארבליבן א האלבע שאָ, פערציק 
מינוט ביז דעם ,אָטבאָי", בין איך געלאָפן אהין, צום שפּיטאָל-באראק, כ'פלעג זיך דורכשמוגלען צו 
האלקינס נארע און מיר האָבן געשמועסט, זיך ניט געקאַנט אָנרײדן. און יעדעס מאָל האָט ער גע 
לייענט אף אױסװײיניק װונדערלעכע, ניט-פארשריבענע לידער. און עס איז קעדײַ געװען זען זײַנע 
אויגן, װי זיי האָבן געשײַנט, בייס ער האָט געליענט, און, דאכט זיך, ער איז געװען אפן זיכעטן 
הימל, װאָס ער האָט פאר וועמען זי לייענען... 

איך ווייס ניט, צי האָט ער באוויזן פארשרײַבן אף פּאפּיר אלע זײַנע לאגער-לידער: אָפט פלעג 
די וואך דורכפירן , שמאָנען" -- אונטערזוכונגען -- בא די ארעסטאנטן, און אז מע האָט געכאפּט 
עמעצן בא דער האנט - געפונען לידער, פארצייכענונגען, האָט מען געזעצט אין קארצער, אין 
,בור" -- אין באראק פון פארשטארקטן רעזשים: א הילצערנע קאמער מיט א נארע, פארפרוירענע 
ווענט, אַנגעקװאָלענע פון שניי. די נארע -- א הוילע, אויך א פארלקאָװעטע אין אײַז, א קװוערטל 
וואסער און א שטיקל ברויט -- די אכילע אפן גאנצן טאָג... און קעדיי דו זאָלסט זיך דאָ ניט פילן, 
װי באם טאטן אין װײַנגאָרטן, נעמט מען נאָך פון דיר אראָפּ דעם בוישלאט, די שיך, צי די פּױשטן, 
און בלײַבסט אינעם הינטערשטן װעש, באָרװעס. דער פראָסט איז דערבײַ העכער פון פערציק גראד... 

איידער אזא עקזעקוציע, שוין בעסער ניט שרײַבן. נאָר ער, שמועל האלקין, האָט נישט גע 
קאָנט ניט שאפן -- און ער האָט פארפאסט, אײַנשרױפנדיק די לידער זײַנע אין זיקאָרן, מיט ביטאָכן, 
אז ער װעט װעדסניט-איז די שעדעװוערס פארשרײַבן אף פּאפּיר. די נאטשאלסטװוע פונעם לאגער 
האָט ניט אראָפּגעלאָזט פון אונדז דאָס אויג. אין אלע סאראקן, אף יעדן טריט און שריט האָט זי 
געפלאנצט מאָסרים --- ,קלאפּערס', װאָס האָבן אונטערגעהערט געשפּרעכן און גלײַך אָפּגעטראָגן 
די באלעבאטים, -- פארדינט א פּײַקע ברויט, אן איבעריק שיסעלע , באלאנדע". די ארעסטאנטן אָבער 
האַבן ניט געשוינט אזעלכע פארקויפטע נעשאָמעס און מע האָט זיך מיט זי אלעמאָל צערעכנט-- 
פּאַשעט פארניכטעט. און דאָס אין געװען דער סאמע גערעכטער אורטײיל. מע זאָל קיין װאָרט ניט 
קאָנען ארויסברענגען?! דאָס איז שוין געװען ניט איבערצוטראָגן! 

כאָטש שוידערלעך שער איז געװען טאָגיאײַן, טאָג:אױס אין דער שטיינהאקערײַ, דרייבלען 
פעלדזן מיט דער שװערער קווואלדע, דערנאָך שלעפּן די שטיינער אף זיך צו די מאשינען אין װע- 
גענער און אָנלאָדן זיי. דאָך פלעג װערן גרינגער אפן הארצן, װען איך האָב זיך געקאַנט טרעפן מיט 
דעם װוּנדערלעכן פּרײַנט מײַנעם און דיכטער, זיך דורכשמועסן, אויסהערן א פּאָר לידער, ויסן, 
אז עס איז דאַ אזא מענטש אף דער ועלט! 

אָבער מײַן גליק האָט זיך אינגיכן געענדיקט. זעט אויס, אז עמעצן איז ניט געפעלן געװען, 
װאָס מיר זעען זיך אזוי אָפט, שפּאצירן ארום. און דאָ נאָך האָבן די אָרטיקע נאטשאלניקעס זיך 
דערמאַנט, אז מיר זײַנען פון איין ‏ כאליאסטרע" און װער װײסט, װעגן װאָס מיר רײידן ציוישן זיך 


107 


אזויפיל, צי האָבן מיר ניט פארטראכט אנטלויפן פונעם לאגער, דורכפירן א דיווערסיע. איפהייבן 
אין לאגער א בונט, אן אופשטאנד?.. 

און מע האָט מיך איפגעהערט ארויספירן פון לאגער אף ארבעט אין שטײנהאקערײַ. אין א 
פּאַר טעג ארום האָט מען מיך און נאָך עטלעכע ,פארדעכטילע" ,סאָנים פון פאָלק' אוװועקגעפירט 
אין שכיינעסדיקן לאגער, עטלעכע קילאָמעטער פונדאנען, אף א קוילדשאכטע. אָט דאָרטן װעל איך 
ניט האָבן ליין מעגלעכקײַט זיך טרעפן מיט שמועל האלקינען, דעם גרויסן , פארברעכער".. 

פאר מײַן פארלאָזן דעם , גאניידן", האָב איך דאָך געקראָגן עטלעכע פרײַע מינוט אף צולויפן 
געזעגענעז זיך מיטן דיכטער. 

איך בין געקומען צום שפּיטאָל, און דער באקאנטער דאַקטער האָט האלקינען ארויכגעפירט 
פונעם באראק, און מיר האָבן זיך צום לעצטן מאָל באגעגנט. 

געבליבן געציילטע מיניט. עס האָט זיך אזויפיל געװאָלט זאָגן דעם מענטשן, נאָר װו נעמט מען 
צײַט?! און דאָ האָב איך זיך דערמאָנט, אז אין מײַן בושלאט, אין דער וואטע האָב איך באהאלטן די 
איינציקע זאך, װאָס איז מיר געבליבן פון דער פרײַהײַט. מיר האָט זיך אײַנגעגעבן עס אויסםאהאלטן 
פון אלע אונטערזוכונגען, פין אלע , שמאָנען". דאָס איז געװען א מאטאָנע, װאָס איינער פון מײַנע 
פרײַנט האָט מִיר אמאָל אוועקנעשענקט: א קליין שווארץ אװטאָמאטיש הענטל מיט א גאַלדענער פּען. 

אלפּי נעס איז מיר געלונגען עס אויסבאהאלטן פון אלע היצעלס. און איך האָב עס געגעבן 
האלקינעןז: 

-- ליבער שמועל מײַנער! דו שרײַבסט אזעלכע גאָלדענע לידער, ויל איך. דו זאָלסט זײ 
שרײַבן מיט א גאָלדענער פּען... 

ער האָט אָפּגעדאנקט פאר דער מאטאַנע, זי באטראכט און געזאָגט: 

-- די ווייסט, ווען מע װאַלט מיך דאָ געלאָזט שרײַבן לידער, װאָלט איך געשריבן אפילע מיט 
א גראַשאַװער שילעריפּען... נאָר דו ווייסט דאָך, אז קיין לידער האָבן די היטער אינדזערע ניט ליב.. 
מע זיכט. מע נישטערט און אז מע געפינט לידער, איז װי זיי װאָלטן געפונען דינאמיט... זיי האָבן 
ליב אין שאנעווען באנדיטן, קוילער, כוליגאנעס. פון אונדז האלטן זי ניט. 

מיר האַהז זיך אין יענעם פארנאכט געזעגנט מיט װייטיק און צאָרן. און קיינער פין אונדז האָט 
זיך ניט געריכט. אז מיר װעלן זיך נאָך אמאָל באגעגענען.. 

שמועל האָט געזוכט, ניט געװוּסט, װוּהין באהאלטן מײַן מאטאָנע, פארשטעקט עס ערגעץ אין 
דער וואטע פינעם בושלאט, געזאָגט: 

-- איר קען דיך פאר א גרויסן אָפּטימיסט... אויב דו האָסט מִיר געשענקט אזא גרויסארטיקע 
פּען, דארף מען גלייבן, אז איר װעל זיך נאָך מיט איר באניצן, ווען גאָט װעט זיך דערבארעמען און 
מירן זִיך אומקערן צו אונדזערע שרײַבטישן... 

מיט ווייטיק אין טרויער האָב איך פארלאָזט דעם דאָזיקן , גאניידן". כאָטש עס איז געווען שוי 
דערלעך שוער ארבעטן אין דער שטינהאקערײַ, נאָר דאָך זײַנען דאָ געווען פריידיקע מינוטן. װער 
ווייסט, װאָס עס ווארט אף מיר? 

ווידער איז אויסגעקומען דורכמאכן א שװערן װעג אין דער טונדרע. נאָר האלבטאָג מיט וי" 
ענישן אין שיוייס, האָב איך זיך דערקליבן צו א שפּאָגלנײַעם לאגער, אן אריומגערינגלטן, װי אומץ' 
טום דאָ, מיט עטלעכע רייען שטעכלדראָטן, מיט אָן א שיר טירעמס, אף וועלכע עס זײַנען געשטאנען 
סאָלדאטז מיט ליילנווארפערס און אװטאָמאטן. 

דער פראָסט האָט מוירעדיק געברענט און געביסן דאָס פּאַנעם האָט דער האסטיקער װוינט. 
מיר האָבן זיך קוים לעבעדיקע דערקליבן צום אײַזערנעם טיער פין אונדזער נײַעם , גאניידן. 

אף א סאך קילאָמעטער האָבן זיך אװעקגעצויגן די שטעכלדראָטן און געדאכט האָט זיך, אז 
די גאנצע טינדרע האָט דער אייבערשטער סספּעציִעל געשאפן, מע זאָל זי איבערפלעכטן מיט שטעכל 
דראָטן, צונויפגעקנופּטע אף יעדן טריט און שריט מיט שווארצע היטער:טורעמלעך. עמעס, דער 
פּייזאזש איז דאָ געווען עטװאָס אן אנדערער: דאַ און דאַרט האָבן זיך געשווארצט הויכע טעריקאַנעי 
און שאכטעגעבײַדעס. פון די שווארצע לאגער-טויערן האָבן זיך אין עטלעכע ריכטונגען אוװעלגע' 
צויגן שמאָלע קאָרידאָרן פין שטעכלדראָט, װעלכע זײַנען פארגאנגענען ארום די היטער-טירעמס, 
װאָס האָנן געסטארטשעט אף יעדן טריט און שריט. שוידערלעכע טירעמס, פּונקט אזעלכע, װי אין 
טרעבלינלע, מײַדאנעק, אַשווענטשים. כ'האָב געהאט די זכיע זיי זען, װען מיר איז אויסגעקומען מיט 
מײַן מיליטערישן טייל אין די שװערע מילכאַמעײיאָרן דורכגיין דורך יענע מעקוימעס. 

ניט װײַט פינעם טויער האָט מען אונדזער עטאפּ אָפּנעשטעלט אין באפוילן ווארטן. מיט דעם 
שרעקלעכן דראָט-קאַרידאַר האָט מֶען געטריבן א גרענעצלאָזע קאַלאַנע מענטשן אין שווארצע בר" 
שלאטן מיט גרויסע װײַסע נומערן אף די פּלײצעס. דעם האמוין האָט מען געטריבן צו די שאכטעס 
ארויסבאקומען פון די ערד-טיפענישן קוילן. דאָס לאנד האָט געדארפט קוילן. און בעריא האָט געגעבן 
דאָס װאָרט זײַן בעסטן פרײַנט, ,דעם געניאלן פאָטער פון אלע פעלקער", ער זאָל זיך ניט זאָרגן 


108 


קוילן װעט ער, בעריֵא, געבן דעם לאנד, וויפל מע װעט דארפן. הונדערטער טױיזנטער מענטשן האָט 
ער שוין פארטריבן אין די שאכטעס, און אויב מע װעט דארפן נאָך מער קיילן, װעט ער זיך ניט 
פוילן און פארטרײַבן אהער, אף קאטאַרגע, נאָך עטלעכע מיליאָן ,סאָנים". 

מיר זײַנען געשטאנען בא דער וואכטע אין געווארט, מע זאָל אונדז שוין גיכער ארײַנטרײַבן 
אין לאגער, קעדיי יאקאָס דערווארעמען די נעשאָמע. דאָס הארץ איז אָפּגעגאָסן געװאָרן מיט בלוט, 
קוקנדיק אף דער שוידערלעכער קאַלאַנע פארפרוירענע, אויסגעמאטערטע, הונגעריקע קנעכט. 

דעם װינט, די זאווערוכע האָט מיירעדיק געדרייט, געװאַיעט, געשלײַדערט די מענטשן פון די 
פיס. אלע זײַנען געווען פארשנייט און פארקאַָװועט, ווארטנדיק, ביז עס װעט זיך ענדיקן די צערע- 
מאָניע פון אונטערזוכן, איבערציילן, דורכקוקן דעם מעכטיקן האמוין. איך האָב דערזען, װי פיר 
ארעסטאנטן האָבן געטראָגן צי דער שאכטע א מענטשן. ער איז געװען שוארץ, װי קויל, אויסגע- 
מאטערט, דערצאָרנט, דערשלאָגן. אָט טראָגט מען נאָך איינעם, נאָך איינעם. איך האָב אָפּנעשטעלט 
דאָס לעצטע פּאַרל טרעגער און א פרעג געטאַן: 

-- היי, מוזשיקעס, װוּהין שלעפּט איר זי?.. 

איר האָב אָנגעװיזן אף די אומגליקלעכע ארעסטאנטן. 

-- װאָס הייסט װוּהין? אף דער שאכטע, גראָבן קוילן, -- האָט מיר איינער פון די טרעגער 
בייז דערקלערט. דערנאָך צוגעגעבן קוים הערבאר, -- פאר דעם כאװער סטאלין.. 

איך האָב געהערט די דערשטיקטע רייד פון די ארעסטאנטךראבאַטיאגעס, און דעם עמעסן זין 
דערפון האָב איך זיך עטװאָס שפּעטער דערװוּסט. 

.א גרויסע גרופּע אינזשעניערן, װוּנדערלעכע ספּעציאליסטן פון מאָסקװע, פון דעם אװטאָמאָ 
ביל-זאװאָד אף סטאלינס נאָמען, האָט מען מיט א צײַט צוריק אראָפּגעבראכט אהער אף די שאכטעס 
אינעם ,שטרענגן, באזונדערן מינלאג", אף זייערע , דיעלעס" האָט מען אָנגעשריבן, אז די דאָזיקע 
וינזשעניערן זאָל מען אויסניצן אויסשליסלעך אף שװערער, קאטאָרזשנער אונטערערדישער ארבעט. 

אין עטלעכע טעג ארום האָב איך זיך דאָ, אין לאגער, באגעגנט מיט איניקע פין די דאָזיקע 
אומגליקלעכע מענטשן, וועלכע זײַנען געװוען דאָ אין א באזונדערער לאגע, זי האָט מען אָפּגעגעבן 
א באזונדערן , קאָוועד". 

איז װער זשע זײַנען זיי, אָט די , אייסנעמלעכע פארברעכער", וװעלכע האָבן דאָ געהאט אן 
אומגעוויינלעכן רעזשים, װעלכע האָבן ניט געטאָרט פארשלאפט װערן, װײַל די דאַקטירים האָבן 
אזעלכע מענטשן ניט געקאַנט געבן קיין באפּרײַונג פון דער ארבעט אפילע אף קיין איין טאָג? 

די געשיכטע איז אזא: 

עטלעכע יאָר נאָך דער מילכאָמע איז קיין מאַסקװע געקומען א רעדאקטאָר פון אן אויסלענדי" 
שער ייִדישער טעגלעכער צײַטונג, א לינקער צײַטינג, װאָס האָט מיט גרויסער סימפּאטיע זיך בא 
צויגן צו אונדזער לאנד. אלע מילכאַמעײאָרן האָט זי געזאמלט געלט און ווארעמע זאכן פאר דער 
רייטער ארמיי. איר רעדאקטאָר און קאָרעספּאַנדענט איז געווען דער בארימטער זשורנאליסט גאָלך- 
בערג, וועלכן עס קען גוט לויט זײַנע פּובליציסטישע ארבעטן די גאנצע װעלט-פּרעסע. דער דאָזיקער 
גאָלדבערג אין געווען שאָלעם-אלייכעמס איידעם. 

דער זשורנאליסט איז געווען באפרײַנדעט פין א סאך יאָרן מיט איציק פעפערן, פּערעץ מאר- 
קישן, שלוימע מיכאָעלסן, דאַװיד האָפשטײנען, דאָװיד בערגעלסאַנען, לײב קװיטקאָן אין מיט א 
סאך אנדערע סאָוועטישע שרײַבער, זשורנאליסטן, געזעלשאפטלעכע טוער. 

פון מאָסקװע האָט ער געשיקט זײַנע ארטיקלען, רעפּאַרטאזשן, פארצייכענונגען אין זײַן טעג- 
לעכער צײַטונג און אין אנדערע אויסגאבעס. 

און אָט האָט ער פארטראכט אַנשרײַבן א רעפּאָרטאזש, א פארצייכענונג פאר זײַן צײַטינג װעגן 
די ארבעטער, ספּעציָאליסטן פונעם אװטאָמאָביל-זאװאָד... 

אים האָט מיט גרויס קאָװעד אופגענומען דער דירעקטאָר פונעם זאװאָד, לאנג געשמועסט, 
דערציילט װעג! מענטשן פונעם זאװאָד. און דאָ האָט דער זשורנאליסט א פרעג געטאָן, צי ארבעטן 
אפן זאואָד אויך אינזשעניערן, ספּעציאליסטן פין ייִדישער אָפּשטאמונג? די לײענער פון דער צײַטונג 
זײַנען דאָך ייִדן, זי אינטערעסירן זיך מיטן לעבן פון ייִדן אין סאַוועטנפארבאנד. 

דער דירעקטאָר האָט אָנגעקלונגען אין קאדרעאַפּטײל און געבעטן ברענגען אים א צעטל פן 
ספּעציאליסטן-ייַדן, וועלכע ארבעטן אפן זאװאָד. 

יענער פּארשוין, דער , קאדראָוייק", פארשטענדלעך, האָט געבראכט דעם דירעקטאָר פונעם 
זאװאָד א צעטל פון עטלעכע צענדליק אינזשעניערן, ספּעציאליסטן. באקאנט מיטן צעטל דעם זשור. 
נאליסט. דערמיט האָט זיך דער אינטערויו מיטן דירעקטאָר געענדיקט. 

און אינגיכן איז , דערמאסקירט און אנטשעדיקט געװאָרן" א גרויסע גרופּע , סאָנים פין פאָלק", 
,שפּיָאַנען", דיווערסאנטן", וועלכע ,האָבן זיך פארקויפט דעם אמעריקאנער אימפּעריאליזם".. 


(סאָף קומט) 


דאָס לעצן און שאפונן 
פון די יידישע טאַװעטישע שרינטשטעלער- 
קאַרבאַנלס פונלם 
סמאלין-טעהא" 


ה. בריל 


)1937 -- 1901( 


!ין די , מאטעריאלן פאר א לעקסי 
קאָן פון דער ייַדישער סאָוועטישער 
ליטעראטור", וועלכע סהאָט פארי 
עפנטלעכט נאָך אין סאָף פון די 
ס"ער יאָרן , סאָװעטיש היימלאנד", 
זײַנען װעגן ה. ברילן אָנגעשריבן בלוין עטלעכע 
שורעס: 

פּוכבליציסט. געבוירן אין װײַסרוסלאנד. געענ' 
דיקט דעם מײַרעװ-אוניווערסיטעט אף מארכלעו" 
סקיס נאַמען. מיטגליד פון דער רעדקאָלעגיע פר 
נעם זשורנאל ,יונגוואלד" און רעדאקטאָר פון דעם 


100 


קינדעריזשורנאל פּיאַנער". באארבעט פאר דער 
ייִדישער שול דעם זאמלבוך פון א. ריזשאָװון ,יון- 
גער פּיָאָנער". 

און שוין. אויך איצט, נאָך לאנגע זוכונגען, קאָר 
נען מיר צו דעם קימאט גאַרנישט ניט צוגעבן. 

קימאט... װי אין יעדער ליטעראטור, זײַנען פון 
טאָמיד אָן געװען בא אונדז האָרעפּאשניקעס, ווע 
מענס נעמען עס פלעגן פעלן אין דער אָפּשאצונג 
פון אן ארבעט, אין וועלכער זיי האָבן ארײַנגעלייגט 
די גאנצע נעשאָמע. צו אזעלכע האָרעפּאשניקעס 
געהערט אויך ה. בריל (אפילע דעם פילן נאָמען 
קאָנען מיר איצט ניט אופשטעלן). 

ה. בריל איז געווען א גלענצנדיקער פּובליציסט. 
דאָס קאָן מען אורטיילן לויט די מאטעריאלן, װעלי 
כע ער האָט געדרוקט אין די כוידעש-זשורנאלן 


7* 


,יונגוואלד" און ,פּיאָנער". און נאַך קאָן מען פון 
זי זען, אז דער רעדאקציע-מיטגליד ה. בריל איז 
ניט געזעסן אף איין אָרט -- ער איז ארומגעפאָרן 
איבער די שטעט און שטעטלעך פוּן װײַסרוסלאנד 
און אוקראינע, זיך באגעגנט מיט קינדער אין די 
שולן און קלובן, און אין רעזולטאט פון די דאָזיקע 
באגעגענישן פלעגן זיך באװײַזן זײַנע רײַזע-אײַן" 
דרוקן אין פארשיידענע צײַטונגען און זשורנאלן. 
אָט האָט ער זיך אומגעקערט פון א רײַזע קין 
מינסק, און דער זשורנאל ,פּיאַנער" (יאנוואר -- 
מארט 1927) דרוקט זײַן פארצייכענונג ,צוגאסט 
בא די מינסקער פּיָאָנערן". וועגן װאָס גייט דאָרט 
א רײיד? וועגן דעם, אז די פּיאָנערן דארפן ניט 
בלויז דיסקוטירן מיקויעך סאניטאריע, נאָר דער" 
קער -- זי אײַנפירן און אָפּהיטן אין שטייגער. ,זײַט 
ניט בארויגעז אף מיר, װאָס איך האָב װועגן אײַך 
אזוי געשריבן. איך װאָלט געווען א שלעכטער קאָי 
מוניסט, א שלעכטער פּיאָנער-טוער, אוב איך זאָל 
שרײַבן וועגן אײַערע גוטע זײַטן, און ניט װעגן די 
שלעכטע". 

און די דאָזיקע נאָטיצן גיבן צו נאָך אין 
שטריך צו ה. ברילס ביאָגראפיע: ער איז געוען 
א קאָמוניסט און א פּיָאָנער-טוער, 

ה. ברילס פארצייכענונגען און רעפּאָרטאזשן 
האָבן א היפּשע דערקענטעניש-ווערט. מע קאָן עס 
זען פון זײַן רעפּאָרטאזש אונטערן נאָמען ,אן עקס- 
קורסיע אין א װונדערלעכן צױבער-גאָרטן" (זשור" 
נאל , פּיאָנער", טמ. 8 |20ן פארן 1927), פון 
וועלכן מיר ברענגען אן אויסצוג: 

אונדזער לאנד איז א לאנדווירטשאפטס, דה, 
די מערהײַט מענטשן, ארום 100 -- 120 מיליאָן 
פארנעמען זיך מיט באארבעטן די ערד. אוב דאָס 
יאָר אין א געראָטנס,. אויב באם פּױער בלײַבט 


איבעריקע טוווע, פארקויפט ער זי דער מעלוכע. די 
מעלוכע קויפט אָפּ די טװוּע און פירט זי ארױיס 
אין אויסלאנד. פאר דער טװווע באקומט אונדזער 
מעלוכע אָלד, לאנדווירטשאפטלעכע מאשינען, 
רוישטאָף פאר די פאבריקן, מיט איין װאָרט -- אלץ, 
אין װאָס אונדזער לאנד נייטיקט זיך. אזוי פון יאָר 
צו יאָר פירן מיר ארויס לאנדווירטשאפטלעכע פּראָ 
דוקטן און פירן ארײַן מאשינען פארן דאָרף, מיר 
בויען אויס נײַע פאבריקן, נײַע עלעקטרישע סטאן" 
ציעס, פארבעסערן דעם טראנספּאָרט, מיר בויען 
אויס נײַע שולן, מיר האָבן א מעגלעכקײַט פארבע- 
סערן דאָס לעבן פונעם ארבעטער, פון די לערער, 
פון דער ארמיי אאון.". 

לאָמיר פארגעדענקען, װען עס איז אָנגעשריבן 
געװאָרן דער דאָזיקער רעפּאָרטאזש -- אין 1927, 
נאָך פאר דער צוואנגס-קאַלעקטיוויזאציע, ווען אונד- 
זער לאנד האָט ניט ארײַנגעפירט ברויט פון אויס- 
לאנד און ניט געצאָלט פאר דעם מיט גאָלד, נאָר 
פארקערט -- אליין באקומען גאָלד פון אויסלאנד, 
עס ווילט זיך ניט מאכן קיין היסטאָרישע פארא" 
לעלן -- דאָס װאָלט געבראכט צו גאנץ טרויעריקע 
אויספירן, נעמענדיק אין אכט די איצטיקע לאגע 
אין אונדזער לאנדווירטשאפט. 

אונדז פעלן יעדיַעס װעגן דעם װײַטערדיקן 
לעננסוועג פון ה. ברילן. נאָכן ,יונגוואלד" און 
נאָכן /,פּיאָנער" באגעגענען מיט זײַן נאָמען אין אנ" 
דערע ייִדישע פּעריאָדישע אויסגאבעס. אין אָנהײב 
פון די דרײַסיקער יאָרן איז ער, לויט ניט קיין פאר- 
פּינקטלעכטע יעדיִעס, אריבערגעפאָרן קיין ביראָ- 
בידזשאן. דאָרט, אפּאָנעם, האָט אים געטראָפן דער 
אומגליק, וי פיל אנדערע סאָוועטישע זשורנאליסטן 
און קולטור-טוער. די דאטע -- 1937 -- רעדט שוין 
אליין פאר זיך. ה. בריל איז דעמלט אלט געוען 
6 אאָר.. 


כבא:ם גילדין 
84 -- 1944) 


ער ערשטער נומער פונעם פּאָליטיש- 
געזעלשאפטלעכן און ליטעראריש- 
קינסטלערישן זשורנאל ,די רויטע 
וועלט' פארן 1930, װעלכער איז 
דערשינען אין כארקאָוו, האָט זיך 


געעפנט מיט סטאלינס פּאַרטרעט און מיט כאים 
גילדינס ליד , סטאלין". און אין דער דאָזיקער 
ליד זײַנען פאראן עטלעכע שורעס, געװידמעט 
דעם , געניאלן פירער". 


דײַן װאָרט איז הארט און שטרענג, 

אָן פליטערלעך, אָן פארבן; 

מע קען דיך מער פון טאט, 

מע קען דיך מער פון מין 

פון יעדן דײַנעם ריר געטרישטשעט האָבן שארבנס. 
און לייבן האָסט געשטעלט, װי לעמער, אף די קני... 


מיר ווייסן ניט, צי מע האָט דעם דיכטער, 
ווען מע האָט אים אין סאָף פון די דרײַסיקער יאָרן 
געבראכט אפן ערשטן פארהער אין קיַעװער לוק" 
יאנאָװער טפיסע, ארויסגעשטעלט א באשולדיקונג, 
אז מיט זײַנע דיכטערישע שורעס האָט ער זיך 
פארמאָסטן ‏ אף סטאלינס אװטאָריטעט, נאָר א 
פּאָרטרעט פונעם בלוטיקן הענקער האָט זיך בא" 
קומען בעעמעס א טרעפלעכער. 

װאָס ווייסן די הײַנטיקע לייענער און ליבהאָ- 
בער פונעם ייִדישן װאָרט װעגן כאיִם גילדינען? 
ערגעץ זײַנען צעװאָרפן איבער פארשיידענע אויס- 
גאבעס פון די צואנציקער -- דרײַסיקער אָרן 
קנאפּע יעדיעס װעגן זײַן לעבן און שאפונג. וען 
מע האָט גענומען פארעפנטלעכן בא אונדז מא- 
טעריאלן וועגן די אומשולדיק אומגעבראכטע סאָי 
וועטישע ייִדישע שרײַבער, האָט מען זיך נאָך 
געקווענקלט, צי מע קאָן דערמאָנען גילדינען, 
װײַל קיין שום יעדיִעס, אז מע האָט אים נאָכן 
צוואנציקסטן ‏ פּארטיי-:צוזאמענפאָר ‏ רעאביליטירט 
צוזאמען מיט אלע אנדערע קאַרבאַנעס פונעם 
סטאלין-קולט, זײַנען ניט געװוען, קיין קרויווים, 
וועלכע װאָלטן עפּעס מיטגעטיילט װעגן אים, זי" 
זען אויך ניט געווען. 

און דאָך האָט דאָס לעבן אזוי פאראָרדנט, אז 
גילדינס נאָמען זאָל ניט פארגעסן וװערן. ער, דער 
שוסטער אין אן אָדעסער שוך-פאבריק, װעלכער 
איז צוויי מאָל געזעסן אין די צארישע טורמעס 
פאר רעװאָליוציאַנערער טעטיקײַט, ער, װעלכער 
האָט געדרוקט אין דער ווארשעווער ייִדישער פּרע- 
סע ארטיקלען װעגן דעם ארבעטער-לעבן נאָך פאר 
דער ערשטער וועלט-מילכאָמע, ער, דער אקטיווער 
אַנטײלנעמער פונעם בירגערקריג, ועלכער איז 
ארײַנגעטראָטן אין 1919 אין דער קאָמוניסטישער 
פּארטיי און איז געווען דער רעדאקטאָר פון די 
ערשטע אָדעסער ייִדישע קאָמוניסטישע צײַטב" 
גען, -- האָט שוין פון די פריַע יאָרן געװוסט, 
וװווהין ער גייט און צו װאָס ער שטרעבט. 

צום צווייטן יאָרטאָג פון דער אַקטיאבער- 
רעװאָליוציע אין 1919 דרוקט ער אינעם מאָסק- 
וער פּאַליטיש-ליטערארישן זשורנאל ,די קאָמו" 
ניסטישע וװעלט' א באגײַסטערטע ליד אונטערן 


112 


נאָמען , איך בין דער גליקלעכסטער". זײַן ערשט 
ביכעלע לידער , האמער-קלאנגען" איז דערשינען 
אין מאָסקװע אין 1922. די ,האמער-קלאנגען" 
האָט ער געהערט ניט פון דרויסן, נאָר שטייענדיק 
אומיטלבאר באם װוערקשטעל, שרײַבנדיק וועגן זי 
,מיט פלאם, מיט ברען, װי אן אמכאָ קען" (מוישע 
ליטוואקאָוו האָט נאָך אין 1924 אים פירגעװאָרפן, 
אז ער זינגט ,װעגן שקיון, סירענעס, קוימענס, 
טראנסמיסיעס --,לאמטאדריטאם, הוירא, הוירא"). 
און ניט אומזיסט האָט ער אין זײַנע זיכרוינעס (גע- 
דרוקט אין מינסקער זשורנאל ,שטערן" נומ. 1 
פארן יאָר 1940 -- דאכט זיך, אז דאָס איז גע- 
ווען ביכלאל זײַן לעצטע פּובליקאציע) דערמאָנט, 
װי איז אָקטיאבער 1915, באזוכנדיק אין אָדעס 
דעם זיידן מענדעלע צוזאמען מיט ביאליקן, ראוו" 
ניצקין און פרישמאנען, דערהערט, װי דער זיידע 
ווענדט זיך צו אים: 

-- דו מוזסט מיר טאָן א גרויסע טויװע, דו 
ארבעטסט דאָך אין א שוך-פאבריק? בעט איך דיך 
ראכמים -- ראטעװע! מײַנע טאלמעטירעדיינגלעך 
גיען, נעבעך, אום באָרװעס, און איך קאַָן ניט 
קריגן פאר זיי קיין שטיוועלעך, אלע שוסטערס 
ארבעטן פאר דער מילכאָמע. געזען, אויס לעבף 
בלויז מילכאָמע, מילכאָמע, א בייז יאָר אף די אלע 
מיט זייערע מילכאָמעס!.. עפשער דארף מען אָפּי 
טאָן א טרייף שטיקל ארבעט מיט עפּעס א מא- 
כינאציע, איז טו עס -- צוליב א מיצווע מעג מען 
אלץ. 

איך האָב צוגעאָגט עפּעס אונטערנע- 
מען", -- שרײַבט גילדין. און עֶר האָט, אפּאַנעם, 
געהאלטן װאָרט... 

לאָמיר דערמאַנען, אז כאיִם גילדין איז גע" 
ווען דער אװטאָר פון די לידער זאמלונגען גרוי" 
טע פּורים-שפּיל" (בופאָנאדע, 1923), , לעניניאדץ" 
(פּאָעמע, 1926), ,בא אונדז אין לאנד איז מײ' 
(1932), ,פאָנען אף באגנעטן" (צוזאמען מיט 
אי. פעפערן, 1932), ,געזאמלטע וערק", לידער 
און פּאָעמעס, 19232), פון די פּראָוע- 
ביכער ,ברונעמס', אָנגריף' און אנדערע. 
ווען אין 1929 איז דערשינען זײַן בוך דערציי" 
לונגען , ברונעמס", האָט דער זשורנאל ,די רויטע 
וועלט" אָפּנעדרוקט א רעצענזיע, אין װעלכער 
ס'איז געזאָגט געװאָרן: ,גילדין האָט אלע גרונט- 
לאגעס, בא זײַן רײַכער רעװאָליוציאָנערער לעבנס- 
דערפארונג, בא זײַן גרויסן אויסוואל פון לעבע- 
דיקע אקטועלע סוזשעטן, צו װערן אינער פון 
אונדזערע באדײַטנדיקסטע עמעספּראָלעטארישע 
שרײַבער" און , דער גאנצער בוך איז א דערגריי" 
כונג, װאָס בארײַכערט אונדזער יונגע סאַוועט" 
שע פּראָזע". 

זײַן לעצט ביכל -- די דערציילונג ,דער קאני 
טשיק" איז דערשינען אין 1936. אומגעקומען איז 
ער אין א קאַנצענטראציע-לאגער אין סיביר. 


7--148 


קינסטלער לעאָניד באלאקלאוו 


אטא 


יי ירע 


אף א כאסענע 


א מישפּאָכע 


0 22 קאיאָר 


מײַן כאווער אליקס פּאָרטרעט 


יי = הי יא :1,500 


טיט 
0 


זי ריט רא זק ר .) 


: 
הס 


4 : 4 1 ' 
יא 5 5 
גי 


אן אלטע גאס 


א זונטיקדיקער כאָלעם 


טאטע-מאמע 


זאָרעך גרינבערג 
(1887 -- ?) 


ער ייִדישער פּובליציסט זאָרעך גרינ' 
בערג איז געװען דער קאַמיסאר 
פון בילדונג און קונסט פון דער 
צאָפּנדיקער (פּעטראָגראדער) קאָי 
מונע. אין 1918 אין ער איבערגע" 
פאָרן קיין מאָסקװע, זיך באטײיליקט 
אין דער ארבעט פונעם ייִדישן קאָמיסאריאט, גע" 
ווען, װי מע פלעגט דעמלט אָגן, ;די רעכטע 
האנט' פון דעם פאָלקס-קאַמיסאר פאר בילדונג 
אנאטאַלי לונאטשארסקי. 

דער ייִדישער קאָמיסאר זאָרעך גרינבערג האָט, 
פארשטייט זיך, ניט געהערט צו די פּרינציפּייעלע 
קעגנער פון העברעיש, ער אליין איז געװען א 
גרויסער קענער פון אָט דער שפּראך, זײַן טאטע, 
א מעלאמעד, האָט געװאָלט, אז דער זון זאָל קע" 
נען ביידע ייִדישע לעשוינעס. נאָר אין 1918 איז 
געשטאנען די פראגע, אף װעלכער שפּראך דארף 
מען בויען די נאציאָנאלע שול, און ייַדיש איז 
געווען די שפּראך פון די ברייטע פאָלקסמאסן. מע 
האָט די נײַע סאָװעטישע שול געדארפט נויען אף 
דער מוטער-שפּראך. דער ייַדישער קאָמיסאריאט 
האָט ניט געקאַנט שטיין אין א זײַט בייסן ארגא" 
ניזירן די בילדונג פון די ייַדישע קינדער. זאָרעך 
גרינבערג אין ארױסגעטראָטן אין דער צײַטונג 
;ווארהײַט' מיט א קריגערישן, אין טאָן פון דער 
צײַט, ארטיקל אף אָט דער טעמע. 

אין אפּרעל 1919 איז אין פּעטראַגראד דער" 
שינען דער ערשטער נומער פון דער צװײװאָכ" 
שריפט , קאמף און לעבן", װעמענס רעדאקטאָר 
ס'איז געווען זאָרעך גרינבערג. שוין אינעם ערשטן 
נומער פּובליקירט די רעדאקציע, אין באל'מאכ- 
שאָװעסעס איבערזעצונג און מיט זײַן פאָרװאָרט, 
עטלעכע לידער פון דעם דײַטשישן רעװאָליציאָ 


פראלעטאריער פין אל? לעגדער. 
פאראויניגט זיך י 


== 


קאמף אוּן לעב 


ערשיינט איין מאָל אין צוויי וואָבּן 


רעדאַקטאָר זרח גרינבערג. 


נערן דיכטער היינריך לערש, מאקסים גאָרקיס 
דערציילונג , דער זייגער", עס װערט אָפּגעמערקט 
דער 10ײיאָריקער יוביליי פון ‏ דער געזעלשאפט 
פאר ייִדישער פאָלקס-מוזיק. צוזאמען מיט א רײַי 
כער אינפאָרמאציע װעגן דעם יַדישן לעבן אין 


באפרײַטן רוסלאנד באקומט דער לײענער באלל 
מאכשאָוועסעס ,ליטעראריש-קריטישע שמועסן" 
(אוֹן אַפּהאנדלינג װעגן דעם קיעװער זאמלבוך 
אייגנס'. 


זאָרעך גרינבערג האָט געהאט א שארפע פּען. 
דער צווייטער נומער פון ,קאמף און לעבן", װעל 
כער איז דערשינען אין קיעװו, עפנט זיך מיט זײַי 
נע נאָטיצן ארום דעם פּראָצעס פין איבערבויען 
דאָס ייִדישע ארבעטער'לעבן אף קאַמוניסטישע 
יעסוידעס. 

צוזאמען מיט נ. בוכבינדערן אין ש. דימאן 
שטיינען רעדאגירט. ז. גרינבערג נאָך ‏ עטלעכע 
פּאַליטיש-געזעלשאפטלעכע און ליטעראריש-קינסט- 
לערישע אויסגאבעס, וועלכע האָבן דורכגעלייגט א 


װעג פאר די װײַטערדיקע ייַדישע ליטערארישע 
זשורנאלן אין פּעטראָגראד, מאָסקװע, קיעו. 
אין אָנהייב פון די צואנציקער יאָרן גײט 


ז. גרינבערג אָפּ פון דער פּובליציסטישער טעטי" 
קײַט. ער פארנעמט זיך מיט אקאדעמישער און 
פּעדאגאָגישער ארבעט, אונטעריכטעט גצשיכטע 
אין א ריי מאָסקװער הויכשולן. וידער איז ער 
טעטיק אין די יאָרן פון דער צוייטער וועלט-מיל- 
כאָמע אלס מיטגליך פונעם יִַדישן אנטיפאש" 
סטישן קאָמיטעט. 

קיין פּינקטלעכע יעדיִעס װעגן דעם װײַטער- 
דיקן גוירל פונעם טאלאנטפולן ייִדישן פּובליציסט, 
רעדאקטאָר און היסטאָריקער האָבן מיר ניט. מע 
קאָן זיך בלויז אָנשטויסן, אז אים האָט געטראָפן 
דער זעלבער גוירל, װי אלע אנדערע אקטיוע 
טוער פון דער יִַדישער קולטור, װען מע האָט 
פארמאכט דעם יִדישן אנטיפאשיסטישן קאָמיטעט 
און רעפּרעסירט זײַנע אָנטײלנעמער. 


דעם מעמאָריָאל-אָפּטײל פירט כאים ביידצער 


7 
-שי 


יאין היסטאָרישן אספעקט.. 


וועגן דעם פּערואָנען:קולט 
און זײַנע פאָלגן 


פאָרטראָג פון דעם ערשטן סעקרעטאר פון צק 9097 כאו. 
כרושטשאָװו נ. ס. דעם אא צוזאמענפאָר פון דער קאַמוניסטישער פארט 
פונעם סאַוועטנפארבאנד! 


5 פעווראל 1956 יאָר 


כאוויירים! אין דעם באריכט-פאָרטראָג פונעם צענטראליקאָמיטעט פון דער פּארטײ דעם 
אא צוזאמענפאָר, אין א ריי ארויסטרעטונגען פון די דעלעגאטן פונעם צוזאמענפאָר און אויך פריער 
אף די פּלענומס פונעם צק קפּספ איז ניט װײניק גערעדט געװאָרן װעגן פּערזאָנעדקולט און זײַנע 
שעדלעכע פאָלגן. 

נאָך סטאלינס טוט האָט דער צענטראל-קאָמיטעט פון דער פּארטײ גענומען שטרענג און 
קאַנסעקװענט דורכפירן א קורס אף צו דערקלערן, װי אומדערלאָזבאר עס איז, פרעמד דעם גײַסט 
פון מארקסיזם-לעניניזם, צו פארהערלעכן איין פּערזאָן, צו פארוואנדלען זי אין עפּעס אן איבער. 
מענטש, ועלכער פארמאָגט איבערנאטירלעכע אייגנשאפטן, װי א מין גאָט. דער דאָזיקער מענטש 
ווייסט קלוימערשט אלץ, זעט אלץ, טראכט פאר אלעמען, קאָן אלץ אופּטאָן, ער איז פרײַ פון 
פעלערן אין זײַנע מײַסים. 

אזא פאַרשטעלונג װעגן א מענטשן, און, קאַנקרעט רידנדיק, װעגן סטאלינען, האָט מען א 
סאך יאָרן קולטיווירט בא אונדז. 

אינעם הײַנטיקן פאָרטראָג ‏ װערט ניט געשטעלט די אופגאבע צו געבן אן אלזײַטיקע אִפַּ 
שאצונג פון סטאלינס לעבן און טעטיקײַט. װעגן סטאלינס פארדינסטן איז נאָך בא זײַן לעבן אָנ" 
געשריבן געװאָרן א גאנץ גענוגדיקע צאָל ביכער, בראָשורן, פאָרש-ארבעטן. ס'איז אלגעמיין בא- 
װוּסט סטאלינס ראַליע אין צוגרייטן און דורכפירן די סאַציאליסטישע רעװאַליציע, אין בירגער- 
קריג, אינעם קאמף פאר אופבויען דעם סאַציאליום בא אונדז אין לאנד. דאָס אין אלעמען גוט 
באװוּסט. איצט גייט א ריד װעגן א פראגע, װאָס האָט א קאַלאָסאלן באדײַט סײַ פאר דער קעגנ- 
ווארט, סײַ פאר דער צוקונפט פון דער פּארטײי, -- עס גייט א ריד װעגן דעם, ויאזיי עס האָט זיר 
בעהאדראָגעדיק געשאפן דער קולט פון סטאלינס פּערזאָן, װעלכער האָט אף א געװיסן עטאפּ זיך 
פארוואנדלט אין א קוואל פון א גאנצער ר אויסערסט גרויסע און זייער שװערע פארקריפּלונגען 
פון די פּארטיייִשע פּרינציפּן, פון דער פארטיישער דעמאַקראטיע, פון דער רעװאַליציאַנערער גע- 
זעצלעכקײַט. 

אין צוזאמענהאנג דערמיט, װאָס נאַך ניט אלע שטעלן זיך פאָר, צו װאָס עס האָט אין דער 
פּראקטיק געבראכט דער פּערזאַנעױקולט, װאָס פאר א קאַלאָסאלן שאָדן עס איז פארשאפט געװאָרן 
דערמיט, װאָס עס איז געבראָכן געװאָרן דער פּרינציפּ פון קאַלעקטיוער אָנפירוג אין דער פּארטײ 
און אין די הענט פון איין פּערזאָן האָט זיך קאָנצענטרירט אן אומגעהײַערע, אן אומבאשרענקטע 
מאכט, האלט דער צענטראל-קאָמיטעט פון דער פּארטײי פאר נייטיק מיטצוטיילן דעם אא צוא. 
מענפאָר פון דער קאָמוניסטישער פּארטײ פונעם סאָוועטנפארבאנד װעגן די מאטעריאלן איבער דער 
דאָזיקער פראגע. 


8 8 


דערלויבט, פריַער פאר אלץ, אײַך צו דערמאָנען, װי שטרענג די קלאסיקער פון מארקסיזם- 
לעניניזם האָבן פארורטיילט יעטווידע אנטפּלעקונג פון פּערזאָנעדקולט. אין א בריוו צום דײַטשישן 
פּאָליטישן טוער ווילהעלם בלאָס: האָט מארקס דערקלערט: ,..אייס פײַנטשאפט צו יעטװוידן פּערזאַי 


! מיט קירצונגען. 
? אלע ציטאטן אינעם פאָרטראָג פארופן זיך אף רוסישע אויסגאכעס (רעד.) 


11 


נעדקולט האָב איך בייס עס האָט עקיסטירט דער אינטערנאציאַנעל קיינמאל ניט דערלאָזט, 
עס זאָלן איבערגעגעבן װערן דער עפּנטלעכקײַט די פילצאָליקע װענדונגען, אין וועלכע עס פלעגן 
אנערקענט װערן מײַנע פארדינסטן און מיט וועלכע מע איז צוגעשטאנען צו מיר פון פארשיידענע 
לענדער, -- איך האָב אפילע קיינמאָל ניט געענטפערט אף זיי, עפשער נאָר װעךניט-װען פאר זי 
אויסגעמוסערט. דער ערשטער ארײַנטריט ענגעלסעס און מײַנער אין דער געהימער געזעלשאפט 
פון קאָמוניסטן איז פאָרגעקומען מיט דעם באדינג, אז פונעם סטאטוט זאָל ארױיסגעװאָרפן װערן 
אלץ, װאָס װירקט מיט דער אָבערגלויבערישער פארערונג פון אװטאָריטעטן (לאסאל האָט שפּעטער 
געהאנדלט פּונקט פארקערט)" (װערק פון ק. מארקס און פ. ענגעלס. ב. עואא, 1-טע אופלאנע, 
ז. 487 -- 488. 

עטװאָס שפּעטער האָט ענגעלס געשריבן: 

,סײַ מארקס, סײַ איך זײַנען מיר שטענדיק געווען קעגן יעטווידע ענפנטלעכע דעמאַנסטראציעס 
בענעגייע צו באזונדערע פּערזאָנען. אויסער בליז יענע פאלן, װען דאָס האָט געהאט עפּעס א 
באדײַטנדיקן צװעק; און מער פון אלץ זײַנען מיר געװען קעגן אזעלכע דעמאָנסטראציעס, װאָס 
װאָלטן בא אונדזער לעבן געהאט א שײַכעס צו אונדז פּערזענלעך" (װערק פון ק. מארקס און 
פ. ענגעלס, ב. 1ווטאא, ז. 385). 

עס איז באװוּסט די אויסערסט גרויסע באשײדנקײַט פון דעם געני פון דער רעװאָליוציע 
וולאדימיר איליטש לענין. לענין האָט שטענדיק באטאָנט די ראָליע פון דעם פאָלק, אלס דעם 
שעפעו' פון דער געשיכטע, די אָנפירנדיקע און אָרגאניזירנדיקע ראָליע פון דער פּארטײ אלס א 
לעבעדיקן, זעלבסטעטיקן אָרגאניזם, די ראָליע פונעם צענטראל-קאָמיטעט. 

דער מארקסיזם לייקנט ניט אָפּ די ראָליע פון די לידערס פונעם ארבעטער-קלאס אינעם אָנ 
פירן מיט דער רעװאָליוציַאָנער-באפרײַערישער באוועגונג. 

צוגעבנדיק א גרויסן באדײַט דער ראָליע פון די אָנפירער און אָרגאניזאטאָרן פון די מאסן, 
האָט לענין, צוזאמען דערמיט, אומבעראכמאַנעסדיק געטאדלט יעטװידע אנטפּלעקונגען פון פּער- 
זאָגעזדקולט, געפירט אן אומפּשאָרעדיקן קאמף קעגן די פרעמדע דעם מארקסיזם עסערישע אִנ 
שויונגען פון ‏ , העלד" און ,האמוין", קעגן די פּרווון צו קעגנשטעלן דעם ,העלד" די מאסן, דעם 
פאָלק. 

לענין האָט געלערנט, אז די קראפט פון דער פּארטיי באשטיט אין דער ענגער פארבינדונג 
מיט די מאסן, דערין, װאָס מיט דער פּארטײ גייט דאָס פאָלק -- די ארבעטער, די פּױיערים, די 
אינטעליגענץ. ,בלויז דער װעט זיגן און אײַנהאלטן די מאכט, -- האָט געזאָגט לענין, -- װוער עס 
גלייבט אין פאָלק, ער עס װעט זיך ארײַנווארפן אינעם קוואל פון דער לעבעדיקער פאָלקס-שא- 
פונג (וו. אי. לענין, ב. 26, ז. 1)259, 

לענין האָט גערעדט מיט שטאָלץ װעגן דער באַלשעוויסטישער, קאָמוניסטישער פּארטײ, װי 
װעגן דעם פירער און לערער פונעם פאָלק, ער האָט גערופן ארױיסטראָגן אפן מישפּעט פון די 
באװוּסטזיניקע ארבעטער, אפן מישפּעט פון דער אייגענער פארטיי אלע ויכטיקע פראגן; ער האָט 
דערקלערט: ;איר גלייבן מיר, אין איר זעען מיר דעם פארשטאנד, די ערע און דעם געװויסן פון 
אונדזער עפּאַכע" (װערק, ב. 25, ז. 239). 

לענין איז אנטשיידן ארױיסגעטראָטן קעגן אלערליי פַּרוּװן צו פארמינערן אָדער אָפּצושוואכן די 
אָנפירנדיקע ראָליע פון דער פּארטיי אין דער סיסטעם פון דער סאָװועטישער מעלוכע. ער האָט 
אויסגעארנעט די באָלשעוויסטישע פּרינציפּן פון דער פּארטי-אָנפירונג אין די נאָרמעס פונעם 
פּארטיי-לעבן, באטאָנענדיק, אז דער העכסטער פּרינציפּ פון דער פּארטי-אָנפירונג איז איר קאָלעקי 
טיװוקײַט. נאָך אין די פאר-רעװאַליוציַאָנערע יאָרן האָט לענין אַנגערופן דעם צענטראלקאָמיטעט פון 
דער פּארטיי אלס א קאָלעקטיוו פון אָנפירער, אלס אן אָפּהיטער און אױיסטײַטשער פון די פּארטיי" 
פּרינציפּן. /, די פּרינציפּן פון דער פארטיי, -- האָט אָנגעװויזן לענין, -- היט אָפּ פון צוזאמענפאָר צו 
צוזאמענפאָר און טײַטשט זיי אויס דער צענטראלקאָמיטעט' (װערק, ב. 13, ז. 116). 

באטאָנענדיק די ראָליע פונעם צענטראלקאָמיטעט פון דער פּארטײ, זײַן אװטאָריטעט, האָט 
וולאדימיר איליטש אָנגעוװיזן: , אונדזער צק האָט זיך אויסגעבילדעט אין א גרופּע, שטרענג צענטרא- 
ליזירטע און הויך:אװטאָריטעטע..." (װערק, ב. 33, ז. 4143). 

בא לענינס לעבן איז דער צענטראלקאָמיטעט פון דער פּארטיי געװען אן עכטער איסדרוק 
פון קאָלעקטיווער אָנפירונג מיט דער פּארטיי אין אָט דעם לאנד. זײַענדיק א קריגערישער מארקי 
סיסט-רעװאַליציאָנער, ‏ שטענדיק אן אומקאָמפּראָמיסלעכער אין פּרינציפּייעלע פראגן, האָט לענין 
קינמאָל ניט געפּרוװט מיט קראפט אָנבינדן זײַנע אָנשױיונגען די כאויירים לויט דער ארבעט. ער 


1 אינעם פאָרטראָג װוערן די ציטאטן געגעבן לוט דער 4-טער אופלאגע פון לענינס װערק אין 
רוסיש (רעד.). 


115 


פלעג איבערצײַגן, געדולדיק דערקלערן זײַן מיינונג אנדערע. לענין פלעגט טאָמיד שטרענג נאָכ- 
שפּירן, אז ס זאָלן פארווירקלעכט װערן די נאָרמעס פונעם פּארטיי-לעבן, עס זאָל אָפּגעהיט יוערן 
דער פּארטיי-סטאטוט, עס זאָלן רעכטצײַטיק צונויפגערופן װערן די פארטײ-צוזאמענפאָרן. די 
פּלענומס פונעם צענטראל-קאַמיטעט. 

אויסער אלדאָס גראנדיעזע, װאָס װ. אי. לענין האָט אופגעטאַן צוליב דעם זיג פון דעם 
ארבעטער-קלאס זּון דעם האַרעפּאשנע פּױערטום, צוליב דעם זיג פון אונדזער פּארטײי און ציליב 
פארווירקלעכן די אידייען פון וויסנשאפטלעכן קאַמוניזם, האָט זײַן שארפזיכטיקײַט זיך ארויסגע- 
וויזן אויך דערין, װאָס ער האָט רעכטצײַטיק באמערקט אין סטאלינען גראָד יענע נעגאטיוע אײגנ- 
שאפטן, וועלכע האָבן שפּעטער גוירעם געװען שװערע קאַנסעקװענצן. א פארזאָרגטער מיקויעך די 
װײַטערזיקע גױיראָלעס פון דער פּארטיי אין פון דער סאָוועטישער מעלוכע, האָט לענין געגעבן 
א פולקום ריכטיקע כאראקטעריסטיק סטאלינען, אָנװײַזנדיק דערביי, אז מע דארף באטראכטן די 
פראגע ועגן איבערפירן סטאלינען פון דער שטעלע פון גענעראליסעקרעטאר מאכמעס דעם, װאָס 
סטאלין איז צו גראָב, איז ניט גענוג אופמערקזאם צוּ כאװיירים, איז קאפּריזנע אין מיסברויכט 
מיט דער מאכט. 

אין דעקאבער 1922 יאָר האָט ולאדימיר איליטש אין זײַן בריוו צום אַרדנטלעכן פּארטײ- 
צוזאמענפאָר געשריבן: 

;דער כאו!. סטאלין, װערנדיק דער גענסעק, האָט קאַנצענטרירט אין זײַנע הענט אן אומגע- 
הײַערע מאכט, און איך בין ניט זיכער, צי װעט ער שטענדיק קאָנען גענוג פאָרזיכטיק זיך ניצן 
מיט דער דאָזיקער מאכט". 

דער דאָזיקער בריוו -- א ביז גאָר וויכטיקער פּאַליטישער דאַקומענט, װאָס איז באקאנט אין 
דער פּארטייגעשיכטע װי לענינס ‏ צאװאָע" -- איז פאנאנדערגעגעבן געװאָרן די דעלעגאטן פ" 
נעם אא פּארטיי:צוזאמענפאָר. איר האָט אים געלײענט און װעט אים, װארשײַנלעך, נאָך לייענען 
ניט איין מאָל. טראכט זיך ארײַן אין די פּאַשעטע לענינישע װערטער, אין װעלכע עס איז אױס 
געדריקט וולאדימיר איליטשס זאָרג װעגן דער פּארטיי, וועגן פאָלק, װעגן דער מעלוכע, ועגן דער 
וײַטערדיקער ריכטונג פון דער פּארטיי-פּאָליטיק. 

וולאדימיר איליטש האָט געזאָגט: 

;סטאלין איז צו גראָב, אין דער דאָזיקער כיסאָרן, װאָס ס'איז אים פולשטעדיק צו דערלײַדן 
אין דער סוויווע און אין פארקער צװישן אונדז, קאַמוניסטן, וערט אימפארלײַדלעך בא דער שטע- 
לע פון דעם גענסעק. דעריבער שלאָג איך פאָר די כאוויירים צו באטראכטן דעם אויפן פון אריבער- 
פירן סטאלינען פון דעם דאָזיקן אָרט און באשטימען אף אָט דעם אָרט אן אנדער מענטשן, װאָס 
אונטערשיידט זיך אין אלע אנדערע הינזיכטן פונעם כאוו. סטאלין בלויז מיט איין פאָרצוג, נעמלעך, 
ער איז מער טאָלעראנט, מער לאַיאל, מער העפלעך און מער אופמערקזאם צו כאװיירים, װייניקער 
קאפּריזנעקײַט אאוו. 

דער דאָזיקער לענינישער דאָקומענט איז פאַרגעלײענט געװאָרן אין די דעלעגאציעס פונעם 
ווזצ פּארטיי:צוזאמעפאָר, ועלכע האָבן באהאנדלט די פראגע װעגן אריבערפירן סטאלינען פונעם 
פּאָסטן פון גענעראל-סעקרעטאר. די דעלעגאציעס האָבן זיך ארױיסגעזאָגט פאר איבערלאַזן סטאלי 
נען אף דעם דאָזיקן פּאָסטן, האַבנדיק אין זינען, אז ער װעט נעמען אין אכט װלאדימיר איליטשס 
קריטישע באמערקונגען און װעט קאַנען פאריכטן זײַנע כעסרוינעס, װעלכע האָבן דערװעקט בא 
לענינען ערנסטע פארדאכטן. 

כאוויירים! ס'איז נייטיק צו מיטילן דעם פּארטיי-צוזאמענפאָר װעגן צװיי נײַע דאָקומענטן, 
וועלכע דערגאנצן די לענינישע כאראקטעריסטיק פון סטאלינען, װעלכע ולאדימיר איליטש האָט 
געגעבן אין זײַן ,צאװאָע", 

די דאָזיקע דאָקומענטן זײַנען א בריוו פון נאדעזשדא קאָנסטאנטינאָװנא קרופּסקאיא צו קא- 
מעניעוון, וועלכער איז צו יענער צײַט געווען דער פאָרזיצער אין פּאַליטביראָ, און א פּערזענלעכער 
בריוו פון וולאדימיר איליטש לענין צו סטאלינען. 


{. דער בריוו פון נ. ק. קרופּסקאיא. 


, לעוו באָריסיטש, 

אין צוזאמענהאנג מיטן קורצינקן בריוו, װעלכן איך האָב אַנגעשריבן אונטער לענינס דיק- 
טאַװוקע בא דער דערלױיבעניש פון די דאָקטױרים, האָט סטאלין זיך דערליבט נעכטן בענעגייע צו 
מיר א ביז גאָר ברוטאלן אויספאל. איך בין אין דער פּארטיי ניט קיין איין טאָג. פאר אלע 30 יאָר 


116 


האָב איך פון קיין איין כאווער ניט געהערט קין איין גראָב װאָרט. די אינטערעסן פון דער פּארטײ 
און פון איליטשן זײַנען מיר ניט יניקער טײַער, װי סטאלינען. איצט דארף איך א מאקסימום 
פון זעלבסטבאהערשונג. װועגן װאָס מע מעג און װעגן װאָס מע טאָר ניט ריידן מיט איליטשן וייס 
איך בעסער פון יעדן דאַקטער, װײַל איך וייס, װאָס באומרויקט אים און װאָס ניט, און אלנפאלס 
בעסער פין סטאלינען. איך וװענד זיך צו אײַך אין צו גריגאָריען:, װי צו מער נאָענטע כאװיירים 
פון ו. אי., אין בעט צו באשירעמען מיך פונעם ברוטאלן ארײַנמישן זיך אין פּערזענלעכן לעבן, 
פין אומװוירדיקער זידלערײַ און דראָונגען. אין דעם איינשטימיקן באשלוס פון דער קאָנטראָ- 
קאָמיסיע, מיט וועלכער עס דערלויבט זיך צו דראָען סטאלין, צוייפל איך ניט, אָבער איך פארמאָג 
ניט נישט קיין קויכעס און נישט קיין צײַט, וועלכע איך װאָלט געקאַנט פּאטערן אף אָט די נא- 
רישע אינטריגעס. איך בין אויך א לעבעדיקער מענטש און די נערוון זײַנען בא מיר אָנגעשטרענגט 
בי! לעצט. 

קרופסקאיש". 


זעם דאָזיקן בריוו האָט נאדעזשדא קאַנסטאנטינאַינא אָנגעשריבן דעם 23 דעקאבער 1922 יאָר. 
אין דריטהאלבן כאדאַשים ארום, אין מארט 1923 יאָר, האָט וולאדימיר איליטש געשיקט סטאלינען 
פאַלגנדיקן בריוו: 


2 זער בר"ט פוך ).אי ?ענין 


;דעם כאווער סטאלין. 

א קאָפּיַע: קאמעניעוון און זינאָװיעוון. 

כאַשעװער כ' סטאלין, 

איר האָט געהאט די גראָבקײַט צורופן מײַן פרוי צום טעלעפאָן און זי איסזידלען. כאָטש 
זי האָט אײַר יאַ אױיסגעדריקט די האסקאָמע צו פארגעסן דאָס געזאָגטע, דאָך אָבער איז דער 
דאָזיקער פאקט טאקע דורך איר באװוּסט געװאָרן זינאָװיעװן און קאמעניעוון. איך האָב ניט בעדייע 
אזוי לײַכט צו פארגעסן דאָס, װאָס איזן געטאָן געװאָרן קעגן מיר, און שוין אָפּגערעדט דערפון, 
אז דאָס, װאָס איז געטאָן געװאָרן קעגן דער פרוי, האלט איך, אז ס'איז געטאָן געװאָרן אויך קעגן 
מיר. דעריבער בעט איך אײַך באקלערן, צי זענט איר מאסקים נעמען צוריק אײַערע װערטער און זיך 
אנטשולדיקן אָדער איר האלט פאר גלײַכער איבערײַסן די באציונגען צװישן אונדז. (א בא װ /- 
נונג און ואל 
פיטער מארט 1923 יאָר". 

מיט אכטונג: לענין 


כאוויירים! איך װעל ניט קאָמענטירן די דאָזיקע דאַקומענטן. זיי ריידן אויסדריקלעך אן און 
פאר זיך. אויב סטאלין האָט געקאַנט זיך אזוי פירן בא לענינס לעבן, האָט געקאַנט זיך אזוי בא 
ציִען צו נאדעזשדא קאָנסטאנטינאָװונא קרופּסקאיא, װעמען די פּארטײ קען גוט אין שאצט הױך 
װי לענינס א טרײַען פּרײַנט און אן אקטיוון קעמפער פאר דער ואך פון אונדזער פּארטײ פונעם 
מאָמענט, ווען זי איז אנטשטאנען, איז קאָן מען זיך פאָרשטעלן, װי סטאלין האָט זיך באנומען מיט 
אנדערע טוער. די דאָזיקע נעגאטיווע אייגנשאפטן זײַנע האָבן זיך אלץ מער אנטװיקלט און אין 
די לעצטע יאָרן אָנגענומען אן אבסאַליוט אומדערלאַזלעכן כאראקטער. 

װי עס האָבן באוויזן זי שפּעטערדיקע געשעענישן, איז לענינס אומרו ניט געוען קיין אומ- 
זיסטע. סטאלין האָט די ערשטע צײַט נאָך לענינס טוט זיך נאָך גערעכנט מיט זײַנע אַנװײַזונגען, 
אָכער נאָכדעם האָט ער אָנגעהױבן זיך באציען גרינגשעצעריש צו װלאדימיר איליטשס ערנסטע 
װאַרענוגען. 

אויב דורכאנאליזירן די פּראקטיק פין אַנפירן מיט דער פּארטיי און מיטן לאנד מיצאד סטאלינען, 
ארײַנטראכטן זיך אין דעם אלעם, װאָס סטאלין האָט דערלאָזט, איבערצײַגסטו זיך, װי בארעכטיקט 
עס זײַנען געװען לענינס פארדאכטן. יענע נעגאטיװוע שטריכן סטאלינס, װאָס האָבן בא לענינס 
לעבן זיך באוויזן ערשט נאָר אין עמבריאַנעלן צושטאנד, האָבן די לעצטע יאָרן זיך אנטװיקלט אין 
שווערע מיסברויכן מיט דער מאכט מיצאד סטאלינען, װאָס דאָס האָט געבראכט אַָן א צאָל שאָדן 
אונדזער פּארטיי. 


ג דה. זינאָװויעוון ג. יע. 


117 


מיר דארפן ערנסט פאנאנדערקלײַבן זיך און ריכטיק דורכאנאליזירן אָט די פראגע, קעדי 
אויסשליסן יעטווידע מעגלעכקײַט איבערצוכאזערן אפילע עפּעס-װאָס ענלעכט אף דעם, װאָס האָט 
געהאט אן אָרט בייס ס'האָט געלעבט סטאלין, וועלכער האָט אבסאָליוט ניט געקאָנט פארלײַדן קיין 
קאַלעקטיװוקײַט אין דער אָנפירונג און אין דער ארבעט, האָט אַנגעװענדט וילדן גוואלדטאט בע- 
נעגייע אלץ, װאָס ס'האָט אים ניט בלויז װידערשפּרעכט, נאָר װאָס איס האָט זיך אויסגעװיזץ בא 
זײַן קאפּריזנעקײַט און דעספּאַטישקײַט, אז עס װידערשפּרעכט זײַנע אײַנשטעלונגען. ער האָט גע" 
װירקט ניט מיט מיטלען פון איבערצײַגן, דערקלערן, סקרופּולעז ארבעטן מיט מענטשן, נאָר מיט דער 
הילף פון ארופצווינגען זײַנע אײַנשטעלונגען, פאַדערנדיק, מע זאָל פולשטענדיק זיך אונטערווארפן 
זײַן מיינונג. יענער, װאָס האָט זיך דעם קעגנגעשטעלט אָדער האָט זיך געסטארעט באגרינדן זײַן 
שטאנדפּונקט, דערװײַזן גערעכטיקײַט, יענער איז געווען פארורטיילט אױיסגעשלאָסן צו װערן פונעם 
אַנפירנדיקן קאַלעקטיוו און שפּעטער צו מאַראלישער און פיזישער פארניכטונג. דאָס האָט זיך 
באזונדערס ארויסגעוויזן אינעם פּעריאָד נאָכן ווא פּארטיייצוזאמענפאָר, ‏ װען קאַרבאַנעס פון 
סטאלינס דעספּאָטיזם זײַנען געװאָרן פיל ערלעכע, טרײַע דער זאך פין קאָמוניזם, אָנגעזעענע 
פּארטיי-טוער און געוויינלעכע פּארטיי:ארבעטער. 

סטאלין האָט ארײַנגעפירט דעם באגריף , סוינע פון פאָלק". דער דאָזיקער טערמין האָט גלײַך 
באפּרײַט פון דער נױטװענדיקײַט צו ברענגען וועלכעיניט:איז באװײַזן פון אידײיַשער אומגערעכט- 
קײַט פון יענעם מענטשן אָדער פון יענע מענטשן, מיט װעלכע דו פירסט א פּאַלעמיק: ער האָט 
געגעבן א מעגלעכקײַט אַנװענדן די סאמע אכזאָריעסדיקע רעפּרעסיעס, ברעכנדיק דערבײַ אלע 
נאָרמעס פון רעװאָליציאַנערער געזעצלעכקײַט, צו יעדן איינעם, װער ס'איז אין עפּעסװאָס ניט 
מאסקים מיט סטאלינען, צו יעדן, אף װעמען ס'איז בלין געפאלן א כשאד, אז ער האָט פײַנט- 
לעכע קאװאָנעס, צו יעדן, װאָס איז פּאַשעט פארמאסערט געװאָרן. 

דער דאָזיקער טערמין , סוינע פון פאלק" האָט שוין אין טאָך אראָפּגענומען, אױסגעשלאָסן 
די מעגלעכקײַט פון װעלכניט-איז אידיייַשן קאמף אָדער פון אויסדריקן אן אייגענע מיינונג איבער 
די אָדער יענע פראגן אפילע פון פּראקטישן באדײַט. 

דער איקערדיקער און, אין טאָך גענומען, דער אינציקער באװײַז פון שולד, איז געװאָרן 
טראַץ אלע נאָרמעס פון דער הײַנטיקער יורידישער ויסנשאפט, די ,אנערקענונג" פון דעם בא 
שולדיקטן אליין, דערבײַ איז די דאָזיקע , אנערקענונג", װי ס'האָט שפּעטער באוװיזן די דורכקאַנט- 
ראָלירונג, באקומען געװאָרן דורך פיזישע אופווירק-מיטלען אפן באשולדיקטן. 

דאָס האָט געבראכט צו הימלשרײַענדיקע פאלן פון אויװער זײַן אף דער רעװאַליציאַנערער 
געזעצלעכקײַט, דערצו, אז ס'האַבן געליטן פיל אבסאַליוטע אין גאָרנישט ניט שולדילע מענטשן 
וועלכע זײַנען אין די פארגאנגענע יאָרן ארױסגעטראָטן פאר דער פּארטיי-ליניע. 

מע דארף זאָגן, אז אויך בענעגיע מענטשן, װעלכע זענען זײַנערצײַט ארױסגעטראָטן קעגן 
דער פּארטיי-ליניע, איז אָפט ניט געווען קיין גענוג ערנסטער גרונט, מע זאָל זײי פיזיש פארניכט. 
קעדי" צו באגרינדן די פיזישע פארניכטונג פון אזעלכע מענטשן, איז טאקע ארײַנגעפירט געװאָרן 
די פאָרמול , סוינע פון פאָלק'. פיל פּערזענלעכקײַטן, וװעלכע מע האָט שפּעטער פארניכטעט, דער- 
קלערנדיק זיי אלס סאָנים פון דער פּארטײ און פון פאָלק, האָבן דאָך בייס װ. אי. לענין האָט 
געלעבט געארבעט צוזאמען מיט לענינען. אייניקע פון זיי האָבן אויך אין לענינס צײַטן געמאכט 
פעלערן, אָבער, ניט געקוקט דערוף, האָט לענין זיי אויסגענוצט אף דער ארבעט. אויסגעבעסערט. 
געשטרעבט, זיי זאָלן בלײַבן אין די ראמען פון פּארטײיַשקײַט, געפירט זיי נאָך זיך. 

אין אָט דעם צוזאמענהאנג דארף מען באקענען די דעלעגאטן פונעם צואמענפאַר מיט 
וו. אי. לענינס א ניט-פארעפנטלעכט צעטעלע אין פּאָליטביוראָ פין צק פון אַקטיאבער 1920 אאָר. 
באשטימענדיק די אופגאבן פון דער קאָנטראָל-קאָמיסיע, האָט לענין געשריבן. אז די דאַזיקע 
קאָמיסיע דארף מען מאכן פאר אן עכטן גאָרגאן פינעם פּארטײיַשן און פּראַלעטארישן געוויסן". 

;אלס באזונדערע אופגעבונג פאר דער |קאַןנטראָל-|ק|אָמיסיע, רעקאָמענדירן אן אופמערק- 
זאם-אינדיווידואליזירטע באציונג, אָפט אפילע א דירעקטע איגנארטיקע הילונג בענעגייע די פאָר- 
שטייער פון דער אוזוי}גןערופענערן אָפּאָזיציע, װעלכע האָבן געליטן א פּסכאַלןאָגישון לריזיס 
אין צוזאמענהאנג מיט די דורכפאלן אין זײיער סאָװועטישער אַדער פארטייַשער קאריערע. מע 
דארף זיך סטארען צו בארויקן זיי, דערקלערן זיי די זאך כאװועריש, צוזוכן פאר זי (אָן מיטלען 
פון באפּעלערישקײַט) א צוגענגלעכע צו זײערע פּסיכאָלאָג{ישען אײגנטימלעכקײַטן ארבעט, געבן 
אין דעם דאָזיקן פּונקט אייצעס און אָנװײַזונגען דער אָרגביראָ פון צק אדג.". 

אלעמען איז גוט באװוסט, װי אומקאָמפּראָמיסלעך איז געװוען לענין צו די אידיייישע קעגנערס 
פון מארקסיזם, צו יענע, װעלכע האָבן זיך אָפּגענײגט פון דער ריכטיקער פּארטי ליניע. אין דער 
זעלבער צײַט האָט לענין געפאָדערט, װי דאָס איז צו זען פונעם פאָרגעלײענטן דאַלומענט, פין 


118 


דער גאנצער פּראקטיק בייס ער האָט אָנגעפירט מיט דער פּארטײ, דעם סאמע אופמערקזאמען 
פּארטײיַשן צוגאנג צו מענטשן, װעלכע האָבן ארויסגעוויזן וואקלונגען, געהאט אָפּװײַכונגען פון 
דער פּארטיי-ליניע, אָבער װעלכע מע האָט געקאַנט אומקערן אפן װעג פון פארטײיַשקײַט. לענין 
האָט געייצעט געדולדיק דערציִען אזעלכע מענטשן, ניט אַנװענדנדיק קיין עקסטרעמע מיטלען. 

דערין האָט זיך אנטפּלעקט לענינס קלוגשאפט אינעם צוגאנג צו מענטשן, אין דער ארבעט 
מיט די קאדרען. 

גאָר אן אנדער צוגאנג איז געװען כאראקטעריסטיש פאר סטאלינען. סטאלינען זײַנען אינ- 
גאנצן פרעמד געווען די לענינישע שטריכן -- דורכפירן א געדולדיקע ארבעט מיט מענטשן, אל- 
שאַנעסדיק און סקרופּולעז דערציִען זיי, קענען פירן נאַָך זיך מענטשן ניט מיט צוואנג, נאָר מיטן 
גאנצן קאָלעקטיוו, אופװוירקנדיק אף זיי פון אידײיַשע פּאָזיציעס. ער האָט אָפּגעװאָרפן דעם לענינישן 
מעטאָד פון איבערצײַגן און דערציִען, איז אריבערגעגאנגען פון די פּאָזיציעס פון אידײישן קאמף 
אפן װעג פון אדמיניסטראטיוו דערשטיקן, אפן װעג פון מאסױרעפּרעסיעס, אפן װעג פון טעראָר. 
ער האָט אלץ ברייטער און אײַנגעשפּארטער געװירקט דורך די שטראָף אָרגאנען, אָפט ברעכנדיק 
דערבײַ אלע עקזיסטירנדיקע נאָרמעס פון מאָראל און די סאָוועטישע געזעצן. 

דער ווילקיר פון איין פּערזאָן האָט סטימולירט און דערלאָזט דעם ווילקיר פון אנדערע פּערזאָנען. 
ד' מאסן-ארעסטן און פארשיקונגען פון טויזנטער און טויזנטער מענטשן, די האריגעס אָן א געריכט 
און אָן נאָרמאלער אױספאָרשונג האָבן געבוירן בא מענטשן אומזיכערקײַט, ארויסגערופן שרעק און 
אפילע פארביסנקײַט. 

דאָס האָט, פארשטייט זיך, ניט מיטגעווירקט דער באהעפטונג פון די פּארטיי-רייען, פון אלע 
שיכטן פונעם ארבעט-פאָלק, נאָר, פארקערט, ס'האָט געפירט צום פארניכטן, צום אָפּשנײַדן פין דער 
פּארטיי די ערלעכע אָבער פאר סטאלינען ניט-געווונטשענע טוער. 

אונדזער פּארטיי האָט געפירט א קאמף פארן פארװוירקלעכן די לענינישע פּלענער פון אופ- 
בויען דעם סאָציאליזם. דאָס אין געװען אן אידײיַשער קאמף. װען אין דעם דאָזיקן קאמף זאָל 
געוען זיך ארױיסװײַזן א לענינישער צוגאנג, א גוטע באהעפטונג פין פּארטײישער פּרינציפּיעלקײַט 
מיט פילבארער און אופמערקזאמער באציונג צו מענטשן, א וילן ניט אָפּשטױסן, ניט פארלירן קיין 
מענטשן, נאָר צוציִען זי אף אונדזער זײַט, װאָלט אזוי גראָכב ניט געבראַכן געװאַרן די רעװאַליציאָד 
נערע געזעצלעכקײַט, ניט אָנגעװענדט געװאָרן קיין מעטאָדן פון טעראָר בענעגייע פיל טױזנטער 
מענטשן. אויסשליסלעכע מיטלען װאָלטן אָנגעװענדט געװאָרן בלויז צו יענע פּערזאָנען, וועלכע זײַנען 
באגאנגען ווירקלעכע פארברעכנס קעגן דער סאָוועטישער אַרדענונג. |...ן 

דער צענטראל-קאָמיטעט פון דער פּארטיי האָט לעצטנס, באזונדערס נאַכן דעמאסקירן בעריאס 
באנדע, באטראכט א ריי איניאָנים, װאָס די דאָזיקע באנדע האָט פאבריצירט. דערבײַ האָט זיר 
ארויסגעוויזן גאָר ניט קיין שיין בילד פון גראָבן וילקיר, װאָס איז פארבונדן מיט סטאלינס ניט- 
ריכטיקע מײַסים. װי עס באװײַזן די פאקטן, האָט סטאלין, אויסניצנדיק די אומבאגרענעצטע מאכט, 
דערלאָזט ניט װײניק מיסברויכן, טוענדיק דאָס אין נאָמען פון צק, ניט פרעגנדיק די מיינונג פון 
די מיטגלידער פון צק און אפילע פון די מיטגלידער פון דער פּאָליטביוראָ פון צק, אָפט ניט געבנדיל 
זי צו װויסן װעגן די אײנפּערזאָניק דורך סטאלינען אָנגענומענע באשלוסן איבער זײיער ויכטיקע 
פּארטיייִשע און מעלוכישע פראגן. 


ש 8 3 


באטראכטנדיק די פראגע װעגן פּערזאָנעדקולט, דארפן מיר קױידעמקאָל קלאָר מאכן, װאָס 
פאר א שאָדן דאָס האָט געבראכט די אינטערעסן פון אונדזער פּארטײ. 

וולאדימיר איליטש לענין האָט שטענדיק באטאָנט די ראָליע און דעם באדײַט פון דער פּאר" 
טיי אין דער אָנפירונג מיט דער סאָצייאליסטישער מעלוכע פון די ארבעטער און פּויערים, זעענדיק 
דערין דעם הױיפּט-באדינג פאר דער דערפאַלגרײַכער בויונג פונעם סאַציאליזם בא אונדזן אין לאנד. 
אָנװײַזנדיק אף דער קאַלאָסאלער פאראנטװאַרטלעכקײַט פון דער באָלשעװיסטישער פּארטײ אלס 
דער רעגירנדיקער פּארטיי פון דער סאָוועטישער מעלוכע, האָט לעניז גערופן שטרענג אָפּצוהיטן 
אלע נאָרמעס פונעם פּארטיי:לעבן, צו פארוירקלעכן די פּרינציפּן פון קאָלעקטיוקײַט אין דער 
אָנפירונג מיט דער פּארטיי אין מיטן לאנד. 

די קאָלעקטיװוקײַט אין דער אָנפירונג דרינגט ארויס גופע פון דער נאטור פון אונדזער 
פּארטיי, וועלכע איז געבויט אף די יעסידעס פון דעמאַקראטישן צענטראליזם. , דאָס באטײַט, -- 
האָט לענין געזאָגט, -- אז אלע איניאָנים פון דער פּארטיי פירן דירעקט, אָדער דורך פאָרשטיער, 
אלע פּארטיי:מיטגלידער, אף גלײַכע רעכט און אָן שום אויסנאמען; דערבײַ זײַנען אלע אמטפּער- 
זאָנען, אלע אָנפירנדיקע קאָלעגיעס, אלע פּארטיי-אנשטאלטן -- געוויילטע, באריכטפליכטיקע, פאר- 
בײַטלעכע (װערק, ב. 11, ז. 396). 


119 


ס'איז באװוסט, אז לענין גופע האָט באויזן א בײַשפּיל פון שטרענגסטן אָפּהיטן די דאָזיקע 
פּרינציפּן,. ס'איז ניט געווען אזא װויכטיקע פראגע, איבער װעלכער לענין זאָל געװען איינער אליין 
אָנעמען א באשלוס, ניט האלטנדיק זיך קיין אייצע און ניט באקומענדיק קיין באוויליקונג פון דער 
מערהײַט צקימיטגלידער אָדער מיטגלידער פון דער פּאַליטביראָ פון צק. 

אין די סאמע שווערע פאר אונדזער פּארטײ און פארן לאנד פּעריאַדן האָט לענין געהאלטן 
פאר גייטיק רעגולער דורכפירן צוזאמענפאָרן, קאַנפערענצן פון דער פּארטיי, פּלענומס פון איר 
צענטראל-קאָמיטעט, אף ועלכע סזײַנען באהאנדלט געװאָרן אלע ויכטיקסטע פראגן און אָנגע- 
נומען געװאָרן באשלוסן, אלזײַטיק פאנאנדערגעארבעטע דורך א קאָלעקטיו אָנפירער. |..| 

צי זײַנען אָפּגעהיט געװאָרן אָט די הײיליקע פאר אונדזער פארט לענינישע פּרינציפּן נאָך 
וולאדימיר איליטשס טויט? 

אויג די ערשטע אאָרן נאָר לענינס טױט זײַנען פּארטיייצוזאמענפאָרן און פּלענומס פון צק 
דורכגעפירט געװאָרן מער אָדער װײניקער רעגולער, איזן שפּעטער, װען סטאלין האָט אָנגעהױבן 
אלץ מער מיסברויכן מיט דער מאכט, פלעגן די דאָזיקע פּרינציפּן גראָב געבראַכן װערן. באזונדערס 
האָט זיך דאָס ארויסגעוויזן די לעצטע אַנדערהאלבן צענדליק יאַר פון זײַן לעבן. צי קאָן מען דען 
האלטן פאר נאַרמאל דעם פאקט, אז פון דעם {וושא ביז דעם אוא פארטיי-צוזאמענפאָר איז דורכ- 
געגאנען מער פון דרײַצן יאָר, אין מעשעך פון װעלכע אונדזער פּארטײי און דאָס לאנד האָבן 
איבערגעלעבט אזויפיל געשעענישן? די דאָזיקע געשעענישן האָבן דרינגענדיק געפאָדערט, אז די 
פּארטי' זאָל אָנעמען באשלוסן וועגן פראגן פון לאנדשוץ אין די באדינגונגען פון דער פאָטערלען- 
דישער מילכאַמע און װעגן די פראגן פון פרידלעכער בויונג אין די נאָכמילכאָמעדיקע יאָרן. אפילע 
נאָכן סאָף פון דער מילכאַמע האָט דער צוזאמענפאַר זיך ניט פארזאמלט העכער זיבן יאָר. 

עס זײַנען קימאט ניט צונויפגערופן געװאָרן קיין פּלענומס פונעם צענטראל-קאָמיטעט. ס'איז 
גענוג צו זאָגן, אז פאר אלע יאָרן פון דער גרויסער פאַטערלענדישער מילכאַמע איז פאקטיש ניט 
דורכגעפירט געװאָרן קיין איין פּלענום פון צק. עמעס, ס'איז געווען א פּרווו צונויפרופן א פּלענום 
פון צק אין אַקטיאבער 1941 יאָר, װען קיין מאָסקװע זײַנען ספּעציַעל ארויסגערופן געװאָרן פו" 
נעם גאנצן לאנד די מיטגלידער פון צק. צװיי טעג האָבן זי געווארט, אז דער פּלענום זאָל זיך 
עפענען, נאָר אזוי זיך טאקע ניט דערווארט. סטאלין האָט אפילע ניט געװאָלט זיך באגעגענען און 
זיך דורכשמועסן מיט די מיטגלידער פונעם צענטראל-קאָמיטעט. אָט דער פאקט רעדט װעגן דעם, 
וִוי װײַט סטאלין איז געװען דעמאָראליזירט די ערשטע כאדאָשים פון דער מילכאַמע אוֹן װי 
גרויסהאלטעריש און גרינגשעצעריש ער האָט זיך באצויגן צו די צקימיטגלידער. 

אין דער דאַזיקער פּראקטיק האָט געפונען זײַן אויסדרוק דאָס איגנאָרירן מיצאד סטאלינען די 
נאָרמעס פון פּארטיילעבן, זײַן טרעטן מיט די פיס דעם לענינישן פּרינציפּ פון קאַלעקטיוקײַט אין 
דער פּארטיי-אַנפירונג. 

סטאלינס ווילקיר לעגאבע דער פּארטײי, איר צענטראל-קאָמיטעט האָט באזונדערס זיך ארויס- 
געויזן נאָכן וזצא פּארטיייצוזאמענפאָר, וועלכער איז פאָרגעקומען אין 1934 יאָר. 

פארמאָגנדיק פיל פאקטן, װאָס זאָגן איידעס װעגן גראָבן ווילקיר בענעגייע די פּארטיי-קאדרען, 
האָט דער צענטראל-קאָמיטעט אויסגעטילט א פארטיי-קאָמיסיע פונעם פּרעזידײַם פון צק, װעלכ 
ער האָט באופטראָגט גענוי זיך פאנאנדערקלײַבן אין דער פראגע וװעגן דעם, װיָארום זײַנען מעגלעך 
געװאָרן מאסזירעפּרעסיעס קעגן דער מערהײַט פונעם באשטאנד מיטגלידער און קאנדידאטן פונעם 
צענטראל-קאַמיטעט פון דער פּארטיי, וועלכן ס'האָט אויסגעװיילט דער |ושא צוזאמענפאָר פון דער 
אלקפּ(ב). 

די קאָמיסיע האָט זיך באקענט מיט א גרויסער צאַל מאטעריאלן אין די ארכיוון פון דעם 
נקווד -- פאָלקס-קאָמיסאריאט פאר אינערןאַנגעלעגנהײַטן, מיט אנדערע דאָקומענטן און האָט פעסט. 
געשטעלט פילצאַליקע פאקטן פון פאלסיפיצירטע איניאָנים קעגן קאָמוניסטן, פאלשע באשולדיקון- 
גען, הימלשרײַענדיקע פאלן פון אויװער זײַן אף דער סאַציאליסטישער געזעצלעכקײַט, אין רעזולטאט 
דערפון זײַנען אומגעבראכט געװאָרן אומשולדיקע מענטשן. עס װײַזט זיך ארויס, אז א סאך פּאר- 
טייִשע, סאָוועטישע, ווירטשאפטלעכע טוער, וועלכע מע האָט אין די יאָרן 1937 -- 1938 דערקלערט 
אלס , סאַנים", זײַנען אינדערעמעסן קײנמאָל קיין סאַנים, שפּיאַנען, שעדיקער אדג. ניט געוען, אז 
זי זײַנען, אין טאָך, קעסיידער געװוען ערלעכע קאָמוניסטן, מע האָט זי אָבער פארמאסערט און 
צומאָל, ניט אויסהאלטנדיק די ראַצכישע פּײַניקונגען, האָבן זי אָנגערעדט אף זיך אלין (דאָס, 
װאָס ס'האַבן זיי דיקטירט אױספאָרשערס -- פאלסיפיקאטאָרן) אלערליי שװוערע און אומגלייבלעכע 
באשולדיקונגען. די קאָמיסיע האָט צוגעשטעלט אין פּרעזידיום פון צק א גרויסן דאָקומענטאלן מא' 
טעריאל װעגן די מאסן-רעפּרעסיעס קעגן די דעלעגאטן פונעם /וושא פּארטיי:צוזאמענפאָר און די 
מיטגלידער פונעם צענטראל-קאָמיטעט, װעלכן דער דאָזיקער צוזאמענפאָר האָט איסגעװײילט. דעם 
דאָזיקן מאטעריאל האָט דער פּרעזידיָום פונעם צענטראל-קאָמיטעט באטראכט. 


1200 


ס'איז פעסטגעשטעלט געװאָרן, אז פון 139 מיטגלידער און קאנדידאטן פונעם צענטראל 
קאָמיטעט פון דער פּארטײי, וועלכע זײַנען אויסגעװיילט געװאָרן אפן |1טא פּארטײ-צוזאמענפאָר, 
זײַנען ארעסטירט און דערשאָסן געװאָרן (הויפּטזאכלעך אין 1937 -- 1938 אאָר) 98 מענטשף 
דאָס הייסט 70 פּראָצענט (רויש פון אופגעבראכטקײַט אין זאל). 

װאָס שטעלט מיט זיך פאָר דער דעלעגאט"-באשטאנד פונעם /1צא צוזאמענפאָר? ס'איז בא' 
װוסט, אז 80 פּראָצענט פונעם באשטאנד פון די אָנטײלנעמער פונעם 1ושא צוזאמענפאָר מיט בא 
שטימרעכט זײַנען ארײַנגעטראָטן אין דער פּארטײ אין די יאָרן פון רעװאַליציאַנערן אונטערערד 
אין פינעם בירגערקריג, דאָס הייסט ביזן 1920 יאָר אײַנגעשלאָסן. ליט דער סאַציאלער לאגע איז 
ד' גרונטמאסע פון די צוזאמענפאָר-ידעלעגאטן באשטאנען פון ארבעטער (60 פּראָצענט פון די 
דעלענאטן מיט באשטימרעכט). 

דעריקער איז אבסאַליוט אומעגלעך געוען, אז א צוזאמענפאָר מיט אזא באשטאנד זאָל אס 
וויילן א צענטראל-קאָמיטעט, אין ועלכן די מערהײַט זאָל זײַן סאָנים פון דער פּארטײ. בלוין אין 
רעזולטאט דערפון, װאָס מע האָט געטריבן רעכילעס אף ערלעכע קאָמוניסטן און פאלסיפיצירט די 
באשולדיקונגען קעגן זיי, װאָס ס'זײַנען דערלאָזט געװאָרן שוידערלעכע פאלן פון ברעכן די רע" 
װאַליוציַאָנערע געזעצלעכקײַט, זײַנען 70 פּראַצענט מיטגלידער פון צק, ועלכע עס האָט אויסגע" 
וויילט דער |וצא צוזאמענפאָר, דערקלערט געװאָרן אלס סאָנים פון דער פּארטײי און פונעם פאָלק. 

אזא גוירל איז אויסגעפאלן ניט נאָר די מיטגלידער פון צק, נאָר דער מערהײַט דעלעגאטן 
פונעם ווא פּארטיי:צוזאמענפאָר. פון 1966 דעלעגאטן מיט באשטים- און באראטונגס'רעכט איז 
ארעסטירט געװאָרן לויט דער באשולדיקונג אין באגיין קאַנטר-רעװאָלײציאַנערע פארברעכנס מער 
וי א העלפט -- 1108 מענטשן. בלויז אליין אָט דער פאקט רעדט װעגן דעם, װי אומגעלומפּערט, 
ווילד און װידערשפּרעכלעך דעם געװונטן פארשטאנד עס זײַנען געװען די באשולדיקונגען אין 
באגיין קאָנטר-רעװאָליציִאָנערע פארברעכנס, וועלכע מע האָט ארויסגעשטעלט קעגן, וי עס װײַוט 
זיר איצט ארויס, דער מערהײַט אָנטײלנעמער פונעם ווא פּארטי-צוזאמענפאָר (ריש פון אופגע- 
בראכטקייט אין זאל). |...) 

דאָס איז געשען אין רעזולטאט דערפון, װאָס סטאלין האָט מיסגעברויכט מיט דער מאכט, 
אָנגעהויבן אָנװענדן מאסן-טעראַר קעגן די פּארטיי-קאדרען. 

פארװאָס האָבן די מאסױירעפּרעסיעס קעגן דעם אקטיו זיך אלץ מער פארשטארקט נאָכן 
ווצא פּארטיי-צוזאמענפאָר? דערפאר װײַל סטאלין האָט צו יענער צײַט זיך אף אזויפיל דערהויבן 
איבער דער פּארטײי אין איבער דעם פאָלק, אז ער האָט שיין אינגאנצן זיך ניט גערעכנט נישט 
מיט דעם צענטראל-קאָמיטעט, נישט מיט דער פּארטיי. |... | 

נאָר דער ראָצכישער דערמאָרדונג פון ס. מ. קיראָװן האָבן זיך אָנגעהױבן מאסױרעפּרעסיעס 
און גראָבע פארקריפּלונגען פון דער סאָציאליסטישער געזעצלעכקײַט. דעם 1 דעקאבער 1934 אאָר 
אין אָװנט האָט דער סעקרעטאר פונעם פּרעזידיום פון ציק! יענוקידזע אונטערגעשויבן לײט 
סטאלינס איניציאטיוו (אָן א באשלוס פון דער פּאָליטביראָ -- דאָס איז אויסגעפורעמט געװאָרן דורך 
אן אויספרעג ערשט אין 2 טעג ארום) פאָלגנדיקע באשטימונג: 

,1) די פאָרשטייער פון דער אױספאָרשונגס-מאכט זאָלן פירן די איניאָנים פון די באשול 
דיקטע אין צוגרייטן אָדער באגיין טעראַריסטישע אקטן אף א פארגיכערטן אויפן; 

2) די געריכט-אָרגאנען זאָלן ניט פארהאלטן דאָס אויספירן די אורטיילן װעגן דער העכסטער 
מאָס פון שטראָף צוליב די הישטאדלעסן פון די פארברעכערס פון דער דאָזיקער קאטעגאָריע װעגן 
באגנעדיקונג, מאכמעס דער ציק פונעם פארבאנד ססר האלט ניט פאר מעגלעך אָנצונעמען אזעל 
כע הישטאדלעסן צום באטראכטן. 

3) די אָרגאנען פונעם פאָלקס-קאָמיסאריאט פאר אינערןאיניאַנים זאָלן אויספירן דעם אורטיל 
וװעגן דער העכסטער מאָס פון שטראָף בענעגייע די פארברעכער פון די העכער אָנגערופענע 
קאטעגאָריעס באלד, װי עס ווערן ארויסגעטראָגן די געריכט-אורטיילן". 

די דאָזיקע באשטימונג האָט געדינט אלס גרונט פאר די מאסנהאפטיקע פאלן פון איער 
זײַן אף דער סאָציאליסטישער גערעכטיקײַט. אין פיל פאלסיפיצירטע אױיספאָרשונגס-איניאַנים האָט 
מען די באשולדיקטע צוגעשריבן: , צוגרייטונג" פון טעראַריסטישע אקטן, און דאָס האָט אָפּגענומען בא 
די באשולדיקטע ועלכעיניט-איז מעגלעכקײַט קאָנטראָלירן זייערע איניאָנים אפילע דאן, װען זײ 
האָבן אין געריכט זיך אָפּגעזאָגט פון זייערע געצװונגענע ,אנערקענונגען" און איבערצײַגעװדיק 
אָפּגעפרעגט די באשולדיקונגען, װאָס מע האָט קעגן זיי ארויסגעשטעלט. 

מע דארף זאָגן, אז די אומשטאנדן, װאָס זײַנען פארבונדן מיטן דערמאָרדן דעם כ' קיראָו, 
באהאלטן אויס אין זיך ביז איצט א סאך אומפארשטענדלעכס און סוידעסדיקס און פאָדערן א ביז 


ז צענטראלער אויספיר-קאָמיטעט -- רוסישע אברעוויאטור (רעד.). 


121 


גאָר גענויע אױיספאָרשונג. עס אין דאָ א גרונט צו טראכטן אז קיראָװס מערדער - נילאַלײַעװן 
האָט מיטגעהאַלפן עמעצער פון די מענטשן, װאָס זײַנען מעכויעוו געװען אָפּציהיטן קיראָװן. מיט 
אַנדערהאלבן כאדאָשים פאר דעם מאַרדיטאט האָט מען ניקאָלײַעװן ארעסטירט מאכמעס זײַן פאר. 
דעכטיקער אופירונג, אָבער מע האָט אים ארױסגעלאָזט און אפילע אים ניט אונטערזוכט. העכסט 
פארדעכטיק איז דער אומשטאנד, װאָס װען מע האָט דעם 2 דעקאבער 1924 יאָר געפירט אף א 
פארהער דעם טשעקיסט, וועלכער איז געוװוען צוגעפעסטיקט צו קיראָוװון, איז ער דערהארגעט גע 
װאָרן בייס אן , אוואריע" פון דער אװטאָמאשין, דערבײַ האָט קיינער פון די פּערזאַנען, װאָס האָבן 
אים קאַנװאָיַרט, בעשאסמײַסע ניט געליטן. נאָך קיראָװס מאָרד האָט מען די אַנפירנדיקע טוער 
פון לענינגראדער נקווד אראָפּגענומען פון דער ארבעט און זיער וייך באשטראַפט, אָבער אין 
7 יאַר האָט מען זיי דערשאָסן. מע מעג דענקען, אז מע האָט זי געשאָסן, קעדיי צו פארוישן 
ד' שפּורן פון די, װאָס האָבן אָרגאניזירט דאָס דערמאָרדן קיראָװון. (א באוועגונג אין זאל). 

די מאסן-רעפּרעסיעס האָבן זיך זייער פארשטארקט ענדע 1936 אאַר נאָך סטאלינס אין 
זשדאנאָווס טעלעגראם פון סאָטשי דעם 25 סענטיאבער 1936 יאָר, אדרעסירט קאגאנאָוויטשן, 
מאָלאָטאָװון און אנדערע מיטגלידער פון דער פּאַליטביװראָ, אין וועלכער ס'איז געזאָגט געװאַרן 
פאַלגנדיקס: 

,מיר האלטן פאר אן אבסאָליוט נויטװענדיקער און דרינגלעכער זאך צו באשטימען דעם 
כ' יעזשאָװו אפן פּאָסטן פון פאָלקס-קאַמיסאר פאר אינערךאיניאָנים. יאגאַָדא האָט באשײַמפער: 
לעך זיך ארויסגעוויזן ניט אף דער הייך פון זײַן אופגאבע צו דעמאסקירן דעם טראַצקיסטישזינאַ" 
ויעװוישן בלאָק. די אַגפאו! האָט פארשפעטיקט אין דעם איניען אף 4 יאַר. װעגן דעם רײדן אלע 
פּארטיי טוער און די מערהײַט געגנטלעכע פאָרשטיער פון נקווד'. מע דארף דאַ אגעוו באמערלן, 
אז מיט פּארטיי:טוער האָט סטאלין זיך ניט באגעגנט און דעריבער ניט געקאַנט װיסן זייער מיינונג. 

אָט די דאָזיקע סטאלינישע אײַנשטעלונג װעגן דעם, אז ,די נקװד האָט פארשפּעטילט אף 
4 יאָר" מיטן אַנװענדן מאסךרעפּרעסיעס, אז מע דארף שנעל אַניאָגז" די דורכגעלאַזטע צײַט, 
האָט דירעקט געשטויסן די טוער פון נקווד אף מאסן-ארעסטן און צעשיסונגען. 

עס קומט אויס צו באמערקן, אז די דאָזיקע אײַנשטעלונג איז אָנגעבונדן געװאָרן אויך דעם 
פעווראל-מארט-פּלענום פונעם צק אלקפּ(ב) אין 1937 אאָר. אין דער רעזאַליוציע פונעם פּלענום 
לויט יעזשאָוס פאָרטראָג ,װאָס דארף מען אָפּלערנען פון דער שעדיקערײ, פון די דיווערסיעס און 
דעם שפּיאָנאזש פון די יאפּאניש-דײַטשיש-טראָצקיסטישע אגענטן" איז געזאָגט געװאָרן: 

,דער פּלענום פון צק אלקפּ(ב) האלט, אז אלע פאקטן, ועלכע זײַנען אופגעדעקט געװאָרן 
אין גאנג פון דער אויספאָרשונג לויט די איניאָנים פונעם אנטיסאָװועטישן טראָצקיסטישן צענטער 
און זײַנע אָנהענגער אף די ערטער, באװײַזן, אז מיטן דעמאסקירן די דאָזיקע ערגסטע סאָנים פין 
פאָלק האָט דער פאָלקס-קאָמיסאריאט פאר אינערן-איניאָנים פארשפּעטיקט לעכאָלהאפּאַכעס אף 4 יאָר". 

די מאס-רעפּרעסיעס זײַנען אין יענער צײַט דורכגעפירט געװאָרן אונטער דער פאָן פון קאמף 
קעגן די טראָצקיסטן. צי האָנן די טראָצקיסטן אין דער דאָזיקער צײַט בעעמעס פאָרגעשטעלט אזא 
געפאר פאר אונדזער פּארטיי און דער סאָוועטישער מעלוכע? מע דארף דערמאַנען, אז אין 1927 
יאָר, ערעוו' דעם צא פארטיי-צוזאמענפאָר, האָבן פאר דער טראַצקיסטישזינאָװיעװישער אָפּאַזיציץ 
געשטימט בלויזן 4 טויזנט מענטשן, דאן וװען פאר דער פּארטײ-ליניע האָבן געשטימט 724 טױזנט. 
פאר די 10 יאָר, װאָס זײַנען דורך זינט דעם צֹא פּארטיי-צוזאמענפאַר ביזן פעווראל-מארטפּלענום 
פונעם צק, איז דער טראָצקיזם פולשטענדיק צעשמעטערט געװאָרן, א סאך געװעזענע טראָצקיסטן 
האָבן זיך אָפּגעזאָגט פון זייערע פריערדיקע אָנשויונגען און געארבעט אף פארשידענע באצירקן 
פון דער סאַציאליסטישער ביונג. קלאָר, אז קיין גרונט פאר מאסױטעראָר אין לאנד אין די 
באדינגונגען, ווען דער סאָציאליזם האָט געזיגט, איז ניט געווען. 

אין סטאלינס פאָרטראָג אפן פעווראל-מארט-פּלענום פונעם צק אין 1937 איאָר ,װעגן די 
כעסרוינעס אין דער פּארטיי-ארבעט און די מאָסמיטלען צו ליקװידירן די טראָצקיסטישע און אן- 
דערע צװײפּענעמניקעס" איז געמאכט געװאָרן א פּרווו טעאַרעטיש צו באגרינדן די פּאַליטיק פון 
מאסן-רעפּרעסיעס אונטערן אויסרייד, אז אין דער מאָס פון אונדזער פאָרויסבאוװעגונג צום סאָ- 
ציאליזם דארף דער קלאסך-קאמף קלימערשט אלץ מער און מער זיך פארשארפן. דערבײַ האָט 
סטאלין באהױפּט, אז אזוי לערנט די געשיכטע, אזוי לערנט לענין. 

אינדערעמעסן אָבער האָט לענין אָנגעװויזן, אז די אַנװענדונג פון רעװאָליציאָנערער געוואלט 
וװוערט ארויסגערופן דורך דער נײטיקײַט צו דערדריקן דעם ווידערשטאנד פון די עקספּלואטאטאָרישע 
קלאסן, און די דאָזיקע אָנװײַזונגען לענינס האָבן באלאנגט צו יענעם פּעריַאָד. װען ס'האָבן על- 
זיסטירט און ס'זײַנען געווען שטארק די עקספּלואטאטאָרישע קלאסן. וי נאָר די פּאַליטישע לאגע 


: פארייניקטע פּאָליטישע פארוואלטונג (רעד.). 


122 


אין לאנד האָט זיך פארבעסערט, וי נאָר די רויטע ארמיי האָט אין יאנוואר 1920 יאָר אײַנגענומען 
ראָסטאָוו און ס'איז אָפּגעהאלטן געװאָרן דער הוױפּטיניצאָכן איבער דעניקינען. האָט לענין געגעבן 
אן אָנװײַזונג דזערזשינסקין װעגן אָפּשאפן דעם מאסױטעראָר און וװעגן אָפּשאפן טויט-שטראָף. לענין 
האָט אף אזא אויפן באגרינדעט דאָס דאָזיקע וויכטיקע פּאַליטישע מאָסמיטל פון דער סאָוועטנמאכט 
אין זײַן פאָרטראָג אף דער סעסיע פון ווציקג דעם 2 פעווראל 1920 יאָר: 

, טעראַר האָט אונדז אַנגעבונדן דער טעראָריזם פון דער אנטאנטע, וען די אלועלטלעך- 
מעכטיקע מעלוכעס האָבן זיך ארופגעװאָרפן אף אונדז מיט זײיערע כאיאָלעס, ניט אָפּשטעלנדיק 
זיך פאר גאָרניט. מיר װאָלטן אפילע קיין צװויי טעג ניט געקאַנט זיך האלטן, אויב מיר זאָלן ניט 
געווען ענטפערן אף אָט די פּרוּוון פון די אָפיצערן און װײַסגװארדײער אף אן אומבעראכמאַנעסדיקן 
אויפן, און דאָס האָט באטײַט טעראָר, אָבער דאָס איז אונדז אָנגעבונדן געװאָרן דורך די טעראַרי 
סטישע גענג פון דער אנטאנטע. און וי נאָר מיר האָבן אָפּגעהאלט! אן אנטשיידענעם זיג, נאָך 
איידער די מילכאַמע האָט זיך פארענדיקט, באלד װי סאיז איינגענומען געװאָרן ראַסטאָ, האָבן 
מיר זיך אָפּגעזאָגט אָנצוּװענדן טויט-שטראָף און דערמיט באויזן, אז צו אונדזער איגענער פּראָ 
גראם באציען מיר זיך אזוי, וי מיר האָבן צוגעזאָגט. מיר זאָגן, אז די אָנװענדונג פון געוואלט 
וװוערט ארויסגערופן דורך דער אופגאבע צו דערדריקן די עקספּלואטאטאָרן, דערדריקן די גוטבא- 
זיצערס און קאפּיטאליסטן; וען דאָס װעט װערן מעגלעך, זאָגן מיר זיך אַפּ פון יעטווידע אויסנאם- 
מיטלען. מיר האָבן עס דערוויזן בעפּועל:מאמעש" (װערק, ב. 30, ז. 303 -- 304). 

סטאלין האָט אופגעגעבן די דאַזיקע דירעקטע און קלאָרע פּראָגראם-אָנװײַזונגען לענינס. נאַך 
דעם, װי עס זײַנען שוין ליקװוידירט געװאָרן אלע עקספּלואטאטאָרישע קלאסן בא אונדז אין לאנד 
און עס איז שוין ניט געוען קיין שום וויפליניט-איז ערנסטער גרונט אף מאסנהאפטיק אָנצוווענדן 
אויסנאם-מיטלען,. מאסן-טעראָר, האָט סטאלין אָריִענטירט די פּארטײי, אָריִענטירט די אַרגאנען פון 
נקווד אף מאסן-טעראָר. 

דער דאַזיקער טעראָר, האָט זיך ארויסגעויזן, איז פאקטיש געװען געװענדט ניט לקעגן די 
רעשטלעך פון די עקספּלואטאטאָרישע קלאסן, נאָר קעגן די ערלעכע קאדרען פון דער פּארטײ און 
סאָוועטישער מעלוכע, װעמען מע האָט ארויסגעשטעלט פאלשע, רעכילעסדיקע, אומזיניקע באשולדי 
קונגען אין , צװײפּענעמדיקײַט", , שפּיִאָנאזש", , שעדיקערײַ', צוגרייטונג פין וועלכע-ניט-איז אויסגע- 
טראכטע , אטענטאטן" אדג. 

אף דעם פעווראל-מארט-פּלענום פונעם צק (1937) זײַנען אין די ארויסטרעטינגען פון א ריי מיט- 
גלידער פון צק אין טאָך ארויסגעזאָגט געװאָרן ספייקעס צי איז ריכטיק דער לורס, װעלכער האָט 
זיך אָנגעמערקט אָנצוּװוענדן מאסרעפּרעסיעס אונטערן אויסרייד פון קאמף קעגן די ,צוייפענשמ- 
ניקעס". 

אמערסטן בוילעט זײַנען די דאַזיקע ספייקעס געװען איסגעדריקט אין דער ארייסט-עטינג 
פון כאוו. פּאָסטישעװו. ער האָט געזאָגט: 

,איך האָט געטראכט אזוי: עס זײַנען דורך אזעלכע הארבע אאָרן פון קאמף, די צעפילטע 
פּארטיי-מיטגלידער האָבן זיך צעבראַכן אָדער אװעק צו די סאָנים. די געזונטע האָבן זיר געשלאָגן 
פאר דער זאך פון דער פּארטי. דאָס זײַנען געווען יאָרן פון אינדוסטריאליזאציע, פון קאַלעקטיװײ- 
זאציע. איך האָכב בעשום:אויפן זיך ניט פאַרגעשטעלט, אז, דורכגעמאכט אזא הארבן פּעריאָד, יועט 
קארפּאָוװו און ענלעכע אף אים אָנטרעפן אין סוינעס לאגער. (קארפּאַ דאָס איז מיטארבעטער 
פון צק פון דער פּארטײי פון אוקראינע, וועלכן פּאָסטישעוו האָט גוט געקענט). און אָט לײט די 
באװײַזן איז קארפּאָװ קלוימערשט געװען פארװערבירט דורך די טראָצקיסטן. איר פערזענלעך 
מיין, אז ס'איז ניט צו גלייבן, א געזונטער מיטגליד פון פּארטיי, װאָס האָט דורכגעמאכט א דיער- 
האפטן װעג פון פארביטערטן קאמף קעגן די סאָנים פאר דער זאך פון דער פּארטײי, פארן סאַציא- 
ליזם, זאָל אין 1934 יאָר אָנטרעפן אין לאגער פון די סאָנים. איך גליב ניט אין דעם.. איר 
שטעל זיך ניט פאָר, װי קאָן מען דורכגיין שװוערע יאָרן מיט דער פּארטיי און נאָכדעם אין 1934 
יאָר אוועק צו די טראַצקיסטן. דאָס איז מעשונעדיק..." נא באוועגונג אין זאל). 

אויסניצנדיק סטאלינס אײַנשטעלונג וװעגן דעם, אז װאָס נעענטער צום סאַציאליזם, אלץ מער 
װעלן זײַן אויך סאָנים, אויסניצנדיק די רעזאַליוציע פונעם פעווראל-מארטפּלענום פונעם צק לױט 
יעזשאָװס פאַרטראָג, האָבן די פּראָװאָקאטאָרן, װאָס האָבן זיך דורכגעשמוגלט אין די אַרגאנען פון 
מעלוכישער זיכערהײַט, װי אויך די געװיסנלאָזע קאריעריסטן אָנגעהויבן פארענטפערן מיטן נאָמען 
פון דער פארטיי דעם מאס"טעראָר קעגן די קאדרען פון דער פּארטי און פון דער סאַוװועטישער 
מעלוכע, קעגן געוויינלעכע סאַוועטישע בירגער. עס איז גענוג צו זאָגן, אז די צאָל ארעסטירטע, 


{ אלרוסלענדישער צענטראלער אויספיריקאָמיטעט (רעד.). 


123 


וועלכע מע האָט אינקרימינירט קאָנטר-רעװאָליציאָנערע פארברעכנס האָט אין 1937 יאָר זיך פאר. 
גרעסערט אין פארגלײַך מיטן 1936 יאַר מער װוי אין צען מאָל. 

ס'איז באװוסט, װאָס פאר א גראָבער וילקיר איז דערלאָזט געװאָרן אויך בענעגיע די 
אַנפירנדיקע פּארטיי-טוער. דער פּארטיי-סטאטוט, וועלכן ס'האָט אָנגענומען דער /ושא צוזאמענפאָר, 
האָט זיך באזידט אף די לענינישע אָנװײַזונגען אין פּעריַאָד פונעם א פּארטייצוזאמענפאָר און אין אים 
איז געזאָגט געװאָרן, אז א טנײַ אף אָנצוּװענדן צו מיטגלידער פון צק, צו קאנדידאטן פאר מיטנליי 
דער פון צק און מיטגלידער פון דער קאָמיסיע פון פּארטײ-קאַנטראָל אזא עקסטרעם מאָסמיטל, װי 
אויסשליסן פון פּארטיי, , דארף זײַן דאָס צונויפרופן א פּלענום פון צק מיט דער אײַנלאדונג פון 
אלע קאנזידאטן פאר מיטגלידער פון צק און אלע מיטגלידער פון דער קאָמיסיע פון פּארטײ" 
קאָנטראָל", אז בלויז מיטן טנײַ, אז אזא אלגעמיינע פארזאמלונג פון די פאראנטװאָרטלעכע פּארטייי 
אָנפירערס װעט מיט צויי דריטל שטימען אנערקענען דאָס פאר נויטװענדיק, קאַן פאַרקומען דאָס 
אויסשליסן פון פּארטיי א מיטגליד אָדער א קאנדידאט פון צק. 

די מערהײַט מיטגלידער און קאנדידאטן פון צק, ועלכע זײַנען אויסגעװוײילט געװאָרן אפן 
ווצא צוזאמענפאַר און זײַנען ארעסטירט געװאָרן אין די יאָרן 1937 -- 1938, זײַנען אױיסגעשלאָסן 
געװאָרן פון דער פּארטיי אומגעזעצלעך און סאיז דערבײַ גראָב געבראָכן געװאָרן דער פּארטי" 
סטאטוט, אף וויפל די פראגע װעגן אויסשליסן זי איז ניט געשטעלט געװאָרן צום באהאנדלען אף 
א פּלענום פון צק. |...ן 

דער צענטראל-קאָמיטעט האלט פאר נייטיק אינפאָרמירן דעם צוזאמענפאָר װעגן א רײי פאל- 
סיפיצירטע , איניאַנים" קעגן מיטגלידער פונעם צענטראל-קאָמיטעט פון דער פּארטיי, וועלכע זײַנען 
געווען אויסגעוויילט אפן ווצא פּארטיי-צוזאמענפאָר. 

א בײַשפּיל פון נידערטרעכטיקער פּראַװאָקאציע, ביזװויליקער פאלסיפיקאציע און פארברעכע- 
ריש אייווער זײַן אף דער רעװאַליוציאַנערער געזעצלעכקײַט שטעלט מיט זיך פאָר דער איניען 
ינעם געװעזענעם קאנדידאט פאר א מיטגליד פון דער פּאַליטביראָ פון צק, אינעם פון די 
אָנגעזעענע טוער פון דער פארט און פון דער סאָוועטישער מעלוכע כ' איכע, א פארטיימיט. 
גליד פונעם 1903 יאָר. (א באוועגונג אין זאל). 

כאוו. אייכע איזן ארעסטירט געװאָרן דעם 29 אפּרעל 1938 יאָר לט רעכילעסדיקע מאטע- 
ריאלן אָן דער סאנקציע פונעם פּראָקוראָר פון פססר, װעלכע איז באקומען געװאָרן ערשט אין 
5 כאדאָשים אריִם נאַכן ארעסט. 

די אױיספאָרשונג פון אייכעס איניען איז דורכגעפירט געװאָרן אין באדינגונגען פון גראָב 
פארקריפּלען די סאָוועטישע געזעצלעכקײַט, ווילקיר און פאלסיפיקאציע. 

מיט דער הילף פון פּײַניקונגען האָט מען געצװונגען אייכען אונטערצושרײַבן פארפריער צו" 
נויפגעשטעלטע דורך די אױספאָרשערס פּראָטאָקאָלן פון פארהערן, אין וועלכע מע האָט אים אליין 
און א ריי אָנגעזעענע פּארטײיַשע און מעלוכישע טוער באשולדיקט אין אנטיסאַװעטישער טעטיקײַט. 

דעם 1 אַקטיאבער 1939 האָט איכע זיך געװענדט מיט א מעלדונג אף סטאלינס נאָמען, 
אין וועלכער ער האָט קאַטעגאָריש געלייקנט זײַן שולד און געבעטן צו פאנאנדערקלײַבן זיך אין 
זײַן איניען. אין דער מעלדונג האָט ער געשריבן: 

;עס איז ניטאָ קיין מער ביטערע פּײַן, װי צו זיצן אין טורמע בא אן אַרדענונג, פאר וועלכער 
דו האָסט טאָמיד געקעמפט". 


עס האָט זיך פארהיט אייכעס צוייטע מעלדונג, וועלכע ער האָט געשיקט סטאלינען דעם 27 
אָקטיאבער 1939 יאָר... |...| 

,.אצינד גי איך איבער צום סאמע שענדלעכן בלעטל פון מײַן לעבן און צו מײַן ווירקלער 
שווערער שולד פאר דער פּארטיי און פאר אײַך. דאָס איז װעגן מײַן מוידע זײַן זיך אין קאָנטרי 
רעװאַליציַאָנערער טעטיקײַט... די זאך איז פאָרגעקומען אזוי: ניט אויסגעהאלטן די אינויִם, וועלכע 
ס'האָבן צו מיר אַנגעװענדט אושאקאָוו און ניקאָלײַעװג, באזונדערס דער ערשטער, וועלכער האָט 
קונציק אויסגעניצט דאָס, װאָס נאָך אן אײַנברוך זײַנען בא מיר נאָך שלעכט זיך צונויפגעװאָקסן 
די רוקנביינער, און ער האָט מיר פארשאפט אומדערטרעגלעכן וייטיק, האָט דאָס מיך געצװונגען 
אַנרעדן אף זיך און אף אנדערע מענטשן. 

די מערהײַט פון מײַנע באװײַזן האָט אונטערגעזאָגט אָדער דיקטירט אושאקאָוו און די איבע" 
ריקע האָנ איך לויטן זיקאָרן איבערגעשריבן פון די מאטעריאלן פון נקווד אין מײַרעװיסיביר, צִו 
שרײַבנדיק זיך אלע פאקטז, װאָס זײַנען געבראכט געבראכט געװאָרן אין די מאטעריאלן פון נקווד. 
אוב אין דער לעגענדע, װעלכע סהאָט געשאפן אישאקאָוו און איך האָב געכאסמעט, האָט זיך 
עפּעס ניט געקלעפּט, האָט מען מיך געצװונגען כאסמענען אן אנדער ואריאנט. אזי איז געװען מיט 


ו מיטארבעטער פון נקווד. 


124 


רוכימאָװיטשז, װועלכן מע האָט צוערשט פארשריבן אין רעזערווזצענטער, און דערנאָך. אפילע ניט 
זאָגנדיק מיר גאָרניט, אױסגעשטראָכן, אזוי איז אויך געװען מיטן פאָרזיצער פונעם רעזערוויצעני 
טער, ועלכן ס'האָט קלוימערשט געשאפן בוכארין אין 1935 יאָר. צוערשט האָב איך זיך פארשריבן, 
אָבער נאָכדעם האָט מען מיר געהיסן פאהשרײַבן מעזשלאוקױ, און א סאך אנדערע מאָמענטן.. 

..איך בעט און באשוער אײַך צו באופטראָגן דורכפירן א צוגאָב-אױספאָרשונג פון מײַן 
איניען, און דאָס איז ניט צוליב דעם, מע זאָל מיך שוינען, נאָר צוליב דעמאסקירן די געמײנע 
פּראָװואַקאציע, וועלכע האָט, װי א שלאנג, פארפּענטעט א סאך מענטשן, דערונטער אויך איבער 
מײַן שוואכמוטיקײַט און פארברעכערישן רעכילעסיטרײַבן. אײַך און די פּארטיי האָב איך קײנמאָל 
ניט פאראטן. איך װײס, אז איך קום אום איבער דער געמיינער, נידערטרעכטיקער ארבעט פון די 
סאָנים פון דער פארט און פונעם פאָלק, װעלכע האָבן געשאפן א פּראָװאָקאציע קעגן מיר' 
(אייכעס איניען, ב. 1, פּאקעט). 

עס װאָלט זיך געדוכט, אז אזא װיכטיקע מעלדונג האָט אומבאדינגט געדארפט באהאנדלט 
װערן אין צק. אָבער דאָס איז ניט פאָרגעקומען. די מעלדונג איז אָפּגעשיקט געװאָרן בעריאן, און 
דער אכזאָריעסדיקער גוואלדטאט איבערן פארמאסערטן קאנדידאט פאר א מיטגליד פון פּאַליטביראַ 
כאוו. אייכע האָט װײַטער געדויערט. |.. | 

דעם 4 פעװראל {1940 יאָרן איז אײכע דערשאָסן געװאָר. (א ריש פון אופגעבראכטקײַט 
אין זאל). הײַנטצוטאָג איז אומבאשטרײַטלעך פעסטגעשטעלט, אז אייכעס איניען איז געװען פאל- 
סיפיצירט, און ער איז נאָכן טויט רעאביליטירט. 

פולשטענדיק האָט אפן געריכט זיך אָפּגעזאָגט פין זײַנע געצווונגענע באװײַזן דער קאנדידאט 
פאר א מיטגליד פון פּאָליטביװראָ דער כאוו. רודזוטאק, א פּארטייימיטגליד פון 1905 יאָר, װעלכער 
איז 10 יאָר אַפּגעקומען צארישע קאטאָרגע. |.. | 

א גענויע קאָנטראָלירונג, װאָס איז דורכגעפירט געװאָרן אין 1935 יאָר, האָט פעסטגעשטעלט, אז 
דער איניען װעגן באשולדיקן רודזוטאקן איז געווען פאלסיפיצירט און ער איז פארורטיילט געװאָרן 
אפן סמאך פון רעכילעסדיקע מאטעריאלן. רודזוטאק איז נאַכן טיט רעאביליטירט. 

אף װאָס פאר אן אויפן די געוועזענע מיטארבעטער פון נקווד האָבן מיט קינסטלער-פּראָיאָקא- 
ציאָנעלע מעטאָדן געשאפן פארשיידענע אנטיסאָוועטישע ,צענטערס" און ,בלאָקן" איז צו זען פין 
די באװײַזן פונעם כ' ראָזענבליום, א פּארטייימיטגליד פון 1906 יאָר, װעלכן ס'האָט ארעסטירט די 
לענינגראדער פארוואלטונג פון נקווד אין 1937 יאָר. 

ווען ער, ראָזענבליום, איז אין 1937 יאָר ארעסטירט געװאָרן, האָט מען צו אים אָנגעװענדט 
אכזאָריעסדיקע פּײַניקונגען, אין פּראָצעס פון װעלכע מע האָט בא אים ארויסגעצװונגען פאלשע 
באװײַזן סײַ אף זיך אליין, סײַ אויך אף אנדערע מענטשן. דערנאָך האָט מען אים ארײַנגעפירט אין 
קאבינעט צו זאקאָווסקין:, װעלכער האָט אים פּאָרגעלייגט באפרײַונג באם באדינג, אייב ער װעט 
אפן געריכט געבן פאלשע באװײַזן לוטן ,איניען װועגן לענינגראדער שעדיקערישן, שפּיאַנישן, דיי 
װערסיאָנעלן, טעראָריסטישן צענטער", װאָס די נקװוד האָט אין 1937 יאָר פאבריצירט (א באױעגונג 
אין זאל). מיט אויסערגעויינלעכן ציניזם האָט זאקאָווסקי אופגעדעקט די נידערטרעכטיקע ,מעכא- 
ניק" פונעם קינסטלעכן שאפן אויסגעטראכטע , אנטיסאַוועטישע פארשווערונגען". 

,צוֹלִיב אָנשױלעכקײַט, -- האָט דערציילט ראָזענבליום, -- האָט זאקאָווסקי פאר מיר פאנאנ' 
דערגעוויקלט עטלעכע װאריאנטן פון די פאָרויסגעזעצטע סכעמעס פון דעם דאָזיקן צענטער און 
פון זײַנע אָפּצװײַגן... 

מיך באקענט געמאכט מיט די דאָזיקע סכעמעס, האָט זאקאָװסקי געזאָגט, או די נקװד 
גרייט אן איניען װעגן אָט דעם צענטער, דערבײַ װעט דער פּראַצעס זײַן אן אָפּענער. 

.דער פּראָצעס װעגן לענינגראדער צענטער דארף אװעקגעשטעלט װערן סאָליד. און דאָ 
האָבן אן אנטשיידנדיקן באדײַט די איידעס. דאַ שפּילט א גאנץ װיכטיקע ראָליע סײַ די געזעל 
שאפטלעכע לאגע (די פּריִערדיקע, פארשטייט זיך), סײַ דער פּארטיי-סטאזש פונעם אידעס. 

דיר אליין, -- האָט געזאָגט זאקאָווסקי, -- װעט גאָרניט אויסקומען אויסצוטראכטן, די נקווד 
װעט צונויפשטעלן פאר דיר א גרײטן קאַנספּעקט לױט יעדן פיליאל באזונדער, דײַן זאך איז 
אויסכאזערן אים, גוט פארגעדענקען אלע פראגעס און ענטפערס, װעלכע מע קאָן פארגעבן אפן 
געריכט. אָט דעם איניען װעט מען גרייטן א 4 -- 5 כאדאַשים, און עפשער אפילע א האלב אאָר. 
אָט די גאנצע צײַט װעסטו זיך גריטן, קעדיי ניט אונטערפירן די אױיספאָרשונג און זיך. פונעם 
גאנג און אויסגאנג פון דעם געריכט װעט זײַן אָפּהענגיק דײַן װײַטערדיקער גוירל. װועסטי ארויס- 
װײַזן פּאכדאָנעס און אָנהײבן פאלשעווען -- איז האָב טײַנעס צו זיך אליין. װעסטו אויסהאלטן, 


1 פונעם 1925 יאָר פאָלקס-קאָמיסאר פון דער שוץ-אינדוסטריע פון פססר. 
?2 שטעלפארטרעטער פונעם פארזיצער פון ראטפאָלקאָם. 


? אין 1927 שעף פון דער פארוואלטונג פון נקווד פון דער לענינגראדער געגנט 


129 


װועסטו אײַנהיטן דאָס היפּטל (דעם קאָפּ), מיר װעלן דיך שפּײַזן און קליידן ביזן טוט אף קאזיאַנעם 
כעזשבן". 

אָט װאָס פאר א נידערטרעכטיקע זאכן האָבן זיך אָפּגעטאָן אין יענער צײַט. (א באװעגונג 
אין זא?). 

נאָך ברייטער האָט מען פּראקטיקירט די פאלסיפיקאציע פון די אױספאָרש-איניאָנים אין די 
געגנטן. די פארוואלטונג פון נקווד אין סװערדלאַװוסקער געגנט ,האָט אופגעדעקט" דעם אזיגע- 
רופענעם , אוראלער אופשטענדלערישן שטאב -- אן אָרגאן פונעם בלאָק פון די רעכטע, פון די 
טראַצקיסטן, עסערן, גײַסטלעכע", מיט װעלכן ס'האָט קלוימערשט אָנגעפירט דער סעקרעטאר פונעם 
סװערדלאָװסקער געגנטקאָם פון דער פּארטײ און מיטגליד פונעם צק פון אלקפּוב) קאבאקאָוו, א 
פּארטיי-מיטגליד פון 1914 יאָר, לוט די מאטעריאלן פון די אױספאָרש-איניאָנים פון יענער צײַט 
באקומט זיך, אז קימאט אין אלע קאנטן, געגנטן און רעפּובליקן האַבן עקזיסטירט קלימערשט 
ברייט צעצװײַגטע ,רעכט-טראַצקיסטישע שפּיאַניש-טעראָריסטישע, דיווערסיע:שעדיקערישע אַרגאני- 
זאציעס און צענטערס' און, אלס קלאל, זײַנען בעראָש פון די דאָזיקע גאָרגאניזאציעס" און ,צען- 
טערס", ניט קלאָר פארװאָס, געשטאנען די ערשטע סעקרעטארן פון די געגנטקאַמעז, קאנטקאָמען 
אָדער פון די צענטראל-קאָמיטעטן פון די נאציאָנאלע קאָמפּארטײען. (א באװעגונג אין זאל) 

אין רעזולטאט פון אָט דעם שוידערלעכן פאלסיפיצירן אזעלכע ,איניאַנים', אין רעזולטאט 
דערפון, װאָס מע האָט געגלייבט פארשיידענע רעכילעסדיקע , באװײַזן" און געצװוונגענע בילבולים 
אף זיך און אף אנדערע, זײַנען אומגעקומען פיל טױזנטער ערלעכע, אין גאָרנישט ניט-שולדיקע 
קאָמוניסטן. אף דעם זעלבן אויפן זײַנען ,פאבריצירט" געװאָרן די , איניאָנים' אף די אַנגעזעענע 
פּארטיי- און מעלוכע-טוער -- קאָסיאַר, טשובאר, פּאַסטישעװ, קאָסאריעװו און אנדערע. 

אין יענע יאָרן זײַנען אומבאגרינדעטע רעפּרעסיעס דורכגעפירט געװאָרן אין מאסנהאפטע 
מאסשטאבן, אין רעזולטאט דערפון האָט די פּארטײי געליטן גרויסע פארלוסטן פון קאדרען. 

עס האָט זיך געשאפן א פעלערהאפטע פּראקטיק, װען אין נקװד פלעגן צונויפגעשטעלט 
ווערן צעטלען פון מענטשן, װאָס זייערע איניאָנים האָבן געדארפט באטראכט װערן אף דער מי" 
ליטערישער קאַלעניע און ס'איז פארפריַער באשטימט געװען די שטראָפמאָס פאר זיי. די דאָזיקע 
צעטלען פלעגט יעזשאָוו שיקן פּערזענלעך סטאלינען סאנקציאָנירן די פאַרגעשלאָגענע שטראָפן. 
אין די יאָרן 1937 -- 1938 זײַנען סטאלינען אָפּגעשיקט געװאָרן 3283 אזעלכע צעטלען אף פיל 
טויזנטער פּארטייַשע, סאָוועטישע, קאָמיוגישע, מיליטערישע און ווירטשאפטלעכע טוער און סאיז 
באקומען געװאָרן זײַן סאנקציע. 

א באדײַטנדיקער טייל פון די דאָזיקע איניאָנים װערט איבערגעקוקט און א גרויסע צאָל פון 
זי װוערן ליקווידירט אלס אומבאגרינדעטע און פאלסיפיצירטע. גענוג צו זאָגן, אז פונעם 1954 
יאָר ביז הײַנטצוטאָג האָט די מיליטערישע קאָלעגיע פונעם אױבער:געריכט שוין רעאביליטירט 
9 מענטשן, דערבײַ זײַנען א סאך פון זיי רעאביליטירט נאַכן טויט. 

די מאסןיארעסטן פון פארטייישע, סאָוועטישע, וירטשאפטלעכע, מיליטערישע טוער האָבן 
אָנגעטאָן א קאַלאָסאלן שאָדן אונדזער לאנד, דער זאך פון סאַציאליסטישער בוױונג. 

די מאסױרעפּרעסיעס האָבן נעגאטיוו געווירקט אפן מאַראליש-פּאַליטישן צושטאנד פון דער 
פּארטיי, האָבן גוירעם געוען אומזיכערקײַט, מיטגעװירקט דער פארשפּרייטונג פון קרענקלעכער 
פארדעכטיקײַט, פארשפּרייט קעגנזײַטיקן אומצוטרוי צװישן די קאָמוניסטן. עס האָבן זיך אקטיויזירט 
אלערליי רעכילעסניקעס און קאריעריסטן. 

און נאָר דערפאר, װאָס אונדזער פּארטיי פארמאָגט א גרויסע פּאַליטיש-מאַראלישע קראפט, 
איז זי געװען בעיעכוילעס זיך ספּראווען מיט די שווערע געשעענישן פון די יאָרן 1937 -- 1938, 
איבערלעבן די דאָזיקע געשעענישן, אופציען נײַע קאדרען. סאיז אָבער קיין סאַפעק ניטאָ, אז 
אונדזער פאָרויסבאוועגונג צום סאָציַאליזם און די צוגרייטונג צו פארטידיקן דאָס לאנד װאָלטן 
פארווירקלעכט געװאָרן מיט מער דערפאָלג, װען ניט די קאַלאָסאלע פארלוסטן פון קאדרען, װעל 
כע מיר האָבן געהאט מאכמעס די מאסנהאפטע, אומבאגרינדעטע און אומגערעכטיקע רעפּרעסיעס 
אין די יאָרן 1937 -- 1938. 

מיר באשולדיקן יעזשאָװן אין די פארקריפּלונגען פון 1937 יאָר און באשולדיקן ריכטיק. 
אָבער מע דארף ענטפערן אף אזעלכע פראגן: צי האָט דען יעזשאָװ געקאָנט אליין, אָן סטאלינס 
וויסן, ארעסטירן, לעמאָשל, קאָסיאָרן? צי איז געװען א מינונג-אויסטויש אָדער א באשלוס פון 
פּאָליטביראָ װעגן אָט דער פראגע? ניין, ס'איז ניט געוען, פּונקט װי דאָס איז ניט געװען אין 
שײַכעס מיט אנדערע ענלעכע איניאַנים. האָט דען יעזשאָװו געקאַנט לייזן אזעלכע װיכטיקע פראגן, 
וי די פראגע וועגן גוירל פון אָנגעזעענע פּארטיי-טוער? ניין, עס װאָלט געווען נאיוו צו מיינען, 
אז דאָס איז די ארבעט נאָר פון יעזשאָװן. קלאָר, אז אזעלכע זאכן האָט געלייזט סטאלין, אָן זײַנע 
אָנװײַזונגען, אָן זײַן סאנקציע האָט יעזשאָוו גאָרניט נישט געקאָנט טאָן. 


6 16 


טייר האָבן אצינד זיך פאנאנדערגעקליבן און רעאביליטירט קאָסיאָרן, רודזוטאקן, פּאָסטישעװן, 
קאַסאריעװן און אנדערע. אף װאָס זשע פאר א סמאך האָט מען זי ארעסטירט און פארורטילט? 
דאָס דערלערנען די מאטעריאלן האָט באויזן, אז קיין שום סמאך דערצו איז ניט געוען. ארעסטירט 
האָט מען זיי, װי א סאך אנדערע, אָן דער סאנקציע פון א פּראָקוראָר. און כוץ דעם, האָט מען 
אין יענע באדינגונגען אפילע ניט גענייטיקט זיך אין קיין שום סאנקציע; װאָס פאר א מין סאנק- 
ציע דארף מען נאָך האָבן, אז אלץ האָט דערלויבט סטאלין. ער איז געװען דער הױפּטפּראַקוראָר 
אין אָט די פראגן. סטאלין האָט געגעבן ניט בלויז דערלױבענישן, נאָר אויך לויט זײַן איניציאטיוו 
אָנװײַזונגען װועגן ארעסטירן. װועגן דעם דארף געזאָגט װערן, קעדיי עס זאָל זײַן פאר די דעלעגאטן 
פונעם צוזאמענפאָר א פולשטענדיקע קלאָרקײַט, קעדיי איר זאָלט קאָנען געבן א ריכטיקע אָפּ 
שאצונג און מאכן די געהעריקע אויספירן. 

די פאקטן באװײַזן, אז א סאך מיסברויכן זײַנען געמאכט געװאָרן לויט סטאלינס אָנװײַזונג, 
ניט רעכענענדיק זיך מיט א ועלכעעניט-איז נאָרמעס פון פּארטײיַשער און סאָוועטישער געזעצ. 
לעכקײַט. סטאלין איז געװען א מענטש זיער א פארדאכטפולער, מיט קרענקלעכער כשאַדימ" 
דיקײַט, אין װאָס מיר האָנן זיך איבערצײַגט, ארבעטנדיק צוזאמען מיט אים. ער האָט געקאַנט א 
קוק טאָן אף א מענטשן און זאָגן: ,עפּעס לױפן בא אײַך הײַנט די אױגן, אָדער: ,פארװאָס 
קערעװעט איר זיך אָפּ הײַנט אָפט, קוקט ניט גלײַך אין די אויגן'. די קרענקלעכע כשאָדימדיקײַט 
האָט אים געבראכט צו אַהולנע אומצוטרוי, דערונטער אויך בענעגײיע צו גלענצנדיקע פארטי" 
טוער, ועלכע ער האָט געקענט א סאך אָרן. אומעטום און איבעראל האָט ער געזען ,סאָנים", 
, צװײיפּענעמניקעס", , שפּיאָנען". 

פארמאַגנדיק אומבאגרענעצטע מאכט, האָט ער דערלאָזט אכזאָריעסדיקן וילקיר, דערשטיקט 
דעם מענטשן מאָראליש און פיזיש. עס האָט זיך געשאפן אזא אטמאָספער, אין װעלכער דער 
מענטש האָט ניט געקאַנט אויסדריקן זײַן וויילן. 

ווען סטאלין האָט געזאָגט, אז אזא און אזא מענטשן דארף מען ארעסטירן, האָט מען גע" 
דארפט אַנעמען פאר א רעכטן עמעס, אז דאָס איז א , סױינע פין פאָלק". און בעריאס באנדע, 
װאָס האָט באלעבאטעװעט אין די אַרגאנען פון מעלוכעזיכערהײַט, איז פון דער הױט געקראָכן, 
אני דערװײַזן,. אז די ארעסטירטע זײַנען שולדיק, אז די מאטעריאלן, וועלכע זיי האָבן פאבריצירט, 
זײַנען ריכטיק. און װעלכע באװײַון האָט מען געלאָזט אין גאנג? די אנערקענונגען פון די ארעס' 
טירטע. און די אױיספאָרשערס האָבן ארויסבאקומען אָט די ,אנערקענונגען'. אָבער ויָאזוי קאָן 
מען באקומען פין א מענטשן אן אנערקענונג אין פארברעכנס, וועלכע ער איז קײינמאָל ניט בא' 
גאנגען? בלויז מיט איין מיטל -- אָנװענדן פיזישע מעטאָדן פון אופוירקונג, פּײַניקנדיק, צװין 
גענדיק פארלירן דעם באװוסטזײַן, פארלירן דעם סייכל, פארלירן די מענטשלעכע וירדע. אזי 
זייַנען ארויסבאקומען געװאָרן די קלוימערשטע , אנערקענונגען". 

ווען די כויאליע מאסנהאפטיקע רעפּרעסיעס האָט אין 1939 יאָר אָנגעהױיבן װערן שוואכער, 
ווען אָנפירער פון אַרטיקע פּארטי אָרגאניזאציעס האָבן אָנגעהױנבן באשולדיקן די מיטארבעטער 
פון נקווזד, אז זיי װענדן אָן פיזישע אופווירקינג צו די ארעסטירטע, -- האָט סטאלין געשיקט דעם 
0 יאנוואר 1939 יאָר א שיפרירטע טעלעגראם די סעקרעטארן פון די געגנטקאַמען, קאנטקאַמען, 
צק פון די נאצקאָמפּארטײיען, די פאָלקס-קאָמיסארן פון אינערךאיניאַנים, די שעפן פון די פאר. 
וואלטונגען פון נקווד. אין דער דאָזיקער טעלעגראם איז געזאָגט געװאָרן: 

,דער צק אללפּ(ב) מאכט קלאָר, אז די אָנװענדונג פון פיזישער אופוירקונג אין דער פּראק- 
טיק פין נקווד אין פינעם 1937 יאַר דערלאָזט מיט דער דערלױיבעניש פון צק אלקפּב).. ס'איז 
באוווסט, אז אלע בורזשואזע אוױיסשפּיר-אָרגאנען וענדן אָן פיזישע אופוירקונג בענעגייע צו די 
פאָרשטייער פונעם סאַציאליסטישן פּראַלעטאריאט און דערבײַ וענדן זיי זי אָן אין די סאמע עקל 
האפטע פאָרמען. פרעגט זיך, פארװאָס דארף די סאָציאליסטישע אױיסשפּיר:דינסט זײַן מער הומאניש 
בענעגייע די טרײַע אגענטן פון דער בורזשואזיע, די פארביסענע סאָנים פונעם ארבעטעריקלאס 
און פון די קאָלװירטניקעס. דער צק אללפּב) האלט, אז דער מעטאָד פון פיזישער אופוירקונג 
דארף אומבאדינגט אָנגעװענדט װערן אויך אף װײַטער, װי אן אויסנאם, בענעגייע די אָפענע סאָנים 
פון פאָלק, וועלכע אנטװאָפּענען זיך ניט, אלס א פולקום ריכטיקע- און צװעקמעסיקער מעטאָד". 

אזויארום האָט סטאלין אין נאַמען פונעם צק אללקפּ(ב) סאנקציאַנירט די סאמע גראַבע פאלן 
פון אויווער זײַן אף דער סאָציאליסטישער געזעצלעכקײַט, די פּײַניקינגען און אינויִם, ועלכע האָבן 
גוירעם געווען, װי דאָס איז פריער באויזן געװאָרן, אז אומשולדיקע מענטשן זאָלן מאכן ביל 
בולים אף זיך אליין און אף אנדערע. 

דאָ ניט לאנג, סאכאקל עטלעכע טעג פארן איצטיקן צוזאמענפאָר, האָבן מִיר ארויסגערופן 
יאף א זיצונג פונעם פּרעזידים פון צק און אויסגעפרעגט דעם אױספאַרשער ראָדאָס, וועלכער 
האָט זײַנערצײַט געפירט די אױספאָרשונג און פארהערט קאָסיאָרן, טשובארן און קאָסאריעוון. דאָס 


127 


איז א נישטיקער מענטש, מיט א װעלט-באנעם פון א הן, אין מאָראלישן זין פּאָשעט אן איס- 
װוּרף. און אָט אזא מענטש האָט באשטימט דעם גוירל פון באװוסטע פּארטיי-טוער, באשטימט אויך 
די פּאַליטיק אין די דאָזיקע פראגן, װײַל דערװײַזנדיק זייער , פארברעכערישקײַט", האָט ער דערמיט 
גופע געגעבן מאטעריאל אף צו מאכן גרויסע פּאָליטישע אויספירן. 

פרעגט זיך, האָט דען אזא מענטש אליין, מיט זײַן אייגענעם פארשטאנד, געקאָנט פירן די 
אויספאָרשונג אזוי, עס זאָל דערוויזן װערן די שולד פון אזעלכע מענטשן, װי קאָסיאָר און אנדערע? 
ניין, ער האָט ניט געקאָנט קיין סאך אופּטאָן אָן די געהעריקע אָנװײַזונגען. אף דער זיצונג פו" 
נעם פּרעזידים פון צק האָט ער אונדז אזוי דערקלערט: ,מע האָט מיר געזאָגט, אז קאָסיִאָר און 
טשובאר זײַנען סאָנים פון פאָלק. דעריבער דארף איך, אלס אן אױיספאָרשער, ארױסרײַסן פון זי 
די אנערקענונג, אז זיי זײַנען סאָנים". (א ריש פון אופגעבראכטקײַט אין זאל 

דאָס האָט ער זיך געקאָנט דערשלאָגן נאָר אַנװענדנד"ק דויערהאפטע פּײַניקוינגען, װאָס דאָס 
האָט ער טאקע געטאָן, באקומענדיק א געננויעם אינסטרוקטאזש פון בעריאן. עס דארף געאָגט 
ווערן, אז אף דער זיצונג פונעם פּרעזידײיַם פון צק האָט ראָדאָס ציניש געמאָלדן ,איך האָב גע" 
האלטן, אז איך פיל אויס דעם אופטראָג פון דער פּארטי". אָט ויאװי עס פלעגט אין דער 
פּראקטיק אויסגעפילט װערן סטאלינס אָנװײַזונג וועגן אָנװענדן צו די אסירים מעטאָדן פון פיזישער 
אופווירקונג. 

די דאָזיקע און פיל ענלעכע פאקטן זאָגן איידעס װעגן דעם, אז אלע נאָרמעס פון ריכטיק 
פּארטיייַש לייזן פראגן זײַנען געװען ליקווידירט, אלץ איז געווען אונטערגעװאָרפן דעם וילקיר פון 
איין פּערזאַן. 


(סאָף אין קומענדיקן נומער) 


ליפּע העלער 


אָט דאָס איז געבליבן אין זנען.. 


דאָס לעבן הײַנט פרילינגט: 
מע זייט -- און עס וואקסט. 


ניט אלץ גיט זיך ביליק, 
און ס'ציטערט מײַן הארץ. 


דורך ווייען, זאווייען 
געגאנגען כ'בין לאנג. 
זעמליאנקעס, טראנשייען 
נאָך אלץ אין געדאנק. 


װי קען איך פארגעסן, 
װאָס איך האָב געזען? 
איך בין דאָך מעסלעסן 
אין פּײַער געווען. 


זאָל לעבן דאָס לעבן 


װוּנדן און װונדן -- 
פארבלוטיקטע טעג. 

דער פײַנט האָט געצונדן 
די דערפער, די שטעט. 


אזוי האָט דער סוינע 

דער בייזער געטאָן. 

איך ווינטש עס ניט קיינעם, 
װאָס איך הײַנט דערמאָן. 


דערפאר ווינטש איך יעדן 
געזונט נאָר און גליק. 
דער זאָקן זאָל לעבן, 
דאָס קינד, װאָס אין וויג. 


ווער קאַן מער פון אונדז 


ווער קאָן מער פון אונדז זײַן גרייט צו אונדזער ערד, צו אונדזער היים, 
העלפן יעדן, צו שװועסטער, ברידער? 
װאָס יל ברויט, און װאָס װיל פרייך, 


און װאָס װויל לעבן? ווער קאָן בעסער, זאָגט, פון אונדז 


פילן זאָרגן? 
ווער קאָן מער פון אונדז פארשטיין, זעט, װי שיין ס'גייט אוף די זון 
װאָס הייסט ליבע פון אונדזער מאָרגן! 


אזא איז געוװוען מײַן באגינען 


כ'האָב קיינמאָל קיין גאָלד אין די הענט ניט געהאלטן, 
אין קאסטן קיין גאָלד האָט מײַן טאטע באהאלטן, 

און אויך ניט געהאט האָט קיין זײַד און קיין סאמעט 
מײַן ליבע, מײַן טײַערע מאמע. 

בלויז צאָרעס אריבער א לעפל... 

דוקאַר האָט געהייסן מײַן שטעטל. 

א הײַזל, װי פישקע דער קרומער, 

און א פארװאָלקנטער זומער, -- 

אָט דאָס איז געבליבן אין זינען, 

אזא איז געווען מײַן באגינען. 


129 


א פּאָעט 


א פּאָעט האָט אין זינען די וועלט -- ער קאָן ניט זײַן גלײַכגילטיק, ניין, 
די ליידן, די פריידן, די טרערן. צו פרייד און לייד און צו אומעט, 
ער ווייסט, װאָס איז גוט און װאָס פעלט. ווען ס'רופט פונדערװײַטן די היים, 
ער הערט, װאָס עס רעדן די שטערן. ער קומט, װײַל ער קאָן נישט ניט קומען.. 


אין מײַן זיקאָרן 


'עס טליִען נאָך די האָלאָװעשקעס איך זע מײַן מאמען און מײַן טאטן, 
פון די מילכאַמעדיקע טעג. איך זע דעם גרויל פון שווארצן טויט. 
איך זע נאַך בלוט אף יענע סטעזשקעס 
און טויטע זע איך אפן װעג. איך זע נאָך איצטער יענעם פײַער, 
װאָס האָט געשלונגען שיינע ווענט, 
איך זע נאַך איצטער די סאָלדאטן, דערפאר איז נאָענט מיר און טײַער 
אין בלוט, אין שווייס, אין שניי און קויט. די וועלט, װי צו דעם לײַב דאָס העמד. 
איך האָף 


איך האָף, אז מײַן פאָטערלאנד דארף מיך נאָך האָבן, 
איך קום נאָך, װי אלע, מיט עפּעס צוניץ. 

איך טראָג נאָך מײַן קלומעק און װעל אים נאָך טראָגן, 
טאָ זאָלן מיר דינען די הענט און די פיס. 


מײַן טיר איז אָפן 


טיפע נאכט. די -- פון ריגע, 
אלע שלאָפן. די -- אָרעסער. 
נאָר מײַן הארץ -- אלע -- ברידער, 
מײַן טיר איז אָפן. אלע שוועסטער. 
קומען געסט אלע זײַנען 

פון אלע עקן. זי מיר טײַער. 
די -- פון ברעסט, אײיביק שײַנען 
און די -- פון שטעטל, זאָל דאָס פײַער! 


אנדרײ אָסטאלסקי 


וועג נאַטיצן 


זיבן טעג אין יִסראָעל 


קעדיי ארויספליען פון ייִסראָעל, דארף מען 
דורכגיין אן אויסערגעװיינלעך טשיקאװע פּראַ 
צעדיר אפן פלי-פעלד. קיין שום ענלעכס האָב איך 
ניט געזען אין ערגעץ. פּאָפּערעק דעם זאל-- 
0 -- 15 נידעריקע, ברייטע געשטעלן, אף וועלכע 
מע לייגט אוועק דעם באגאזש. בא יעדן פון זי 
שטייט פון איין זײַט דער פּאסאזשיר, פון דער 
אנדערער -- א פאָרשטייער פון די מאכטאָרגאנען 
אין א בלויער אוניפאָרם. אָנבײגנדיק זיך איינער 
צום אנדערן מיט די קעפּ, פירן זיי שטילערהייט 
איבערן געשטעל ניט קיין אײַליקן פרײַנטשאפט' 
לעכן שמועס. ס'איז דערגאנגען מײַן ריי, און דער 
ייִסראָעלדיקער טאמאָזשנע-דינער האָט אקוראט 
אוועקגעשטעלט אף דער סטאָיקע אויך מײַנע 
זאכן און צוטרוילעך, קימאט צארט פארפירט מיט 
מיר, אָט שמייכלענדיק, אָט אנטשולדיקנדיק זיך, 
א מאַדנעם געשפּרעך. ער האָט געפרעגט סײַ װעגן 
דעם װעטער, סײַ װעגן מײַנע אײַנדרוקן פון דער 
רײַזע, װעגן דעם האַטעל, װעגן דעם, װעלכע 
שטעט איך האָב באזוכט, װוּ עס איז מיר געפעלן 
געװאָרן עסן מיטיק. בלויז איין פראגע האָט זיך 
מיר אויסגעוויזן גאנץ באזיניקט און פארשטענד. 
לעך: צי האָב איך ניט איבערגעלאָזט מײַנע זאכן 
אַן אן אופזיכט, צי האָט עמעצער א זײַטיקער ניט 
געקאַנט זיך דערקלײַבן און אָן מײַן װיסן אונטער- 
לייגן עפּעס:װאָס אין באגאזש? אין א מינוט צען 
ארום האָט אונדזער שמועס זיך פארענדיקט מיט 
װוונטשן פון א גליקלעכן פלוג. 

איך האָב געהערט פארשיידענע מיינונגען וועגן 
דעם, װאָס עס קומט אינדערעמעסן פאָר אינעם 


זאל פון דעם ארויספלי. די סאמע, זעט אױס, 
עמעסדיקע ווערסיע -- אז אלע זאכן װערן אף 
אוועלכן-ניט-איז אויפן דורכגעלויכטן פון אונטן, 


ביזוואנען מע , פארעדט אײַך די ציין". אן אנדער 
ווערסיע, ועלכע האָט זיך מיר אויסגעוויזן ווייני 
קער עמעסדיק, -- אז מיט די פּאסאזשירן שמועסן 
ספּעציִעל צוגעגריטע פּסיכאָלאָגן, ‏ שיר ניט 
;עקסטראסענסן", וועלכע טאפּן אויס אין געדאנק 
ניט נאַר אײַערע זאכן, נאָר אויך די נעשאָמע. 
וי ס'זאָל ניט זײַן, האָט מען מײַנע זאכן, וי 
אויך די זאכן פון אלע אנדערע פּאסאזשירן, װעל- 


א באלאגערטער פעסטונג. 


כע זײַנען געפלויגן קיין ציפּערן, דורכגעלאָזט גיך 
און אָן שטערונגען. קיינער האָט אפילע ניט 
געעפנט קיין איין רענצל. דער פאָרשטייער פון די 
מאכט-אָרגאנען האָט אבסאָליוט גלײַכגילטיק ‏ א 
גליטש געטאָן דאָס אויג איבערן פּאקעט פון הארט 
געל פּאפּיר בא מיר אין די הענט, װעלכער איז 
זאָרגזאם פארקלעפּט געװען און פארשטעמפּלט 
מיט א ספּעציִעלן שטעמפּל און האָט געהאט אן 
אופשריפט: , קאַנטראָלירט מיצאד דער מיליטערי" 
שער צענזור. דערלויבט ארויסצופירן פון ייס 
ראַעל". 

עמעס, דער פאָרגעקומענער פארן אָפּפליען 
וויזיט צום מיליטערישן צענזאָר איז אויך געװען 
ניט זייער קיין אײַנמידנדיקער. גלייבנדיק מיר אפן 
װאָרט, אז איך האָב ניט פאָטאָגראפירט קיין מי" 
ליטערישע אָביעקטן, ניט אָפּגעמאָלט קיין פּלענער 
פון די פארפעסטיקונגען, ניט אױסגעקלאָרט דעם 
נאָמען פונעם נײַעם שעף פון דער אױיסשפּירונג 
אאוו., האָט דער צענזאָר, דאכט זיך, אפילע ניט 
א קוק געטאָן, װאָס איך האָב ארײַנגעלײגט אין 
דעם געלן קאַנװערט. און דאָרט זײַנען געלעגן 
זיבן פאָטאַ-לענטעס און צויי בלאַקנאָטן, וועלכע 
זײַנען קימאט אינגאנצן געווען פארפולט מיט נאָי 
טיצן, װאָס איך האָב געמאכט אין דער װאָך פון 
מײַן רײַזע איבער דער מעדינע. עמעס, דער עצעם 
פאקט, װאָס א זשורנאליסט איז מעכויעוו צושטעלן 
אין דער צענזור אלע פאַטאָגראפיעס, װי אויך די 
שוין אָנגעשריבענע ארטיקלען, אפילע סקיצן און 
פארנאָטירונגען, און מוז געבן װעגן דעם א 
שריפטלעכע פארפליכטונג, רעדט אן און פאר זיך. 

די ייִסראָעלדיקע טאמאָזשנע-דינער און ספּעציץ- 
לע אמטן װײַזן ארויס ניט װײיניק באמיונגען, קע 
דיי זייער לאנד זאָל ניט שאפן דעם אײַנדרוק פון 
לעמאַשל, בייס מײַן 
ארײַנפאָרן האָט דעם פּאספּאַרט-קאַנטראָל דורכגע- 
פירט ניט עפּעס א שטרענגער פעטער אין אן אוני" 
פאָרם, נאָר א יונג מיידל מיט א וואלד קופּערנע 
האָר און גרויסע בלויע אויגן. די ואר פון דער 
מעלוכישער גרענעץ האָט זי געטראָגן א ביסל 
קאַקעטיש, מיט װויצן און ווערטלעך, אָבער -- איך 
בין זיכער -- גאנץ עפעקטיוו. 


141 


אין יענעם ערשטן טאָג פון די זיבן האָבן 
אונדזערע באלעבאטים -- מיטארבעטער פון דער 
צײַטונג , אטיטאליא" גלײַך אונדז געבראכט -- 
מיך און מײַן קאָלעגע פון דער אגענטור ,נאָװאָס. 
טי" -- אינעם. אָװנטיקן יערושאַלאיִם. און באלד 
האָבן מיר דערזען, װי איבעראשנדיק עס אונטער"- 
שיידן זיך איינער פונעם אנדערן דער מיזרעכדיקער 
און מײַרעװדיקער טיילן פון דער שטאָט. 

דער מײַרעװדיקער, ייִדישער סעקטאָר, האָט 
שימערירט מיט פּײַערן, מענטשן האָבן שפּאצירט, 
עס האָבן ארומגעשמײַעט הין און צוריק אװטאַ 
מאָבילן. אָבער װאָס נעענטער צום אומזעבארן 
ראנד, װאָס צעטיילט די שטאָט, אלץ געשפּאנטער 
איז די אטמאָספער, אלץ געדיכטער איז די פינצ- 
טערניש. און אָט זײַנען שוין די גאסן פונעם ארא- 
בישן יערושאָלאיִם -- פּוסטע, װי אױסגעשטאָרבע- 
נע. דאָס איז איינע פון די אנטפּלעקונגען פון דער 
,אינטיפאדא" -- דעם פּאלעסטינער אופשטאנד 
קעגן דער אַקופּאציע. 

אונדזערע באלעבאטים האָבן אויסגעקליבן אף 
צו עסן אָװנטברויט דעם רעסטאָראן מיט א זיך- 
דוכטנדיקן נייטראלן נאָמען --,באנגקאָק'. ‏ און 
ווירקלעך, עס האָבן אונדז באגעגנט עכטע טאילאנ- 
דער אָפּיציָאנטן, און די שפּײַז איז געװוען א ריין 
טאילאנדישע, לעכאַלהאפּאָכעס אן אבסאַליוט אומ- 
באקאנטע, שארפע, געווירצטע און א זײיער גע 
שמאקע. אָבער דאָ האָט זיך באויזן דער באלע- 
באָס, און ס'איז גענוג געווען א קוק טאָן אף אים, 
קעדיי ניט צווייפלען אין זײַן קאווקאזער אָפּשטא" 
מונג. 

-- װאָס, איר זײַט פונעם פארבאנד? -- האָט 
ער א ביסל אומצוטרוילעך געפרעגט מיט א גר 
זינישן אקצענט, און, באקומענדיק א פּאַזיטיוון ענט- 
פער, איז ער שוין ניט אָפּגעגאנגען פונעם טישל. 
ער האָט דערציילט ועגן זײַן לעבן, װעגן דעם, 
ויאזוי ער איז פון טביליסי אװעקגעפאָרן צו די 
עלטערן קיין יִסראַעל אין 1974. אין אונטער- 
שייד פון אייניקע אנדערע אימיגראנטן האָט ער 
ניט מוירע געהאט צו ריזיקירן און דעריבער גע 
מאכט גופע געשעפטן, געװאָרן אן אייגנטימער פון 
אָט זדעם רעסטאָראן (צוערשט האָט דער רעסטאָראן 
זיך ספּעציָאליזירט אף דער רוסישער קיך, אָבער 
אזעלכע זײַנען אין ייִסראַעל פאראן ציפיל), װי 
אויך פון א קינאָפּראָקאט-פירמע, פון א סספּאַרט" 
קלוב מיט א סאונע און א באסיין און פון נאָך 
עפּעס. איצט יל עֶר אינוועסטירן געלט אין סאָ- 
וועטגפארבאנד, שאפן, לעמאַשל, ‏ אװעלכעיניט-איז 
געמיינזאמע אונטערנעמונג, צי איזן עס מעגלעך? 
ער האָט גערעדט און גערעדט, און די אויסגע- 
מושטרירטע טאילענדער האָבן ארומגעשמײַעט, 
ברענגענדיק נײַע עקזאָטישע מײַכאָלים און פאר. 
שפּרײטנדיק אומווארשײַנלעכע אראָמאטן. פאר דער 
לאכלוטן ניט ביליקער װעטשערע האָט אונדזער 
נײַער באקאנטער קאטעגאָריש זיך אָפּגעזאָגט צו 
נעמען געלט. 

-- הײַנט זײַט איר אלע מײַנע געסט, -- האָט 
ער מיט שטאָלץ דערקלערט. 

דאָס האָט געהאט, פארשטייט זיך, א שײַכעס 
צו דער גאנצער קאָמפּאניע -- סײַ צו די צוויי סאָ- 


132 


וועטישע זשורנאליסטן, סײַ צו די דרײַ אראבער, 
וועמענס גאנץ לעבן איז געװידמעט דעם קאמף 
קעגן דער אַקופּאציע. 

פארנעמענדיק זיך פּראָפעסיאָנעל א סאך אאָרן 
מיטן נאָענטמיזרעכדיקן קאַנפליקט, האָב איך שוין 
פון לאנג אױסגעקלאָרט פאר זיך זײַן כאראקטער. 
עמעס, װאָס װײַטער, אלץ מער איבערצײַגסטו זיך, 
אז קאַנפליקטן אין דער איצטיקער װעלט זײַנען 
ניט קיין שווארץ-װײַסע, פּונקט װי ס'איז ניטאָ אין 
זי קיין אבסאַליוט גוטס און אבסאָליוט שלעכטס, 
אױסגעשפּראַכענע אומשולדיקע שעפעלעך און הון- 
דערטפּראָצענטיקע ראָצכים. און געקומען זײַנען 
מיר קיין יערושאָלאיִם ניט צוליב דעם, קעדיי זוכן 
א באשטעטיקונג פאר אונדזערע מיינונגען, נאָר 
קעדיי זען מיט די איגענע אױגן, ויאזוי דאָס 
אלץ קומט פאָר, פּרוװון פארשטיין יעדן פון די 
צדאָדים, צופּאסן זיך צו זייערע געפילן. און די 
גאנצע װאָך איז אונדז אויסגעקומען באאַבאכטן, 
וי קרענקלעך, װי קאָמפּליצירט, טאָמיד אפן ראנד 
פן אן אופרײַס, עס גײט דורך דער קאָנטאקט 
צווישן פּאלעסטינער און די ייַסרעײילים. איבער 
יערושאַלאיִם און ייִסראָעל האָט מען אונדז געפירט 
אין אװטאַמאָבילן מיט געלע נומערן, און אפן 
מײַרעװיברעג פונעם יארדן -- מיט א בלאָװן נר 
מער. זאָל גאָט היטן צו טאָן פארקערט! מיר האָבן 
אליין געזען, װי קרענקלעך עס רעאגירן צומאָל די 
ייִסראַעלדיקע סאַלדאטן אף א בלאָװון נומער אויסער 
די גרענעצן פון די אָקופּירטע טעריטאָריעס. מיט 
א געלן נומער איז בעסער ניט באװײַזן זיך אפן 
מײַרעװ-ברעג. אפילע אין יערושאַלאיִם גיפע האָט 
מען צעקלאפּט באנאכט די מאשיי פונעם קאָרעס. 
פּאָנדענט פון דער ראדיאָ פון דער דײַטשישער 
דעמאָקראטישער רעפּובליק, װעלכע ער האָט 
ארענדירט, -- פארן געלן, יַסראַעלדיקן נומער. 
אונדז איז נאָך דערצו אויסגעקומען אלע מינוט 
אראָפּנעמען פונעם גלאָז אינעם אװטאָמאָביל די 
אופשריפט ‏ פּרעסע": זי האָט אָנגעהױבן װירקן 
אף די פּאלעסטינער יונגעלײַט, װי א רויטע שמא- 
טע אף אן אָקס, זינט דעמלט, וען מע האָט די 
מיטארבעטער פונעם ייִסראַעלדיקן זיכערהײַטאמט 
דעמאסקירט אין אויסניצן דעם דאָזיקן צודעק. 

פארשטייט זיך, אז די ליניע פון דער העכסטער 
שפּאנונג אינעם אראביש-ייִסראַעלדיקן קאָנפליקט 
גייט דורך דירעקט אין יערושאַלאיִם -- דער װוני 
דערלעכער שטאָט, װוּ עס געפינען זיך בישכיינעס 
די גרעסטע הייליקטימער און סימבאַלן פון דרײַ 
וועלט-רעליגיעס -- קריסטנטום, יודאיִזם און איס- 
לאם. דאָ זײַנען פאַרגעקומען די באשריבענע אין 
דער ביבל און אין קאָראן געשעענישן, עס זײַנען 
דאָ געשאפז געװאָרן די מערקװירדיקסטע לעגען- 
דעס און מיפן פון דער מענטשהײַט, פארלײגט 
געװאָרן דער פונדאמענט פון דער ציויליזאציע, 
פון די זיטלעכע און פילאָסאָפישע סיסטעמען און 
וװועלט-אַנשױונגען. 

פונעם אויסטערלישן פּראװאָסלאװונעם טעמפַּל 
,מאריִע מאגדאלינע" עפנט זיך אוף א פארכאפּן- 
דיקע פּאנאָראמע פון אלט-ערישאַלאיִם. ‏ אף 
לינקס -- די לעגענדארע מעטשעט אלאקסא, אף 
רעכטס -- דער גאַלדענער (אין בוכשטעבלעכן זין) 


קופּאָל פון דער מעטשעט קובאט אסיסאכרא -- 
דער סאמע בארימטער שעדעווער פון דער אראבי'" 
שער רעליגיִערער ארכיטעקטור. דאָרט געפינט זיך 
דער הייליקער פאר די מוסולמענער פעלדו, אף 
וועלכן דער נאָװי מוכאמעד האָט זיך אופגעהויבן, 
לויט דער לעגענדע, צום הימל. װײַטער -- די 
מײַרעװיוואנט, דער קויסעל מאראַװוי, דאָס הייליקי 
טום בא די יַדן, װאָס איז פארבליבן פונעם רוי" 
נירטן בייס:האמיקדעש. און ניט װײַט פונדאנען -- 
די טעמפּלען פון אלע קריסטלעכע קאָנפעסיעס. 
וויאזוי צעטילט מען דאָס אלץ, װוּ דורכפירן א 
גרענעץ? 

עס דוכט זיך, אז גענוג דאָ צו זײַן עטלעכע 
מינוט, קעדיי אף אײביק זיך אַָנשטעקן מיטן 
קישעף פון אָט דעם אָרט, פון דער מאגנעטישער 
אויסשטראלונג פון דער ערד, פון די שטינער, 
פון די אוראלטע װענט, פון דער לײַכטער, קלוױי" 
מערשט דורכגעזאפּטער מיט בליער שײַן לופט. 
דאָ פילט מען ניט די צײַט, עס דוכט זיך, אז די 
גרויסע האנדלונג, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן מיט 
יאַרטױזנטער צוריק, דויערט נאַך אלץ. מע דארף 
נאָר אַנשטרענגען דעם געהער, און וועסט דערהערן 
נעװײַשע שטימען, דערזען אומעגלעכע אין אן 
אנדער אַרט ניסים. ס'איז גרינג צו פארשטיין, אז 
א געבוירענער דאָ, אױסגעכאַװעטער מיצאד אָט 
דער קישעפדיקער ערד, װעט אין קײין פאל ניט 
מאסקים זײַן פארלאָזן זי, אָפּגעבן זי עמעצן. און 
ניט אומזיסט ווארפן אקשאָנעסדיק אָפּ די אראבער- 
פּאלעסטינער דעם באשלוט פון יִסראַעל, וועלכער 
האָט דערקלערט יערושאַלאיִם נאָר דער פארכאפן 
פון זײַן מיזרעך-טייל אלס , אײביקע און אומצע- 
טיילבארע הױפּט-שטאָט" פון דער מעדינע. אָבער 
אוייך אלע יַסרעײלים, מיט װעלכע מיר האָבן 
גערעדט, באהױיפּטן פּונקט אי אקשאַנעסדיק: 
וועגן איבערקוקן דעם דאָזיקן באשלוס קאָן קיין 
רייד ניט זײַן. די אָרגאניזאציע פון די פארייניקטע 
נאציעס האָט פאַרויסגעזען, אז אײנצײַטיק מיט דער 
אויסבילדונג פון מעדינאסײיַסראַעל און פון אן 
אראבישער מעלוכע זאָל געגעבן װערן א צװוישנ- 
פעלקערלעכער סטאטוס דער שטאָט יערושאַלאיִם, 
מיט װעלכער עס װעט אָנפירן די צווישנפעלקער- 
לעכע געמיינשאפט. צי דען איז עס ניט סייכלדיק? 
ס'איז דאָך עפּעס ענלעכס צו דער דאַזיקער שטאָט 
מער אין דער װעלט ניטאָ. צי געהערט זי ניט דער 
גאנצער מענטשהייַט? 

פאראיאָרן האָבן אראבישע און ייִדישע שריפט" 
שטעלער, ארטיסטן און זשורנאליסטן צוגעטראכט 
זייער אייגענעם פרידלעכן אראבישײיסראַעלדיקן 
אָפּמאך. זיי האָבן געשאפן אף פּאפּיר אן אומאַפּ 
הענגיקע פּאלעסטינער מעלוכע, וועלכע נייט ארײַן 
אין אן עקאָנאָמישער קאָנפעדעראציע מיט ייִסראַעל, 
יערושאַלאיִם האָבן זיי געמאכט פאר אן אלגעמייי 
נער און אומצעטיילבארער הױפּט-שטאָט פון ביידע 
מעלוכעס, אן אָפענע, פארשטייט זיך, פאר פּיל- 
גרימען און טוריסטן פון אלע לענדער אין דער 
וועלט. 

אָבער אין דעם רעאלן, הײַנטיקן יערושאַלאיִם 
זײַנען די אראבער און די ייִדן ארײַנגעצױגן אלץ 
טיפער אין א טויטגעפערלעכן געראנגל. יעדן טאָג 


פון אונדזער זײַן אף דער הײליקער ערד זײַנען 
אומגעקומען מענטשן. יַסראַעלדיקע פּלאסטיק- 
קוילן (איך האָב געבראכט מיט זיך איינע אזא -- 
א שוערער מעטאלענער קײַלעך עטװאָס גרעסער 
פון א וואלד-נוס, אין א שווארץ גומיהײַטל) האָבן 
געבראַכן הענט און פיס די ניטאונטערטעניקע 
יינגלעך, און בא קויסעל מאראָװוי זײַנען געפלויגן 
איבער די קעפּ פון די דאװונענדיקע שטײנערנע 
הליבעס, וועלכע זײַנען געלאָזט געװאָרן אין גאנג, 
קעדיי פּלעטן די שארבנס. לעם דער ואנט האָט, 
צום גליק, קיינער ניט געליטן. דער 17-יאָריקער 
מוכאמעד, װאָס האָט באקומען א פּלאסטיק-קויל 
אין מויעך, האָט געגויסעט פאר אונדזערע אױגן 
אין דער רעאנימאציעאָפּטײלונג פונעם יערושאַ 
לאיִמער שפּיטאַל. לעבן זײַן בעטל זײַנען געשטא" 
נען דעלעגאציעס פון שטעט און ייִשוּװים אף די 
אָקופּירטע באָדנס. מאַנצבלען און פרויען, ייַנגעלעך 
און מיידעלעך האָבן געװויינט און זיך אָנגעשטעקט 
מיט האס בא אָט דעם בעטל, און אין עטלעכע 
מינוט ארום האָבן זיי געטראָגן די דאָזיקע אָנלאָ 
דונג אף די גאסן פון יערושאַלאיִם. און אָט האָט 
זיך שוין ניט װײַט אינעם ראיאָן פון קובאט אס 
סאכרא, פאנאנדערגעבונדן א שלאכט מיט דער 
ארמיי, עס זײַנען געפלויגן אין די סאַלדאטן שטיי" 
נער און פלעשער, עס האָבן געהילכט שיסערײַען, 
ס'האָבן זיך געהערט געשרייען פון וייטיק. און 
אָט פירט מען שוין נאָך פיר שוער-פארװונדעטע 
אין דעם זעלבן שפּיטאַל. 

עס נעמט אָן קראפט א שװערער פינצטערער 
וויכער, ער זאמלט אין זיך אױטראָטנדיקע ענער- 
גיע אף ביידע זײַטן פון דער פארבאָרגענער גרע- 
נעץ. 


אין סאָף פונעם שאָסײ אנטקעגן די דאמעסע- 
קער טויערן פון דער יערושאָלאיַמער פעסטינג האָט 
פון אינדערפרי אָן זיך געשאפן א פארפּראָפּונג -- 
סאַלדאטן האָבן קאַנטראַלירט אװטאָמאָבילן. זי 
האָכן אויך אָפּגעשטעלט א װײַסן , טאַיאָט" מיט א 
בלאָװון נומער, װאָס איז געפאָרן פאָרויס פון אונדז. 
מיר האָנן זיך אויר אָפּגעשטעלט און געקוקט, 
ויאװי א סאַלדאט אין א קאסקע און מיט אן 
אװטאַמאט גייט ניט-אײַלנדיק ארום דעם ‏ טאַיאָט". 
פּלוצעם האָט ער מיט א שארפער באוועגונג אופ- 
געפּראלט דאָס טירל לעם דעם שאָפער און א 
װונק געטאָז, ער זאָל ארויסגיין פון דער מאשין. 
יענער איז געהאָרכזאם ארויס. איצט האָט מען 
געזען, װי זי זײַנען ענלעך איינער אפן אנדערן: 
ביידע זײַנען אלט א יאָר צװאנציק, ניט מער, 
ביידע זײַנען זיי דארע און הױיכװווקסיקע, אויך די 
פּענעמער בא זיי זײַנען אלציינס ברוינלעכע און 
נערוועזע. מע האָט זיי געקאָנט אופנעמען וי ברי" 
דער, כאָטש איינער פון זיי אין אָנגעטאַן אין א 
כאקי-אוניפאָרם און האלט אין דער האנט אן אוו" 
טאָמאט, און דער אנדערער אין דזשינסן און אין 
א פוטבאָלקע. יענער, װאָס איז באװאָפנט, זאָגט 
עפּעס, און דער פאלעסטינער דערלאנגט אים גע 
האָרכזאם די דאַקימענטן. דער סאָלדאט כאפּט 
ארויס פון זײַנע הענט דאָס קליינע ביכעלע און, 


133 


ניט ארײַנקוקנדיק אין דעם, שלײַדערט ער עס אף 
דער ערד. דערנאָך זאָגט ער עפּעס צװישן די 
ציין, און דער פּאלעסטינער שאָקלט מיטן קאָפּ. 

,באנד װעט ער אים א פּאטש טאָן אָדער אויס- 
שיסן אים אין בויך', -- קומט מיר פּלוצעם אוף 
א געדאנק. אינװייניק לויפט דורך א וינטל, אין 
די שלייפן און אין גאָרגל קלאפּט עפּעס און עס 
דוכט זיך, אז איך װעל ניט אויסהאלטן, ארויס- 
שפּרינגען פון דער מאשין און עפּעס אױיסשרײַען, 
כאָטש פון דעם װעט קיין גוטס ניט ארויס. 

דער סאָלדאט אָבער שיסט ניט, ער נעמט דעם 
אראבער פארן קאָלנער און גיט אים האסטיק א 
שלעפּ. דער פּאלעסטינער פירט דערשראָקן אָפּ דאָס 
פּאָנעם אין א זײַט, און איך זע קלאָר, װי עס 
ציטערן בא אים די ליפּן. ער שטעלט זיך לאכ- 
לוטן ניט קעגן, האלט די הענט אויסגעצויגן: דאָס 
אנטקעגנשטעלן זיך קאָן אים טײַער קאָסטן. און 
דער סאָלדאט כאפּט אים פאר די האָר אָדער פאר 
אן אויער, איך זע שוין איצט ניט, װײַל די מא- 
שין פון לינקס האָט זיך א ריר געטאַן פון אָרט, 
און אונדזער שאָפער אימאד גיט זיך א ריס גלײַך 
נאָך איר. איך באמערק, אז עס שפּילן בא אים 
די קינבאקן און די בלויע אויגן פלאמען מיט א 
קאלט פײַער. 

אין זעלבן טאָג האָב איך דערציילט װעגן אָט 
דער עקלהאפטער סצענע דעם פּאַליטישן ראטגע- 
בער פונעם יסראַעלדיקן אויסער"מיניסטעריום 
סאליַ מערידאָר. 

-- באזונדערע פאלן, אזעלכע װי די, זײַנען, 
פארשטייט זיך, מעגלעך, אָבער דאָס איז אן אין- 
דיווידועלער ווילקיר. די סאָלדאטן האַָבן שטרענגע 
אינסטרוקציעס, וועלכע פאראָרדענען א קאָרעקטע 
באציונג מיט דער אראבישער באפעלקערונג, -- 
האָט ער געענטפערט. -- מיר סטארען זיך אויס- 
צופאָרשן יעדע אזא געשעעניש און באשטראָפן די 
שולדיקע. 

מיט אָט דער דערקלערונג װאָלט מען געקאַנט 
זײַן צופרידן, װוען ס'װאָלט ניט געוואקסן די רע" 
שימע פון קאַרבאָנעס, אומגעקומענע און צעקא- 
ליעטשעטע אײַנװױנער פונעם מײַרעװדיקן יארד" 
ברעג און פונעם אזא-סעקטאָר. 

די אראבישע באפעלקערונג אין ייִסראָעל מערט 
זיך באדײַטנדיק שנעלער, איידער די ייִדישע. דער 
קאָנטראָל איבער די אָקופּירטע טעריטאָריעס װערט 
אלץ טײַערער, אלץ ריזיקירנדיקער. דעריבער הייבט 
אָן די מערהײַט יַסרעײלים זיך צוגעװוינען צום 
געדאנק, אז דעם מײַרעװיברעג און דעם אזא 
סעקטאָר װעט אויסקומען צוריקערן. װאָס טוט מען 
אָבער, אז מע זאָל זיי אָפּגעבן אלס אומבײַט אף 
א זיכערן, גאראנטירטן שאָלעם? די דאָזיקע פראגע 
באומרויַקט, אפּאָנעם, הײַנט די ייִסרעײילים מער 
פון אלץ, עס איז זיי דערעסן דער צושטאנד פון 
קריגס-שפּאנונג. עס וואקסט די צאָל ייַסרעײלים, 
וועלכע זײַנען גרייט, זאָל זײַן מיט באװאָרענישן, 
אונטערשטיצן דעם דיָאלאָג מיט דער אָרגאניזאציע 
פאר באפרײַען פּאלעסטינע. די רעגירונג אָבער איז 
טויב צו דעם. עס האָט דאָרט די אויבערהאנט דער 
בלאָק פון ,ליקוד" און ניט פון דער ארבעטס 
פּארטיי, וועלכע איז גרייט, אורטײלנדיק לױט 


134 


אלעם, ארױיסװײַזן אן עלאסטישן צוגאנג. ביזווא- 
נען אָבער בא דער מאכט אין ייִסראַעל שטייט די 
איצטיקע רעגירונג, װילט זיך פונדעסטוועגן אויס- 
הערן איר אַפיציִעלן שטאנדפּונקט. 

אָט איז א פראגמענט פון מײַן גאנץ הארבן, 
האגאם קאָרעקטן שמועס מיט דעם זעלבן סאלײַ 
מערידאָר: פארװאָס איז אומעגלעך א פרידלעכער 
דיאלאָג מיט דער אַרגאניזאציע פאר באפרײַען 
פּאלעסטינע? 

-- די גאנצע פראגע איז -- מיט וועמען ריידן. 
ווען בא אײַך קומט פאַר א קאָנפליקט מיט מעלד 
כעס, פירט איר א דיאלאָג מיט זײיערע רעגירונ- 
גען. װאָס טוט מען אָבער אינעם פאל מיט די פּא- 
לעסטינער? צוערשט לאָמיר פעסטשטעלן, װאָס עס 
באטײַט פּאלעסטינע. 73 פּראָצענט טעריטאָריע פון 
דער געװועזענער פּאלעסטינע אין די צײַטן פונעם 
ענגלישן מאנדאט געהערט איצט יאָרדאניע. דאָרט, 
אף מיזרעך פונעם טײַך יארדן, לעבן הײַנט מער 
מײַרעװדיקע פּאלעסטינער, איידער אף דעם עצעם 
מײַרעװ-ברעג און אין אזא-סעקטאָר צוזאמען גע- 
נומען. פיל יאָרן האָבן א סאך מענטשן געהאלטן, 
אז קעדיי לייזן די פּאלעסטינער פּראָבלעם, דארף 
מען ריידן מיט דער רעגירונג פון יאָרדאניע. איך 
האלט אויך איצט, אז אַן איר אָנטײל קאָן מען 
ניט דערגרייכן אן אײַנרעגולירונג פון דער דאָי 
זיקער פּראָבלעם. 

-- אָבער דער קיניג כוסיין האלט דאָך ניט, 
אז ער איז א פאָרשטייער פון די פּאלעסטינער! 

-- אַיקעי, אִיקעי. מיטן קיניג באקומט זיך 
ניט. מיט װועמען זשע דעמלט ריידן? מיר האלטן, 
אז מיט מענטשן, וועלכע לעבן װירקלעך אף די 
טעריטאָריעס. ויאזוי קאָן מען באשטימען די דאַד 
זיקע פאַרשטײיער? בלויז מיט דער הילף פן 
פרײַע דעמאָקראטישע וואלן. מיר ווילן ניט ריידן 
מיט סאמאָזוואנצעס פון טוניס, זיי האָבן דאָך זיך 
אליין באשטימט אלס פאָרשטייער פונעם פּאלעסטיי 
נער פאָלק! זיי װעלן קײינמאָל ניט אנערקענען די 
רעכט פון ייִסראַעל אף עקזיסטענץ. 

-- אָבער יאסיר אראפאט האָט שוין אנערקענט 
מעדינאסײייָסראָעל! 

-- ס'איז פאראן א גרויסער כילעק צוישן 
דעם, װאָס די דאָזיקע מענטשן ריידן אף ענגליש 
און װאָס זיי זאָגן ארויס אף אראביש. 

-- איר שלאָגט פאַר וואלן. ויָאזוי זשע אָבער 
דורכפירן זיי אין באדינגונגען פון אַקופּאציע? צַי 
איז אין דער געשיכטע פון דער מענטשהײַט גע- 


ווען כאָטש איין פּרעצעדענט, אז אין באדינגונגען 


פון קריגס-קאַנטראָל זאָלן דורכגיין פרײַע ואלן? 

-- די וואלן װעלן זײַן אבסאַליוט פרײַע, און 
וועמען מע זאָל ניט אױסװיילן, זײַנען מיר גרייט 
טייקעף אָנהייבן אונטערהאנדלונגען מיט זיי. כוץ 
דעם, האלטן מיר ניט די ייִסראַעלדיקע מיליטערישע 
אָנװעזנהײַט אף די טעריטאָריעס אלס אַקופּאציע... 

-- צי זײַט איר גרייט דערלויבן בייס די וואלן 
אײַנשליסן אין די ביולעטענען פאר אָפּשטימונג 
פּערזאַנען, וועלכע לעבן אויסער די גרענעצן פון 
די טעריטאָריעס? אראפאטן, אשטייגער? 

-- פארשטייט זיך, אז ניין! 


-- אוב אָבער די פּאלעסטינער האלטן אים 
פאר זייער לידער? 

-- מאלע װאָס... עפשער האלט איך פאר מײַן 
לידער רייגאנען, װעט מען מיר דאָך ניט דער 
לויבן שטימען פאר אים אין ייִסראָעל. 

-- לוט מײַן מיינונג, איז עס ניט קיין גע 
לונגענער בײַשפּיל... זאָגט אָבער, פארװאָס איז 
שלעכט א דיאלאָג מיט דער אָרגאניזאציע פאר 
באפרײַען פּאלעסטינע? מיט װאָס ריזיקירט איר? 

-- דאָס קאָן װערן דער װעג אף צו שאפן 
אן אומאָפּהענגיקע פּאלעסטינער מעלוכע. 

אָפענע דיבורים! עמעס, אין יַסראָעל זײַנען 
אויך פאראן אבסאַליוט אנדערע מיינונגען. לע 
מאָשל, דער פאָרשטייער פון דער געזעלשאפטלע- 
כער באוועגונג ,,שאָלעם -- איצט", וועלכע װערט 
אלץ שטארקער און שטארקער, גאליע גאָלאן איז 
זיכער: די סיטואציע אנטוויקלט זיך אזוי, אז אָדער 
שאמירס רעגירונג װעט נאָכגעבן דעם דרוק פון 
דער געזעלשאפּטלעכקײַט, אָדער זי װעט מון 
אוועקגיין. 


לוט דער לעגענדע, האָט די בסולע מאריע, 
דורכגייענדיק איינמאָל אינדערנאָענט פון יערושאָ- 
לאיִם, דערזען א מענטשן, װאָס האָט פארזייט דאָס 
פעלד מיט ארבעס, האָט זי בא אים געפרעגט: 
װאָס זייסטו?" -- ;שטיינער", -- האָט יענער איראָי 
ניש געענטפערט. דער ארבעס איז אין איין אויגן- 
בליק פארשטיינערט געװאָרן, און דאָס גאנצע פעלד 


האָט זיך באדעקט מיט דריבנע קײַלעכדיקע שטיינלי 
לעך. 

האָבנדיק אין זינען די הײַנטיקע װירקלעכקײַט, 
קאָן מען זאָגן, אז די ערד איז אין יאַרטױזנטער 
ארום נאָך די ביבלישע געשעענישן אפאנעמעסן 
פארזייט אין אייניקע רעגיאַנען פון דער װועלט מיט 
שטיינערנעם ‏ ארבעס". אין שײַכעס מיט דער 
אומגענונג אף די אָקופּירטע טעריטאָריעס איז 
שוין קלאָר פאר אלעמען, אז דער פּאָליטישער אר- 
סענאל פון דער ,אינטיפאדא" איז פּראקטיש אומויס- 
שעפּלעך. צי איז אָבער אומענדלעך דער רעזערוו 
פון געדולד בא די פּאלעסטינער, פון זייער גרייט- 
קײַט צו לײַדן? אליין די פּאלעסטינער זײַנען זיכער 
אין זייערע קויכעס, אַבער מיר שטעלן זיך ניט 
טאָמיד קלאָר פאָר, מיט װעלכער פּרײַז צאָלן זי 
פאר דער , אינטיפאדא". 

פיל יאָרן האָט אונדזער פּרעסע געשריבן האלב 
עמעס װעגן די געשעענישן אפן נאָענטן מיזרעך: 
סײַ וועגן דער געשיכטע פון דער אויסבילדונג פון 
מעדינאסײייַסראָעל, סײַ װעגן דער ראַליע אין דעם 
(א גאנץ באדײַטנדיקער) פון אונדזער לאנד, סײַ 
וועגן די סיבעס און דעם גאנג פון די אראביש- 
ייִסראַעלדיקע מילכאַמעס. א געװויסע צײַט האָבן 
מיר פאקטיש פארשוויגן דעם פּאלעסטינישן פאק- 
טאָר, די טראגעדיע און די נאציאָנאלע האָפענונ- 
גען פון אָט דעם פאָלק. נאָכדעם, שטעלנדיק זיך 
אף אנדערע פּאַזיציעס, אונטערשטיצנדיק די אָר- 
גאניזאציע פאר באפרײַען פּאלעסטינע, האָבן מיר 


דער אויסערןימיניסטער פון סאָוועטנפארבאנד ע. שעווארדנאדזע און דער אויסערןימיניסטער 
פון ייִסראָעל מ. ארענס שמועסן מיט זשורנאליסטן נאָך זייער באגעגעניש אין קאיר 


135 


אויסגעמיטן צו דערמאַנען װעגן דעם, אז זי האָט 
ניט אנערקענט, פּונקט װי קימאט אלע אראבישע 
לענדער, דאָס רעכט פון ייִסראָעל אף עקזיסטענץ. 
אזוי איז אונדז געווען דעמלט באקוועם. צי מאָלן 
מיר שטענדיק אָן אויך הײַנט פאר דעם לײענער 
א פּינקטלעך בילד פון דעם, װאָס עס קומט פאָר, 
צי גיבן מיר זיך ניט אונטער די געוויינלעכע סטע 
רעאַטיפּן? 

לעמאַשל, ס'װאָלט ניט געװען קעדײַ איבער- 
צוטרײַבן: דער מײַרעװ-ברעג -- דאָס איז ניט דאָס 
אַקופּירטע מיצאד די פאשיסטן װײַסרוסלאנד, און 
די אַנטײלנעמער פון דער , אינטיפאדא" זײַנען ניט 
קיין , פאָלקס-נעקאָמענעמער" און ניט קיין פראנ- 
צויזישע , מאקי". צומאָל קאָן מען פיל שאָען זיך 
געפינען אינעם ראיאָן און ניט באמערקן קימאט 
גאַרנישט אומגעוויינלעכס. די קראָמען זײַנען פול 
מיט סכוירעס, מענטשן זיצן אין די קאָפייניעס, עסן, 
טרינקען קאווע. האגאם, אויב זיך צוקוקן, װעסטו 
דערזען, פארשטייט זיך, סײַ א קנויל שטעכלדראָט 
און באריקאדעס פון בלעכענע דייזשקעס, װעלכע 
בלאָקירן די לאגערן פון די פּאלעסטינער פּלייטים, 
סײַ כורוועס פון רוינירטע מיצאד די יַסרעײלים 
הײַזער, סײַ אף די װעגן מיליטערישע פּאטרולן. 
און, פארשטייט זיך, שרעקלאַזע יאטן, ועלכע 
האלטן, אז באקומען א װונד פון א פּלאסטיק-קויל 
איז שיר ניט א באזונדערע באלוינונג. 

ניט אינגאנצן א פּינקטלעכע פאַרשטעלונג 
שאפט זיך צומאָל אויך ועגן די ייִסראַעלדיקע רע- 
פּרעסיעס. מײַנע פּאלעסטינער פרײַנט האָבן קרי" 
טיקירט איינע א פּובליקאציע אין אונדזער פּרעסע, 
אין װעלכער עס װערט געזאָגט, אז די אָנטײלנע- 
מער פון דער , אינטיפאדא" ווארפט מען אראָפּ פון 
העליקאָפּטערס און מע פארברענט זיי לעבעדיקער"- 
הייט, באגיסנדיק זיי מיט בענזין. װער נייטיקט זיך 
אין אזעלכע אויסטראכטענישן? ריכטיק זאָגן ייס" 
ראַעלדיקע אַפיציִעלע פּערזאַנען: װען זיי װאָלטן 
געהאנדלט לוט די רעצעפּטן פון טאָטאליטארע 
מעלוכעס, װאָלטן זי געקאַנט דערשטיקן די , אינטי" 
פאדא" אין עטלעכע טעג אָדער אפילע אין עטלעכע 
שאָ. מע קאַן זי אָבער דערװידערן: ווען די ייס" 
רעיילים װאָלטן אזוי געטאָן, װאָלטן זי אף לאנג, 
אויב ניט אף שטענדיק, אָנגעװוירן יעטװוידן קרע- 
דיט פון צוטרוי אפן מײַרעװ, אָנגעװוירן די אזי 
אויך זיך-פארקלענערנדיקע מאַראלישע, און דערי" 
קער -- מאטעריעלע שטיצע, אָן וועלכער די מעדי" 
נע װאַלט פּאַשעט ניט געקאַנט עקזיסטירן. 

מע קאַן ניט פארמאכן די אויגן אויך אף די 
ווירקלעכע אכזאָריעס און אף די פארלעצונגען פון 
מענטשן-רעכט אף די אַקופּירטע טעריטאָריעס, עס 
האָט װעגן זיי געמאַלדן אפילע דער מעלכע- 
דעפּארטאמענט פון פשא. דאָס זײַנען הונדערטער 
דערהארגעטע, טויזנטער פארװוונדעטע און צעקא- 
ליעטשעטע, װי אויך ארויסשיקונגען, ארעסטן און 
דאָס אופהאלטן טויזנטער מענטשן אונטער אן אך- 
מיניסטראטיוון ארעסט אָן א געריכט און אָן אן 
אױיספאָרשונג אין מעשעך פון פיל כאדאָשים. 

א באזונדער טעמע איז די לאגע פון די 
מענטשן אין די פּלײיטים-לאגערן. שוין פון לאנג 
האָב איך ניט געזען אזעלכע כײַישע, אומענטש- 


לעכע באדינגונגען. עמעסע מיטלאלטערלעכע גע" 
טאָס אָן עלעמענטארע באקװעמלעכקײַטן און סאני" 
טארע נאָרמעס, מיט געשטאנק, צונויפגעדרענגט- 
קײַט, קראנקהײַטן... די דאָזיקע מענטשן (הונדער- 
טער טויזנטער מענטשן!) לאָזט ניט שטארבן פון 
הונגער די אָרגאניזאציע פאר באפרײען פּאלעסטי" 
נע, אָבער װאָס קומט פאָר מיט זייערע נעשאַמעס 
נאָך פערציק יאָר לעבן אין אזא קיִעם? (מע האָט 
זי פארטרינבן אין די דאָזיקע לאגערן נאָך דער 
מילכאַמע פון 1948 -- 1949). צי דארף מען זיך 
כידעשן, װאָס אין די לאגערן פארשפּרײיטן זיך אֹלץ 
מער ראדיקאלע שטימונגען, װאָס די װענט פון די 
באראקן זײַנען דאָרט באדעקט מיט אזעלכע לא 
זונגען, װי , טוט יַסראָעל!', ,נידער מיט דער 
רעזאָליוציץ 242!" אאוו. ויָאזוי ‏ אײַנהיטן די 
מעסיקײַט און די נייגונג צו קאָמפּראָמיסן נאָך 
פערציק יאָר פון אזא עקזיסטענץ? און ביכלאל, 
װאָס פאר אן אכזאָריעסדיקע איראָניע פונעם 
גוירל: א פאָלק, װאָס האָט זיך ארויסגעריסן פון 
דער געטאָ, פארטרײַנט אהין אן אנדער פאָלק.. 
צװישן דער ייִסראָעלדיקער אינטעליגענץ קלין- 
גען אלץ שטארקער אליארמירנדיקע שטימען: וי 
לאנג װעט זיך אײַנגעבן פארייניקן די צוויי געזיכ- 
טער פון ייִסראָעל? איין געזיכט -- א דעמאָקרא- 
טישע מעדיני, און דאָס אנדערע -- א הארבער 
דעראָבערער... 
בלויז פאר זיבן טעג איז אומעגלעך אלץ צו 
זען און באטראכטן. אַבער איך האָב געזען מיט 
די אייגענע אויגן אויך א הויכע מאדרייגע פון 
באװוסטזיניקײַט און דיסציפּלין, פון זעלבסט-אָרגא- 
ניזירטקײַט בא א באדײַטנדיקן טייל פין דער פּאז 
לעסטינישער געזעלשאפט. דאָס זײַנען סײַ די גע 
שאפענע אף די ערטער פאָלקס-ראטן -- אָרגאנען פון 
זעלבסטפארוואלטונג, סײַ א פארצװײַגטע סיסטעם 
פון מעדיצינישער חילף די געליטענע, סײַ די אזוי" 
גערופענע , שטוב-עקאָנאָמיק" און ,פאָלקס-לער", 
וועלכע זײַנען בארופן אין א וועלכער-ניט-איז מאָס 
קאַמפּענסירן דעם העזעק. אן אָנגענעמער סיורפּריז 
איז געווען פאר מיר אויך די אקטיווע ראָליע אין 
דעם אלעם פון דער פּאלעסטינישער קאָמפּארטײ 
און איר פּאָפּולערקײַט אין די פאָלקסמאסן. אן אומ- 
אָנגענעמער -- די שארפּקײַט פין די כילוקע-דייעס 
צוישן פארשיידענע פּאלעסטינער אָרגאניזאציעס. 
געזען האָב איך אויך בייט:סאכור -- א ניט- 
גרויסן ייִשעוו ניט װײַט פון בייטלעכעם, דאָס גֹשי 
בורט-אָרט פון יעזוס קריסטוס, װוּ עס האָבן זיך 
געטראָפן, פולקום אין די קריסטלעכע טראדיציעס, 
אראבער און ייִדן. די ייִדן אין צומאָל אויסגעקר" 
מען צוליב דעם ריזיקירן, בײַקומען ארמיישע 
גרענעץ-וואכן. דאָרט האָבן זיך באפרײַנדעט זייערע 
קינדער, דאָרט האָט מען צוזאמען געטרוימט װעגן 
שאָלעם און פרײַנטלעכער גוטשכיינישער קאַעקזיס- 
טענץ פון צוויי פּאלעסטינער סוווערענע מעלוכעס. 
און גראָד דאָס האָט זיך מיר אויסגעוויזן פאר 
דעם סאמע וונדערלעכן, סאמע סימפּטאַמאטישן 
פון דעם געזעענעם -- די דאַזיקע אקשאַנעסדיק 
זיך-דורכשלאָגנדילע שפּראַצלינגען פון צוטרוי, דער 
דאָרשט צו שאָלעם און מענטשלעכקײַט, צו א 
נאָרמאל, ציוויליזירט לעבן. 


זאלמען ליבינזאַן 


א פאָרשער, א קריטיקער 
א קעמפער 


דעם 9 מײַ 1947 האָט די צײַטונג ,קולטורא 
אי זשיזן" פארעפנטלעכט אן ארטיקל , צו דער פאר- 
טיידיקונג פון פּושקינען". דער אװטאָר פונעם אר" 
טיקל -- דער רוסישער פּאָעט ניקאָלײַ טיכאָנאָו 
האָט זיך ארופגעװאָרפן ‏ אף י. נוסינאָװס בוך 
,פושקין און די וועלטיליטעראטור"ג. ס'איז געווען 
מאָדנע, װאָס די רעצענזיע האָט זיך באוויזן אין 
זעקס יאָר ארום נאָך דעם, וי דער בוך איז דערשינען, 
אָבער אינגיכן האָט זיך עס אופגעקלערט: אין די 
הויכע ספערן האָט מען באשלאָסן פאנאנדערוויקלען 
א קאַמפּאניע קעגן קאָסמאָפּאָליטיזם. נאָך אין דער 
באשטימונג פון צק אלקפּ(ב) װעגן די זשורנאלן 
,זוועזדא" און , לענינגראד" (ניט לאנג צוריק, דעם 
1 אָקטיאבער 1988, האָט די פּאַליטביוראָ פון צק 
קפּספ זי אָפּנעשאפן אלס א פעלערהאפטע) איז אָנ 
געוויזן געװאָרן, אז מע דארף פירן אן אנטשיידע- 
נעם קאמף קעגן פארנייגן זיך פאר דער אויסלענדי" 
שער בורזשואזער קולטור. און דאָס איז שפּעטער 
געװאָרן איינע פון די הױיפּט-מאָטיוון פון א. זשדא" 
נאָווס טרויעריק באװוּסטן פאָרטראָג וועגן דער דאָ- 
זיקער באשטימונג. 

מע האָט געדארפט געפינען דאָס ערשטע קאי 
פּאָרעיהינדל צו דער קאַמפּאניע, און דער גוירל איז 
געפאלן אף ייִצכאָק נוסינאָװון,. ס'איז ניט שווער זיך 
פאָרשטעלן פאר װאָס. 


ייִצכאָק נוסינאָוו איז געווען א באװוּסטע פיגור 
אין דער סאָוועטישער ליטעראטור-וויסנשאפט און 
קריטיק. דער דיַאפּאזאָן פון זײַנע אינטערעסן איז 
בעעמעס געווען א קאַלאָסאלער: די וועלט-ליטערא- 
טור אין פולן זין פונעם װאָרט -- די מײַרעװ-אײראָד 
פּעיִשע, רוסישע און ייִדישע ליטעראטורן. איינע פון 
זײַנע בעסטע פאָרשונגען באהאנדלט די באציונג פו" 


-2816 126720828 חע אאאנחץן} 8סגעסעזן זע 1 
.1941 ,21 ,92ת216סעו 40086:088/8 ,2קץדגק 


לגעירפפוילצגע 
גענדעמהיויאטעטש 


ייִצכאָק נוסינאַוו 


נעם גרויסן רוסישן שריפטשטעלער א. ס. פּושקין צו 
די מעסוירעס פון דער וועלט-ליטעראטור. אנאליזיר1- 
דיק פּושקינס װוערק, אין וועלכע ס'ווערן אנטוויקלט 
די מאָטיוון פון דער מײַרעװ-אײיראָפּעיִשער און אנ 
דערע ליטעראטורן -- ,א סצענע פון פאוסט", ,דער 
קארגער ריטער", ,מאָצארט און סאליערי', ,דער 
שטיינערנער גאסט" און אנדערע, שטרײַכט נוסינאָוו 
אונטער: פּושקין איז א רוסישער פאָלקס-שרײַבער, 
זײַנע בעסטע װערק, אזעלכע וי ,יעווגעני אָניעגין", 
,;באָריס גאָדונאָװ" א. אנד. -- זײַנען װערק װעגן 
דער רוסלענדישער װירקלעכקײַט, מיט זיי האָט 
ער ארײַנגעטראָגן א גרויסן צושטײַער אין דער 


197 


וועלט-ליטעראטור, װעלכע ;האָט ביז דעם נאַך 
ניט געװוסט פון אזא עמעסן און פּאַשעטן רעא- 
ליזם, אזא טיפן הומאניזם, װאָס איז פול מיט 
אָפּטימיזם און סאַציאלער אקטיװקײַט. אדאנק 
אזעלכע אייגנשאפטן האָט פּושקין אפסנײַ באלויכטן 
אייך די געשטאלטן פון שעקספּירן, געטען, בי 
ראַנען און אנדערע געוינים פון דער ועלט-ליטע- 
ראטור. זײַנע באגעגענישן מיט זיי לוט די גרעס- 
טע מאדרייגעס פון דער מענטשלעכער קונסט זײַ 
נען געווען ניט קיין צווייקאנף, נאָר א בײַשפֵּיל 
לאַזע באשאפונג, װעלכע האָט אופגעהיבן די 
געשטאלטן אף נײַע, אומבאקאנטע ביז דעם 
הייכן". 

דאכט זיך, אז ס'איז אומעגלעך צו אָפּלײקע- 
נען אזא באהױיפּטונג, אָבער פאר נ. טיכאָנאָװן האָט 
מען געשטעלט אן אופגאכע צו דיסקרעדיטירן דעם 
אָנגעזעענעם פּאָרשער, און באם רעצענזענט קומט 
אויס, אז נוסינאָוו האָט , באליידיקט דעם רוסישן 
נאציאָנאלן שטאָלץ און פּושקינס גאָע, אז נוסי" 
נאָוו טײַטשט קלוימערשט אויס פּושקינען און די 
גאנצע רוסישע ליטעראטור װי א צוגאָב צו דער 
מײַרעו-ליטעראטור. דעמלט, אין סאָף פון די פער- 
ציקער יאָרן, האָט עס גלײַך באקומען א גרויסן 
אַפּקלאנג, ס'איז געווען דער ערשטער זאלפּ קעגן 
,די אָנשטאמיקע קאַסמאָפּאָליטן ‏ און אנטפּאז 
טריאָטן', צו וועלכע מע האָט גלײַך פארעכנט נו 
סינאָוון, וי אלע מיטגלידער פונעם ייִדישן אנטיפא- 
שיסטישן קאָמיטעט, װוּ ער האָט אקטיוו מיטגעאר- 
בעט, און באלד אים פארשפּארט אף דער לוביאנ- 
קע, פון וועלכער ער איז שוין ניט ארויס. 

אזא איז געװען דער פינאל פון נוסינאַװס 
פארהעלטניסמעסיק גאָר ניט לאנג לעבן -- ער איז 
דעמלט אלט געוען עטװאָס ‏ מער פון זעכציק 
יאָר -- פון דעם לעבן, װאָס איז פון דער יוגנט 
אָן געװען פול מיט רעװאָליציאָנערן ברויז, מיט 
קאמף פאר אן עכטער מענטשלעכער סאַציאלער 
געזעלשאפט. אף די שטעגן פון דער רעװאַליציאָ 
נערער באוועגונג האָט ער צומאָל אומגעבלאַנד- 
זשעט, אומופהערלעך און אופריכטיק זוכנדיק דעם 
עכטן װעג צו סאָציָאלער און נאציאַנאלער בא 
פרײַונג, צו סאָציאליסטישער קונסט. 

געבוירן געװאָרן איז ייִצכאָק נוסינאָוו ‏ דעם 
4 יול 1889 אין שטעטל טשערניכאָו, איצט 
זשיטאָמירער געגנט. פון דער קינדהײַט און יוגנט 
האָט ער אריסגעויזן אן אוױסערגעװײנלעכן 
דראנג צו אלזײַטיקער בילדונג. ‏ די עלטערן, 
מענטשן גאנץ פארמעגלעכע, האָבן אים מיט אלע 
מיטלען אונטערגעהאלטן, ער האָט זיך ניט בא 
נוגנט מיט שטודירן דעם טאנאך און מיט באקא- 
נען זיך מיט די אויצרעס פון דער רוסישער און 
אײראָפּעישער ליטעראטורן, נאַר שוין דעמלט גע 
ווען פארכאפּט מיטן גוירל פון דער ייִדישער קול 
טור. אָפּגעגעבן עקסטערן די עקזאמענעס אין 
ווארשעווער גימנאזיע, האָט ער זיך ארײַנגעצױגן 
אין דער ייִדישער ארבעטער-באװעגונג, ‏ טרעט 
ארײַן אין , בונד", און אין דער צײַט פונעם רשי 
װאַליוציַאָנערן אופשטײַג אין 1905 נעמט ער אן 
אקטיוון אָנטײל אין די יוגנטלעכע קרײַזלעך. נאָר 
דעם, װי די רעװאַליוציע אין דערשטיקט געװאַרן, 


138 


פאָרט ער ארויס קיין אויסלאנד, באזעצט זיך אין 
דער שווייץ. קנאפּע צוועלף יאָר איז ער דאָרט און 
אין איטאליע אָפּגעװען. דאָס זײַנען געװען אאָרן, 
ווען ס'האָט זיך אייסגעפאָרמירט זײַן אלזײַטיקע גע- 
בילדעטקײַט און רעװאַליציַאָנערע װעלט-אַנשױונג. 

באלז' נאָך דעם, װי ער איז געקומען אין דער 
שווייץ, איז ער קראנק געװאָרן. דער טובערקוליאָז 
פון דער כוט:האשעדרע האָט אים געבראכט אין 
א סאנאטאָריע, װוּ ער האָט געמוזט ליגן אומבא- 
וועגלעך אין בעט, אָבער ער האָט אויסגעניצט די 
צײַט צו פארטיפערן זײַנע קענטענישן: באהערשט 
א רײ אױסלענדישע שפּראכן -- פראנצויזיש, 
דײַטש, ענגליש, איטאליעניש, מיט היסלײַװעס 
שטודירט די װערק פון פארשיידענע שריפטשטע- 
לער און פילאָסאַפן. אופגעשטאנען פונעם קראנקן" 
בעט, שליסט ער זיך אײַן אין די קרײַזלעך פון 
די רוסישע עמיגראנטן, לייענט די װערק פן 
ק. מארקס און פ. ענגעלס, פון לענינען און פּלע- 
כאנאָוון, באטײיליקט זיך אין פילצאַליקע דיסקר 
סיעס, װוּ עס האָט זיך בוילעט אנטפּלעקט זײַן 
פּאַלעמישע באגאבונג, זײַן קויעך-האדיבער. אינעם 
לאָזאנער רוסישן קלוב פלעג ער אָפט ארויסטרעטן 
מיט לעקציעס װעגן דער קלאסישער און הײַנט- 
צײַטיקער ליטעראטור. 

בייס דער ערשטער ועלט-מילכאַמע טרעט נו" 
סינאָוו צוזאמען מיט די באָלשעװיקעס ארויס קעגן 
דער אימפּעריאליסטישער בלוטנאָד, אין זײַן אָפע- 
נעם בריוו צו ג. פּלעכאנאָװן קריטיקירט ער די 
פארטיידיקונגס-פּאַזיציע פונעם אויסנעמלעכן ר 
סישן סאַציאל-דעמאָקראט, װעמען ער האָט היך 
געשעצט, ווארפט אים אוף, אז ער איז אָפּגע- 
טראָטן פונעם אינטערנאציאָנאליזם. אף פלעכא- 
נאָוון האָט געװירקט דער אופריכטיקער טאָן פו" 
נעם בריוו, און ער האָט געענטפערט דעם אומבא- 
װוּסטן יונגן קריטיקער מיט אן ארטיקל , נאָכאמאָל 
װעגן דער מילכאַמע. אן ענטפער דעם כאה. 
נדנאָװו", װוּ ער האָט אופגעקלערט זײַן איגענע 
אנטיזאימפּעריאליסטישע פּאָזיציע און אונטערגע- 
שטראַכן, אז איצט דארף מען פארטײידיקן דאָס 
היימלאנד. י. נוסינאָוו האָט ניט געקאָנט מאסקים 
זײַן מיט אזא װידערשפּרעכלעכער דערקלערונג. 

א גרויסע באדײַטונג האָט פאר נוסינאָוון גע" 
האט די באקאנטשאפט מיט א. װו. לונאטשארסקין, 
וועלכער האָט אין די יאָרן פון דער רעאקציע אויך 
עמיגרירט קיין אויסלאנד. פאר נוסינאָוון איז לִוד 
נאטשארסקי, ניט געקוקט אף אלע פעלערן, װעל- 
כע לענין האָט קריטיקירט, געװאָרן א מוסטער פון 
איבערגעגעבנקײַט דער רעװאַליוציע, דער מארקסי- 
סטישער װעלטאָנשױונג, דער קונסט. אין זײַן 
ארטיקל אין דער זאמלונג צום אַָנדענק פן 
א. װו. לונאטשארסקי', וועלכע איז דערשינען אין 
5, האָט נוסינאָוו אים פארגלײַכט מיט די טי" 
טאנען פון רענעסאנס און מיט די ענציקלאָפּעדיסטן 
פונעם 1וושא יאָרהונדערט: , צו די טוער פון דער 
רענעסאנס-עפּאַכע איז ער קרויוויש מיטן אויסער- 
געוויינלעכן אָפּטימיזם, לעבנסליסטיקײַט, מיט זײַן 
אויסערגעוויינלעכן דאַרשט נאַך אלזײַטיקער קולי 
טור. צו די ענציקלאַפּעדיסטן איז ער קרויוויש מיט 
זײַן פילזײַטיקײַט, מיט זײַן שטרעבונג אלץ אפסוײַ 


איבערצושאצן, מיטן דאָרשט איבערצואנדערשן די 
וועלט". נוסינאָװון באווונדערט אין לונאטשארסקין 
די אויסערגעוויינלעכע באהאװנטקײַט אין אלע 
געביטן פון דער קלאסישער און הײַנטצײַטיקער 
קונסט. 

אזא ענציקלאָפעדיש באהאוונטער מענטש האָט 
געשטרעבט צו זײַן אויך ייִצכאָק נוסינאָוו. ער האָט 
ניט דערגרייכט לונאטשארסקיס מאסשטאבן, נאָר 
טאָמיד זיך געצויגן צו אים, װאָס עס באװײַזן 
זײַנע זיכרוינעס װעגן דעם גרויסן קולטור-טוער 
פון דער אַקטיאבער-רעװאַליוציע און זײַן בריו" 
אויסטויש מיט איםו. 

װי נאָר צו דער שװייץ אין דערגאנגען די 
יעדיִע װועגן דער פעווראל-רעװאַליוציע, האָט נוסי" 
נאָוו צוזאמען מיט אנדערע רוסישע און ייִדישע 
לינק-געשטימטע עמיגראנטן גענומען זיכן א װעג 
אף אומצוקערן זיך קיין רוסלאנד, און ער איז 
אװעקגעפאָרן אינעם צווייטן עשעלאָן פון די רוס" 
לענדישע עמיגראנטן, זיך אָפּגעשטעלט אין קיעוו, 
װוּ ער האָט זיך גלײַך אײַנגעשלאָסן אין דעם 
רעװאָליציאַנערן אופברויז. ווען די פּעטליוראָװ" 
צעס האַבן פארנומען די שטאָט, האָט מען אים 
ארעסטירט, באשולדיקט אין פאראט און פארמיש- 
פּעט צו טױט-שטראָף, אָבער די כאויירים זײַנען 
געקומען אים צו הילף און אָרגאניזירט זײַן אנט- 
לויפן פון דער לוקיאנאַװוער טורמע. 

עֶר פאַרט אוועק קיין מאָסקװע, װוּ עס האָט 
זיך ברייט פאנאנדערגעוויקלט זײַן ליטערארישע און 
געזעלשאפטלעכע טעטיקײַט. די פּאַליטיק פונעם 
,בונד" האָט אים שוין ניט באפרידיקט. באגי" 
סטערט פון די פּערספּעקטיון פאר דער אנטויק- 
לונג פונעם ייִדישן פאָלק, װען נאָך דער פעווראל- 
רעװאַליוציע איז געװען אָפּגעשאפן דער טכום. 
האמוישעוו און נאָך דער אָקטיאבער-רעװאָליציע 
איז אָנגענומען געװאָרן ,די דעקלאראציע פון די 
רעכט פון די פעלקער פון רוסלאנד", האָט נוסי" 
נאָוו, דער אינטערנאציאָנאליסט, זיך אָפּגעזאָגט פון 
דער אידיי װעגן א קולטור-נאציַאַנאלער אװטאַ- 
נאָמיע פאר די ייִדן, איז ארויס פונעם , בונד" און 
אין 1919 ארײַנגעטראָטן אין דער באַלשעוויסטי" 
שער פּארטיי. 

די ערשטע צײַט נאָך דעם בירגערקריג האָט 
נוסינאָוו איבערהױפּט זיך פארנומען מיט דער 
ייִדישער ליטעראטיר, געװען פארכאפּט פון דער 
שאפונג פונעם יונגן דאַר שרײַבער, װאָס האָט מיט 
היספּײַלעס באגריסט דעם גרויסן אַקטיאבער. זײַן 
בײַטראָג אין דער געשיכטע פון דער ייִדישער סאָ- 
וועטישער ליטעראטור, מיט װעלכער ער האָט זיך 
פארנומען דרײַסיק יאָר (פון 1918 ביז 1948), איז 
א גאנץ היפּשער. פון דער גלענצנדער פּלעיאדע 
ייִדישע סאָוועטישע קריטיקער, אין װעלכער עס 
זײַנען ארײַן אזעלכע גדוילים, װי מ. ליטוואקאָוו, 
נ. אויסלענדער, א. גורשטיין, מ. װוינער, י. דאָברן- 
שין, טיילט זיך י. נוסינאָוו שטארק אויס מיט 
ברײטקײַט פון ערודיציע. 


1 זע י. נוסינאָווס בריוו צו לונאטשארסקין פונעם 
1 יול 1921 אינעם צענטראלן ארכיוו פון ליטעראטור 
און קונסט (441.קא.2,6.חס ,279 ש ,11 1118). 


אין 1922 קומט ער אָן אין ערשטן אנשטאלט 
פון מארקסיסטיש-לענינישער געזעלשאפט'קענטע- 
ניש, אין , ראניאָן"?, אין צוויי יאָר ארום פארטיידיקט 
ער דאָרט די דיסערטאציע ,די פּראָבלעם פונעם 
היסטאָרישן ראָמאן', וועלכע ער האָט געװידמעט 
,דעם ערשטן ארויסלאָז (1925) פונעם ייִדישן סעק- 
טאָר פון דעם קאָמוניסטישן איניווערסיטעט פון 
די מײַרעװדיקע נאציאַנאלע מינדערהײַט". די 
דאָזיקע פּראַבלעם לייזט נוסינאָוו אפן סמאך פון 
צוויי ראָמאנען װעגן דער גרויסער פראנצויזישער 
בורזשואזער רעװאָליוציע -- , דאָס דריי-איןניינציק- 
סטע" פון װו. הוגאַ און ,די געטער דאָרשטן" פון 
א. פראנס. ניט צופעליק איז זײַן װענדונג צו די 
וװערק װעגן דער פראנצויזישער רעװאָליוציע: אין 
די צוואנציקער יאָרן האָט מען בא אונדז אין לאנד 
ברייט דערלערנט איר דערפארונג, אירע דערגריי- 
כונגען און פארלוסטן. נוסינאָוו האָט אויסגעקליבן 
ראָמאנען װעגן דעם סאמע קריטישן מאַמענט פון 
דער רעװאַליוציע, װוען עס האָט זיך געלייזט איר 
גוירל -- דאָס 1793 יאָר, װאָס האָט געבראכט 
צום נײַנטן טערמידאָר. ניט מיט אלע אויספירן פון 
י. נוסינאָוון קאַן מען הײַנט אײַנשטימעו, אף זי 
ליגט אויך דער שטעמפּל פון דער צײַט, װען זײ 
זײַנען געווען געמאכט, אָבער לײענענדיק דעם 
בוך, װערט מען אויך איצט פארכאפּט מיט דער 
לײַדנשאפטלעכקײַט פונעם אנאליז. דעם אוװטאָר 
האָט מען גלײַך באמערקט און אייסגעװיײילט אלס 
א ווירקלעכן מיטגליד פון דער קאָמוניסטישער 
אקאדעמיע, װוּ ער האָט זיך אָפּגעגעבן דער פּש 
דאגאַגישער און וויסנשאפטלעכער טעטיקײַט. 

י. נוסינאָוו גייט ארײַן אין דעד רעדקאַלעגיע 
פון דער ערשטער סאָוועטישער ליטערארישער ענ- 
ציקלאָפּעדיע, דער הופּט-רעדאקטאַר פין וועלכער 
ס'איז געווען א. װו. לונאטשארסקי. דאָרט רעדא- 
גירט ער די אלגעמין-טעאָרעטישע ארטיקלען און 
די ארטיקלען וװעגן דער מײַרעװדיקער אין ידי 
שער ליטעראטור. כוץ דעם, געהערט אים זעלבסט 
א גאנצע ריי ארטיקלען, צװישן זיי -- דער פּרינציי 
פּיִעל וויכטיקער צענטראלער ארטיקל -- , ליטערא- 
טור", -- װוּ ס'איז באגרינדעט א נײַער צוגאנג 
צים כאראקטער פון דער קינסטלערישער ליטערא- 
טור. איצט געפינען מיר דאָרט פעלערהאפטע אי" 
דייען, אַבער דער יעסאָד איז געװען א ריכטיקער: 
די קינסטלערישע ליטעראטור איז ,א באזונדערע 
וועלט:געשטאלטלעכע פאָרם פונעם געזעלשאפט- 
לעכן באװווסטזײַן און דערקענטעניש פון דער ווירק- 
לעכקײַט". עס איז באזונדערס אונטערגעשטראַכן -- 
און דאָס באװײַזט נוסינאַװס װעלטאַנשױונג -- 
דער אינטערנאציאָנאלער כאראקטער פון דער לי 
טעראטור, וועלכע װערט געשאפן מיצאד געמײנ 
זאמע באמיונגען פין אלע פעלקער פון דער וועלט. 

דער אלגעמיינער ארטיקל וװעגן דער ייִדישער 
ליטעראטור געהערט אויך נוסינאָוון (בלויז דעם 
ערשטן אָפּטײל -- װועגן דער ייִדישער ליטעראטור 
ביזן זוזצא יה. -- האָט אָנגעשריבן מאקס עריק). 


-112 08ח/260001042 2060624084248 -- וסעמגת 1 
-061100 1061494708 *1110-110616.108270210080ץ 
.8ץ88 אזמוטסמדס 


139 


דאָרט װערט כאראקטעריזירט די האסקאַלע-ליטע- 
ראטור ביז מענדעלע מױכער-ספאָרים, די פאָלקס. 
רעליגיעזע ריכטונג, װאָס האַט געפונען אן אויס- 
דרוק אויך אין די כאסידישע לעגענדעס און מײ 
סעס, ועלכע האָבן דערנאָך באקומען א געװיסן 
אָפּקלאנג בא י"ל. פּערעצן און באם ניסטער. 
שאַלעם-אלייכעם איז אוועקגעשטעלט אין איין ריי 
מיט די ערשטראנגיקע הומאָריסטן פון דער וועלט- 
ליטעראטור, באזונדערס זײַנען אויסגעטיילט די 
ערשטע ארבעטער-דיכטער (מ. ווינטשעווסקי, מ. ראַד 
זענפעלד, י. באָװשאַװער, ד. עדעלשטאט). דער 
לעצטער אָפּטײל פון דעם ארטיקל איז געװוידמעט 
דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראטור, אירע ער 
שטע צען יאָר, אין װעלכע דער פאָרשער האָט 
דערזען גײַע האָריזאַנטן. צום ערשטן מאָל איז אין 
א קאָמפּאקטן און פארהעלטניסמעסיק קלײנעם 
פארנעם געגעבן אן איבערזיכט פון דער אנטויק- 
לונג פון דער ליטעראטור אף יַדיש פאר זיבן 
יאָרהונדערטער. 

אינקורצן איז אומעגלעך צו געבן א פולע 
פאָרשטעלונג וועגן י. נוסינאָװוס בעעמעס קאָלאָ 
סאלער ליטעראריש-קריטישער, ויסנשאפטלעכער 
און פּעדאגאַגישער טעטיקײַט אין די דרײַסיקער 
יאָרן. פילצאָליקע ארטיקלען ועגן טעאָרעטישע און 
פּראקטישע פראגן פון פארשיידענע ליטעראטורן 
פארעפנטלעכט ער אין דער פּעריאָדישער פּרעסע. 
אליין זי איבערעכענונג פון די שרײַבער, ועלכע 
האָבן אים אינטערעסירט, שאפט אן אײַנדרוק װעגן 
דעם פארנעם פון זײַנע אינטערעסן. , לעוו טאָל 
סטאַי, אנטאַן טשעכאָו, מאקסים גאָרקי" (אונטער 
אזא נאָמען איז אין 1930 דערשינען זײַן בוך אף 
ייִדיש, אין א פּאָר יאָר ארום -- א ספּעציַעלער ביך 
וועגן מאקסים גאַרקי (אויך אף ייִדיש), אנדרי 
בעלי, לעאַניז לעאָנאָו, באָריס פּאסטערנאק. פון 
די מײַרעװ-אײראָפּעיַשע שריפטשטעלער -- סטענ- 
דאל, אלפרעד דע-וויני, פּאָל בורזשע, מארסעל 
פּרוסט, זשאן זשיראָדו, ראַמען ראַלאן און פיל אן- 
דערע. ער זוכט אויס שרײַבער, וועלכע זײַנען אומ- 
באװווסט (אזא איז, לעמאַשל, זײַן ארטיקל, געוויד- 
מעט דעם גוירל פונעם פארגעסענעם נאָװאטאָר 
שארל נאָדיע, װוּ ער האָט ניט בלויז פארן רוסישז 
לייענער, נאָר אפילע פארן פראנצויזישן אנטפּלעקט 
דעם דיכטער פונעם 19-טן יה). 

י. נוסינאָוו שרײַבט קימאט װעגן אלע ייִדישע 
שריפטשטעלער, נאָר אמערסטן האָט אים אינטע- 
דעסירט מענדעלע טױכער-ספאָרים, וועמענס װערק 
ער אנאליזירט גענוי און סקרופּולעז אין פארשיי' 
דענע װערסיעס. ,פון בוך צו בוך" -- אי איז 
אָנגערופן זײַן ארטיקל װעגן דער געשיכטע פון 
די מענדעלע-וואריאנטן. 

אין 1932, אינגיכן נאָך דעם באשלוס פון צק 
אלקפּ(ב) װעגן איבערנויען די ליטעראטור-קינסט" 
לערישע אָרגאניזאציעס, לאָזט י. נוסינאָוו ארויס 
אף ייִדיש א בוך ,פּראַבלעמען פון דער פּראָלע" 
טארישער ליטעראטור', װוּ ער האָט געשטעלט 
פאר זיך א ציל צו פאראלגעמיינערן די דערפארונג 
פון דער יונגער סאָוועטישער ליטעראטור. פאר. 
שטייט זיך, דער בוך טראָגט אף זיך די סימאָנים 
פון יענער צײַט, פון דער צײַט, װען עס האָט זיך 


110 


געדאכט, אז אָט-אָט װעט אונדזער לאנד דערגרייכן 
די הייכן פון דער סאַציַאליסטישער געזעלשאפט 
(דער ארײַנפיר:ארטיקל הייסט טאקע , אף די לעצ- 
טע עטאפּן פון דער אַנקלאסן-געזעלשאפט"). איצט, 
ווען מיר האַבן זיך דערװוּסט, ויאזוי, מיט וועלכע 
מיטלען און מעטאָדן ס'האָט זיך געדארפט בויען 
אזא געזעלשאפט, איז לײַכט צו קריטיקירן דעם 
אװטאָר, אָבער איבערלייענענדיק הײַנט נוסינאָווס 
ארבעט, געפינען מיר אין איר ניט װײניק שטעלן, 
װאָס זײַנען ביז אדהיַעם וויכטיק און אפילע אק- 
טועל. 

נוסינאָוו טרעט ארויס קעגן דער דאָגמאטישער 
פארקריפּלונג פון דער פּארטיי-ליניע בענעגייע לי 
טעראטור און קונסט מיצאד דער אָנפירונג פון 
וואאפּפּ און ראפּפּ, קעגן זייער לאָזונג ,א פארבין- 
דעטער אַדער א קלאסױסוינע". װי באװוסט, האָט 
אָט דער לאָזונג געבראכט פריִער אָדער שפּעטער 
צו פיזישער פארניכטונג פון א רײ באגאבטע 
פאַרשטייער פון דער ליטעראטור -- רוסישער און 
ניט נאָר רוסישער. ער האלט פאר א מעכאניש- 
װולגארישן אויך זייער לאַזונג --,דעריאָגן און 
איבעריאָגן די קלאסיקער". דאָס איז באזונדערס 
וויכטיק. װי עס זאָל ניט זײַן פעלערהאפט די אָדער 
יענע נוסינאָוס שטעלונג בענעגייע אייניקע ליטע- 
רארישע ריכטינגען, האָט ער שטענדיק געהאלטן 
פאר נייטיק אונטערצושטרײַכן די ראָליע פון די 
פריערדיקע קלאסישע טראדיציעס: , אפן יעסאָד פון 
לענינישן אופנעמען די ליטערארישע יערושע װעט 
די פּראַלעטארישע ליטעראטור געפינען נײַע פאָרי 
מען, װאָס װעלן װערן א שריט פאָרויס אין דער 
קינסטלערישער אנטויקלונג פון דער גאנצער 
מענטשהײַט". ס'איז געזאָגט מיט צופיל זיכערקײַט, 
אָבער די שטעלונג ועגן דעם, אז , דער קינסטלע- 
רישער מעטאָד פון טאָלסטאיען און טורגעניעון 
טויג פאר אונדז ניט', ווארפט ער אנטשידנדיק 
אָפּ. 

ביכלאל איז דער בוך ‏ פּראַבלעמען פון דער 
פּראָלעטארישער ליטעראטור" פול מיט וידער: 
שפּרוכן. קריטיקירנדיק דעם ראפּפּ, ניצט נוסינאֲָוו 
אויס זײַן קלאסיפיקאציע פון דער דעמלטיקער ליי 
טעראטור אף מיטגייערישע, רעכטע, לינקע אן 
אנדערע גרופּירונגען. ראָמאנטיזם, װי אויך סימ- 
באָליזם, זײַנען פאר אים פרעמדע קינסטלערישע 
שולן, בלויז איין אייגנשאפט פון די ראַמאנטיקער 
דארף מען אופנעמען -- זייער אקטיװוקײַט. 

אקשאַנעסדיק און קאַנסעקװענט פארטײדיקט 
דער פאָרשער איינעם פון די הױפּטפּרינציפּן פון 
דער סאָוועטישער ליטעראטור -- איר אינטערנא- 
ציאָנאלן כאראקטער. ער דערקלערט, אז דער דאָד 
זיקער פּרינציפּ אנטפּלעקט זיך לאכלוטן ניט אין 
דעם, װאָס אין א װערק פיגורירן פאָרשטײיער פון 
פארשיידענע נאציאָנאליטעטן. , אונדז איז אויסגע- 
קימען צו הערן, -- לייענען מיר דאָרט, -- װי מע 
האָט דערקלערט איינעם א ייִַדישן שרײַבער פאר 
א פּראַלעטארישן הויפּטזאכלעך דערפאר, װאָס אין 
זײַנע װערק באגעגענען זיך ניט-ײיִדישע פּערסאַ- 
נאזשן. פון דער צוייטער זײַט, געדענקען מיר, 
וי מע האָט באשולדיקט אין אידעאָלאָנישער ניט- 
אויסגעהאלטנקײַט איינעם א לינקן ייַדישן מיטגייער 


נאָר דערפאר, װאָס אין זײַנע װערק פיגירירט קי" 
מאט אויסשליסלעך א ייִדישער פּערסאַנאזש". אזא 
מין אינטערנאציאָנאליזם װערט טראקטירט אלס א 
מעכאניסטישער. 

דער אינטערנאציאַנאלער צוגאנג צו ליטערא- 
טור איז בא נוסינאָוון בוילעט צו זען אין דער בא" 
האנדלונג פון פראגן פון דער ייִדישער ליטערא. 
טור. 

אנאליזירנדיק די אלגעמײנע טעאָרעטישע 
פּרינציפּן ‏ פון ‏ דער סאַװעטישער ליטעראטור, 
שטעלט ער אָרגאניש ארײַן אין זײַן בוך אויך די 
ייִדישע ליטעראטור, סײַ די קלאסישע, סײַ די 
הײַנטצײַטיקע. די ייִדישע ליטעראטור איז פאר אים 
א באשטאנדטייל פון דער אלוועלטלעכער ליטערא- 
טור. אינעם בוך װערן גאנץ אָפט פארגלײַכט די 
אַדער יענע װערק פון דער ייִדישער ליטעראטור 
מיט מערקווירדיקע װערק פון דער רוסישער און 
מײַרעװ-אײראָפּעיַשער. מענדעלע און לינעצקי זעצן 
פאָר די מעסוירעס פון די סאטיריקער -- װאָלטער, 
גאָגאָל, סאלטיקאַווישטשעדרין. שאַלעם-אלייכעם 
שליסט זין אָן צו אזעלכע אויסנעמלעכע הומאַי 
ריסטן, װי מארק טוען. בערגעלסאָן װערט פאר- 
גלײַכט מיט פּלאָבערן און מאַפּאסאנען. מיט איין 
װאָרט, די בײַשפּילן פון די ייִדישע שרײַבער דארפן 
באשטעטיקן די אלגעמיינע געזעצמעסיקײַטן אין 
דער אנטוויקלונג פון דער ועלט-ליטעראטור. כוץ 
דעם, זײַנען אן און פאר זיך אינטערעסאנט נו 
סינאָווס באמערקונגען װעגן דעם אָדער יענעם 
ייִדישן שרײַבער. 

אין דער יונגער ייִדישער סאָוועטישער ליטערא- 
טור האָט נוסינאָוו אנטפּלעקט איר נאַװאטאָריש- 
קײַט. איר נײַער אינהאלט האָט געבראכט צו א 
טראנספאָרמאציע פון די פריִערדיקע שטאנדהאפ- 
טיקע זשאנרען. אָנשטאָט, לעמאַשל, דעם ראָמאן, 
וועלכער האָט זיך איבערהױיפּט פארנומען מיטן 
שטעטלדיקן באלמעלאַכע און הענדלער, מיט די 
לופטימענטשן אף דער בירזשע, קומט א נײַער 
פּראָדוציר-ראָמאן וועגן ייִדישע בויער, פּױערים, 
פאבריק-ארבעטער. אלס באװײַן דערפון ברענגט ער 
אַרלאנדס , הרעבליעס', אבטשוקס , הערשל שאמײַ, 
עליע גאָרדאַנס , בוריאן". דאָס זײַנען נאָר װערק 
פון אָנפאנגער, זיי פארמאָגן ניט װײניק קינסטלע- 
רישע כעסרוינעס, אָבער די דאָזיקע שרײַבער זײַנען 
,דרייסטע אָנפאנגער", פּיַאָנערן פון א נײַעם 
זשאנער. 

אן אופמערקזאמער פאָרשער פון די נײַע פּראָ 
צעסן, װאָס קומען פאַר אין דער ליטעראטור, האָט 
נוסינאָו! -- און דאָס איז א זייער וויכטיקע אייגנ- 
שאפט פון זײַן כאראקטער -- זיך ניט באנוגנט 
מיט אייגנטלעך שעפערישע קונסט-פּראָבלעמען. ער 
האָט געשפּירט נאָך די ענדערונגען, װאָס זײַנען 
פאָרגעקומען אינעם ייִדישן לעבן. ער דערציילט, 
װי אין איינעם א זומער האָט ער באזוכט א בי 
שטעטלדיקן קאַלװירט אף אוקראינע און איז גע 
װאָרן אן איידעס פון טשיקאווע ויקוכים. װען א 
געװועזענער קרעמער האָט מיט לאַמדישע פּסוקים 
זיך געקלאָגט אף די שװעריקײַטן אין קאַלװירט, 
האַט אים א טעװיע-האָרעפּאשניק מיט ביטל איבער- 
געריסן: , איר האקט פּסוקים, זאָגט שוין זאָכארנו 


עס האדאָגאַ!. און א געזונטער געװעזענער 
קאצעוו-יונג האָט זיי ביידע אויסריידן ניט געלאָזט: 
,מיר װעלן שוין דאָ אליין אונדזער לאנד בויען, 
מע דארף נאָר פּראצע, װעט שוין װערן א לאנד". 

י. נוסינאָו איז געוװען אן אקטיווער געזעל- 
שאפטלעכער טוער, אָבער זײַן הויפּט-אינטערעס איז 
געווען ליטעראטור-וויסנשאפט, מיט דער צײַט און 
אדאנק דעם באדײַטנדיקן אופּשטײַג פון דער סאַ- 
וועטישער ליטעראטור-וויסנשאפט נאַכן ערשטן 
שרײַבער-צוזאמענפאָר, א דעלעגאט פון װועלכן ער 
איז געווען, האָט ער אלץ מער זיך באפרײַט פון 
די פריִערדיקע, צומאָל װולגאר-סאַציאָלאָגישע אײַנ- 
שטעלונגען און געשאפן ארבעטן פון הויכן וויסן- 
שאפטלעכן ניװאָ, וועלכע באװײַון אַנשױלעך זײַן 
קאָלאָסאלן וויסן פון דער געשיכטע פון דער וועלט- 
ליטעראטור, אָנהייבנדיק פונעם טיפן אלטערטום, 
פון דעם טאנאך, פון דער אנטיק ביז דער צויי" 
טער העלפט פונעם אא יאָרהונדערט. 

צװישן די דאָזיקע ארבעטן דארף מען אין 
דער ערשטער ריי אָנרופן דעם בוך , דוירעסדיקע 
געשטאלטן", וועלכער איז צום ערשטן מאָל דערשיי 
נען אין 1937 און דערנאָך -- מיט צוואנציק יאָר 
שפּעטער (שוין נאָכן טויט פונעם מעכאבער) אין 
א פארברייטערטן פארנעם, אונטערן נאָמען ,די 
געשיכטע פון ליטערארישע העלדן'. י. נוסינאָוון 
געהער די טעאָרעטישע אויספאַרשונג פון דער 
עצעס פּראָבלעם -- עפּאָכאלע (זיי שפּיגלען אַפּ א 
געוויסע היסטאָרישע טקופע) אוז דוירעסדיקע גע- 
שטאלטן, וועלכע זײַנען אויך געשטאלטן סאַציאל- 
פּסיכאָלאָגישע און דערצו פאראלגעמיינערט-פילאָ- 
סאַפישע. דאָס צורעכענען די אַדער יענע גשר 
שטאלטן צו די צװויי קאטעגאָריעס קאָן באשטרײַט 
ווערן. א געשטאלט, װאָס איזן כאראלטעריסטיש 
פאר א באזונדערער עפּאַכע, קאַן דערנאָר פאר- 
וואנדלט וװערן, אויב עס איז הייר קינסטלעריש 
געשילדערט, אין א דוירעסדיקן. מע קאַן אויך בא- 
שטרײַטן דעם אונטערשייד, װעלכן ניסינאָיו פירט 
דורך צװוישן געשטאלטן דוירעסדיקע אין אײיביקע. 
ער ווארפט ביכלאל אָפּ דעם באג-י= , אײיביקע גשי 
שטאלטן", אביקע באגלייטער, וועלכן ער האלט 
אלס אן אױסער:היסטאָרישן אין אבסטדאקט-מעטא- 
פיזישן. אָבער דער עצעם אנאליז פון א דיי דוי" 
רעסדיקע געשטאלטן -- פּראָמעטײ, דאָךרקיכאָט, 
האמלעט, פאוסט, קאין, כלעסטאקאָו, אָבלאָמאָװ 
און אנד. -- װידערשפּרעכט אין טאָר דער דאַזי 
קער האנאַכע. , די דוירעסדיקע געשטאלטן שיידן 
זיך אָפּ פון אנדערע, -- לײענען מיר אין דעם 
בוך, -- מיט אומפארגלײַכלעך מערערער לאָמפּלײ 
צירטקײַט פון זייערע פּראַבלעמען, מערע- פולקײַט 
און טיפקײַט אינעם שילדערן די גרינט-לאַנפליקטן 
פון דער מענטשהײַט, מיט דער גראנדיִעזקײַט פון 
אָפּשפּיגלען די פּראַצעסן, וועלכע האָכן באקומען 
אן אלוועלטלעך-היסטאָרישע באדײַטינג". דאָס איז 
שוין א נײַער שטאנדפּונקט װעגן דער אלמענטש- 
לעכקײַט פון עכטער קונכט, ועלכער אין באגרין- 


: זחרנו את הדגה 
פּאָסעק פון כומעש. 


(דערמאָנט די פיש)-- א 


111 


דעט געװאָרז אין נוסינאָווס פאָלגנדיקן בוך , פּושקין 
און די וועלט-ליטעראטור". 

לויטן כאראקטער איז ייִצכאַק נוסינאָוו געװען 
אן ענערגישער קעמפער, און ניט צופעליק האָט 
ער אינעם בוך , דוירעסדיקע געשטאלטן" מער פון 
אלץ געלייגט אופמערקזאמקײַט אף דער געשיכטע 
פון פּראַעטײס געשטאלט. 

די אינטערפּרעטאציע פון פּראָמעטײען האָט 
זיך געביטן אין מעשעך פון יאַרהונדערטער, יש 
דעס מאָל האָט ער באקומען א נײַעם אינהאלט, 
וועלכער האָט אופגעדעקט נײַע זײַטן אינעם 
אומופהערלעכן פּראַצעס פון דערקענען די גע 
זעצמעסיקײַט פון דער געזעלשאפט און פון דער 
נאטור. פּראַמעטײיַשע אייגנשאפטן האָט געיארשנט 
די גרענעצלאַזע ריי פון רעװאַליציאָנערע קעמ" 
פער -- פון ספּארטאקן ביז ראַבעספּיערן. פון רא- 
זינען און פּוגאטשאָװן ביז טשערנישעװוסקין און 
אלעקסאנדער אוליאנאָװן, זיי זײַנען אויך געװוען 
טיטאנען פון געדאנק און סאַציאלער אקטיװקײַט. 

מיטן זעלבן היסטאָרישן מעטאָד װערן אנאלי" 
זירט אויך די אנדערע דוירעסדיקע געשטאלטן -- 
האמלעט, פאוסט, ליר, װעלכע בלײַבן טראגישע 
דענקמעלער פון פילדוירעסדיקער שמערץ א 
אומצופרידנקײַט פונעם מענטשן, װאָס װעט סאָפ 
קאַלסאָף באפרײַט װערן. דעם דאָזיקן אויסגעליטע- 
נעם גלויבן אין הערלעכן אָסיר האָט קיינמאַל ני" 
סינאָוון ניט אָפּגעלאָזט. 

אין זײַן נעשאַמע איז דאָך אויך ארײַנגעפאלן 
א פונקעלע פון פּראַמעטײען. ער איז אויך טאָמיד 
געווען אין קאמף פאר אן עכטער סאַציאליסטישער 
װעלט-אָרדענינג. װי נאָר עס האָט אױסגעבראַכן 
די פאָטערלענדישע מילכאָמע איז נוסינאָוו -- צו 
זאמען מיט פיל אנדערע פּראָפּעסאָרן, דאָצענטן 
אספּיראנטן פונעם מאָסקװער פּעדאגאָגישן אינסטי" 
טוט, װוּ ער האָט דעמלט פארוואלטעט מיט דער 
קאטעדרע פין אלגעמיינער ליטעראטור, -- ארײַן- 
געטראָטן אין דער פאַלקסאָפּאָלטשעניע. מיר, 
דעמלט יונגע זײַנע שילער, זײַנען געווען שטאָלץ, 
װאָס אין איין ריי מיט אונדז מארשירט אויך דער 
באיאָרטער פּראָפּעסאָר. ניט געקוקט אף דעם, װאָס 
אים איז שויז געווען איבער פופציק, פלעג ער וויר- 
דיק איבערטראָגן די אװױידעס פּערעך פונעם מי" 
ליטערישן לעבן. עמעס, אין א פּאַר װאָכן ארום 
האָט מען אים - איבער זײַן עלטער -- באפרײַט 
פון דער דינסט, נאָר אין אונדזער זיקאָרן האָט 
זיך פארהיט זײַן אָנבליק אין דער כאקי-פאָרם. 

דעם לאנף מיטן היטלערישן פאשיזם האָט נו 
סינאָוו פאַרגעזעצט אף אן אנדער אויפן, אײַנשליסן- 
דיק זיך אין דער טעטיקײַט פונעם ייִַדישן אנטי" 
פאשיסטישן קאַמיטעט. זײַנע לײַדנשאפטלעכע אר- 
טיקלען באװײַזן זיך אָפט אף די זײַטלעך פון דער 
צײַטונג ,,אײניקײַט", ווערן איבערגעשיקט דורך דער 
סאַװינפאַרמביוראָ קיין אויסלאנד. מיר איז אויסגע- 
קומען צו באגעגענען זיך מיט אים אין דער צײַט 
פון דער מילכאַמע, נאָך א פארװונדונג בין איך 
געלעגן אין א שפּיטאַל הינטער מאַסקװע. אין א 
פרײַען אָװנט, וען מיר איז געװאָרן בעסער, האַב 
איך זיך ארײַנגעכאפּט אין ייִדישן טעאטער. גרויס 
איז געווען מײַן פרייד, װוען אינעם אנטראקט איז 


112 


צו מיר צוגעגאנגען, ניין, -- צוגעלאָפן דער ליבער 


פּראָפּעסאָר, װעלכער האָט גלײַך גענומען אס 
פרעגן וועגן דער לאגע אפן פראַנט. 

באגעגנט האָבן מיר זיך אויך נאַכן גרויסן 
ניצאָכן, װען איך האָב זיך דערװוסט, אוֹ אלס 


אַפיציִעלער אָפּאַנענט פון מײַן קאנדידאט-דיסער- 
טאציע איז באשטימט געװאָרן י. נוסינאָװ. , 

דעמלט, אין סאָף 1948, האָט זיך זײַן געמיט- 
צושטאנד שטארק געענדערט. סאיז שוין געװען 
פארעפנטלעכט די באשטימונג פון צק אללפּב) 
וועגן די זשורנאלן , זוועזדא" און , לענינגראד", עס 
האָט זיך אַנגעהויבן א קאמפּאניע קעגן די דעקא- 
דענטישע טענדענצן, וועלכע האָבן זיך קלוימערשט 
באוויזן אין דער סאָװועטישער ליטעראטור, קעגן 
אידײיענלאָזיקײַט, אפּאָליטישקײַט. אין די צײַטונגען 
באװײַזן זיך פארמאסקירטע אנטיסעמיטישע ארטיל- 
לען. י. נוסינאָוו האָט נאָךר געטראכט, אז דאָס 
זײַנען דערשײַנונגען צופעליקע, װעלכע מע װעט 
באלד בײַקומען. 

צום דרײַסיקסטן יאָרטאָג פון דער אַקטיאבער- 
רעװאַליוציע פּובליקירט ער אין 1947 אן ארטיקל 
,גרויסע סאכאקלען", װוּ ס'איז באטאַנט ניט בלויז 
די נאָוואטאָרישקײַט פון דער ייִדישער סאָוועטישער 
ליטעראטור, װעגן װאָס ער האָט פריִער געשריבן, 
נאָר אויך די העמשעכדיקײַט פון אירע מעסוירעס: 
,אין די בילדער און מאָטיוון פון דער סאָוועטישער 
ייִדישער קונסט זײַנען אײַנגעװעבט בילדער אין 
מאָטיוון פון טאנאך, פון די פאָלקסטימלעכע אגאָי 
דע-אויצרעס, פון די מיטלאלטערלעכע ייִדישע דיב" 
טער אין פאָלקס-לעגענדעס פונעם טראגישן מיטלי 
אלטער, פונעם פאַלקס-שאפן פון די לעצטע אאָר- 
הונדערטער און פון די קלאסישע װערק פון די 
גרונטלייגער פון דער נײַער ייִדישער ליטעראטור". 

דער טאָן פונעם ארטיקל איז נאָך א מונטע- 
רער, א קעמפערישער. אן אידעאל איז פאר 
נוסינאָװן דאָס לעבן און דער העלזישער טױט 
פון אָשער שווארצמאן, בא װעמען דאָס װאָרט און 
דער טאט זײַנען געװוען אומצערײַסבאר. ער האָט 
אויך געװאַלט זיך באהעפטן צו דער דאָזיקער אייג- 
הײַט, אַבער די װירקלעכקײַט האָט אים אלץ מער 
אנטוישט. 

ער האָט שטא"ק איבערגעלעבט ניקאָלײַ טי" 
כאָנאָווס רעצענזיע אף זײַן בוך פּושקין און די 
וועלט-ליטעראטור". ער איז געווען זייער צערודערט 
פון דער פולער אומבאגרינדעטקײַט, פון אינקרי" 
מינירן אים אזעלכע געדאנקען, וועלכע זײַנען אב- 
סאַליוט אים געווען פרעמד. נוסינאָוו האָט נאָך ניט 
געקאַנט פאָרויסזען די פאָלגן פון אָט דער ליטערא- 
ריש-קריטישער ארויסטרעטונג, ניט פארשטאנען, 
אז ס'איז א סיגנאל צו פאנאנדערוויקלען א גאנצע 
קאמפּאניע. װוען איך האָב אים אויסגעדריקט מײַן 
אופגעבראכטקײַט מיטן ארטיקל און געזאָגט, אז 
מע טאָר עס אזוי ניט דורכלאָזן, האָט ער מיר 
געענטפערט, אז ער האָט גלײַך אָנגעשריבן אין 
צק א גרויסן בריוו, וועלכן עֶר האָט אָנגערופן , צו 
דער פארטיידיקונג פון דעם עמעס. קין שום 
ענטפער האָט ער ניט באקומען, און די קאמפּאניע 
פונעם קאמף קעגן קאַסמאָפּאָליטיזם האָט אָנגענו- 
מען אלץ נײַע און נײַע קאָמפּליקאציעס. אין פאר- 


טס 


שיידענע צײַטונגען באװײַזן זיך ארטיללען -- רע" 
דאקציאָנעלע, אָפיציִעלע, אופרופנדיקע: , קאָסמאָפאַ- 
ליטיזם -- דאָס אידעאָלאָגישע געװוער פון דער 
אמעריקאנער רעאקציע", ,קעגן בורזשואזן קאָסמאַ 
פּאָליטיזם אין דער ליטעראטור:וויסנשאפט", ,ועגן 
אן אנטיפּאטריאָטישער גרופּע פון טעאטראלע קרי" 
טיקער" און ענלעכע. עס זײַנען געפאלן די ערשטע 
קאָרבאָנעס פון דער קאמפּאניע. ביזן סאָף באנעמען 
די סיבעס און דעם גרונט פון איר האָט י. נוסינאָװו 
ניט געקענט, אָבער ער האָט דערפילט, אז זי 
אנטשפּרעכט ניט דעם אידעאל פונעם סאָציָאליזם, 
וועלכן עֶר איז מיט לײַב און לעבן געװען איבער" 
געגעבן. 

אין איינעם א שמועס אין יענע שװערע פאר 
אים כאדאָשים האָט ער מיר דערצײילט װעגן א 
פארטראכט פון א דראמע, ועלכע ער האָט זיך 
געקליבן אַנשרײַבן. דער דראמאטישער זשאנער 
איז אים ניט געװוען פרעמד. ער איז טאָמיד גע 
ווען אין שטרײַטן, א פּאָלעמיסט איז ער געװען 
א גלענצנדער. זײַנע ארויסטרעטונגען אף פארשיי" 
דענע דיסקוסיעס, וועלכע האָבן זיך אָפט געפירט 
אין די צוואנציקער און דרײַסיקער אאָרן, פלעגן 
שטענדיק ארויסרופן, אדאנק זייער שארפזיניקײַט, 
א שטארקן אינטערעס. צוזאמען מיט יעכעזקל דאַי 
ברושינען האָט ער אַנגעשריבן א דראמע , כאוװוער 
אינזשעניער", וועלכע איז אונטערן נאָמען , ספּעץ" 
געגאנגען אין א ריי יִדישע, וי אויך רוסישע, 
טעאטערס. 

דער סיוזשעט פון דער דראמע, וװעגן וועלכער 
נוסינאָוו האָט מיר דערציילט, האָט געדארפט זײַן 
אזא: 1907 יאָר, דער רעװאָליוציאַנערער אופשטײַג 
אינעם לאנד. נאָך א גאסדעמאַנסטראציע, וועלכע 
די פּאָליצײ האָט צעטריבן, האָט זיך פארנאכט צו" 
נויפגעקליבן א גרופּע רעװאָליוציאַנערן, קעדײ 
רעדן װעגן דער קינפטיקער סאָציאליסטישער גע- 
זעלשאפט, פאר וועלכער זיי שלאָגן זיך איצט און 
וועלכע -- אין דעם סאָפעקן זיי ניט -- װעט דער" 
גרייכט װערן. און דעמלט, ווען זייערע פּענעמער 


זײַנען צעהיצט פון די טרוימען, קומט צו זי 
ארײַן מענטש פונעם 1948 יאָר און דערצײלט 
װעגן דעם סאַציאליזם, װאָס איז שוין אויסגע- 


בויט, װעגן דעם קלאסן-קאמף, װאָס איז נאָך מער 
פארשארפט... 

דעם 15 יאנוואר 1949 האָט מען געבראכט צו 
קווורע שלוימע מיכאָעלסן. צװישן זיך האָבן די 
פילצאָליקע פרײַנט און פארערער פונעם פאָלקס. 
ארטיסט גערעדט, אז זײַן טויט איז ניט קיין צו" 
פעליקער. נאָך מיכאָעלסעס לעװײַע האָט מען אינ- 
גיכן פארמאכט דעם ייִדישן טעאטער, דעם פארלאג 
;דער עמעס', פאנאנדערגעלאָזט דעם יַדישן אנ" 
טיפאשיסטישן קאָמיטעט. ס'האָבן זיך אַנגעהויבן 
ארעסטן פון די ייִדישע קולטור-טוער, דעם גוירל 
האָט ניט אויסגעמיטן אויך ייִצכאָק נוסינאָו. װי עס 
האָט מיר מיטגעטיילט זײַן פרוי סאָפיע נעלס (אויך 
א באװוּסטע ליטעראטור-פאָרשערן), האָט מען אים 
א קראנקן דעם 18 יאנוואר 1949 אװעקגעפירט 
אף לוביאנקע. 

נאָך דער רעאביליטאציע האָט מיר דערציילט 
סאָפיע נעלס, אז נוסינאָוו ‏ אין געשטאָרבן אין 


טפיסע דעם 30 נאַָיאבער 1950 (אזוי, אלנפאלס, 
האָט מען איר אָפיציִעל מיטגעטײלט). צו דער 
זיצונג פון דער מיליטער-קאַלעגיע, װעלכע איז 
פאַרגעקומען אין יוֹל 1952 איבער די ייִדישע גע 
ועלשאפטלעכע טוער, האָט נוסינאָוו ניט דערלעבט. 

אפילע אין כאַלעם האָט ער ניט געקאַנט זיך 
פאָרשטעלן אזא סאָף. ער איז פולקום געװען אי" 
בערגעגעבן דער זאך פון סאַציאליזם. ניט אומזיסט 
האָט ער געפּרוװוט אין איינעם פון זײַנע לעצטע 
ארטיקלען אונטערציען א מין סאכאקל, ניין, ניט 
פון זײַן לעבן און שעפערישער טעטיקײַט, -- פון 
דער ייִדישער סאַוועטישער ליטעראטור, פאר דער 
אנטוויקלונג פון ועלכער ער האָט אוויפיל אופ- 
געטאָן. מיט גרויס פּאטאָס האָט ער געשריבן: , דאָס 
ברויזנדע שעפערישע לעבן פון די ייִדן אין ראטן" 
פארבאנד האָט אַנגעפילט די ליטעראטור מיט גע 
שטאלטן פון ייִדן -- בויער, ייַדן -- קעמפער, יידן, 
װאָס לייזן קאָמפּליצירטע סאָציאלע, פּאַליטישע 
פּראָבלעמען, טרעגער, פון נײַע עטישע נאָרמעס". 

נוסינאָווס לעצטער ארטיקל איז געװידמעט 
שלוימע מיכאָעלסן. 

פון אָנהײיב אַן האָט מיכאַעלס אין זײַן טעא- 
טראלער טעטיקײַט פאַרגעשטעלט די גרויסע טרא" 
גיק פונעם ייִדישן פאָלק. נוסינאָו האָט עס געפונען 
שוין אין מיכאַעלסעס ערשטע ספּעקטאקלען. אינעם 
שאַלעם-אלייכעם-אָװנט (אופגעפירט אין נײַיאָר 
1) איז אופגעשטאנען , דער אפסנײַ אנטפּלעק- 
טער שאַלעם-אלייכעם -- דער ליריש-טראגישער". 
ס'איז געווען , דער אַנהייב פון אנטפּלעקן די ליי 
רישיטראגישע דערהױבנקײַט, װאָס איז געווען פאר- 
באָרגן אין דער גאנצער יִדישער קלאסיק. אין 
מענאכעם-מענדלען, שימעלע סאַראָקערן, אין פּע- 
רעצעס באדכן איז נאָך מער צו זען די טראגעדיע 
פונעם פאָלקס-מענטש, וועלכע האָט דערגרייכט די 
העכסטע פארקערפּערונג אין טעוויע דעם מילכיקן 
אין אינעם קיניג ליר. 

אין שעקספּירס טעקסט האָט מיכאַעלס בא 
זײַטיקט לירס באהויפּטונג ,ניטאָ אין דער װעלט 
קיין שולדיקע". , מיכאַעלסעס ליר קומט צו פאר'י 
שטיין זײַן אייגענע אמאָליקע שולד און מאַנט פאר 
איר בא זיך אליין", טעוויע גייט בא אים װײַטער, 
ער , פארשטייט, פארװאָס עס זײַנען אזוי באגרע- 
נעצט און צופרידן די גווירים, פארװאָס זײַנען 
אזוי טעמפּ זײַנע צארישע פארפאַלגער, נאָר ניט 
ער איז זיי מויכל, ער פאראכטעט זי", און װײַ 
טער שטרײַכט נוסינאָוו אונטער: ,דער ברענענדי" 
קער האס צו מענטשלעכן אומגליק און צו די 
אלע, װאָס זײַנען אים גוירעם, און די ליבע צום 
שיינעם מענטשן האָט מיכאָעלס אויסגעדריקט אין 
דעם גאנצן קאַמפּלעקס , טעוויע און זײַנע טעכטער". 

עפשער האָבן די דאָזיקע געדאנקען װעגן דער 
טראגיק פון מיכאָעלסעס סצענישע העלדן גע 
האַלפן נוסינאָװון איבערצוטראָגן זײַן אייגענע שרעק- 
לעכע לאגע, װען ער האָט זיך געמאטערט אין 
קאמער. 


אין עפשער האָט ער זיך דערמאָנט װעגן זי 
נע אייגענע געדאנקען ארום הוגאָס ראָמאן ,דער 


143 


דרײַאונײַנציקסטער". אין דעם ראָמאן האָט דער 
פראנצויזישער שרײַבער קעגנגעשטעלט צוֵיי פּאָ 
ליטישע סיסטעמען: די אראָפּגעשלײַדערטע מאָי 
נארכיע, וועלכע האָט זיך נאָך ניט אונטערגעגעבן, 
און די רעפּובליק, וועלכע האָט נאָך געפירט פארבי" 
טערטע שלאכטן פאר איר עקויסטענץ, דעם מאָנאר- 
כישן פּרינציפּ ווארפט הוגאָ אנטשיײדנדיק אָבֿ, 
ס'איז דער אַוואר, װאָס איז פארמישפּעט אף אומ" 
קום. די צוקונפט איז פאר דער רעפּובליק, נאָר 
הוגאָ שטעלט קעגן צוויי מינים פון א רעפּובליק. 
די רעפּובליק פון טעראָר: זי וייסט בלין אין 
מיטל צו גויװוער זײַן אירע קעגנער -- די גיליאָ 
טינע, און די רעפּובליק פון בארעמהארציקײַט, ווע" 
מענס פּרינציפּ איז דער פארנונפט, הומאנישקײַט 
אפילע בענעגייע די סאָנים. איניינעם מיט הונאַ 
האָט דער סאָוועטישער פאָרשער געהאלטן, אז די 
רעפּובליק איז א מער הומאנישע סאַציאלע סיסטעם 
איידער די בארבארישע מאָנארכיע, דעריבער מעג 
מען אָנעמען אלע מיטלען, בעסויכעם אויך טעראָר, 


קעדיי זי צו פארניכטן. אָבער נוסינאָוו קריטיקירט 
דעם פראנצויזישן ראָמאניסט און זײַנע אָנהענגער 
פאר זייער שטעללונג, אז בארעמהארציקײַט קאָן 
מען דערלאָזן בלויז נאָך דעם, װען עס װעלן זיך 
פארענדיקן די שלאכטן. 

און אָט האָט ער זיך פּאָנעם-עלפּאָנעם בא- 
געגנט מיט א נײַער סיסטעם פון טעראָר, וועלכע 
מע קאָן בעשום-אויפן ניט בארעכטיקן, מיט דער 
סיסטעם פון סטאלינישן טעראָר. אז מע װעט קױ 
מען צו א גרוילעכן טעראָר אין דער סאַציאליסטי"- 
שער געזעלשאפט, האָט ער קײנמאָל ניט געטראכט, 
ער האָט דאָך געהאלטן, אז די רעפּובליק פון דער 
צוקונפט װעט זײַן א רעפּובליק פון מענטשלעכ- 
קײַט. דעם גלויבן אין אן עכטער הומאניסטישער 
סאַציאליסטישער רעפּובליק איז ער געוען טרײַ 
ביזן לעצטן אָטעם, און דערפאר איז נייטיק צו 
דערמאָנען זײַן קאָמפּליצירטן און באלערעװדיקן 
אידײייַש-שעפערישן וװעג, וועלכער האָט זיך אזי 
אומזיניק טראגיש איבערגעריסן. 


פאָטאַיכראַניק 


מיטן נאָמען פונעם אוראלטן ייִדישן מוזיקאלישן אינסטרומענט -- קינאָר -- איז אָנגערופן געװאָרן 
דער ריגער קינדערשער פאָלקלאָריאנסאמבל. 
באזונדערס ווארעם נעמט מען אוף דעם נײַעם זעלבסטעטיקן קאָלעקטיוו אף די 
גיײען דורך אונטער דער עגידע פון דער לעטלענדישער געזעלשאפט פון ייִדישער קולטור. 


קאָנצערטן, װאָס 


9--148 


איסאק באבעל. עשװאָס וועגן דער געשיכטע פון זײַנע לעצטע ווערק 


מאַסקװע. 1939. 15 מײַ. אין איסאק בא 

בעלס דירע גייט אן אונטערזוכונג אין דער אָנ 
װעזנהײַט פון זײַן װײַב -- אנטאָנינא ניקאָלײַעװנא 
פּיראָזשקאָווא. געוויינלעך, קוקט מען דורך די בי" 
כער, קסאוויאדן, בריוו. פאָטאָגראפיעס לייגט מען 
אָפּ אין א זײַט. אין א שאָ ארום פאָרט ארויס דער 
אװטאָמאָביל איניינעם מיט דעם שרײַבערס װײַב 
קיין פּערעדעלקינאָ (הינטער מאָסקװע), װוּ באבעל 
האָט אין יענע טעג געארבעט איבער א קינאָיסצע- 
נארי וועגן מאקסים גאָרקין. אין אָט דעם טאָג האָט 
ער געווארט, עס זאָל קומען צו אים דער רעזשי" 
סער מארק דאָנסקאַי. 

די אונטערזוכונג װערט פאַרגעזעצט אין פַּע- 
רעדעלקינאָ. װידער, װי געװיינלעך, קוקט מען 
דורך די ביכער, קסאוויאדן, בריוו. פאָטאָגראפיעס 
לייגט מען אָפּ אין א זײַט... 

די יעדיע וועגן באבעלס ארעסט איז אין איין 
אױגנבליק באװוסט געװאָרן אין דעם שרײַבער- 
שטעטל פּערעדעלקינאָ. באבעלס באגעגעניש מיט 
דאָנסקאָיען איז ניט פאָרגעקומען. 

דעם 27 יאנוואר 1940 האָט מען דעם גרויסן 
סאָװעטישן שריפטשטעלער צעשאָסן. 

אין פערצן יאָר ארום, דעם 18 דעקאנער 
4, האָט אים רעאביליטירט נאָכן טוט די מיי 
ליטערישע קאָלעגיע פונעם העכסטן געריכט פון 
פססר, 

דער גוירל פון די ,ארעסטירטע" קסאויאדן 
איז אונדז דערװײַל ניט באװוּסט. און צוגענומען 
האָט מען, לויט די דערינערונגען פונעם שרײַבערס 
אלמאַנע, גאנצע פינף פּאפּקעס. װוּ האָט מען צע- 
שאָסן באבעלן? װוּ איז זײַן קייווער? קיין ענטפער 
אף אָט די פראגעס זײַנען דערװײַל ניטאָ. װאָס איז 
שײַעך זײַנע װערק, װאָס האָבן געדארפט דערשיי- 
נען אין דער נאַענטסטער צײַט נאָכן ארעסט, װעלן 
מיר דאָ דערציילן אייניקע דעטאלן. 


אין 1964 האָט דער באװוסטער עסטראדע. 
זינגער לעאָניד אוטיאָסאָוו פובליקירט א ציקל פאר- 
פאסטע מיניאטיורן , מײַן אָדעס". אין דער האקדאַי 
מע לייענען מיר: ,ארבעטנדיק איבער דעם קסאװ- 
יאד, האָט דער אװטאָר געפונען אין זײַן היימישן 
ארכיוו ‏ אן עכט אינטערעסאנטן דאַקימענט -- די 
האקדאָמע צו זײַן בוך ,שריפטן פון אן אקטיאָר", 
וועלכע ס'האָט אָנגעשריבן אין 1939 זײַן לאנדס. 
מאן און פרײַנט אי. באבעל. פארן דערשײַנען פו" 


נעם בוך, אין צוזאמענהאנג מיט אי. באבעלס 
ארעסט, האָט מען די האקדאָמע ארויסגענומען.." 

לעאַניד אוטיאָסאָװס בוך האָט געגרײט צום 
דרוק פאביאן אבראמאָוויטש גארין (געב. 1895, 
מיטגליד פונעם שרײַבער-פארבאנד פון פססר). 
וועגן יענער צײַט דערמאַנט ער זיך אין זײַנע מע- 
מוארן , איין אליין מיט דער פארגאנגענהײַט", װעל- 
כע ער האָט געשריבן אין אָנהײב פון די 60'ער 
יאָרן. מיט פ. א. גארינס דערלויבעניש ברענג איך 
דאַ קורצע פראגמענטן פון די זיכרוינעס: 

..ן איך װעל זיך אומקערן צו דער טעמע. 
ארבעטן איז געוען זייער און זייער שװער -- 
כ'בין געווען איבערגעלאָדן מיט רעפּעטיציעס, עס 
איז געגאנגען א רעמאַנט פון דער דירע. אָבער 
דאָס סאמע ויכטיקסטע -- די לאָגע איז געװען 
א שרעקלעכע, יעדן טאָג זײַנען פאָרגעקומען 
ארעסטן. וויפל מאָל איז אויסגעקומען איבערמאכן 
דעם קסאוויאד, ארויסווארפן אף א סאך זײַטן די 
נעמען פון נײַע ,סאָנים פון פאָלק". 

די ארבעט איז געגאנגען מיט א סקריפּ, אָבער 
פונדעסטוועגן איז זי פאָרגעזעצט געװאָרן. מיר 
האָבן געארבעט בלינדערהייט. אונדז האָט זיך 
אויסגעוויזן, אז ניט הײַנט, איז מאָרגן װעט מען 
אונדז אויך ארעסטירן. נאָר ס'האָט אונדן אָפַּגע- 
גליקט. 

אין איינעם א טאָג האָט אוטיאָסאָװ מיר גע- 
זאָגט: ,אלע אונדזערע שרעק װאָלטן פארבײַ, וען 
מיכאיל קאָלצאָװו זאָל אָנשרײַבן א האקדאָמע. , דאָס 
אי אױסגעשלאָסן, -- האָט אוטיאָסאָו ‏ געענט- 
פערט, -- ער װעט ניט אָנשרײַבן כאָטשבי דער 
פאר, װײַל ער אין א מיטגליד פון דער רעדקאַ 
לעגיע פון דער , פּראוודא". -- ,נו, איז זאָל זײַן באד 
בעל". -- ,אָט דאָס איז א געדאנל!" 

..באבעל האָט געגעבן זײַן האסקאַמע, און דאן 
האָבן זיך אָנגעהױבן מײַנע אָפּקומענישן. מיר האָבן 
מיט אים געפירט לאנגע שמועסן װעגן כאראקטער 
פון דעם קינפטיקן בוך. איך האָב אים דערציילט 
דעם אינהאלט און אפילע געלײיענט אים די ערשי 
טע קאפּיטלען. נאָך דעם, װי ער האָט אליין זי 
איבערגעלייענט, האָט ער געזאָגט: ,דאָס איז א 
פּרעכטיק הישטאפּכעסי:האנעפעש פון א טאלאנט- 
פולן טײַװל. אזא איז די בוכשטעבלעכע אַפּשא- 
צונג, פון וועלכער אוטיאָסאָו איז געװוען אנציקט, 
ווען איך האָב אים װעגן דעם דערציילט. 

אין מעשעך פון עטלעכע כאדאָשים האָט בא 
בעל צוגעזאָגט געבן די האקדאָמע אָט מיטואָך, 


149 


אָט פרײַטיק, אָט מאָנטיק. איך האָב שוין פארלוירן 
יעדע האַפענונג. (,דער אװטאָר דריקט איס א 
הארציקן דאנק זײַן פרײַנט פ. א. גארין, וועלכער 
האָט מיט גרויסער ליבע און אופמערקזאמקײַט סיס- 
טעמאטיזירט און ליטעראריש אױספאָרמירט די דאָ- 
זיקע נאָטיצן'). (אוטיאָסאָוו ל. נאָטיצן פון אן אק- 
טיאָר. מ. -- ל,, ,איסקוסטװאָ'. 1939 -- או. ס). 

איינמאָל האָט זיך מיר אײַנגעגעבן פּױעלן בא 
באבעלן, ער זאָל צופאָרן צו אוטיאָסאָװן. מיר ביי" 
דע, איך און אוטיאָסאָו, זײַנען צו אים געקומען 
אין װאָראָנצאָװאָ פּאָליע און אוועקגעפירט אים אף 
קראסנאַָסעלסקאיא און נאָך א האלבשאָעדיקן 
שמועס אף פארשיידענע טעמעס איבערגעלאָזט 
אים איינעם אליין אין דער פּוסטער דירע מיט א 
בויגן פּאפּיר און א בלײַער. אומקערנדיק זיך אין 
דרײַ שאָ ארום, האָבן מיר אים געטראָפן שטיין 
פארטראכט לעם פענצטער: ער האָט געקוקט אף 
דער מעטראָיסטאנציע און א פארלױרענער גע" 
שמייכלט: 

-- עס באקומט זיך גאָרנישט ניט. האָט אף 
מיר קיין פאריבל ניט... 

די האָפענונג אף א האקדאָמע איז פארשוונדן. 
אָבער טיף אין הארצן האָב איך מיט דעם ניט גע 
קאַנט שאָלעם מאכן. 

ס'איז געקומען דער פרילינג פונעם 1939 יאָר. 
איך ‏ פלעג וידער אָפט זײַן בא מאבעלן. אײנמאָל 
האָב איך אים דערציילט, אז אוטיאָסאָװו איז ארײַן- 
געפאלן אין א מאָרעשכוירע (די צײַטן זײַנען דאָך 
שוערע!) און נאָר די האקדאָמע װאָלט אים גע 
לאָזט אופלעבן. 

-- איך בין ניט קיין דאָקטער, -- האָט באבעל 
זיך צעלאכט. -- אָבער איך קאָן אײַך דערפרייען: 
איך האָב אלץ דורכגעטראכט, און אין א װאָך ארום 
וועט די האקדאָמע זײַן פארטיק. 

פּונקט אין א װאָך ארום קום איך צו פאָרן אין 
דעם באשטימטן טאָג. און, אַ -- א נעס! באבעל 
גיט מיר די האקדאַמע (דאָס איז געווען אין מארט 
9, דעם פיטן אפּרעל איז דער בוך אונטערגע- 
שריבן געװאָרן צום דרוק). איך בין געוען אזי 
צופרידן און גליקלעך, אז, געזעגענענדיק זיך מיט 
באבעלן, האָב איך אים ארומגענומען און געגעבן 
א קוש. צי דען האָב איך דאן געקאָנט ויסן, אז 
איך זע אים דאָס לעצטע מאָל? 

דער אָריגינאל פון דער האקדאָמע איז געבליבן 
בא מיר (ער איז פארפאלן געװאָרן אין די מילכאָי 
מע-יאָרן. אין ל. אוטיאָסאָווס ארכיוו האָט זיך פאר. 
היט איין עקזעמפּליאר, אָפּגעדרוקט אף א מאשין- 
קע, מיט דעם רעדאקטאָרס אָנמערקונגען. -- או. ס). 
באבעלס האקדאַמע איז אויסגענומען געװאָרן, און 
מע האָט אויסגעזעצט א נײַעם טעקסט --,פונעם 
אװטאָר". אײינצײַטיק האָט מען אפסנײַ אויסגעזעצט 
די 11יטע און 12-טע זײַטן, װוּ עס ווערט דערמאַנט 
באבעלס נאָמען". 


אין די דרײַסיקער יאָרן האָט מען אין מאָסקװע 
ארויסגעגעבן אף רוסיש, דײַטש, ענגליש און פראן- 
צויזיש אן איליוסטרירטן כוידעש-זשורנאל 4066060 
2:ס ג:1 (,פססר אף דער בווּנג'). אין דער 
רעדקאָלעגיע זײַנען געווען פאָרגעשטעלט: מ. גאָר- 


1416 


קי, א. יענוקידזע, מ. קאָלצאָװ, ג. פּיאטאקאָװ 
(פאראנטוו. סעקרעטאר), ס. אוריצַקי אא. דער 
הויפּט-רעדאקטאָר איזן געװען יע. ס. יעזשאָוא 


(גקאדון-כאיוטינא). צו דעם אױספאַרמירונג פונעם 
זשורנאל פלעג מען צוציִען די בעסטע קינסטלער. 
אָפט האָבן די נומערן געגרייט ל. און ס. ליסיצקי, 
וו. א. פאװאָרסקי, ס. ב. טעלינגאטער, װו. כאָדאסע- 
וויטש, א. גאַנטשאראָװו. די דיַאָראמעס פלעגט מען 
געוויינלעך באופטראָגן צו מאכן ז. פּ. דיינעקאן. 
פון די פאַטאַקאָרעספּאַנדענטן װעל איך אָנרופן 
מ. אלפּערטן, ג. פּעטרוסאָװן, יא. כאליפּן, ס. פריך- 
ליאנדן. װי געוויינלעך, האָבן די קאַנקרעטע נומערן 
געגרייט באװוּסטע פּאַעטן און פּראַזאיקער צוזאמען 
מיט איינעם אָדער צוויי מיטהעלפער. צװישן די, 
וועלכע האָבן סטיליסטיש רעדאגירט די מאטעריאלן 
און וועמענס נאָמען עס שטיען אף דער הילע, 
זײַנען געווען א. פאדייעוו, על-רעגיסטאן, ל. ניקו- 
לין, פּ. פּאװלענקאָ. געװויינלעך איז יעדער נומער 
געווען געווידמעט איין טעמע. אזוי, צום בײַשפּיל, 
איז דער נומ. 8 פארן 1935 געװוידמעט דער מעט- 
ראָ, און געגרייט האָט אים װיקטאָר שקלאָווסקי. 
דעם צוועלפטן נומער, וועמענס זײַטן זײַנען אָפּגע- 
געבן געװאָרן די פּאראשוטיסטן, האָט צוגעגרייט 
לעוו קאסיל, 

אקטיוו און מיט כיישעק האָט מיטגעארבעט 
אין גאָרקיס זשורנאל איסאק באבעל. יע. יעזשאָווא 
האָט זייער הויך געשעצט דעם שרײַבערס אָנטײל 
אין דער ארבעט. מע דארף אָפּמערקן, אז דעם 
זעלבסטמאַרד (זי האָט אָנגענומען סאם) איז זי בא 
גאנגען דאן, װען איר מאן האָט נאָך געהאט די 
פולע מאכט, אָבער איר זעלבסט, װי עס האָט זיך 
אָפּגערופן אף איר טויט באבעל, איז שוין דערגאן 
ביז צו דער לעבער, װײַל זי האָט װעגן א סאך 
זאכן זיך אָנגעשטױסן אָדער געװוּסט. 

..אין 1936 איז אפן טאַװל פונעם דריטן נו" 
מער פון דעם זשורנאל געווען אָנגעצײכנט: ,איבער 
די קאָלװירטן פון דער קיעװוער געגנט, אוקראיני- 
שע ססר. פּלאן און טעקסט -- אי. ע. באבעל"". 
אױסגעפאָרמירט דעם נומער האָט װ. א. פאװאָרסקי. 

אין 1937 האָט מען באבעלן געבעטן צוגרייטן 
דעם פערטן נומער פאר אָט דעם יאָר. אפן טאַװל 
איז געווען אָנגעװיזן, אז ,דער נומער איז געויד- 
מעט דעם לעבן און דער שאפונג פונעם גרויסן 
פּראָלעטארישן שרײַבער מ. גאָרקי. פּלאן, הױפּט- 
ארטיקל און מאָנטאזש פונעם טעקסט -- אי. בא" 
בעל". אינעם נומער זײַנען געווען פארעפנטלעכט 
די פאַטאַגראפיעס פון מיכאיל קאָלצאָװון און אנדרע 
מאלראָ אין דעם טאָג, ווען זי האָבן איניינעם מיט 
באבעלן באזוכט מ. גאָרקין אין טעסעלי (מארט, 
6. 

נאָך באבעלס ארעסט, אין יון 1939, איז דער- 
שינען דער זעקסטער נומער פון ,פססר אף דער 
בויונג". ער איז געווען געווידמעט דער בארימטער 
אין יענע יאָרן דינאסטיע פון מעטאלורגן -- די קאַ- 
ראָבאָווס. דער עלטסטער פון זיי, דער אָבערמײַס- 
טער פונעם מאקיעװװער מעטאלרגישן זאװאָד 
איוואן גריגאָריעװיטש קאָראָבאָו, זײַנע דרײַ זין 
און די טאָכטער זײַנען דאן געווען גוט באװוסט. 

אפן טאָװל זײַנען, װי געװינלעך, אָנגעװיזן 


אי. נאבע? 


די געשיכטפ 
פוג מײַג טויבנשלאק 


געװאָרן די אָנטײלנעמער און דעם נומער: פּאָטאָ 
גראפן, קינסטלער אא. דעם נאָמען פונעם פאראנט- 
װאָרטלעכן סטיל-רעדאקטאָר האָט מען ניט דער 
מאָנט. מיר איז געלונגען פעסטצושטעלן, אז דעם 
נומער פונעם זשורנאל, וועלכער איז געווען געוויד- 
מעט די קאָראָבאָוס, האָט צוגעגרייט באבעל, און 
װײַל ער איז ארעסטירט געװאָרן, האָט מען זײַן 
נאָמען ניט אָנגעװיזן. באבעלס געהילף איז געווען 
דער קומענדיקער רוסישער פּראַזע-שרײַבער וואדים 
קאַזשעװניקאָװו, וועלכער האָט גוט געװוּסט די מיש- 
פּאָכע מעטאלורגן -- זײַן װײַב איז געװען קאָראַד 
באָװוס טאָכטער, די אקטריסע ק. אי. קאָראָבאָווא. 
זי האָט געשפּילט די ראָל פון נאטאשען אין די 
קינאָפילמען , לענין אין אָקטיאבער" און ,לענין 
אין 1918". 

אין זײַנעם א שמועס מיט מיר, דעם 30:טן 
אונוסט 1980, האָט וואדים מיכײַלאָװיטש קאַ- 
זשעװניקאָוו געזאָגט: ,באבעל האָט מיך בעשאס 
דער ארבעט געלערנט, ויאזוי מע דארף קאַנצענט- 
רירן א פראזע". און, פארשטייט זיך, װעגן דעם, 
װי סאיז געגאנגען די ארבעט איבערן נומער פו" 
נעם זשורנאל, געדענקט גוט באבעלס װײַב-- 
א. נ. פּיראָזשקאָווא. 

צום ערשטן מאָל האָט באבעל זיך באגעגנט 
מיט אי. ג. קאָראָבאָװון אין דעקאבער 1935, וען 
ער איז געווען אפן ,צונויפלי" פון מעטאלורגן אין 
דאָנבאס. אין מאקייעווקע האָט באבעל געזען דעם 
פריילעכן איוואן גריגאָריעװיטשן בייס דער ארבעט, 
געהערט זײַנע געשיכטעס ועגן די זין. דאָרט טא- 
קע האָט באבעל זיך געטיילט מיט ירי אַלעשאן, 
ויאזוי ער װעט אָנהײיבן די פארצייכענונג װעגן 
די קאָראָבאָװוס. איינער פון אי. ג. קאַראָבאָװוס זין -- 
אי. אי. קאָראָבאָוו האָט פארגעדענקט באבעלן אין 
זײַן העלן קאָסטיום, אין א קעפּי מיט אן אופגע- 
הובענעם אַקאָלישעק, װי אף די היטלען בא די 
קאזאקן. ער האָט אויך פארגעדענקט, ויָאזוי באר 
בעל איניינעם מיט דירעקטאָר פונעם זאװאָד ג. װ. 


גווארפיא האָבן געשמועסט מיט זײַן פאָטער אין 
דאָמנעיצעך. 

דער דערשינענער אין זן זשורנאל װעגן דער 
מישפּאַכע קאָראָבאָוו איז געווען די לעצטע ארבעט, 
וועלכע איז ארויס פון דרוק בא איסאק באבעלס 
לעבן. ארויס איז ער, װי איך האָב שוין אָנגעװיזן, 
אנאַנים. 


ס'איז זעלבסטפארשטענדלעך, ‏ אז באבעלס 
וערק האָבן אין 1939 יאָר געקאָנט ארויסגיין 
בלויז ביזן 15-טן מײַ, דה. ביז זײַן ארעסט. און 
וי שטארק איז געװען מײַן פארווונדערונג, וען 
איך האָב אין קאטאלאָג פון די נאציאָנאלע ליטע- 
ראטורן פון די פעלקער פון פססר אין דער מעל" 
כישער לענין-ביבליאָטעק געפונען א קארטל, װוּ 
עס איז געווען אָנגעוװויזן, אז אין 1939 האָט דער 
פארלאג ,דער עמעס" ארויסגעגעבן אף ייִדיש בא- 
בעלס אװטאָביָאָנגראפישע נאָוװועלע ,די געשיכטע 
פון מײַן טויבנשלאק"! סאיז ניט געווען קיין שום 
סאָפעק, אז דער בוך האָט געקענט דערשײַנען ביזן 
5 מײַ. אָבער די ביכער-צײַטשריפט (ה2אנע )41 
עמסעחסחסת) פארן יאָר 139 האָט אינפאָרמירט 
אנדערש. אינעם קארטל איז אָנגעװויזן געװאָרן, אז 
דער בוך איז ארויס פון דרוק דעם 18 -- 20 ין 
9, דה. קימאט אין א כידעש ארום נאָכן 
ארעסט! באקאנענדיק זיך מיטן עקזעמפליאר אין 
פיליאל פון דער לענין ביבליַאָטעק אין כימקי, האָב 
איך פעסטגעשטעלט, אז די איבערזעצונג איז גע" 
ווען אָפּגעגעבן אין זאץ דעם 10-טן מארט און איז 
אונטערגעשריבן געװאָרן צום דרוק א װאָך פארן 
ארעסט -- דעם 8-טן מײַ 19239. דאָס קליינע בי" 
כעלע איז, װײַזט אויס, אין איין אױיגנבליק אָפּנץ- 
דרוקט געװאָרן אין דער פאבריק פונעם נאציאָנאלן 
בוך. 

ס'איז מיר געלונגען צו געפינען נאָך צװיי 
עקזעמפליארן אין דער מעלוכישער ביבליאָטעק אף 
מ. יע. סאלטיקאָווישטשעדרינס נאָמען (לענינגראד). 
איך מיין, אז די ביכלעך, וועלכע האָבן זיך פאר" 
היט, זײַנען די אָבליעאטאָרישע עקזעמפליארן, װעל- 
כע ס'האָבן באקומען די גרויסע ביבליַאָטעקן. װאָס 
איז שײַעך דעם גאנצן טיראזש, האָט מען אים אין 
פארקויף ניט געלאָזט. 

דער איבערזעצער פון דער דערציילונג (זי איז 
געווען געווידמעט גאָרקין, וועלכער האָט זי דאנק" 
באר אופגענומען) איז געווען דער זעקסאוןצוואנ" 
ציקיאָריקער, װײיניק אין יענע יאָרן באװוּסטער ייִדי" 
שער פּאָעט עמאניל קאזאקעוויטש, דער קינפטי" 
קער אװוטאָר פון די ביכער ,דער שטערן", ,א בא- 
געגעניש באם אָדער" אא. 

אלס טעכנישער רעדאקטאָר פונעם בוך איז 
אַנגעװיזן ק. פּאָטאשניק. מיר איז געלונגען זי צו 
געפינען און אױסקלאָרן אייניקע פּראָטים. קלארע 
פּאָטאשניק האָט אין פארלאג ,דער עמעס" רעדא" 
גירט ביכעלעך, וועלכע פלעגן דערשײַנען אין דער 
סעריע ,מאס-ביבליאָטעק". אין דער דאָזיקער סע" 
ריע איז ארויסגעגעבן געװאָרן ע. קאזאקעוויטשעס 
איבערזעצונג. קלארע פּאָטאשניק געדענקט גוט 
דעם יונגן דיכטער, וועלכער, װי זי דערמאָנט זיך, 
פלעג אין יענע טעג געװויינלעך ארײַנקומען אין 


117 


פארלאג איניינעם מיט פּערעץ מארקישן און ארן 
ווערגעליסן, 

רעדאגירט האָט די איבערזעצונג טעוויע גען. 
אין א שמעס מיט אים האָב איך זיך דערװוּסט, אז 
ער האָט אָנגעהױבן ארבעטן אין פארלאג אין 1933 
נאָכן פארענדיקן די ייִדישע אָפּטײלונג פון ליטע- 
ראטור און שפּראך באם מאָסקװער פּעדאנאָגישן 
אינסטיטוט. די סעריע ,מאסן-ביבליאָטעק" געדענקט 
ער גוט. ער האָט פאר איר איבערגעזעצט אף ייִדיש 
א. פּ. טשעכאָװס ,דושענקא', ל. נ. טאָלסטאָיס 
,נאָכן באל". סײַ קלארע פּאָטאשניק, סײַ טעוויע 
גען היטן אָפּ אין זייערע היימישע ביבליאָטעקן די 
דאָזיקע סעריע. אָבער, צוליב באװוּסטע סיבעס, 
איז בא ביידן, ,די געשיכטע פון מײַן טויבנשלאק" 
אין ע. קאזאקעוויטשעס איבערזעצונג ניט פאראן. 


נאָך א לעבעדיקער, נאָך ניט ביז צום סאָף אן 
אונטערגעבראָכענער, בייס דער אױספאָרשונג האָט 
באבעל געשריבן מעלדונגען, אין וועלכע ער האָט 
זיך אָפּגעזאָגט פון די פריַערדיקע, ארויסגעריסענע 
דורך פּײַניקונגען באװײַזן. אין יענע טראנישע פאר 
אים טעג האָט ער, פארשטייט זיך, גאָרנישט ניט 
געװוּסט וועגן דעם גוירל פון זײַן האקדאָמע צו 
ל. אוטיאָסאָװוס בוך. אין מארט 1979, אין א 
שמועס מיטן אװטאָר פון די דאָזיקע שורעס, האָט 


דער װײַסרוסישער שרײַבער וואסיל ביקאָוו טרעט 


לעאָניד אָסיפּאָװיטש אוטיאָסאָוו דערציילט, אז נאָך 
באבעלס ארעסט האָט ער דערפילט, אז ,די סנא- 
ריאדן פאלן שוין נאָענט, זייער נאָענט". און דאן 
האָט ער פארניכטעט אלע באבעלס בריוו, פאַטאָי 
גראפיעס און זײַנע דאנקבארע אופשריפטן. דער 
פאָרגעפיל האָט אים ניט אָפּגענארט. און ניט נאָר 
אים. 

איסאק באבעל האָט אויך ניט געקאָנט װיסן 
וועגן דעם, אז דער יוױנומער פון ,פססר אף דער 
בויונג" פארן 1939 איז דערשינען אָן זײַן נאַמען, 
און, פון דער צווייטער זײַט, אז עס איז דערשינען 
אף ייִדיש, שוין נאָך זײַן ארעסט, די דערציילונג 
,די געשיכטע פון מײַן טויבנשלאק". 

נאָכן שרײַבערס ארעסט האָט מען געמאָלדן 
א. נ. פּיראַזשקאַװען, אז אין דער פארוואלטונג 
פאר אָפּהיטן די אװטאָררעכט פון שרײַבער איז אף 
אי. ע. באבעלס נאָמען אָנגעקומען א געוויסע סו" 
מע געלט. סקאָן זײַן, א דאָס איז געװען דער 
האָנאָראר פאר די אָנגערופענע װערק. באקומען 
שריפטלעכע אַרעװ-צײַגענישן פון װו. קאטײַעװן און 
ש. מיכאַעלסן, אז זי איז באבעלס װײַב און זײַן 
יוירעש, איז אנטאָנינא ניקאָלײַעװונא אװועק באקו- 
מען דאָס געלט, אָבער עמעצער האָט שוין געגעבן 
א קאָמאנדע, און זי האָט זיך אומגעקערט מיט לֵיי 
דיקע הענט. 


אושער ספּעקטאַר 


פאַטאַ-כראניק 


ארויס אפן טרויערימיטינג אין מינסק, 


געווידמעט די קדוישים פון מינסקער געטאָ. 


פאַטאַ--יע זילבערגלײט 


קויצע" רעטעמ 


ר די דעד טע א אי 


שעפערישע רײַכקײַט 


כאיִם מעלאמודס בוך 
שטייט פון צוויי טיילן; , אומפארגעסלעכע דערציי-י 
לונגען? און ,דערציילונגען וועגן שרײַבער". דאָס 
זײַנען פארשיידענע זשאנרען: קינסטלערישע פּראָזע 
און עסייען וועגן דער שאפונג פון הײַנטצײַטיקע 
ייִדישע שרײַבער. 


,אומפארגעסלעכס"? בא- 


אין ערשטן טייל קערט אונדז אום דער אװטאָר 
צו דער פּאָטערלענדישער מילכאָמע, אין מעשעך 
פון וועלכער אונדזער לאנד האָט פארן ניצאָכן אי- 
בער דעם דײַטשישיפאשיסטישן סוינע באצאָלט די 
העכסטע פּרײַז--20 מיליאָן מענטשלעכע לעבנס. 
באזונדערס שוידערהאפטיק איז געװען דער גױירל 
פון דער ייִדישער באפעלקערונג, וועלכע איז צום 
ערשטן מאָל אין דער לאנגדויערנדיקער היסטאָריע 
פון דער מענטשהײַט פארמישפּעט געװאָרן צו טאַ- 
טאלער פארניכטונג אין די באדינגונגען פון ליידן, 
פאר וועלכע דאָס מענטשלעכע לאָשן פארמאָגט ניט 
קיין פּאסיקן אויסדרוק. 

אין נאָכמילכאָמע-פּעריאָד אין די קינסטלערישע 


ליטעראטור בארײַכערט געװאָרן מיט דערציילונגען, 
זיכרוינעס, ראָמאנען וועגן די דאָזיקע געשעענישן, 
זייער אינהאלט איז פילזײַטיק און פארשיידן אין אזא 
מאָס, אן עס קאָן זיך אױיסװײַזן: ס'איז שוין ניט 
געבליבן קיין אָרט פאר צוגאָבלעכע פּראָטים, פאר 
נײַע ראקורסן, פאר פרישע בילדער און אויסדרוקי 
פאָרמען. כאיִם מעלאמוד און אונדזערע שרײַבער 
פון זײַן דאָר באװײַזן, אז דאָס איז ניט אזוי. 

זײַנע ,אומפארגעסלעכע דערציילונגען" הייבן זיך 
אָן פון אן אלגעמיינער, אפן ערשטן קוק פנייטרא- 
לער" סקיצע, אין וועלכער מיר קאָנען לייענען צום 
סאָף אזא ארױסזאָג: א מענטש איז שטענדיק גע" 
נייגט צו זוכן אין א צוייטן דעם זיקאָרן בא זיך 
אליין". אין די ראמען פון דער דאָזיקער ניט איבע- 
ריקס קלאָרער סענטענץ שרײַבט מעלאמוד: .ער 
לעבט אין זיקאָרן ניט נאָר פון יענעם דאָר מיידלעך, 
וועלכע האָבן געטראָגן צו די אָקאָפּעס קריגלעך 
מילך, נאָר אויך אין זיקאָרן פון זייערע קינדער און 
אייניקלעך, פון די, װאָס טראָגן איצט האלדזטיכלעך 
און װער ס'וועט אינגיכן זיך זעצן צום רודער פון 
די טראקטאָרס און קאָמבײַנען און טאָן אלץ, אז 
קובאנער ווייץ זאָל געבן נאָך העכערע גערעטע- 
נישן". מע דארף זיך ניט װוּנדערן פון דעם, װאָס 
דער אװטאָר האָט דאָ ארײַנגעבראכט א לעפּאָנעם 
זײַטיקע סקיצע -- זי האָט איר טיפן זין פארן פאר- 
גלײַך צװישן דעם לעבעדיקן, פּילקאָליריקן לעבן, 
װאָס האָט געברויזט ערעוו דעם דײַטשיש-פאשיס- 
טישן אָנפאל, און דעם קאָשמאר, וועלכער איז גע" 
קומען דערנאָך. 


דער לייענער טראָגט זיך אריבער אין די פעוו" 
ראליטעג פונעם צויי-און-פערציקסטן. צוויי פּאָלי- 
צײַען האָבן אָנגעקלאפּט אין פענצטער פון דער 
שטוב, אין וועלכער סהאָט געווינט די ,געמישטע 
מישפּאָכע* -- דאנילקע און זײַן פרוי, די ייִדישקע 
אריסיע: 

-- הײַדא, אריסיע, טו זיך אָן, נעם דאָס מיידעלע 
און קום ארויס. 


אין שול איז געװען דער זאמלפּונקט פון דער 
פארורטיילטער ייִדישער באפעלקערונג. דער אװטאָר 
דערציילט: , אלע זײַנען געשטאנען האלבנאקעטע און 
באָרװעסע, און אלעמאָל האָט א דונער געטאָן א 
שיקערע קאָמאנדע: 


-- צוואנציק מענער ארויס! 
--- צוואנציק פרויען ארויס!" 
צווישן די צוואנציק פרויען איז געווען אויך ארי- 


149 


סיע. דער פראָסט האָט א שניט געטאָן, וי מיט א 
מעסער. דאנילע איז צוגעלאָפן צו אריסיען, גענומען 
דאָס קינד אף די הענט. פון דער שול צו די גריבער 
איז ניט געווען שטארק װײַט.. באָרװעסע איבערן 
אײַז זײַנען די אסירים אהין צוגעקומען. 

א פּאָליצײַ האָט געװאָלט ארױיסרײַסן בא דאנילען 
דאָס מיידעלע, ס'איז פאָרגעקומען א געשלעג, אן 
אומזיניקער און האָפענונגסלאָזער. און דער אװטאַר 
גיט צו: ,מע האָט טאקע שוין געדארפט זײַן א בי- 
סעלע גערירט, נאָר אזעלכע זײַנען געװען אלע, 
װאָס זײַנען געשטאנען אפן ראנד פון די גריבער". 
ווען דער פּאָליצײַ האָט געריסן דאָס קינד פון דאני- 
לעס הענט, האָט דאנילע דערלאנגט אים א קלאפּ 
מיטן גאנצן קויעך, און איז געפאלן א דערשאָסענער 
איניינעם מיטן קינד אין דער זעלבער גרוב, װוּ 
ס'איז געלעגן אריסיע. 

דער לייענער דארף זיך ניט אײַלן מיט אויספירן 
און נאָך װייניקער --מיט סאכאקלען. דאָס אױבנ- 
דערציילטע איז דאָך געווען פּראקטיש א מין האק- 
דאָמע, נאָך וועלכער דער אװטאָר האָט זיך אליין 
געדארפט שענקען א קורצן אָפּרו, קעדיי צו שטארקן 
זײַן הארץ פאר דער טעמע, װאָס טראָגט דעם נאַ- 
מען פונעם גאנצן װוערק --,אומפארגעסלעכס". דאָס 
דרינגט ארויס פון דעם, וי אויסערסט פארשיידן עס 
זײַנען געווען די טראגישע געשעענישן, וי אכזאַ- 
ריעסדיק זיי האָבן זיך אנטוויקלט אין גאנג פון דער 
מילכאָמע. אין דער דערציילונג ,ארום דעם אלטן 
בעסוילעם? זעען מיר די ערשטע בלוטיקע שריט 
פון דער דײַטשישיפאשיסטישער כײַע. דאָס בילד 
פון די גריבער, װוּהין מע ווארפט ארײַן צעשאַסענע 
און ניט ביזן סאָף דערשאָסענע מענטשן, איז געווען, 
אזוי צו זאָגן, , פּרימיטיוו?, מיר האָבן דאָס שוין גע- 
זען אין סענטיאבער 1941 אין באבי יאר און אין 
אנדערע ערטער. נאָר די מאשין פון פארטיליקונג 
האָט זיך געפונען אין פּראָצעס פון קעסיידערדיקער 
פארפולקומונג. און ניט נאָר דאָס -- די אומענדלעכע 
האריגעס פון גרויס און קליין האָט בא די ראַצכים 
צערייצט די בלוטן און די מענטשלעכע רעפּטיליַע 
האָט געזוכט און צוגעטראכט אלץ מער סאדיסטישע 
פאָרמען פון אומברענגען, וועלכע זײַנען געווען גרױי- 
זאמער פון אלץ, װאָס עס איז באװוסט אין דער 
געשיכטע פון דער מענטשהײַט. דאָס װערט דער- 
ציילט אין , אומפארגעסלעכס". דער אװטאָר שיל- 
דערט סצענעס פון ספּעציִעל צוגעטראכטע, פאר דעם 
מענטשן אומדערטרעגלעכע פּײַניקונגען, וועלכע 
ברענגען די קאָרבאָנעס צום ייִעשיגעדאנק, ,מע זאָל 
שוין גיכער שיסן, און זאָל נעמען א סאָף. 

אזוי איז אנטשטאנען אין ,אומפארגעסלעכס" די 
שילדערונג ,וויפל טויטן קאָן איבערלעבן א מענטש". 
עס רעדט זיך דאָ וועגן מאוטהאוזעןילאגער. מעלא- 
מוד וויל ניט, מע זאָל אים גלייבן אפן װאָרט, און 
ער דערציילט וועגן געשעענע פאקטן, וועלכע דארפן 
פארשריבן װוערן אף די טאָוולען פון דער געשיכטע, 
קעדיי עס זאָלן וויסן וועגן זי אלע קומענדיקע 
דוירעס. 

דער שרײַבער וייסט דעם סאָד פון ליכט און 
שאָטן אין קינסטלערישן געמעל, און ער ניצט עס 
דערפאָלגרײַך אויס. ער שרײַבט: 


190 


תא ריינער, א לױטערער פארצײַטיקער הימל, 
און א ביסעלע װײַטער --א וואלד, װאָס דערגרייכט 
ביזן הימל מיט די אייביקע גרינע יעלן. און די ערד! 
פון יענער זײַט לאגער איז די ערד גאָר אן אנדערע, 
א געוויינלעך ערדישער וועג... א וװועלדל פון רעכטס, 
רויזןדקוסטעס פון לינקס... מע קאָן פילן די אַפּי 
פרישנדיקע פײַכטקײַט, װאָס ציט זיך פונעם וועלדל, 
און די שארפע, שיקערנדיקע רייכעס פון די רויזן- 
קוסטעס. נאָר איצט.." 

איצט קומט דער שאָטן פונעם בילד, דאַס 
שלעכטס אין דער וװעלט, אין דער מענטשלעכער 
געזעלשאפט, פּינקטלעכער געזאָגט -- אין מענטשלעכן 
מין. קיין מאוטהאוזען האָט מען געבראכט א שטראַף- 
קאָמאנדע. די אסירים וייסן נאָך ניט, וווהין מע 
פירט זיי און װאָס עס באטײַט דאָס ברענגען זײי 
אהער. דער געהילף-ישעף פונעם לאגער, דער שטורמ- 
באנפיורער בארמײַער האָט עס געגעבן זיי צו פאר- 
שטיין אָן ווערטער. 


ער און זײַן הונט ,לאָרד? זײַנען געווען ענלעך 
איינער אפן צווייטן און איינער דעם אנדערן האָבן 
גוט פארשטאנען. ,אין יענעם גאנצפרי, -- שרײַבט 
מעלאמוד, -- האָט , לאָרד? זיך א װאָרף געטאָן אף 
איינעם, לוט זײַן אייגענעם אויסוואל, ארויסגעריסן 
אים פון דער ריי און פאר געציילטע סעקונדעס אים 
צעביסן און צעריסן?. בארמײַער איז געשטאנען וי 
פארקישעפט. ס'איז בא אים געווען דער גרעסטער 
פארגעניגן צו קוקן, וי זײַן ,לאָרד" פילט אויס זײַן 
,פליכט". 

די אסירים זײַנען צום ערשטן מאָל ארויס אף 
דער ארבעט. אייגנטלעך איז עס נישט געוען קין 
ארבעט, נאָר א מין פאנטאסמאגאָרישער אומזין, בע- 
שאס וועלכן דער ציל איז געווען דערפירן די קאָרי 
באָנעס צום טויט דורך די ליידן פון אן אָרגאניזירי 
טער אומגעלומפּערטער איזדיעקעניש. צוליב דעם 
זײַנען געגעבן געװאָרן אין געציילטע מינוטן און 
אפילע סעקונדעס פארשיידענע באפעלן: 

-- לויפן! 

-- לייגן זיך! 

--- פּױיזען! 

-- אופשטיין! 

דאָס זעלבע כאזערט זיך איבער אָן א שיר מאַל. 
דער אָטעם בא די פארורטיילטע קאָרבאָנעס איז שוין 
פּראקטיש פארלוירן, נאָר פאלן אָן א באפעל איז 
פארבאָטן, און הונדערטער אומגליקלעכע טשעפּען 
זיך אָן אװטאָמאטיש איינער אין אנדערן, קעדיי ניט 
צו פאלן און אזויארום פארגיכערן דעם אומפארמײַד- 
לעכן טויט. 


קאָן עס לאנג אויסהאלטן א מענטש? דעריבער 
איז ניט שװוער צו פארשטיין, אז די אסירים געפי- 
נען זיך אין א פּסיכישן צושטאנד, ווען אלץ ארום 
האָט װי אופגעהערט צו עקזיסטירן, און די גאנצע 
וועלט איז געװאָרן פינצטער און אויסגעלאָשן, יעדע- 
רער פון זיי ,האָט קוים געגלייבט, אז ער איז אמאַל 
א קינד געװען און אים האָט א מוטער געהאט.", 

נאָר דער אויסלייזנדיקער טויט איז נאָך ניט גע- 
קומען, און עס לאָזט זיך הערן א נײַע קאַמאנדע 
פון די עסעסאָווצעס: 

-- שנעלער, שנעלער! 


אזוי דערגרייכן זיי די שטינגרובנס מיט די 
הונדערט זעקס און אכציק טרעפּ. 

--- לויפן, לויפן! 

אף די טרעפּ דארפן די אסירים אראַפּלױפן אין 
איין אָטעם, כאפּן א שװוערן שטיין און מיט דער 
זעלבער גיכקײַט, מיטן שטיין אף די פּלײצעס לױיפן 
ארוף די הונדערט זעקס און אכציק טרעפּ--ניט 
אומזיסט האָט מען עס גערופן, טויטילייטער? 

איז דאָס שוין אלץ? ניין. פון אויבן פליט אראַפּ 
א לאגערניק, א ,פּאראשוטיסט", וועלכן די עסעסאַװ- 
צעס האָבן--אלס שטראָף אָדער פּאָשעט צוליב 
פארװײַלונג -- אראָפּגעשטױױסן. דער קאָרבן איז גע- 
פלויגן אף דעם טױטילייטער מײַסע פּאראשוטיסט 
איבער די שפּיציקע שטיינער און אומעטום איבער- 
געלאָזט א ביסל בלוט, 

וי דער טויט זאָל ניט זײַן געװוונטשן אין לעצטן 
סאכאקל, װוערט ער אָפּגעװאָרפן אינסטינקטיוו, ווען 
ער קאָן פּאסירן טייקעף, אין געציילטע מינוטן. דער- 
פאר טאקע האָבן די לאגעריקאַרבאַנעס אָפּגעהאלטן 
זייערע נאָענטסטע כאוויירים און זיך אליין פון פאלן, 
װײַל דאָס האָט באטײַט די סאקאָנע פון געטייט 
ווערן. מעלאמוד שטרײַכט אונטער דעם געדאנקענ- 
גאנג פון די אסירים: ,וי ס'זאָל זיך דיר ניט װעלן 
זאָגן צו זיך אליין, אז דו קאָנסט מער ניט, זאָלסטו 
אָנשרײַען אף זיך: .דו קאָנסט!", װײַל דו טאָרסט 
ניט ווערן א זעלבסטמערדער". אָבער דער טענדענץ 
אומבאדינגט אויסצולעבן האָבן די דײַטשן קעגנגע- 
שטעלט אויסגאנגסלאָזע סיטואציעס. זיי האָבן גע- 
װוּסט, אז אף אװעקשלעפּן א וואגאָנעטקע מיט שטיי- 
נער דארף מען האָבן ביז צען מענטשן, האָבן זי 
אײַנגעשפּאנט בלויז איין ייִדן און געהייסן שלעפּן, 
זיי האָבן זיך פארװײַלט, מיט אלע קוילעס אונטער- 
געטריבן דעם אײַנגעשפּאנטן, געגואלדעװועט און 
געשמיסן אים, ער מיט גומענע שטעקנס און ווער 
מיטן אװוטאָמאט, -- אזוי לאנג ביז דער געמיימעס- 
טער איז אומגעפאלן און שוין ניט געקאָנט אופשטיין. 
דאן האָט מען אײַנגעשפּאנט א צוייטן, א דריטן 
און אזוי װײַטער -- מיט דעם זעלבן טויטירעזולטאט. 

איז דאָס שוין אלץ? ניין. איינער פון די פאשיס- 
טישע אופזעער האָט ליב געהאט ארײַנשטעקן דעם 
קאָפּ פון זײַן קאָרבן אין א פאס וואסער און אזוי 
אים האלטן, ביז ער װעט פארלירן זײַן אָטעם. מע- 
לאמוד רופט אָן דעם קאפּאָ לינצער, וועלכער האָט 
געקאָנט אומוואלגערן אף דער ערד זײַן קאָרבן און 
א שטעל טאָן דעם שװוערן שטיול אף זײַן האלדז, 
קוועטשן און שטיקן אזוי לאנג, ביז יענער װעט 
אופהערן צו כאָרכלען און א דריגע טאָן מיט די פיס. 

אין דער וועלטיליטעראטור איז ,דאנטעס גע- 
נעם? געװאָרן א קלאלינאָמען. נאָר ,דאנטעס גענעם" 
איז בלויז א וױיזיע, וועלכע דריקט דעם מענטשנס 
גײַסט, נעמט אָפּ בא אים די רו, דערשלאָגט זײַן 
געמיט. זי טייט אָבער ניט און, װוי קימאט יעדע 
וויזיע, איז זי יענװעלטיש און קאָן דעריבער ניט 
גיין אין פארגלײַך מיטן ווירקלעכן גענעם פון די 
פאשיסטישע גזיירעס. איר גרויל האָט ניט, לוט די 
מאסשטאבן און דער מאָס פון אכזאָריעס, קיין בײַ-י 


שפּיל אין דער געשיכטע. נעמלעך דערפאר האָט זי 
ארויסגערופן אן אומענדלעך ברײטן ליטערארישן 
שטראָם, אין וועלכן ס'האָט זיך איצט ארײַנגעגאָסן 
מעלאמודס , אומפארגעסלעכס? מיט זײַן אויסגע- 
שפּראָכענער טענדענץ צו דאָקומענטאלער שילדע- 
רונג, וועלכע ווארפט ניט אָפּ קיין פּראָטים. דאָס אין 
באזונדערס ווערטפול, ווען מע נעמט אין אכט, אז 
מעלאמודס בארוף אין דער ליטעראטור איז לעבנס- 
באשטעטיקנדיקע פּראָזע. 

מעלאמוד קומט צום אויספיר, אזן ‏ די טויזנטער 
אסירים, װאָס זײַנען צונויפגעטריבן אהער פון גאנץ 
אײראָפּע נאָך דעם, װי מע האָט אױסגעפּרוװוט אף 
זי אלע טױטן פון די דאכאוס און טרעבלינקעס, 
האָבן געהערט צו דעם אױסגעפּרװוטסטן, פארהאר- 
טעוועטסטן, פאראקשנסטן, גײַסטפולן טייל פון דער 
מענטשהײַט, פאר ועמען די סאמע שױדערלעכע 
צײַט האָט אָפּגעקליבן דעם העכסטן פּרווו אֹף בא- 
שטימען, װאָס אזוינס איזן א מענטש און אף װאָס 
איז ער פעיק". 

איניינעם מיט ,, אומפארגעסלעכס" האָט דער אוו" 
טאָר פארעפנטלעכט אין זײַן בוך א ציקל עסייען 
װעגן דער שאפונג פון אונדזערע הײַנטצײַטיקע 
שרײַבער. די דאָזיקע טעמע האָט אין א געויסער 
מאָס א שײַכעס צו די אומפארגעסלעכע פאקטן פו- 
נעם לעצטן קריג. און דאָך אין דער כאראקטער 
זיײיערער א גאנץ אנדערער, איידער פון די קינסט- 
לערישע דערציילונגען. באם ליענער קאָנען זי 
ארויסרופן מיינונגסיפארשײדנהײַטן, א וויקועך ועגן 
די אָפּשאצונגען, וועלכע דער אװטאָר האָט פאָרמו- 
לירט. 

דער רוישעם פון , אומפארגעסלעכס?" װעט באם 
לייענען אָפּגעשװואכט וערן. אדעראבע: אפן פאָן 
פון דער נײַער װירקלעכקײַט װעט דער הײַנטיקער 
לייענער נאָך טיפער באנעמען די דערגרייכונגען פון 
דעם איצטיקן טאָג. ס'וועלן נאָך לאנגע יאָרן דער- 
שיטערט ווערן די קומענדיקע נײַע דוירעס, לייענענ- 
דיק וועגן די שרעקלעכע געשעענישן פון יענע פאר- 
העלטניסמעסיק ניט-יװײַטע יאָרן, װען סהאָט עק- 
זיסטירט אין דער ועלט דער אומענטשלעכער גע- 
נעם, וועלכן ס'האָט געבראכט דער דײַטשישער פא- 
שיזם. אין , אומפארגעסלעכס" וװוערט צום אָרט דער- 
מאָנט דאנטעס ,געטלעכע קאָמעדיע". נאָך מער; 
דאָס, װאָס מיר געפינען אין דאנטעס ווערק, קאָן ניט 
פארגלײַכט װערן מיט די שרעקלעכע פארברעכנס, 
וועלכע האָבן ניט קיין אנאלאָגן אין דער געשיכטע 
פון דער מענטשלעכקײַט. 

אנדערש קלינגען איצט אייניקע ליטערארישע 
װוערק, וועלכע זײַנען בעשײַטע געווען ,הײַנטצײַ- 
טיק? און איצט זײַנען זיי שוין בלויז א דערמאַנונג 
וועגן אמאָליקע, גאנץ װײַטע פון אונדז סיטואציעס, 
ערטערװײַן אומפארשטענדלעכע זאָרגן און ניט 
שטענדיק אינטערעסאנטע פּראָטים. בלויז די בעסטע 
פון זיי זײַנען אלפּי קלאל פעיִק ארויסרופן דעם 
אינטערעס פונעם לייענער אף דער גרענעץ פון די 
אכציקער און נײַנציקער יאָרן 

מישע מארגאָלין 


151 


א וויכטיקער רעכטצײַטיקער אופטו (וועגן דעם , קורצן 
ייִדיש-ירוסישן ווערטערבוך") 


די אלץ וואקסנדיקע צאָל פון די מענטשן, װאָס 
לערנען ייִדיש, האָבן מיט גרויס באפרידיקונג אופי 
גענומען דעם ערשטן העפט פונעם ,קורצן ייִדיש- 
רוסישן ווערטערבוך", װאָס איז דערשינען אלס בי 
לאגע צום זשורנאל ,סאָוועטיש היימלאנד", נומ. 1, 
9, דאָס איז א גרויסער און ויכטיקער אופטו, 
און טאקע צו דער רעכטער צײַט אן אופטו, װאָס 
װעט פּראקטיש העלפן שוין איצט עפעקטיווער אויס- 
צונוצן די נײַיגעשאפענע גינסטיקע באדינגונגען 
פאר דער װײַטערדיקער אנטוויקלונג פון דער ייִדיש- 
קולטור אין אונדזער לאנד. 

יעדער איינער, ער עס האָט צו טאָן מיט דער 
אָרגאניזאציע און דורכפירונג פון ייִדישילימודים, 
ווייסט פון דער אייגענער דערפארונג, װי ויכטיק 
עס איז, אז סײַ דער לערער, סײַ דער שילער זאָלן 
האָבן א ייִַדישירוסישן װערטערבוך, וועלכער איזן 
באזונדערס נייטיק באם לייענען אָריגינעלע ייִדישע 
טעקסטן און װערק פון ייִדישע שרײַבער. די רע-י 
דאקציע פון , סאָװועטיש היימלאנד" האָט אָן שום 
סאָפּעק ריכטיק געהאנדלט, ווען זי האָט באשלאָסן 
ניט אָפּציִען דעם איניען אין דער לאנגער באנק, 
ביז עס וװועט דערשײַנען א גרויסער ייִדישירוסישער 
ווערטערבוך, און האָט זיך אָפּגערופן אף די דרינ-י 
גענדיקע פאָדערונגען, ארויסגעבנדיק דעם ,קורצן 
ייִדישירוסישן ווערטערבוך". ס'קומט דער רעדאקציע 
און דעם צונויפשטעלער פונעם ווערטערבוך ג. עס" 
טרײַכן א יאשער-קויעך. 

דער ווערטערבוך האָט א ריי מײַלעס. דער צו-" 
נויפשטעלער האָט ריכטיק געהאנדלט, אויסשליסנ- 
דיק פון דער װערטעריליסטע (.סלאָווניק") ענג- 
ספּעציַעלע טערמינען און אויך װערטער, הויפּטזאכ- 
לעך אינטערנאציאָנאליזמען, װאָס זייער באטײַט איז 
קלאָר דעם רוסישיריידנדיקן לייענער און פאָדערט 
ניט קיין איבערזעצונג אף רוסיש. פארשטייט זיך, 
אז אָנשטאָט די אױסגעשלאָסענע װערטער שאפט 
זיך א מעגלעכקײַט אין די ראמען פון א קורצן 
ווערטערבוך ארײַנעמען א גרעסערע צאָל גאנגבא- 
רע, װאָס זייער באטײַט דארף דערקלערט װערן. 

ווערטער זײַנען, ביכלאל גענומען, פילבאטײַטיק, 
און פארן צונויפשטעלער איז געשטאנען די פראגע: 
וועלכער באטײַט דארף אין אזא קורצן ווערטערבוך 
געגעבן װערן אלס רוסישער עקויוואלענט. כ'האלט, 
אז דער צונויפשטעלער האָט געהאט רעכט, אויס- 
קלײַבנדיק פון אלע מעגלעכע באטײַטן דעם גרונ" 
טיקן, קאָנקרעטן הױפּטיבאטײַט, װאָס װעט דער- 
מעגלעכן דעם לייענער אין דער מערהײַט פאלן צו 
פארשטיין אויך די אנדערע, אָפּטמאָל מעטאפאָרישע, 
איבערגעטראָגענע ניואנסן פון דעם װאָרטיבאטײַט. 


פאר די אָנפאנגער, וועמען עס קומט אָפט אויס 
זעלבשטענדיק, אָן דער הילף פון א לערער זיך 
אויסלערנען לייענען ייִדישע טעקסטן, איז זייער גוט, 
װאָס דער צונויפשטעלער האָט געגעבן דעם ייִדישן 
אלעפבייס מיט דער געהעריקער טראנסקריפּציע און 
מיט דערקלערונגען אף רוסיש. 


152 


דער גרעסטער כיסאָרן איז אָבער -- דער צו קליי" 
נער טיראזש! שוין איצט קאָן מען מיט דער פולער 
זיכערקײַט פעסטשטעלן, אז א סאך פון די, װאָס 
נייטיקן זיך אמיינסטן אין דעם װערטערבוך, האָבן 
אים ניט באקומען,. עס איז פאראן א גרונט צו האָפן, 
אז די רעדאקציע װעט אנטקעגנקומען די דרינגעני 
דיקע באקאָשעס פון דער ייִדישער געזעלשאפטלעכ- 
קײַט און וועט צוגרייטן און ארויסגעבן א צוייטע 
אופלאגע פונעם ווערטערבוך. 

אין צוזאמענהאנג דערמיט װאָלט, לויט מײַן מיי 
נונג, זײַן געװוּנטשן ארײַנטראָגן אין דעם ווערטער- 
בוך געוויסע ענדערונגען און אויסבעסערונגען, די 
וויכטיקסטע פון וועלכע זײַנען פאָלגנדיקע: 

א) די נײַע אופלאגע דארף מען דערגאנצן מיט 
א רײ נײַע װערטער און װאָרט-פאָרמען, װאָס פעלן 
אין דער איצטיקער אופלאגע. 1) עס פעלן, לעמאָשל, 
אזוינע וויכטיקע װאָרט-איינסן וװי: יאיר"--איר 
שרײַבט, ,איר?" -- איך גיב איר, קאיר" -- איר בוך! 
,ביז*, און מעגלעך אויך אנדערע ענלעכע ווערטער 
פונעם גרונטיבאשטאנד פון דער ייִדישער לעקסיק. 
2) אף די געהעריקע אלפאבעטישע פּאָזיציעס דארף 
מען ארױסטראָגן אלע סופּלעטיוע פאָרמעס אָדער 
פאָרמעס, װאָס ווערן געבילדעט מיט אן ענדערונג פוי 
נעם װאָרט-װאָרצל. 

אין איצטיקן וואריאנט פעלן אזעלכע סופּלעטיוע 
פאָרמעס װוי ,איז", , געווען", ,ביסט"; אזעלכע פאָר- 
מען מיט א געענדערטן װאָרצל װי, ,געבראכט", , גע- 
שטאנען", ,געגאנגען", און אלע אנדערע ענלעכע 
פּארטיציפּן מיט א געענדערטן װאָרצל. די דאַזיקע 
ווערבן דארף מען פון סאמע אָנהייב ברענגען אין 
אינפיניטיוו און אין פּארטיציפּ, און כוץ דעם, דארף 


מען נאָך באזונדער ברענגען דעם פּארטיציפּ מיט 
דעם אָנװײַז , פּארטיציפּ פון...". לעמאָשל, דעם ווערב 
,האָבן" װאָלט מען געדארפט געבן אזוי: ,האָבן 
(האָב, האָסט, האָט: פארטיציפּ --געהאט)?"-- און ניי 
דעריקער לויטן אלעפבייס --;האָסט?--2יטע פער- 
זאָן איינצאָל, פון ,האָבן" און פריער (אין דעם טייל 
אף , גימל") , געהאט? פארטיציפּ פון ;האָבן". 

װאָס שײַעך די סובסטאנטיוון, װוערן זיי אויך אין 
איצטיקן וואריאנט געבראכט מיט דער געענדערטער 
מערצאָליפאָרם. לעמאָשל, ז. 78 ,גאנדז, ס, 2 גענדז". 
אָבער די פאָרם , גענדז" דארף מען נאָכאמאָל איבער- 
כאזערן אפן געהעריקן אלפאבעטישן אָרט, נעמלעך: 
;גענדז מערצאָל פון ג אנ דז", (דה. אזוי וי עס 
איז פּאָרגעשטעלט אינעם איצטיקן וואריאנט דאָס 
װאָרט ,אָף, אויפעס? (ז. 55) און באזונדער , אויפעס" 
(ז. 24). בלויז אין דעם פאל װעלן די אָנפאנגער 
(און ניט נאָר זיי) זײַן אימשטאנד צו געפינען און 
איבערזעצן דעם באטײַט פון דער סופּלעטיוער אָדער 
געענדערטער װאָרט-פאָרם! 

ב) מע דארף זיך האלטן באם קלאל, אז א װערב 
װערט טאָמיד געבראכט אין דער אינפיניטיוו-פאָרם 
און אלע אנדערע פאָרמען, געבילדעטע פונעם װערב 
אָן דער ענדערונג פון דעם װאָרצל אָדער פונעם 
לעקסישן באטײַט, װערן אין װערטערבוך דורכגע- 
לאַזן. 

אין איצטיקן ווארייאנט פעלט דער אלציינער צו- 
גאנג צו די װערבן און צו די פון זיי געבילדעטע 
פּארטיציפּן און גערונדיוון (װאָס ווערן לױטן מוס-י 
טער פון דעם װערטערבוך פון מ. ראָכקינד און 
ה. שקליאר באצייכנט אלס ,אדיעקטייוון"?. 

) פאראן פאלן, װען עס װערן נאָכאנאנד גע- 
בראכט אלע דרײַ פאָרמען פונעם זעלביקן וװערב. 
לעמאָשל, אף דער זײַט 64: ,1) בארויַקטער, 2) בא- 


רויַקן, 3) בארויקנדיקער?" מיט די איבערזעצונגען. 
-600ץ(2 ,2482/9אסתסץ (2 86ע0688אסםסץע (1 


7, עס איז דאָך קלאָר, אז דאָס ערשטע און 
דאָס דריטע װאָרט זײַנען בלויז גראמאטישע פאָרי 
מען --אן אטריבוטישער פּארטיציפּ און אן אטריבו- 
טישער גערונדיוו -- פונעם זעלבן ווערב .בארויקן" 
און האָבן ניט קיין שום נײַע לעקסישע באטײַטן אין 
פארגלײַך מיט , בארויקן". מיר קומען צום אויספיר, 
אז ,בארויִקטער? און , בארויקנדיקער? דארף מען 
אינעם ווערטערבוך אדורכלאָזן. 

2) מע דארף אויך אויסשליסן א גאנצע ריי פון 
די אזויגערופּענע אדיעקטיוון (אייגנטלעך, פּארטי" 
ציפּן אין דער פולער פאָרם), װאָס װערן געבראכט 
אינעם ווערטערבוך צוגלײַך מיט די אנטשפּרעכיקע 
אינפיניטיוון. אזעלכע זײַנען, לעמאָשל, די ווערטער 
,אופגעראמטער", ,אויסגעארבעטער", ;אויסגעבוי- 
טער", , אויסגעבעסערטער", , אױיסגעטאָקטער?, , אי- 
בערגעכאזערטער", ,איבערגעמאכטער", ,איבערגע- 
קערטער? און א ריי אנדערע, װאָס װוערן געבראכט, 
ניט געקוקט אף דעם, װאָס זיי שיידן זיך לעקסיש 
ניט אונטער פון די אינעם ווערטערבוך שוין פארא- 
נענע אינפיניטיוון ,אויסארבעטן? , אופראמען" אאוו. 

3) אין געוויסע פאלן ווערן אינעם װערטערבוך 
געבראכט ,הוילע? פּארטיציפּן, צו וועלכע עס פעלן 
ביכלאל די אנטשפּרעכיקע אינפיניטיוון. אזעלכע זײַ- 
נען, לעמאָשל, די ווערטער ,אופגעעפנטער", ,אופ- 


געפּראלטער", ,אופגערודערטער", ;אופגענייטער", 
איבערגעדעקטער", , איבערגעדרייטער? און א ריי 
אנדערע. לויט מײַן מיינונג, דארף מען אָנשטאָט די 
דאָזיקע פאָרמען געבן די אנטשפּרעכיקע אינפיני- 
טיוון , אופעפענען", , אופפּראלן", , אופנייען? אאוו. 

דאָס אויבנגעזאָגטע באציט זיך בלויז צו פּארטי- 
ציפּן און גערונדיוון, װאָס אונטערשיידן זיך ניט לויט 
זײיער לעקסישן באטײַט פון די אנטשפּרעכיקע 
ווערבן. פארשטייט זיך, אז אזעלכע פּארטיציפּן און 
גערונדיוון, װאָס זײַנען שוין געװאָרן עכטע אדיעק- 
טיוון און האָבן זיך סעמאנטיש אָפּגעריסן פון זייערע 
אָפּשטאםיװוערבן, דארפן ארײַן אין וערטערבוך. 
אזעלכע זײַנען, לעמאָשל, די אדיעקטיוון אאָנגעצי- 
געגע?, , אָנגעשטרענגטע? (באציָונגען), ,געשפּאנטע" 
(אופמערקזאמקײַט), , שפּאנענדיקער? (ראָמאן), ,גע- 
בילדערטער? (מענטש), געזעצטער" (סאַלידער) אדג, 
אין אונטערשייד פון די אטריבוטיויגעברויכטע 
פּארטיציפּן און גערונדיוון, וועלכע אנטהאלטן אין 
זייער באטײַט די ווערבאלע גראמאטישע קאטעגאַ- 
ריעס פון גענוס (אקטיװקײַט אָדער פּאסיװקײַט) און 
פון דער רעליאטיווער צײַט (פריערדיקײַט אַדער 
אײינצײטיקײַט), באצייכענען די פולשטענדיק אדיעק- 
טיווירטע פּארטיציפּן און גערונדיוון בלוין א קווא- 
ליטאטיוון, אייכעסדיקן סימען אָן ועלכעיניט-איז 
צוגאָבלעכע באטײַטן פון אקטיװוקײַט אָדער פּאסיװײ 
קײַט, פריִערדיקײַט אָדער אײנצײטיקײַט. פארגלײַכט, 
לעמאָשל: ,דער אופגעראמטער צימער", וו ,אופ- 
געראמטער? האָט די ווערבאלע קאטעגאָריעס פון 
פּאסיװוקײַט און פריִערדיקײַט, און די געשפּאנטע 
אופמערקזאמקײיט?, װוּ אין דער פאָרם ,געשפּאנטע" 
פעלן די דאָזיקע ווערבאלע קאטעגאָריעס, און עס 
איז געבליבן בלויז דער אדיעקטיווישער באטײַט פון 
דעם אייכעסדיקן סימען , געשפּאנט", יאָנגעצויגן. 
אנאלאָגיש -- ,דער בארויקנדיקער ראָמאן? (אקטיוו- 
קײַט און גלײַכצײַטיקײַט) און ?דער שפּאנענדיקער 
ראָמאן?, אָן וועלכעיניטיאיז גענוסי און צײַטיבא-י 
טײַטן. 

ג) אין דעם ערשטן העפט טרעפן זיך געוויסע 
שפּראכלעכע טאָעסן, וועלכע מע דארף אויסבעסערן, 
לעמאָשל: 


ז. 272 אָנשטאָט ,בסאָלים? דארף זײַן .בסאָמים? 
ז. 72 (דאָס װאָרט , בעטן"): דאָ זײַנען פעלערהאפט 
פארייניקט צוויי ווערבן: ,בעטן? פּארטיציפּ ,גע- 
בעטן?) באטײַט ,ווענדן זיך מיט א באקאַשע", און 
,בעטן? (פּארטיציפּ , געבעט?) באטײַט , צוגרייטן א 
געלעגער". דאָס זײַנען האָמאָנימען, און מע דארף 
זי יעדן געבן באזונדער: ז. 74. אָנשטאָט , בעסױי- 
ראסיהאלװאָע? דארף זײַן ‏ בעטױירעסיהאלװאַע?? 
אָנשטאָט , בעקייפליקיפלאיִם? דארף זײַן ,בעקייפל- 
קעפלאיִם"?; ז. 75. , ברוכים האיוישווים? איז אפילע 
לויטן נײַעם רוסישײיַדישן וװערטערבוך (מאַסקווע, 
4, +ז. 21) אן ארכאיַזם און מע װאָלט דאָס בי- 
כלאל ניט געדארפט ארײַנשטעלן אין דעם קורצן 
ווערטערבוך. אויסער דעם, איז די איבערזעצונג (,א 
גוטן אפּעטיט?) גילטיק נאָר אין פאל, ווען די עסני 
דיקע זיצן. דער אדעקוואטער באטײַט פון , ברוכים 
האיוישווים? איז ,אן ענטפער פונעם אָנקומענדיקן 
אף דער באגריסונג , באָרעכהאבאָ:!", דה. א סאך 
ברייטער, איידער ,מיט א גוטן אפּעטיט!?" 


198 


דאָס זעלבע איז שײַעך אויך דעם װאָרט ,הוי 
לעךף" (ז. 177), װאָס װוערט סײַ אין דעם קורצן ווער- 
טערבוך, סײַ בא ראָכקינד און שקליאר איבערגע- 
זעצט -- 4082248. די ריכטיקע איבערזעצונג פון 
הוילעף" איז ?האלבאָשע?", ;אָנטאָן", ,קליידונג", 
מיט אן איראָנישן בײַיבאטײַט. זעט אױיס, אן די 
צונויפשטעלער פון ביידע ווערטערביכער האָבן אי- 
בערגעפּלאָנטערט ,הוילעך? מיט ,הילעך" װאָס בא" 
טײַט סײַ , אופירונג", ,טעווע", ,געוווינשאפט" (רו- 
סיש -- 8082882), סײַ ,,גאנג" (רוסיש -- גאהסאסת), 
סײַ ,האלבאָשע?, , אָנטאָן" (0262828 ,ה3208). 

אן אויבנופיקער איבערבליק באװײַזט, אז דער 
צונויפשטעלער האָט געשטרעבט אײַנצושליסן אין 
קורצן ווערטערבוך א גאנץ גרויסע צאָל װערטער 
פון העברעישן אָפּשטאם, וועלכע זײַנען בעשײַטע 
דערקלערט געװאָרן פאר פארעלטערטע ארכאיזמען. 
די דאָזיקע שטרעבונג איז אָן סאָפעק צו באגריסן, 
און זי װועט העלפן אויסצומײַדן א ניט בארעכטיקטע 
פאראָרעמונג פון דער ייַדישער לעקסיק. דערבל 
אָבער מיין איך, אז דער צונויפשטעלער טרײַבט 
טיײילמאָל איבער און צוגלײַך מיט אזעלכע גאנגבא- 
רע װערטער וװי הגאריכאסייאָמים", , בעשאָלעם/, 
;בעסאָדיסוידעס" און אנדערע פירט ער ארײַן ירק" 
לעך פארעלטערטע אָדער ענג ספּעציִעלע װערטער, 
וועלכע אנטשפּרעכן ניט די פאָדערונגען פון א ווערי 
טער-אָפּקלײַב פאר א קורצן וװערטערבוך. אזעלכע 
- זײַנען, לעמאָשל, די ווערטער .בסאָמים" (ספּעציעלע 
געווירצן, געברויכט בעשאס דער האװדאַלעיטפילע 


מויצעישאבעס), ,ברוכים האיוישווים" (װעגן דעם 
ספּעציפישן באטײַט --זע אויבן), ,בייס האקיסע" 
(פארעלטערט. אָנשטאָט 8אָטּטרעט", טואלעט?), 


;האזשגאָכע פּראָטעס?" (כאָטש עס איז שוין פאראן 
,האזשגאָכע", װאָס האָט אויך דעם זעלבן באטײַט 
וי ,האזשגאָכע פּראָטעס'), הישטאפּכעסיהאנעפעש" 
(װאָס באטײַט ניט נאָר ,ווידוי", אָדער ,דאָס מיס- 
וואדע זײַן זיך", נאָר ביכלאל , אויסגיסן דאָס הארץ", 
,אויסדריקן טיפע געפילן", .הארץ-אויסגוס"). 
כ'מיין אויך, אז עס זײַנען פאראן נאָך ווערטער, 
וועלכע מע װאָלט געקענט דורכלאָזן און אָנשטאָט 
זי אויסברייטערן די לעקסיק און די גראמאטישע 
נויטװוענדיקע קאָמענטארן. אזוינע זײַנען, לעמאַשל, 
,אונטערגעשמידטקײַט?, ,, אונטערגעכאפּטער", האלב- 
ראסעווער", ,האקען", ,הינערל", ,היפּקע". 


די נײַע אופלאגע װעט געבן א מעגלעכקײַט אויס- 
צובעסערן אויך געוויסע אנדערע פארזעענע פעלערן 
(אָנשטאָט , אנטליִען? דארף זײַן ,אנטלײַען? ג,אנ- 
שוויגן" און ,אנשלאָפן" דארפן שטיין נאָך ,אנט- 
שפּרעכן"; דער באטײַט פון ,געמבע* איז ניט .א הויך 
הילכיק קאָל", נאָר ,פּיסק", ,מאָרדע"! ?הינדעלע" 
דארף שטיין נאָך גהינד"! אָנשטאָט ,היין? (ז. 121} 
דארף זײַן ?הען... הען?. 


אלע באמערקונגען לאָזן זיך לײַכט דיסקאַנטירן 
און די באמערקטע פעלערן-- אויסבעסערן. 


שימש סאנדלעך 


אַריגינעל און טאלאנטפול 


צװישן די געציילטע אויסגאבעס, װאָס גייען 
ארויס אין ייִדיש יעדן יאָר פון איינע און די זעלבע 
שוין באװוּסטע אװטאָרן, איז אין 1986 דערשינען 
א זאמלונג לידער, װאָס האָט ארויסגערופן א לעבע- 
דיקן אינטערעס בא די ליבהאָבער פון פּאָעזיע. 

די דאָזיקע זאמלונג הייסט ,נאָענטע װײַטן", און 
דער אװטאָר אירער איז כאיִם גורעוויטש, איינער 
פון דער פּלעיאדע ייִדישע שרײַבער, װעלכע האָבן 
זיך פארפעסטיקט אין דער ליטעראטור אין אָנהייב 
פון די זעכציקער יאָרן. ער איז, קאָן מען זאָגן, 
דער טאלאנטפולסטער פון דער דאָזיקער פּלעיאדע. 

אלס אָנפאנגער האָט מען גורעוויטשן געװוּסט 
נאָך אין דער צוייטער העלפט פון די דרײַסיקער 
יאָרן. זײַנע ערשטע לידער, וועלכע האָבן זיך גע- 
דרוקט אין זשורנאל ,שטערן" (מינסק), האָבן זיך 
אויסגעטיילט מיט זייער אָריגינעלקײַט און עמאַ- 
צלאָנעלער אָנגעזעטיקטקײַט. איזי כאריק, וועלכער 
האָט אין װײַסרוסלאנד אױסגעכאָװעט א גאנצע 
פּלעיאדע ייִדישע שרײַבער, האָט געלייגט גרויסע 
האָפענונגען אפן דאן נאָך יונגינקן כאיִם גורעוויטש. 
די האָפענונגען פון דעם גרויסן פּאָעט זײַנען מע- 
קוּיעם געװאָרן מיט א גרויסער פארשפּעטיקונג. דער 
דיכטערישער פאָדעם פון דעם טאלאנטפולן אָנפאנ- 
גער האָט צוליב באװוּסטע סיבעס זיך איבערגעריסן 


124 


אף ניט איין צענדליק יאָר. און אָט אין צן זײַן זי- 
בעציקסטן געבורטסטאָג ארויס זײַן זאמלונג לידער, 
װאָס טראָגט ארײַן א באדײַטיקן צושטײַער אין דער 
ייִדישער דיכטונג. 

עמעסע לעבעדיקע פּאָעזיע פארמאָגט, אויסער 
אלע אירע ויכטיקע קאָמפּאָנענטן, אויך איר בא" 
שטימטן אדרעס. סײַ אין איר גײַסט, סײַ אין אירע 
פארבן, סײַ אין דער טעמאטיק פילט זיך די ארומ" 
רינגלונג און דאָס אָרט, צו וועלכן דער פּאָעט איז 
צוגעבונדן, װוי אין װײַסרוסלאנד זאָגט מען, מיט דער 
פּופּאָװוינע, דאָס הייסט מיטן נאָפּלשנור. 

כאיִם גורעוויטשעס דיכטונג פֿארמאָגט צויי 
אזעלכע אדרעסן. דאָס אין די װײַסרוסישע פּאָלע- 
סיע, װוּ ס'זײַנען דורך זײַן קינדהײַט און די יוגנט- 
יאָרן, און דער סיבירער קאנט, װוּ ער געפינט זיך 
שוין ניט איין צענדליק יאָר און אין שוין אָרגאניש 
אײַנגעוואקסן דאָרטן, װי עס פילט זיך אין זײַן שא- 
פונג. אליין דער דיכטער באשטעטיקט עס אין זײַן 
ליד ,מײַן געמיט? מיט וועלכער ס'ווערט געעפנט 
זײַן ביכל; 


פון זייער לאנג פאראן א קלאל בא מיר, 
װאָס כ'וועל אים קיינמאָל ניט פארגעסן: 


אויב א ויוגע -- איז אזא וי אין סיביר. 
אויב א געװויטער -- איז אזא וי אין פּאָלעסיע, 


אויב א ויוגע -- איז מיט דער זעלבער קראפט, 
וי אין צײַט פון ליבע בא א יונגער כײַע, 

אויב א געוויטער --איז דעם הימלשן לאנדשאפט, 
א בוראווע טאָן מיט שטעכנדיקן פײַערי 


און די אונטערשטע שורע פון דער ליד אייז; 
,פון שטילן וועטער אָפּהיטן זאָל גאָט". פארשטייט 
זיך, אז דאָס װערט געמיינט אין איבערגעטראָגענעם 
זין, און טאקע, גלײַכגילטיקע פאָטאָגראפישע פאר-י 
פיקסירונג װעט איר אין זײַנע לידער ניט טרעפן. 

װאָס שײַעך דער טעמאטיק, שפּיגלען זיך אָפּ אין 
גורעוויטשעס לידער די הויפּטיגעשיכטלעכע עטאפּן, 
וועלכע עס איז באשערט געװען דורכצוטראָגן 
מענטשן פון זײַן דאָר. ווען די דאָזיקע טעמעס װאַלטן 
געמינערט געווען אין זײַן שאפונג, װאָלט אזא דיכ- 
טונג קיין באטרעף ניט געהאט. 

א באדײַטנדיקער טייל לידער זײַנען געבויט אף 
דער טעמאטיק און עקזאָטיק פון סיביר. אגעוו, ציילן 
זיך איצט אָן דאָרטן ניט וײיניק ייַדן. די מערהײַט 
פון זיי זײַנען די, װאָס האָבן זיך עואקויַרט אהין 
אין דער צײַט פון מילכאָמע. דאָרט האָבן זיי זיך 
אײַנגעװאָרצלט, זיך צעצװײַגט און נעמען אן אקטיוון 
אָנטײל אין דער בווּנג פון דעם דאָזיקן קאנט, װאָס 
פארמאָגט אומױיסשעפּנדיקע רײַכטימער. אין דער 
ליד ,דער סיבירער מאטעריק" זאָגט דער דיכטער; 


די, װאָס מיינען, אז אונדזער ערדקיל 
אזוי קליין עס איז, 
אז איבער אים ניט שװער גאָר מאכן א שפּאציר. 


יענע האָבן דאָך פארגעסן אף געוויס 

װעגן דעם מאטעריק, װאָס רופט זיך אָן 
סיביר, 

מיט זײַנע אייגנארטיקע לאנדשאפטן, 

מיט די אורוועלדער 

און הארבע זאָנעס 

איז ער אזוי אומענדלעך גרויס, 

אז אפילע די בארימטע אמאזאָנקע 

אנטקעגן אים זעט װי א קארליק אויס. 


דער דיכטער שטאָלצירט מיט די רײַכטימער פון 
סיביר, מיט אירע אומגעהײַערע וועלדער, וועלכע 
ווערן אין איינער א ליד אָנגערופן , גרינע לונגען", 
מיט די וווילע און איבערגעגעבענע צו דער ארבעט 
אײַנװױנער פון דעם דאָזיקן קאנט, און צװישן זײי 
אויך ייַדן. 


איבער דעם סיבירער טײַך אֹף א ,ראקעטע" 
שווימט א ייַד קיין מעגיאָן, 
מיט א זעלטן לינדן וועטער 
הייבט א נײַער טאָג זיך אֶָן. 


און װײַטער; 


שווימט א ייִד, א העלד פון מי, 
פון גליק עס שײַנען זײַנע אויגן, 
ער האָט אין ערטער אָט אָ-די 

פונ טיומען די נאפטיטראסע געצויגן. 


דער דיכטער איז אנציקט פון די סאָציאלע ענ- 
דערונגען, װואָס דאָרט זײַנען פאָרגעקומען: 


כ'האָב אף מײַנע ליזשעס איבערן טאָל 
געטאָן א פלי הײַנט, װי א פּײַל פון בויגן, 
צו יענעם אָרט, װוּ ס'האָט אמאָל 

זיך דער סיבירער טראקט געצויגן. 


און געווען כ'בין נײַגעריק אומענדלעך: 
פונדערװײַטן אויסגעדאכט האָט זיך, 

אז צוויי שווארצע פלעקן אף דעם שניי 
זײַנען די בענדלעך 

פון אמאָליקע ארעסטאנטסקע שיך... 


נאָר ס'לאָזט זיך אויס, אז כ'בין געװען זיך 
טויע: 

ניט קיין בענדלעך גאָר -- צוויי שאָטנס 

פון יענע הױיכװאָלטאָװע דראָטן, 

וועלכע סיביר מיט שײַן עס פּאיען. 


אײנצײַטיק בענקט דער דיכטער נאָך דער װײַס- 
רוסישער נאטור, נאָך איר עקזאָטיק, נאָך זײַנע 
פּרײַנט, װעלכע ער האָט דאָרט איבערגעלאַזט, און 
אויך נאָך די, מיט וועלכע ס'וועט שוין ניט זײַן בא- 
שערט צו טרעפן זיך. אים ציט צו זײַן געבורטישטע- 
טעלע סטאראָבין, װאָס: 


כאָטש ס'איז ניט די זאָנע 
פון קוראָרטן, 


159 


און כאָטש גאנץ װײַטלעך 
פון סיביר... 

דערפאר אָבער 

שטויסט מען אָן זיך דאָרטן 
אף כידושים 

אָן א שיר. 


ווער קאָן אזוי נאָך 
מיט זײַן שײינקײַט 

רייצן, 

אין א וועלכן קאנט 

איז נאָך פאראן 

אזא פליגלדיקער אויצער, 
װי דער סטאראָבינער 
באָטשאן. 


דעם דיכטער וילט זיך דאָרטן אין פרימאַרגן 
דערהערן דאָס קאָל פון דער טורקלטיב און דאָס 
געזאנג פון הענער אין באגינען, אים כאָלעמען זיך 
די סטאראָבינער בארן, זאפטיקע און זיסע: דעם 
דאָרטיקן סיראָדאָי, װאָס איז בעסער פון אלערליי 
באלזאמען. צו אים דערטראָגט זיך דער אראָמאט פון 
מיאטע, 

באם שילדערן דאָס פארמילכאָמעדיקע שטעטל 
זײַנען באם דיכטער די באליבטסטע טיפּאזשן די 
באלעגאָלעס, באלמעלאָכעס;, ארבעטספּעיַקע פּאָשעטע 
לײַט, וועלכע פּרעטענדירן ניט אף ייִכעס. און כאַטש 
זיי זײַנען א ביסל פארגרעבט, זײַנען זיי ערלעך, 
גוטהארציק, פריילעך און מונטער. איײנצײַטיק פילט 
זיך אין זײַן דיכטונג א בענקשאפט נאָכן אלטן שטיי- 
גער, אגעוו, װאָס האָט זיך פון נאָך דער מילכאַמע 
אף אזויפיל געביטן, אז ס'איז ניטאָ שוין קימאט קיין 
אונטערשייד צװישן א שטעטלדיקן מענטשן און א 
גרױסשטאָטישן. און די דאָזיקע בענקשאפט אין א 
פארשטענדלעכע. מע האָט זיך דאָך געהאָדעװעט פון 
וויג אף די יעסוידעס פון יענעם שטייגערילעבן אין 
די שטעטלעך. און ס'איז געווען ענג איבערגעפלאַכטן 
מיט דער קינדהײַט און פריַער יונגט. 

א זון פון א באלעגאָלע, קומט דעם דיכטער אויס 
זיײער אומנאטירלעך: 


ווען פארבײַ פעלדער, דופטיקע און בלויע, 
פירט מען אין מאשינען פערד, 

בענקען זייערע בלויע טלאָען 

נאָך קילקײַט פון דער פרישער ערד, 


און װײַטער: 


זיי קוקן מיט אזא מין טײַנע, 
מיט אזא מין מענטשלעכן ,האלעמין", 
אז כ'באהאלט די אויגן מײַנע, 

ווען אזא טראנספּאָרט פאָרט פארבלי. 


אפן גאנצן לעבן דריקט אומופהערלעך אפן דיכ- 
טערישן געוויסן די שוידערלעכע אומדערהערטע רעי 


156 


ציכעס, װאָס די פאשיסטן האָבן אָפּגעטאָן אין די 
צײַטװײַליק אָקופּירטע געגנטן. אים שטייען פאר די 
אויגן די קרויווים, די פרײַנט און באקאנטע, וועלכע 
זײַנען אומגעקומען אין די שלאכטן און אין די גע- 
טאָס: 


צארטע כאנעס, לייעס, איטקעס, 
פארװאָס שװײַגט הײַנט אײַער געסל, 
עפשער האָט איר שוין פארגעסן, 
וי מע זינגט די ,מארגאריטקעס" 
אין די שטעטלעך פון פּאָלעסיע? 


שיינעיבאשעס, העניעס, סאָרעס, 
װאָס אײַלט איר ניט אין פעלד שפּאצירן, 
איר ווילט גאָר ניט אין האָבער 


און אין קאָרן 
די זויבערלעכע פארטעכלעך פארלירן? 


באזונדערס וייטיקדיק, בוילעט און הויכקינסטי 
לעריש װוערט דעם דיכטערס צאָרן אויסגעדריקט אין 
דער ליד גארום דער וװוּנדערלעכער יאָדלע". ער 
שרײַט צו דער פּראָסטיקער נאכט: װוּ נעמט מען 
אזא מין װוּנדערלעכע יאָדלע, וועלכע זאָל מיט אירע 
נאָדלען זיך דערציִען צו דער לעװאָנע! ענטפערט 
די טײַגע, אז זי װעט געבן אזא יאָדלע. האָט דער 
דיכטער זיך נאָך שטארקער צעשריען: װוּ נעמט מֿען 
שטערנדלעך, צעגליטע, נײַע, זי זאָלן װי טראָפּנס 
פײַער קנאקן אף די צװײַגלעך גרינע פון דער ווּנ" 
דערלעכער יאָדלע! האָט דער הימל געענטפערט, אז 
ער װעט לײַען א זאק מיט שטערנדלעך, שפּאַגל"י 
נײַע, און זאָל מען זיי אויסשיטן אף די צװײַגלעך 
גרינע פון דער װוּנדערלעכער יאָדלע. האָט זיך דער 
דיכטער מיטן גאנצן קויעך צעשריעף ‏ 


װוי מאכט מען לעבעדיק אצינדער 
אלע אומגעבראכטע קינדער, 

זי זאָלן הײַנט א נאכט א גאנצע 
קאראהאָדעווען און טאנצן 

ארום דער װוּנדערלעכער יאָדלען 


האָט געענטפערט טרויעריק די ערד: 


ס'איז ניט באשערט. 

ס'איז ניט כאשערט, 

ס'זאָלן זיך אופהייבן אצינדער, 

יענע אומגעבראכטע קינדער. 

אין קװאָרים אף בעסוילעמס שטילע, 
אין די טיפע, נאסע גריבער 

איז פון זיײיערע ביינדעלעך אפילע 

שוין קיין זייכער ניט פארבליבן.. 


שארפזיניק, אפאָריסטיש און טרעפלעך זײַנען אויך 
גורעוויטשעס מיניאטיורילידער, וועלכע אנטהאלטן 
פיר -- זעקס שורעס. אין יעדערער פון זיי װוערט 
אויסגעדריקט אזוי פיל, װאָס אן אנדערער װאָלט עס 
צעצויגן װוער ווייסט אף וויפל סטראָפעס. אָט זײַנען 
מוסטערן פון אזעלכע לידער: 


אין בלויער הייך זיך קושן טויבן צוויי-- 

מיר דוכט, דאָס זײַנען שטײַפע קנוילכלעך שבניי.. 
ס'איז ניט געבוירן נאָך די זון אָט יענע, 

װאָס זי צעשמעלצן װאָלט זיי קענען... 


אָדער: 


ווען א שטערנדל גליטשט אויס זיך פון די כמארעס 
און אין מײַן צימער ליכטיקער עס וערט, 

דאכט שטענדיק אויס זיך, אז גאגארין 

אף זײַן ,פערדעלע" אהיים צוריק זיך קערט, 


דאָך טרעפן זיך צװישן די קורצע לידער איך 
שוואכע. אָבער אזעלכע ציילן אָן אין ביכל בא 
צווייידרײַ און ניט מער. דאָך האָבן זיי ניט באדארפט 
זײַן. ארויסגייענדיק פון דעם, אז א לעפל דזעגעכץ 
קאָן קאליע מאכן א קײַפל האָניק. 

ס'טרעפן זיך אויך אייניקע דעקלאראטיווע לי- 
דער -- פון די, װאָס צוליב דער אקטועלקײַט פון 
דער טעמע שטעלט מען זיי אין די זשורנאלן פון 


פאָרנט. נאָר אויך אין די דאָזיקע לידער פילט זיך 
ערטערװײַז גרויסע מײַסטערשאפט. 

באזונדערס כאראקטעריזירט זיך גורעוויטשעס דיכ- 
טונג מיט איר עמאָציאָנעלער אָנגעזעטיקטקײַט. אין 
יעדער ליד זײַנען מאמעש בילד אף בילד, די מע- 
טאפאָרן, עפּיטעטן און פארגלײַכונגען זײַנען אָריגי- 
נעלע, אומדערווארטע און טיילן זיך אויס מיט זייער 
פּרישקײַט און הײַנטצײַטיקײַט. צום בײַשפּיל: א דע- 
סאנטל בינען, און זייער זשומערײ דערמאָנט, װי עס 
װאָלט געזשומעט א טראנזיסטאָר. אָדער דער הימל 
דערמאָנט דעם דיכטער אן אקוואריום, װווּ די שטערנד- 
לעך זײַנען רויג. ווען ס'בליצט, דוכט זיך, אז אין 
דער הייך איז בא די קאָסמאָנאװטן א סעאנס פון 
אװוטאָגען. א פויגלשער עסקאָרט יאָגט זיך נאָך א 
לײַנער, וי זיי װאָלטן אין אים דערזען דעם האר 
פון זייער שייװועט. א בליץ דרייט אויס זיך, װי א 
גימל, װי ס'װואָלט געטראָפן א קורצשלוס אין הימל. 
און אזוי איז מיט קינסטלערישע מיטלען אָנגעזעטיקט 
קימאט יעדער ליד. 

ס'איז קעדײַ אויך אָפּמערקן די איליוסטרירונג 
פון דעם ביכל, װאָס עס האָט מײַסטעריש אויסגע- 
פילט דער קינסטלער יע. ר. סקאקאלסקי. א שאָד, 
װאָס דער טיראזש פונעם ביכל איז אינגאנצן 050 
עקזעמפּליארן. לויט זײַן װוערטפולקײַט האָט עס פאר- 
דינט א מער ברייטערן טיראזש. 


הירש רעלעס 


ליטעללארישעכ 


א שעפערישער אַװנט אין טשערנאַוויץ 


די טשערנאָוויצער געזעלשאפט 

פון ייִדישער קולטור אפן נאָמען 
פון עליעזער שטיינבארג האָט 
דורכגעפירט א שעפערישן 
אָװנט לעקאָװעד דעם ידישן 
שרײַבער יויסעף בורגן. 


געלייענט די 


שעווער געטאָ. 


שמועל גאָרדאָנס א נײַער 


דער מאָסקװער פארלאג ,כו- 
דאָזשעסטװענאיא ליטעראטורא" 
גרייט שמועל גאָרדאָנס פּראָזעיבוך 
,אויסדערוויילטס", אין וועלכן עס 
גייען ארײַן איבערזעצונגען אף 
רוסיש פון די װוערק, װאָס דער 
שרײַבעד האָט געשאפן אין 


דערציילונג 


אין זײַן ארויסטרעטונג האָט 
י. בורג דערציילט וועגן זײַן שע- 
פערישער ביאָגראפיע. 
נאָוועלע 
יאשװאָ?"-א באגעגעניש מיט 
אן אנטלאָפענעם פון דער ואר- 


מעשעך פון די 

אין די ראָמאנען ,, פרילינג? און 
;יאָרשים", אין דער 
,מעכילע?,, אין די 
דערציילונגען און נאָוועלעס זײַ- 
נען אָפּגעשפּיגלט 
געשעענישן פונעם ביז-מילכאָמע- 


געפירט האָט דעם אָװנט דער 


פאָרזיצער פון דער אָרטיקער 
ער האָט 
, עיכא- קולטוריגעזעלשאפט לעאָניד פיןנ- 
קעל, 
כ. ראַזענטאל 
בוף 


לעצטע יאָרן דיקן און נאָכמילכאָמעדיקן פּע" 
ריַאָדן. די דערציילונג וועגן דער 
פארגאנגענהײַט איז אַרגאניש אי- 
בערגעפלאָכטן אין די דאָזיקע 


ווערק מיטן הײַנטיקן טאָג. 


גרעסערער 


באדײַטנדיקע 
ס. קאַסטירקא: 


17 


ציטאטעס פון דער סאָוועטישער פרעסע 


יעדער סאָוועטישער מענטש דארף זיך פילן 
אינדערהיים אין א באליביקן וינקל פונעם 
לאנד -- אנדערש איז דאָס ניט קיין לאנד, אן- 
דערש זײַנען מיר ניט קיין פאָלק, און ס'איז נישט 
קעדײַ צו רעדן ניט װעגן דעמאָקראטיע, ניט װעגן 
סאַציִאליזם, ניט װעגן הומאניזם. 

אונדזער גרויס ברידערלעך הויז דארף זײַן א 
פעסטונג פון הומאניזם, בארעמהארציקײַט, קעגן- 
זײַטיקער הילף און פארשטענדעניש. און יעדערער 
פון אונדז איז דאָ א היגער -- א סאָװעטישער 
מענטש, א בירגער פונעם ראטנפארבאנד. פאר 
אריבער זיבעציק יאָר האָט אונדזער ערד אײַנגע- 
זאפּט פיל אונדזער געמיינזאם בלוט, געמיינזאמען 
שווייס, געמיינזאמע טרערן... טאקע צוליב דעם, 
קעדיי יעדערער זאָל זײַן פרײַ, רויַק, זיכער אין 
זיך אליין, אין זײַן גלײַכבארעכטיקונג מיט אלע 
מיטבירגער -- פארן געזעץ, פארן אױסקלײַב, פאר 
זײַנע מעגלעכקײַטן, פאר זײַנע רעכט אן 
פליכטן, -- גראָד צוליב דעם איז פאָרגעקומען 
אונדזער רעװאָליוציע, און צוליב דעם האָבן מיר 
זיך פארייניקט אין אונדזער פארבאנד. 


(טאטיאנא איוואנאָווא. 
גקניזשנאַיע אַבאָזרעניע*, 
8 אפרעל 1989) 


דאָס אינטערנאציאָנאלע אין מעגלער בלויז אף 
א נאציאָנאלן יעסאָד. אוב א מענטש טראָגט ניט 
אין זיך גאָרנישט נאציַאָנאלס, אויב ער פילט ניט 
זײַן אָנגעהעריקײַט צו עפּעס א פאָלק, אויב ער 
טראָגט ניט אין זיך די טראדיציעס, די מינהאָ" 
גים, דעם גענאָטיפּ פון זײַן פאָלק, אויב אים איז, 
פּאַשעט גערעדט, אלציינס, װער ער אין און װוּ 
ער איז, -- קאָן ער בעפיירעש ניט זײַן אן אין- 
טערנאציַאָנאליסט. אזעלכע מענטשן 


זײַנען אָן 


ייִכעס, אָן שטאם, זיי זײַנען, אלס קלאל, פּאריִעס 
פון דער געזעלשאפט, נאווענאדניקעס. 


וקאזאכישער שרײַבער סאביט דאַסאנאו. 
פראוודא", 3 אפרעל 1989) 


עס װערט שוין איצט קלאָר, אז אן אינטעלי 
גענץ צו אן אינטעליגענץ איז ניט גלײַך. לאָמיר 
א קוק טאָן דעם עמעס אין די אויגן: מיר האָבן 
זיך צעשפּליטערט, זיך צעשפּאַלטן, זיך אָפּגעגרע- 
נעצט איינער פונעם אנדערן. און װי עס זאָל ניט 
זײַן טרױיעריק, אלס יעסאָד פאר אָט דער אָפּגע- 
גרענעצטקײַט דינט אוא שענדלעכע דערשײַנונג 
וי נאציאָנאליזם, דערין אנטיסעמיטיזם. 


(רוסישע דיכטערן רימא קאזאקאָווא. 
פראוודאי, 3 אפרעל 1989) 


זיײיער אָפט הער איך ניט בלין פון ינגע 
מענטשן, נאָר אויך פון די באיאָרטע לײַט, או 
ייִדיש איז פארגאנגען. מע זאָגט נאָך דערבײַ, אז 
ווידערופלעבן ייִדיש איז אומעגלעך. איך בין מיט 
זי מאסקים בלויז אין איין זאך: יאָ, ייִדיש האָט 
פארלוירן זײַן סאָציַאלע װערט, נאָר די שפּראך 
פון שאָלעם-אלייכעמען און מענדעלען לעבט דאָך! 
ווער האָט געזאָגט, אז דאָס לאָשן פון מײַנע אָװעס 
איז א טויטע שפּראך? מע שרײַבט דאָך, מע 
לייענט, מע רעדט... 

אוואדע, ייִדיש לעבט איבער איצט ניט די 
בעסטע צײַטן, און פון אונדז, דעם ינגן דאָר, 
איז אָפּהענגיק, צי װעט ייִדיש לעבן, צי ניט. און 
סװוילט זיך מיר זייער גלייבן, אז די ייַדישע ינ- 
גע לײַט װעלן אָנהײבן פארשטיין, װאָס פאר א 
פאראנטװאַרטלעכקײַט עס ליגט אף זײ. 


(וו. ריווקין, ש. ט. קוּיבישעו. 


ביראַבידזשאנער שטער", 16 מײַ 1989) 


אף א 
קאָווער 


קאָנצערט פון דער גאָר" 
ייִדישער געזעלשאפט 


10* 


א בריוו פון קעשענערו 


דער אַנהייב פונעם ועג 


װער האָט געקאָנט גלייבן נאָך מיט געצײילטע 
יאָרן צוריק, אז די קעשענעווער פארערער פון ייַדי- 
שער מוזיק װועלן דארפן אין איין אָװנט אױיסקלײַבן 
צווישן צוויי קאָנצערטילאָקאלן, װוּ עס טרעטן איינ- 
צײַטיק ארויס ייִדישע קאָלעקטיוון? אין די פארגאנ- 
גענע פונעם אָנהייב יאָר עטלעכע כאדאָשים איז 
בוכשטעבלעך ניט געווען קיין װאָך, אז אין קעשע- 
נעוו און אין אנדערע שטעט פון מאָלדאויע זאָלן 
ניט רופן צו זיך ייִדישע קאָנצערטן אָדער ספּעק- 
טאקלען. 

עס פרייט, פארשטייט זיך, װאָס מענטשן, בא 
וועלכע מע האָט אָפּגענומען אין סטאלינס צײַטן 
זיײיער קולטור, קאָנען, ענדלעך, שטילן דעם דאָרשט, 
צורירנדיק זיך צום קוואל פון דער פאַָלקסימוזיק, 
פון דעם איגױנאָענטן װאָרט אף דער מוטער- 
שפּראך. אין דער זעלבער צײַט מוז איך זאָגן, אז 
נאָך ביז כ'האָב באזוכט אייניקע קאָנצערטן האָבן 
מיר אויסגעזען מאָדנע די , מעליצעדיקע אפישן* פון 
יענע קאָלעקטיון, בא וועלכע עס איז אָפּװעזנד, 
דעליקאט געזאָגט,. באשײדנקײַט, און זיי צייכענען 
זיך אויס מיט א שלעכטן געשמאק, צומאָל מיט עלע- 
מענטארער אמעראצישקײַט. אזוי, לעמאָשל, האלט 
איך, אז דעם מאָסקװער זינגער וואדים מולערמאן 
איז נאָך צו פרי אָנצורופן זײַן קאָלעקטיוו ,, טעאטער 
פון ייַדישער ליד". א טעאטער איז דאָ, אָבער מיר 
הערן דאָרט ייִדישע לידער ביז גאָר וייניק. וו. מו" 
לערמאן טרעט ארויס אלפּי קלאל מיט ייִדישער טע- 
מאטיק אף רוסיש, ער זינגט אויך אף איווריט, אָבער 
אף ייִדיש, אף דער שפּראך פון שאַלעסיאלייכעמען 
און מיכאָעלסן, אף דער שפּראך פון אונדזערע טא- 
טעס און זיידעס, איז דער רעפּערטואר א ביז גאַר 
קנאפּער. נאָך דער צעגראָמירונג אין סאָף 40יער, 
אָנהײב 50יער יאָרן פון דער ייִדישער קולטור און 
דער פיזישער אױסראָטונג פון אירע בעסטע פאָר- 
שטייער -- שריפטשטעלער, טעאטעריטוער -- איז בא 
אונדז אין לאנד אויסגעוואקסן ניט איין דאָר, וועל- 
כער קען ניט די אייגענע שפּראך און ליטעראטור. 
דעריבער דארף די אכרײַעס פאר דער וידערופלע- 
בונג און באנײַונג ליגן אף די מענטשן, וועלכע 
זײַנען איצט טעטיק אין דער ספערע פון ייַדישער 
קולטור, 

פון אָט דעם שטאנדפּונקט פארדינט א ליב דער 
קאָלעקטיוו, וועלכן עס האָט געשאפן אין קעשענעוו 
אנע גינזבורג. סצענישער כיין, מוזיקאלישקײַט, אויס- 


געצייכנטע באהערשונג פון דער ייִדישער שפּראך 
מיצאד אָט דער עסטראדע-זינגערן און אקטריסע, 
וועלכע האלט אין מעשעך פון דעם גאנצן אַװנט 
דעם דויפעק פונעם קאָנצערט אין אירע הענט,-- 
דאָס אלץ העלפט מיט דער פּאָפּולערקײַט פונעם קאַ- 
לעקטיוו אין דער הױפּטישטאָט פון דער רעפּובליק 
און אין אנדערע אירע שטעט. און פונדעסטוועגן איז 
אין דעם הויכן נאָמען פונעם קאָלעקטיוו ,וונדעף" 
פאראן א בײַטאם פון איבעריקער זעלבסטירעקלא- 
יע 

װאָס איזן שײַעך דעם קאָלעקטיו, וועלכן ס'האָט 
געשאפן אין קעשענעוו סאמסאָן קעמעלמאכער, האָט 
שוין די ערשטע אפישע דערשראָקן און אָפּגעשטױסן 
מיט איר אמעראצישקײַט. אָנשטאָט דעם ריכטיקן 
אויסדרוק יייִדישע ליד' האָב איך איבערגעלייענט 
אף דער אפישע דעם נאָמען פונעם אנסאמבל, צו" 
נויפגענומען אין איין װאָרט און דערצו נאָך מיט א 
פעלער -- ,ייִדישיליד". דאָ זײַנען, װי מע זאָגט, קאַ- 
מענטארן איבעריק. 

בייס דעם ערשטן באזוך פון דער מאָסקװער זינ- 
גערן אלעקסאנדרע גאָרעליק אין קעשענעוו האָט 
זיך איר אײַנגעגעבן צונויפזאמלען אף אירע קאָנ- 
צערטן א היפּשע אאודיטאָריע. אָבער שוין דאן איז 
אָפּגעמערקט געװאָרן, אז ניט געקוקט אפן אינטע- 
רעסאנטן רעפּערטואר, אפן אויסגעצייכנטן באשטאנד 
פון די מויקאנטן-אינסטרומענטאליסטן, בעראַש 
מיטן באגאבטן פּיַאניסט און קאָמפּאָזיטאָר, אװטאַר 
פון אָריגינעלע באארבעטונגען פון ייִדישע פאָלקס- 
לידער װיקטאָר לענזאָן, אין דער שעפערישער פּאַ- 
טענציאל נאָך ניט גענוג רעאליזירט. עס גיט ועגן 
זיך צו וויסן די אָפּװעזנהײַט פון פּראָפּעסיאָנעלער 
רעזשיסור, ניטיאָרגאניש איז די פּלאסטיק. עס קומט 
אוף א געדאנק, אז א סקרופּולעזע ארבעט מיטן רע- 
זשיסער און א זאָרגזאמער אונטערקלײַב פונעם רע- 
פּערטואר, אנטשפּרעכיק דער שעפערישער אינדיוי- 
דואליטעט פון דער אויספילערן, װאָס פארמאַגט 
סצענישן כיין, אקטיאָרישע באגאבטקײַט, קאָנען 
ברענגען זייערע פרוכטן. 

א מאָדנעם אײַנדרוק האָט איבערגעלאָזט נאָך איין 
מאָסקװער קאָלעקטיוו -- דער טעאטער , ערמיטאזש", 
װאָס האָט באוויזן אין קעשענעוו די שטעלונג אף 
רוסיש פון ,מאסאָעס ביניאָמין האשלישי". דער קא- 
מער-דבאשטאנד פון די אָנטײלנעמער פונעם ספּעק- 
טאקל, די קאמעריסצענאָגראפיע (קינסטלער -- וו. פאָ- 


199 


מין), וועלכע גיט סימבאָליש איבער דאָס געשטאלט 
פונעם שטעטל טונעיאדעווקע און פון דעם גאנצן 
ייִדישן וועלטל פונעם טכוםיהאמוישעוו, זײַנען ניט 
צוגעפּאסט צום ריזיקן פּאלאץ פאָקטאַמבריע", אֹף 
וועמענס קאָלאָסאלער בינע סזײַנען פארלוירן גע- 
גאנגען סײַ די סצענאָגראפיע, סײַ די פינף אקטיאָרן, 
סײַ די עצעם קאמעריאטמאָספער פון דער װוּנדער- 
לעכער דערציילונג פון מענדעלע מױכער-ספאַרימען 
וועגן דעם ייִדישן דאָן קיכאָט און זײַן געטרטײַען 
פרײַנט סענדערל. פארדראָסן האָט אויך די שפּראך 
פונעם ספעקטאקל--א געמיש פון ייַדיש, איווריט 
און רוסיש. אויב דער ספּעקטאקל איז שוין געמאַלדן 
אין דער איבערזעצונג אף רוסיש, דארף מען אָפי 
היטן די טרײַשאפט פונעם טעקסט און די רײנקײַט 
פונעם שפּראךיסטיל, ביפראט נאָך, אז דער טעאטער 
,ערמיטאזש" איז א באװוסטער רוסישער טעאטער. 
אלע געדענקען די אויסגעצייכנטע פאָרשטעלונג פון 
,טעוויע דער מילכיקער" מיט מיכאיל אוליאנאַון 
אין דער הױפּטיראָל אין דער צענטראלער טעלעוי" 
זיע, פאראיאָרן האָט גאסטראָלירט אין קעשענעו 
דער טעאטער פון טביליסי, וועלכער האָט באויזן 
דאָס מיוזיקל ,דער פידלער אפן דאך" אף גרזי- 
ניש, --דאָס אלץ האָט געבראכט א געפיל פון פרייך; 
די שאפונג פונעם גרויסן ייִדישן שריפטשטעלער 
קלינגט אף פארשיידענע לעשוינעס. ווען דו הערסט 
אָבער פראזעס אף ייִדיש, וועלכע וװערן גלײַך אי- 
בערגעכאזערט מיט אן אקצענט אף רוסיש, נעמסטו 
דאָס אוף, וי א ביליקן פלירט מיט דעם צושויער. 
עס קומט אויס צו באדויערן, װאָס דער סצעניש און 
װאָקאליש באגאבטער ארטיסט יעווגעני גערטשאקאַװו 
(ביניאָמין), ‏ דער פּלאסטישער גענאדי כראפּונאַװו 
(מענדעלע), זייערע קאָלעגן אלעקסאנדער פּאַזשא" 
ראָוו (סענדערל), נאטאליע מאַרטקאָװיטש (זעלדע), 
לידיא טשערנאָווא (ריקל-לייע) האָבן מאכמעס דער 
יאָגעניש פונעם טעאטער נאָך רעקלאמע אף ייִדישער 
טעמאטיק (אנדערש איז שװער צו דערקלערן די 
ארענדע פונעם זאל פאָקטאָמברייע" פאר א קאמער- 
ספּעקטאקל) גשליטן אין קעשענעוו א פיאסקאָ, פאר- 
לוירן בא אונדז דאָס פּובליקום, 


מע קאָן מיר דערװוידערן, אז ס'איז נאָך ניט גע- 
קומען די צײַט צו ,ווארפן שטיינער", מע דארף זײַן 
צופרידן, װאָס די ייִדישע קולטור האָט אופגעהערט 
צו שװײַגן און די ייַדישע טעמע אין געװאָרן כאַ- 
שעוו אף אנדערשישפּראכיקע טעאטער"בינעס. ס'איז 
אָבער װײַט ניט קיין אקאדעמישע פראגע, אין װאָס 
פאר א ריכטונג עס װעט גיין די װײַטערדיקע אנט- 
וויקלונג -- צי אונדזער קולטור און איר טעמאטיק 
ועלן פארבלײַבן ארום די טישן פון כאסענעס, וועל- 
כע זײַנען אין מעשעך פון פיל יאָרן געווען ערטעך- 
װײַז דער איינציקער ,קאָנצערטיזאל" פאר דער 
ייִדישער נאציאָנאלער מוזיק, און די ייִדישע יוגנט 
האָט דאָרט באקומען איר ,עסטעטישע דערציונג", 
אָדער די ייִדן, ועלכע האָבן געגעבן דער וװעלט 
אזויפיל גרויסע שרײַבער, מוזיקאנטן, זינגער, אק- 
טיאָרן, װעלן אופהייבן זייער אייגענע קולטור אפן 
געהעריקן ניװאָ. וועגן דעם דארף מען טראכטן שוין 
הײַנט. 

אין דעם פּראט האָבן געשטארקט דעם גלויבן און 
די האָפענונג די קאָנצערטן אין מאָלדאוויע פון דער 


160 


סאָליסטקע פון דער מאָסקװער געגנטלעכער פילהאר- 
מאָניע מארינע בוכינא און פונעם פּיַאניסט דאוויד 
אשקענאזי. אָן טומל און געקנאל פון דער עלעקט- 
ראָזיאפּאראטור, האָבנדיק אין רעשוס די שטים און 
דעם ראָיאל, האָט זיך די דאָזיקע אויספילער אײַנ- 
געגעבן צו באצויבערן די ייִדישע אאודיטאָריע אין 
קעשענעוו, טיראספּאָל, אָרגײעו,. בענדערי-- אומע- 
טום, וו זיי זײַנען ארױיסגעטראָטן. אין יעסאָד פון 
זייער דערפאָלג ליגן צוויי ,אלטע? און אײיביק פעס- 
טע אין דער קונסט אטריבוטן -- טאלאנט און הויי 
כער פּראָפּעסיאָנאליזם. און אויב טאלאנט איז, וי 
שאָלעם-אלייכעם האָט געזאָגט, ,וי געלט, װען ער 
איז דאָ, דעמלט איז ער דאָ", שטאמט מארינע בוכי- 
נעס פּראָפּעסיאָנאליזם פון אן אויסגעצייכנטער וװאַ- 
קאלער שול, וועלכע זי האָט באקומען אינעם ראָס- 
טאָווער קונסט-אינסטיטוט. זי זינגט, באגלײַך מיט 
ייַדישע לידער, אויך מײַרעװ-אײראָפּעישע און רו- 
סישע קלאסיק, אָפּערעיאריִעס און ראָמאנסן. איך 
גרויסע, שיינע שטים, די אקטיאָרישע באגאבונג, 
וועלכע זי האָט געשליפן אין די יאָרן פון איר אר" 
בעט אינעם ייִדישן מוזיקאלישן קאמעריטעאטער, 
דערמעגלעכן צו שאפן װאָקאליטעאטראלע מיניא- 
טיורן, אין וועלכע עס זעען זיך כאראקטערן--א 
שטעטלש מיידל א ברען, א כיטרער ראָוו, אן אָרעם 
ייִנגעלע, װאָס פארקויפט פּאפּיראָסן... און נאָך איין 
אייגנשאפט וילט זיך אָפּמערקן בא מ. בוכינא -- 
דאָס געפיל פון נאציאָנאלן קאָלאָריט. דאָס אנט" 
פּלעקט זיך בוילעטער אין די ,סצענקעס" פואר" 
נעטשקעס", ,רעבעניו", ,מעכוטענעסטע". אין די לֵי- 
רישע לידער --,א ייִדישע מאמע", ,די גיטארע", 
.קינדערײיאָרן?* -- לייגט זי ארײַן איר גאנצע נע"י 
שאָמע. 

אָן שום סאָפעק, אז דאָס דראמאטיש באזיניקטע 
זינגען, די גלענצנדיקע ייִדישע שפּראך זײַנען בא 
מ. בוכינא א רעזולטאט פון דער לער באם דערפאי 
רענעם פּעדאגאָגירעפּעטיטאָר מאריע קאָטליאראַוע, 
אן אקטריסע פונעם געוועזענעם מאָסקװער גאָסעט. 
אזוי אז דער זינגערן האָט אָפּגעגליקט צוויי מאָל. 
דער מוזיקאלער לערער אירער און מיטאװטאָר פו- 
נעם קאָנצערט איז דער פּיאניסט דאוויד אשקענא" 
זי'---א גרויסער מײַסטער, וועלכער פארמאָגט בא" 
גאבונג פון אימפּראָװויזאציע, און דאָס העלפט אים 
צו שאפן די איליוזיע, אז אונטער די פינגער פונעם 
אויספילער איז אָט איצט, אין איין רעגע געשאפן 
געװאָרן די מוזיק. 

צוליב אָביעקטיװוקײַט דארף מען זאָגן אויך וועגן 
די בלויזן אין דער פּראָגראם. אזוי, לעמאָשל, איז 
פאראן א געוויסע בעקיװונדיקײַט אין די קאַקעטישע 
אויסרופן אין די פינאלן פון א סאך לידער. איך 
מיין, אז צום סאָף פונעם קאָנצערט װאָלט מען גע- 
קאָנט אויסזינגען עפּעס מער , פרישס", איידער , לאַ- 
מיר אלע איניינעם", ביפראט נאָך, אז דער נאָמען 
פון דער פּראָגראם ,שאָלעם-אלייכעם? איז אין ער" 
געץ ניט פאנאנדערגעשפּילט געװאָרן און האָט גע- 
געבן א געלעגנהײַט פאר אן אַריגינעלער לייזונג 
פונעם פינאל. 

אָבער װי עס זאָל ניט זײַן, באװײַזן מארינע בו- 
כינעס קאָנצערטן, אז זי איזן א פרוכטבארע אָנטייל- 
נעמערן אינעם פּראָצעס פון דער אופלעבונג פון 


10--148 


א 


2 : א 


עס זינגט אנע גינזבורג 


דער ייִדישער פּראָפּעסיאָנעלער קונסט אין אונדזער 
לאנד. 

ביז איצט איז אינעם ארטיקל געגאנגען א רייד 
הויפּטזאכלעך װעגן די מאָסקװער גאסטראָליאָרן. 
אָבער בא אונדז אין מאָלדאװויע לעבט און ארבעט 
דאָך א היפּשער אָטריאד קאָמפּאָזיטאָרן, שריפטשטע- 


לער, ארטיסטן, מוזיקאנטן, וועלכער קאָן ארײַנטראָגן 
א מערקבארן צושטײַער אין דער אנטויקלונג פון 
דער ייַדישער קולטור אין די מאסשטאבן ניט בליז 
פון דער רעפּובליק, נאָר אויך פונעם גאנצן לאנד. 
אלס באשטעטיקונג קאָן איך זיך פארופן אף דעם 
ליטעראריש-מוזיקאלישן אֶװנט, געװידמעט דעם 
0סטטן געבורטסטאָג פון שאָלעם-אלייכעמען, וועל- 
כער איז פאָרגעקומען אין קעשענעוו אינעם לאָקאל 
פון דעם שרײַבעריפארבאנד. אָט װוּ עס איז געווען 
א יאָמטעוו פון ייִדיש! אפן אָװונט האָט די אקטריסע 
יעװוגעניַע זלאטאיא, פונעם פארמילכאָמעדיקן פּראַ- 
פעסיאָנעלן ייִדישן ‏ טעאטער, וועלכע אין געװען 
זייער פּאָפּולער אין בעסאראביע און אין בוקאַָווינע, 
גלענצנדיק אויסגעפילט שאָלעסיאלייכעמס מאָנאַלאָג 
,בערל-אײַזיק",, די ייִדישע פּראָזאיקער יעכיעל 
שרײַבמאן און באָריס סאנדלער, די פּאָעטן מישע 
לעמסטער און מיכאיל פעלזענבאום האָבן פאָרגע- 
לייענט זייערע װערק, די יונגע זינגערן, די ארויס- 
לאָזניצע פון דער מאָלדאווישער קאַנסערװאטאָריע 
יע. כאזינא האָט געזונגען ייִדישע פאַלקסילדער אין 
דער טאלאנטפולער באארבעטונג פונעם קאָמפּאַזיטאָר 
וו. ביטקין. איז דאָס דען ניט קיין גרייטער ליטע- 
רארישימוזיקאלישער קאַָנצערט אונטערן דעוין 
,דאָס היימישע װאָרט, די היימישע ניגונים"? 

עס וילט זיך גלייבן, אז מיט דער גרינדונג אין 
מאָלדאוויע פון דער געזעלשאפט פאר ייִדישער קול- 
טור װעט די אופלעבונג פון אונדזער אוראלטער 
קולטור גיין אין דער רעפּובליק מער אינטענסיוו 
און װעט פארנעמען א וירדיק אָרט אין דער פילי 
פארביקער פּאליטרע פון די נאציאָנאלע קולטורן. 


סערגײי בענגעלסדאָרף, 
מוזיקאלישער קריטיקער, 
מיטגליד פון דער פארואלטונג 
פון דער יידישער קולטוריגעזעל- 
שאפט אין דער מאָלדאווישער 
סאַוועטן-רעפובליק 


, 
2660 664 
20000707 


אי 


4 


2 


דער אנסאמבל יייִדישע לִיך" 


.2 2 ...טע טי 12: יט די יי 


ָ 


יַדישץ 


שיק 


גשינטץ 


פּראַפ. נ. מ, ניקאָלסקי 


דאָס אוראלטע פאָלק יַטראָעל 


אף די טײַכן פון באַוול 


דער גאָלעס-באָװל האָט שפּעטער אויסגעוויזן די בניייעהודע װי א שװערע און טרױיעריקע 
צײַט. דערמאָנענדיק זיך אָן ציָוין, האָבן זיי געוויינט, ניט געקענט זינגען, פריילעך זײַן און אפילע 
טפילע טאָן צו גאָט אין א פרעמד לאנד. יאהווע איז פארבליבן דאָרט, אין דעם װײַטן פאַטערלאנד; 
דער קויהען יעכעזקל, איינער פון די, וועלכע זײַנען פארטריבן געװאָרן אין געפענקעניש, האָט פאר- 
זיכערט, אז ער האָט געזען, װי יאהווע האָט זיך פאר דעם כורבן פון יערושאָלאיִם געזעצט אף די 
קרויווים, וועלכע זײַנען געװען איבער זײַן אָרן, און איז איבערגעפלויגן אפן שכינישן בארג, און 
דאָרט איז ער פארבליבן, ביז זײַנע דינער װעלן זיך ניט אומקערן פון גאָלעס און װעלן ניט אָפּבױען 
צוריק זײַן װױנאָרט, אהין איז אויך אף א װוּנדערלעכן אויפן איבערגעטראָגן געװאָרן דער אָרן פון 
יאהווע, וועלכער איז אלפּי נעס פארשווונדן געװאָרן בעשאס יערושאָלאיִם האָט געברענט; דער אָרן 
איז פארבאָרגן אין דעם דאָזיקן בארג, און וען ס'וועלן אָנקומען די לעצטע טעג פון דער װעלט, 
װעט ער זיך צוריק אנטפּלעקן איניינעם מיט יאהווע, קעד צו מישפּעטן אלע פעלקער. יעדן טאָג 
פלעגן די פארטריבענע מיספּאלעל זײַן צו יאהװע: , האָב ראכמאַנעס אף מיר, יאהװוע, מיט דײַן 
גרויסן גנאָד, און ריײיניק אָפּ מײַנע זינד צוליב דײַנע גרויסע כסידים". און מיט א ביטאָכן אף דער 
קומענדיקער אויסלייזונג פון געפענקעניש האָבן די פארטריבענע באמיט זיך צוצופאסן צו דער 
נײַער סוויווע, אין וועלכער ס'איז זיי אויסגעקומען צו לעבן. 

די ערשטע האָבן זיך צוגעװווינט צו דער נײַער לאגע די יערושאָלאיַמער סאָכרים. באָװל איז 
געווען א גרויסע מעלוכע, אין אלע עקן פון דער מעלוכע פלעגן ארומפאָרן האנדל:קאראוואנען, 
וועלכע פלעגן זיך, װי אין א קניפּל, צוזאמענגיין אין באָװל, דער דעמלטיקער הױפּט-שטאָט פון 
דער וועלט. נאָך פאר נעװוכאָדנעצערן איז שוין באָװל געװען א רײַבכע שטאָט, נאָר אין זײַנע צײַטן 
האָט ער זיך פארבויט און פארפּוצט מיט גאָר א באזונדער פּראכט, די דאָזיקע הױיפּט-שטאָט פלעגט 
צוציִען צו זיך סכוירעס פון אלע לענדער, און אין באָװל גופע פלעגט איך אויסגעארבעט װערן א 
גאנץ היפּשע צאָל טײַערע כפייצים, וועלכע פלעגן זיך דערנאָך פארשפּרייטן איבער דער גאנצער 


פאָרזע צונג. אָנהייב זע ,סאָוועטיש היימלאנד? נומ. 1--7, 1989. 


102 


וװועלט. די פארטריבענע פון יעהודע סאָכרים איז נאָר געוװוען פארבאָטן זיך אומצוקערן קיין יעהודע, 
נאָר זיי האָבן געמעגט פרײַ ארומפאָרן און האנדלען איבערן גאנצן שעטעך פון דער קאַלאָסאלער 
מעלוכע און זיי האָבן עס טאקע געטאָן. אייניקע זײַנען פארבליבן אין באָװֹל; אנדערע האָבן איבער" 
געוואנדערט קיין נינווע, עקבאטאנע, שוישען, מיצראים. סײַ אין באָװול, סײַ אין די איבעריקע שטעט, 
אין וועלכע זיי האָבן זיך באזעצט, האָבן זיי געזען זיך האלטן איניינעם, העלפן איינער דעם צוייטן 
אין זייערע געשעפטן און זיך צונויפקלײַבן צוזאמען טפילע טאָן צו גאָט. די דאָזיקע קאַלאַניעס פון 
די ייִדישע סאָכרים זײַנען דאָס געװוען דער אָנהייב פון דער ייַדישער צעזייונג, פון דער ,דיאספּאָרע", 
װי ס'האָבן געהייסן אין גריכיש די ייִדישע קאָלאָניעס, צעשפּרײטע איבער דער גאנצער װעלט. 

נאָר סאָכרים זײַנען צװישן די פארטריבענע געווען לעפיערעך װינציק. דעם גאנצן אֶל פון גאַי 
לעס איז אויסגעקומען צו לײַדן די , גיבויריי כאיל" און די קויהאנים -- דעם גרעסטן טייל פון די 
בנייייעהודע, וועלכע זײַנען פארטריבן געװאָרן קיין באָװול, װײַל זיי זײַנען דאָך געווען די הארן און 
פירער פון דער אומגעקומענער מעלוכע. די סאָרים און הױיף-לײַט פון מאלכעס יעהודע האָבן זיך 
גיך צוגעפּאסט צו דער נײַער סויווע. אייניקע פון זיי האָבן זיך אויסגעצייכנט פאר דעם קיניג פון 
באָווֹל און האָבן באקומען דערפאר ויכטיקע שטעלעס; אנדערע, װעמען סהאָט זיך אײַנגעגעבן 
מאצל זײַן פון כורבן נאָר א טייל אפילע פון זייער פארמעגן, האָבן זיך צוזאמען מיט די סאָכרים 
גענומען האנדלען. נאָר שווערער פון אלעמען איז געוװוען די לאגע פון די קויהאנים. פארטריבן פון 
יערושאַלאיִם, האָבן זיי מער ניט געקענט פארנעמען זיך מיט זייער פריערדיקער באשעפטיקונג, פאר- 
נעמען זיך מיט א נײַער ארבעט האָט זיך זיי ניט געװאָלט, און דער גרעסטער טייל פון די קויהאנים 
האָט ראק געטרוימט וװעגן דעם, ויָאזוי זיך צוריק אומקערן אין דער אלטער היים, אפדאָסנײַ אויס- 
בויען דעם בייס:האמיקדעש פון יאהווע, אײַנפירן צוריק די אווידע, נאָר אזוי, אז זיי זאָלן שוין מער 
ניט האָבן קיין קעגנער. 

האָפנדיק, אז וװועךךס'ניט:איז װעט דאָך מעקויעם וװערן די נעװיִע פן ייָרמעיאָהו, האָבן די 
קויהאנים צווישן זיך געלעבט אין אן ענגן קרײַז און האָבן זיך פארנומען מיט דעם, װאָס זיי פלעגן 
ברענגען אין אָרדענונג, ארײַנטראָגן טיקונים און מעמאלע זײַן די אלע צערעמאַניעס און מינהאָגים, 
וועלכע זײַנען געוען אָנגענומען בא דער אווידע אין בייס-האמיקדעש אין יערושאָלאיִם. צװישן זיך 
גופע האָבן זיי ניט אלע קויהאנים געהאלטן פאר גלײַכע: זיי האָבן געזאָגט, אז עמעסע חויפּט-קויהא- 
נים װעלן זײַן אין דער צוקונפט נאָר די, װאָס שטאמען פון דעם ערשטן קויהען פון בייס-האמיקדעש, 
פון צאָדעקן, װײַל נאָר די קויהאנים זײַנען געבליבן די גאנצע צײַט טרײַ צו יאהווע. און די איבץ- 
ריקע קויהאנים פון שייװועט לייווי, וועלכע האָבן געדינט אנדערע געטער אָדער אף די באָמעס, 
די װעלן דארפן מער ניט העלפן די עמעסע קויהאנים. דעם געדאנק האָט ארױיסגעזאָגט איינער פון 
די יערושאָלאיימער קויהאנים, יעכעזקל, ער פלעגט זיך ארויסשטעלן פאר א נאָווי, דערציילנדיק, 
אז אים באװײַזט זייך שטענדיק יאהווע אין אן אויסערגעויינלעכער סויווע, זיצנדיק אף מוירעדיקע 
באשעפענישן -- האלב-מענטשן, האלב-כײַעס, און ארומגערינגלט מיט א װונדערבארן כאיל; ער האָט 
אָנגעשריבן א סייפער, אין וועלכן ער דערציילט ועגן זײַנע זעונגען. יאהוע האָט אים אזוי דער 
קלערט, פארװאָס ער האָט כאָרעװו געמאכט יערושאָלאיִם, יעהודע און יִסראָעל. זיי זײַנען כאָרעװ 
געװאָרן דערפאר, װאָס זיי האָבן ניט געהיט דעם געזעץ, לויט װעלכן מע דארף דינען ראק יאהװוע 
אליין אין נאָר אין יערושאָלאיִם. איצטער זײַנען יעהודע און ייַסראָעל געגליכן צו טויטע װײַסע 
ביינער, נאָר יאהווע װעט זיי לעבעדיק מאכן, און דאן װעלן זיי זיך צוריק אומקערן אין לאנד, װאָס 
איז זיי צוגעזאָגט געװאָרן, און אויב זיי װעלן דאָרט אײַנאָרדענען זייער לעבן אזיווי ס'װײַזט אָן 
יאהווע דורך יעכעזקלען, װעלן זיי מער קיינמאָל ניט אומקומען און זיי װעלן אונטערטעניק מאכן 
אלע פעלקער פון דער ערד. 

דעם געדאנק, אז בייס דער אופלעבונג פון יעהודע װעט מען מווזן אײַנאַרדענען א מעלוכע 
פון קויהאנים, האָבן די קויהאנים געזען אײַנצופלאנצן אין פאָלק אויך דורך אנדערע ספאָרים. פון 
די לעגענדעס װעגן די שאָפטים און די ערשטע קיניגן און פון די כראָניקעס, װאָס זײַנען געפירט 
געװאָרן פון די קיניגן פון יעהודע און ייִסראָעל, האָבן זיי געשאפן דרײַ גרויסע ספאָרים פון טאנאך: 
, שאָפטים" און , מעלאָכים". לייענענדיק די דאָזיקע ספאָרים, האָבן די בנייייעהודע אין גאָלעס ניט' 
וילנדיק אָנגעהויבן דענקען, אז קעדיי אױיסצומײַדן אין דער צוקונפט גאָטס שטראָף, איזן דאָ ראק 
איין טרופע: טפילע טאָן נאָר צו יאהווע און ברענגען אים קאָרבאָנעס ראק אין בייס:האמיקדעש אין 
יערושאָלאיִם. די קויהאנים האָבן צוגעטראכט נאָך א מיטל, ויָאזוי צן אנטוויקלען אין די ייִדן דאָס 
געפיל פין איבערגעגעבנקײַט צו יאהװוע און צו זײַנע דינער. זיי האָבן אָנגעהױיבן צונויפקלײַבן די 
ייִדן אף טפילעס-פארזאמלונגען; אף די פארזאמלונגען פלעגן זי פאָרלייענען פאר די פארזאמלטע 
די טוירע, שטיקלעך פין דער געשיכטע, מיט דערקלערונגען און זינגען מיזמוירים פין טילים. 
אזעלכע פארזאמלונגען האָט מען אינגיכן אָנגעהויבן מאכן ניט נאָר אין באָװל, נאָר אויך אין די 
איבעריקע שטעט, אין וועלכע סזײַנען געװען ייִדישע קאָלאָניעס. זיי פלעגן אפילע פאָרקומען אין 


103 


ספּעציעלע הײַזער, וועלכע האָבן געהייסן קנעסעס, פארזאמלונג, אין גריכיש סינאגאָגעס. ביסלעכ"- 
װײַז האָבן זיך די דאַזיקע באָטעזהאקנעסעט פון אן אָרט פאר פארזאמלונגען, שמועסן און דראָשעס 
פארוואנדלט אין א בייט-טפילע, װוּ ס'פלעגן זיך צונויפקלײַבן די ייָדן, װעלכע האָבן געלעבט אין 
דער פרעמד און האָבן ניט געהאט קיין מעגלעכקײַט צו קומען אין בייס:האמיקדעש אין יערושאָלאיִם, 

און דער טאָג פון באפרײַונג האָט זיך אלץ דערנעענטערט; שוין ניט װײַט איז געװען דער 
טאָג, ווען סהאָט געזאָלט מעקויעם וװערן דער אכזאָריעסדיקער װונטש: , פארפלוכטע טאַכטער פון 
באָװל! װױיל איז צו דעם, װער ס'וועט נעמען דײַנע קליינע קינדער און װעט זי צעקלאפּן אָן א 
שטיין!" די מידיִער, װאָס זײַנען נאָך ניט לאנג געוען פאריינס מיט די באָװלים און האָבן געהאָלפן 
נעװוּכאַדנעצערן פארניכטן די מאכט פון די אשורישע קיניגן, זײַנען איצט געװאָרן סאָנים פון די 
באָװולים (כשאָדים). בא די פּערסן, א ברידערלעך פֿאָלק פון די מידיִער, איז אופגעשטאנען א טא- 
לאנטפולער פירער, קוירעש, וועלכער האָט זיך אָפּגעטײלט פון באַװל, האָט אײַנגענומען קימאט 
גאנץ קלייזזאזיע און האָט זיך געגרייט צו אן אנטשיידענעם קאמף מיט באָװל. די ייִדן האָבן גע- 
לייגט גרויסע האָפענונגען אף קוירעשן און האָבן אים געהאָלפן מיט װאָס נאָר ס'איז מעגלעך גע" 
ווען, װי ס'האָבן אים אויך געהאָלפן די איבעריקע פעלקער, וועלכע זײַנען געווען ניט צופרידן מיט 
דער מעמשאָלע פון באָװל, 

די ייִדן אין יענע צײַטן, צעשפּרײטע איבער דער גאנצער װעלט, האָבן געלעבט אין װוילטיק 
און האָבן מאצליעך געווען אין אלע זייערע געשעפטן; זי האָבן געהאלטן, אז דאָס העלפט זיי יאהווע 
און דעריבער האָבן זיי געמיינט, אז ער איז מיט זיי אין דער גאנצער װעלט און פארוואלטעט, הייסט 
עס, מיט דער גאנצער װעלט. און איצטער, װען נאַענט איז שוין געװען די צײַט פון באפרײיונג, 
האָט די גאנצע פארגאנגענע געשיכטע מיט אירע ליידן אָנגעהױיבן אױסװײַזן זיי װי א שרעקלעכער 
כאָלעם. ייִסראָעל האָט געליטן און זיך געפּײַניקט, נאָר איצטער װעט ער באלינט װערן, ער װעט 
ניט נאָר אליין געהאָלפן װערן, נאָר ער װעט ברענגען דערצו, אז אלע פעלקער װעלן אויך אַנהייבן 
גלייבן אין יאהווע, און װעט געװעלטיקן איבער זײ. 

אין 539-טן זײַנען קוירעשעס כאיאָלעס אונטער גאבריס אָנפירונג איבערגעגאנגען די גרענעצן 
פון באָװל. א גרויסער טומל האָט זיך אופגעהויבן אין באָװל, ס'איז באשטימט געװאָרן א טאָג אף 
טפילע טאָן צו די געטער אין אלע שטעט. ניט פארלאָזנדיק זיך אף די געפליגלטע פיגורן, די װועב- 
טער פון די טויערן, האָט מען אין באָװל ארױסגעטראָגן פון אלע טעמפּלען אפן פּלאץ די געטער 
מארדוק, דעם באשיצער פון באָװול, און נאבו, דעם באשיצער פון די סאָכרים און רײַונדע, און דאָס 
גאנצע פאָלק פלעגט טפילע טאָן פאר זייערע באגילדעטע סטאטועס. דאָס זעלבע האָבן געטאָן די 
אײַנװױנער פון אנדערע שטעט: איטלעכע שטאָט האָט געהאט איר גאָט-באשיצער, צו װעלכן מע 
פלעגט זיך איצט וענדן מיט הייסע טפילעס און וועלכן מע פלעגט ברענגען אָן א צאָל קאָרבאָנעס 
אף די פּלעצער און גאסן, װוּ ס'פלעגן זיך צונויפקלײַבן גרויסע מאסן מענטשן. די אײַנװױנער פון 
ערידו האָבן געבעטן צו זייער גאָט עא, די אײַנװױנער פון אור -- זייער גאָט סין, פון סיפאר -- 
שעמעש אאוו. מע האָט גערעכנט, אז די פּערסן זײַנען גלײַך צו די ווילדע מידיִער, וועלכע האָבן 
נאָך מיט א קורצער צײַט צוריק געהאָלפן נעװוכאָדגעצערן קעגן די אשורים. 

נאכאנעד, דער לעצטער קיניג פון באָװל, איז מיט זײַן כֹאיל ארױסגעטראָטן קעגן גאברי; 
נאָר די ייִדישע אָנהענגער פון קוירעשן האָבן מער ניט װי געלאכט אין זיך. זיי זײַנעז געװען זיכער, 
אז נאבאנעד װעט ניט קענען בײַקומען די פּערסן. און זיי האָבן זיי ניט אָפּגענארט: נאבאנעד האָט 
געליטן א מאפּאָלע, ער איז ארײַנגעפאלן אין געפענקעניש און אין קייטן האָט מען אים אװװעקגע- 
שיקט צו קוירעשן, באָװל איז געבליבן אָן א קיניג און אָן כאיל; אלע טפילעס און קאַרבאַנעס האָבן 
ניט געהאָלפן. איצטער איז שוין געווען אומזיסט יעדער פּרוּו זיך צו פארטיידיקן, און אז גאבריס 
כאיל האָט זיך באוויזן פאר די מויערן פון דער גרויסער שטאָט, האָבן די אײַנװױנער ניט געוואגט 
זיך צו פארשפּארן אין שטאָט און באלאגערט װערן. עמעס, באָװל איז געוען ארומגערינגלט מיט 
דיקע מויערן, אף אזויפיל דיקע, אז אף דעם אייבערשטן אויבנוף פון דעם מויער זײַנען געוען אויס- 
געבויט הײַזלעך, װוּ ס'האָבן געלעבט די װעכטער; אזעלכע דיקע מויערן איז שװוער געװוען דורכ- 
צוברעכן און ארײַנדרינגען אין שטאָט. נאָר די צאָרע איז באשטאנען אין דעם, װאָס אין באָװל איז 
געבליבן צו װײיניק כאיל צו פארטיידיקן די מױערן, און די קליינע צאָל זעלנער, װאָס זײַנען פאר- 
בליבן, האָט ניט געקענט שטערן אײַנצונעמען די שטאָט. און די באָװלִים האָבן באשלאָסן זיך און- 
טערגעבן דעם זיגער, און ניט ארײַנברענגען אים אין צאָרן מיט זייער אומניצלעכן ווידערשטאנד. 
דער פּערסישער קריגסאָנפירער איז ארײַנגעטראָטן אין באָװל, און אים האָבן באגריסט די זעלבע 
קויהאנים און זקיינים פון שטאָט, וועלכע האָבן אַקאָרשט צוליב אים אופגעהויבן אזא מעהומע צוישן 
די געטער. 


164 


קוירעשן האָט שטארק געלינט אומ' 
צוקערן אין זייערע פריִערדיקע לענדער די 
אלע פארטריבענע, װעלכע סהאָבן פאר' 
טריבן די אשורישע און באָוולישע קיניגן. 
זײַן מעלוכע איז נאָך געװען א יונגע, אין 
דער אופריכטיקײַט פון די באָװלים האָט ער 
ניט זייער געטרויט. און פאר אים איז זייער 
וויכטיק געווען צו האָבן אף זײַן צאד אלע 
גרויסע און קליינע פעלקער, וועלכע האָבן 
געליטן פון דער אשורישער און באָוולשער 
מעלוכע. ער האָט געקענט זײַן זיכער, אז 
אָט די אלע פעלקער װעלן אים געװויס 
העלפן, אויב נאָר די באָװולים װעלן פּרווון ‏ מע רעכנט, אז אין דעם איהעל זײַנען געבראכט צו 
אראָפּווארפן זײַן הערשאפט. דעריבער האָט קװוּרע עסטעריהאמאלקע און מאָרדעכײַ 
ער גלײַך נאָכדעם, װי ער האָט אײַנגענר 
מען באָול, אָנגעהױיבן דערלויבן די אויסוואנדערער פון פארשיידענע לענדער זיך אומצוקערן צוריק 
אין זייער אלטער היים. אויך פאר די ייִדן איז ארויסגעגעבן געװאָרן אזא פאראָרדענונג. 

די דערלויבעניש האָבן ניט אלע אויסגעניצט. אויסגעניצט האָבן זי קױידעמקאָל די קויהאנים 
און לייווים; זיי האָבן אויסגעבעטן נא קוירעשן א דערליבעניש מיטצונעמען א טייל פון די הייליקע 
קיילים, וועלכע נעװוכאָדנעצער האָט ארויסגעפירט פון בייס:האמיקדעש, און זי האַבן גענומען אף 
זיך אָנצופירן מיט דער איבערוואנדערונג. אכוץ די קיהאנים און לייווים, האָבן זיך אומגעקערט 
אייניקע פירשטלעכע מישפּאָכעס פון יעהודע און ביניאָמין. 

וקעדיי צו באנײַען יערושאָלאיִם און דעם בייס-האמיקדעש, האָט מען זיך גענייטיקט אין גרויסע 
געלט-מיטלען; די מיטלען האָנן זיך גענומען פון די נעדאָװעס, װעלכע סהאָבן געגעבן די ייַדן, 
וועלכע זײַנען געפאָרן קיין יערושאָלאיִם; נאָר כוץ דעם, האָבן אויך אלע איבעריקע ייִדן, װאָס האָבן 
ניט געװאָלט ווארפן זייערע געשעפטן און פאָרן אין א לאנד, װוּ דאָס לעבן איז זיי אינגאנצן אומ- 
באקאנט געווען, האָבן דאָך געשיקט געלט און כפייצים פאר די איבערוואנדערער; פון די נעדאָװעס 
האָט זיך צונויפגעקליבן איבער 61.000 דראכמאָנים גאָלד און 5.000 ליטרעס זילבער. אונטער דער 
אָנפירונג פונעם פירשט זערוכאָװעל פון דאָװידס מישפּאָכע און פון קיהען יעהוישוע, װאָס האָט 
געשטאמט פון דעם קויהען גאָדל צאָדעק, און דעם קיניגלעכן באפולמעכטיקטן שעשבעצאר האָבן 
זיך די איבערוואנדערער געלאָזט אין זייער װײַטן װעג, זי זײַנען געגאנגען טײלנװײַז; קאראוואנען 
פון קעמלען, פערד, אייזלען און מויל-אייזלען זײַנען איינער נאָך דעם אנדערן געגאנגען קיין פּא- 
לעסטינע. אינגאנצן זײַנען אװעק, װי סווערט אויסגערעכנט אין טאנאך, 42.360 פרײַע מענטשן 
נאָר אזויווי דאָס זײַנען אלץ געווען מעיוכאָסים און פארמעגלעכע מענטשן, האָבן זיי אויך מיטגענו" 
מען זייערע קנעכט אין א צאָל פון 7.337. די מענטשן זײַנען געפאָרן אף קעמלען און פערד; אף די 
אייזלען און מויל-אייזלען האָט מען געפירט די הויזיכפייצים און עסנווארג. דאָס איז געווען אן עמעסע 
פעלקער-איבערוזאנדערונג. מיט יעדן טריט זײַנען אלץ װײַטער אף אהינטער פארבליבן די טײַכן פון 
באָװל און אלץ געענטער פלעגן זיי אָנקומען צום אומפארגעסלעכן צָוין, װוּ ס'האָט גערוט דער 
גרויסער יאהווע, וועלכער איז גרויס געװאָרן פאר אלע פעלקער. 


3. עזרא און נעכעמיע 


די פריילעכע כאלוימעס פון די איבערוואנדערער זײַנען צעשטרײט געװאָרן, װי א רויך, װי 
נאָר די רײַזנדע זײַנען געקומען צו זייער ענדציל. פאר די פופציק יאָר, װאָס זיי האָנבן פארבראכט 
אין גאָלעס, זײַנען פאָרגעקומען פיל ענדערונגען אין זייער אלטן פאָטערלאנד. די איבערוואנדערער 
האָבן געטראָפן גאָר אומבאקאנטע פּענעמער, וועלכע האָבן גערעדט אף אן אומבאקאנטער שפּראך. 
אף דעם אָרט, װוּ סאיז אמאַליקע יאָרן געשטאנען דאָס שיינע שאָמרוין, זײַנען שוין לאנג פאר" 
שװוּנדן געװאָרן די ווירקלעכע בניי-עפראָים; אָנשטאָט זיי האָט דאָ געלעבט עפּעס א געמישט פאָלק 
פון די רעשטן פון עפראַיִם און די אשורישע אויסוואנדערער. אין פריִערדיקער מאלכעססיעהודע איז 
די לאגע נאָך ערגער געווען. דער רעשט פון די ייִדן ערדארבעטער, וועלכער האָט איבערגעלעבט דעם 
כורבן, האָט זיך געטוליעט ארום די כורוועס פון יערושאָלאיִם; נאָר די אָנגעקומענע האָבן ים 
געקענט פארשטיין די שפּראך פון זייערע ברידער און זיי האָבן בנאמערקט, אז אויך זיי, אזויווי די 


109 


שאָמרױנים, האָבן שוין אופגעהערט צו זײַן עכטע בניי-יעהודע: איינער האָט געהאט א פרוי פון די 
בניי-אָדאָם, וועלכע האָבן איצט פארנומען דעם גאנצן דאָרעם-טײל פון יעהודע. דאָס בארגיקע לאנד, 
װוּ ס'האָט אמאָל אזוי געשעמט דאָװיד מיט זײַנע גװוּרעס; דער צווייטער האָט געהאט א פרוי פון 
די בניי:אמוין, וועלכע האַבן פאר דער צײַט דערלאנגט אריבערצוגיין דעם יארדן און זיך באזעצן 
אין מיזרעך-טייל פון יעהודע, ארום די כורװועס פון אוראלטן יעריכאָ. אויך די שפּראך, אף וועלכער 
ס'האָכן גערעדט די ברידער פון די איבערוואנדערער, איז װײניק-װאָס ענלעך געװען צו דער אמאַ- 
ליקער שפּראך פון ייָסראַעל, צו דער שפּראך פון די נעװיַיִם און פּאָעטן פון דער גאַלדענער טקופע 
פון ייַדישן לעבן און ליטעראטיר. דער פּאָשעטער האמוין האָט גערעדט אף א געמישטער שפּראך: 
צוזאמען מיט העברעישע װערטער פלעגט ער באניצן אויך אראבישע און אמאָל גאַר ארמישע װער- 
טער. און די רײַכערע און געבילדעטערע שיכטן האָבן גערעדט אף דער ארמישער שפּראך, װעלכע 
איז ארײַנגעדרונגען אהער פון דאמעסעק; עמעס, די דאָזיקע שפּראך איז זייער ענלעך צו העברעיש, 
נאָר די איבערוואנדערער האָט וי געטאָן דאָס הארץ, וען זיי האָבן געזען, אז אין זייער פאָטער- 
לאנד איז אינגאנצן פארשווונדן געװאָרן זייער מוטער-שפּראך, וועלכע זיי האָבן אזוי געזען אײַנצ 
האלטן אין דער פרעמד. 

נײַע פּענעמער, נײַע שפּראכן, נאָר דאָך ניט אינגאנצן האָט מען דאָ פארגעסן דעם אלטן גאָט. 
וועגן יאהווע האָט מען נאָך געדענקט און מע פלעגט אים ברענגען קאַרבאַנעס, לויט די אלטע מינ- 
האָגים, נאָר מע האָט זיך ניט אָפּגעזאָגט פון אנדערע געטער אויך. נאָר דאָס איז שוין אויך געוען 
א טרייסט פאר די קויהאנים, און װען מע האָט אָפּגערײניקט פון אונטער די כורװעס פון בייס הא 
מיקדעש, פון אונטער דעם מיסט און גראָז דעם אלטן הייליקן שטיין און אויסגעבויט אף אים א 
צײַטװײַליקן מיזכייעך, האָט זיך צום ערשטן מאָל ברענגען דעם קאָרבן צונויפגעקליבן א גרויסער 
אוילעם, נאָר פאר די קויהאנים איז קלאָר געװען, אז מע װעט דארפן אָפּגעבן א סאך מי און האָבן 
פיל געדולד, קעדיי צו גרינדן אזא רעליגיִעזע איידע, וועגן וועלכער זיי האָבן געטרוימט פון יעכעזקלס 
צײַטן, אזא איידע, אין וועלכער זיי זאָלן האָבן די אויבערהאנט און װוּ זיי זאָלן קאָנען לעבן אָן 
זאָרגן און דײַגעס וועגן דעם מאַרגעדיקן טאָג. 

די קויהאנים האָכן זיך באזעצט אין יערושאַלאיִם, װוּ זײי האָבן איסגעבויט פאר זיך נײַע 
הײַזער. די איבערוואנדערער פון די וועלטלעכע מישפּאַכעס האָבן זיך צעשפּרײט איבער פארשיידענע 
טיילן פון דער געװועזענער מאלכעס-יעהודע, דערהױיפּט צו צאַפןצו פון יערושאַלאיִם. פרײַע ערך 
איז געווען דורכויס א סאך, װײַל נאָך דעם כורבן פון נעװוכאָדנעצערן איז דאָס לאנד פארװויסטעט 
געװאָרן, און די באפעלקערונג האָט זיך נאָך ניט פארמערט אף אזויפיל, אז זי זאָל דערגיין ביז איר 
פריִערדיקער צאָל. די איבערוואנדערער האָבן זיך פארכאפּט גרויסע נאכלעס און האָבן זיך אָנגע- 
הויבן גרויס האלטן מיט די פארבליבענע פון יעהודע; זיי פלעגן זאָגן, אז נאָר די פארטריבענע, 
די בנייהאגוילע, בילדן די איידע פון יאהװוע, און דער, װאָס קאָן ניט דערװײַץ, אז ער שטאמט 
פון די פארטריבענע, דעם פלעגט מען ניט ארײַנטראָגן אין די צעטלען פון דער נײַער אײידע: וען 
די אָרטיקע אײַנװױנער האָבן פאַרגעלייגט זייער הילף באם בױיען דעם בייס:האמיקדעש, האָט זי 
זערוכאָװעל מיט שטאָלץ געענטפערט: , מיר װעלן אליין בויען דאָס הויז פון יאהװוע, דעם גאָט פון 
ייִסראָעל". נאָר דאָס האָט פונדעסטוועגן ניט געשטערט די אָנגעקומענע זיך מיסכאטן זײַן מיט אזעל- 
כע מעיוכאָסים און הויכע באאמטע, װי זיי אליין, וועלכע האָבן געלעבט אין שאָמרױין אין טײלװײַז 
אין יעהודע. 

די קויהאנים איז דאָס שטארק ניט געפעלן געװען; נאָך מער איז זײי ניט געפעלן דאָס, װאָס 
דער וועלטלעכער טייל פון די איבערוואנדערער, װעלכע האָבן זיך באזעצט אין פארשיידענע טילן 
פין יעהודע, האָבן זיך גאָר ניט געײַלט צו בויען דעם בייס:האמיקדעש. ניט קוקנדיק דערוף, װאָס 
דער פּערסישער קיניג האָט באפוילן זײַנע פארוואלטערס פון מעעווער-לענאהאר-געגנט, װי ס'האָט דאן 
געהייסן דאָס גאנצע לאנד הינטער די טײַכן פּראט און כידעקעל, ארויסגעבן די קויהאנים פון די 
קיניגלעכע האכנאָסעס און גיטער אלע נייטיקע מיטלען און מאטעריאלן צום ביניען, איז די ארבעט 
געגאנגען זייער לאנגזאם און איין צײַט האָט זי זיך גאָר געהאט אָפּגעשטעלט. דאָס איז פאָרגעקומען 
צוליב א טריקעניש, וועלכע האָט געדויערט עטלעכע יאָר נאָכאנאנד; די טריקעניש האָט ארויסגע- 
רופן אומגערעטענישן, און די דאָזיקע צאַרע האָט גאָר אינגאנצן אָפּגעקילט דעם אוילעם. 

די דאָזיקע אָפּהאלטעניש איז שטארק ניט געפעלן געווען די קויהאנים. אָן דעם בייסהאמיקדעש 
איז זיי שווער געװען צו קעמפן פאר דער רעליגיע פון איי-אוךאיינציקן יאהווע, און ס'איז אויך 
שווער געװוען צו לעבן, װײַל זי זײַנען געװוינט געװען צו לעבן פון די קאָרבאָנעס: ניטאַ קין 
בייס/האמיקדעש, ברענגט מען װײניק קאַרבאָנעס, און די האכנאָסעס זײַנען קליין. פאריינס מיט די 
קויהאנים איז געווען זערוכאָװעל. ער האָט געכאַלעמט װעגן אײַנשטעלן צוריק דעם טראָן פין 
זײַנע אורעלטערן און האָט געהאָפט, אז די קויהאנים װעלן אים שטיצן. און זערוכאָװעל מיטן קויהען 
גאָדל יעהוישוע האָבן זיך צונויפגערעדט צוזאמען אָנהײבן אן אגיטאציע, אז מע זאָל װאָס גיכער 


166 


בויען דעם בייס-האמיקדעש. קעדיי צו וירקן אפן פאָלק, האָבן זײי ארויסגעשטעלט צװײי נעװײַם, 
כאגא און זכאריע, וועלכע האָבן געהאלטן מוסער-רעדעס. די דאָזיקע נעװײיַם האָבן צוגעגרייט א 
באָדן פאר זערוכאַװעלן, ער זאָל קאַנען װערן א קיניג. האגאם מע האָט איצט אָנגעהױבן א סאך 
שנעלער צו בויען דעם בייס:האמיקדעש, נאָר זערוכאָװעלס טרױימערײַען און האָפענונגען זײַנען דאַך 
ניט מעקויעם געװאָרן. מע האָט געבויט ניט נאָר דעם בייס:האמיקדעש, ארום אים האָט מען אויך 
אָנגעהױבן בויען א ואנט. דאָס האָט באמערקט דער פּערסישער פארװאלטער מיט דער געגנט, 
האָט געגעבן צו װיסן פון דעם דעם קיניג און האָט מיט געוואלט צײַטװײַליק אָפּגעהאלטן די ארבעט. 
מע האָט אפסנײַ אָנגעהױבן זיך מישטאדל זײַן באם קיניג דאריוש, מע האָט אויסגעזוכט קוירעשס 
פאראָרדענונג, אין ועלכער ער דערלויבט צו בויען דעם בייס:האמיקדעש, און דאריוש האָט דער 
לוינט צו פארענדיקן דעם בייס:האמיקדעש, נאָר זערוכאָװעל האָט זיך שוין געמוזט אָפּזאָגן פון זײַן 
פּרוּוו ווידער אופצושטעלן דאָס קיניגרײַך פון דאָװידן. העכסט צופרידן זײַנען מער ניט געװען וי 
יעהוישוע און זײַנע כאוויירים. אין 516:טן יאָר אין דער צװייטער בייס:האמיקדעש פארענדיקט און 
פײַערלעך געהײיליקט געװאָרן; די קויהאנים האָבן צום כאנוקאס בייס:האמיקדעש פארפאסט א 
פײַערלעכן לויב-געזאנג, וועלכער שילדערט דעם פײַערלעכן ארײַנטריט פון יאהװע אין זײַן באנײַט 
װױינאָרט: , הייבט זיך אין דער הייך, די טויערן פון דער אײביקײַט, עס זאָל קענען ארײַנגײן דער 
קיניג פון קאָװעד! נאָר װער איז עס דער קיניג פון קאָװעד? דאָס איז דער גאָט פון צװאָעס, דער 
מעכטיקער גיבער, ער איז עס דער קיניג פון קאָװעד!" מיט געזאנג פון לױב-לידער, באם שפּילן 
אין טרומייטן, צימבלען און פּויקן האָט מען געבראכט א גרויסע צאָל קאָרבאָנעס. הונדערט רינדער, 
צוויי הונדערט שאָפּבאַקן, פיר הונדערט שעפּסן און צװעלף ציגנבעק, לט דער צאָל פון די שװאַ- 
טים, האָט מען געבראכט פאר א קאָרבן כאטאאס; נאָכן כאנוקאס בייס-האמיקדעש זײַנען די קויהא- 
נים אײַנגעטײלט געװאָרן אין מישמוירים און ס'איז אײַנגעשטעלט געװאָרן א באשטימטער סיידער, 
וי סע שטייט געשריבן אין געזעץ. 

נאָר די זקיינים, וועלכע האָבן נאָך געזען דעם ערשטן בייס, האָבן איצטער געשאָקלט מיט די 
קעפּ. דער נײַער בייס אין פארגלײַך מיטן ערשטן האָט אויסגעויזן אזוי אָרעם און ניט-היימלעך, 
און אף דעם אָרט פון אָרן אין הינטערשטן סוידעספולן טייל פון בייס:האמיקדעש איז איצט געװוען 
פּוסט. מע האָט געהאָפט, אז מיט א נעס װעט דער אָרן צוריק אהער קומען, נאַר אזא נעס אין, 
פארשטייט זיך, ניט געשען. די קויהאנים האָבן דערקלערט דאָס, װאָס דער אָרן קומט ניט צוריק, 
דערמיט, װאָס יאהווע איז געװאָרן אומדערגרייכבאר גרויס פאר זײַן זינדיק פאָלק. ניט נאָר דאָס 
פאָלק, נאָר אפילע די נעװיַיַם זײַנען ניט מעסוגל אים צו זען; זכאריע איז ארײַנגעדרונגען אין אלע 
סוידעס פונעם הימל, און יאהווע האָט ער אויך ניט געזען און האָט גערעדט נאָר מיט א מאלעך, 
און דעריבער שיקט מער ניט יאהװע זײַן אָרן, און די מענטשן זעען אים מער נישט, נאָר דער 
קויהען גאָדל מעג איין מאָל אין יאָר ארײַנגײן אין דעם אָרט, װוּ ס'ידארף זיך געפינען דער אָרן; 
דער אָרן װעט זיך צוריק באװײַזן דאָרט נאָר פארן טאָג פון לעצטן מישפּעט, און װען דער קויהען 
גאָדל װעט אים דערזען, װעט עס הייסן, אז אלע זינד פונעם פאָלק זײַנען פארגעבן, און דעם נאָמען 
פון יאהווע, האָבן געזאָגט די קויהאנים, טאָר מען מער ניט ארויסריידן: די זינדיקע ליפּן טאָרן ניט 
דערמאָנען זײַן נאָמען. און פון דער צײַט אָן האָט מען אָנגעהױבן פארבײַטן באם לייענען דאָס װאָרט 
,יאהווע" מיטן װאָרט ,אדוינוי". 

דער בייס:האמיקדעש איז געװען געבויט װי דער אלטער. פארן בייס-האמיקדעש אין איצט, 
װי אויך פריִער, געװען א גרויסער הויף, װוּ ס'איז געשטאנען א מיזבייעך פאר די אוילעס. אף דעם 
הויף פלעגט מען ארײַנלאַזן אלעמען, װאָס פלעגן קומען אין בייס:האמיקדעש טפילע טאָן און ברען- 
גען א קאָרבן. װײַטער, אין בייס'האמיקדעש גופע, זײַנען געװען צוויי העלפטן, אויך אזוי װי פריִער; 
די ערשטע העלפט, ועלכע מע האָט אַנגעהױבן רופן קוידעש, איז געװען פארמאכט פאר פּאָשעטע 
מענטשן. אהין האָבן געהאט א ציטריט נאָר די קויהאנים און לייווים. דאָ זײַנען געװען קימאט די 
זעלבע קיילים, װי אין שלוימעס בייסהאמיקדעש, נאָר זי זײַנען געװען א סאך קלענערע און פַּאַד 
שעטערע, ס'זײַנען נאָר ניט געווען די קופּערנע זײַלן מיט די סוידעסדיקע אופשריפטן, מיט וועלכע 
די פיניקיייישע מײַסטערס האָבן פארפּוצט שלוימעס בייס:האמיקדעש; אַנשטאָט צען מענוירעס איז 
געווען מער ניט װי איינע מיט זיבן לעמפּלעך, לויט דער צאָל פון גאָטס אויגן, מיט װעלכע עֶר 
קוקט ארום די װעלט; אזויווי זכאריע, אזוי האָבן אויך די קויהאנים, וועלכע האָבן אַנגעפירט מיטן 
בויען דעם בייס:האמיקדעש, פארשטאנען אונטער די זיבן אויגן די זיבן גרויסע הימלשע לײַכטערס. 
אַנשטאָט דעם קופּערנעם יאם איז געווען א קליינער וואשבעקן. נאָר דער טיש מיטן לעכעם-האפאָנים 
איז געװוען אזא, װי אין ערשטן בייס:האמיקדעש, נאָך דעם קוידעש איז געגאנגען דער קױדעש 
קדאָשים, װי ס'האָט איצט געהייסן דער אמאָליקער דויר, נאַר איצט איז דאָרט, לײדער, געוען 
פּוסט. 


107 


דער בייס-האמיקדעש האָט אויסגעוויזן אַרעמער און כוישעכדיקער פארן ערשטן, אָבער די 
אָרדענונג איז דאָ געווען א שטרענגערע. שלוימעס בייס:האמיקדעש איז געווען א קיניגלעכע היילי- 
קײַט; דער באלעבאָס איז געװוען דער קיניג, און די קויהאנים זײַנען געװען זײַנע געהאָרכזאמע 
באדיגער. דער קיניג פלעגט זיי באשטימען און אָפּשאפן, דער קיניג פלעגט באשטימען, װער פון זי 
זאָל זײַן דער קויהען גאָדל. דער קיניג פלעגט זײַן שטענדיק אין בייס-האמיקדעש, אין אלע זײַנע 
טיילן, אים פלעגט שטענדיק באגלייטן זײַן פּראכטפולע סװיטע; אין די יאָמטױיװים פלעגן זיך דאָרט 
צונויפקלײַבן טויזנטער מענטשן. אין בייס:האמיקדעש פלעגט מען ארײַנלאָזן סײַ מענער, סײַ פרויען; 
ס'זײַנען פאראן אפילע אָנװײַזונגען, אז אין בייס:האמיקדעש זײַנען אפילע געוען פרויעךקויהאנים; 
יעדער, װער ס'האָט געװאָלט באקומען א דירעקטע אנטפּלעקונג פון יאהווע, האָט געקענט פארבלײַבן 
נעכטיקן אין בייסהאמיקדעש, און דעם כאָלעם, װאָס ער פלעגט דאָ גײן, פלעגט ער האלטן פאר 
א נעװוע פון גאָט. גאַר אנדערש איז געװען איצטער. 

די באלעבאטים זײַנען געװוען די קויהאנים, די קינדסזקינדער פון די קויהאנים פינעם ערשטן 
בייס:האמיקדעש, זיי האָבן געהאלטן, אז זיי שטאמען אלע פון איין מישפּאָכע און געפירט זייער 
אָפּשטאמונג פון צאָדעקן, דעם ערשטן קויהען גאָדל אין ביס:האמיקדעש אין יערושאָלאיִם. דער 
ערשטער צװישן זיי איז געווען דער קויהען גאָדל יעהוישוע. נאָך זכאריעס זעונג האָט ער געהאלטן, 
אז גאָט אליין האָט אים באשטימט פאר א קויהען גאָדל. און נאָך אים פלעגט זײַן שטעל און כשי' 
וועס איבערגיין בעיערושע צו זײַנע זין און אורייניקלעך. די איבעריקע מישפּאַכעס פון די קויהאנים, 
וועלכע זײַנען גאנץ געבליבן פאר דער צײַט פון גאָלעס, האָט מען אויך צוגעלאָזן צו דער אװוידע 
אין בייס:האמיקדעש, נאָר זיי האָבן שוין געמוזט זײַן אונטער די הױיפּט:קויהאנים, צאָדעקס אָפּשטא- 
מער, וועלכע זיי האָבן געמוזט אָפּגעבן א צענטכיילעק פון זייערע האכנאָסעס. זיי האָבן באקומען 
זייער אמאָליקן נאָמען לייווים, װי ס'האַבן געהייסן פארן גאָלעס די קויהאנים פון די באָמעס און 
פון אנדערע פּראַװינציַעלע הײליקײַטן. די קויהאנים און די לייווים האָבן איצט געבילדעט א באונ- 
דערן שטאנד פון גײַסטלעכע, װעלכער האָט זיך אָפּגעטײלט פון די איבעריקע וועלטלעכע מענטשן. 
זי פלעגן זאָגן, אז זיי, די דינער פון גאָט, װאָס טוען טפילע פארן גאנצן פאָלק, דארף מען אָפּגעבן 
באזונדער גרויס קאַװעד, און אף אויסצוהאלטן זיי און דעם בייס-האמיקדעש דארף דאָס פּאָלק צאָלן 
א צענטכיילעק פון זײַנע האכנאָסעס. די קליייקוידעש האָבן אָנגעהױבן שטארק אכטונג געבן, אז די 
וועלטלעכע מענטשן זאָלן זיך ניט מישן אין די איניאָנים פון בייס:האמיקדעש. װאָס שטרענגער ס'וועט 
זײַן פארבאָטן דער ארײַנגאנג אין בייס/האמיקדעש, אלץ מער אכטונג און מוירע פארן בייס:האמיק- 
דעש און פאר יאהווע. און װי ס'איז אויסגעבויט געװאָרן דער נײַער בייס:האמיקדעש, האָנן די קויי 
האנים טאקע פארנומען גאַר א באזונדערע לאגע אין יערושאַלאיִם און יעהודע. 

נאַר דאָס לעבן איז ניט מיטאמאָל אוועק אזוי, װי ס'האָט זיך געװאָלט די קויהאנים, און די 
וועלטלעכע באפעלקערונג, סײַ די אָרעמע און סײַ די מעיוכאָסים, איז נאַכגעגאנגען נאָך די קויי 
האנים אָן כיישעק. ניט קוקנדיק אף די נעװיִעס פון כאגא און זכאריע, איז די דאכקעס ניט קלענער 
געװאָרן. אזוי װי פריִער, פלעגט זיך אין לאנד אָפט טרעפן א הונגער און, כוץ דעם, זײַנען די קיניג- 
לעכע אָפּצאָלונגען פון יאָר צו יאָר אלץ גרעסער געװאָרן. די אָרעמעלײַט האָבן אויך איצטער, װי 
אין די אמאַליקע יאָרן, זיך געמוזט ווענדן נאָך הילף צו די רײַכע, לײַען בא זיי און פארזעצן בא זי 
זייערע פעלדער און װײַנגערטנער, קעדיי ניט צו שטארבן פון הונגער און ניט רױיַנירט װערן פון די 
קיניגלעכע מעיוכאָסים, מיט װאָס צו באצאָלן איז ניט געוען, פאר די כויװעס האָט מען געמזט 
ווערן קנעכט פון די מעלאוועס. 

פון אמאַליקע יאָרן איז נאָך געװוען א געזעץ, וועלכער איז אײַנגעשטעלט געװאָרן אין די צײַטן 
פון ייִרמעיאָהו, אז מע זאָל אפן זיבעטן יאַר באפרײַען די באצאָלךאומפעיקע באלכויװעס; נאָר די 
רײַכע אין די מעיוכאָסים האָבן ניט אָפּגעהיט דעם דאָזיקן געזעץ, ענטפערנדיק: װוּ איז ער, דער 
געזעץ? איצטער זײַנען גילטיק די קיניגלעכע געזעצן, און די אלטע האָבן פארלוירן זייער קראפט. 
ווען די קויהאנים פלעגן פאָדערן מייסער, פלעגן די מעיוכאָסים זייער ניט גערן עס געבן אָדער 
פלעגן גאָרנישט ניט געבן; די קויהאנים פלעגן זאָגן, אז זײי באגאנװענען דערמיט יאהווע, אז גאָט 
וועט זיי דערפאר שטראָפן, אז ער װעט זיי פארברענען װי שטרוי און נישט איבערלאָזז פון זיי ניט 
קיין װאָרצלען, ניט קיין צװײַגן, נאָר דאָס האָט קנאפּ װאָס געװירקט. די גוטבאזיצער פלעגן זיך 
מיסקאָרעװו און מיסכאטן זײַן מיט פרעמדע און אנדערשגלױביקע סאָרים פון די בניייהאמוין, בנַייי 
אַדאָם און פון די ארמים; די דאַזיקע היסקאַרװעס איז שטארק ניט געפעלן געווען די קויהאנים, װײַל 
די, װאָס פלעגן זיך מיסכאטן זײַן מיט מענטשן פון אן אנדער גלויבן, פלעגן אינגאנצן פארגעסן אַן 
בייס:האמיקדעש און פלעגן אפילע אַנהײבן דינען די געטער פון זײיערע פרויען. און די קויהאנים 
האָבן ווידער אַָנגעהױבן זוכן מיטלען, ויָאזוי צו צווינגען די בניי-יעהודע, או זיי זאָלן זיך אונטער- 
ווארפן אונטערן געזעץ פון יאהווע. 


168 


די קויהאנים האָבן זיך קױידעמקאָל בארעכנט, אז ס'איז טאקע נישטאָ איצט אזא געשריבענער 
געזעץ, װעלכן אלע בני-יעהודע זאָלן זײַן מעכויעוו אָפּצוהיטן, עמעס, די קויהאנים האָבן געהאט 
די טוירע פון יאָשייאָהו, זיי האָבן אויך געהאט אנדערע ספאָרים, אין וועלכע סזײַנען פאר דער צײַט 
פון גאָלעס פארשריבן געװאָרן פיל כוקים. נאַר אָט די אלע געזעצן האָבן ניט געהאט קיין קראפט 
אָן א קיניגלעכער פאראַרדענונג; ס'האָט אָפּגעהענגט בליז פון גוטן ווילן פון פאָלק פאָלגן אָדער 
ניט פאָלגן די קויהאנים; דאָס ניט פאָלגן האָט זיך פאר קיין פארברעכן ניט גערעכנט, אויסער דעם, 
זײַנען די אלע געזעצן צעװאָרפן אין פארשיידענע ספאָרים, זיי זײַנען ניט געבראכט געװאָרן אין קיין 
סיידער און זײַנען ניט אלעמען באקאנט געווען. 

די קויהאנים פון יערושאָלאיִם האָבן געפילט, אז מע מוז צוציען אף זייער צאד דעם קיניג, 
ער זאָל זיי העלפן, ער זאָל מיט זײַן מאכט באשטעטיקן דעם געזעץ, וועלכן די קויהאנים װעלן צוזא- 
מענשטעלן און װעלן באשליסן אײַנצופירן, נאָכדעם האָבן זיי אָנגעהיבן צו טראכטן, װאָס פאר א 
געזעץ דארף עס זײַן. זיי האָבן געװאָלט, אז דער געזעץ זאָל באשטימען ניט נאָר דעם סיידער פון 
דער אווידע, זאָל געבן ניט נאָר טיקונים אין עמונע'זאכן און זאָל באשטימען די כיװ-גאָבן פאר 
די קויהאנים; זיי האָט זיך געװאָלט, אז דער געזעץ זאָל איבערגעבן אין זייערע הענט נאָר די מאכט, 
זי זֹאָלן מישפּעטן און פארוואלטן מיט גאנץ יעהודע; זיי האָבן געדענקט אף אזא אויפן אף דער 
ערד האָט מער יעהודע קיין קיניג ניט, פארבליבן איז נאָר זייער קיניג אין הימל, יאהװע; און מיר, 
קויהאנים, זײַנען דאָך, אזוי צו זאָגן, די שעליכים פון דעם דאָזיקן הימלשן קיניג, װײַל יאהווע אליין 
האָט באשטימט יאָשייאָהון פאר א קויהען גאָדל. זיי האָט זיך געװאָלט, אז דער קומענדיקער געזעץ 
זאָל זײַן אזוי הייליק און אלטערטימלעך, װי דער סייפער-האבריט אָדער סייפער-האטוירע פון יאַשי 
יאָהון, װעגן וועלכע מע האָט דערציילט, אז זיי האָט יאהװע אליין געגעבן דורך מוישען, װען די 
בניײייַסראָעל האָבן געוואנדערט איבערן מידבער, הייסט עס, אז סאיז ניט קיין גרינגע זאך געוען, 
צונויפשטעלן אזא מין געזעץ האָט ניט איטלעכער געקענט. צװישן די קויהאנים פון יערושאָלאיִם, 
וועלכע זײַנען געווען פארנומען מיט פּראקטישע איניאָנים, מיט פארוואלטן מיטן בייס:האמיקדעש און 
מיט דער אווידע, זײַנען געווען װײיניק געלערנטע מענטשן. די געלערנטע יִדן זײַנען געװען צע' 
שפּרייט אין באָװול, מיצראים, דאָרט, װוּ ס'זײַנען געווען גרויסע ביבליאָטעקן, װוּ מע האָט געקענט 
זיך פארנעמען מיט אױיספאָרשונגען. 

אין באָװל האָט גראדע געלעבט דאן אזא מענטש, אין װעלכן ס'האָבן זיך גענייטיקט די קויי 
האנים פון יערושאָלאיִם. דאָס איז געווען עזרא, וועלכער האָט געפירט זײַן אָפּשטאמונג פון דעם 


דורא=עווראָפּאָס )) 


ש 


= דאטעסצק. 


{ 5 יס 


0: 


ב עט 


= 1 84 


שש 


יערושאָלאים 


די שטעט. װוּ מע פלעגט אָנצינדן פּײַערן, קעדיי מוידיע זײַן װעגן דעם, אז עס קומט 
אָן ראָשכױדעש 


169 


קויהען גאָדל צאָדעק. פארװאָס איז ער פארבליבן אין באָװל און האָט זיך נאָך ביז איצט ניט אומגע- 
קערט פון גאָלעס, ווייסן מיר ניט; מיסטאמע האָט ער פארנומען עפּעס א גרויסע שטעלע באם הויף 
פון פּערסישן קיניג, אזוי װי זײַן פּרײַנט און מיטארבעטער נעכעמיע. עזרא איז געווען א סויפער, 
דאָס הייסט, א מענטש, װאָס האָט געװוּסט די ספאָרים, א געלערנטער; ער האָט געװוסט אלע גע" 
זעצן פון ייִסראַעל, און עזרא האָט מיט דער הילף פון די קויהאנים און אנדערע סאָפרים צוזאמען- 
געשטעלט די טוירע מוישע, דעם סייפער-האטוירע, װי ער הייסט בא די ייִדן, דאָס הייסט, די ערשטץ 
פינף ספאָרים פונעם טאנאך, דעם כומעש. צוזאמענגעשטעלט האָט ער דעם סייפער לוט די פריער. 
דיקע געזעצן פון יִיסראָעל און לוט די געזעצן, װאָס זײַנען פארשריבן געװאָרן אין גאָלעס; ס'פאר- 
שטייט זיך, מיט א סאך שינויַם, א סאך האָט ער דורכגעלאָזן און א סאך מויסעף געװען: ער האָט 
אויך אויסגעניצט די ספאָרים, אין וועלכע ס'ווערט דערציילט די אוראלטע געשיכטע פון דער װעלט- 
באשאפונג און פון דעם פאָלק ייִסראָעל, קעדיי צו דערציילן, װען אין װיאזוי זײַנען געגעבן געװאָרן 
די דאָזיקע געזעצן. דערנאָך האָט עזרא געקראָגן באם קיניג ארטאכשאכסטא (ארטאקסערקס) א דער 
לױיבעניש אָפּצופאָרן קיין יעהודע מיט אלע קויהאנים, לייװים און פּאַשעטע מענטשן, װעלכע װעלן 
מאסקים זײַן צו פאָרן מיט אים, און האָט אויך זיך דערשלאָגן אזא פאראָרדענונג;: עזרא װערט גע 
שיקט פון קיניג און פון זײַן ראט פון זיבן װי א קיניגלעכער באפולמעכטיקטער, קעדיי צו מאכן א 
רעוויזיע איבערן לאנד יעהודע אפן גרונט פונעם געזעץ פון זײַן גאָט און קעדיי צו באשטימען שאַפטים 
און פארוואלטערס אין יעהודע, וועלכע זאָלן קענען דעם געזעץ פין גאָט פון די בנייייעהודע: איט. 
לעכער, װאָס װעט ניט פאָלגן די געזעצן פון עזראס גאָט אין פון קיניג, מוז געמישפּעט און בא 
שטראָפט װערן מיט טיט אָדער פארטריבן, שטראפירט אָדער ארײַנגעזעצט װערן אין טפיסע: 
און די פּערסישע פארוואלטערס מוון גלײַך ארויסגעבן אלץ, װאָס עזרא װעט פאַדערן, און 
העלפן אים, מיט װאָס נאָר ס'װועט זײַן מעגלעך, און זיי טאָרן פון הײַנטיקן טאָג אָן ניט פאָדערן 
קיינע קיניגלעכע אָפּצאָלונגען פון די קויהאנים, לייווים און אלע איבעריקע, װאָס דינען באם בייס- 
האמיקדעש. אויסער דעם, האָט דער קיניג אליין געגעבן מאטאָנעס אף צו באפּוצן דעם בייס:האמיק- 
דעש און צוצוגעבן אים א שענערן און פּרעכטיקערן אויסזען. 

מיט דער דאָזיקער פאראָרדענונג איז עזרא, וועלכער האָט מיטגענומען מיט זיך דעם סייפער. 
האטוירע פון מוישע, אװעקגעפאָרן קיין יערושאָלאיִם; מיט אים איז מיטגעפאָרן א נײַע פּארטיע 
איבערוואנדערער, וועלכע איז באשטאנען קימאט אויסשליסלעך פון קויהאנים און לייווים. אָנגעקומען 
קיין יעהודע, האָט עזרא איבערגעגעבן די קיניגלעכע פארוואלטערס די קיניגלעכע פאראָרדענונג און 
איז גלײַך צוגעטראָטן צום אײַנפירן דעם נײַעם געזעץ. דאָס איז געווען אין 458:טן יאָר. 

קוידעמקאָל האָט עזרא אָנגעהױיבן פאָדערן, אז די בנייייעהודע זאָלן זיך פולשטענדיק אָפּזונדערן 
פון אלע איבעריקע פעלקער. אז ער האָט זיך דערװוסט, אז ביז איצט פלעגן גאנץ פרײַ געשלאָסן 
ווערן געמישטע שידוכים, האָט ער געפאַדערט, אז סזאָלן זיך גלײַך אופהערן אָט די פארברעכנס 
קעגן געזעץ. מע האָט צונויפגערופן די גאנצע איידע אף א פארזאמלונג. אלע, אוב זיי ווילן נאָר 
ניט אױסגעשלאָסן װערן פון דער איידע פון די בניי-ייִסראָעל, האָבן געמוזט קומען. אז דאָס גאנצע 
פאָלק האָט זיך פארזאמלט, איז עזרא אופגעשטאנען און האָט געזאָגט: ‏ איר האָט געפעלשט אין 
גאָט דערמיט, װאָס איר האָט זיך גענומען פרעמדע פרויען און מיט דעם האָט איר פארמערט די זינד 
פון ייַסראָעל, טוט טשוווע צו יאהווע, אײַער גאָט, טוט זײַן װוילן און שיידט זיך אָפּ פון די פעלקער 
פון לאנד און פון די היידנישע פרויען". די פארזאמלטע האָבן זיך געמוזט אונטערגעבן; ניט קוקנדיק 
אף דער רעגנדיקער הארבסטצײַט, האָבן זיי געמוזט פיל מאָל גיין און פאָרן קיין יערושאַלאיִם, ביז 
ס'האָט זיך ניט פארענדיקט די אױספאָרשונג, װער ס'האָט כאסענע געהאט מיט א ניטײיִדישער פרױי; 
די דאָזיקע אלע זיווגים זײַנען באָטל געװאָרן; די מענער האָבן געמוזט אוועקווארפן זייערע פרויען 
און קינדער און אף לעהאנאָ מיט זײי קיין מאגע אומאסע ניט האָבן. און קעדיי בעסער אײַנצוהיטן 
די בניי-יעהודע פון יעדן ניסאַיען, האָט עזרא ארומגעצאמט יערושאָלאיִם מיט א היכער ואנט און 
האָט פארבאָטן פרעמדע ארײַנצודרינגען אין שטאָט; איצט האָט מען אױיסגעבויט א מױיער אויך אין 
דאָרעם-זײַט אין דער לעגן פון דעם טאָל הײנאָם, װוּ סאיז פארן גאָלעס ניט געװען קיין קאַמפּאק- 
טער מויער. 

עזראס שטרענגע אײַנפירונגען האָבן גלײַך ארויסגערופן אומרוען. פאר פיל מענטשן איז דאָך 
ניט אזוי לײַכט געווען זיך צעשיידן מיט זייערע פרויען און קינדער, צעשטערן זייער גאנצן פאמיליען- 
לעבן; בא פיל איז געבליבן בעסער צו לײַדן פון עזראס און דעם קיניגס צאָרן, איידער אָפּצוטאַן אזא 
אכזאָריעסדיקע זאך. און די אנדערשגלױביקע זײַנען אויך געװאָרן אופגערעגט. זיי האָבן ניט נאַר 
ראכמאָנעס געהאט אף זייערע טעכטער, וועלכע האָבן געליטן פון עזראס געזעץ. דער פארבאָט ארײַן- 
צודרינגען אין יערושאָלאיִם האָט געקענט זיי אינגאנצן רוינירן, װײַל פיל פון זיי האָבן געהאט מיט 
די אײַנװױנער פון יערושאָלאיִם קאַלערלײ געשעפטן, און עזרא האָט זיך גלײַך איבערצײַגט, אז די 
זאך איז ניט אזוי פּאָשעט, װי ער האָט געמיינט, אין מויער האָט מען דורכגעבראָכן לעכער, דורך 


170 


וועלכע מ'האָט געקענט ארײַנדרינגען אין שטאָט, אױסמײַדנדיק די וועכטער, וועלכע זײַנען געשטא- 
נען בא די טויערן. אין א שיינעם פרימאָרגן האָט מען זיך ארומגעזען, אז די טויערן פון יערושאַלאיִם 
זײַנען גאַר פארברענט: בא דער נאכט האָט זיי עמעצער אונטערגעצונדן און דעם שולדיקן האָט מען 
ניט געפונען. פיל מענער האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו שיידן זיך מיט זייערע יפרויען און קינדער; די קיניג- 
לעכע פארוואלטערס האָבן עזראן ניט מיטגעפילט און אים ניט געשטיצט, מע האָט געמוזט צום 
צווייטן מאָל זיך װענדן צום קיניג. 

דער קיניג האָט געהאט א סאַר-האמאשקים פון די בנייייעהודע, נעכעמיע. מע האָט זיך גע 
ווענדט צו אים און געבעטן, ער זאָל איסניצן זײַן גאנצע וירקונג אפן קיניג לעטויװעס עזראס 
איניען. נעכעמיע האָט אַנגעהױבן זיך מישטאדל צו זײַן און האָט געקראָגן באם קיניג א פאראָרדע- 
נונג, אין וועלכער ס'ווערט באפוילן נעכעמיען אויסצובויען מויערן און טויערן ארום דעם בייס:הא. 
מיקדעש, און נעכעמיע גופע װערט באשטימט פאר א פארוואלטער פון געגנט יעהודע. אז נגעכעמיע 
איז געקומען צו פאָרן קיין יערושאַלאיִם, האָט ער גערופן אף מודארבעט די גאנצע באפעלקערונג 
פון יעהודע, קעדיי צוריק אויסצובויען די מויערן און טױערן; אז פיל האָבן זיך אָפּגעזאָגט, אָנװײַזנ- 
דיק, אז זיי זײַנען געװאָרן קנעכט פאר זייערע כויוועס און קענען ניט אװעקגיין פון זייערע הארן, 
האָט נעכעמיע באפוילן צו באפרײַען אלע קנעכט, וועלכע האָבן אָפּגעדינט זיבן יאָר, אזוי װי ס'האָט 
געדארפט זײַן לוט דער טוירע; לעסאַף האָט ער געמאכט א צילונג פון אלע בנייייעהודע, קעדיי 
צו װויסן, װער ס'איז מעכויעוו זיך אונטערצוווארפן די קויהאנים פון בייס:האמיקדעש און ברענגען 
זי גאָבן. נעכעמיעס דאָזיקע טעטיקײַט האָט אויך אופגערעגט קעגן אים פיל פון די מעיוכעסדיקע 
בנייייעהודע און פון די פרעמדע פעלקער; מע האָט אפילע געמאסערט אים צום קיניג, אז ער ויל 
זיך דערקלערן פאר א קיניג. נאַר נעכעמיען האָט זיך אײַנגעגעבן צו בארעכטיקן זיך פארן קיניג 
און האָט װײַטער געטאַן זײַן ארבעט. איצטער איז שוין קלאָר געװאָרן, אז ס'איז ניט צו מאכן און 
מע מוז זיך אונטערגעבן. עזרא און נעכעמיע האָבן מער קיין װידערשטאנד ניט באגעגנט און זײ 
האָבן באשלאָסן פארענדיקן די זאך מיט א פײַערלעכער פארעפנטלעכונג פון דער סייפער:האטוירע 
און מיט א שווע צום נײַעם געזעץ. 

דער טערמין צו פארעפנטלעכן דעם געזעץ און צו ברענגען די שװוּע איז באשטימט געװאַרן 
אין 444-טן יאָר צום הארבסט-יאַמטעװ סוקעס, צו ועלכן ס'קלײַבט זיך געוויינלעך צינויף אין יערן- 
שאַלאיִם א גרויסע צאָל מענטשן. די שעליכים, וועלכע עזרא און נעכעמיע האָבן פאנאנדערגעשיקט, 
האָבן נאָך באצײַטנס, מיט עטלעכע טעג פארן יאָמטעװ, צונויפגעקליבן דאָס פאָלק קיין יערושאַלאיִם, 
קעדיי צו פארעפנטלעכן די טוירע. די סייפער-האטוירע, װאָס עזרא האָט מיטגעבראכט פין באָװל, 
איז געווען זייער א גרויסע, מע האָט זי ניט געקענט פארעפנטלעכן אפן געוויינלעכן אויפן, װי מע 
פלעגט טאָן אמאָל, דאָס הייסט אויסקריצן די געזעצן אף שטיינערנע טאָװלען און אייסשטעלן די 
טאַװלען אפן הױפּט-פּלאץ פון יערושאַלאיִם. דעריבער האָט מען צונויפגערופן א ספּעציִעלע פאָלקס- 
פארזאמלונג קיין יערושאַלאיִם בא די וואסער-טויערן. דאָס פאָלק האָט זיך צונויפגעקליבן באגינען; 
אפן פּלאץ איז געווען אײַנגעאָרדנט א בימע, אף ועלכע ס'האָט זיך געשטעלט דער סויפער עזרא, 
האָט פאנאנדערגעוויקלט די מעגילע, װעלכע ער האָט מיטגעבראכט, און האָט אָנגעהײױבן לײענען 
געלייענט האָט ער פון באגינען ביז האלבן טאָג און נאַכדעם, װי ער האָט פארענדיקט דאָס לייענען, 
האָט ער אופגעהויבן די מעגילע און האָט געבענטשט מיט איר דאָס פאָלק; אלע זײַנען געפאלן צו 
דער ערד פאר דער טירע פון יאהװע און האָבן געװיינט. נאָכדעם װי עזרא האָט איבערגעלײענט 
די טוירע, האָט מען זי װידעראמאָל געלייענט. די לייווים האָבן צעטײלט דאָס פאָלק אף קלינע 
גרופּעס און האָבן פאר זיי געלייענט די װיכטיקסטע פראגמענטן פון דער טױירע, דערקלערט זיי, 
קעדיי אלע זאָלן פארשטיין, װאָס מע האָט געלייענט. דערנאָך האָט מען געפײַערט דעם יאָמטעװ 
סוקעס לויטן נײַעם געזעץ אזוי, װי מע האָט אים נאַך קיינמאָל ביז איצט ניט געפּײַערט, דורכויס 
האָט מען געמאכט סוקעס פון צװײַגן פון איילבערטביימער, אף די דעכער פון די הײַזער, אין די 
הויפן, אף די פּלעצער; דאָס איז גאָר אן אױיסערגעװיינלעכער יאָמטע, װעלכער האָט פארשאפט 
גרויס סימכע דעם פאָלק. דער יאָמטעו האָט זיך געענדיקט, און מע האָט װידער צונויפגערופן א 
פאָלקס-פארזאמלונג צוליב דעם סאמע פּײַערלעכן אקט: צו שװוערן דער טוירע. 

דאָס פאלק האָט געשווירן מינדלעך, ער האָט געשווירן, אז אף לעהאבאָ װעט עס קײן מאגע- 
אומאסע ניט האָבן מיט די געצנדינער, וועלכע האָבן אמאָל פארפירט זײַנע אָװעס, װי ס'שטייט גע- 
שריבן אין דער טױירע; מעהאיוים װעהאָלאָ װעט זיך קיין זון און קיין טאַכטער פון יעהודע ניט 
מיסכאטן זײַן מיט זיי, דאָס פאָלק האָט געשווירן, אז עס װעט הײליק אָפּהיטן די שאבאָסים און 
יאָמטױװים, אז עס װעט הײליק היטן דעם געזעץ װעגן דעם זיבעטן יאָר (שמיטע), װען מע דארת 
באפרײַען אלע ייַדישע קועכט. דאָס פאָלק האָט געשווירן ברענגען אין דער צײַט אלע קאָרבאַנעס, 
װאָס מען מוז מאקריוו זײַן יעדן טאָג, שאבעס, ראַשכױדעש און יאָמטעו, אלע אילעס און דעם 
קאָרבן טאָמיד, און צאָלן אין בייס:האמיקדעש פאר די קאַרבאָנעס און צאָלן אף אויסציהאלטן דעם 


11 


בייס:האמיקדעש א דריטל שעקעל א יאָר פון יעדן מענטשן. לעסאָף האָט דאָס פאָלק געשװוױרן, 
אז פון הײַנט אָן װעט עס שטרענג אָפַּהיטן דעם געזעץ וועגן ברענגען פאר גאָט די ביקורים פונעם 
ברויט, װײַן און אייל, די ביקורים פון פי און פון די מענטשן, אז עס װעט פּינקטלעך צאָלן מייסער 
די לייווים. ס'איז פארבליבן אָפּטאַן נאָך איין זאך. יערושאַלאיִם איז נאָך ביז איצט געװען װײניק 
פארבויט און באפּעלקערט; די קויהאנים איז אויסגעקומען צו לעבן אין א לײידיקער שטאָט, װאָס איז 
געווען שטארק ניט היימלעך און װאָס האָט געגעבן װײניק אינטערעס. עזרא און נעכעמיע האָבן 
געהייסן ווארפן גוירל, אז א צענטכיילעק ופונעם פאָלק זאָל זיך באזעצן אף שטענדיק אין יערושאַלאיִם. 
מע האָט אזוי געטאָן, אין יערושאָלאיִם זײַנען געװאָרן מער מענטשן, און זי איזן טאקע געװאָרן די 
עמעסע הױפּט-שטאָט פון יעהודע. 

נאָך סוקעס 444:טן יאָר האָבן די בניי-יעהודע אָנגעהויבן לעבן לויטן נײַעם געזעץ, האנאם ניט 
מיטאמאָל האָט מען אים גלײַך דורכויס אָנגעהויבן שטרענג אָפּהיטן, ניט קוקנדיק אף די געגעבענע 
שווועס. נעכעמיען איז נאָך א לאנגע צײַט אויסגעקומען צו קעמפן מיט דעם, װאָס מע האָט אָפט 
אויווער געווען אף דעם געזעץ וועגן אָפּזונדערן זיך פון די געצנדינער, װעגן שאבעס-רו, װעגן דעם, 
אז מע זאָל אקוראט און צו דער צײַט ברענגען די אָפּצאָלונגען אף אויסצוהאלטן די קויהאנים, לייווים 
און דעם בייס:האמיקדעש. נאָר דאָך האָט איצט די איידע אין יעהודע באקומען אירע גרונט-געזעצן, 
איר הײיליקע קאַנסטיטוציע. פריער האָבן די בניייעהודע געבילדעט א מעלוכע, איצטער א קויהאנישע 
איידע. דער אויבער:האר איז געווען דער פּערסישער קיניג, וועלכן זיי האָבן געמוזט צאָלן צינש. 
נאָר אין די אינװייניקסטע איניאָנים האָבן פארוואלטעט די קויהאנים פון בייס:האמיקדעש אין יערר 
שאָלאיִם. די קויהאנים האָבן איצט געמישפּעט און באשטראָפט דאָס פאָלק אין נאָמען פון מוישעס 
טוירע, וועלכע איז געגעבן געװאָרן פון גאָט אליין; זיי פלעגן זאָגן, אז דורך זיי געװעלטיקט יאהווע 
אליין, און זייער רעגירונג איז אין טאָך ארײַן די רעגירונג פון יאהווע אליין, א טעאָקראטיע. לאָמיר 
זשע זיך באקאנען, װאָס איזן עס געווען פאר א טוירע און צי אין לײַכט געוען צו לעבן ליט דער 
דאָזיקער טוירע. 


(פאָרזעצונג קומט) 


פאַטאַיפאקט 


כאזאַנים פון ייִסראָעל, פשא און קאנאדע בעשאס די גאסטראָלן אין ראטנפארבאנד, 
וועלכע זײַנען פאָרגעקומען סאָף יון אין מאָסקװע, לענינגראד, אָדעס און קיעהי 


פאַטאַ. --- א. ס אָר קין 


חו210) מזוגתג) (|4ת8 1158 2004 21110165 12013065 1506 ?09ט4/ 146 .591009סעןס1 
-11100618) 2,014 

6 01 202140 |60160112 106 01 עססגתסגת ,0110151טטן--(1901-1937) 8411 88ז111 
5טט  02822106(‏ 210067.. 186 01 /60110 ,102822106 ( 06104עג) עמטסע") "214טקמגוצ" 
.1937 תג מ160169910 40 60466(סגפ 

-םפג1מ/טק 116 .2טט !0101 146 01 ?211101022 (2064---(1884-1944) ג:2110) מזנגמג) 
6 01 15ס100120110 1086 5108102 8001165 226 פגזססקן 01 00116041093 /367612 604 
-110102טם 

6 תג 0046 0110186טכן 206 16טעו? ס0110טם--(?-1887) {עסטמזג) 2012404 
6 מ!1 ,60222864 16 ,600021100 6058{ תג 112016 201106 44 .001015921121ג) 6315 
/ג/ׂז 2214110410 21624) 186 פמנע;ט2! .אזסט+ 6422081021ק 20 /90012 מ1 ,19205-19305 
.466}וננתס;) 230154 211-1 גפ1ששס 486 04 /161006ת 2 25טט סת 1941-1944 

8ת1162:1 (1/1090066) ג21212011 2401561 שס פ6ס1ט16 0211169 1596 /60ע1טס סמ 1 
(|סק11:245 ) /520016 מסמת:ם5 צס , "101264424016מ/1 1146' אססם שוסת 0'5מזג10161 מזנגתג) 
עטס} /1115 186 40 1610006קקטפ ,217ת1210610 1100158-2055140 0000156 106 פמומנמ1גאס 
גז:282) קמנץסטזטפ (58מ2/1) 186165 111/58 שָס 200 ,135065 1989 "1161001204 16450טספ'" 
644-ז14 1462 6 1 - פמזססק 04 אססט 'מ10ט16טג) 

-8100'" 61טס 8'גתס416100, גתס58010 01 011021104גוק 186 0021100165 142222106 סמ 1' 
(1989 ,1-7 284 ,1988 ,7-12 159165 566) "סאסן 7ם 

-161801 .1 .א /016590עקן 04 082/00615 שוסת 0211165 9601104 ' ש1115/01 1558טוסן'' סג1' 
12ת10ץ8240 86} 04 600 106 18טט 4621100 , 260016 151261 +420160/ 6 1'' אססט פ'ץאפ 
. ש11ט61כ/02 

.101558 86} ת1 1116 ג5שסן מס 101011021104 101015005 102222106 16 


8--7 2405 199065 40 )מסנתס!קקטפ 
1אן "214טקמט צ'" 


פאַטאַיכראַניק 


אין מאָסקװע און אין קיִעוו איז מיט גרויס דערפאָלג ארוײסגעטראָטן דער ייִנגלעךיכאָר פון דער 
לאָנדאָנער ייִדישער זינגלידישול, מיט וועלכער עס פירט אָן איגאל סאלעק, 


פּאַטאָ--א. סאָרקין 
שן 


עזצטפטם 


1101061286 503164'') ' 6מ11611012 /507164180'' 
9 156פט1! ,8 סאן 


6 טסאגצ צץס ‏ 0106006:2 1614 6412002 186 5מ000121 19906 /1160טס 1146 

6 }0 1626 186 מסמשש 1943 מ1 286110 4112 186 מ1 1010109 ג20410 165 .(פטנמןג) 

6 1221 2 גנע 0021102164 25טו , 9/1160618 11514 ,0תגטסעקזס0סמט /2011-125015 

---61686/ 40 פוםת 01 0056 186 24 ,0560006ק 10 זס 1116 פנ 6טש561סזכן‎ 1116  64461101026100 

5) 102222106 186 1204 2151011021 פנם} 01 001/00012/10 1 .806140 60/1/6 146 04 

גתסעטג, 11167עט 0154ט6/ 9ט0גת12 186 שם ‏ 186110) 1102 86 1'' אססם 186 גמעס?} 6411204 8 
-. (1946 ,שסס2109 ,' 13065 /106'') 61ט6586ט5 


(/5מ11א) /11616 1106 01 פנתססק 186 שסם 16016562164 15 ק;זססכן מ166615{ :1006 
ץז24/ס116 106 מזס/} פגתססקק 186 16240108 15906 1086 .(24090060) /6מ/21081 2001 2004 
2000 , (1890-1973) 5816:00612 3207 +06סן 8פ1ששסן 506164 146 01 26111226 
מג1,220:0 גץתג21 220 (600מ1מ1615) שאפמגץ{0? 2401 01 16001015060069 186 ג)1אױ 
-0610מז5846 .2 צ 2004 (09006ס41) 


3/6215 11210'' {סטסת 2310010412081021 186 01 082/00619 שוסם 0211169 8 140 1956 
צס 0465 112/61 406 204 ,(1989 ,6 240 4 1405 8566) (18160) /26מגץ201 1161581 צס 
"151261 14 3ץ122 מסטספ'" 60111164 , (066ס24090) ש29424(88) 800761/, 


4:22512000 1100 תג 0זסקס1 241500010 486 פסמ018טקן 102822/06 186 , 
6 /0 שזזגת ?פנמטגזמז0ג) 186 01 20021655) מ204 486 !24 1206 טסמסמפגתמ .5 .א 
. (15506 /אס 106 מג 002013066 26 40) מסגמעז 164טס5 


0 011008 //גע1106 מס 21110168 01 ש21160) 2 0116/9 5506 +00ע;טס 106 
-ת1,101 2102 , 118461 ,6011410 ,/2695621006'. 60110160 2101016 פגםת מ1 . שמקג1זעסנ1סגט 
שסמנפטא! /1522 סנט18} 8110טק 2206 17ג/1106 ?תסמנמזסעקן 686 16טו 6215 (שאזסג)) 20 
טל טסמנפטא! .1 זגסץ פנם} 001600012164ת00 26102 18 ש21מ06046 6פסמשר (1889-1950) 
-צס 22 25 (110158100 0 /01תס/2,01 44ס/1 124 ?0 ,טסמאומזסםג) 04 מששס} 1086 תג מזסס 
40 ?060זסטסגת 014615טו 486 101060 86 ,6/2:926 תג גזטגפגמגתצץק 2 ,5010621 {(16102 
2 5266 26 מס61גט1סטסג 1905 186 01 /06162 186 /4166/ ./ססמעסנת 201176 תג 06ת600סט 
םן ,1805512 10 }16 פנםת ת} .ץ/112 226 0מ5001626112 מג -- 6101212410 ג1 215סץ 
5סץ קזזום} 0464ט46 עסמנפטא! /1522 .1919 1 ,ץז/22 18ט6מ28015 186 164סן סם ,1917 
מס פאזסטו פטס/סמזטת 1712 ,111612/016 מפנטשסן 0} (1948 ס} 1918 גצסע}) 1116 פ1 04 
9 מ1 .קזנט20?1 60292081021ט מ1 620291008 200 11:6:21016 04 שקנססם} 220 :1510 6ם} 
םפטטסן 186 01 1120165 21624 /0106 גזנאו /1086106 ,ס2/90םס 12156 2 מס ,21165160 25עו סת 
0 מו מספותק ת1 416 40 ,0314316 

6 (/פאעסטו 1254 820615 15228 01 1216 סם1 04 461 (0ױ240900) עס+אסקט ע;סמפש 
5 259/ר 112602-1,010 שמת 01 /:1215/0 186 ' {סטסת 2010010812221021 486--םס1םטט 04 
1 קֶס ,1122512604 3100158 מג ,טס 680ת;ט! ,מ6512015 40 10202960 /20180 86} 
1939 ,15 127 םס /21165 9 11461טט 486 2116 ,01150615ט 2‏ 1068 

צאגסמ5 0810 2460101121 /600' 5600104 186 19 0021011215 1650 ג6נטו /4990012460/ 
6 146 12זטף מ61ס1ט 1611 0טו 11803165 0110טק 206 מסמג ש1ג/1166 מפנט6סן 86) }0 


ווו . 


-112 416 /0אעקסץק חסת אאעתגאעמסצח /09:גאומזאעקח אגה227ע2160א אעזפ } 
/6806 -- זעהעזעטעת12ס 24001828 0 6ע02004232821010 ,לצמגעקסאסא עואסזת 
-קצאנ 6606א80 א0א8008 8 .848ח26816 88טט061160186 תע 8ג2:00קסד1עה אעאס 
-װעק } 300846 ,סטעהמהע}! 846ע82 ,סהעקם סעוקע1 0 /פ0121 /מ61168ואסת גחג 
-66016 

-קץאג עעתסהמ880סק 266ט ,זסעטעחסצעם -- (1937--1901) פחאמם זעקען 
.2עק4114006 0222ץא2 26828100 ,(למחססקסת 421080228) ע4חה410/82 2ה2 
יצהאסז 1927 8 0082עס060ח26 

-8011 02242280400קז אעטזסגטץ ,זכּסת -- (1944--1884) התעהפהען אעהגא 
-03224660קת זא 808ח8ט0600 אאאססטעז03ת 9840װ260840 7ג08אעה67ץח0 04 מט 
-00114270116 שאעדהגאסק 80006827 אגזעטא אע80ס 8 .2604/2סמבעסקח אהא 
16080182/ע0700ס 0800 

-עהסצת ,5מח26416 /062160186882 -- (2--1887) 1048060 32002484 
6806 8ח26816 /8021עז 28‏ .2002022176ע08! אסאסהס280 8 7ג22601 +זסעז 
-06116018611 328/82208 זמהסת 30-6--20 8 .248װ06023082 סת0ג2004 08000ס 
8041 //01660186041100 //80עח86 האס80 80 ,/460010טק /0אססטעתסז2תסח ח 110 
.408141672 002114010084000ע247 0ת2806/4080 אסחסמט 7זמ6 

-7ק242 1402064 חאע3ּװ606ק 8סד1סנצאעחסץת גהג2חסץאג 4084606 זאסאמססם 8 
,4163268182621062 22ץא2ח116 82ע22 שתזעהא 10ץ108 82 (2100482) 2טאחס'ז 
-881 ,080082026 א0אססץם-זוועהע אסאזגקא 0 (פה07ת020ע1) ג78602ה220) 111766632 
/װע46:0861 אגקסא10 זאסקט1סט אזעמקסת } אענוסאנסהעקח 826 8 זאסזוחסןח 
-/42 01,408 סזעהא 0 (אסטע)?) 268602 גנתקע! ח תסז 1989 324 עהמגהא/קסז 
.ע3406ע6 -- 4212268406 גזיעמסקץז גזא 

-4220 4א867186-ח11100 2114אסק סועזזגאעהסץה /2002826סקתח חגטסצא2 
.(הסז 1989 32 7/--1 ח 1988 324 19--7 צאגקסאס40 8 אס 423220) עגאזץחז 82822 

66272178ת 20224267סקת הגקץאג עהעקסזסע 468806408428 אסאעמסץק 1104 
0666) .עמהע2ק3ע הס0ג /עט42068 סתסאסמהסאענן 11 11 .שססקת שתזעזא 
-4682ת 00ת204080ע828 3ע העװ803802/06 צהסעקסחמ8006841166 זפמגחז 
8 עװבעאג //68062080 280800788 0 768ח21216ט ?סץקעאקסשטתע הגטקצץא?/ : 

6024 


8 פמאל א סאוסאנסהאקח 
1 לא עתה082װ6160 


טיקרטאַעס 


דעם אונטערשריפט אונטער דער פאַטאַגראפיע אפן זײַטל 137 אינעם אפרעלנומער פן 
,סאַוועטיש היימלאנד* פאר ה. י. דארף מען לײיענען אחי: ;אין אזא שטוב איז געבירן געװאַרן 
ע. רינגעלבליום". 


קע זא 1 5 ט ת? 


(/02/02סט 46:086108424) לתוגא6/2ז זע?4)2:0867 
9 ,זסשת8ג ,8 פת 


אע4/!4 (22288100) 1100226 214082 2022 הס1סץאעמסצץח 6מסאסו 8 
זאסאסנוסתעם ם צהסז 1943 8 826104/ע2380021ם זמססמח 26ע2062018 .עת80160660 
514 211140164000 2110 חסזדעהס8סאץק 62פאצץס -- 66 1160016 3 .0זזסז 
:00 -- /א820000 זאעאססטעת02ק1 חסקסת 084232810600084 ,2016066002 גאחאווץ 
6,), עעלסטענוץ עובעאג 08064 1680 מזעטסקסזס עהתע מהבעאנ 08010 מזעהגסג 
בע אסםנמקזס ומסהסמתעקת חאמגקת0ס 360840/4ע2401:00 42360186 8 .16110 8060 
6 1468604ץ:) 2802 8ח216סע0 6806208000 386014000 עזעזוא 
. (1946 ,3602 4113 ,12400882) עסזזסת 


-1148 1/407800216ס 12878107סםסקת 10ע2033 10ץ8א6806/0 סוץעט6א6ק08) 
6 3 . (2מ21004) 1608טחעז210 800402 ח (אסוע4ת2) 16784602 זטחגן/ זטה 
0 82076841 סתסטקעץדזגקסזעה בע 01,408 חאען 184246 27261084טסח 
װענוגאעהסצח 3108 8 .(1973--1890) 111160466202 214082 0372ת 6806108000 
-212012 עעג21 ע (8סמעגגעת!) 11072008000 8ה21017 העמהגעאס8008 ז2/0אומאאקח 
.111160466016 .21 0 (11008482) ז/2זעא 


ע008601 /28106400020436040 וממגהז 22788621046 /06:2126 חבהאקץא2 
0 ח 4לאסא 8 אס 0ת32ט82) ({מהסז 2886ץק/46 (468עת) 1107288602 געזטקס} 
7 8אס462 (2400882) 000228084000) חסקת/2 3208 סנממסדץח א (1989 38 
.262ע11302 8 

38 20700608400 א168010 ס הסטדװא384280סת 00467אס פחסזגזעם 
אומבה העאסתס687 22 8026סקסת 8 1411606 026326 848 ג1ן 82סגעצקא .60 1} 
. (11081606 א0046844101016 8 -- עעוגאעמסץח וסמסא) 

/017218 עתוגה/א/סז װועז46,086 1066 זאסזכּ 8 /תװ2072826סקת סאסקאזען 
10,711 3222 .עעש2קזס0ע8װ6ע6 חע 0ע862606סקץדגקסדעה סת 8אז6א32 ע 
0 /200842321826ק 0006142 ,אעזעקא ,9ח41100176208216 0121786 8 (העאמקסן) 
6 1102246 2641626 0614601868840864 ע אסטקעץנגקסזעה אסמתהם 
מסעסצץג! .11 .צחסת 3708 8 66326108א01 0100000! 010861946 ,(1990--1889) 
-38 8טו80א32 .גקעאסדעא2( ?0 86228640 ,808עװ6160 46ט6016א ם האסתחמסק 
-עמ2 02600366 8 אסהעטסותאם סהמעז81ג 08 ,10ע123אעז 10ץא820112808 אסתקס1ס 
-עאכּ 8 זסת2 12 חסמסקת 2042 1909 חתעמז0:ח/680ק העוסאנגקסת 110086 .2861146 
-עע80 ,1917 8 10ע2000 8 חסמצץעקסם עע7חגז11 ח װעק11186/42 8 -- עאעמגקז 
(1948 סת 1918 ס) /6ה פזגעהעקן .(1919) 808עמ0028106 סועדקגה 8 החח 
-040 זאסק0ד28 חזמ6 6 6קץדג0סזעח 6806/0804 העזהמססת 08וועסץ1! 102284ע 
-2622 8ח320/8220 /זמקעץזגקסנעה װעק160 תא װעקסנסע סח 2007 אמעוסעס0טסז 
צאסאנ20 סת װ20601082 חס אס 1949 8 26416288001800 0044608404ז 
-מתצץא 680620684024 4א8ה264816 אאועותצקא עאעתצמת ס 8846016 410ע0684460 
.1990 8 סאמס110 8 קסאץ ,זפמץד 


7 64װעװ006264ת 8866ץס 0 /2004232826ק (24100482) 0סזאסם) 60;עש 
3 ג02114 670 ,785ע12008סץ ,ע42014007 8 ,828008ץ צססד28 .8הת8266 1022842ע 


-8/1 -- ע4עג681ץח107 2064 8ע4110100 6018םסת ה2אססטע00020ע248106 -- אע 
2060 0086 פָאנץ זזעהע 82 46068026 8 ע286460 4130 1132216280186 מ גחזז 
2 0832 1939 8גא 19 4ח216סעח 18 


11--48 1 


תהאתתעפת וטװע00841ס 


(2זותסק 008610828) 


- + 


הצמווטהססזאסאנם 
1{ קץאג 0078004812א2סתץא-סטטעץזגטסזעת 


10 680640004 0 


0 2161646סעת 6001032 4זקס 


-ז 1901 6 3226164 
ע8ה216סעה /װאס46:08610 216286780ת1/3 


ס ז ח םחז ?88 2 קסאגהסת {המטמגת} 


זע 1 מ ה. ה. ס }! ת ט ת 


,(2ק6488810ק סתסז8גתז .א32) קסתהסם .א 
.תצװ2ה116 2 ,1020 .0 ,168 .1 
,/6ת22װ/02 .8 ,קסאט2ה20 } /קסמטהעזסו! .ם 
1110220121 .11 ,/80ס0ס18 .א 
1מט0186106186) 4װ26102 .} ,160סץום 6 
(8ק0680672 


1 קעץאג חח4מא2ה26 22060 
7 ,1640088 .דץ ,10ט116 21008482 ,101000 


:זת ח ס 0 6 ח 6 1 


1 -+-- 00ז8א2ת2סם /זעט8גתז 
7--++- 05מ6680672 861018611818ד01ס 


החעו8א2622 162044360424 } 240246601864421צ2 
84 2 א ס )2 2 8 2 3 .4 ,2 8 0 ת ס א ס 0 גם 
8 2 א גן 2 6 1 .ם 802068100 


/ז2632 א 40280ע110248 .30.09.89 282600 8 024240ס 
-0ת2ע1 2גתגאצם 702461081246 4037 .29.07.89 
ינוסת .הסע) .חאם 110,258 .יה .1166 .{ סא 2200428ז 
113 .328 .חסא 70 11048 .0,125--8,5 .ת .אצם .(15,09 .ת 


3826 2,28084000 0ת80סהעק1 022682 
געתזסוה2680 402ס4/1 7 פאה הע0ש2מזסתעז1 21004080428 
0ת868301 106 840223ג00018ח4+008380 ס/ם 
,143221678018 2678 סח 6002 416784א,10 
.100200824 4840241104 חע עעשגקזחאהסת 

13 ,280284082 .מסת ,2100482 ,121019 


9 (כּתווגתאהסת װאד0086+ הגאקצאל( 60 


קיש 6,4 שר .יה 


*-+ +. .566 = 1 סוחיי רש "א ירק זי = /אטיס יקויס זי יעסיט. זי ווע = היה ירא ר + ייר הק = 
י 5 . 4 = 


**' יז יי "= ז א =אטאך'ס שר ײײש ספיט שותריקאנט "= א 4 =יקף ‏ הי איוין"י יי שיר יזייר 7 פ'ס = ײא שר ר זי תאפ "אה ישי שיו דאר = דאשט פייקהורישלאסטף זר אי ?-' אס קאר 7,, זי הירקויקט חי 2 יוש חוזש. תד לוטיט װ = שיט ייר ארי ר יייז ראי = שי 
י' :5 יט : אי +' ' = =. *י 2 "י.י =+55י'. ' יִ = ייר . יע *רא = יד2}. ארי דיי יי *- 


3, 
בוו 


. זד" יד . י.י" זל טיי. יי 4* "אי יי יד{ צ) רישי די א אשי ד"י וי י.י יי *' שיש ?יפי.),, ייא 7 וי : 
: 0 7 : ז ט + : 0 א ט : ז+י5- "יז וי 
9 יז יי 1{;ז : יזהיז.ד' : די ר *+ 2 7 
* 2 { -"י יש יד א 


0 י+), א 
: ו 2 עי 


די ר לת יי +א- -?*.